היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » וואס קען מען ערווארטן מארגן אין קארט???

וואס קען מען ערווארטן מארגן אין קארט???

83 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2958740
בלאט: 1 2

קראך_היט » 13/5/2012 22:59

יאסי בראך האט נישט גערעדט אין ביהמ"ד און נאמען פון קהל, יעדער רעכטדענקער מענטש פארשטייט אז ער איז א לית דין בר נש,

ליתר שאת האלט איך אז קהל זאל טאקע מפייס זיין דעם קאונטי עקזעקיוטיוו און נאמען פון די ראשי הקהלה און דערקלערן אז דער מענטש איז קיינמאל געווען אטאריזירט צו רעדן אין נאמען פון די קהלה

געלעכטער » 13/5/2012 23:12

ווען דער נער איז ווען מיינער וואלט איך אויך געזאגט אז ער איז אומאויטאריזירט...

איציק_מיכל » 14/5/2012 00:22

לעניות דעתי וועט מארגן גארנישט זיין

ער וועט נאר אויסהערן יעדן איינעם און הייסן צוריק קומען אן אנדערע דעיט

צביהירש » 14/5/2012 06:48

ער וועט הייסן ווארטן ביז סוף חודש אלול

געלעכטער » 14/5/2012 09:50

בקיצור אהרונים, איז דא א געווינס מארגן צי נישט? איז דא א האפענונג וואס מ'קען נאך אריינבלאזן אין די אהרונישע עצמות יבשות?

מאירשלום » 14/5/2012 16:19

לכאורה אז א נוטראלע רב הרב העכט וואס האט נישט קיין שום שייכות קיין סאטמאר האט אזוי געפאסקענט וועט די דשארדש עס אויכעט אננעמען, בפרט אז די קארט סיסטעם האט שוין געזאגט אז זיי קענען זיך נישט צופיל אריינמישען

מאירשלום » 14/5/2012 16:28

אדער קען די קארט פאסקענען נאך שטערקער לטובת מהריי אז איינער איז מוחזק אין א בנין אדער שטח וכדומה אין מקען עס נישט ארויסנעמען אין געריכט פון אים, דארף מען אים ליגאל געבן פערמיטס. וואס דאס וועט אסאך אויפטוען פאר וויליאמסבורג בית מדרש החדש ועוד, בפרט אז אויב נישט בלייבט עס ליידיג

שחמט » 14/5/2012 16:45

מיר וועלן גיין צום קינות (כינוס) אין די אהרונים וועלן זאגן איכה.

משהלע » 14/5/2012 17:25

ר' יצחק ראזענבערג האט מיר געזאגט נעכטן ביינאכט אז היינט ערווארט מען נישט קיין שום דעסישאן, דאס וועט העכסט ווארשיינדליך נעמען חדשים ביז א פסק וועט ארויס קומען, אבער נאכן הערן די דרשה פון דעם באקאנטן "אלעס בלייבט ביים אלטן" טיפש, זעט עפעס אויס אז ער האלט אז די אהרונים גייען יא געווינען, 

געלעכטער » 14/5/2012 17:45

אה. א קלוגער איד דער יצחק. ער טוט אין דעמעדזש קאנטראל, ער מינימיזירט די האפענונגן פון די אהרונים אויס מורא אז זיי וועלן נישט אדורכטראגן דאס ארגסטע. ‎​
 
משהלע וואס יצחק ראזענבערג זאגט ווייס איך שוין. אבער עפעס בוסטו דאך געווען ביזי אז מ'גייט עס יא האבן ווייל די קאונטי גייט זיך אננעמען פאר ענק אין קארט. האט דער קאונטי ענק פארראטן?

משהלע » 14/5/2012 18:01

איך האב נישט קיין שום השגה וואס עס גייט היינט זיין אין קארט, איך האב נישט גערעדט מיט די לויערס, איך הער נאר יעדענס חלומות אין די מקוה און אין קאווע שטיבל, ר' יצחק האט מן הסתם יא גערעדט צו די לויערס, און ווארשיינדליך זאגט ער זייער חוות דעת, אז היינט גייט גארנישט זיין, ווייל געווענדליך נעמט א קעיס היבשע חדשים ביז א פסק קומט ארויס, אבער פון די קללות פון שאול פערלשטיין און די בכיות פון חיים יצחק מאנדל, זעט עפעס אויס אז זיי זענען נישט רוהיג, עס גיט מיר אביסל חיזוק נאך דעם ביטערן פראסק וואס מיר האבן באקומען די פאריגע וואך פונעם קאנטי עקזעקיוטיוו, I SEE SOME LIGHT AT THE END OF THE TUNNEL.

שארמאשער » 14/5/2012 18:12

נעבעך נעבעך, איך ווייס נישט פארוואס ענק חלמ'ן ענק האבען 0 טשאנסען פאר די קארט היינט, די ריכטער וועט נישט גיין קעגן זיין קאונט עקזעק' ענק בויען אויף ליפט

משהלע » 14/5/2012 18:18

שארמאשער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
נעבעך נעבעך, איך ווייס נישט פארוואס ענק חלמ'ן ענק האבען 0 טשאנסען פאר די קארט היינט, די ריכטער וועט נישט גיין קעגן זיין קאונט עקזעק' ענק בויען אויף ליפט

איך האלט אויך אזוי, און דאס זעלבע זאגט ר' יצחק ראזענבערג, אבער די פראגע איז, פארוואס שעלט שאול פערלשטיין? און פארוואס וויינט חיים יצחק מאנדל? 

געלעכטער » 14/5/2012 21:53

משהלע זעסט נאך אלץ לייט ביים ענד טונעל?.....

Ahroiny » 14/5/2012 22:00

געלעכטערל, פליז נאוט די ארוינים דארפן נישט די קעמפס, ,אונז ווילן נאר ענק אפטון ציפקע צרות, עפעס וואס עטס קענטס נאר חלומען צו טון אין קרית יואל

תוקן על ידי ahroiny ב- 14/05/2012 22:04:26

קראך_היט » 14/5/2012 22:12

Satmar Nation ‏ @SatmarNation

No ruling @ today's hearing want's response from Zalmans in 3 weeks and rebuttal from Aronites 1 week later

משהלע » 14/5/2012 22:19

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
משהלע זעסט נאך אלץ לייט ביים ענד טונעל?.....

גענוי ווי איך האב פרידיקטעד!

משהלע » 14/5/2012 22:20

משהלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך ווייס אז קיינער ווייסט נישט פון פאראויס וואס עס גייט זיין מארגן אין קארט, אבער יעדער איז דאך בארעכטיגט צו שפעקאלירן, סא, לאמיר זען אלע צדדים, וואס קענען מיר ערווארטן אין קארט?, און פארוואס?

לדעתי, לדעתי... גייט מען קיין TRO נישט באקומען, פשוט, ווייל עס איז נישט קיין שום עמערדזשענסי, און קיין עקסטערע שאדן גייט מען נישט האבן אויב ווארט מען אויס ביז ענדע פונעם טרייעל, 

דאס האב איך געשריבן ביים עפענען דעם דאזיגן אשכול.

תוקן על ידי משהלע ב- 14/05/2012 22:42:59

שארמאשער » 14/5/2012 22:28

Ahroiny כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
געלעכטערל, פליז נאוט די ארוינים דארפן נישט די קעמפס, ,אונז ווילן נאר ענק אפטון ציפקע צרות, עפעס וואס עטס קענטס נאר חלומען צו טון אין קרית יואל

תוקן על ידי ahroiny ב- 14/05/2012 22:04:26




טויש נישט דיין מיינד ווען עס גייט דיר נישט גיט

משהלע » 14/5/2012 23:31

וויאזוי זאגט זלמן לייב? לדעתי! לדעתי! איך רעד נאר צו דעם וואס וויל מיך הערן! 

איר קענט זיין מחולק מיט מיר, מיין מיינונג איז, אז דער ריכטער האט צו געיאגט דעם גאנצן פרעסידזשער, כדי צו געבן א רולינג נאך פאר די זאליס באקומען די פערמיטס, אינעם בריעוו פון די לויערקע שטייט קלאר אז די טעסטס און אינספעקשאנס געדוערט זייער לאנג און כדי די קעמפס זאלן זיין אפן צייטליך (סוף JUNE) דארף שוין MAY 15 זיך אנהייבן די אינספעקשאנס און די טעסטס, געווענדליך גיט מען 45 טעג פאר איין צד און נאך 30 טעג צו ענטפערן און דא יאגט ער זיך עפעס, אלעס צוזאמען איז נישט מער ווי א 3-4 וואכן, דריבער האלט איך אז ער וועט פסקענען אז מען קען נישט געבן די קעמפס פאר איין צד אן הסכמת צד השני, דאס איז דאס געזעץ און ער קען דאס נישט משנה זיין,

ביסט מחולק? זאג קלאר פארוואס, אבער מיט דברים של טעם. 

ריזקאליש » 14/5/2012 23:36

משה'לע
לדעתי לדעתי איז קיינעם דא נישט אינטרעסאנט צו הערן סתם בויך סברות,

עכ"פ ביי מיר ווער ס'זאגט אייגענע סברות,
איז דאס פונקט אזוי ווערט, ווי די לדעתי לדעתי וואס מ'האט געהערט ל"ג בעומר

משהלע » 16/5/2012 03:23

ריזקאליש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
משה'לע
לדעתי לדעתי איז קיינעם דא נישט אינטרעסאנט צו הערן סתם בויך סברות,

עכ"פ ביי מיר ווער ס'זאגט אייגענע סברות,
איז דאס פונקט אזוי ווערט, ווי די לדעתי לדעתי וואס מ'האט געהערט ל"ג בעומר


האסט דיך שוין בארוהיגט? ביסט שוין געקומען צו דיר?
לדעתי לדעתי, איז דיין גאנצע עקספלאשן נאר געווען פון אנגעצויגנקייט,
איך האב געפענט דעם אשכול מיטן קעפל "וואס קען מען ערווארטן מארגן אין קארט??? "
וואס איז געוויס בלויז בויך סברות און חלומות, אבער אין א קורצע צייט איז דאס ארויף געשפרינגען צו 70 תגובות און אריבער 11 טויזענט ציפיות, נו, זעט אויס א שיינער חלק עולם איז יא געווען נייגעריג אויף בויך סברות און חלומות. 
 

געלעכטער » 16/5/2012 21:34

אז די אהרונים גייען צוריקצוען פון די קלאגע האסטו אויך פאראויסגעזען?

משהלע » 16/5/2012 22:34

געבאקן נאך פסח???

IAMSMART » 16/5/2012 22:43

יעצט גערדעט צי אברהם בראך אין סאיז אמת

געלעכטער » 16/5/2012 22:45

IAMSMART כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
יעצט גערדעט צי אברהם בראך אין סאיז אמת


שאול שמואל סטראלאוויטש באשטעטיגט דאס אויך?

שארמאשער » 16/5/2012 22:47

גראדע אברהם בראך זאגט אז ער ווייסט נישט אבער איינער האט יעצט געטראפען יונתן מענצער (ער איז יעצט אין סיטי פיעלד אין שטעלט אויס די אויבן אן) אין ער האט עס באשטעטיגט ענדליך קומען זיי צום שכל

געלעכטער » 16/5/2012 22:48

שארמאשער איך פארשטיי דיין ווייטאג צו מענצער. און מיט רעכט.

FiveBoro » 17/5/2012 06:36

די פאקטן פון היינט:

די שמועה אז מען האט געקענסלט די קעיס איז א זאלונישע ספין.

די לויערס האבן היינט אריינגעגעבן א טויש, אז במקום פונעם פארלאנג פאר א "עמערזשענסי סטעי" אויף די פערמיט'ס, ווילן זיי דאס זאל געטוישט ווערן צו א "רעגולער קעיס".

לויט מיין פארשטאנד מיינט דאס, אז די לויערס האלטן אז אויב זוכט מען "חיי שעה" פאר א שאנס דאס זאל זיין פארמאכט "היי יאר", גיט דאס די מעגליכקייט פאר די אנדערע צד צו שפילן א גוטן "געפיהלן-געים" און פארשווערן פאר 'יושר' ארויסצוקומען א זיגער בס"ד, און פארן תכלית הענין איז געזונטער צו לאזן די קעיס פארן מיט א רואיגקייט.

בסייעתא דשמיא וועלן נאך די "קעמפס" סוף כל סוף אויסוואקסן צו זיין 'די זאך' וואס האט געצווינגען די זאלונים צו גיין צו די"ת ווי אידישע קינדער! 

געלעכטער » 17/5/2012 13:32

קענסט ביטע איבערזאגן אויף אידיש וואס דו האסט דא געשריבן? ‎​
 
א רעגולארער קעיס איז שוין אפן זייט אנהייב ווינטער, וואס דארף מען פריש א רעגולארער קעיס?

סקאטמאלען » 17/5/2012 17:31

איך ווייס נישט צו סוכ"ס וועלן די ארונים דא ערגעץ אנקומען, אבער דער לעצטער שריט איז לכאורה זייער א קליגע שריט,

1. אלע רחמנות/פראקטיק טענות פון די זאלוניס איז ארויס די פענסטער, וואס דאס איז ווארשיינליך די זאלוניםס שטערקסטע טענות, "אונז פיר מיר שוין 50 יאר", "די קינדער מאכן נאס די קישן", וכו' וכו', מסכים, דאס איז אלע גוט פאר צייטווייליג אלס א מארלישע טענה, ווען ס'שוין נישט בכדי שיעשו צו פארהאנדלען וכדומה, אבער דאס איז נישט מעגליך זאל זיין א פערמענענט טענה,

2. די אהרונים שטעלן זיך ממש מיט איין זייט פון די קאונטי, זיי זאגן ממש וואס די קאונטי שרייבט און זייער לעצטער החלטה בריוו, אז אויף היי איז שוין נישט בכדי שיעשו צו מאכן א טויש, אבער אינעם צוקנופט מוז מען זיך אויסגלייכן צווישן זיך, איך קען אפי' זעהן אז די קאונטי זאל זיך צו שטעלן צו די ארונים'ס טענות

ונחי' ונראה

געלעכטער » 17/5/2012 20:30

דאס איז דאך שוין סייווי געווען כתוב וחתום אז אויף היי יאר האבן עס די זאליס, ווארום דער שופט האט נישט געגעבן דעם TRO און געלאזט די קאונטי ווייטער אנגיין מיט די פערמיט פראצעדור.

liner1 » 10/6/2012 09:51

בלאט: 1 2