א שרעקליכע דעמאלערעזאציע האט זיך אראפגעלאזט אויף די אהרונישע קעפ די וואך. קודם כל מיט די ביטערע קעמפ נייעס און דערנאך מיטן כינוס כלל ישראל, ווי ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז ר' אהרן האט פאר זיינע נארישע בעבישע פאליטישע חשבונות באשלאסן אז ער גייט בויקאטירן דעם כינוס.
נעכטן איז אבער געווארן א ונהפך הוא, די אהרונים האבן זיך ארומדערזען אז דער מהלך פון שפילן קנאי האט געפלאפט, קיינער קויפט נישט דעם שקר, און יעדער קוקט אן מאדנע ר' אהרן פארן זיך נישט צושטעלן צו דעם כינוס. און צוגאב זענען זיי געוואויר געווארן אז זיי לויפן אויף איין טיקעט מיט אפאר משוגעים, און סוף פסוק זענען ר' משה יעקב שמשון טייטלבוים מ'שפטיווקא און ר' אהרן טייטלבוים פון קרית יואל די איינציגסטע וואס זענען ארויסגעבליבן פונעם כינוס יעדער פאר זיינע טעמים הכמוסים עמהם.
די אהרונים צווישן זיך האבן זיך געהויבן די אויגן ברעמען, און אליינס נישט געקענט פארענטפערן וואס פשט אז דער ר' אהרן פאר'עקשנ'ט זיך אזוי אויף דעם.
נעכטן אבער, נאך וואס עס איז צושפרייט געווארן אז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט גערעדט פייערדיגע דיבורים וועגן דעם כינוס כלל ישראל, וואו ער האט געשיקט אלע זיינע חסידים אהינצוגיין, און דערצו איז געקומען דער אפקלאנג פונעם ווארימען אפרוף וואס דער דרשה האט געשאפן, און איבער 15 הונדערט טיקעטס זענען אויספארקויפט געווארן אין די לעצטע מעת לעת, האבן די אהרונים אנגעהויבן זען אז ס'צרות ווי א בארג, און מ'מוז זיך צוריק אריינזען דערינען ווי אמשנעלסטן.
צווישן אנדערע באריכטן הערט מען אז די אהרונים האבן געשיקט בסוד סודות א שליח צום וועד פונעם כינוס אז ס'דא א וועג וויאזוי מ'קען דעם ר' אהרן האבן ביים מעמד, דער וועג איז טאמער רב וואזנער פון בני ברק וועט רופן ר' אהרן דעמאלס וועט ער יא קומען. אין אנדערע ווערטער אויב ווילט איר האבן ר' אהרן דארט זעט אז רב וואזנער זאל אים רופן, און ער וועט קומען צו לויפן אויף אלע פיר ווייל ער זיכט דעספרעט א וועג אריין!
איי וואס וועט מען טון מיט די אלע באמבאסטישע פראזן ווי לשון העמים, חרם הקדמונים און נאך? נישט געזארגט. מ'וועט זאגן פאר די קעלבער אז גזירה הוא מרב וואזנער ואין לנו רשות להרהר אחריה, ווער ס'פארשטייט פארשטייט.
אזא פנים טראגט ער ווען יעדע דעסיזשן אפילו פאר א יודישקייט זאך איז מלא פאליטישע חשבונות. ער ווייסט בכלל נישט וואס ס'מיינט טראכטן ערנסט בתוך הענין צו ס'גוט פאר יודישקייט צו נישט. דער בעבי אהרן זוכט א פתח חרטה צוריקצוקומען, ווייל ער זעט זיך עלנד אליינס מיטן שפיטיווקער און דעם טשאטער, ווייל אפילו דער שארמאשער שטיצט די כינוס, ממילא לייגן זיי גרויס דרוק אז וואזנער זאל אים רופן, ווייל ער האט מקובל אז וואס וואזנער הייסט דארף ער טון...
צי וועלגע זאלי איך האב גערעדט האט איך באמערקט אז די זאלי'ס זיכן א וועג ארויס פין דעם כינוס
ס'שמעקט זיי זייער נישט וואס מהרז"ל האט מיט זיי געטיען זיך צאם געשטעלט ציט אלע לינקע עלמענטן
אין די 1500 וואס האט זיך פארקויפט אין ערשטן מעת לעת האסטו פארגעסן צו רעכענען ב"פ, קרית יואל און מאנסי, ס'האט אין ווינציגער ווי א מעת לעת שוין געהאלטן ביי איבער 2000 ועוד היד נטיה
לדעתי זענען דיינע נאמבער'ס ליגענט
וואס וואלט די רבי זי"ע געטון? - וואס 'האט' די רבי זי"ע געטון?
תשכ"א איז געווען דער לעצטער כינוס נאך דעם האט דער רבי ז"ל שוין נישט געוואלט מאכן
ווייסט איינער פארוואס ?
בדרך אגב תשכ"א האט די רבי ז"ל אליינס געמאכט דעם כינוס אין ער האט קיינמאל נישט געוואלט גיין צי א כינוס וואס ער האט האט נישט אנגעפירט אין ער האט געמיזט פינקטילך וויסן וואס די רדענערס גיין רעדן
אין אויך האט די רבי ז"ל קיינמאל נישט געוואלט גיין צי א פלאץ ווי מען האט נישט געטארט רעדן קעגן ציונות
גייט מען מעגן רעדן קעגן די מדינה ביי דעם יעצטיגען כיונס ?
דאס אז קאקאש אינדיג'ס פירער ר' אהרן טייטלבוים שטעלט זיך נישט צו צום כינוס איז א שטארקע באווייז אז די רבי זכרונו לכרכה וואלט דאס יא געשטיצט, ווייל ווען נישט וואלט קאקאש אינדיג'ס רבי ר' אהרן יא געשטיצט דעם כינוס פונקט ווי ער שטיצט און זיכט אונטערצוברענגען און משנה זיין אלעס וואס די רבי זי"ע האט געוואלט.
דאס ליצנות און היפקראטיע גייט אריבער אלע גבולים. פלוצלינג האט ר' אהרן א פראבלעם מיט א מדינה, און מיט התבדלות.
אבראהם, ס'איז צו שפעט. יעדער לאכט פון ר' אהרן'ס קנאי שפיל.
עס איז דא א פשוטע וועג צו מאכן דעם דזשיגאן גיין צום כינוס
מען זאל אים זאגן אז דער כינוס וועט זיין פאר די נשים, ער וועט לויפן אויף אלע פיר...
השומע זילותא דרבנן ושותק שטייט זייער הארבע זאכן,
סא:
הוי זהיר בגחלתן
המבזה ת"ח אין תרופה למכתו
זאלי
אויב טוט דיר אזוי וויי זילותא דרבנן, פארוואס שטערט דיך נישט ווען מען רעדט אויף א צווייטן רב אדער רבי'ן וועמען דיך אינטעריסירט נישט???
האלא
וואו ביזטו פארשוואונדן זאלי?
איך האב דיר געפרעגט אזא שווערע שאלה?
אזויווי עס שטייט אין חז"ל "זייער זייער" הארבע זאכן אויף "השומע זילותא דרבנן ושותק" און איך וויל נישט אריינגיין אין דעם כלל, במילא פיל אז איך מוז דא זאגן עטליכע ווערטער:
1) סאטמאר רבי הייסט אין די גאנצע עולם התורה וחסידות (אחוץ ביי די זאלי/בני המן/מוסרים/מסרבים לדין ווייל ביי זיי איז די ס"מ דער מנהיג, כפי ידוע וואס די הייליגע נוע"א האט געזאגט אויף א קהלה אהן א מנהיג) פון די שטערקסטע רבנים אין כלל ישראל, דער איד (סאטמאר רבי) האט:
האט געפירט דין תורות ווען עינקערע טאטעס זענען נאך געווען קינדער,
אלץ גע'פסק'ט אין סאטמאר און אין התאחה"ר די שווערסטע שאלות אין די ווערע אבן העזר און הל' גיטין ביז ער איז געווארן מרא דאתרא, "אלע" גיטין וואס ווערן געמאכט אין וומ"ס זענען געבעיסט עד היום הזה אויף די תקנות און מנהגים וואס ער איז געווען פון די רבנים מיט וועם מען האט זיך דורך גערעדט
ער האט גע'פסק'ט שאלות פון תשל"א ביז תשמ"ה, עטץ קענסט פרעגן עני איד וואס האט חתונה פאר תש"מ יעדער וועט דאס געדענקען,
זיין טאטע די ברך משה האט אויף אים געזאגט כמה פעמים אז זיין "זוהן ר' אהרן האט זיך נישט מיט וואס צו שעמען פאר די רבנים אינדערהיים פארן קריג"
ער איז פון ממש די איינציגסטע פון די אדמורי"ם בדורינו וואס האבן אין זיך די כח הרבנות צו פסק'ן שאלות אין ד' חלקי שו"ע און האט די ריכטיגע דעת תורה אין אלע ענינים ובפרט בעניני השקפה און ווי איין און ווי אויס,
ב) די זאלי דיינים זענען ווערט צו ווערן בא'טיטול'ט מיט די נאמען אספסוף ווייל זיי זענען געווען דיינים אין התאחה"ר וואס איז געווען געפירט דורך סאטמאר אדער אין א סאטמאר קהלה, זיי ווייסן זייער גוט וואס סאטמאר מיינט, זיי ווייסן די אמת'ע שלייער פון די גע'אסר'טע בני יואל, זיי ווייסן די אמת'ע מיינונג פון ברך משה אין די סאמע געזונטע יארן בשעת ווען ער איז געווען בתוקפו ביי אלע עניני הכלל, עכ"ז האבן זיי געהאט די "חוצפה" צו ארויסגיין קעגן די ברך משה'ס מיינונג און קעגן קהלתינו הק', הן מיטן מיטשטיין קעגן רבי'ן הן מיטן שרייבן א בריוו אז מען מעג פורץ גדר זיין אין די בני המן זאל אין קרית יואל, וואס דארף מען מער פון דעם?
1) אז דער זעלבער ר' יח"מ פר"מ וואס האט געשריבן תשל"ג א בריוו אז בפקודת רבינו שליט"א האט מען געמאכט א עירוב אין ראדני, מען זאל קענען אריין און ארויס טראגן סידורים אדער אנדערע צו און פון ביהמ"ד, וואס אויף דעם פסק פלעגן "אלע" אנשי שלומינו ארויסטראגן די מחזורים ביי יזכור "יו"ט שחל בשבת" ובפרט שמיני עצרת ווען עס איז געווען א גרויס עולם, ווי אויך פלעגט מען טרונקען קאווע אין קאלטע משקאות אויף ראדני אפילו ווען עס איז געווען שבת, און 30 יאר שפעטער תשס"ג שרייבט דער זעלבע ר' יח"מ די ווערטער: מעולם לא נעשה עירוב ע"י קהלתינו הק' ב"ראדני", מה נפשך אויב תשס"ג איז אמת מיינט דאס אז תשל"ג האט ער געשריבן שקר, דעמאלט ווי ער האט גענומען די אחריות מכשיל זיין אזויפיל אידן צו טראגן שבת אהן א עירוב בו בזמן וואס זיינע מענטשן שרייען נאך פרויען פארן טראגן ווען עס איז יא דא א עירוב, אלא מאי מוז איך אננעמען אז די תשל"ג איז אמת און די תשס"ג איז שקר, היש לך ליצנות גדולה מזו, וועגן פארטיי אינטרעסן צו שרייבן אזא שקר
2) ר' שלמה לייב וויינבערגער זאגט אז ליגן אין סאטמאר בית החיים איז גזילה ווען די אייגענע טאטא און מאמע האט ער געלייגט בגזילה, איז עס גזילה וויזוי האט ער דאס געטוהן איז עס נישט גזילה, היעלה על הדעת פאר פארטיי אינטרעסן צו באשמוצן א גאנצע קהלה מיט אידן אויף גזילה מיט א שקר?
און לאמיר רעדן פון זלמן לייב אליין, ווכער נאך ווי ער ווייסט אזוי גוט ווי זיין טאטע האט אים געווארנט אלע יארן ער זאל זיך אונטער ווארפן אונטערן אחיו הגדול, (איך האב דאס אליין געהערט פון הרה"צ ר' שלו' אליעזר ט"ב רב בקהלתינו 15'טע עוועניו, יעדער קען אים נאך היינט פרעגן, ער ענטפערט פאר יעדן), ווער נאך ווי אים ווייסט ווי זיין טאטע האט געבלוטיגט קעגן די בני המן און די מהרסים וואס מאכן חרוב דעם פעטערס הארעוואניע? און ער אליין האט שוין עטליכע מאל מחלל קידושין געווען באתרה דמר אין די בני המן זאל וואס זיין אייגענע טאטע האט געבלוטיגט, איך רעד שוין נישט וואס די איסורים חמורים וואס די הייליגע רמב"ם שרייבט "המקדש הוא בחרם" ואסור "לצרפו" לכל דבר שבקדושה (די שרייבער פון די שורות גיבט וועגן דעם אכטונג נישט צו שטיין אין זיינע ד' אמות),
ווויאזוי האט דער איד (זאלי) געקענט גיין צו א דינער פאר חמלה ואמונה וואס איז געעפענט געווארן מיטן איינעם ציהל צו צוברעכן די הייליגע סקול דיסטריקט וואס זיין "אייגענע" טאטע האט געבלוטיגט דערפאר און געשריבן א גאנצע תשובה מבורר ע"פ די פוסקים ראשונים ואחרונים וואס קיין איין רב האט דאס נישט אפגעוואנדן, וואס אמאל בערוב ימיו האט ער זיך אויסגעדרוקט אויפן סקול דיסטריקט "זה חלקי מכל עמלי", איך האב מיט וואס ארויפצוגיין אויף יענע וועלט ווייל כ'האב געהאלפן די "קראנקע קינדער", וויאזוי קען ער זיין אזא בועט באביו ורבו?
ווער נאך ווי אים ווייסט די מורא'דיגע ווערטער וואס די הייליגע ברך משה האט געזאגט אויף "יוסף בן מרים (וואלדמאן) שר"י, ברבים אז ווען נישט וואס ער האט געקענט זיין טאטן וואלט ער נישט געגלייבט אז ער איז "מזרע ישראל",
ווער נאך ווי אים ווייסט וויפיל דער יוסל האט מצער געווען און געטרינקען די בלוט פונעם ברך משה יארן לאנג, און דער יוסל איז גאר פון זיינע מקורבים,
זענען זיי דען נישט ראוי אנגערופן צו ווערן "אספסוף"??????????? הא?
אוי וואלט איך געוואלט זעהן ווי דו קוילערסט דיך פאר געלעכטער ווען דו שרייבסט אפ די נארישע מגילה וואס דו אליינץ לאכסט דערפון,
אפשר גיבסטו אונז הדרכה וויאזוי צי אפגעבען כבוד פאר רבנים און נישט מבזה זיין? דורעך ווארפען מיאוסע פאשקעווילען אין די גאסען אקעגען איעדע ערענסטע רב און "עכטע" תלמידי חכמים, וואס טאנצט נישט מיט די ווילדע סידור קידושין משוגעת פון ענק?
אדער גאר מיט די זיבעטע ריפ אריין, זיין מיינונג איז קיין מיינונג, עפרא לפומיה?
ווי געמיין האט די בלאט מיט ענקערע היידפארק שרייבעקס אייביג אראפגעריסען אלע גדולים און צדיקים וואס טאנצען נישט ענקער הארא, דו שעמסט דיך נישט צו רעדען פון זילותא דרבנן?
ארונים האבן שוין געמאכט א כינוס, און וועלן מאכן נאך, און וועלן לכאורה נישט גיין דארט ווי מ'רעדט דרשות אויף ענגליש.
איך פארשטיי אויך נישט די גרויסע הארבקייט, אבער איך ווייס אז איך דארף נישט אלעס פארשטיין, און א גדר פון אונזערע רבי'ס מדור הקדום איז א הארבע זאך זיך צו שפילן דערמיט.
ובפרט, ווען מ'קען מאכן קלענערע אסיפות, איך זעה נישט די מורא'דיגע התעוררות מיט'ן זיצן מיט טשופיקעס און איין סטעדיום.
זאלי דיין הספד אויף רעבארן צייגט נאר איין זאך, אז די ביסט זייער אינג, אפשר נאך גאר א בחור.
רעבארן איז קיינמאל אויף קיין דין תורה'ס נישט געזעצן, און אודאי נישט ווען "אונזערע טאטעס זענען נאך געווען קינדער".
רעבארן האט מיט גיטין פון שטאק קיינמאל געהאט א מגע ומסע, ווען ער איז יא געווען פארמישט איז דאס געווען בלויז פארשטינקענע פאליטיק און חוצפה קעגן בתי דינים וואס האבן זיך געוואגט צו פסק'ענען קעגן זיינע חברים. די מערסטע באקאנטע פרשה איז די חרם הקדמונים נישט מערר צו זיין אויף גיטין.
ער האט קיינמאל נישט גע'פסק'נט שאלות פאר התאחדות הרבנים, אין יענע יארן זענען געווען רבנים ריזן אין תורה וואס האבן נישט געדארפט אנקומען צו רעבארנס חוות דעת, די איינציגסטע מאל וואס ער האט גע'פסק'נט איז געווען נאר ווען פאליטיק איז געווען פארמישט לדוגמא גאלדען פלאו מילך וכדו'.
ער איז פשוט געווען א הדיוט קופץ בראש, ער האט געפענט זיין מויל ווען עס זענען געזעצן דארט רבנים פון פריערדיגע דור אויף וועמענס פסקים רביה"ק זי"ע האט זיך פארלאזט און דער יונג האט געהאקט אין טיש און געמאכט קולות כאילו ער איז דער עלטסטער חשובטער און גרעסטער ת"ח.
טאקע פאר די אלע מעשים טובים דערף ער היינט אנקומען צו דעם אז די אינטערנעט זאך אים אנערקענען אלס אדמו"ר מ'סאטמאר.
ווען ער זאל זיך דעמאלטס אויפירן ערליך און איידל וואלט ער היינט געווען "דער סאטמארער רבי".
ס'איז שווער דא זיך אויסצוטענה'ן מיט אזעלכע יונגלעך ווי פריש וואס זענען אויפגעוואקסן על ברכי הקודש פון רז"ל, זיי געדענקן נישט ווי הר"ר ישראל חיים מנשה האט געזאגט ביים רבינס הכתרה תשמ"ה, איך האף ער וועט זיך נישט שעמען פון מיר.
אבער לאמיר מאכן א סך הכל, די ארונים זוכם נישט קיין וועג אריין צום כינוס, פשוט ווייל אלע זיצן זענען שוין פארנומען, ווי די מארגני הכינוס זאגן זוכן זיי שוין נאך א פלאץ, נו האבן זיי דען פלאץ פאר די ארונים? נע
וואלןס"ח און וואס האט רעבארן בעצמו געזאגט ביים בר מצוה אין ירושלים תשנ"ט, אויף זיין ברידער דער נועם המידות???
הא הא הא הא הא הא הא הא הא הא הא????
נעקסט טיים טראכט צוויי מאל פאר דו דריקסט "שלח"
שמעלקא, גאנץ גוט צוריקגענטפערט.
איינער לייקענט דען היינט אז ער איז נישט קיין נועם המידות. ביטער איז נאר פאר דעם וואס פארזוכט עס.
איז דיין רבי בלויז א חונף און א שקרן? ס'דאך זיינע ווערטער! ער האט'ס מחדש געווען!
| פריש כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | איז דיין רבי בלויז א חונף און א שקרן? ס'דאך זיינע ווערטער! ער האט'ס מחדש געווען! |
|
דו האסט געהערט מיך זאגן אז ער איז נישט קיין נועם המדות.
איך זאג אלס עצה טובה אז קיינער זאל עס בעסער נישט אויסטרייען.
צווייטנס, ווען איך זאג אויף ראובן אז ער איז א גאון אדיר. קען ער קיינמאל נישט ווערן אויס גאון אדיר.
אבער אויב איך זאג אויף ראובן אז ער איז א פיינער מענטש, קען זיין אז נעקסטעס יאר איז ער א רשע מרושע. ס'איז נישט קיין גרויסע סתירה.
א גוטער מענטש קען זיך אויפפירן ווי א חיה רעה.
אבער א גאון קען נישט ווערן קיין עם הארץ. קיינמאל. אן עם הארץ קען ווערן א תלמיד חכם, אבער נישט אזוי שנעל. ער מוז הארעווען זייער זייער לאנג און שווער.
יכה יוסי את יוסי!
חסידי הר"ע מפגינים נגדו!
רעבארן זאגט אויפן ברודער נועם המידות און זיינע חסידים זאגן OH NO
פריש.
איך זעה אזו ווילסט מיט אלע כחות מאכן א מחלוקה'לע. פליז טוה עס נישט.
אדרבה, ווער זאגט אז ער איז נישט קיין נועם המדות?
חלילה. ער איז א מורא'דער בעל מדות. קיינער זאל עס נאר נישט טרייען.
לאנצוט איך ברענג באלד אהער דער פילע טעקסט פונעם דרשה פון רעבארען און דעמאלץ ביזטו פארטיג מיט דיינע תגובות
שמעלקאלע.
איך זאג די זעלבע זאך. ער איז א מורא'דער בעל מדות. קיינער זאל עס נאר נישט טרייען.
א ת"ח קען נישט ווערן אויס ת"ח, אבער אזא גאון ווי ר' אהרן קען יא ווערן אין איין מינוט אויס ת"ח, ווען ער עפנט זיך דאס מויל נעבן תלמידי חכמים, דאן זעט מען אז דאס איז בלויז א צוריסענע שמות זאק.
צווייפל.
נאכאמאל, א גאון קען קיינמאל נישט ווערן קיין עם הארץ.
איך האב געהערט הרב וואזנער'ן זאגן אויף אים אז ער האט דעם "כתר תורה". מסתם האלט ער אז שמות טראק האט דעם "כתר תורה".
איך וועל נישט באליידיגט ווערן אז דו וועסט אנרופן ר' אהרן גארבידזש טראק אדער צימענט טראק. א גאון בלייבט א גאון.
לאנצוט, איז אויב אזוי וואס איז דער מעלה פון א בעל מדות??
צו וואס איז דא א ספר מסילת ישרים??
שמעלקאלע, אויב ביסטו זיס. דו רעדסט פון הויכע זאכן !
איך רעדט פון לויזע טיטלען ווי הבחור כהלכה, אשרי שלו ככה, למדות טובות זכה.
דו טראכסט אז עס מיינט עפעס?
| לאנצוט כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | א גאון בלייבט א גאון. |
|
א גאון אין רשעות, שפיכת דמים, פארדארבענע מידות, ניוול וכו'
| פריש כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | א גאון בלייבט א גאון.
א גאון אין רשעות, שפיכת דמים, פארדארבענע מידות, ניוול וכו' |
|
דאס זאגט פריש.
הרב וואזנער זאגט "כתר תורה".
איך וועל ליבערשט גיין מיט'ן הרב וואזנער ווי היידפארק יונגל. בלעימסט מיך?
נישט באקאנט מיט רב וואזנערס צוגאנג צו דיפלאמאטיע, יא אביסל באקאנט מיט ר' אהרנס גאונות.
שמות זאק איז א אויסדרוק אויף אן אומוואוסענדער ידען מיט א גרויס מויל, (שמות זאק האט גרויסע לעכער מיט צומישטע בלעטער גמ') א שטייגער ר' אהרן.
ס'קען זיין אז יעדן גאון וועמען דו האסט פיינט רופסטו שמות טראק. איך בין מסכים. קענסט אים רופן צעמענט טראק און גארבידש טראק אויך.
הרב וואזנער'ס הגדרה געפעלט נאך מיך אלץ בעסער. איך האף אז דו פארשטייסט מיך.
לאנצוט, איך האב געהערט אז רב וואזנער האט געזאגט אז מהרי"י איז די תורה זעלבסט, און מהר"א איז דער כתר.
לאנצוט דאס איז דער "כתר תורה" (פעלז פון א תורא) וואס דו מיינסט לכאורה??
[בילד – נישט אפגעהיט]
דאס איז ביים בר מצוה תשנ"ט אין ירושלים, ווי רעבארען האט אויסגעלויבט זיין ברידער'ס גאונות אין תורה
הרב וואזנער'ס הגדרה געפעלט מיך נאך אלץ מער פון אלע היידפארק יונגלעך'ס קללות.
איך האף אז דו בלעימסט מיך נישט דערפאר.
לאנצוט, הרב וואזנערס הגדרה האב איך דיר שוין קלאר געמאכט, עי' לעיל.
נחזיר להקעפיל "אהרונים זוכן וועגן אריין צום כינוס כלל ישראל!"
איך וואלט ענדערש געזאגט "זלונים זוכן וועגן ארויס פון כינוס כלל ישראל!"
ענקער רבי וואס נעמט אנקעטעס פון המון איידער מאכן החלטות, רופט זיין בעיבי שוואגער פון מאנסי זאל איהם העלפן, האט ענק אריינגעדרייט און א פלאנטער, זעהט נישט אויס ענק וועלן זיך אזוי גרינג ארויסזעהן,
תמצית : ארונים זאגן ב"ה די פראבלעם פון טעכנעלאגיע איז ביי אונז קעיר גענומען, מיר ברויכן נישט גיין.
זאלונים זאגן מיר זענען לייגער דורכגעפאלן אין די מלחמה מיט טעכנאליגיע, מהאט נישט גענוג ערנסט געטון, סאיז טאקע א גרויסע בושה, אבער ספלאקערט א פייער מיר גייען.
בני יואל זאגן מיר האבן גרעסערע פראבלעמען פון טעכנאלאגיע, ענדערש זיצן מיט חסידישע אידן וואס האבן נישט קיין פראבלעם מיט אומגעפילטערטע אינטערנעט (וואס זענען פיל מיט שמוץ, מינות, ציונות), ווי איידער זיצן מיט אידן אן בערד וואס האבן א פראבלעם מיט אומגעפילטערטע אינטערנעט.
(הרב לאנצוט, איך פארשטיי אז די נעמסט ענדערשט אן רב וואזנערס מבינות אויף ר' אהרנס גאונות, איך וואלט אויך אנגענומען זיין מבינות אויף א מענטש וואס איך קען נישט.)
עס איז דא א דרך הממוצע.
מ'זאל מאכן אן אסיפה פון חסידישע היימישע אידן. און מ'זאל האקן אויף די אינטערנעט טעכנעלאגיע און אויף סעלפאנס און אויף טעקסט מעסעזשעס א גאנצע נאכט.
וואס איז שלעכט מיט דעם?
אפשר וועגט דאס איבער אלע "כינוס כלל ישראל'ס" ווי מ'וועט זיצן מיט צען טויזענט טשופיקעס און כזית קאפעלעך.
זעלבסט פארשטענדליך אז סהאט בלויז א שטארקע כח ווען סווערט געמאכט פון אלע ערליכע קרייזן צוזאמען, ד"ה ווען איינער האט אן אומגעפילטערטע אינטערנעט, אינדערהיים, אדער אין אפיס, אדער אויפן סעל, ברויך ער זיך שפירן אויסגעשפיגן פון כלל ישראל, די דרך ההממוצע דא איז אז מנעמט זיך אויס תנאים סזאל זיין לפי רוחינו.
איך האב בכלל נישט קיין פראבלעם צו זיצן נעבן ערליכע מגולחים פאר א צוויי שעה, אדרבה סוועט מיר זיין א שטארקע חיזוק צו זען ווי ערנסט זיי נעמען עס אויף, ווי אויך אז סוועט זיין איין דרשה צו זיי, אין די שפראך וואס זיי פארשטייען.
אפשר זאל איך דאוואנען ראש השנה און יום הקדוש לעבן מגולחים, און זעהן אז זייער דאווענען איז שענער פון מיינס, און ס'וועט זיין "קנאת סופרים, תרבה כוונה".
אפשר דארפן מיר שיקן אונזערע בחורים אהין, און זעהן אז זייער לערנען איז (ליידער) טויזענט מאל מער פלייסיגיער און מיט מער הבנה און עמקות ווי אונזער לערנען, און מיר זאלן זיך א טראפ אפלערנען פון זייער יגיעה בתורה.
ווען מעג מען גיין מיט אלערליי טשופיקעס און לינקע עלמענטן און ווען נישט?
פארוואס קען מען נישט מאכן קיין אסיפה קעגן אינטערנעט אין אונזערע ד' אמות אין וויליאמסבורג?
אדרבה, זאג מיר איין נארמאלע טעם פארוואס נישט?
איך וואלט געזאגט אז דו זאלסט טאקע גיין דאוונען מיט מגולחים, ווי איידער בכלל נישט דאוונען.
וייל ווען עס איז מיט שישים רבוא האט עס אסאך א גרעסערע כח נישט סתם נאך א שבת הגדול דרשה
און בי''י דע''ר ווע''י וואס טיסט די אז מארגן זאגט מהר''א אז מען זאל גיין?
(איך פרעג פאר אינטערעסט די מיזט נישט ענטפערן)