אהרונים זוכן וועגן אריין צום כינוס כלל ישראל!
|
וואס לאנצוט האט געמיינט איז דער חיוב פון גיין צוזאמען
די פארשטייסט נישט לאנצו מיז פארענטפערן זיין רבי
באלד וועט ער זאגן אז מען גייט דארטן עסן חזיר
ער מוז פארענטפערן זיין רבי
ולכן קימט ער מיט טענות וואס האבן נישט קיין הענט און קיין פיס
אשר על כן האב איך איהם געפרעגט וואס טיט ער אז מארגן זאגט קר''י רב אז מען מיז גיין
וועט ער טוישן רעליגיע? וועט ער גיין צי אלטער משהוכו'?
פארוואס קען מען נישט מאכן קיין אסיפה קעגן אינטערנעט אין אונזערע ד' אמות אין וויליאמסבורג?
אדרבה, זאג מיר איין נארמאלע טעם פארוואס נישט?
[בילד – נישט אפגעהיט]זאגסט גיט
נאר א שאד אז די ביסט א זאלי
די אהרונים דארפן האבן נאך אזעלכע ווי דיר
|
אז עס איז אין וו''ב איז עס נאך א שבת שובה שפאקטיוו שטערן אטאקע וואס יעדער הערט און גייט ווייטער סיידן אז עס איז שישים רבויא באמבאסטיש טיט געבן א קלאנג און מען וועט דאס געדענקן לעלם ועלמי עלמיא
לאנצוט
איך קוק איבער מיין פריערדיגע תגובה און דיין ענטפער, איך פארשטיי בכלל נישט וואס דו שרייבסט, סדערמאנט מיך פון ר' אהרן'ס דרך הלימוד אין ישיבה (דאנט געט מי ראנג, ער איז א שטארקע ידען אין רבנ'ישע אנלעגענהייטן, אבער אויך א גרויסע שבשן, אין אלגעמיין איז עס נישט קיין סכנה, ווייל קיינער רעכנט זיך ממילא נישט מיט זיין מיינונג) מכאפט א ווארט און מבויעט א נארישע געביידע.
איך שרייב, "זעלבסט פארשטענדליך אז סהאט בלויז א שטארקע כח ווען סווערט געמאכט פון אלע ערליכע קרייזן צוזאמען, ד"ה ווען איינער האט אן אומגעפילטערטע אינטערנעט, אינדערהיים, אדער אין אפיס, אדער אויפן סעל, ברויך ער זיך שפירן אויסגעשפיגן פון כלל ישראל, די דרך ההממוצע דא איז אז מנעמט זיך אויס תנאים סזאל זיין לפי רוחינו."
דאס היינט אז היינט צו טאגס ווען איינער וויל האבן אינטערנעט, טראכט ער איך בין אפשר א באם, אויב סאטמאר וועט ארויסגעבן דעם איסור וועט ער טראכטן סאיז בערך די זעלבע איסור ווי גיין מיט לאנגע דאסטערס, דעריבער מוז דאס זיין א כלל ישראל איסור.
דערנאך שרייב איך
"איך האב בכלל נישט קיין פראבלעם צו זיצן נעבן ערליכע מגולחים פאר א צוויי שעה, אדרבה סוועט מיר זיין א שטארקע חיזוק צו זען ווי ערנסט זיי נעמען עס אויף, ווי אויך אז סוועט זיין איין דרשה צו זיי, אין די שפראך וואס זיי פארשטייען."
דאס הייסט איך האב נישט קיין פראבלעם דעמיט, אבער נישט דאס איז די סיבה, דאס איז בלויז נישט קיין שטער, קומט ר' אהרן (שבך) און פארדרייט און פרעגט.
דו פרעגסט
פארוואס קען מען נישט מאכן קיין אסיפה קעגן אינטערנעט אין אונזערע ד' אמות אין וויליאמסבורג?
דער תי' איז מוואלט יא געדארפט, די מציאות איז אז אונז האבן גארנישט ערנסט געטון די לעצטע צען יאר, (אן ארוני האט מיר היינט מסביר געווען אז ביי זיי איז דאס אנדער קאנטראל, אבער משום איזה סיבה האט ער מיר נישט געוואלט בארגן זיין איי פאון אפי' נישט אויף איין מינוט) משא"כ דעיע עסקנים טוען שוין צען יאר מיט מסירות נפש, זיי זענען מער אויסגעקאכט אין די נושא ווי אונזערע רבנים, ע"כ ווען זיי מאכן עפעס (אויסגעהאלטן) ברויכן מיר זיך צושטעלן און נישט זאגן אז מיר וועלן מאכן עקסטער.
קיינער איז דאך נישט מחולק מיט אייערע ווערטער אז עס איז דא א גרויסע פראבלעם
אבער דאס יא
עס הייסט אז מהר "א האט ביז היינט די מערסטע אויפגעטוהן אין דעם ענין
|
די קשיא בלייבט נאך אלץ שווער:
פארוואס קען מען נישט מאכן קיין אסיפה מיט אונזערע אידן אין וויליאמסבורג?
שוין לאנגע יארן
אויך לויט ווי מען זאגט
האבן הונדערטער אידן אין קרית יואל ארויסגעשטעלט די קאמפיוטער פון שטוב
און ער ארבעט יעצט אויף וומ "ס
וואו עס איז געווען א מעכטיגע " כינוס" פאר אלע עלטערן מיט גאר ווארימע דרשות
איך האב עס געהערט אויף קול סאטמאר
ממש מוראדיגע דרשות איך האב געלאזט טרערן
אז דו האסט געלאזט טרערן, מיינט נאכנישט אז דער פראבלעם איז געלעזט.
לאמיר אנכאפן 13 הופער: איז פאראן א איד וואס שעמט זיך ארויסצונעמען זיין בלעקבערי און דאס קוקן אין ביהמ"ד ווייל דיין רבי האט גערעדט דערוועגן??
תוקן על ידי עכטער_חסיד ב- 15/05/2012 22:45:34
|
צום ביישפיל חיים הערש ב"ר מענדל ב"ר אהרן שעמט זיך.?
רעדן העלפט. לית מאן דפליג.
איך וועל דיר זאגן נאך עפעס:
רוב ליטווישע אידן וועלכע גייען גיין צום כינוס כלל ישראל, גייען יעצט הערן דאס ערשטע מאל רעדן איבער די הארבקייט פון די טעכנאלאגישע כלים.
רוב סאטמארער אידן, תלמידים פון מהר"א, האבן שוין געהערט הונדערטער דרשות, אזהרות און חיזוק שמועסן איבע דעם. דער רבי דארף נישט טאן קיין תשובת המשקל, ווייל ער איז כסדר ביזי מיט דעם,
אויסערדעם האבן איך שוין ערקלערט מיין מיינונג אז איך ווער נישט מער איבערגענומען ווען נעקסטע רייע צו מיר זיצט איינער מיט א כזית קאפל.
אפשר זאגסטו מיר וואס איז די פראבלעם פון בלעקבעריס מער ווי א קאמפיוטער? דער פראבלעם איז ווען ס'איז נישט געפילטערט, אז ס'איז געפילטערט? וויפיל אידן דארפן עס פאר פרנסה, און אויב דארף מען עס נישט מעגן זיי זיך טאקע שעמען (אגב, איך האב ב"ה נישט קיין בלעקבערי וכדו')
במציאות האט מען אויסגעראטן 80 פראצענט קאמפיוטערס פון אידישע הייזער אין קרית יואל, די צוואנציג פראצענט וואס האבן נאך יא איז אויך נאר אונטער די בעטן באהאלטן, און אויב האט די תקנה אויפגעטון פאר דעם איז אויך גוט, שטערט דען אז מען האט א קאמפיוטער אינדערהיים? דער עיקר אז מען זאל עס נישט געבן פאר די קינדער, אויב באהאלט מען עס איז שוין גוט
|
וואלן ליצנות און אייזיק הערש סטעיטמענטס זאלסטו זאגן אינדערהיים. פאפן דעם עולם קענסטו נישט, אין קרית יואל האלט מען נישט קיין אונטערנעט אונטער די בעטן, והדברים ידועים לכל! ווילסט נישט קומען צום כינוס, איז נישט. אבער זאגן אז דער פראבלעם איז נישט קיין פראבלעם איז שוין פערדעריי אויפן העכסטן דעגרי.
|
סתם געשאסן א סטעיטמענט פון ארבעל ארויס. ביי די ליטווישע באמאבאדירט מען פונקט אזויפיל מיט דרשות בחומר איסור האינטערנעט ווי דא. איך האלט נישט אז ס'איז ביי א אלגעמיינע לעיקוואדער שטוב איינגעבראכן דער אינטערנעט מער ווי אין וויליאמסבורג.
וועגן דיך איבערנעמען, דיך נעמט גארנישט איבער סיידן אז דו כאפסט אזוינע שלעק ווי יענעם שמיני עצרת.
|
אנגעהויבן מיט'ן בעלזער,
די ביטערע זויערע נאך-טעם-ליכע פראבירן צו ארויסווארפן טויזענטע קינדער פון קעמפס,
מיט'ן צווייי-פאכיגע מפלה איינס ביי קאונטי און נאכהער ביים שווארצן כאלאטל,
דאס כאפן סטרולאוויטש מיט לעבאוויטש ביי העכט'ס בעקיאַרד
דאן קומט די יו טורן ביים כינוס האט מען פלוצים בויך פראבלעמען מיט התבדלות,
צו זאגן זיין דעת תור"א האט ער מורא ווי א טשיקען!
אפי' זיינע נייע פרענדס דער טשאדער מיט'ן מ.ב. בעק, מיט'ן שאפראנע'ר האבן נישט מורא...................
כאפט'ס א רייד!
|
לשון הרע און באשמוצן מענטשן, וועסטו נישט טרעפן.
אדרבה צייג מיר איין?
אדרבה צייג מיר איין?
האסט עפעס צו מוסיף זיין אבער סתם פארדרייען דעם אשכול