היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » פייערדיגע דברות קודש ביים שולחן הטהור פון רבינו שליט"א בנוגע...

פייערדיגע דברות קודש ביים שולחן הטהור פון רבינו שליט"א בנוגע...

71 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2958434
בלאט: 1 2

געלעכטער » 11/5/2012 04:38

פייערדיגע דברות קודש ביים שולחן הטהור פון רבינו שליט"א בנוגע כינוס כלל ישראל!
יעצט ביי די דברות קודש ביי דעם שולחן הטהור בביהמ"ד הגדול האט רבינו שליט"א משמיע געווען חוות דעת קדשו בנוגע דאס השתתפות ביי מעמד אדיר "כינוס כלל ישראל" קומענדיגן יום א' במדבר אין סיטיפיעלד. רבינו שליט"א האט געזאגט בין הדברים: לדעתי איז א זכי' פאר יעדן איינעם צו קענען אנטייל נעמען ביי דעם כינוס!

ביידען » 11/5/2012 19:08

די ארונים זענען שרעקליך צומישט בנוגע דעם כינוס נאכדעם וואס דער בעיבי האט באשלאסן אז ער גייט דאס נישט שטיצן צוליב זיין אטענשן קרענק
עס איז נאר אינטערסאנט א בליק צו טוהן אין זייער פארום ווי פלוצלונג זענען זיי געווארן די גרעסטע סיקריקים/קרעציגע וכו'
פלוצלונג האבן זיי א פראבלעם מיט ענגליש אין ציונות
עס קען נישט זיין קין גרעסערע היפאקריטיע פון דעם
 דער בעיבי האט שוין צום וויפילטן מאל אריינגעלייגט זיינע קעלבלעך אין א פארגעלעגענהייט
דא פארט מען אויף א''י אין מען טרעפט זיך מיט אלע ציוניסטישע רעבעס אין מיט אלע ציוניסטישע פאליטיקאנטן אפיקורסים  מען פארט אין א גאס רעגן אינמיטן די נאכט זיך טרעפן
מיטן גרעסטן ציוני דער בעלזער, אבער א באזוך ביים גאב''ד ירושלים איז מאן דכר שמיה
דארט איז נישט קיין שום פארבלעם מיט התבדלות נאר אז דער קנאי דער סקולענער רבי מאכט אן אסיפה איבער א ברענעדיגע טעמע דערמאנט ער זיך אז יעצט דארף ער שפילן קנאות
בנוגע ענגליש האט ער אויך נישט קיין שום פראבלעם והא ראיה אז מען טרעט אויף ביי זיינע מסיבות אויף ענגליש צו די פאליטישענס וואס איז כלל נישט קיין וויכטיגע זאך אויבע האט ער א פראבלעם מיטן דברי חיים וואלט לכאורה נישט געדארפט לאזן ענגליש אפילו פאר פאליטשענס
מען קען נאך אסאך מאריך זיין איבער די היפאקריטיע פון דעם בעיבי הקדוש אבער עס איז ערב שבת אין איך דארף לויפן

ben_yahuda » 13/5/2012 01:16

[בילד – נישט אפגעהיט]

ben_yahuda » 13/5/2012 01:18

[בילד – נישט אפגעהיט]

נישטאמת » 13/5/2012 15:03

פארוואס קענסטו נישט זאגן פאר קיין אנדערע?
לערן אויס דיינע עזות פנימע'ר און מחוצפים אז מען מעג יא אמאל פאלגן א רבי

ישמאלכץ » 13/5/2012 19:20

דרשת כ"ק מרן אדמו"ר מהרי"י ט"ב שליט"א מסאטמאר אודות חיוב השתתפות

http://dl.dropbox.com/u/15983596/%D7%93 ... 0-%201.pdf

ben_yahuda » 13/5/2012 19:57

[בילד – נישט אפגעהיט]

ben_yahuda » 13/5/2012 19:59

[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי ben_yahuda ב- 13/05/2012 20:01:13

שמעלקאלע » 13/5/2012 20:04

ס'איז דא שמועות אז רבינו שליט"א וועט זיך פערזענליך משתתף זיין ביים כינוס כלל ישראל

קען איינער באשטעטיגען האם כנים הדברים??

פריש » 13/5/2012 20:16

נישטאמת כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פארוואס קענסטו נישט זאגן פאר קיין אנדערע?
לערן אויס דיינע עזות פנימע'ר און מחוצפים אז מען מעג יא אמאל פאלגן א רבי
דערווייל ביסטו דער איינציגסטער מחוצף און עז פנים וואס פראבירט איינטיילן פאר רבינו שליט"א וואס צו טון

תוקן על ידי פריש ב- 13/05/2012 20:17:11

לאנצוט » 14/5/2012 17:55

ווער קען מסביר זיין די ווערטער ביטע.
[בילד – נישט אפגעהיט]

האט מען געמאכט דעם בריוו מיט די דיינים אלס א אנקעטע (POLL), און מעסטן די וואסערן, וואס די ארונים וועלן טאן, וואס דער הרה"צ האב"ד שאפראן וועט טאן?

וואספארע פועל יוצא האט מען געוואלט זעהן פונעם בריוו וואס מ'האט געמאכט נאך 10 מיטונגען בכובד ראש?

געלעכטער » 14/5/2012 18:02

נישט נאר א אנקעטע, מ'האט פאקטיש ארומגערופן יעדן זאלי און געפרעגט זיין מיינונג, הערשט נאכדעם האט דער רבי גערעדט. ‎​
 
אוי אוי לאנצו"ט, איך אין דיינע הויזן וואלט נישט קיין טראפ ווינציגער כעס'יג געווען. אזוי מיאוס צו בלייבן אויסגעשפילט ווי אהרן איז יעצט געבליבן, מאכט זיך איינס אין א מיליאן.

לאנצוט » 14/5/2012 18:13

געלעכטער. איך בין דיר מודה.
איך בין געפערליך כעסי'ג איך בין פשוט צעשפילט אז דער אהרן גייט נישט. איך טראכט אז קומענדיגן ב' במדבר הבעל"ט וועט ער זיכער מוזן מופן קיין אסטראליע אדער אין ווייטן טיבעט פאר בושה. ער איז דאך געהעריג געווארן אויסגעשלאסן פון כלל ישראל (טשופיקעס).

אבער איך פרעג בלויז וועגן די אנקעטע בריוו וואס כ"ק אדמו"ר מהרז"ל זאגט אז ער האט געמאכט. חוץ אויב ס'איז העכערע זאכן פארלאנג איך נישט קיין ענטפער.

ביידען » 14/5/2012 18:26

לאנצעס בישט דאך א טיפישער ארוני ער קוקט אויף 2 שורות אין אויף דעם כאפט מען זיך ארויף
קוק איבער די ווערטער פארדעם אין נאכדעם אין זיי מיר מסביר וואס דו פארשטייסט פון די ווערטער
אין ביי די וועי די וועג וואזוי אונזער רבי רעדט איז אז עס צו אינטעליגענט פאר ענקערע ארוני מוחות ענק זענען צו באגרעניצט צו פארשטיין וואס רבינו שליט''א זאגט
היינו טעמא דקריאת קודש בנוגע הכינוס והיינו טעמא דברות קודש ל''ג בעומר

לאנצוט » 14/5/2012 18:30

ביידען.
איך בין א שווטה. איך בין א חלה דעקל. איך בין א מצומצם.
יעצט קענסטו מיר זאגן פשט אין די ווערטער:

...איז געווען דער בריוו וואס איז ארויסגעקומען...
מ'האמיר געוואלט זעהן וואס וועט זיין דער פועל יוצא וואס וועט ארויסקומען?


זיי מיר ביטע מסביר וואס זאגט ער דא?

Satmar90 » 14/5/2012 18:44

ביידען » 14/5/2012 18:45

פיין איך וועלט איינאל טרייען מיין לאק צו זעהן צו דיין פיצי מוח פארשטייט עס
דער רבי האט זיך באצויגן צו די בריוו וואס ער האט ארויסגעגעבן וואס איז געווען א מכתב חיזוק צו די כינוס אבער האט נישט געשריבן אינעם בריוו איבער א השתתפות יא אדער ניין
האט דער רבי געזאגט אז די בריוו איז געשריבן נאך פאר די עסקנים האבן אים געזאגט אז זיי זענען גרייט זיך צוצושטעלן צו זיינע פארלאנגען
למעשה ווען די בריוו איז ארויסגעקומען איז דער פועל יוצא פונעם בריוו געווען אז די עסקנים זענען געקומען אין זייהאבן זיך צוגעשטעלט צו זיינע תנאים ממילא איז שוין נישטא קיין פראבלעם איבער השתתפות

נ.ב. איך בין דיר עס מסביר נאר איינמאל אין אויב פארשטייסטו נישט
גיי צו דיין חברותא אין מתיבטא ער זאל עס דיר מסביר זיין

לאנצוט » 14/5/2012 19:06

אקעי ביידען.
דו זאגסט אז דער בריוו איז געווען א מעסטער צו זעהן צי די עסקנים וועלן זיך צושטעלן מער.
גאנץ א גוטע בענד-עיט.

מאך נישט קיין טעות, די בובו איז פיל גרעסער ווי בענדיטש.

געלעכטער » 14/5/2012 19:21

אהרן טייטלבוים'ס בובו אפשר איז גרעסער, ווייל זיין בונדל מח האט פארזעהן וואס דא גייט זיך אויסקאכן.

לאנצוט » 14/5/2012 19:25

געלעכטער.
אויב מ'גייט מיט די תורה הקדושה קען מען נישט מאכן קיין טעות.

רביה"ק בעל דברי יואל איז אויך געווען איינער אליין תש"ח. איז ער געווען א לוזער?

ישמאלכץ » 14/5/2012 20:56


שטארק זיך האט געשריבן:עימיצער פארשטייט דעם בריוו?

א מכתב חיזוק, א המלצה, א צוריק ציה?
שארמאשע רב שליט״א שרייבט עפעס דברי ברכה אז ״ער זאל זוכה זיין ווייטער אנצוגיין מיט די עבודת הקודש״.

עפעס נעמען זיי זיך אונטער תקנות... ווער האט פארגעשלאגן תקנות... עס מאכט א רושם ווי אן איבערבעטונגס בריוו.
*--**

איך זעה נישט וואס איז שווער צו פארשטיין, הגה"צ דער שאפראנער רב שליט"א תלמידו של רביה"ק מסאטמאר זצ"ל וממעתיקי השמועה האט געזאגט זייער קלארע דיבורים איבער זיין מיינונג לפי קבלתו ממרן זצ"ל, אויף דעם דאנקען אים די קהילה קדושה בני יואל פון קרית יואל, וועלכע קלאמערן זיך צו שיטתו הבהירה פון רביה"ק ווי זיי האבן מקבל געווען חוות דעתו בדעת רבינו און דערויף שרייבט צו הגה"צ משארמאש שליט"א אז אויף ער איז מחזק דעם שאפראנער רב.

איר פרעגט פ"וו דער רב שליט"א ברויך חיזוק? זייער פשוט זייענדיג א מקורב ומחותן מיט'ן סאטמארער רבי שליט"א (מהרי"י) אשר הוא ובית דינו זענען ארויסגעקומען גאר שטארק לטובת וחובת ההשתתפות, האט עס פארלאנגט א שטארקע כאראקטער פונעם שאפראנער רב משמיע צו זיין דאס פארקערטע, ובפרט פון א רב וואס איז אין דרכו בכך, ווידעראום פאר קהל בני יואל איז דאס געווען כמים קרים ווייל עס גיט אסאך צו צו זייער ביז היצטיגע שארפע התנגדות צום כינוס בראשות בית דינם ורבניהם.
*--**

יא, אויף די מחלוקת קען מען ריכטיג זאגן אז ס'איז א מחלוקת לש''ש, כאטש האדמו''ר מהר''יי ובית דינו זענען אויף איין זייט, איז עס נישט קיין סתירה פאר אנדערע תלמידי מרן מסאטמאר זי''ע צו זאגן פארקערט, און קיינער האט קיין פאראיבל, ומפי השמועה שמענו, אז האדמו''ר מהר''יי האט געזאגט פאר מחותנו, אז ער האט נישט קיין פאראיבל אויף זיין דרשה ואדרבה כך הוא דרכה של תורה, זה בונה וזה סותר. 

לאמיר האפן אויף ווייטער, אז די חילוקי דיעות אינערהאלב די סאטמארער קרייז וועט נישט ארויסגיין פון אירע גבולים, און וועט בלייבן אן איינפאכע חילוקי דעות ומחלוקת לש''ש, אן מיטברענגען די איבלן פון מחלוקת שלא לש''ש ח''ו.


תוקן על ידי ישמאלכץ ב- 14/05/2012 20:56:31

שמעלקאלע » 15/5/2012 18:57

לאנצוט!! וואס זאל מען טוען אז דער וועלט האלט אים נישט ביים מדמה זיין
צו רבינו הק' זי"ע אין תש"ח....

בשעתו, האט דער גאנצער וועלט גערודערט אז דער רבי איז דערקעגן, אלע צייטונגען האבן געשריבן אז סאטמאר רב זאגט אזוי, און האלט נישט פון דעם.
משא"כ ביים דעם וויזשניצער קינד אונטערסירט קיינעם נישט וואס ער זאגט, פארקערט יעדער שטייט און שטוינט ווי פאסט עס פאר אהרן טייטלבוים צו מאכן אזעלכע זאכן, און שטערן דער מעמד וואס בראש שטייט א צדיק וווי סקולענער רבי שליט"א, און יעדער קומט טאקע צו, צום מסקנא אז דער סיבה דערצו איז "אני אמלוך"


תוקן על ידי שמעלקאלע ב- 15/05/2012 18:57:51

לאנצוט » 15/5/2012 19:10

שמעלקאלע, מאכסט נאכאמאל א טעות.

ווער שטערט וועלכע מעמד?
ער וויל נישט זיין קיין שותף דערצו.


איך האב בלויז געזאגט אז פינקט ווי דער רבי זי"ע איז געווען אין תש"ח, איינער אליין
דאס זעלבע איז מיט ר' אהרן וועלכער גייט אין זיינע דרכים, און "אחד היה אברהם". איינער אליין קעגן א מבול פון אלע מתבוללים.

געלעכטער » 15/5/2012 19:27

ער איז נישט ממש אליין, ווייל משה יעקב שמשון טייטלבוים מיט אלטר משה גאלדבערגער האלטן פונקט אווי ער.

לאנצוט » 15/5/2012 19:35

נישט שלעכט.
אויב אזוי איז כ"ק אדמו"ר מהרז"ל מיט שטיינמאן?

אז דיר איז ניחא, איז מיר גוט.

געלעכטער » 15/5/2012 19:40

דהיינו? שטיינמאן קומט צום כינוס?

עכטער_חסיד » 15/5/2012 20:17

..

עכטער_חסיד » 15/5/2012 20:19

לאנצוט האסט א ביטערן טעות.


דיין רבי איז נישט קיין לוזער ווייל ער האט זיך אויסגעשלאסן פונעם כינוס.


ער איז א לוזער ווייל ער האט זיך שוין לאנג אויסגעשלאסן פוןכלל ישראל! א איד –בפרט א רב בישראל – וואס האט גערופן א טאטן אין קאורט, האט זיך אויטאמאטיש אויסגעשלאסן פון כלל ישראל!

outspoken » 15/5/2012 20:39

כ''ק מרז''ל שליט''א זאגט "למעשה פרובירן זיך די עסקנים זיך צוצושטעלען אויף אזא מין אופן ס'זאל קענען שטימען אז ס'זאל נישט זיין כנגד דאס וואס מיר האבן מקבל געווען''

וואס מיינט אז זיי פרובירן, וואס וועט זיין אז זיי וועלן נישט קענען? מסתבר איז אז אויב ס'נישט 100% פראצענט זיכער איז שב ואל תעשה (להתחבר ולהחניף גדולי הרשעים) בעסער.

בכלל ער ברענגט ארויס די פראבלעם מיט אינטערנעט שטארק ארויס אבער וואס מיר האבן מקבל געווען זייער ברמז.

למעשה איז דא תלמידי רביה''ק (ווי שאפרענע רב) וואס שרייען אז דאס איז התחברות לרשעים, פארוואס זאל נישט ארויסקומען קונטרסים מסבר זיין וואס ס'מיינט התחברות לרשעים.

נישטאמת » 15/5/2012 20:42

מען קען אזא זאך בשום אופן נישט רופן התחברות לרשעים אחוץ אויב זיי וועלן דארטן פרעדיגן ציונות
2) עס איז קיינער נישט אינטערסאנט וואס דער שאפראנער רב זאגט עס וועט דארט זיין מנין אן אים אויך

צווייפל » 15/5/2012 20:46

לאנצוט,

כקוק איבער רז"לס ווערטער כאפ נישט וואס דיך קוועטשט, כזאג נישט, ער זאג דאס אביסל ציטערדיג אזוי ווי אן איידעלער מענטש רעדט ווען ער זאגט א קאנטערוועירדזשל מיינונג.

קודם דארפסטו פארשטיין אז ווען נישט לכה"פ איין סאטמאר שטעלט זיך צו (אפי' נישט ממש געגאנגען), וואלט די אסיפה געווען היבש פארשלאפן, ופשוט, זענען די עסקנים געקומען וויינען אז סאטמאר מוז זיך צו שטעלן, ווייל אויב נישט וועט עס נישט האבן קיין פנים, די זלוני בי"ד האט דערפילט דאס אחריות, אבער זיי האבן פארלאנגט אז סזאל זיין אויסגעהאלטן, ווייזט אויס אז די עסקנים האבן נישט געקענט צוזאגן אויפן פלאץ אלעס וואס מהאט פארלאנגט, סאיז דאך אויף א גרעסערע פארנעם, ע"כ איז ארויס געקומען בלויז א מכתב חיזוק, קלערנדיג אז דאס איז גענוג שטארק, אז די כינוס זאל זיין אפעקטיוו, למעשה האבן די עסקנים אריינגעלייגט כח און זענען יא נאך געקומען זיינע תנאים, ע"כ האלט ער אז ווער עס גייט האט א זכי' און א חלק אין די פעולות ההשתדלות מציל צו זיין דעם עתיד.   

  

ישמאלכץ » 15/5/2012 20:52

אשרינו מה טוב חלקינו, כך דרכה של תורה, מחלוקה לשם שמים!

רבינו שליטא האט אנגערופן הגה"צ משאפראן שליט"א, און געזאגט אז ער האט זייער הנאה אז ער איז ארויסגעקומען מיט זיין דעת תורה, און ער האפט אז ער פארשטייט אים אויך

ריפל » 15/5/2012 23:17

תכלית, עס שוין ממש ביים כינוס, ווער גייט זיין די בעלי דרשנים? מי ומי ההולכים? ווער קומט פון אר"י? ווי אזוי גייט מען זיצן? פארוואס איז עס א סוד? אדרבה, זאג עס אויס בריש גלוי

עכטער_חסיד » 16/5/2012 00:52

עס איז קיין שום סוד נישט!

פוןן ארץ ישראל קומען בלויז ערליכע מנהיגים ווי כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א, כ"ק אדמו"ר מראכמיסטריווקא שליט"א, פון יוראפ קומען כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א און הגאון גאב"ד אנטווערפען שליט"א.

רעדנער גייען זיין בלויז היימישע רעדנער בנוסף צום משגיח הגאון הגדול רבי מתתי' סאלאמאן שליט"א.

לאנצוט » 16/5/2012 01:25

עכטער_חסיד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
עס איז קיין שום סוד נישט!

פוןן ארץ ישראל קומען בלויז ערליכע מנהיגים ווי כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א, כ"ק אדמו"ר מראכמיסטריווקא שליט"א, פון יוראפ קומען כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א און הגאון גאב"ד אנטווערפען שליט"א.
קען זיין. דערווייל אומבאשטעטיגט.
רעדנער גייען זיין בלויז היימישע רעדנער הרב אולאווסקי איז היימיש? איז הרב גינזבורג ביי די אנטי עירוב דרשה געווען היימיש?

יוסף90 » 16/5/2012 01:40

נישט ר' שמואל בירנבוים פון קראלי


נישט ר' מלכיאל קאטלער פון אוירשיווא


נישט ר' מיכל זילבער פון סיגעט


נישט הרב ברוידא פון איהעל


נישטט הרב פינק פון סאנז


נאר עפעס א גרויסער קנאי בן קנאי.

לאנצוט » 16/5/2012 01:44

פריש געבאקן.

עכטער_חסיד » 16/5/2012 01:58

לאנצוט

למשל אויב הרב בירנבוים רעדט איז עס א פראבלעם?

אויב הרב קאטלער רעדט איז עס א פראבלעם?

אויב הרב ברוידא רעדט איז עס א פראבלעם?

לאנצוט » 16/5/2012 02:15

ס'איז סתם געבאקן. ווער רעדט דא פון פראבלעמען און פון לייזונגען.

עכטער_חסיד » 16/5/2012 02:17

לאנצוט


איך פרעג דיך א שאלה? ענטפער צו דער זאך!



תוקן על ידי עכטער_חסיד ב- 16/05/2012 02:22:29

לאנצוט » 16/5/2012 02:20

דו פרעגסט א שאלה אויף א געבעקס. וואס דארף איך ענטפערן נאך א געבעקס?

עכטער_חסיד » 16/5/2012 02:22

עיס שמעקט דיר נישט צו ענטפערן, ווייל דו ווייסט אז דו ביזט טאטעלי אפגעפרעגט!

די דרשנים וואס האבן גערעדט ביי "דיין רבי'ן" זענען כשר, הרב סאלאמאן און נאך אנדערע ערליכע רבנים וואס האט נישט גערעדט, זענען פסול!

אזא פנים טראג דיין – און דיין רבי'נס – אידישקייט!

יוסף90 » 16/5/2012 02:22

ר' שמואל בירנבוים פון קראלי מעגן רעדן כ"א כסלו ביי סאטמאר אהרונים


ר' מלכיאל קאטלער פון אוירשיווא מעגן רעדן ביי יסודי התורה אין סאטמאר הופער


ר' מיכל זילבער פון סיגעט א חותם אויף די בחירות מעג רעדן כ"א כסלו ביי סאטמאר אהרונים


הרב ברוידא פון איהעל מעג רעדן ביי יסודי התורה


הרב פינק פון סאנז מעג רעדן אין טבריה ביי כינוס מוסדות יטב לב אהרונים


לאנצו"ט ענטפער ווי איז די התבדלות? ווי איז די מסורה?




תוקן על ידי יוסף90 ב- 16/05/2012 02:23:34

לאנצוט » 16/5/2012 02:24

עכטער_חסיד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
עיס שמעקט דיר נישט צו ענטפערן, ווייל דו ווייסט אז דו ביזט טאטעלי אפגעפרעגט!

עס איז א געבעקס. קענסט דאך פרעגן פרעזידענט אבאמא. ניוזוויק מאגאזין? וויטא לאפעז.
איך האב נאך שטותים. דארפסט נאך?
די דרשנים וואס האבן גערעדט ביי "דיין רבי'ן" זענען כשר, הרב סאלאמאן און נאך אנדערע ערליכע רבנים וואס האט נישט גערעדט, זענען פסול!
?

אזא פנים טראג דיין – און דיין רבי'נס – אידישקייט!
?

עכטער_חסיד » 16/5/2012 02:29

פארוואס האסטו מורא צו ענטפערן מיין שאלה:

אויב הרב בירנבוים רעדט איז עס א פראבלעם?

אויב הרב קאטלער רעדט איז עס א פראבלעם?

אויב הרב ברוידא רעדט איז עס א פראבלעם?

לאנצוט » 16/5/2012 02:32

אין ענגליש צי אידיש?

יוסף90 » 16/5/2012 02:38

ר' שמואל בירנבוים פון קראלי מעגן רעדן כ"א כסלו ביי סאטמאר אהרונים


ר' מלכיאל קאטלער פון אוירשיווא מעגן רעדן ביי יסודי התורה אין סאטמאר הופער


ר' מיכל זילבער פון סיגעט א חותם אויף די בחירות מעג רעדן כ"א כסלו ביי סאטמאר אהרונים


הרב ברוידא פון איהעל מעג רעדן ביי יסודי התורה


הרב פינק פון סאנז מעג רעדן אין טבריה ביי כינוס מוסדות יטב לב אהרונים


לאנצו"ט ענטפער ווי איז די התבדלות? ווי איז די מסורה?

עכטער_חסיד » 16/5/2012 02:39

בייי דיין רבין האבן זיי גערעדט אין ענגליש?

וואס פרעגסטו מיך קלאץ קשיות?

לאנצוט » 16/5/2012 02:40

האט דען נישט גערעדט הרב קרייזוויירטה זצ"ל, וועלכער האט באלאנגט צו די אגודה?

ר' מיכל זילבער זאגט ער האט נישט אונטערגעשריבן. און איז ביי מיר נאמן.
וואס איז שלעכט מיט הרב ברוידא?
וואס איז שלעכט מיט הרב מלכיאל קאטלער?
וואס איז שלעכט מיט הרב בירנבוים?

עכטער_חסיד » 16/5/2012 02:46

נו, וואס איז שלעכט מיט הרב סאלאמאן?

און בנוגע הרב זילבער, איז עס געווען א געפערליכע שייגעץ שטיק פון דיין רבין אים צו נעמען רעדן ביים כ"א כסלו ביום המלת רביה"ק זי"ע.

הרב זילבער כבודוד במקומו מונח, אבער א רב וואס האט אונטערגעשריבן אויף די בחירות איז נישט זיין פלאץ צו רעדן ביי אזא כינוס.

דאס וואס דיין רבי זאגט אז ער איז נאמן, פארוואס האט ער דאס נישט מכחיש געווען אז מען האט אריינגעלייגט זיין נאמען שלא בידיעתו? דאס אליינס איז א שייגעץ שטיק פון דיין רבין זיך צו צאכן ווי געפייגערט דערפון.
בלאט: 1 2