היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » פייערדיגע דברות קודש ביים שולחן הטהור פון רבינו שליט"א בנוגע...

פייערדיגע דברות קודש ביים שולחן הטהור פון רבינו שליט"א בנוגע...

71 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2958434
בלאט: 1 2

לאנצוט » 16/5/2012 02:49

עכטער_חסיד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
נו, וואס איז שלעכט מיט הרב סאלאמאן?
חלילה. האב איך געזאגט אז ער איז א פראבלעם?
און בנוגע הרב זילבער, איז עס געווען א געפערליכע שייגעץ שטיק פון דיין רבין אים צו נעמען רעדן ביים כ"א כסלו ביום המלת רביה"ק זי"ע.
אזוי?
הרב זילבער כבודוד במקומו מונח, אבער א רב וואס האט אונטערגעשריבן אויף די בחירות איז נישט זיין פלאץ צו רעדן ביי אזא כינוס.
ער האט נישט אונטערגעשריבן. פינטל.
דאס וואס דיין רבי זאגט אז ער איז נאמן, פארוואס האט ער דאס נישט מכחיש געווען אז מען האט אריינגעלייגט זיין נאמען שלא בידיעתו? דאס אליינס איז א שייגעץ שטיק פון דיין רבין זיך צו צאכן ווי געפייגערט דערפון.
ער האט געזאגט אז נישט. ער מוז נישט מכחיש זיין פאר היידפארק.

עכטער_חסיד » 16/5/2012 02:51

זיין נאמען האט פיגרירט אויפן צעטל? יא אדער ניין?

ער מוז טאקע נישט מכחיש זיין פאר היידפארק, אבער אז טויזנטער ליינער פון די המודיע, יתד און אנדערע צייטונגען אין ארץ ישראל האבן דאס געזען, מוז ער עס יא מכחיש זיין.

אגב, איז דיין רבי דער דזשאוק פון טאון. אין א"י האט מען זיך פשוט געהאלטן אין די זייטן פון זיין סטעיטמענט.

לאנצוט » 16/5/2012 02:52

עכטער_חסיד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
זיין נאמען האט פיגרירט אויפן צעטל? יא אדער ניין?

אלע קול קורא'ס זענען בחזקת פאלש.

ער מוז טאקע נישט מכחיש זיין פאר היידפארק, אבער אז טויזנטער ליינער פון די המודיע, יתד און אנדערע צייטונגען אין ארץ ישראל האבן דאס געזען, מוז ער עס יא מכחיש זיין.
ער מוז נישט.

אגב, איז דיין רבי דער דזשאוק פון טאון. אין א"י האט מען זיך פשוט געהאלטן אין די זייטן פון זיין סטעיטמענט.
לייען: היידפארק.

עכטער_חסיד » 16/5/2012 02:54

לאנצוט. יעצט בין איך דיך בכלל נישט חושד אז דו ביזט א פאלנער אהרוני!

האסט מיר געענטפערט ראיות ברורות...

עכטער_חסיד » 16/5/2012 03:04

די חתימה אויפן חוב קדוש צו די בחירות הטמאות
[בילד – נישט אפגעהיט]

יוסף90 » 16/5/2012 03:04

לאנצו"ט זאגן אז ר' מיכל זילבער האט נישט אונטערגעשריבן


דער "המודיע" האט געדרוקט זיין חתימה, אין ר' מיכל האט עס קיינמאל נישט געלייקענט.


[בילד – נישט אפגעהיט]

לאנצוט » 17/5/2012 02:07

איך קען דעם סיסטעם דאהי אין אמעריקע, אז אלע קול קורא'ס זענען די ארבעט פון עסקנים און אקטיוויסטן.
וויפיל איך בין באקאנט איז קיין איין קול קורא היינטיגע צייטן ליידער נישט באגלייבט.

די אקטיוויסטן פאקן חתומות וויאזוי עס שמעקט זיי, און שטיקלען נוסחאות נישט לפי רוח הרבנים (נאכ'ן אונטערשרייבן).

ובפרט האב איך שוין ערקלערט: גיין אין ציוניסטישן קאורט איז "טויזענט" מאל "טויזענט" ארגער ווי נעמען א בעל דרשן וואס האט גע'חתמ'ט אויף די בחירות.

שמעלקאלע » 17/5/2012 02:12

ער הייבט שוין אן דן זיין וואס איז ארגער, עכ"פ דאס איז זיכער אז רופן א רעדנער וואס האט געחתמ'ט אויף בחירות איז א פראבלעם...

יעצט לגבי בג"ץ.
 א) איז דאס ווי מ'זאגט א ווארט קעגן א ווארט, אדער א צעטל קעגן א צעטל, און דאס וועט זיך סיי ווי נישט ענדיגן..
 ב) דאס וואס איך טוה אן עוולה בארעכטיגט דאס וואס מ'האט גערופן א רעדנער כ"א כסליו איינער וואס האט געחתמט אויף בחירות!!!

לאנצוט » 17/5/2012 02:17

שמעלקאלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ער הייבט שוין אן דן זיין וואס איז ארגער, עכ"פ דאס איז זיכער אז רופן א רעדנער וואס האט געחתמ'ט אויף בחירות איז א פראבלעם...
עס איז טאקע א פראבלעם, וואס מ'האט נישט געוואוסט בשעת מ'האט אים גערופן.
-אבער ווען ער האט געזאגט קלאר אז ער האט נישט גע'חתמ'ט. איז דער פראבלעם געווארן "אויס פראבלעם".

יעצט לגבי בג"ץ.
 א) איז דאס ווי מ'זאגט א ווארט קעגן א ווארט, אדער א צעטל קעגן א צעטל, און דאס וועט זיך סיי ווי נישט ענדיגן..
 ב) דאס וואס איך טוה אן עוולה בארעכטיגט דאס וואס מ'האט גערופן א רעדנער כ"א כסליו איינער וואס האט געחתמט אויף בחירות!!!

כנ"ל

יוסף90 » 17/5/2012 18:20

אה לאנצוט

מ'האט נישט געוואוסט


אלטער קאויפמאן האט אייך נישט געזאגט?

לאנצוט » 17/5/2012 18:33

יוסף90.
נאכן לאדענען האט מען נישט געוואלט מבזה זיין א תלמיד חכם. נאכדערצו אז ער זאגט אז ער גייט נישט צו די בחירות און אז זיין אונטערשריפט איז פאלש.

מבזה זיין א גאון איז נישט קיין קינדערשפיל. (אין תרופה למכתו זאגן חז"ל).

יוסף90 » 17/5/2012 18:58

אה.


דער "המודיע" האט פאלשער הייט אריינגעלייגט זיין אונטערשריפט, און ער האט עס נישט געלייקענט ביז היינט.


אה. דיין רבי האט א פראבלעם פון מבזה זיין א צוויטן?


וועמען בלאפסטו.

לאנצוט » 17/5/2012 19:02

דאס איז נישט די ערשטע און די לעצטע קול קורא וואס איז פאלש. אלע קול קורא'ס ווערן געמאכט דורך אקטיוויטסן (עסקנים), וועלכע פאטשקען מיט חתימות לויט זייער פאליטיק. והדברים ידועים.

רבי מיכל זילבער איז א גאון עולם, א תלמיד חכם וירא שמים, און אז מ'האט אים גערופן, האט סאטמארער רבי שליט"א אנגענומען וואס ער זאגט אז ער האט נישט אונטערגעשריבן, און אז ער גייט נישט צו די בחירות הטמאות און האט געזאגט אז ער הייסט מ'זאל נישט צוריקציען.

דאס הייסט א גדול בישראל. קנאות איז טאקע זייער וויכטיג, אבער פארשעמען א תלמיד חכם, חלילה.

יוסף90 » 17/5/2012 19:29

ר' מעכיעל האט קיינמאל נישט געזאגט אז ער האט נישט אונטערגעשריבן


אינעם טעיפ פון דיי רבי הערט מען ווי ער זאגט אז חיים שלמה פישער זאגט אז ר' מעכיל האט נישט אונטערגעשריבן, און ער זאגט דארט נאמן עלי אויף חיים שלמה.

און די גאונות פון ר' מכיל קומט נישט דא ארייןם


הרב אלישיב איז א גרסערער גאון פון עם

רב_הסוער » 17/5/2012 19:39

ליגענט, דער רבי האט קלאר געזאגט "נאמנים עלי דברי" אויף ר' מיכל'ס הכחשה,
טויזנט פראצענט

לאנצוט » 17/5/2012 19:39

יוסף90 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ר' מעכיעל האט קיינמאל נישט געזאגט אז ער האט נישט אונטערגעשריבן
-יוסף90. שקר מדבר.

אינעם טעיפ פון דיי רבי הערט מען ווי ער זאגט אז חיים שלמה פישער זאגט אז ר' מעכיל האט נישט אונטערגעשריבן, און ער זאגט דארט נאמן עלי אויף חיים שלמה.
-יוסף90. שקר מדבר.


און די גאונות פון ר' מכיל קומט נישט דא ארייןם
עס קומט זיכער יא אריין.

הרב אלישיב איז א גרסערער גאון פון עם
ווער פארהערט דא גאונים? מ'האט מכבד געווען א תלמיד חכם, און מ'וויל אים נישט מבזה זיין, ווען ער האט נישט גע'חתמ'ט.

יוסף90 » 17/5/2012 19:55

וואס די ווילסט נישט וויסן איז שקר


עס איז דא א טעיפ, ווי ר' אהרן זאגן, אויב ער גייט צו בחירות איז עס א פראבלעם, אבער נאמן עלי חיים שלמה אז ער האט מברר געווען אז ר' מעכיל גייט נישט


די טעיפ האב איךך געהערט, אין יעצט זאגסטומיר שקר?


לאנצוט » 17/5/2012 20:04

יוסף90 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
וואס די ווילסט נישט וויסן איז שקר


עס איז דא א טעיפ, ווי ר' אהרן זאגן, אויב ער גייט צו בחירות איז עס א פראבלעם, אבער נאמן עלי חיים שלמה אז ער האט מברר געווען אז ר' מעכיל גייט נישט
יוסף90. מאך נישט פון דיר דאס גענער.
ער זאגט "נאמן עלי דבריו" פון רבי מיכל זילבער".


די טעיפ האב איךך געהערט, אין יעצט זאגסטומיר שקר?
קומסט מיר פאר ווי יענער וואס זאגט: איך האב א פסוק אז  מ'דארף דינען עבודה זרה (!)


ער זאגט אז ער האט געהייסן חיים שלמה מברר זיין, און חיים שלמה האט געפרעגט רבי מיכל האט געזאגט אז נישט.


יוסף90 » 17/5/2012 20:08

ער זאגט נישט נאמן עלי דבריו פון ר' מעכיל זילבער, ער איטבער די טעיפ

ווי קומט אריין ע"סז, מ'הערט קלאר ווי ר' אהרן זאגט, נאמן עלי דברי אויף חיים שלמה פישער

לאנצוט » 17/5/2012 20:11

שוין נאך אן ארגומענט. ער זאגט עס אויף רבי מיכל זילבער. ער האט געהייסן חיים שלמה זיך אינטרעסירן און חיים שלמה האט מברר געווען פון רבי מיכל, און ער גלייבט רבי מיכל.

דאס איז נישט קיין קצות.

רב_הסוער » 17/5/2012 20:11

יוסף מאכסטעך יעצט סתם נאריש,
מספיק
בלאט: 1 2