ארונים ברענען פאר כעס - רא"ט אויסגעשלאסן פון כלל ישראל
63 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2956884
ווי באקאנט האט זיך ר' אהרן איינגערעדט אלע יארן -און לאנג געווארט אויף דעם טאג- אז ער וועט זיך ארויפזעצן אויף די העכטסטע בענקל אינעם חרדישע אידנטום און אין סאטמאר בפרט פון ווי ער וועט געוועלטיגן מיט א אייזענע פויסט און יעדער וואס איז אונטער אים וועט זיין ווייניגער ווערד ווי א מורישקע.
עס איז איבריג צו דערמאנען יענע 6 אזייגער פארטאגס (עטליכע שעה פאר זיין טאטע האט אנגעהויבן קאלעכען...) וואס דעמאלטס האט ער געמיינט אז די צייט איז שוין גענוג רייף, אבער בחסדי השם האט ער פריצייטיג אראפגעריסן די עפל פון בוים פון ווי עס האט מער נישט געקענט וואקסן, די קאלירן האבן זיך טאקע געטוישט, און עס האט אנגעהויבן צוציען פליגען ארום זיך אוואו יעדע פארדארבענע מאכל, די מאכל אין וואס א נארמאלע מענטש פרובירט נישט אריינצובייסן דערינען האט אויסגעטריקט ווי א אתרוג העכער די שאפע, אבער כדי עס זאל נאך האבן א שטיקל פנים ווייזט מען עס פאר מענטשן דערביי זאגנדיג "דאס אתרוג איז א מורא'דיגע אתרוג" ווייל אמאל איז עס אפשר שיין געווען...
דאס זעלבע איז מיט רא"ט, יארן לאנג האט ער אויסגעזעהן מעכטיג, קיינער האט זיך נישט געוואגט צו טאן עפעס אן זיין רשות, האט איר אמאל געהערט איינער זאל אים רופן פלעין "אהרן!?) אבער זייט ער האט זיך מתחצף געווען און זיך אפגעריסן פון זיין הייליגע טאטע האט ער אנגעהויבן צוציען צו זיך אלע פליגן, אבער די נארמאלע מענטשן זענען פון אים אוועקגעשטאנען.
אין די איצטיגע טעג האט זיך ווייטער ארויסגעשטעלט די געוואלדיגע סייעתא דשמיא אז רא"ט איז נישט די פירער פון כלל ישראל און אין סאטמאר בפרט:
ווי יעדער האלט זיכער מיט איז די פארגאנגענע טעג פארגעקומען היסטארישע זיצונגען ביי די צוויי ברודער וואס ביידע פון זיי פארטרעטן אנ"ש ד'סאטמאר.
איך וועל בל"נ משלים זיין שפעטער אדער ביי א צווייטע געלעגנהייט המשך יבא בעז"ה
שלם ישלם "המבעיר את הבערה"
עס איז א מורא'דיגע אחריות!
די גרעסטע גדולים און און גרעסטע קעפ פון כלל ישראל האבן איינגעזעהן א תועלת דערין פאר'ן דור.
קיין שום פאליטישע חשבונות זענען פארהאן.
ביטע נישט פאליטיזירן די ברענעדיגע אישו
וואס ווילסטו דא ארויסברענגען?
זייער פשוט, אפי' אז לו יצויר אז מהר"א זאגט זיך אפ פאר פאליטישע אינטערעסן,
איז נאך אלס נישט קיין שום סיבה עס צו פאליטיזירן, ווייל דאס ברענגט נאר שאדן און מאכט קאלט א ענין, אויף וואס די מנהיגי העדה און הינדערטער עסקנים שלאפן שוין נישט וואכן, און נגידים האבן זיך געלאזט קאסטן מיליאנען אויף דעם נאכדעם וואס די מנהיגים האבן זיי מסביר געווען אז אין דעם איז אפשר תלוי די הצלה פון'ם גאנצ'ן דור!
איך וויל צולייגן א נקודה, אין הל' שבת אין שכ"ז ווערט געברענגט אז אויף א סכנת נפש איז מותר צו טוען אפי' נאר א ספק הצלה און מחלל שבת זיין דערויף!
יעצט אז מ'מעג מחלל שבת זיין מיט א ספק הצלה אויף א סכנת הגוף, איז דען נישט כש"כ אז מ'זאל ח"ו נישט שטערן א זאך אויף וואס די יודן וואס פירן אונז זאגן אז עס איז א הצלת הדור פון א ודאי סכנת הנשמה!?
זאגטס גוט און ביסט הונדערט פראצענט גערעכט, איינער זאגט מיר היינט אז סקולענע רבי שליט"א האט געפרעגט רעבארן פארוואס ער שטיצט נישט די כינוס כלל ישראל האט רעבארן געענפערט ווייל עס איז נישט פון אונזער קרייז, האט סקולענע רבי צוריקגעפרעגט ווען עס ברענט א פייער רופסטו נישט קיין פייערלעשער ווייל די פייערלעשער איז נישט פון אונזער/דיין קרייז? דא ברענט דאך א פייער ביי כלל ישראל וואס הייסט אינטערנעט און מען דארף עס פארלעשן און מען טאר נישט קוקן וועלכע פייערלעשער עס קומען, האט די קלוגער רעבארן געגעבן א האק איבער די סקולענע רבי און געזאגט "נו פארדעם האבן מיר דאך מצילי אש!"... נעבעך אויף רעבארן ער מיינט אלץ ער ווארפן זיינע נארישע סטעיטמענטס.
איך נעם נישט אן אז סקולענער רבי האט ערעדט אזעלכע נארישקייטן
לעשן א פייער דורך א גוי קען נישט שאטן
א כינוס פון אלע מינים אידן האלט מהר "א אז עס קען יא שאטן
וואס האט איינס מיטן צווייטן
אגב
דא שמועסט מען אז מהרז "ל האט אויך א פראבלעם
ווייל ער האט צענדליגער שיינע אידן וואס פארפירן דערקעגן
אבער אז רעבארן האט גערעדט אזעלכע שטותים דאס גלייבטסו יא! פארשטייט זיך אז סקולענע רבי האט נישט גערעדט קיין שטותים ער האט פשוט געמיינט ארוניסצוברענגען אז בשעת א פייער ווען עס הערשט א סכנה עס זאל אנזייען חרבנות דעמאלטס טאר מען נישט קוקן אויף גארנישט און סיי ווער עס קומט לעשן די פייער לאזט מען.
דאסטערס בארואיג דיך, סקולענער רבי שליט"א כבודו במקומו מונח, אבער די אסיפה האט געדויערט א שעה און א האלב, סקולענער רבי האט גערעדט אנהייב די אסיפה מען האט זיך נאכגעפרעגט אויף בריאות, און סוף פון די אסיפה האט ער אנגעוואונטשן ברכת קדשו, במשך די גאנצע אסיפה האט מען נישט געהערט קיין איין ווארט פון אים, די גאנצע קאנווערזעשאן איז געפירט געווארן צווישן רבינו שליט"א און ווינער רב און ר"מ סאלאמאן ר"מ קאטלער און בן האדמו"ר מסקולען
יעצט ברענג פרישע סטעטמענטס פון סקולענער רבי
מען דערציילט אז ר' אהרן האט געזאגט פאר די רבנים אז אויב ער וועט אויפטרעטן מיט א דרשה קען ער קומען, האבן די רבנים אלע פהאחד געגעבן א שריי אויס מסכים אבער נאר אויב איר לייגט א פילטער אויף פיך קדשיך
קאמענטארן זענען איבריג...
ישמאל, [בילד – נישט אפגעהיט]
אינטערסאנט אז אהרןהאט זיך באצויגן פאר די רבנים איבער חב"ד אז פונקט וואזוי מען רופט זיי נישט אזוי האט ער אויך אישוס
איך הויב שוין אן צו טראכטן אז ווי באקאנט האט אהרן געהאט גרויס שייכות מיט חב"ד אנגעהויבן מיט דאווענען אין חב"ד, און זיך טרעפן מיט זייערע רבנים, כ"א כסליו אין קראון הייטס, און נאך און נאך, סקען זיין אז ער נעמט זיך אן פאר חבד
אויפן אנדערן פארום ווערט אנגערופן די אסיפה פון די דיינים בבית רבינו שליט"א מיטן נאמען אספסוף מיטינג ווייסט איינער וואס קרענקט זיי אזוי מיט די אסיפה אז זיי דארפן עס אנרופן מיט אזא נאמען? האלטן זיי טאקע אז כ"ק ראב"ד סאטמאר, הגה"צ אבד"ק פאיע, כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי, הגה"צ דומ"ץ מאנטריאל, הגה"צ רבי יקותיאל יהודה פילאפף, הגה"צ דומ"ץ בארא פארק, הגה"צ דומ"ץ קרית יואל, זענען אספסוף???
דאס איז דער שפראך ביי די ארונים ביזט נישט מיט מיר ביזטו דאס נידריגסטע פון כלל ישראל, אויף די בעלזע דיינים וואלט אן ארוני קיינמאל אזוי נישט געשריבן, פון דא זעהט מען ווי זיי האלטן אוהבי ה' שנאו רע ומכלל הן אתה שומע לאו אז אוהבי רשע שונאים טוב
סקולענער רבי שליט״א האט אזוי געפרעגט (אויב עס איז אמת) ווייל ער איז נישט מלומד אין די מלחמה מבית אבותיו,
ביי אונז וואס מיר זענן נתחנך געווארן ע״ד ההתבדלות, האט מען זיך נישט צוגעשטעלט צו אגו״י כאטש עס איז געווען מיט ערליכע כוונות לכתחלה ועוד ועוד
די יעצטיגע מערכה ווייזט אז ווען מען טראכט א זאך לויט פאלטיק, פאלט מען דורך!
דער אהרונישער רבי קווענקעלט שוין עטליכע וואכן וואס צו טון, זייט ער האט נישט געוואוסט וואס זיין יונגערער ברודער דער סאטמארער רבי שליט"א ובית דינו הצדק גייען באשליסן. נאכן צורייסן זיך מיט זיין אייגענעם פרומעם ציבור ביים שלום מאכן מיט בעלז און אנדערע קרייזן וואס האבן געפירט מערכה קעגן רביה"ק זי"ע, האט ער נישט געוואלט נאכאמאל האבן א ריס.
און וויבאלד זיינע באשלוסן ווערן דאך געמאכט לויט ווי עס ווערט באריכטעט אין היידפארק, האט ער געהאלטן קלאר אז זיין יונגערער ברודער גייט דאס גענצליך בויקאטירן. און ער האט באשלאסן צו זיין "דער ערשטער" (כלשונו הזהב...). און ער האט דאך נישט קיין ערנסטע רבנים ארום זיך (בלויז איין דיין פון די אמאליגע גווארדיע, הגאון רבי געציל שליט"א) זיך דורכצושמועסן.
יעצט ווען זיין יונגערער ברודער, זיין שוואגער, און די רבני ודייני סאטמאר זענען ארויסגעקומען מיט א בריווו וואס שטיצט די מערכה קעגן די מכשירים, און זענען מחזק ידי העסקנים, איז דער אהרונישער רבי געבליבן מיטן צונג אינדרויסן... אויף אזוינס האט עיר זיך נישט גערישט.
דאס מיינט אז ווען מען טראכט פאליטיש, פאלט מען דורך..
לאנצוט קען זיך נישט עפענען דאס מויל פון גרויס פלאצן...
פלצון יפלצון.....
סעקולענער רבי שליט''א האט געזאגט נעכטין פאר וויענער רב שליט''א, עס איז א שאד אז מען האט זיך נישט אראפ געזעצט מיט סאטמארער רבי פון מאנרא בעפאר מען האט געמאכט די החלטות, ער האט דעם אמת'ן דעת תורה, און א בליק פון א מנהיג ישראל, א שאד א שאד... (געהערט פון וויענער רב שליט''א)
אליינס געהערט פון וויענער רב, הא??
אזוי ווי דער היתר פון וויענער רב וואס ליגט ביי אים אין שיפלאד!!!
רעסעלטער טראכט צוויי מאל פארן קוועטשן "שלח"
איך גלויב אז אויב דער סקולנענער רבי שליט"א וואלט דאס געזאגט האלט ער ביי דעם וואס ער זאגט, וואלט ער ענדערש אפגעשטופט די אסיפהנ אוןזיך צוגעשטעלט צו די קאפריזן פון דעם אהרונישן רבין.
אזויווי עס שטייט אין חז"ל "זייער זייער" הארבע זאכן אויף "השומע זילותא דרבנן ושותק" און איך וויל נישט אריינגיין אין דעם כלל, במילא פיל אז איך מוז דא זאגן עטליכע ווערטער:
1) סאטמאר רבי הייסט אין די גאנצע עולם התורה וחסידות (אחוץ ביי די זאלי/בני המן/מוסרים/מסרבים לדין ווייל ביי זיי איז די ס"מ דער מנהיג, כפי ידוע וואס די הייליגע נוע"א האט געזאגט אויף א קהלה אהן א מנהיג) פון די שטערקסטע רבנים אין כלל ישראל, דער איד (סאטמאר רבי) האט:
האט געפירט דין תורות ווען עינקערע טאטעס זענען נאך געווען קינדער,
אלץ גע'פסק'ט אין סאטמאר און אין התאחה"ר די שווערסטע שאלות אין די ווערע אבן העזר און הל' גיטין ביז ער איז געווארן מרא דאתרא, "אלע" גיטין וואס ווערן געמאכט אין וומ"ס זענען געבעיסט עד היום הזה אויף די תקנות און מנהגים וואס ער איז געווען פון די רבנים מיט וועם מען האט זיך דורך גערעדט
ער האט גע'פסק'ט שאלות פון תשל"א ביז תשמ"ה, עטץ קענסט פרעגן עני איד וואס האט חתונה פאר תש"מ יעדער וועט דאס געדענקען,
זיין טאטע די ברך משה האט אויף אים געזאגט כמה פעמים אז זיין "זוהן ר' אהרן האט זיך נישט מיט וואס צו שעמען פאר די רבנים אינדערהיים פארן קריג"
ער איז פון ממש די איינציגסטע פון די אדמורי"ם בדורינו וואס האבן אין זיך די כח הרבנות צו פסק'ן שאלות אין ד' חלקי שו"ע און האט די ריכטיגע דעת תורה אין אלע ענינים ובפרט בעניני השקפה און ווי איין און ווי אויס,
ב) די זאלי דיינים זענען ווערט צו ווערן בא'טיטול'ט מיט די נאמען אספסוף ווייל זיי זענען געווען דיינים אין התאחה"ר וואס איז געווען געפירט דורך סאטמאר אדער אין א סאטמאר קהלה, זיי ווייסן זייער גוט וואס סאטמאר מיינט, זיי ווייסן די אמת'ע שלייער פון די גע'אסר'טע בני יואל, זיי ווייסן די אמת'ע מיינונג פון ברך משה אין די סאמע געזונטע יארן בשעת ווען ער איז געווען בתוקפו ביי אלע עניני הכלל, עכ"ז האבן זיי געהאט די "חוצפה" צו ארויסגיין קעגן די ברך משה'ס מיינונג און קעגן קהלתינו הק', הן מיטן מיטשטיין קעגן רבי'ן הן מיטן שרייבן א בריוו אז מען מעג פורץ גדר זיין אין די בני המן זאל אין קרית יואל, וואס דארף מען מער פון דעם?
1) אז דער זעלבער ר' יח"מ פר"מ וואס האט געשריבן תשל"ג א בריוו אז בפקודת רבינו שליט"א האט מען געמאכט א עירוב אין ראדני, מען זאל קענען אריין און ארויס טראגן סידורים אדער אנדערע צו און פון ביהמ"ד, וואס אויף דעם פסק פלעגן "אלע" אנשי שלומינו ארויסטראגן די מחזורים ביי יזכור "יו"ט שחל בשבת" ובפרט שמיני עצרת ווען עס איז געווען א גרויס עולם, ווי אויך פלעגט מען טרונקען קאווע אין קאלטע משקאות אויף ראדני אפילו ווען עס איז געווען שבת, און 30 יאר שפעטער תשס"ג שרייבט דער זעלבע ר' יח"מ די ווערטער: מעולם לא נעשה עירוב ע"י קהלתינו הק' ב"ראדני", מה נפשך אויב תשס"ג איז אמת מיינט דאס אז תשל"ג האט ער געשריבן שקר, דעמאלט ווי ער האט גענומען די אחריות מכשיל זיין אזויפיל אידן צו טראגן שבת אהן א עירוב בו בזמן וואס זיינע מענטשן שרייען נאך פרויען פארן טראגן ווען עס איז יא דא א עירוב, אלא מאי מוז איך אננעמען אז די תשל"ג איז אמת און די תשס"ג איז שקר, היש לך ליצנות גדולה מזו, וועגן פארטיי אינטרעסן צו שרייבן אזא שקר
2) ר' שלמה לייב וויינבערגער זאגט אז ליגן אין סאטמאר בית החיים איז גזילה ווען די אייגענע טאטא און מאמע האט ער געלייגט בגזילה, איז עס גזילה וויזוי האט ער דאס געטוהן איז עס נישט גזילה, היעלה על הדעת פאר פארטיי אינטרעסן צו באשמוצן א גאנצע קהלה מיט אידן אויף גזילה מיט א שקר?
און לאמיר רעדן פון זלמן לייב אליין, ווכער נאך ווי ער ווייסט אזוי גוט ווי זיין טאטע האט אים געווארנט אלע יארן ער זאל זיך אונטער ווארפן אונטערן אחיו הגדול, (איך האב דאס אליין געהערט פון הרה"צ ר' שלו' אליעזר ט"ב רב בקהלתינו 15'טע עוועניו, יעדער קען אים נאך היינט פרעגן, ער ענטפערט פאר יעדן), ווער נאך ווי אים ווייסט ווי זיין טאטע האט געבלוטיגט קעגן די בני המן און די מהרסים וואס מאכן חרוב דעם פעטערס הארעוואניע? און ער אליין האט שוין עטליכע מאל מחלל קידושין געווען באתרה דמר אין די בני המן זאל וואס זיין אייגענע טאטע האט געבלוטיגט, איך רעד שוין נישט וואס די איסורים חמורים וואס די הייליגע רמב"ם שרייבט "המקדש הוא בחרם" ואסור "לצרפו" לכל דבר שבקדושה (די שרייבער פון די שורות גיבט וועגן דעם אכטונג נישט צו שטיין אין זיינע ד' אמות),
ווויאזוי האט דער איד (זאלי) געקענט גיין צו א דינער פאר חמלה ואמונה וואס איז געעפענט געווארן מיטן איינעם ציהל צו צוברעכן די הייליגע סקול דיסטריקט וואס זיין "אייגענע" טאטע האט געבלוטיגט דערפאר און געשריבן א גאנצע תשובה מבורר ע"פ די פוסקים ראשונים ואחרונים וואס קיין איין רב האט דאס נישט אפגעוואנדן, וואס אמאל בערוב ימיו האט ער זיך אויסגעדרוקט אויפן סקול דיסטריקט "זה חלקי מכל עמלי", איך האב מיט וואס ארויפצוגיין אויף יענע וועלט ווייל כ'האב געהאלפן די "קראנקע קינדער", וויאזוי קען ער זיין אזא בועט באביו ורבו?
ווער נאך ווי אים ווייסט די מורא'דיגע ווערטער וואס די הייליגע ברך משה האט געזאגט אויף "יוסף בן מרים (וואלדמאן) שר"י, ברבים אז ווען נישט וואס ער האט געקענט זיין טאטן וואלט ער נישט געגלייבט אז ער איז "מזרע ישראל",
ווער נאך ווי אים ווייסט וויפיל דער יוסל האט מצער געווען און געטרינקען די בלוט פונעם ברך משה יארן לאנג, און דער יוסל איז גאר פון זיינע מקורבים,
זענען זיי דען נישט ראוי אנגערופן צו ווערן "אספסוף"??????????? הא?
אויסגעשלאסן פון כלל ישראל?!
ארומגענומען מיט פליגען?
אדער רעדסטו פון שלאף אדער רעדסטו פשוט ווייל די פלאצט פאר קנאה
ר' אהרן האט אויפגעשטעלט א הערליכע אימפעריע פון טויזענטע יונגעלייט בחורים וואס זיצן און הארעוען על התורה ועל העבודה
קיינער דינגט זיך נישט מיט דער פאקט
אלע רביס וואלטן זיך געווינטשען צו אזעלכע פליגען
נאר וואס דער תירוץ איז פשוט עטס חברה פאטראגטס נישט אז מען זאגט וואס צו טון און בפרט ווען ער רעט צי דער זאך אין פיפיקיל
עס האט מיר געזאגט א חשוב'ע איד אז ווען אנדערע רבי''ס וואלטן געהאט די גאט''ס וואלטן זיי אלע גערעט וועגן פייסבוק און טוויטער ווייל דאס איז דער נסיון הדור נאר יעדער האט מורא מה יאמרו.... אפאר שוטים אויף הייד פארק
דאס אז ער וויל נישט קומען איז שוין אן אלטע מחלוקת וואס איז געווען אינדערהיים ציווישען דער מנח''א וכדו' און די רבני אגודת ישראל צי מען מעג זיך באהעפטן מיט אנדערע ווען עס איז חיזוק הדת און ר' אהרן האט פא''ל ריי''ט אלס רב (פארגעסט נישט ער האט יורה יורה ידין ידין נישט ענק) און מנהיג וואס איז מייצג דער גרעסטע (נאך פאפא) קרייז אין אמעריקא צו באשליסען וואס ער וויל און קיינער קען אים נישט זאגן קבלו דעתי
געפעלט ענק נישט וואס איך שרייב דא טראכטס אריין און שפעטער אטאקירטס.
| שמעלקאלע כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | אליינס געהערט פון וויענער רב, הא?? אזוי ווי דער היתר פון וויענער רב וואס ליגט ביי אים אין שיפלאד!!!
רעסעלטער טראכט צוויי מאל פארן קוועטשן "שלח" |
|
אוי! כהאב פארגעסן אז ווינער רב שליט''א איז א שייגעץ פארן זאגן כסדר אז ער האט געזען דעם היתר בית דין פאר די אהרונים צו גיין לערכאות מיט די זאלי מסרבים לדין, סארי, איך האב טאקע געדארפט טראכטן פאר איך האב געדריקט שלח!
אבער הנעשה אין להשיב, פארפאלן, היינט ווייסט שוין יעדער וואס דער סקולענער רבי שליט''א האט געזאגט אויף האדמו''ר מסאטמאר כ''ק רבינו הגה''ק מהר''א שליט''א.
זאלי, שרייב נאך דו ביזט אונז פשוט מחי'. איך האלט אז דו ביזט באמת אן אונזעריגער, און דו מאכטס באמת א גוטן דזשאב פאר אונז! Keep on
סאטמאר איז אלעמאל געווען אויסגעשלאסן פון די ציונימ'ס און אגודה'ס כלל ישראל, נישט קיין ספעציעלער חידוש.
מ'גייט נישט מיט די אגודה
נישט אגודה מאכט די עצרת
עס קומען אויך אגודיסטן
אבער נישט די אגודה שטייט אין פירשאפט פון די עצרת.
נאר סקולנ'ער רבי
סאטמאר גייט נישט מיט די אגודה. קיינמאל און וועט נישט גיין. פארשטאנתא.
אויב רז"ל גייט מיט בעלזא, איז ער אויסגעשלאסן.
ווער עס האלט זיך מיט די תורה און פאלגט די הייליגע פסקים פונעם דברי חיים זי"ע און פונעם יטב לב און קדושת יום טוב זכרונם לברכה, איז נישט אויסגעשלאסן.
נאר פארקערט.
דאס איז לאנצוט'ס מיינונג.
לאנצוט
ווי זעסטע דא אגודה אינעם געשעפט.
דער דברי חיים האט געמיינט נאר כינוס כלל ישראל, אדער אויך כ"א כעסלו דרשות פון ארי' לייב גלאנץ.
הרב יוסף90:
קענסט לאכן פונעם דברי חיים וויפיל עס שמעקט דיר. און אין דעם פארמעסט איך זיך נישט מיט דיר.
דער מציאות איז אז די אלע איסורים איז נאר פאר ביי כוניסים ווי די רעדנער רעדן ענגליש צום ציבור.
נישט מ'זאגט א סטעיטמענט פאר די פאליס.
דער דברי חיים רעכענט אויס אז דער חרם איז נאר אז עס איז דא איין רעדנער, אבער ער מייינט נאר אז עס איז דא צווי רעדענער
דער דברי חיים מאכט א חילוק פון א סטעטימענט פון א האלבע שעה אדער פון 10 מינוט.
לץ איינער
טרעף פון א צווייטן וועמען צו ליצנות מאכן.
דער דברי חיים רעדט פון א דרשה טאר מען נישט זאגן אין ענגליש !
און זאלסט מיר נישט קומען זאגן אז רביה"ק זי"ע האט געלאזט עובר זיין אויף דעם איסור.
שמיר נישט אריין דעם הייליגן רבי'ן אין דיין פאסקטע, פאר דיין בעיבישע שנאה.
אה
ארי' לייב גלאנץ האט נידשט גערעדט קיין דרשה נאר א רעדע
איך פארטיי טיפש'ל
יוסף90,
קענסט מיר רופן טיפש'ל, און יעדן שמוציגן נאמען וואס דו האסט אין דיין באזיץ, אויב דאס מאכסט דיך בעסער שפירן.
רביה"ק מסאטמאר האט נישט עובר געווען אויפן דברי חיים, ווייל זיי רעדן פון "דרשות התעוררות" נישט קיין פרעס סטעיטמענטס.
עס שטייט דארטן "דרשות התעוררות" אינעם דברי חיים'ס חרם?
איז דען דא א גרעסערער כינוס התעוררות פאר סאטמארער חסידים ווי כ"א כסלו?
לאנתוט'ל די מיזסט עפעס ענטפערן, נישט קיין חילוק וואס.
ארי' לייב גלאנץ האט נישט גערעדט קיין דרשה, ער האט גערעדט צו די פאליציי. וואס האססטו געוואלט ער זאל רעדן צו זיין אויף אידיש?
א פאטאקי איז אויף די פאליציי?
ס'איז עפעס דא חיוב מצד הלכה צו באגריסן פאטאקי אדער קאומא פונקט כ"א כסלו, ביי אזא געהויבענעם כינוס התעוררות?
לאנצ
און וואס האסטו געוואלט אז די חברה זאלן יא קענען ידיש?
בקיצור איך זעה אז די פראבירסט צו דרייען דער דברי חיים וכו' ווי אזוי די געפעלט
איך האב פאר דיר אן אנדערע עצה אנשטאטס זיין פארנומען מיט ברענגען תשובות פון דא און דארט פרעג ביי דיין דעת תורה און דאס איז עס(האסט דאך אליין געזאגט אז רביה'''ק האט דעמאלסט צי געלאסט וכדי הוא לסמוך עליו)
פארגעס נישט אז נחום ראזענבערגער מיט אלטר משה גאלדענבערגער וכדו' קענען דיר ברענגען פסוקים און תשובות און משניות וגמרות צען מאל אזוי לאנג אז אלע זענען שגצים און נאר זיי זענען גערעכט וואס איז די פשט טאקע ווייל עס פעלט פשוט דער גדול העומד על גביו
האסט פארשטאנען?
יוסף90,
דער דברי חיים שרייבט זייער הארבע ווערטער, און אפלאכן דערפון איז די ארבעט פון אפיקורסים און משכילים.
חלילה פאר מיר צו שפילן דעם שמוציגן שפיל.
און למעשה זעה איך טאקע אז כ"ק אדמו"ר מהרז"ל מאכט א פאליטישן בריוו, ער שרייבט מ'זאל מחזק זיין, אבער נישט משתתף זיין.
עפעס א געים שפילט ער, און ער האט דאך מורא זיך אנצופייפן אויפן דברי חיים און אויף זיינע זיידעס.
עפעס ציטערט ער צו שרייבן חוב על כל אחד מאנ"ש להשתתף!
אדער קען איך נישט גוט ליינען, אדער קען ער נישט גוט שרייבן???
קלויב זיך אויס וועלכעס עס איז דיר ניחא.
יא.
דער דברי חיים שרייבט טאקע זייער הארב
אבער פארוואס כ"א כסלו ווייסטו נישט פונעם דברי חיים.
האט דען דער דברי חיים גערעדט נאר פון כינוס כלל ישראל אין סיט-פעילד, אדער אויך פון כ"א כסלו?
לאנצהוט
מילה בסלע שתיקה בתרי
דרשות טאר מען נישט זאגן.
פרעסע און פאליציי באגריסונגען מעג מען.
לאך נישט פונעם דברי חיים ביטע.
באגריסונגען אויף ענגליש ביי א כינוס התעוררות מעג מען יא?
זיכער. מ'מעג באגריסן אן ערל. פארוואס נישט. דער איסור פון אונזערע רבי'ס שטייט וועגן פרעדיגן.
וזאת למודעי: מיט דיין ליצנות טרייבן, שפעסטו פונעם הייליגן דברי חיים, נישט פון לאנצוט
לאנצהוט
די און נאר די האלסט און איין שפעטען פין דער דברי חיים
קוק און דברי חיים תשו' כו וואס ער זאגט דארט וד''ל
א ממעג באגריסן א ערל, ווען ער קומט
אבער עס איז נישט קיין חיוב עם צו רופן
נו, פארוואס האט מען כ"א כסלו גערופן א ערל צו באגריסן אויף ענגליש ביי א כינוס התעוררות, בשעת ווען דער ברי חיים לאזט נישט?
איז דען נישטא קיין אנדערער געלעגדענהייט ווען צו באגריבסן, ? דייקא ביי א כינוס התעורות דארף מען עם באגריסן? דער דברי חיים לאזט דאך נישט?
זיכער. מ'מעג באגריסן אן ערל. פארוואס נישט. דער איסור פון אונזערע רבי'ס שטייט וועגן פרעדיגן דרשות.
וזאת למודעי: מיט דיין ליצנות טרייבן, שפעסטטו פונעם הייליגן דברי חיים, נישט פון לאנצוט
| לאנצוט כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | זיכער. מ'מעג באגריסן אן ערל. פארוואס נישט. דער איסור פון אונזערע רבי'ס שטייט וועגן פרעדיגן דרשות.
וזאת למודעי: מיט דיין ליצנות טרייבן, שפעסטטו פונעם הייליגן דברי חיים, נישט פון לאנצוט |
|
די מיזט קומען מיט עפעס בעסערס עס פאססט נישט פאר דיר
איך האב נישט קיין בעסערס. ווייל בעסערס פון דעם איז נישטא.
קוק דעם נוסח פון די קול קורא, און פון דעם חתם סופר און פון אלע אנדערע ספרים זיי רעדן פון דרשות בלשון העמים.
און ווען רביה''ק האט מתיר געווען האסט די דיך נישט אזוי געקשנט צי האלטן ביי דעם צד
רביה"ק האט עס קיינמאל נישט מתיר געווען חלילה.
איך זעה איין זאך:
למעשה זעה איך טאקע אז כ"ק אדמו"ר מהרז"ל מאכט א פאליטישן בריוו, ער שרייבט מ'זאל מחזק זיין, אבער שרייבט נישט מ'זאל זיך משתתף זיין.
עפעס א געים שפילט ער, און ער האט דאך מורא זיך אנצופייפן אויפן דברי חיים און אויף זיינע זיידעס.
עפעס ציטערט ער צו שרייבן חוב על כל אחד מאנ"ש להשתתף!
אדער קען איך נישט גוט ליינען, אדער קען ער נישט גוט שרייבן???