נישט דו פרעגסט א קלאץ קשיא, נאר עס קומט אויס ווי א קלאץ פרעגט א קשיא (אנטשולדיגט אויב דו פילסטו זיך געטראפן...)
דער בריוו איז א חיזוק בריוו צום עצם געדאנק פון פאררופן אזא כינוס איבער דעם שרעקליכן פראבלעם.
און דאס עצם זיך אדרעסירן צום פראבלעם ווייזט אז עס איז א פראבלעם, נישט אז מען איגנארירט עס!
איי עס שטייט נישט אז מען זאל גיין? דאס איז א פראבלעם, ווייל מיר קענען זיך נישט צוזאמעננשטעלן מיט אלע סארט קרייזן, אבער מען דארף מחזק זיין די וואס ארבעטן ביטער שווער צו טרעפן א סאלושן פאר דעם פראבלעם.
דיין רבי האט יעצט געגעבן א פתח פאר די קלי דעת זיך ארויסצודרייען פון נעמען א סאלושען צום פראבלעם.
איך פארשטיי אז יעצט וועסטו קומען שרייען, אז דיין רבי האט שוין גערעדט דערוועגן. אמת, אבער זיין יעצטיגע גלייכגילטיגקייט ווייזט אז עס איז נישט אזוי ברענענדיג.