היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » הייליגע תקנות מיהאלוויץ תרכ"ו - און תרס"א

הייליגע תקנות מיהאלוויץ תרכ"ו - און תרס"א

59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2956428
בלאט: 1 2

לאנצוט » 30/4/2012 22:16

אזוי ווי מאנכע היינט מאכן היינט ליצנות פון די תקנות שגדרו הראשונים כמלאכים, אשר קטנם עבה ממתנם.
איך ווייס נישט אפשר איז "חדש אסור מן התורה" נאר אקטועל ווען עס שמעקט.

איך רעד נישט אריין איבער הייליגע פירער פון דעם כינוס כללי, וועלכע קומען פון אן אנדערן חדר און זייערע עלטערן האבן "נישט" אינטערגעשריבן די מילהאוויטצער תקנות. און איך רעד טאקע דירקעט נאר צו די אידן, וועלכע באלאנגען צו די קהלות קדושות וועלכע האבן עס מקבל געווען, און קיין שום בי"ד קען עס היינט נישט מבטל זיין, אא"כ גדול מהם בחכמה ובמנין כמבואר ברמב"ם ז"ל.

תקנות מיהלאוויטץ תרכ"ו לפ"ק


[בילד – נישט אפגעהיט]
זייט 2
[בילד – נישט אפגעהיט]


די אינטערשריפטן פון הייליגן יטב לב זי"ע
ובנו הרה"ק בעל קדושת יום טוב זי"ע
ובראשם מרן קוה"ק הדברי חיים זי"ע
[בילד – נישט אפגעהיט]

קדושת יום טוב זי"ע
[בילד – נישט אפגעהיט]

הדברי חיים זי"ע
[בילד – נישט אפגעהיט]


נאך א בריוו פון הייליגן קדושת יום מיט 40 יאר שפעטער, ווי ער איז עס ווידער מחזק ביתר שאת.
אין תרס"א. 3 יאר פאר זיין פטירה.

[בילד – נישט אפגעהיט]

אומזיסט » 30/4/2012 22:40

גוט אז דו האסט אהער געברענגט דעם פונקטליכן לשון, כדי קלאר צו מאכן אלע ספיקות. פון דעם נוסח קומט קלאר אויס, אז עס איז א גרויסע מצוה צו גיין צום כינוס כלל ישראל.

א) ווייל דער גאנצער צעטל רעדט דאך נאר איבער עניני קדושת בית הכנסת, בכלל נישט איבבער א כינוס אין א סטעדיום.

ב) והוא העיקר, דער תקנה פארלאנגט מען זאל רעדן בלשון יהודית שמדברים בו ישראל הכשרים אנשי המדינה הזאת - יעדער ווייסט אז אויבערלענדיש אידיש איז מער ווייניגער ריין דייטש דער חילוק איז נאר די לשון קודש ווערטער וואס מען פלעכט אריין, און דאס האבן די רבנים כלל נישט געאסרט, נאר דוקא אונגאריש, ווייל זי איז בימים ההם נישט נאכגעקומען דעם תנאי אז מדברים בו ישראל הכשרים אנשי מדינה הזאת. כהיום איז בלתי שום ספק אז ענגליש קומט יא נאך דעם קריטעריאן. איה"נ, אויב גייט מען רעדן פראנצויזיש אדער לאטייניש כדי עס זאל זיך הערן מער פראפעסיאנאל, גלייב איך אז צד מהרז"ל וועט אויך נישט גיין צו אזא אסיפה.

ג) דער לשון איז קלאר: "רב או אחר". דאס הייסט אז עס איז נישטא קיין שום חילוק צווישן א רב אדער סתם א מענטש. נו אויב אזוי, ווער האט מתיר געווען פאר די דרשנים ביי די פראטעסטן צו רעדן אין ענגליש? מוז מען דאך בהכרח מחלק זיין צווישן א בית מדרש און א מאסן פארזאמלונג, און צווישן רעדן צו א פובליקום וואס רעדט אידיש אדער א ציבור וואס רעדט ענגליש. 

ודי בזה.

לאנצוט » 30/4/2012 22:51

ביסט גערעכט.
חדש אסור מן התורה איז נאר פאר יענעם. מיר איז נישט קיין פראבלעם, ווייל נאר אונגאריש אדער פויליש טאר מען נישט רעדן. ענגליש איז נישט לשון העמים און ממילא מעג מען "פרעדיגן" אויף ענגליש".



רב_הסוער » 30/4/2012 23:18

גראדע איז סיעף ב' פון אומזינסט א שטארקע סברה המתקבל,

מ'ברויך אויך צו פארשטיין אז בימים ההם האט די באוועגונג פון די משכילים און נעאלאגן געברענט ווי א פייער איז יעדע מינדעסטע חשש פון התחדשות איז מען זיך באגאנגען בעל תוקף
דער מציאות איז אז בימינו, איך און די ווייסן זייער גוט, אז ס'זענען דא היינט טויזנטער ערליכע פרומע אידישע קינדער וואס רירן זיך נישט ממסורת האבות, וואס זיי רעדן נאר ענגלישע, און די ענגליש רופט זיך ישיביש, ס'שוין כמעט א אייגענע יידישע שפראך, כמעט יעדע צווייטע ווארט איז א גמרא ווארט, (אפי' פרויען רעדן מיט די גמ' ווערטער, "שייך" "נפק"מ", וכדומה,) די אידן איז נישט עולה על הדעת אז זיי טוען דאס איז מחמת התחדשות,

וואס יא

דער מציאות איז אז דאכצעך דאס איז די ערשטע מאל וואס מ'פרובירט אז סאטמאר זאל זיין א שיתוף און א כנסי' ווי די דרשנים רעדן ענגליש, און סאיז פשוט א הרגש נישט צו ברעכן א פרינציף וואס מ'האט קיינמאל געבראכן ביז היינט,

ממילא ווייס איך נישט צו מ'זאל אנטמוטיגן אידן נישט צו גיין, אפשר די רבי'ס אליין זאלן נישט גיין,

שווער צו זאגן

לאנצוט » 30/4/2012 23:36

הייסט אויב מיר זעען היינט איין אז א תקנה איז אפשר היינט שוין נישט אזוי אקטועל, מעגן מיר עס מבטל זיין?
נשתנה הזמנים? נשתנו העתים?

דזשאסט עסקינג?

און מיר געפעלט נאך מער, אז די רבנים זענען געווען זייער בייז אויף פראנזצויזיש, איטאליעניש אדער פויליש. אויף ענגליש האבן זיי גארנישט געהאט קיין פאראיבל.

און דאס איז אלע אונטער די לאזונג פון עטרה ליושנה.

אומזיסט » 1/5/2012 02:01

גערעכט לאנצוט. אויף ענגליש(יביש) האבן זיי נישט געהאט קיין פאראיבל, פונקט ווי זיי האבן נישט געהאט קיין פאראיבל אויף דייטש(מעריש)

לאנצוט » 1/5/2012 02:11

אומזיסט,
לשון העמים! קיין אינטערשיד זענען אלע אסור בתכלית האיסור. קיינער שרייבט נישט פויליש אדער רוסיש. מ'שרייבט לשון העמים ווי אלע רבנים האבן אינטערגעשריבן דעם איסור חמור.

עס דערקענט זיך אז דו האסט א פראבלעם מיט'ן די פורצים בגדר, קומסטו מלגלג זיין מיט ליצנות, אז ענגליש איז מותר!


נאדיר דעם בריוו פונעם הייליגן קדושת יום טוב ווי ער זיך מתמרמר איבער דעם.

[בילד – נישט אפגעהיט]



חארינער מיט גייגער ימח שמם, אינאיינעם מיט משה מענדעלזאון און יצחק שלמה ריגא ימח שמו וזכרו, מיט שלמה יהודה ראפאפארט מיט שלמה מדובנא האבן אויפגעשטעלט שיינע תלמידים, וועלכע רופן זיך סאטמארערע אידן...

די אלע משכילים און אפיקורסים ימח שמם וזכרם קענען קומען לערנען א לעקציע השכלה פון אפ'חוזק'ן פון אלע איסורים פון די שרייבער'ס אידישע געדאנק !

דערלעבט:

דאס בית דין פון קיעפ סט. שע"י כ"ק אדמו"ר מהרז"ל שליט"א פסק'ט:
ענגליש איז נישט לשון העמים !

שמעלקאלע » 1/5/2012 02:30

זאג מיר לאנצוט טייערע!! ביז'ן ייטב לב האסטו געדארפט זוכן צו טרעפן א סיבה פארוואס נישט צו גיין צום כינוס כלל ישראל, האסט דאך געקענט זאגן פשוט, מיר זענען סאטמארע חסידים און מיר גייען נישט אינאיינעם מיט אזאנע וואס זענען נישט בדעה אחת אין השקפה, אן קיין פסקי הלכות ופסקי תשובות וואס יעדער צווייטער קען דיר קומען זאגן אז דאס האט ער געמיינט און יענץ האט ער געמיינט, והא ראי' אז ביי אלע פראטעסטן איז געווען דרשנים וואס האבן גערעדט ענגליש, און ווי אויך האב מיר אונז קיינמאל נישט געהערט פון רביה"ק זי"ע אדער פון רבינו בעל ברך משה איבער דער פראבלעם פון אן אסיפה ווי ס'איז דא דרשות אויף ענגליש, בפרט ווען ס'איז נישט אין קיין ביהכ"נ..

בקיצור מ'האט זיך טיף פארפלאנטערט... און ווי מ'זאגט געגעסן פארשטינקענע פיש און פון שטאט ארויסגעווארפן
אלעס פאר איין סיבה, ווייל איך שטיי נישט ראש פון דער כינוס הצלת הדורות... פינטל פינטל פינטל...

און אנשטאט עס אריינצולייגן אין קנאות, האט מען אפירגעקראצט עפעס אן אלטע קול קורא, און מדמה געווען מילתא למילתא, אויפן שטייגער ווי דער סוגיא אין מתוך, אדער א שטייגער ווי פרעה האט געלערנט ווי לבן אז יש שליח לדבר עביירה.... בקיצור... אזא פנים האט עס....

און איך בין מסיים מיינע ווערטער מיט א הייסע תפלה צום בוכ"ע, שלא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי..
מ'זאל זיך נישט לאזן פון אפאר ארוני'לעך לעך חלה דעקעלעך, וועלכע ווייסן נישט בחייכון וביומיכון וואס מ'העט מארגן דארפן ענטפערן, און געדענקן אוודאי נישט דער ליגענט וואס מ'האט נעכטן און אייער נעכטן געזאגט, אלעס גייט כפי רוח הזמן, בקיצור כלל ישראל גרייט זיך נתעוורר צו ווערן מיט'ן האבן כשר'ע טענאכלאגיע כהוראת גדולי ישראל שליט"א 

הכונו הכונו!!

אומזיסט » 1/5/2012 08:55

איך בין נישט קיין נביא, אבער הערנדיג אז ר' אהרן האט ב"ה באקומען זיין אזוי געגארטע פאזיטיווע אטענשאן (נעגאטיווע באקומט ער אויך - וועגן די קעמפס) און הרה"ק מסקולעני שליט"א אינאיינעם מיט הגר"מ סאלאמאן שליט"א לרפו"ש לאויושט"א האבן זיך מטריח געווען בטירחא דגופא ארויסצופארן קיין אפסטעיט ויפלו לפני רגליו ויבכו ויתחננו לו, איז שטארק מסתבר אז דער איסור אויף לשונות העמים גייט גאר אין נאנטן עקספייערן.

סטעי טונד.

(ווייל באופן זה קען מען - אין אפאר יאר ארום  פארשטייט זיך, נישט יעצט ווען יעדער האלט אלעס מיט און געדענקט פונקטליך - איינרעדן די שפעטערע דורות אז ר' אהרן איז גאר געווען דער ארגאניזירער און פאררופער פון דעם גאנצן כינוס, און "איך בין געווען דער ערשטער איינצוזען די סכנה פון אינטערנעט"... א.א.וו.) 

לאנצוט, לאמיר מאכן א געשעפט. איך גיי ווייטער האלטן אז לשונות העכו"ם איז נישט קיין פראבלעם ביי דעם פאל. אפילו אויב די אהרונים גייען זיך יא צושטעלן און די זאליס נישט. (ווי עס לויטן די לעצטע שמועות אויף כה"כ). און דו האלטסט ווייטער אן, אז יהיה מה שיהיה, אפגעזען וואס ר' אהרן וועט יא אדער נישט זאגן, אז עס איז יא דא דערביי א פראבלעם אויף וואס מען קען נישט פארקוקן פאר קיין פרייז. דיעל?

לאנצוט » 1/5/2012 17:20

אומזיסט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך בין נישט קיין נביא, אבער הערנדיג אז ר' אהרן האט ב"ה באקומען זיין אזוי געגארטע פאזיטיווע אטענשאן (נעגאטיווע באקומט ער אויך - וועגן די קעמפס) און הרה"ק מסקולעני שליט"א אינאיינעם מיט הגר"מ סאלאמאן שליט"א לרפו"ש לאויושט"א האבן זיך מטריח געווען בטירחא דגופא ארויסצופארן קיין אפסטעיט ויפלו לפני רגליו ויבכו ויתחננו לו, איז שטארק מסתבר אז דער איסור אויף לשונות העמים גייט גאר אין נאנטן עקספייערן.

סטעי טונד.

(ווייל באופן זה קען מען - אין אפאר יאר ארום  פארשטייט זיך, נישט יעצט ווען יעדער האלט אלעס מיט און געדענקט פונקטליך - איינרעדן די שפעטערע דורות אז ר' אהרן איז גאר געווען דער ארגאניזירער און פאררופער פון דעם גאנצן כינוס, און "איך בין געווען דער ערשטער איינצוזען די סכנה פון אינטערנעט"... א.א.וו.) 

לאנצוט, לאמיר מאכן א געשעפט. איך גיי ווייטער האלטן אז לשונות העכו"ם איז נישט קיין פראבלעם ביי דעם פאל. אפילו אויב די אהרונים גייען זיך יא צושטעלן און די זאליס נישט. (ווי עס לויטן די לעצטע שמועות אויף כה"כ). און דו האלטסט ווייטער אן, אז יהיה מה שיהיה, אפגעזען וואס ר' אהרן וועט יא אדער נישט זאגן, אז עס איז יא דא דערביי א פראבלעם אויף וואס מען קען נישט פארקוקן פאר קיין פרייז. דיעל?



אומזיסט.
איך האלט אז דער איסור פון אלע רבנים פון דער היים האט נישט עקספייערט און קען נישט עקספייערן. און איך וועל חלילה נישט טוישן מיין מיינונג.

אגב, אויב לשונות העמים איז "יעצט" נישט קיין פראבלעם, ווען איז עס יא?
נאר פאר די אידן וועלכע וואוינען אין פאריז?

וואלןסח » 1/5/2012 17:33

אומזיסט, סיד טונד, די פיס קען דיר וויי טון פון שטיין, בדרך הטבע גייט זיך גארנישט טוישן, די רבי האט זיי נעכטן זייער פיין מסביר געווען זיין שטעלונג.

ואגב, איך בין נישט דא אויסן דיר איבערצו ווייזן זאכן וואס דו וועסט סיי ווי לייקענען, איך קען נאר שרייבן וואס דער סקולענער רביס זון האט געזאגט פאר רבינו שליט"א ביי איינע פון די לעצטע זיצונגען מיטן רבין

"אונז ווייס מיר אז די רבי איז געווען דער ערשטער צו האקן קעגן קאמפיוטערס, את חטאי אני מזכיר היום, ס'איז געווען פאר 14 15 יאר צוריק, איך בין געווען ביי די כ"א כסלו סעודה אין סאטמאר, און דער רבי האט דאן געזאגט א דרשה און געהאקט וועגן קאמפיוטערס אז ס'איז בבל יראה ובבל ימצא אין א אידישע שטוב, איך וועל זאגן פארן רבין דעם אמת, איך בין אוועק געגאנגען פון די מסיבה, און איך האב מיר אונטער געשמייכלט, איך האב געהאלטן אז דער רבי טרייבט איבער, וואס קען זיין שלעכט מיט א קאמפיוטער?, היינט זע איך אז ס'איז געווען א ביטער געלעכטער"

שמעלקאלע » 1/5/2012 18:53

זאג מיר לאנצוט טייערע!! ביז'ן ייטב לב האסטו געדארפט זוכן צו טרעפן א סיבה פארוואס נישט צו גיין צום כינוס כלל ישראל, האסט דאך געקענט זאגן פשוט, מיר זענען סאטמארע חסידים און מיר גייען נישט אינאיינעם מיט אזאנע וואס זענען נישט בדעה אחת אין השקפה, אן קיין פסקי הלכות ופסקי תשובות וואס יעדער צווייטער קען דיר קומען זאגן אז דאס האט ער געמיינט און יענץ האט ער געמיינט, והא ראי' אז ביי אלע פראטעסטן איז געווען דרשנים וואס האבן גערעדט ענגליש, און ווי אויך האב מיר אונז קיינמאל נישט געהערט פון רביה"ק זי"ע אדער פון רבינו בעל ברך משה איבער דער פראבלעם פון אן אסיפה ווי ס'איז דא דרשות אויף ענגליש, בפרט ווען ס'איז נישט אין קיין ביהכ"נ..

בקיצור מ'האט זיך טיף פארפלאנטערט... און ווי מ'זאגט געגעסן פארשטינקענע פיש און פון שטאט ארויסגעווארפן
אלעס פאר איין סיבה, ווייל איך שטיי נישט ראש פון דער כינוס הצלת הדורות... פינטל פינטל פינטל...

און אנשטאט עס אריינצולייגן אין קנאות, האט מען אפירגעקראצט עפעס אן אלטע קול קורא, און מדמה געווען מילתא למילתא, אויפן שטייגער ווי דער סוגיא אין מתוך, אדער א שטייגער ווי פרעה האט געלערנט ווי לבן אז יש שליח לדבר עביירה.... בקיצור... אזא פנים האט עס....

און איך בין מסיים מיינע ווערטער מיט א הייסע תפלה צום בוכ"ע, שלא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי..
מ'זאל זיך נישט לאזן פון אפאר ארונימ'לעך לעך חלה דעקעלעך, וועלכע ווייסן נישט בחייכון וביומיכון וואס מ'העט מארגן דארפן ענטפערן, און געדענקן אוודאי נישט דער ליגענט וואס מ'האט נעכטן און אייער נעכטן געזאגט, אלעס גייט כפי רוח הזמן, בקיצור כלל ישראל גרייט זיך נתעוורר צו ווערן מיט'ן האבן כשר'ע טענאכלאגיע כהוראת גדולי ישראל שליט"א

הכונו הכונו!!

לאנצוט » 1/5/2012 19:11

שמעלקא, פאר איינעם ביי וועמען א קפידא איז די זעלבע ווי אן איסור, האב איך נישט וואס צו דיסקוטירן.

פינקט ווי דו פארשטייסט אז ווען איך זאל זיין שבת אין שפיטאל אין מאנהעטן, וועל איך דען נישט דאווענען דעם שבת אין עפעס א שול מיט מנין, טראצדעם וואס א גאנץ יאר וואלט איך נישט אריין געטרעטן דארט.

אבער אין א שול וואס די בימה איז נישט אינדערמיט, אדער אויב דארט איז דא א מאדערנע קווייער. וואלט איך נישט אריין. איך וועל דאווענען אן מנין, אבער נישט אין אזא שול.

אלזא, צו דעם אומבוויסנדן שרייבער ר' שמעלקאלע, וואס ווייסט נישט קיין חילוק צווישן אן איסור חמור און א קפידא, דארף מען געבן דאס לעפל אין מויל, ער זאל פארשטיין.

צו גיין אין א פארזאמלונג מיט מאדערנע קרייזן און אגודה קהלות, איז א קפידא נישט צו גיין.
צו גיין הערן רעדן לשונות העמים איז א איסור פון אלע אונגארישע רבנים, אשר מימיהם אנו שותים.

פארשטייסט שוין?

יעצט זאג איבער דיין לחש, שלא ירעו ולא ישחיתו, וואס מיינט גארנישט !

שמעלקאלע » 1/5/2012 19:48

אונטערסאנט אז דער ר' אהרן האלט אנדערש ווי דיר, והא ראי' אז ער קלערט נאך אריין צו מ'זאל גיין צום אסיפה צו נישט.

אבער מער פון אלעם איז מיר אונטערסאנט, אז די פארגלייכסט א סטעדיום צו א ביהמ"ד...
אז דו פארשטיייסט נישט דער חילוק פון קדושת בית הכנסת, צו א דרשה אין א סטעדיום וכו',
ביזטו פטור

וועל איך דיר אינזינען האבן ביי אתה חונן לאדם דעת,

לאנצוט בן חלה דעקעלע.... שטימט????

לאנצוט » 1/5/2012 19:52

[בילד – נישט אפגעהיט]

אינטרעסאנט, דו ווייסט וואס ר' אהרן האלט און וואס ער גייט האלטן מארגן?
אבער שוין ביסטו ביזי האקן, כאטש וואס דיין אמעראצעס איז נאך מסתם א מעלה קעגן דיין לעכערליכע שוואכקייט אין אמונה.

אבער צו דעם ענין פון בית הכנסת וועל איך זיך  יא אדרעסירן איצט:
דו זעהסט דא עפעס א ווארט וועגן א בית הכנסת?

[בילד – נישט אפגעהיט]

אויך דא זעהסטו עפעס א ווארט בית הכנסת:

[בילד – נישט אפגעהיט]

און אז איך האב דיך שוין דא, וויל איך דיר נאר פרעגן: ביסטו אויך מסכים מיט דיינע קאלעגעס, אז ענגליש איז נישט קיין לשון העמים, און דאס איז יא מותר?

ישמאלכץ » 1/5/2012 19:55

איך פארשטיי בכלל נישט פארוואס דער עולם לאזט זיך פון דעם לאנצוט?
ווער האלט בכלל אנדערש איבער די ענגליש פראבלעם?
ער קומט טענה'ן כאילו איינער האלט דא פארקערט, און ער ווייזט איבער אז די הלכה איז אנדערש, און ער האט א מורא'דיגע ראיה לשיטתו, און איר לאזט זיך און גייט אריין אין א דיסקאשען אזוי אדער אזוי, איינער איז דא מסופק אינעם הארבקייט פון לשון העמים, ענגליש איז עפעס אנדערש ווי אונגאריש אדער אן אנדערע שפראך? זיכער אז נישט
לאנצוט האט געברענגט א שיינעם ליקוט און עס קוט אים א יישר כח, און איבער די נושא איז נישטא קיין שום ויכוח

לאנצוט » 1/5/2012 20:00

אומזיסט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
א) ווייל דער גאנצער צעטל רעדט דאך נאר איבער עניני קדושת בית הכנסת, בכלל נישט איבבער א כינוס אין א סטעדיום.
נישט ריכטיג. אלע רעדן קעגן לשון העמים, נישט צוליב קדושת בית  הכנסת, נאר ווייל  מ'טאר נישט רעדן קיין דרשה בלשון העמים, נישט קיין אינטערשיד וואו.

ב) והוא העיקר, דער תקנה פארלאנגט מען זאל רעדן בלשון יהודית שמדברים בו ישראל הכשרים אנשי המדינה הזאת - יעדער ווייסט אז אויבערלענדיש אידיש איז מער ווייניגער ריין דייטש דער חילוק איז נאר די לשון קודש ווערטער וואס מען פלעכט אריין, און דאס האבן די רבנים כלל נישט געאסרט, נאר דוקא אונגאריש, ווייל זי איז בימים ההם נישט נאכגעקומען דעם תנאי אז מדברים בו ישראל הכשרים אנשי מדינה הזאת. כהיום איז בלתי שום ספק אז ענגליש קומט יא נאך דעם קריטעריאן. איה"נ, אויב גייט מען רעדן פראנצויזיש אדער לאטייניש כדי עס זאל זיך הערן מער פראפעסיאנאל, גלייב איך אז צד מהרז"ל וועט אויך נישט גיין צו אזא אסיפה.
ודי בזה.


דא שרייבט אומזיסט, אז נאר אונגאריש איז א פראבלעם. ענגליש איז מותר, ענגליש איז נישט אין כלל פונעם איסור.

ישמאלכץ » 1/5/2012 20:05

אומזיסט איז נישט קיין ראשון און מ'מעג אויף אים מחולק זיין, ובפרט אז די סברא האט נישט קיין הענט און קיין פוס (דאס הייסט סברות כרסיות - בלויז בויך)

שמעלקאלע » 1/5/2012 20:14

נאכאמאל לדעתי איז סקולענער רבי אויך פון דער וואס פארשטייט אז לשון העמים איז א פראבלעם,
אבער בכגון דא ווען עס קומען זיך צוזאם רבבות אידן מיטן ציל צו ראטעווען אונזערע דורות,
און אז פונקט וועט זיין איינס אדער צוויי דרשות אין ענגליש, איז וועגן דעם דער געשעפט געשאלאסן...

נאריש אזוי צוזאגן....
ס'איז א זאך וואס איך פארשטיי נישט...

אלע קול קורא'ס וואס זענען דעמאלט'ס ארויסגעקומען איז געווען איבער די מתחדשים די רעפארמער וואס האבן אנגעהויבן איינפירן צו רעדן לשונות העמים און אז די רבנים ווואס האבן געקענט אידיש זאלן אנהייבן רעדן דרשות בלשון העמים, אויף דעם זענען דער רבנים ארויס בקול גדול...

אבער דא רעדט מען נישט אז א היימישיע רב זאל דארטן אויפטרעטן אין ענגליש..
נאר היות ס'איז דא אידן וואס פארשטייען נעבעך נישט קיין אידיש, וועט דעריבער אויך אויפטרעטן א רב וואס רעדט ענגליש און זאל מסביר זיין פאר דעי אידן איבער דער מגיפה פון טענאכלאגיע...

יעצט צו דיר לאנצוט!! נעכטן איז געווען אן אסיפה ביי דזשיגאן אינדערהיים, לויט ווי דער חברה זאגן איז עס נאך נישט קלאר אז ער גייט נישט, איז אויב אזוי וואס וועט זיין אז דער רבי וועט זאגן נקימה ונלכה....

תיקו...

לאנצוט איך זארג מיר נישט פאר דיר, דער בלאט וועט שוין ערפינדן עפעס א תירוץ....

(א דוגמא ווי פאר דער באזוך ביים בעלזער ווען געוויסע ארונים האבן געזאגט אז דאס וועט אין לעבן נישט פארסירן און טאמער יא, ווער איך אויס ארוני... און דער בלאט איז געקומען און אפגעוואשן דער מוחות....
און אלעס איז געבליבן ביים אלטן...)

נישטאמת » 1/5/2012 20:24

לאנצוט טייערע וואס איז דיין תירוץ אויף דעם וואס ביי די מחאות האט מען געדארשענט אויף ענגליש
איך ווייס וואס די גייסט ענטפערן אז מען האט געדארפט מסביר זיין פאר די אומות העולם ווי רבינו הק' ברענגט אין ויואל משה איז עס לתועלת און מען ברויך אבל מה נשתנה הכא ווען עס וועט זיין לתועלת פאר טויזענטע יודן וואס פארשטיין נישט קיין ידיש זיי צו ראטעווען מרדת שאול איז עס עפעס א קלייניקייט

לאנצוט » 1/5/2012 21:12

א מחאה אויף די גאס איז ספעציעל פאר די אומות העולם אויסצושרייען אונזער פראטעסט קעגן מדינת ישראל. מיר רעדן דאך צו גוים. זיי קענען נישט קיין אידיש.

צו רעדן ביי אן אסיפה אויף ענגליש צו מענטשן וועלכע פארשטייען נישט קיין אידיש, איז אויך מותר, פאר די וועלכע קענען נישט קיין אידיש. נישט קיין ספק אין דעם.

אבער אז סאטמארע אידן זאלן דארט זיין בשעת מ'רעדט אויף ענגליש, דאס איז זיכער קעגן דעם איסור וואס אלע רבנים האבן אונטערגעשריבן בימים ההם.

אומזיסט » 1/5/2012 21:31

לאנצוט, וויאזוי מעגן היימישע סאטמארע אידן זיין אנוועזנד בשעת מען רעדט אויף ענגליש צו די גוים?

אומזיסט » 1/5/2012 21:35

ישמאלכץ כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אומזיסט איז נישט קיין ראשון און מ'מעג אויף אים מחולק זיין, ובפרט אז די סברא האט נישט קיין הענט און קיין פוס (דאס הייסט סברות כרסיות - בלויז בויך)


דאס האט גארנישט מיט סברא, און אוודאי נישט מיט כרס. דאס איז א בלויזער דיוק פון דעם לשון האיסור. דער איסור שרייבט ארויס זייער קלאר אז מען מעג נאר רעדן בלשון יהדות שמדברים בו ישראל הכשרים אנשי המדינה הזאת. כהיום איז דער לשון היהדות - ענגליש. 

לאנצוט » 1/5/2012 21:54

אומזיסט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לאנצוט, וויאזוי מעגן היימישע סאטמארע אידן זיין אנוועזנד בשעת מען רעדט אויף ענגליש צו די גוים?


איך זעה אז דיינע שאלות זענען אזוי לעכערליך, אבער איך וועל דיר דאך ענטפערן כפי קוצר השגתי.

א פראטעסט איז נישט קיין מוסר דרשה, עס איז א וויי-געשריי פאר די גוי'אישע וועלט.
א פראטעסט איז 99 פראצענט אידיש, מ'זאגט אפאר ווערטער כדי די גוים זאלן וויסן פארוואס מען פראטעסטירט. אבער אלעס איז אויף אידיש. פון 5 דרשות ביים פראטעסט זענען אלע אויף אידיש חוץ איינס, געווענליך.

דא ביי דעם כינוס כלל ישראל, וועט ענגליש זיין נישט איין דרשה, און נישט 2, נאר פינקט וויפיל אידיש וועט זיין אויף ענגליש. און דאס זענען געהעריגע דרשות פון מוסר און חיזוק און הדרכות. אמת די אידן פון פייוו טאונס און טינעק קענען נישט קיין אידיש און מ'דארף צו זיין רעדן אויף זייער שפראך, איז דאס נישט קיין היתר פאר סאטמארע אידן צו זיין אנוועזנד.

אומזיסט » 1/5/2012 21:54

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]


אבער צו דעם ענין פון בית הכנסת וועל איך זיך  יא אדרעסירן איצט:
דו זעהסט דא עפעס א ווארט וועגן א בית הכנסת?

[בילד – נישט אפגעהיט]

אויך דא זעהסטו עפעס א ווארט בית הכנסת:

[בילד – נישט אפגעהיט]

און אז איך האב דיך שוין דא, וויל איך דיר נאר פרעגן: ביסטו אויך מסכים מיט דיינע קאלעגעס, אז ענגליש איז נישט קיין לשון העמים, און דאס איז יא מותר?


לאנצוט, איך הייב אן זייער מורא צו האבן, אז דו מיינסט דא סתם נצחון און קנתור, ער שרייבט דאך זייער קלאר אז דער פראבלעם איז דער ראש וראשון פון אלע גזירות וואס מען האט גוזר געווען, און זינט דו האסט דיך נעבעך באנארישט מיטן אראפברענגען דעם אריגינעלן נוסח פונעם איסור (אין די ערשטע תגובה) קאן דאך יעדערער זען אז דער גאנצער צעטל רעדט זיך דארטן וועגן עניני קדושת בית הכנסת, ותו לא. 

און אז איך האב דיר שוין דא, וויל איך פרעגן, צי מעג מען גיין צו א 5 האוער קלעס ווי דער דרשן רעדט ענגליש צו א ציבור וואס פארשטייט קלאר יא אידיש? און צי האט מען געמעגט אויפשטעלן אל"ף שמות א לויער רעדן אויף ענגליש, צו א ציבור וואס האט קוים פארשטאנען נאר איין ווארט אז מיטוואך גייט מען אריין אין ראדני? 

אומזיסט » 1/5/2012 22:03

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לאנצוט, וויאזוי מעגן היימישע סאטמארע אידן זיין אנוועזנד בשעת מען רעדט אויף ענגליש צו די גוים?

איך זעה אז דיינע שאלות זענען אזוי לעכערליך, אבער איך וועל דיר דאך ענטפערן כפי קוצר השגתי. א פראטעסט איז נישט קיין מוסר דרשה, עס איז א וויי-געשריי פאר די גוי'אישע וועלט. א פראטעסט איז 99 פראצענט אידיש, מ'זאגט אפאר ווערטער כדי די גוים זאלן וויסן פארוואס מען פראטעסטירט. אבער אלעס איז אויף אידיש. פון 5 דרשות ביים פראטעסט זענען אלע אויף אידיש חוץ איינס, געווענליך. דא ביי דעם כינוס כלל ישראל, וועט ענגליש זיין נישט איין דרשה, און נישט 2, נאר פינקט וויפיל אידיש וועט זיין אויף ענגליש. און דאס זענען געהעריגע דרשות פון מוסר און חיזוק און הדרכות. אמת די אידן פון פייוו טאונס און טינעק קענען נישט קיין אידיש און מ'דארף צו זיין רעדן אויף זייער שפראך, איז דאס נישט קיין היתר פאר סאטמארע אידן צו זיין אנוועזנד.
 




אקעי, באפעסטיגט אייערע זיץ פאסיגעס... היידא, געפארען...

נעכטן אום זייגער עלעף האט די פלאן געלויטעט אזוי:

1) רב וואקסמאן שליט״א יו״ר. צוואנציג מוניטיגע רעדע, (רב וואקסמאן האט נאכנישט אנגענומן דערווייל)
2) רב כ״ץ שליט״א דזשיבוי מאנטריאל האלבע שעה,
3) רב סאלאמאן שליט״א, צוואנציג מוניט אידיש, פינעף מוניט ענגליש,
4) סקולענער רבי שליט״א דברות קודש, צעהן מינוט (ווער גייט עס אינפארסירן?)

נגינה דורך א כאר ווילאנג דער ציבור קומט אן, און תפילת של״ה צולעצט. (כך שמעתי בערך ממקור מהימן.)

אבאר פאוואליע, די פלענער קאנען זיך טוישן בזריזות אוויא די טראפיק באלייכטער... פון ירקרק צו אדמדמת און צוריק.. טא, קאן זיין אז ס׳שוין געשטויש... און מ׳האלט שוין אפילו צוריק ביי דעם..
לעצט פאראכטן דורך שטארק זיך אום מאנטאג אפריל 30, 2012 7:12 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
צייט גייט נישט פארפאלן; מען נעמט עס מיט...





תוקן על ידי אומזיסט ב- 01/05/2012 22:32:43


אומזיסט » 1/5/2012 22:21

עדות נאמנה בדעת רביה"ק מסאטמאר זי"ע אז פאר אידן וואס פארשטייען נאר דעם לשון העמים מעג מען רואיג רעדן שפת זר:

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=49834&st=&pgnum=383

פ
ארשטייט זיך אז דער רבי האט געוואלט צוגעבן אז איינער וואס פארשטייט אידיש מעג נישט זיין אינעם ביהמ"ד בשעת מעשה... אויך דער רעדנער אליין (וואס פארשטייט דאך אידיש) דארף לכאורה אויך שטיין אינדרויסן און אזוי רעדן... נאר מאיזה סיבה האט דער רבי פארגעסן...

רב_הסוער » 1/5/2012 22:32

דער כנסי' גייט זיין געקעיטערט פאר די ענגליש רעדנדיגע קראוד,
ר' אהרן האלט אז ער האט נישט דארט וואס צו זוכן, ער גייט גארנישט מוסיף זיין דארט, ער גייט זיך נישט צאמזעצען מיט מאדערענע מענטשן מיט ענגלישע דרשנים, סלייד שאוס וכדומה, ווען זיין אנוועזנהייט ברענגט גארנישט בלויז פאר די שאו, איבערהויפט אז ער האט א העכערע סטאנדערד אין דעם ענין פון אינטערנעט, קיינער גייט נישט חושש זיין אז ער איז נישט קעגן אינטערנעט, פארוואס זאל ער ברעכן זיינע מנהג ומסורה על לא דבר,

נאכמאל, קלאר
ר' אהרן האלט עולומת ומלואות פון דעם כנסי', ער האט גארנישט דערגעגען אדרבא ער איז עס גאר שטארק מחזק, נאר ער פעלט דארט נישט אויס,

לאנצוט » 1/5/2012 22:39

אומזיסט טייערער,
נעכטן האסטו געזאגט מיט א גראדקייט אז ענגליש איז מותר, ווייל עגליש הייסט נישט לשון העמים.

פונקט 2:

דאס איז מ'טאר נישט זיין ביי א דרשה ווי מ'רעדט לשון העמים האט נישט לאנצוט אפגעמאכט, נאר דער קדושת  יום טוב און דער יטב לב און דער הייליגער דברי חיים איז אויף דעם אונטערגעשריבן.

סאו ווען דו מאכסט חוזק, איז עס פון זיי - לאנצוט איז זייער באקווועם צו זיין מיט די קדושים אויף איין מיינונג. אפילו אומזיסט מיט זיינע משכילים באדיס וועלן לאכן פון מיר מיט א פול מויל. לאך ווייטער !

אומזיסט » 1/5/2012 22:49

איך זאג עס נאך אלס, בלי ספק אז ענגליש קומט נאך דעם תנאי וואס דער איסור שטעלט אראפ פאר א שפראך מען זאל מעגן דערין רעדן. אפשר ביסטו מסביר מיט וואס אידיש וואס איז ממקורו דייטש איז אנדערש ווי ענגליש(יביש)? אויב  איז דער חילוק אז לגבי זיי הייסט "דאס" טאקע אידיש, נאר לגבי אונז הייסט דאס לע"ז, האב איך דיר א אינטערעסאנטע שאלה: מעג א קווינס - פייוו טאונס אונגאריש אפשטאמיגער איד, אויסהערן א דרשה אין דייטש (דאס וואס מען רופט אין ווילי אידיש)? און צו מעג א וויליאמסבורגער איד זיצן ביי א אסיפה ווי מען רעדט לאדינא (די אמאליגע ספרדישע אידיש - די ספאנישע שפראך מיט א אידישן אקצענט)?

אבער בר מן דין, עס איז קלאר און דייטליך און לית מאן דפליג אז פאר אידן וואס רעדן בלויז ענגליש, מעג מען און מען מוז רעדן ענגליש, כמבואר לעיל דעת קדשו פון רביה"ק זי"ע. וואס טוט זיך אויב זיצן צוויי מיני אידן צוזאמען? פארשטייסטו באמת אז דאן מעג מען נאר רעדן אידיש? און זאל דער בלויז ענגליש רעדנדער פלאצן? קומט ר' אהרן און איז מייסד א נייע וויכטיגע סניף צו די תקנה, אז מה"ט טארן טאקע 2 אזאלכע מיני אידן נישט זיצן צוזאמען! ודפח"ח. און איך ברויך קויפן די לאקשן. 

תוקן על ידי אומזיסט ב- 01/05/2012 22:50:04

רב_הסוער » 1/5/2012 23:17

זיי מוזן נישט זיצן צוזאמען, יעדער קען זיך מאכן זיין אייגענע כנסי'

לאנצוט » 2/5/2012 00:10

אומזיסט.

רוסיש איז ממקורו סלאוויטש.
פויליש איז ממקורו טאטאריש
פראנצויזיש איז ממקורו לאטייניש.
רומעניש איז ממקורו גריכיש.

ענגליש איז ממקורו פון בארג סיני ! ממילא איז דער איסור עקספייערט !

נישטאמת » 2/5/2012 00:29

לאנצהוט ציווישען מיר אין דיר דער ריכטיגע סיבה פארוואס די פראבירסט מיט אלע כוחות צו אוועק מאכען אזא היילגע כינוס איז נישט ווייל שפראך וכו' עס ליגט דא עפעס אסך טיפער ווי דעם וד''ל
לאמיר זיך נישט גענארען די כינוס וועט צוגעבן א געוואלדיגע חיזוק והתעוררות פאר טויזענטע יודן און בפרט אז עס וועלן דארטן זיין אויך מאנשי שלומינו און מרבותינו און עס איז קלאר אז נשט דאס האט דער איסור פון דעם ייטב לב געמיינט
זיי האבן געמיינט רעדן דרשות באופן כללי בלשון העמים ווען עס האט נישט קיין ריכטיגע סיבה צודעם וד''ל

נישטאמת » 2/5/2012 00:44

רד''ק תהילים קיח כג
עי' ברד''ק תהילים קיח כג ובמלבי''ם שם ובאוה''ח במדבר כד יז

שמעלקאלע » 2/5/2012 01:23

רב הסוער האלט זיין רבי'ן פאר אן ערנסט'ער עניו וואס גלייכט נישט צו זיצן ביי קיין כינוס ווי ער געבט גארנישט צו...
ביזט גערעכט 100%, נאר האסט פארגעסן צוצולייגן איין פונקט, אז טאקע דערפאר ווייל ער זעהט אז ער גייט גארנישט צוגעבן ביים כינוס (ווייל ער שטייט דאך נישט בראש) איז ממילא גייט מען נישט

ישמאלכץ » 2/5/2012 01:26

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אומזיסט.

רוסיש איז ממקורו סלאוויטש.
פויליש איז ממקורו טאטאריש
פראנצויזיש איז ממקורו לאטייניש.
רומעניש איז ממקורו גריכיש.

ענגליש איז ממקורו פון בארג סיני ! ממילא איז דער איסור עקספייערט !

דאסמאל באקומסטו אזאנס [בילד – נישט אפגעהיט]

נישטאמת » 2/5/2012 01:26

שמעלקאלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
רב הסוער האלט זיין רבי'ן פאר אן ערנסט'ער עניו וואס גלייכט נישט צו זיצן ביי קיין כינוס ווי ער געבט גארנישט צו...
ביזט גערעכט 100%, נאר האסט פארגעסן צוצולייגן איין פונקט, אז טאקע דערפאר ווייל ער זעהט אז ער גייט גארנישט צוגעבן ביים כינוס (ווייל ער שטייט דאך נישט בראש) איז ממילא גייט מען נישט


אז מען קען אויסטייטשן אויף שלעכטס פארוואס נישט  אבי יענעם צו באשמוצן
עי' מדרש שה''ש א כה

ישמאלכץ » 2/5/2012 01:29

נישטאמת כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
רב הסוער האלט זיין רבי'ן פאר אן ערנסט'ער עניו וואס גלייכט נישט צו זיצן ביי קיין כינוס ווי ער געבט גארנישט צו...
ביזט גערעכט 100%, נאר האסט פארגעסן צוצולייגן איין פונקט, אז טאקע דערפאר ווייל ער זעהט אז ער גייט גארנישט צוגעבן ביים כינוס (ווייל ער שטייט דאך נישט בראש) איז ממילא גייט מען נישט


אז מען קען אויסטייטשן אויף שלעכטס פארוואס נישט  אבי יענעם צו באשמוצן
עי' מדרש שה''ש א כה


יא אויף א ערליכן איד אדער סתם א איד דארף מען טאקע דן זיין לכף זכות אבער איינער וואס באוואוסטער בעל גאווה און טוט קיינמאל גארנישט נאר לכבודו ברויך מען דן זיין לחובה, קוק אריין די מפרשים פאריגע וואך אין פרקי אבות, הוי דן את כל האדם לכף זכות

אומזיסט » 2/5/2012 01:49

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אומזיסט.

רוסיש איז ממקורו סלאוויטש.
פויליש איז ממקורו טאטאריש
פראנצויזיש איז ממקורו לאטייניש.
רומעניש איז ממקורו גריכיש.

ענגליש איז ממקורו פון בארג סיני ! ממילא איז דער איסור עקספייערט !


און אידיש איז ממקורו פון דייטש. ותו לא מידי.

לאנצוט » 2/5/2012 01:55

אידיש איז נישט לשונות העמים, און אלע אנדערע יא.
און ביסט אינווייטעד מיט אלע לאכערס חוזק מאכן פון רבותינו הקדושים.

אומזיסט » 2/5/2012 02:28

אידיש איז נישט לשונות העמים ווייל אידן רעדן עס פאר זייער מוטער שפראך, און דאס איז אריין געמישט אסאך לשון קודש וכדומה. דהיינו, מען האט גענומען די גויאישע שפראך און עס פאראידישט, געטוישט די אקצענט, וכדומה.

די זעלבע גלגול וואס די דייטשע שפראך איז אריבער אין אייראפע פון לערך 6 7 הונדערט יאר צוריק, איז די ספאנישע שפראך אריבער אין די ארצות ספרד ויוצאיה, און זי איז באקאנט מיטן נאמען לאדינא.

בשעת אידן האבן געוואוינט אין די אראבישע לענדער בימי הרמב"ם האבן אידן גערעדט געהעריג אראביש. און אסאך ספרים זענען נתחבר געווארן אויף דעם שפראך, אריין גערעכנט דער חובת הלבבות און דער פירוש המשנה להרמב"ם.

דער תלמוד בבלי איז געשריבן אויף אראמיש ווייל אידן האבן אין בבל גערעדט די שפראך.

אין די אלע פלעצער, האט מען געהאלטן דרשות מוסר, חיזוק, און אפילו געשריבן ספרים אלעס אין דעם לשון המדינה! 

דער זעלבער גלגול גייט ענגליש איצט אריבער ביי אונזערע ליטווישע און אמעריקאנער ברודער. און כמובן איז נישטא קיין שום פראבלעם דערמיט. (הגם דער עצם שינוי פון אידיש צו ענגליש איז בוודאי א אפנויג און מסתמא א תוצאה פון מאדערניזאציע, אבער כהיום איז דאס דער פאקט. און דער סיבת הדבר איז נישט משנה בכלל). און אוודאי איז נישטא קיין שום פראבלעם אפילו פאר א רעדנער וואס קען אידיש, ווען מען רופט אים צו רעדן ביי אזא מקום, צו רעדן אין ענגליש, מחבר זיין ספרים אין ענגליש, ויגדיל תורה ויאדיר. ענגליש קען אויף קיין פאל נישט ווערן אפגעטיילט פון די אלע אויבנדערמאנטע שפראכן וואס אידן האבן פאראידישט.

אין אונגארן איז געווען א מאטיוו פון די רעפארמער און מתחדשים צו אריין ברענגען  פרעדיגער וואס רעדן גויאיש כדי זיך מדמה צו זיין צום גוי, און דאס איז געווען די ערשטע אין א רייע פון 10! זאכן וואס זיי האבן געוואלט מחדש זיין און מקלקל זיין אין בית המדרש זיך מדמה צו זיין צו די קריסטליכע קירכעס ה"י. ממילא האבן די רבנים דערויף לוחם געווען,

אבער כמובן איז דאס געווען נאר פאר אידן וואס האבן גערעדט אידיש און האבן זיך צובראכן די ציין צו רעדן אונגאריש כדי זיך מדמה צו זיין צום גוי. עס איז כמעט נישט געווען אין ערגעץ אין דער אלטער היים אזא מציאות ווי די ענגליש רעדנדע אידנטום דא אין אמעריקע. זיכער נישט אין אונגארן און זיכער נישט בימים ההם בשעת די תקנה איז געמאכט געווארן און שפעטער נאכאמאל נתחדש געווארן. 

און נאכאמאל, דאס איז אלעס חוץ פון דער עצם זאך אז אפילו דער איסור האט זיך באצויגן בעיקר צוליב די שינוי אין בית הכנסת, נישט אזוי ווייט צוליב דער עצם איסור פון לשון העמים. 

גענוג קלאר?

לאנצוט » 2/5/2012 17:10

אקעי, דער דברי חיים מיט'ן יטב לב און אלע אונזערע הייליגע רבי'ס האבן נישט געוואסט וואס אומזיסט ווייסט.
לשון העמים איז אין אמת'ן מותר, נאר דער חתם סופר איז געווען א "פרומאק".

אלעס מטהר צו זיין דעם שרץ בק"ן טעמים.

האורח » 2/5/2012 19:29

איך האלט אז אומזיסט איז נישט גענוג קלאר געוועהן ממילא האט לאנצוט אומריכטיג מגיב געוועהן.
דער ווארט איז: פונקט ווי מען האט "פארגרייזט" די גויישע שפראכן און דאדורך איז באשאפן געווארן א "אידיש" אדער א "לאדינו" וואס אויף דעם אופן איז געוועהן 100% מותר צו רעדן (א שטייגער ווי אידיש דויטש וואס האט זייער גע'ענדלט צו הויך דויטש אין הברה, און נאר די לשון קודש ווערטער און די פארגרייזטע ווערטער האבן פונאנדערגעשיידט) די זעלבע איז די "ליטווישע ענגליש" גענוג אנגעלאדענט מיט לשון הקודש און אידישע ווערטער (ווי "געוואלדיג" "שטייגונג" "חלות" "נפקא מינא" "זאך" וכו') עס זאל שוין אפשר קענען גערעכנט ווערן ווי א היבש "פארגרייזטער" ענגליש (אז א גוי ווען מן הסתם כמעט נישט פארשטיין א גאנצער זאץ פון אן ענגליש-ליטווישער רעדע). דערונטער די פרעדיגער האבן מקפיד געוועהן צו רעדן א ריין הויך דויטש. צ.ב.ש. זיי האבן גענוצט "ביבלישע" אויסדרוקן ענדערש ווי "תורה'דיגע" אויסדרוקן אדער א "כהן" האט געהייסן א "פריסט" די לוחות-טאבלעטן משה-מאזעס וכו' וכו' דוק ותשכח (וכמדומה שכן מובא בשו"ת חת"ם סופר) וממילא מיינט מען נישט ח"ו צונישט צומאכן די תקנה. נאר פונקט פארקערט די תקנה איז עומד וקיים לעד ולנצח נצחים, נאר דער וואס איז אביסל באהאווענט אין די אנטוויקלונג פון אידישע שפראך פארשטייט אז אויף דעם אופן קען זיין איז נישט קיין פראבלעם (איך זאג "קען זיין" ווייל מי אנכי להכניס ראשי בין ההרים האלו די היינטיגע גדולי ישראל וואס האבן אין דעם מיינונגס פארשידנהייטן) 


תוקן על ידי האורח ב- 02/05/2012 19:35:58

לאנצוט » 2/5/2012 19:43

וואס דינגט מען זיך דא:

פארוואס אין אונגארן האט מען נישט געקענט טרעפן קיין היתר פאר א רב צו רעדן, ביז דער חתם סופר האט קלאר געשריבן אז די מוסר איז נישט נכנס בלשון השומעים, און אלע אנדערע רבנים וקדושים שרייבן אז מ'טאר נישט זיצן ביי אזעלכע דרשות.

פארוואס דארף מען היינט זוכן התירים. פארוואס קען מען נישט מאכן קיין אסיפה פאר בלויז היימישע אידן. צי וואס דארפן מיר גיין מיט אידן פון טינעק און פאסעיאיק אדער אפילו פייוו-טאונס.

וואלט מען אמאל געמאכט אן אסיפה פאר אידן פון צאנז, קראלי, שינאווע מיט בערלינער אידן.

געוואלד?

האורח » 2/5/2012 20:02

איך האב הנאה אז לאנצוט האט געטוישט ליניעס צו אנדער אפשר אויפריכטיגע טענות. אבער מיר האבן נאר געגעבן צו פארשטיין פארוואס די ליטוויש-ענגלישע דרשות איז אפשר נישט קיין "אויפגעזוכטע היתר" נאר א לכתחלה'דיגע אידיש פונקט ווי די הייליגער חתם סופר'ס אידיש דייטש.
די וואס רעכנען אידיש אלץ א "ריינעם" שפראך ווי אלע שפראכן וואס געהערט צו אונזער פאלק - זענען בלויז די אמאליגע אידישיסטן וואס האבן נישט קיין תורה און "מיינען" אז דאס מאכט דאס פאלק א פאלק. אין אמת האבן מיר א תורה און א הייליג שפראך וואס ווערט גענוצט אויף תורה און א דירעקט פארגרייזטע שפראך וואס זאל דינען פאר עניני חול. ותו לא מידי

לאנצוט » 2/5/2012 20:03

ווען דער חתם סופר רעדט קעגן לשונות העמים, מיינט ער אז מ'מוז רעדן דייקא אידיש. לאפוקי קיין שום אנדערע שפראך קיין אונטערשייד וואו דאס איז, אויבערלאנד, אונטערלאנד, טשעכיש אדער פויליש אדער ענגליש.

ווער עס זאגט אנדערש איז א מלגלג על דברי חכמים.

אומזיסט » 2/5/2012 21:47

לאנצוט, לדעתי איז נישטא קיין גרעסערער מלגלג על דברי חכמים ווי דו.

צו גיין זאגן אז דער חת"ס האט געהאלטן אז אלע דורות ביז 500 יאר צוריק ווען אידן האבן אנגעהויבן צו רעדן דייטש, האבן זיי עובר געווען אויף א איסור.איך ווייס אז ביי די אהרונים איז הוצאת לעז אויף די פריערדיגע א מהדרין מן המהדרין; דער חת"ס איז אבער נישט געווען קיין ארויני.

סאו פון מיין זייט איז דער וויכוח מער ווייניגער געשלאסן. ווילאנג דו ברענגסט נישט אויף קיין פרישע מראי מקומות, ספרים וכדומה ווי עס איז משמע אנדערש, סתם איבערזאגן די זעלבע זאך נאכאמאל איז נישט אינטערעסאנט.

אבראהאם » 2/5/2012 22:07

אומסיזט די מיזט נישט אונטער רייסן דעם חתם סופר ווייל עטץ ווילטס ענק לעקן צי סוקלען

איך ווייס אז ביי די זאלי'ס גילט נישט קיין תורה ווען ס'קומט צי זייערע אונטערסן מען האט שוין אויס גריסן בענדער שלחן ערוך פאר דעם עם הארץ ר' זלמן לייב

דאס רייסן מעג אבער האבן א שיעור געניג געריסן

האורח » 2/5/2012 22:40

הרב לאנצוט,
איהר האט נישט געהעריג דורכגעליינט מיין אויבירשטע תגובה. איך זאג נאכאמאל "אידיש" איז נישט קיין שפראך, "אידיש" איז א פארגרייזטע דויטש דירעקט כדי מיר זאלן רעדן אנדערש ווי גוים און נישט מוזן זיך באנוצען מיט לשון קודש פאר דברי חול.
"לאדינא" איז נישט אראביש אדער ספאניש. "לאדינא" איז א פארגרייזטע גויישע שפראך דירעקט כדי מיר זאלן רעדן אנדערש ווי גוים און נישט מוזן זיך באנוצען מיט לשון קודש פאר דברי חול.
און אז ס'ווערט היינט א פארגרייזטער ענגליש מיט הויפנס לשוון קודש'דיגע און אידישע ווערטער אריינגעמישט, קען דאס זייער מעגליך זיין 100% לכתחלה מותר (איך רעד יעצט נישט געפיליש אלץ מוטער שפראכע). איהר האט זעהט אויס נאך קיינמאל נישט געהערט קיין ליטווישער דרשה.

לאנצוט » 2/5/2012 23:03

אויף דיר ליגט צו ברענגען א ראי' אז די תקנה פון אונזערע רבי'ס איז בטל געווארן, ווייל עס שמעקט פאר דיין פאליטיק.

די תקנה שטייט אז עס איז "עד עולם". ממילא איז ידם של המשכילים והמלגלגים על דברי חכמים בטלים ומבוטלים.
בלאט: 1 2