היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » הייליגע תקנות מיהאלוויץ תרכ"ו - און תרס"א

הייליגע תקנות מיהאלוויץ תרכ"ו - און תרס"א

59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2956428
בלאט: 1 2

געלעכטער » 2/5/2012 23:09

אינטערעסאנט אז ביי דעם בעלזא'ן חרם האט אהרן טייטלבוים נישט געהאט דעם פראבלעם.

אגב, דער לייבוש טייטלבוים ארבעט אווערטיים. ער האט יעצט ארומגעשיקט אויף די אימעיל עפעס א ליצנות קונטרס פון די אהרונים בגנות הכינוס.

אבראהאם » 2/5/2012 23:14

בעלזא חרם ?

אבראהאם » 2/5/2012 23:18

אויף בעלזא רבי איז מען ארויס געקומען מיט א שארפן בריוו ווייל ער האט גערעדט אויפן רבי'ן ז"ל
היות בעלזא רבי האט איבער געבעטן דעם רבי ז"ל איז דער בריוו בטל.

ווער רעדט פין א חרם אויף בעלז א חוץ אפאר קווינסער יונגעלך ?

משא"כ די מיהאלוויץ תקנות איז קאי וקיים א חוץ ביי די זאלי עם הארצים

געלעכטער » 2/5/2012 23:22

דער ברך מדה האט אים געלייגט אין חרם, דאס האט גארנישט געהאט מיטן רעדן אויפן רבי'ן

ישמאלכץ » 2/5/2012 23:23

א שאד צו רעדן מיט זיי, זיי זענען שוין אינגאנצן פארפארן, לערן מיט א גוי ברטנורא און מיט אן ארויני אידישקייט

אבראהאם » 2/5/2012 23:23

ברענג דעם חרם ביטע ?

לאנצוט » 2/5/2012 23:29

איך וויל פארשטיין וויאזוי מ'קען מבטל זיין א תקנה פון הייליגן דברי חיים סתם אזוי?

רב_הסוער » 3/5/2012 00:15

קרעדיט: קראך_היט

אויב דו זאגסט מיר איין לאגישע סברה וואס א מישמאש פון אלע קרייזן און איין סטעדיום, וועט אויפטוהן אונעם הינזיכט פון די מלחמת היצר קעגן טעכנאליגיע,
בין איך תיכף מודה צו דיר,

עס טוט אויף, זערא זילטש נאדא,

וואס איך הער נאר: "אחדות אחדות"

געוואלד און געשריגן! איך בין דאך קיינמאל נישט געווען ציקריגט מיט דיר!!

סאטמאר רבי האט עפעס קעגן די אמעריקאנע ליטווישע אידן???

געזונטערהייט מאך אסיפות פון א מיליאן מענטשן, איך שיק דיר אפי' אפאר טאלער פאר די קאסטן, איך געב דיר מיין ברכה והצלחה, אדרבא ואדרבא,

אבער וואס פאר א שווארץ יאר איז פונקט ביי דעם ענין מוז איך מיך מישן מיט אידן וואס איז נישט מיין סטאנדארד,

דער קאמפיין קעגן קליפת הטכנלוגי' איז נישט קעגן א באוועגונג, נישט קעגן אינדווידועלע עלעמענטן נישט קעגן גויים, מ'גייט נישט פראטעסטירן קעגן קיינעם, מ'גייט נישט אויפקלערן די גויים, די גאס,
סאיז יעדער איד קעגן זיין יצר הרע הבוער בקרבו,

נו וואס פונקטליך גייט מען אויפטוהן מיט מאכן אן ערבוביא און א סטעדיום, ברעכן אלטע מסורות ויסודות,

דער יצר הרע העט זיך מער דערשרעקן,

וואס??

גאנץ כלל ישרא' דאווענען אלע צו זעלבן באשעפער, לפי"ז, אויב כלל ישראל יעדער דאווענט און זייער אייגנארטיגער שול מיינט דאס אז מ'איז נישט באחדות?

ביי רובאשקין איז ממש גאנץ כלל ישראל, פון די נטורי קרתא ביז די רעפורמער געווען באחדות,
האט אלעס פיין געווירקט ווען יעדער סביבה זיך געהאט זיין אסיפה זיינע רעדנערס זיינע שפראכן,
האט איינער דען חושש געווען אז ס'נישטא קיין אחדות?

איר זאלט מיר אלע מוחל זיין אבער איך בין געקומען צו די מסקנא אז די גאנצע "כינוס" איז א געהעריגע מעשה שטן, און א שגעון,

קרעדיט: קראך_היט

האורח » 3/5/2012 00:35

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אויף דיר ליגט צו ברענגען א ראי' אז די תקנה פון אונזערע רבי'ס איז בטל געווארן, ווייל עס שמעקט פאר דיין פאליטיק.

די תקנה שטייט אז עס איז "עד עולם". ממילא איז ידם של המשכילים והמלגלגים על דברי חכמים בטלים ומבוטלים.


דאס האב איך געשריבן ביפאר: טוט אייך אן די ברילן, און ענטפערט צו דער זאך.

איך האלט אז אומזיסט איז נישט גענוג קלאר געוועהן ממילא האט לאנצוט אומריכטיג מגיב געוועהן.
דער ווארט איז: פונקט ווי מען האט "פארגרייזט" די גויישע שפראכן און דאדורך איז באשאפן געווארן א "אידיש" אדער א "לאדינו" וואס אויף דעם אופן איז געוועהן 100% מותר צו רעדן (א שטייגער ווי אידיש דויטש וואס האט זייער גע'ענדלט צו הויך דויטש אין הברה, און נאר די לשון קודש ווערטער און די פארגרייזטע ווערטער האבן פונאנדערגעשיידט) די זעלבע איז די "ליטווישע ענגליש" גענוג אנגעלאדענט מיט לשון הקודש און אידישע ווערטער (ווי "געוואלדיג" "שטייגונג" "חלות" "נפקא מינא" "זאך" וכו') עס זאל שוין אפשר קענען גערעכנט ווערן ווי א היבש "פארגרייזטער" ענגליש (אז א גוי ווען מן הסתם כמעט נישט פארשטיין א גאנצער זאץ פון אן ענגליש-ליטווישער רעדע). דערונטער די פרעדיגער האבן מקפיד געוועהן צו רעדן א ריין הויך דויטש. צ.ב.ש. זיי האבן גענוצט "ביבלישע" אויסדרוקן ענדערש ווי "תורה'דיגע" אויסדרוקן אדער א "כהן" האט געהייסן א "פריסט" די לוחות-טאבלעטן משה-מאזעס וכו' וכו' דוק ותשכח (וכמדומה שכן מובא בשו"ת חת"ם סופר) וממילא מיינט מען נישט ח"ו צונישט צומאכן די תקנה. נאר פונקט פארקערט די תקנה איז עומד וקיים לעד ולנצח נצחים, נאר דער וואס איז אביסל באהאווענט אין די אנטוויקלונג פון אידישע שפראך פארשטייט אז אויף דעם אופן קען זיין איז נישט קיין פראבלעם (איך זאג "קען זיין" ווייל מי אנכי להכניס ראשי בין ההרים האלו די היינטיגע גדולי ישראל וואס האבן אין דעם מיינונגס פארשידנהייטן) 


תוקן על ידי האורח ב- 03/05/2012 00:36:23




תוקן על ידי האורח ב- 03/05/2012 00:39:06

בלאט: 1 2