ערנסטע ספיקות איבער הדלקה אין מירון דורך תו"א
72 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2956282
[בילד – נישט אפגעהיט]http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=40308 תוקן על ידי שמעלקאלע ב- 30/04/2012 00:47:58
אז תולדות אהרן מאכט נישט די הדלקה וועט ווערן נאכט אין מירון 5 שעה פריער
באמת וואלט מיין תגובה פארדינט א באזונדערע אשכול צוליב די נקודה וואס זי ברענגט ארויס, אבער דאכט זיך מיר אז ס'וועט קיינעם נישט באנג טוהן אז די אשכול וועט אביסל אראפ פארן צו א זייטיגע נקודה, דעריבער וועל איך יא שרייבן דא.
די הדלקה וואס דער תולדות אהרן רבי צינד אין מירון גייט שוין אן זייט פארן צווייטן וועלט מלחמה. דער היינטיגער רבי'ס טאטע דער פריערדיגע תולדות אהרן רבי און דער רבי'ס זיידע דער מייסד השולשלת הרה"ק ר' אהרן ראטה זי"ע האבן אלע יארן געצינדן די הדלקה. פאריאר ווען די וועלט האט זיך איבערגעדרייט וועגן א פרשה פון חשש טמאת כהנים אויפן הר מירן איז דער תולדות אהרן רבי שליט"א אנגעקומען אין א קאסטן (אהל) און נישט געווען גרייט מוותר צו זיין אויף מסורת אבותיו הקדושים אפילו די ליצני הדור וועלן טרייבן שפאס פון אים. עס האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט אז די ליצני הדור געפירט דורך די אהרוינים האבען געטריבן ליצנות וואכן און חדשים לאנג.
יעצט ווען עס איז שוין קלאר אז קיין חשש טמאת כהנים איז נישטא, און די בי"ד העדה האט שוין ארויסגעגעבן זייער פסק אז כהנים קענען ארויפגיין אן קיין חשש, יעצט פלוצלינג איז דער תולדות אהרן רבי גרייט אויפצוגעבן מנהג אבותיו. שטעלט זיך די שאלה הלאמיי? פארוואס טאקע פונקט יעצט?
יעדעס קינד אין סאטמאר האט אלע יארן געוויסט אז די נאמען תולדות אהרן טראגט א געוואלדיגע חשיבות און רעספעקט אין סאטמאר. ס'האט יעדער געוויסט אלע יארן אז תולדות אהרן איז די גרעסטע קיבוץ ערליכע אידן אין ירושלים וואס זענען דוגל אויפן שיטה פון סאטמאר אזאש גרעסער פון קהילת סאטמאר אין ירושלים זעלבסט.
נאך די חלוקה אין סאטמאר ווען דער תולדות אהרן רבי שליט"א איז געבליבן צוגעבינדן צום סאטמאר רבי דער ברך משה ז"ל און ממשיך געווען מכבד צו זיין בנו מהרי"י דער געוועזענער רב אין ירושלים האבן די אהרוינים אנגעהויבן וואשן די מוחות פאר זייער ציבור אז דער תולדות אהרן רבי איז א לינקער, דעריבער טאר מען מער נישט שטיצן מוסדות תולדות אהרן. זיי האבן געהאפט אז מיט דעם וועלן זיי ברעכן דעם תולדות אהרן רבי און ער וועט זיך צושטעלן צו זייער זעלבסט געקרוינטער "רב הצעיר".
נאך די פטירה פון ברך משה איז די פראפעגאמדע קעגן תולדות אהרן פילפאכיג געשטיגן אזאש געוויסע חלקים ביי די זאלוינים (בעיקר די וואס ליינען נאך דער בלאט) האבן שוין אנגעהויבן גלייבן בנוסח געבעלעס ימ"ש וועלכער האט דעקלערט אז מען דארף דעם ליגענט אזוי לאנג חזר'ן ביז מהייבט דאס אן אליינס צו גלייבן ווי למשל אז די זאליס זענען די וואס זענען געגאנגען צו די ציוניסטישע ערכאות, אדער אז די זאליס זענען געגאנגען צו ערכאות אין ניו יארק און נישט די אהרוינים, אדער למשל שור שנגח את הפרה זה אומר וכו'. עס זענען שוין געווען זאלוינים ביי וועם מען האט געקענט הערן נאכזאגן אז דער תולדות אהרן רבי איז א לינקער.
צום מערסטענס האט מען דאס געקענט הערן לעצטענס ווען עס האט זיך אנגעבוין קאכן מיט די פרשה פון הפקעת מירון. די אהרוינים האבן אנגעהויבם א שמוץ קאמפיין כאילו תולדות אהרן העלפט גאר די ציונים מיט זייער בייזוויליגע פלענער איינצוקאסירן מירון פאר די ממשלה און אזוי וועלן זיי זיך פארזיכערן מיט זייער מקום קבוע צו קענען ווייטער פראווען די מעכטיגע הדלקה אין מירון. זעלבסט פארשטענדליך אז ס'איז איבריג אפילו נאר אפצולייקענען די בייזוויליגע פראפעגאנדע און איך וועל זיך אפילו נישט אפשטעלן דערויף.
יעדעס יאר דינגט תולדות אהרן אפ דעם מקום מיוחד פאר די הדלקה, זיי דינגען דאס פון די לאקאלע בעלי בתים און זיי באצאלן פאר די ארבעט פון אויפשטעלן די גרויס סטעידש.
דאס יאר איז אבער א יוצא מן הכלל. די מדינה וועלכע גרייט זיך איבערצונעמען דאס פלאץ (מיט געוואלד) פון די בעלי בתים, האבן דאס יאר אריינגעלייגט מיליאנען שקלים פון די רעגירונגס געלט אהערצושטעלן דאס פלאץ. צווישן אנדערע האט די רעגירונג אויך באצאלט פארן אהערשטעלן דעם גרויסן שטח מיט די סטעידש פאר די תולדות אהרן'ע הדלקה.
דער תולדות אהרן רבי האט געהייסן זיינע חסידים אויסצאלן אלע הוצאות עד פ"א פונקט ווי אין די פארגאנגענע יארן כדי נישט נהנה צו זיין משלטון הכופרים און משלחן איזבל. זיינע חסידים זענען געלאפן צו די רעגירונג מיט געלט אבער דא האט זיך אנגעהויבן א פרשה פון "ווי איז פרעה?" די רעגירונג וויל בשום אופן נישט נעמען דאס געלט און שיקן די תולדות אהרן חסידים פון איין אפיס צום צווייטן מיטן האפענענג אז אזוי וועלן זיי מצליח זיין אריינצוכאפן תולדות אהרן אין זייער זאק און תולדות אהרן וועט פארכאפט ווער מיט נהנה זיין פון די טריפה'נע געלט.
דעריבער האט קהלת תולדות אהרן בפקודת זייער גרויסן מנהיג ארויסגעשטעלט א צעטל און געלאזט וויסן אז אויב וועלו זיי נישט מצליח זיין אפצוטרעפן דעם דעפארטמענט וואס פראפיגט אויף די הוצאות אין מירון און אויב יענע דעפארטמענט וועט נישט אפנעמען דאס גאנצע געלט וואס זיי האבן דארט אריינגעלייגט לטובת תולדות אהרן, וועט תולדות אהרן נישט צינדן!
ס'בלייבט נאר איבער צו קוקן מיט אויגן פארטרערט פון שמחה אז עס זענען נאך פארהאן א קבוצה פון ערליכע אידן וואס האלטן זיך מיט מסירת נפש נישט נהנה צו זיין פון ציוניסטישע געלט.
דער קידוש ה' איז געוואלדיג, אויפצוגעבן אויף אזא הייליגן מנהג ווי עס קומען זיך צונויף בלי שום גוזמא רבבות אידן און מען גיט דאס אויף פארדעם ווייל די מדינה הטמאה וויל נישט נעמען קיין געלט , קען מען זאגן איין זאך
ברוך המקדש שמו ברבים
נפל, אלעס פיין און וואויל, אבער פארוואס פירן די סיקריקים א מערכה קעגן תולדות אהרן רבי'ן שליט"א?
די סיקריקים פירען א מערכה קעגען תולדות אהרן ווייל ער האט זיך נישט ציגעשטעלט צי זייער רב הצעיר און שטיצט אחיו הקטן הרי"י
זיי פירן קעגן אים א מערכה פאר די זעלבע סיבה ווי די אהרוינים, ווייל ער גייט נישט מיט זיי אין שפאן, ער איז א מנהיג און גייט זיין וועג.
נפל.
א דאנק פאר'ן ענטפערן אויפריכטיג און עפ"י אמת.
יעצט זיי נישט בייז אז איך וועל דיר פרעגן צי ס'איז אמת אז די דאזיגע סיקריקים וועלכע פירן קריג מיט כ"ק אדמו"ר מתו"א שליט"א געפינען זיך ביי הרה"צ רבי חיים צבי טייטלבוים שליט"א פון ירושלים?
אלע סיקריקים פון איבער די וועלט פירן קעגן אים א מערכה און אלע פארן זעלבן סיבה: ער גייט זיין וועג און איז זיך נישט שואל עצה מיט זיי. נטורי קרתא, ער שטעלט זיך נישט צו צו זייערע מערכות. אהרוינים ווייל ער האט נישט אנערקענט אז זייער מנהיג איז רב הצעיר און זאלוינים ווייל תולדות אהרן באניצט זיך שמיטה מיטן היתר העדה אויף יבול נוכרי נגד דעתו און פסקו פון ויואל משה. אלע דריי פלאצן פון זיין הצלחה און די איינציגסטע פון אלע דריי וואס האבן א אויפריכטיגע סיבה צו זיין ברוגז אויף אים זענען די זאליס.
נפל.
עפעס פארדעקסטו.
ווייל תולדות אהרן האט זיך אייביג געפירט ווי די עדה. אויסערדעם גייען רוב תולדות אהרן אידן צום כותל, און זיי האבן נישט אנגענומען די קפידא פונעם רבי'ן. און מ'האט זיי קיינמאל נישט גע'רודפ'ט דערפאר.
נא אויב אזוי פארצייל די מיר די סיבה פארוואס ס'איז געווען דארט א רייבעריי... היות די ווייסט נישט וועל איך דיר פארציילן. ר' חיים הערש האט געפאדערט יבול חו"ל כפי פסקו פון סאטמאר רב, די עדה האט גע'טענה'ט אז ס'איז צו א גרויסע און טייערע אינטערנעמונג בפרט נאכדעם וואס ע"פ חוקי הציונים מעג מען נישט אריינברענגען קיין יבול חו"ל. ר' חיים הערש האט געהאלטן אז אויב סאטמאר מיט תו"א וועלן זיך פאראייניגן וועלן זיי צוזאמען קענען דורכברעכן די זאך. אבער תו"א האט זיך נישט געהאלטן ביים צושטעלן.
ר' חיים הערש האט געפאדערט?
און ווען זיין טאטע איז געווען דארט האט ער אויך געפאדערט?
און ווען דער גאב"ד הרמ"א פריינד האט ער אויך געפאדערט פון די עדה?
און אויב מ'קומט נישט נאך זיינע פאדערונגען דערקלערט מען קריג? (סיקריקים בלע"ז)???
שקר וכזב
| לאנצוט כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | נפל.
עפעס פארדעקסטו. ווייל תולדות אהרן האט זיך אייביג געפירט ווי די עדה. אויסערדעם גייען רוב תולדות אהרן אידן צום כותל, און זיי האבן נישט אנגענומען די קפידא פונעם רבי'ן. און מ'האט זיי קיינמאל נישט גע'רודפ'ט דערפאר. |
|
פון וויא נעמסטו די חוצפה צו שרייבן אז "רוב תו"א חסידים גייען צום כותל", על סמך מה געטרויעסטו דיך צו מוציא לעז זיין, אויף אזא ריזן ציבור וואס גייען בשיטה הקדושה, במסירות נפש ממש, מער וויא תלמידי רביה"ק זצוק"ל זעלבסט?
עס זענען דא יחידים וואס גייען טאקע צום כותל, אבער רוב מנין רוב בנין פון תו"א, גייען נישט צום כותל.
גערעכט:
ס'פארא חוצפה פון וואס?
תולדות אהרן האט נישט אנגענומען די "קפידא" פונעם רבי'ן איבער הליכה לכותל, און דערפאר גייט רוב תולדות אהרן יא צום כותל, נישט איך און נישט דו האבן געציילט וויפיל יא אדער וויפיל נישט, און ווער עס וויל גייט, עס איז אין תולדות אהרן נישטא קיין איסור צו גיין.
| לאנצוט כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | און אויב מ'קומט נישט נאך זיינע פאדערונגען דערקלערט מען קריג? (סיקריקים בלע"ז)??? |
|
ווען ער האלט אז ס'איז ריכטיג און וויכטיג האט ער רעכט צו פאדערן און תו"א האט רעכט אפצוזאגן. און אחרי ככלות הכל האט ער נישט "דערקלערט קריג", דערקלערן קריג איז א ווילדע אהרוינישע שפראך.
נפל.
פריער האסטו דאס געשריבן:
אלע סיקריקים פון איבער די וועלט פירן קעגן אים א מערכה און אלע פארן זעלבן סיבה:
פשששש, האסט מיר געכאפט ביים ווארט. אגב שרייבסטו אין איין תגובה אז רוב תו"א חסידים גייען צום כותל און אין זעלבן תגובה שרייבסטו אז די האסט נישט געציילט און די ווייסט נישט וויפיל גייען, דאס מיינט א שקרן דארף א גוטן זכרון
ביזט א פאלנער שקרן וואס איז זיך סותר מיניה וביה, אויב דו האסט נישט געציילט, איז פון וויא ווייסטו, אז "רוב גייען צום כותל" ???
| לאנצוט כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | גערעכט: ס'פארא חוצפה פון וואס? תולדות אהרן האט נישט אנגענומען די "קפידא" פונעם רבי'ן איבער הליכה לכותל, און דערפאר גייט רוב תולדות אהרן יא צום כותל, נישט איך און נישט דו האבן געציילט וויפיל יא אדער וויפיל נישט, און ווער עס וויל גייט, עס איז אין תולדות אהרן נישטא קיין איסור צו גיין.
|
|
דער תו"א רבי זי"ע, האט מחווה דעה געוועהן, באלד נאך די זעקס טעג מלחמה, אז לכאורה וועלן אונזערע אידן נישט קענען גיין צום כותל, דאס איז נאך געוועהן בעפאר רביה"ק האט געאסרט דארט צו גיין
דער תו"א רבי זי"ע האט געזאגט ביי א דרשה ביי אים און בית מדרש, אז זיינס א חסיד גייט נישט צום כותל.
קומסטו מיט א פשעטל, און פארקויפט אז "רוב תולדות אהרן גייען צום כותל", פון וויא נעמסטו דאס???, דו האסט דאך נישט געציילט
גערעכט.
קענסט שרייבן מיט גרויסע שווארצע אותיות, אבער ס'ווערט נישט מער אמת'דיג.
איך האב אזוי געהערט פון א תולדות אהרן איד אז עס איז נישט קיין שום קפידא נישט צו גיין. און רוב מענטשן גייען איידער זיי מאכן חתונה קינדער וכדומה.
אז דו האסט אנדערע אינפארמאציע ווער איך נישט קיין ליגנער, חוץ אז דו ברענגט מיר א געשריבענעם איסור.
די ווערסט א ליגנער פארן זיך אליינס סותר זיין אין זעלבן תגובה. און צו דעקן דיין ליגענט האסטו שוין פלוצלינג גערעדט צו א תו"א חסיד
פיין דו האסט געהערט פון איינעם, סו וואט, דא הערסטו פון א צווייטן,
| לאנצוט כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | גערעכט. קענסט שרייבן מיט גרויסע שווארצע אותיות, אבער ס'ווערט נישט מער אמת'דיג.
איך האב אזוי געהערט פון א תולדות אהרן איד אז עס איז נישט קיין שום קפידא נישט צו גיין. און רוב מענטשן גייען איידער זיי מאכן חתונה קינדער וכדומה.
אז דו האסט אנדערע אינפארמאציע ווער איך נישט קיין ליגנער, חוץ אז דו ברענגט מיר א געשריבענעם איסור. |
|
איך ברענג דיר דא אויסצוגן פונעם תו"א רבי זי"ע, איז פארשטיי, אז איך קען אביסל דעם ענין, מער וויא דיר, וואס האט געהערט פון איינעם...פליז....
תוקן על ידי גערעכט ב- 01/05/2012 00:54:24
איך האב דערווייל נישט געזען קיין אויסציגן. בלויז א סטעיטמענט פון גערעכט.
לאנצוט, דו ווילסט אויסצוגן? - נעם דיך, זעה נאר דא, וויא דער תו"א רבי זי"ע, איז מעורר רביה"ק, וועגן דעם בלבול המוחות מיט דעם כותל, דאס איז געשריבן געווארן, הייניגע טעג נאך די מלחמה.
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
א קאפי פון הולך לבגץ
וועט תולדות הארון רבי זאגן "לתפארת מדינת ישראל"????שוין צוויי יאר אריבער זייט די מחבלי הכרם וואס האבן יארן פראבירט מיט א פני תם שפילן קנאות, האבן אויפגדעקט זייער אמת'ער פנים און געוויזן יעדען איינעם ווי זייער קנאות איז. מיט צוויי יאר צוריק ווען די גאנצע אידישע וועלט איז געווען אויף מיט מירון האט דער בעל הארון מיט א ביליגע ליצנות פאר אביסל כבוד המדומה גענומען א ארון און זיך בגראבן דארט און געטאנצן מיט פייער אין די הענט. נאכדעם בזיון הנורא האט ער וכת דילי' געשוואוירן נקמה אין די קנאים, דער קלימקס איז געווען ווען ער האט געגבען א האנט פאר די ציונים צו איבער נעמען די שליטה אויפן מקום קדוש "מירון" מיט א הבטחה אז ער וועט ווייטער בלייבן מיט זיין חזקה צו קענען זיך שפילן במקהלות רבבות עמך בית ישראל מיט פייער און טאנצען כידוע. אבער א מענטש טראכט און גאט לאכט, בור כרה ויחפרהו, דאס איבער געבן שליטה פאר די ציונים אויפן מקום קדוש האט געברענגט פארקערטע תוצאות, און ווי ס'איז געווען באשריבן פאריגע וואך אין איינע פון די צייטונגען, האט די רעגירונג נאכן מעכטיגן פייער אין כרמל געמאכט נייע רעגולציעס פאר רשות אויף הדלקות, צווישן אנדערע אז קיינער וועט נישט קענען צינדן קיין הדלקה אין מירון נאר ביאאן וואס איז קאנטראלירט. כאשר ראה כי כלתה אליו הרעה, מיט די ביטערע דורכפאל פון זיינע נייע חברים און ידידים איז זיין אויסערן מיניסטער "אהרן סאמעט" געלאפן צו די סאמע גרעסטע טומאה "די כנסת המינים" און געמאכט א זיצונג מיט יעקב ליצמאן דער חבר הכנסת מיט תחנונים אז מ'זאל לאזן דאס יאר אויך מאכן די שפיל בפני רבבות אלפי ישראל. ליצמאן האט מיט גרויס פרייד אנגענומען די בקשה אבער מיט א פאקערטע כוונה, וויסנדיג אז מיט אפאר דאלער וועט מירון זיין אין די הענט פון משרד התיירות, און האט געזאגט אויב אזוי, איך וועל ברענגן געלט פון די קאסע פון די רעגירונג, אבער בתנאי אז אונז וועלן מחליט זיין אלעס, מיר וועלן בויען א גשר פאר די כוהנים (נישט נאר תוא"י נאר טויזנטער כהנים פון אלע שיכטן און קרייזן) און מיר וועלן צאלן אלע לעגאלע פאפירן מיט געלט וואס פעלט זיך אויס פאר די גרויסע הדלקה. אזוי אז דער תולדות הארון רבי זאל קענען טאנצען "לתפארת מדינת ישראל" המשך יבוא מיט נישט גלייבינדיגע שריט פון די ............ דא איז די בילד ווי דער שליח פון תולדות הארון זיצט אין כנסת המינים
[בילד – נישט אפגעהיט]
דער הולך לבגץ וויסט אויך נישט דעם גאנצן געשעפט.
תו"א נעמען יעדעס יאהר די געלט פאר דעם מעמד הדלקה אין מירון פון כנסת המינים און משרד התיירות און מקומות הקדושים, נאר דעס יאהר נאך וואס דעם בילד פון א. סאמעט מיט ליצמן / וויזנשיצער, מיט די שיקצע אין זייט איז נתפרסם געווארן, האבן די הנהלת הקהילה זיך געזען אין דעם בור וואס זיי האבן זיך געגראבן במו ידיהם, און האט איז נתגלה געווארן קלונם ברבים.
האבן זיי דערפאר מפרסם געווען דעם צעטל צו זיך דעקן מיט נארישע און נישטיגע תירוצים, און דער אמת איז קלאר "לאמיר נהנה זיין משתי שולחנות סיי פון די ציונים-משלחן איזבל און אויך פון קנאות פון די אייגענע קהילה און תומכים לבית סאטמער"
תוקן על ידי moashopee ב- 01/05/2012 14:42:06
| moashopee כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | תו"א נעמען יעדעס יאהר די געלט פאר דעם מעמד הדלקה אין מירון פון כנסת המינים און משרד התיירות און מקומות הקדושים, |
|
מילא, דיינע ביליגע ליצנות וואס דו שיסט ארויס פון דיין בויך, קען מען נאך אביסל פארשטיין, דו מוזט דאך ארויסגעבן דיין קרענקע'דיגע קנאה וואס עסט דיך אויף, כן ירבו!די קשיא איז נאר פארוואס האסטו נישט כאטש איין פראצנט שכל? ווען מ'שרייבט ליגנט דארף מען מאכן זיכער אז כאטש איין מענטש זאל דאס וועלן גלייבן (דו אויך), בפרט אזא גרויסע ליגנט, וואס יעדער ווייסט אז די מדינה האט ביז היי יאר קיינמאל נישט געטיילט געלט אויף הדלקה אין מירון.דיינע אלע ווערטער זענען אזוי אמת'דיג, פונקט אזוי ווי דו שרייבסט אויף דעם בילד וועלכע דו ברענגסט אראפ אז 'דאס איז א בילד אין כנסת המינים', - עס איז נישטא ווער עס זאל לאכן פון דיין גרויס טיפשות. כבוד הרב משפטים!!!! דו זיצט אין אמעריקא אין דו מיינסט אז דו ווייסט אלעס.איך האב פאר דיר גוטע נייעס!!!איך גיי נישט פירן מיט דיר קיינע וויכוחי סרק, אבער ס'איז א שאד צו באהאלטן דאס וואס גאנץ אר"י קינד און קייט ווייסט אז משרד התיירות ומקומות הק' לאזט זיך גיסן שווערע געלטער די לעצטע פאר יאר פארן הדלקה אין מירון סיי פאר באיאן, קארלין, און פאר תו"א בראשם.כנראה אז די האסט באזוכט און כנסת המינים און בודק געווען אלע צימערן און חדרים פונקט ווי עס זעהט אויס און דו ווייסט בידיעה אז ס'איז נישט דארט!ומה לכהן בבית הקברות ומה למשפטים בבית המינים [בילד – נישט אפגעהיט]
| גערעכט כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | [בילד – נישט אפגעהיט] |
|
איך קען אין די דאזיגע בריוו נישט טרעפן קיין איין ווארט אז ער שרייבט אז מ'זאל זיך מונע זיין פון גיין צום כותל המערבי.
אפשר שטייט עס "צווישן די שורות" וועלכע זענען נישט געדרוקט !
| moashopee כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | כבוד הרב משפטים!!!! דו זיצט אין אמעריקא אין דו מיינסט אז דו ווייסט אלעס. איך האב פאר דיר גוטע נייעס!!!
איך גיי נישט פירן מיט דיר קיינע וויכוחי סרק, אבער ס'איז א שאד צו באהאלטן דאס וואס גאנץ אר"י קינד און קייט ווייסט אז משרד התיירות ומקומות הק' לאזט זיך גיסן שווערע געלטער די לעצטע פאר יאר פארן הדלקה אין מירון סיי פאר באיאן, קארלין, און פאר תו"א בראשם.
כנראה אז די האסט באזוכט און כנסת המינים און בודק געווען אלע צימערן און חדרים פונקט ווי עס זעהט אויס און דו ווייסט בידיעה אז ס'איז נישט דארט! |
|
איך האב פאר דיר ביטערע נייעס! איך זיץ אין ארץ ישראל נישט אין אמעריקע, דיינע שקרים קענסטו פארקויפן פאר דיינע קעלבלעך אין אמעריקע, נישט פאר די ארץ ישראל'דיגע אידן.
זוך נישט צו פארשענערן דיינע ליגנטס דורכן מיך אויספארשטן אויב איך ווייס גענוי די אלע צימערן און חדרים אין כנסת, איך האב ב"ה קיינמאל נישט באזוכט אין כנסת המינים (אפשר דו יא), איך ווייס בכלל נישט ווי אזוי עס זעהט אויס דארט, אבער איך ווייס פונקטליך וואו דאס בילד איז, עס האט נישט קיין שום שייכות צו די כנסת המינים.
געדענק! פאר מ'שרייבט א ליגנט מאכט מען זיכער עס זאל האבן כאטש איין פראצענט אמת!!!תוקן על ידי משפטים ב- 01/05/2012 17:40:38
איך האלט נישט אז דאס בילד איז אין כנסת המינים...
אבער... מ'זעט דא א אידישע שיקסע אינעם בילד, ביי דעם זיצונג מיט תולדות אהרן אינגעלייט. דאס קענסטו אוודאי נישט לייקענען.
[בילד – נישט אפגעהיט]
מ'זעט אויך חברי הכנסת ביי די זיצונג דאס קענסטו אויך נישט לייקענען.
יעצט שטעלט זיך די פראגע: איבער וואס איז מען דא דן?
וואו איז דאס?
עפעס בלוי-און-ווייסע פענדעלעך זעט מען אויפן טיש?
איז דאס נישט דער סימבאל פון מדינת ישראל?
משפטים, איר האט אסאך צו פארענטפערן. איך בין גרייט צו הערן א גוטן לאגישן תירוץ וואס זאל שטימען.
| לאנצוט כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | איך האלט נישט אז דאס בילד איז אין כנסת המינים... |
|
אה, מ'הייבט שוין אן צו זעהן אביסל אמת...
איך בין נישט געקומען דא פירן קיין וויכוחים מיט קיינעם, ווייל 'אין קץ לדברי רוח', איך לאז דאס איבער פאר אנדערע,
איך האב נאר געוואלט אפפרעגן די אפענע שקרים.
| moashopee כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | איך האב פאר דיר גוטע נייעס!!!איך גיי נישט פירן מיט דיר קיינע וויכוחי סרק,
|
|
איך גיי מיך בל"נ האלטן צו דעם כלל
אבער נקוט האי כללא בידך מיט פאלנע גלאטע שקרים און ווארפן זאמד אין מענטשנס אויגן קומט צום סוף אין ערגעץ נישט אן. און יא נאכאמאל דער בילד איז אין כנסת המינים אין די מדינה גיבט שוין אפאר יאר געלט פאר אסאך הדלקה'ס אין מירון ובתוכם / בראשם
" חבריא קדישא תולדות אהרן " שיעור פארגעסן מוסיף צו זיין
"על טהרת הקודש"
משפטים, איר האט אסאך צו פארענטפערן. איך בין גרייט צו הערן א גוטן לאגישן תירוץ וואס זאל שטימען.
[quote]איך האב פאר דיר גוטע נייעס!!!איך גיי נישט פירן מיט דיר קיינע וויכוחי סרק,[/quote]
אן קיין וויכוחים - איך וויל נאר זאגן אז דו ביסט
א שקרן!תוקן על ידי משפטים ב- 01/05/2012 18:13:47
moashopee - יצא עיניך - תולדות אהרן איז די גרעסטע - שענסטע קהילה אין ארה"ק.
קענסט שיסן, קענסט באקן, דער קעיבארד איז סובל אלעס, איך האב דיר מוסיף צו זיין אסאך מער וויא דו שרייבסט - און ווייסט, ווייסטו מיסטער אז:
אז דער נייער בנין פון תו"א, האט באצאלט דער וואטיקאן פון רוים?
אז דער כולל פון תו"א, האלט אויס די טריפה'נע צבא?
אז די ישיבה גדולה פון תו"א, באקומט א יעדע חוידש א צ'יק פון די פאאשאלטענע דייטשלאנד?
אז די ישיבה קטנה פון תו"א, ווערט אוסגעאלטן פון די ארכעאלאגן פון מדינת ישראל?
אז די תלמוד תורה תו"א, גייט יעדן זונטאג אין קלויסטער?
אז די מיידלאך פון תו"א, דינען רח"ל אין מיליטער פון מדינת ישראל?
אז דער תו"א רבי, גייט אנגעטאהן רח"ל א צלם אויף זיין הארץ?
און נאך - און נאך
כבו' הרב משפטים.
לעצם העניין וואס א נפק"מ אוואו איז די בילד, און וואו איז די אסיפה איז פארגעקומען.
ווי איך פארשטיי איז א.סאמעט נישט געזעצן דארט כדי צו פארברענגען די צייט.
| גערעכט כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] |
קענסט שיסן, קענסט באקן, דער קעיבארד איז סובל אלעס, איך האב דיר מוסיף צו זיין אסאך מער וויא דו שרייבסט - און ווייסט, ווייסטו מיסטער אז:
אז דער נייער בנין פון תו"א, האט באצאלט דער וואטיקאן פון רוים?
אז דער כולל פון תו"א, האלט אויס די טריפה'נע צבא?
אז די ישיבה גדולה פון תו"א, באקומט א יעדע חוידש א צ'יק פון די פאאשאלטענע דייטשלאנד?
אז די ישיבה קטנה פון תו"א, ווערט אוסגעאלטן פון די ארכעאלאגן פון מדינת ישראל?
אז די תלמוד תורה תו"א, גייט יעדן זונטאג אין קלויסטער?
אז די מיידלאך פון תו"א, דינען רח"ל אין מיליטער פון מדינת ישראל?
אז דער תו"א רבי, גייט אנגעטאהן רח"ל א צלם אויף זיין הארץ?
און נאך - און נאך |
|
איך בעט דיר איבער הרב גערעכט אויפן דיר ארויס נעמען פון די כלים, אויב פילסטו אז מיט דעם ווערט פארענטפערט די אלע אויבערשטע טענות, נא איז דיר דיינע ווערטער פארן בעסטן תירוץ!
לאנצוט - עיניהם להם ולא יראו?
[בילד – נישט אפגעהיט]
| moashopee כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | כבו' הרב משפטים. לעצם העניין וואס א נפק"מ אוואו איז די בילד, און וואו איז די אסיפה איז פארגעקומען. ווי איך פארשטיי איז א.סאמעט נישט געזעצן דארט כדי צו פארברענגען די צייט. |
|
עס אינטרעסירט מיך בכלל נישט די גאנצע אסיפה וואו/וואס/ווען, איך האב גארנישט מיט תו"א (איך קען זיי גוט), פון מיין זייט זאל מען אינגאנצן נישט צינדן אין מירון קיין הדלקה, עס איז נישט מיין געשעפט, איך פיר נישט קיין וויכוחים אין דעם נושא ווייל עס אינטרעסירט מיך נישט,
איך האב נאר געוואלט אפפרעגן די אפענע שקרים!
דברים כהוויתן
לעצם הענין, די בילד איז ביים האפיס פון אלכס ויזניצר - דער יושב ראש פון "ועד החמישה" - וואס איז נתמנה געווארן דורך די מדינה אויף אלע עניינים פון מירון.
ויבאלד אז עס איז נתברר געווארן אז די מדינה האט דעם יאהר מחליט געוועהן, אליין צו צו שטעלן די אלע זאכן וואס מען דארף אין מירון, נישט אזוי וויא אלע יאהר וואס יעדער האט געדאגה'ט פאר זיך - און פארוואס?
פאר איאהר, איז צוזאם געפאלן אפאר פארענצ'עס ביי די פרויען, עס איז געוועהן ממש ניסים - אז עס האט גארנישט פאסירט, וועגן דעם האט די מדינה אזוי מחליט געוועהן.
די געטרייע עסקנים פון תו"א, זענען געגאנגען ביי דעם מיטינג, ביי אלכס וויזניצער אין האפיס, בכדי צו זעהן וויאזוי דער פראיעקט זאל יא ווערן באצאלט פון תולדות אהרן, און נישט פון די קאסע פון די מדינה.
ווען די עסקנים האבן געזעהן, אז די מדינה איז איינגעאקשנט, דוקא צו באצאלן - האט דער תולדות אהרן רבי געלאזט וויסן, אז אויב וועט דאס אזוי זיין, וועט ער מיטן גאנצן צער פון די זאך נישט אנצינדען די הדלקה ביי ר' שמעון'ען.
מען טוט נאך ביזדערווייל אלעס וואס מען קען, צו מבטל זיין את רוע הגזירה.
בשם ה' נעשה ונצליח
| גערעכט כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | די געטרייע עסקנים פון תו"א, זענען געגאנגען ביי דעם מיטינג, ביי אלכס וויזניצער אין האפיס, בכדי צו זעהן וויאזוי דער פראיעקט זאל יא ווערן באצאלט פון תולדות אהרן, און נישט פון די קאסע פון די מדינה. |
|
דער סעיף איז נישט אינגאנצן אמת,
א. עס איז געווען נאר איין עסקן ר' אהרן סאמעט, ער איז געגאנגען על דעת עצמו צו דער אסיפה, (ער איז פון די עסקנים אין מירון שוין איבער 20 יאר, נישט דווקא פאר תו"א).
ב. ער איז נישט געקומען צו די אסיפה אז דער פראיעקט זאל ווערן באצאלט פון תולדות אהרן, אדרבה ער איז געקומען שתדלן אז זיי זאלן פאריכטן די זוילן ביי דעם בארג וואו די פארענטשעס פון די נשים שטייען, ווייל די מדינה האט נישט געלאזט מער אויפשטעלן דארט די פארענטשעס וועגן סכנה. וכך הוה.
ג. וויבאלד דער תו"א רבי איז געוואויר געווארן דערפון, האט ער באפוילן מען זאל זיי באצאלן דאס גאנצע קאסטן, ווייל ער וויל נישט הנאה האבן פון זיי, און אויב נישט וועט ער נישט צינדן קיין הדלקה אין מירון. און לויט ווי איך האב געהערט האלטן זיי אינמיטן שאפן דאס געלט, און ווי עס זעהט אויס וועט דער תו"א רבי יא צינדן.
| גערעכט כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | [בילד – נישט אפגעהיט] |
|
לאנצוט קען גוט לשון הקודש:
דא שטייט נישט אפילו ברמז אז מ'זאל זיך מונע פון גיין צום כותל.
עס שטייט אז ס'איז דא א בלבול המוחות וואס די מענטשן טאנצן אין די גאס צוליב דעם וואס זיי האבן פארכאפט דעם כותל און דעם הר הבית.
אבער שרייבט ער א ווארט אז ער האלט אז מ'טאר נישט אהינגיין?
אדער ביסטו א בעל-דמיון אדער האסטו נאך עפעס וואס איך האב נישט.לאנצוט - איך האב שוין געשריבן, עיניהם להם ולא יראו...
איך האב גארנישט קעגן תולדות אהרן
איך האלט אז די טומאת כהנים איז ריין פאליטיק פון די סיקריקים
אבער די משעה פון תולדות אהרן מיט די הדלקה היי יאר
דארף מען זיין א נער צו מיינען אז עס איז ערנסט
ממש א ליצנות
דא שטייט נישט אפילו ברמז אז מ'זאל זיך מונע פון גיין צום כותל.
עס שטייט אז ס'איז דא א בלבול המוחות וואס די מענטשן טאנצן אין די גאס צוליב דעם וואס זיי האבן פארכאפט דעם כותל און דעם הר הבית.
אבער שרייבט ער א ווארט אז ער האלט אז מ'טאר נישט אהינגיין?
אדער ביסטו א בעל-דמיון אדער האסטו נאך עפעס וואס איך האב נישט.
ביטע זעץ עס איבער אין אידיש, אין יעדער זאל זעהן וואס א שקרן דו ביסט.
ביי אסיפה וואס איז נאר יעצט געשלאסן געווארן, אין איינע פון די זאלן פון תולדות אהרן קהילה אין ירושלים, האט מען געגעבן צו פארשטיין דעם ציבור, אז אויב וועט מען נישט קענען באצאלן פאר דעם פראיעקט, נישט משנה פון וואסארא סיבה, וועט נישט פארקומען קיין הדלקה אין מירון, חד וחלק, מען האט נאכגעזאגט וואס דער תו"א רבי האט געהייסן איבער געבן, אז ח"ו צו נהנה זיין אפילו איין פעני, פון די רשעים בכלל, און אויף אזא הייליגע מטרה בפרט.
איינער פון די רעדנערס, האט ארויס געברענגט, אז פון עצם דעם וואס מען זעהט יערליך, יאהר נאך יאהר וואס דער שטן זוכט זיינע וועגן, וויאזוי צו שטערן די געהויבענע שמחה, די אומפארשטענדליכע מניעות וואס קומט אלס אונטער, די געוואלדיגע התעוררות אויס צו מעקן מעל פני האדמה, דאס אליינס דארף אונז מחזק זיין.
מען האט געבעטן דעם ארימער ירושלימער ציבור, זאל זיך משתתף זיין מיט שיינע סכומים, בכדי מען זאל קענען באצאלן פון ריינע אידישע געלט - על טהרת הקודש, דו צוגרייטונגען צום מעמד הנשגב והקדוש.
לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.
ראו מה בין בני לבן חמי! אין די צייט וואס כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א רידערט אן וועלטן, ער שיקט זיינע חסידים פון איין שטאטישע אפיס צום צווייטן זיך איינצובעטן אז זיי ווילן נישט נהנה זיין פון ציוניסטישע געלט און זיי ווילן אפצאלן דאס גאנצע און אויב נישט וועט ער נישט צינדן דאס יאר אין מירון, קומען די אהרוינים מיט א בילד וואס מען זעט עפעס א ירושלמי זיצן אין עפעס א אפיס מיט ליצמאן... ווער עס ווייסט ווייסט אז איינע פון די פלעצער ווי זיי האבן געש'תדל'ט אז מען זאל זיי לאזן באצאלן איז געווען ביי ליצמאן. אין די זעלבע צייט נעמען די אברהם יצחק חסידים מיט זייער רבי געלט פון די ציונים געלט פאר זייער "דרך כהנים" אויף וועלכע אלע היימיש פוסקים זאגן אז ס'פעלט בכלל נישט אויס, אבער געלט פון די ציונים? אדרבה ווי מער!
די אייגענע קינדער פון אברהם יצחק רבי (נישט קיין חסידים נישט קיין עסקנים, הוא ולא אחר, די אייגענע קינדער) שתדל'ן ביי חבר כנסת מסוז ער זאל ערלעדיגן געלט פארן דרך כהנים רח"ל
[בילד – נישט אפגעהיט]
| פריש כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | ראו מה בין בני לבן חמי! אין די צייט וואס כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א רידערט אן וועלטן, ער שיקט זיינע חסידים פון איין שטאטישע אפיס צום צווייטן זיך איינצובעטן אז זיי ווילן נישט נהנה זיין פון ציוניסטישע געלט און זיי ווילן אפצאלן דאס גאנצע און אויב נישט וועט ער נישט צינדן דאס יאר אין מירון, קומען די אהרוינים מיט א בילד וואס מען זעט עפעס א ירושלמי זיצן אין עפעס א אפיס מיט ליצמאן... ווער עס ווייסט ווייסט אז איינע פון די פלעצער ווי זיי האבן געש'תדל'ט אז מען זאל זיי לאזן באצאלן איז געווען ביי ליצמאן. אין די זעלבע צייט נעמען די אברהם יצחק חסידים מיט זייער רבי געלט פון די ציונים געלט פאר זייער "דרך כהנים" אויף וועלכע אלע היימיש פוסקים זאגן אז ס'פעלט בכלל נישט אויס, אבער געלט פון די ציונים? אדרבה ווי מער!
די אייגענע קינדער פון אברהם יצחק רבי (נישט קיין חסידים נישט קיין עסקנים, הוא ולא אחר, די אייגענע קינדער) שתדל'ן ביי חבר כנסת מסוז ער זאל ערלעדיגן געלט פארן דרך כהנים רח"ל [בילד – נישט אפגעהיט]
|
|
די בילד איז אן האלטע מעשה און עס איז שוין אויסגעקייט געווארן.
און לגבי דעם גשר הכוהנים דער וואס האט עס איינגעוואפן דער בויעט עס צוריק
איינגעווארפן האט'ס די ציוניסטישע רעגירונג און בויען בויעט עס די ציוניסטישע רעגירונג נאך שתדלנות פון די קינדער פון שמואל יעקב.