| נפל כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | איינגעווארפן האט'ס די ציוניסטישע רעגירונג און בויען בויעט עס די ציוניסטישע רעגירונג נאך שתדלנות פון די קינדער פון שמואל יעקב. |
|
שלום עליכם מר נפל!!
איך האב אייך געוואלט פרעגן פון וועלכער יאר איז די אויבן דערמאנטע בילד?
(בדרך אגב: תקנת הפורום צו שרייבן
ר' אויף א מנהיג בישראל)
אן קיין פערמיטן קען מען נישט בויעןתולדות אברהם יצחק מעג שתדלן פארפערמיטן ביי ליצמאןאון תולדות אהרן מעג שתדלן ביי אלכס וויזניצערדי ליצנות איז נאר ווען תולדות אהרן זיצט וואכן לאנג מיט אלכס וויזניצער אויסארבעטן די פרטים
און דערנאך הענגט א פלאקאט אז מען וועט אפשר נישט מאכן קיין הדלקה
ווייל מען קען נישט געפינען פאר וועמען צו געבן געלט
ווי כאילו ביז יעצט האט די מדינה אלעס אליינס געמאכט על דעת עצמם
און אונז שטייען אין די זייט און האלטן נישט אויס אז זיי מאכן עס ......
יענע בילד איז נאכנישט א יאר אלט
אישור, קודם האב איך הנאה צו זען אז אזעלכע ווי דיר זענען קעגן תולדות אהרן, יעצט שטעלט זיך ארויס אז תולדות אהרן איז שטארק גערעכט מיט מרחק זיין פאפענהיים ווייל כמים פנים לפנים וכו'. איצטער, אלקס וויזניצער איז נישט א חלק פון די ציוניסטישע רעגירונג און מוזס איז יא. אגב פאריאר איז שוין געווען באריכטעט אויף אלע וועב זייטלעך און אין אלע פרייע צייטונגען אז תולדות אברהם יצחק וועט בויען דעם גשר הכהנים מיט געלט שטיצע פון די רעגירונג.
| נפל כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | אגב פאריאר איז שוין געווען באריכטעט אויף אלע וועב זייטלעך און אין אלע פרייע צייטונגען אז תולדות אברהם יצחק וועט בויען דעם גשר הכהנים מיט געלט שטיצע פון די רעגירונג. |
|
לידיעתך בעלמא:
פאריאר האט הרה"ג ר' משה בראנדסדארפער שליט"א געבויט דעם גשר הכהנים און נישט גענומען/באקומען קיין רויטען גרייצער פון די ממשלה הטמאה. און היי יאר בויעט דאס די רעגירונג על דעת עצמם בלבד ווייל זיי האבן עס איינגעווארפען.
דינסטאג ביינאכט איז פארגעקומען א אסיפה רבתי אין די וייבער שוהל אין תולדות אהרן אויף רחוב מאה שערים - שבטי ישראל, דורעך הרה"ח ר' מרדכי גוטפארב שליט"א פון די וועד הנהלת המוסדות, און הרה"ג מגיד מישרים ר' יצחק קירשנבוים שליט"א מראשי ישיבת תולדות אהרן, מען האט ארום גערעדט וועגן די ברענענדיגען גזירה פון די הפקעה אין אתרא קדישא מירון.
אויב ווילט איר הערן די פייערדיגע דרשות קענט איר קאלן צו: פון ניו יורק 001-972-722722733 און דריקט אויף 1 פון ארץ ישראל קאלט צו: 0722722733 שלוחה 1
| גערעכט כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | היי יאר בויעט דאס די רעגירונג על דעת עצמם בלבד ווייל זיי האבן עס איינגעווארפען.
ה צ ח ק ת נ י |
|
ממש אזוי? זאג די ווייסט אפשר די פאקטן? און אויב יא וויאזוי? דורך אהר'לע סאמעט ביי די אסיפה אין כנסת המינים? אדער פון ארום לויפן און אלע רעגירונג אפיסעס זוכן איינעם וואס זאל צוריק נעמען ענקער געלט....
נישטא ווער זאל לאכן (חוץ הרב גערעכט....)
דאס זענען די פאקטן.....ואידך זיל גמור...
[בילד – נישט אפגעהיט]
ק"ק תולדות אהרן טענה'ט:
אז אין הכי נמי, אלע יארן האט דער מדינה טאקע נישט באצאלט,
אבער היי יאר האט דער מדינה געמאכט דארט ריזיגע פארענדערונגען וואס מ'האט נישט געמאכט קיינמאל
און דאס צועט אריין און ריזיגע סכומים עד אין לשער, און דעריבער איז צוויי זאכן געשען.
1) מ'דארף האבן געלט 2) מ'דארף האבן פאר וועמען צו קענען געבן דאס געלט (ווייל דער מדינה האלט עס נישט ביים נעמען) ע"כ לשיטתם.
ק"ק הקנאים (סיקריקים בלע"ז) טענה'ט:
לא דובים ולא יער, ס'איז אלץ נאר א שפיל פון תולדות אהרן ארויסצוקוועטשן געלט פונעם עולם, ווייל אפי' לשיטתם גייען זיי נישט מאכן דער גאנצע געלט, און דער הדלקה גייט סיי ווי פארקומען,
ויותר מזה, אז א גאנץ ווינטער זענען זיי שוין געזעצן ביי ליצמאן וועגן געלט פאר דער בימה וכו'.
תוקן על ידי moashopee ב- 07/05/2012 15:33:47
הקנאה התאווה והכבוד.....
ק"ק הקנאים (סיקריקים בלע"ז) טענה'ט -
און קומען אויף יעדן יאהר מיט פרישע טענות,
ווייל זיי גייען אויס פון קנאה ושנאה,
זיי האלטן דאס נישט אויס,
זיי האלטן נישט אויס די בליה פון ק"ק תו"א,
עס שטעכט זיי מיט מעסערס און שארפע שפיזלען,
ווען נאר זיי זעהען די געוואלדיגע הצלחה פון תו"א,
למעלה מדרך הטבע.
פאר דריי יאהר צוריק, האט מען 'פלוצלונג' אנטדעקט קברים אין מירון, וויא האט דעמלטס געזאגט הרה"ג ר' יעקב בלויא חבר הבד"ץ, מען דארף נישט אסר'ן די כהנים צו גיין קיין מירון, עס איז גענוג צו אסר'ן אויף איין כהן א אין צו גיין.....
ווען די רבנים הגאונים חברי הבד"ץ - בראש הגאב"ד הגרי"ט, האבן דן געועהן איבער דעם נושא, און ארויס געגעבן א פסק "אז נאר דרך בורמה מעגן כהנים גיין" - האבן זיי פלוצלונג געלאפן זוכען אנדערע רבנים, פון די אגודה קרייזן - וואס זאל אסר'ן דרך בורמה,
דעם יאהר האבן זיי געטראפן א פיקטשע פון א מיטינג - וואס מען דארף ארליידיגן די פערמיטן פון אלעס ארום און ארום, האבן זיי פון א אומשולדיגן האפיס געמאכט א 'כנסת המינים'.
ווען תו"א שרייט העלפט מען זאל ח"ו נישט איבער געבן דעם הייליגן שטח פאר די ציונים ח"ו, וערט דאס באגלייט פון די אומפארגינערישע סיקריקים, מיט ביליגע לצנות.
דאס זעלבע טרייען זיי שוין די לעצטע פאהר יאהר צו שטערן דו שמחת בית השואבה און ירושלים עיה"ק - פון ק"ק תולדות אהרן,.
דאס איז דאס "הקנאה התאווה והכבוד...."
דער ראב"ד - הגאון ר' משה שטרנבוך שליט"א, פסק'נט - אז הכהן טאהר נישט גיין דורך די כיפין...
כבוד החריף (מלא קאמפלעקסן - וויסט איינער פארוואס?) הרב גערעכט!
ה צ ח ק ת נ י