היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ברעקינג ברעקינג זאליס באקימען די פערמעטיס פאר די קעמפס

ברעקינג ברעקינג זאליס באקימען די פערמעטיס פאר די קעמפס

142 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2954282
בלאט: 1 2 3

IAMSMART » 17/4/2012 19:01

פרוטים יבאו

תוקן על ידי IAMSMART ב- 17/04/2012 19:03:57


שארמאשער » 17/4/2012 19:04

די קאונטי האט יעצט געזאגט פאר ר' יונתן מענצער אז די קעמפס וועלן זיין אפען ופני ארונים חפו

IAMSMART » 17/4/2012 19:06

ארוניםלעך סאט 8 פארלארען
מצה בעקעריי פארלארען
די קעמפס פארלארען
נעקסט קימט די בית החיים

שארמאשער » 17/4/2012 19:07

עס וועט זיך נישט אפשטעלן ביים בית החיים
מוסדות ב''פ
בית הברך משה
מתיבתא קאמפלעקס
אא''וו
לאכען וועט לאכען דער לעצטער

לאנצוט » 17/4/2012 19:10

העסקן ר' אברהם רובין האט יעצט גערעדט צו די קאונטי און קאנפוירמד איז ס'איז היידפארק מעשה'לעך.

שארמאשער » 17/4/2012 19:13

רובין וועט קענען טאנצען מיט די טאון אין ר' יונתן מענצער וועט ברענגן גאר אין קורצען די פערמיטס

לאנצוט » 17/4/2012 19:15

השר והטפסר הגדול והנורא רבי יונתן מענצער שליט"א האט "היינט" אזא כח אין אלבאני, וויפיל ער האט אין די סי-איי-עי.

פאר די יונגלעך וועלכע קויפן לאקשן פאר ביליג זאג איך בלויז, קויפט ווייטער.

שארמאשער » 17/4/2012 19:16

נאר רובין האט א כח [בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

IAMSMART » 17/4/2012 19:18

לאנצוט וואטש וואס די שרייבסט וויל ITS GOING TO COME BACK AND HUNT YOU....

לאנצוט » 17/4/2012 19:21

ימים ידברו.

IAMSMART » 17/4/2012 19:23

רובין קען ווייטער רעדען צי די די קאונטי זיין  פראבלעם  איז אז די פערמיטס קימען נישט פין די קאנטי עס קימט גלייך פון אלבני....

לאנצוט » 17/4/2012 19:24

אדער יא אדער נישט.
ווען מ'וועט זעהן אז זיי האבן פערמיטן וועלן מיר רעדן

דערווייל ווייס איך אז ר' משה דוד נידערמאן האט עס שוין ארלעדיגט בערך 3 חדשים צוריק, סאו וואס איז יעצט געשען?

שארמאשער » 17/4/2012 20:05

עס קומט באמת קרעדיט פאר הרב מענצער טראץ וואס ער איז פארנומען מיט זיינע ברייטפארצווייגטע געשעפטן ספעצעיל די גרויסע וואן סטאפ קאשער סופערמארקעט גיבט ער זיך אוועק פאר חסידי סאטמאר להלצת המוסדות צו יעדע צייט, וואיל איז אים אז ער האט די זכי' צו עפנען די 4 קעמפס

סטראבערי » 17/4/2012 20:11

איך דארף נישט זאגן "מזל טוב!" וויל כ'האב קיינמאל נישט געקלערט ס'וועט זיך אויסלאזן אנדערש.

אבער די ארונים גייען יעצט קלאגן "חסדי ד' " מיט די ניגון פון איכה....

תוקן על ידי סטראבערי ב- 17/04/2012 20:15:40


סטראבערי » 17/4/2012 20:15

יעצט געזעהן דעם רובין ער זעהט נישט אויס ווי ער איז בין החיים

לאנצוט » 17/4/2012 20:21

רובין זאגט אז אלעס איז היידפארק מעשה'לעך.

איך זעה נישט פון סטראבער'ס תגובות עפעס מער.

שארמאשער » 17/4/2012 20:38

קוועלער געבן איבער די פערמיט איז שוין דא אין ליגט שוין ביי ''ביידע'' לויערס אין  באזיץ, נעקסט קומט די נייע שוהל

לאנצוט » 17/4/2012 20:40

היידפארק מעשה'לעך.

guar » 17/4/2012 20:43

איך גלייב אז אויב איז עס אמת וועט זיין די דאקומענטען אויפן פארק גאנץ שנעל סוי לאמיר ווארטן אביסעל


תוקן על ידי guar ב- 17/04/2012 20:44:30

שארמאשער » 17/4/2012 20:52

אסעמבלימאן לאפעז האט פריער באשטעטיגט פאר הרב מענצער אז דער קענטי עקזעקעטיוו היינס האט אים פארזיכערט די פערמיטס טראץ די אלע עיכובים,

לאנצוט » 17/4/2012 21:03

נאך א HOAX פון שארמאשער, נומער 12 פאר היינט.

שארמאשער » 17/4/2012 21:31

אין די צייט וואס לאנצהוט זינגט חסדי איז ר אברהם ישעי פארנומען אנציגרייטן דעם קעמפ[בילד – נישט אפגעהיט]


געלעכטער » 17/4/2012 21:51

שארמאשער, וויפיל ווערסטו באצאלט א שעה פארן שפילן זאלי?

לאנצוט » 17/4/2012 21:55

ליצים זאגן אז די פרישע קעמפ-שמועות זענען נאר צו הייבן די רעגיסטראציע ציפערן וועלכע שטייען שמאל דערווייל.

FiveBoro » 17/4/2012 22:11

פארוואס ליצים?

דאס איז די קלארע סיבה.

---

זייער פלאן איז צו קומען צום קאונטי עקזעקיוטיוו מיט הונדערטער אפליקאציעס און אזוי לייגן דרוק פאר א פערמיט.

און וואס טוט מען אז דער עולם גיט נישט קיין אפליקאציעס - צוליב די טאטאלע צומישעניש?

מען שיקט ארויס א מעסעדש אז דער עקזעקיוטיוו האט קלאר "געזאגט" אז ער "גייט" גיבן א פערמיט.

יעצט זאל זיך "היידפארק" פלאגן אפציווענדן א "בפירושע טוויט איבער א בפירושע געזאגעכץ"...

kleinekup » 18/4/2012 01:24

5 boro

זיי קענען מאכען הינדערטער אפליקאציעס אויפן PC מדארף נישט קיין שמועה'לך צו פראדיצירן אפליקאציעס.

גרוינים » 18/4/2012 02:04

לויט ווי איך הער האבן זיי אפגעדינגען ראלי האטעל און דער יעצטיגער מעסעדש פון פריעד איז בלויז אין א בחינה פון די "אלעס בלייבט ביים אלטן" צו האלטן פריש די אויסגעוועפטע זאליס און פריעד וועט מוזן זיך משדך זיין מיט פערלשטיין צו זיין דער לוזער פון די זאליס
און לגבי די חשבון פון אפליקאציעס מאכט עס מער סענס אזוי אז מוויל ווי מער אפליקעישאנס און פאר מזאגט אויס ווי מגייט באמת וד"ל

שארמאשער » 18/4/2012 17:07

נו, לאנצוהט, געלעטער (אלע אנדערע ארוינישע ניקס שלאפען דערווייל ווייל זיי ווילן נישט דורכפאלען)
די פערמיט איז אויפן וועג, יעצט גערעדט מיט ר' יונתן מענצער, ער איז נעכטן געפארען ביז אלבאני טראץ די ביזי נאך פסח צייט אין וואן סטאפ קאשער גראסערי, אינאיינעם מיט ר' משה דוד נידערמאן וועלכע איז אויך גענוג פארנומען און צוזאמען מיט נאך פאליטישאן'ס מיט וויטא לאפעז און האט מען געבראכען די אייז, אין נאך די וואך וועט מען קענען ארויפליייגן די פערמיט, סטעי טאנד

געלעכטער » 18/4/2012 18:56

דו האסט גערעדט מיט מענצער? שקרן שפילער

דייקן » 18/4/2012 19:31

געלעכטער, נא, לאמיר הערן וואס דו ווייסט?

שארמאשער » 18/4/2012 19:41

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דו האסט גערעדט מיט מענצער? שקרן שפילער

לאמיך הערן ווי די לייקענסט? איך האב נישט גערעדט מיט הרב מענצער? הרב מענצער איז נישט דארט  געווען? יעצט איז נישט נאך פסח? אדער גאר אז מיר באקומען נישט די פערמיט???

נארפאקטן » 18/4/2012 20:33

מענצער איז נישט קיין ״הרב״

האנדא » 18/4/2012 20:43

יו די ליכטיגער שארמאשער, די מאכסט א וואנדערבארער ארבייט, קיפ איט אפ! די לעבסט אויף די זאליס מיט דיין מעכטיגען חיש אף הומער! קיפ איט אפ! קיפ איט אפ! קיפ איט אפ!

פאפיטעס » 18/4/2012 21:22

מיט די פליישיגע אויגן זעהט מען איצט אז עס איז דא 2 מעשות איבער די פערמיט.

1) "געזאגט" מעשה
די זאליס האבן א טעקס מעסיטש אז שלום דייטש און מענצער האבן "געזאגט", אז די קאנטי עקזעקעטיוו האט "געזאגט" אז ער גייט געבן א פערמיט פאר די קעמפס.

2) "כתוב וחתום" מעשה
די אהרונים האבן א צעטיל "כתוב וחתום" פונעם קאנטי עקזעטיוו אז ער וויל געבן די פערמיטס פאר די קעמפס, נאר ער קען נישט ליגאל עס ליגט נישט אין זיינע הענט נאר אין די צדדים זאליס אהרונים, זאלן זיך דורך קומען, און ביז דעמאלס קען ער נישט ליגאל געבן קיין פערמיט. דאס איז וואס מען זעהט מיט די פליישיגע אויגן.

איז איצט האט יעדער די אפשען, צו גלייבן אדער די "געזאגט" מעשה, אדער די "כתוב וחתום" מעשה.

געלעכטער » 18/4/2012 21:30

נו, וואו האלט די דורכקומען זיך? די צוויי צדדים זענען שוין געזיצן?

guar » 19/4/2012 00:55

פאפיטעס איך האב שוין געשריבן אין אן אנדערן אשכול אז לכאורה גייען זיי עס באקומען ווי אזוי, פרעג מיך נישט, זיי די זאליס זענען מלומד בשוחד ובטעראר, אז מען קען נישט אויפברעכן די טיר ברעכט מען אויף די פענסטער, אז נישט די פענסטער מאכט מען א לאך און דער וואנט, אופן דאך, פון דער ערד, ביז מען קומט אן,

און נאך אזאך פאר די ארונים איז די גאנצע זאך נאר א בענעפיט, אויב וועט עס געלונגען צו ברענגן די זאליס צו דין תורה אדער כאטש צום פארהאנדלונגס טיש, איז דאך מה טוב ומה נעים, און טאמער נישט, איז נישט, מען דארף פראבירן אלע אופנים וואס נאר מעגליך, אויב איז עס נישט געלונגען איז פארפאלן, און פארשטייט זיך אז קיין גרויסע געלטער גייט מען נישט ספענדן דערפאר און אוודאי נישט קיין מליונים.

ווידארום פאר די זאליס איז דאס סתימת הגולל, אויב וועלן זיי נישט קענען עפענען די קעמפס איז דערנאך מיט די גאנצע זאלי רבי וזנביו, אפילו אויב זיי וועלן זיך עפעס אן עצה געבען דורך דינגען עפעס אנדערש, אפגערעדט די מאראל וואס דאס וועט אויסקלאפן אויף זיי מיט א ביטערע מרה שחורה, במילא פייטן זיי דערפאר מיט ציין און נעגעל אזש זיי וועלן גרייט זיין זיך אויסצוטוהן די הויזן (שוחד בלע"ז) פאר כאטש וועלעכע פאלאטישען, אפילו עס זאל זיי קאסטן און די מיליאנען וד"ל, קענסט זין זיכער אז ביי די זאלי (פאר)פירער שלאפט מען נישט רואיג, און מען עסט נישט רואיג, טאג און נאכט טראכט מען צו וועם מען אנקלאפן מיט די ריכטיגע "קאנעקשאנס (שוחד) בלע"ז" זיי דרייען איבער יעדעס שטיינדל וואס זיי קענען נאר, עס איז אזוי ווי איינער פייט פאר זיין לעבן, און פארן לעבן לאזט מען זיך קאסטען וויפיל עס פעלט זיך נאר אויס, און דארפסט פארשטיין די אלע פאלאטישענס שמעקט זייער גוט נאך אפאר דאלארן און טאש, ספעשעל ווען זיי דארפן גארנישט טוהן נאר בלויז אינטער שרייבן א נארישן פערמיט, במילא בין איך גארנישט אזוי סורפרייזט אויב איך וועל הערן אז סאיז זיי געלונגען אריינצוריקן א מתנת יד פאר עמיצען און זיי וועלן עס באקומען.

זאל זיך קיינער נישט איינרעדן אז עס האט צו טוהן וועגן מענצער נידערמאן קאנעקשאנס סאיז שטותים, סך הכל ווענט זיך עס מיט וויפיל פון די גרינע די קומסט, און ווי כ'האב שוין געשריבן די ארונים גייען נישט ספענדן צופיל, אבער די זאליס וועלן זיך אויסטוהן אינגאנצן, איי קענסט דאך קומען צו דין תורה, ניין, ח"ו, דאס איז דאך יהרוג ואל יעבור, נאך א גרעסערער איסור ווי די סקול דיסטריקט.

זאל דער אייבירשטער העלפן עס זאל שוין מקויים ווערן לא ירעו ולא ישחיתו בכל קדשי און וילמדו תועים בינה אן די כת הגזלנים וחמסנים זאלן תשובה טוהן איינמאל פאר אלעמאל און מקיים זיין דעם והשיב את הגזילה.

kootointy » 19/4/2012 00:55

פאפיטעס כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
2) "כתוב וחתום" מעשה
די אהרונים האבן א צעטיל "כתוב וחתום" פונעם קאנטי עקזעטיוו אז ער וויל געבן די פערמיטס פאר די קעמפס, נאר ער קען נישט ליגאל עס ליגט נישט אין זיינע הענט נאר אין די צדדים זאליס אהרונים, זאלן זיך דורך קומען, און ביז דעמאלס קען ער נישט ליגאל געבן קיין פערמיט. דאס איז וואס מען זעהט מיט די פליישיגע אויגן.


ווי האסטו געזען אזא בריוו פונעם קאונטי עקזעקיוטיוו?

פאפיטעס » 19/4/2012 02:14

חכמת שלמה.

אונטער געשריבן האט עס די הויפט קאנטי אטורני בשם די אלע נעמען וואס שטייט דא, און קוק אינדערמיט וועסטו זעהן די נאמען פונעם קאנטי עקזקעטיוו Michatl L. Hein

[בילד – נישט אפגעהיט]

kootointy » 19/4/2012 05:32

פאפיטעס כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
חכמת שלמה.

אונטער געשריבן האט עס די הויפט קאנטי אטורני בשם די אלע נעמען וואס שטייט דא, און קוק אינדערמיט וועסטו זעהן די נאמען פונעם קאנטי עקזקעטיוו Michatl L. Hein



וואס ווערסטו גערעגט??[בילד – נישט אפגעהיט] איך האב געמיינט דו רעדסט פון א פרישן בריוו.
די בריוו האט די קאונטי'ס לויער געשיקט פאר די צדדים און דער קאונטי עקזעקיוטיוו האט דערמיט קיין שייכות. ס'האט נאר די אפיציעלע לעדער העד פון די קאונטי (א שטייגער ווי בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א)

גרוינים » 19/4/2012 07:46

ממעג אבער זיין ריאליסטיש ווילאנג סנישטא קיין פערממיט רעדט פון אנדערע זאכן עתידות רעדן לאז פאר די וואס זענען אין הימל
איז דא א בריוו פון די קאונטי יא אדער ניין?
איז דא א פערמיט פון די קאנטי עקזקעטיוו יא אדער ניין?
ארבעטן די זאליס מיט מיליונען אונטערצישמירן נו מסכים איך לאז אבער פאר די האסט נייעס מעלד נישט ביטע, אויב בלויז פון האפענונגען האפן די ארונים צו זיין אין ראדני אויך, נייעס איז נישט קיין עתידות נייעס איז פאקטישע זאכן ופשוט היא.


תוקן על ידי גרוינים ב- 19/04/2012 07:50:24

שמייכל » 19/4/2012 20:49

ויהי ממחרת!

עס לאזט זיך נישט גלייבן וואס דא קומט פאר אפאר טאג צוריק איז נישט געווען מעגליך צו רעדן צו א זאלי ער איז געווען הייפער ביזן הימל אזש ס'האט זיך געקענט דאכטן אז ס'פורים היינט איבעראל האט מען געדעקט די נייעס ברעיקינג אונז האב מיר א פערמיט!
ויהי ממחרת די זינגערס האבן שוין גענדיגט זינגען די טאנצערס האבן גענדיגט טאנצן די פארשיכור'טע קעפ האבן זיך דרכגעשלאפן און מען שטייט אויף צופרי וואס א פערמיט ווען א פערמיט...... קיין פערמיט איז נאכנישט דא!!
די צולאזטע יונגען האבן אנגעהויבן ווילדעווען היתכן מען האט זיי אזוי פארנער'ט אזש ביז מען האט געמוזט מעלדן אין זייער פורום נעכטן אז .. ניין ס'נאכנישט דא קיין פערמיט נאר .... האט צוגעזאגט.....
איז אזוי פאר די וואס שלאפן נאך אין זענען נאך אונטער די השפעה פון די שיכרות צו זיי וואלט איך געזאגט טרינקט נאך א גלעזל וועסטו זעהן עטץ האטץ די בית החיים אויך..
פאר די וואס זענען שוין ניכטער וויל איך שטעלן איין פראגע
האט איר שוין אמאל פרובירט ארויס צונעמען א פערמיט אויף סיי וואס למשל דרייווער לייסענס? משל'ט אייך איר פאלט דורך די טעסט און איר קומט אין ביהמ''ד זאגן פאר אייערע חברים אמממ... איך האב טאקע נישט געמאכט די טעסט אבער גרונם גימפל האט מיר צוגעזאגט אז די קאמישענאר האט אים צוגעזאגט אז ער גייט אים געבן א פערמיט.....
אקוראט האט דא פאסירט די קאנטי שיקט עס איז נישט דא קיין פערמיט (מען איז דורכגעפאלן די טעסט) אוין ער שרייט .....האט צוגעזאגט... זאג נאר האסט שכל אין קאפ?  וואס איז דאס צוגעזאגט די קאונטי האט צוגעזאגט? וואס דארפן זיי צוזאגן געב!!!!! א צווייטער האט צוגעזאגט? נו אבאמא האט אונז צוגעזאגט.....

נ.ב. אויב חלה דעקל קען אמאל גענוצט ווערן וואלט איך עס גענוצט אויף דעם אלס דוגמא...

שארמאשער » 19/4/2012 21:39

טרייסטס ענק מיט די חי שעה, ווייל ''היינט'' איז ''נאכנישט'' דא קיין פערמיט, אבער איר וועט זעהן אז מיר ווייסן וואס מיר רעדן, די הכנות גייען שוין אן געהעריג אין די הנהלת הקעמפ גרייט יעצט צו די געהעריגע פלענער נאכצויאגען די פאר וואכען וואס מען האט נישט געקענט ארבייטן וועגן ענקער רשעות,  די סטעיט אין קאונטי באעהרעדע האבען קלאר געשטעלט פאר הרב מענצער, הרב נידערמאן, אין הרב דייטש אז מ'קען אנגיין געהעריג ווייל די פערמיט איז אויפן וועג

שמייכל » 19/4/2012 21:52

ווייל די פערמיט איז אויפן וועג

איך האף די וועגן האבן נישט קיין טרעפיק, אויב יא זאל מען נעמען די עסקאורט פונעם רבין ס'זאל נאך אנקומען אין צייט פאר קעמפ

IAMSMART » 19/4/2012 23:09

מזל טוב מזל טוב די פערמיטס זענען יעצט אנגעקימען אין צוליב טעכנישע סיבות לייג איך עס נישט ארויף...וד"ל
אין זאלען די חלה דעקלעך יעצט שרייען וואס זיי ווילען
המקום ינחם אתחם...

גרוינים » 19/4/2012 23:46

ווי ליגט די פערמיט? אין וועינער רבס שאנק?...
ווי פריער ערווענט איז באהאלטענע נייעס נאר אינטערסאנט כלפי שמיא ווען מוויל זיין חפו מפשע אבער נייעס אינעם עולם הגשמי איז נאר ווען סאיז דא א פערממיט לעיני השמש
דעריבער אויב סאיז דא נייעס רעדט אבער אז נישט איז דערווייל אלעס ביים אלטען


תוקן על ידי גרוינים ב- 20/04/2012 00:00:12

IAMSMART » 20/4/2012 00:05

אז דעס מאכט דיך העפי זאל זיין אזוי... איך פארגין דיך נאך א גיטע שלאף פאר היינט נאכט....

געלעכטער » 20/4/2012 00:08

IAMSMART כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מזל טוב מזל טוב די פערמיטס זענען יעצט אנגעקימען אין צוליב טעכנישע סיבות לייג איך עס נישט ארויף...וד"ל
אין זאלען די חלה דעקלעך יעצט שרייען וואס זיי ווילען
המקום ינחם אתחם...
‎​
 
בעל דמיון נומבער צוויי.

גרוינים » 20/4/2012 00:20

געלעכטער דו בוסט דאך יא פון די זאליס וואס פרובירן עכ"פ צו זיין נארמאל
אפשר זאגסטו מיר וואס פשט פון מאכן ליצנות פון א אייגן ציבור און ארומשיקן טעקסט מעסעדשעס דורך פריעד?

kootointy » 20/4/2012 00:45

השערות און קינדערישע האפענונגען אין אזייט געלייגט,

איך וועל באמת נישט זיין סורפרייזד אויב צד מהרז״ל באקומען די פערמיטס ״אויף היי יאר״. 

רייטנדיג אויף אמת'דיגע רחמנות-פאקטן פון דריי טויזנט קינדער אן א דאך איבערן  קאפ און ס׳איז שוין צו שפעט צו מאכן ארעינדזשמענטס פאר רענטעלס.

 

זיי זיצן אין קינגסטאן און וועלן לכאורה זיין אין אלבאני נאך היינט אדער מאנטאג. זיי דרייען איבער א וועלט (איך בלעים זיי נישט...) זיי קומען מיט סיי וואס פארא דעמאקראטישע פאלאטישענס און אפישיעלס זיי קענען נאר.

אויב פאלן זיי דורך אינעם פאליטישן פראנט, איז לכאורה זייער נעקסטע סטעפ לויפן אין קאורט פארלאנגן א סטעי/
TRO (אויף ריכטער אלפירי׳ס פסק) - וואס פראקטיש גערעדט קענען זיי אזאנס נאר פארלאנגן אין פעדערעל קאורט - וואס פארשטייט זיך אליין איז שרעקליכע ריסק פאר זיי ווייל די רעזולטאט קען זיין אריינשלעפן די גאנצע סאטמאר׳ע קעיס און פעדעראלע קאורט אין ס׳איז קלאר אז זיי האבן אסאך מער צו פארלירן אין אזא געים ווי צד מהר״א..
 אבער זיי מוזן פאר אלע קאסטן האבן די פיר קעמפס אפען דעם זומער און ס׳קען זיי מעגליך ווערט זיין. 

 

באט לעט מי בי פערפעקטלי קלעיר, ווי ריכטער אלפירי האט געשריבן (און נאכגעשריבן פון דזשאדזשעס רעכטס און לינקס - פון אויבן אראפ: די קעמפס איז קלאר נישט זייער׳ס און באלאנגט פאר קהל יטב לב-וואס האט קלאר נישט קיין בעה״ב. און איבערס יאר איז ממש נישט במציאות אז זיי זאלן באקומען די פערמיטס.

זיי ווייסן דאס אלע גאנץ גוט אבער זיי מוזן נאך אלץ האבן די פיר קעמפס אפען היי יאר פאר כמה טעמים.

 

הלוואי זאלן זיי זיך זעצען צום פארהאנדלונגס טיש און זיך דורכקומען מיט צד מהר״א אויף א נארמאלען יושר׳דיגע אופן און דאדורך אפשטעלן די חילול השם וואס ווערט אומדירעקט פארשפרייט דורך ביידע צדדים.

 

והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל אמן!

 



תוקן על ידי kootointy ב- 20/04/2012 01:27:36

געלעכטער » 20/4/2012 03:26

דאס איז טרייסט ווערטער?
בלאט: 1 2 3