א קליינע אנאליז,
מען האט דא געבראכן די נייעס שוין א וואך צוריק אז די זאליס האבן א פערמיט, און איי עם סמארט האט שפעטער צוגעגעבן עס קומט פון אלבעני נישט פון די קאונטי,
פרייטאג שרייבט ער די מיטינג האט זיך גענדיגט
אין אז ר/ דוד ראזענבערג איז דארט געווען אלע יארען אין ער באקומיט די פערמיט, איין מינוט עס שווינדלט מען האט דאך שוין די פערמיט פון אלבעני וואס גייט דא פאר? עס האט דאך גארנישט מיט די קאונטי?......
ווייטער היינט שרייבט ער אז
חלה דעקלעך וועקט אייך אויף די פערמיטס ליגען שוין זייט לעצטע וואך ביי ר/ דוד ראזענבערג אין די הענט
סאיז אווער....
נו וואס איז דעמאלס די מיטינג דינסטאג?
יעצט צו די תגובה פון סטראבערי:
הער זיך גוט צו, די ארונים האבן נאך נישט געשריבן אז די מערכה איז פארטיג בסך הכל איז מען אויפן פראנט אין מען שלאגט זיך נאך ארום, שרייבן אונז האב מיר א פערמיט און אפנעמען מזל טוב אינדערצייט וואס הכל מודים אז דינסטאג גייט מען נאך דארפן זיצן אין קאונטי וועגן די פערמיטס, דאס הייסט ביי מיר מצה חרעמזלעך....
ווידער די ארונים האבן נישט געשריבן קיין איין ווארט דערוועגן אין בלאט ווייל די גאנצע זאך איז נאך אונטער פראגע צייכן, ואי''ה עוד חזון למועד,
יעצט צו די זאליס וועלן יא האבן די יאר א פערמיט צו נישט ווייס איך נישט, אבער דער ציל איז אז מען וועט מאכן אזויפיל קאפוויי ביז די זאליס וועלן זיך זעצן און אונטערשרייבן שטרי בירורין, דאס איז אמאל זיכער אז די ברייטע קעפ נישט די מצה חרעמזלעך וואס חרעמזלען דא ארום אויפן פארק אין וואונטשן זיך מזל טוב יעדן צווייטן טאג, נאר די וואס זיצן ביים שיסל ווייסן גאנץ גוט אז אלף שמות האט זיך הערשט יעצט אנגעפאנגן, אין די ראס שול אין וומ''ס יוכיח,
די חתונה וואס מען טאנצט יעצט פארן זומער אויב באקומען די זאליס די פערמיט די יאר, איבער א יאר וועל מיר זיך ווידערזעהן אין איבערטאנצן די צערעמאניע,
ווייטער די מצה בעקערי איז אויך נישט אויסגעשלאסן, און מען וועט דארט אויך טאנצן קעדאטשקע אי''ה,
ווידער די ראדני שול זאל גאט באהיטן טאמער דעס ברענט ווייסט עטץ אויך גאנץ גוט וואסערע חתונה עס ווארט ענק אפ,
יעצט געטס ענק א קוק אן ווי האלט עטץ סך הכל נאך 12 יאר זיצן מיט געגאנבעטע נכסים? בסך הכל קאפוויי!!!!!
יעצט צו די ארונים האבן פארלוירן אויב די זאליס באקומען א פערמיט?
זייט וויסן אז די ארונים זייט תש''ס ווען מען האט זיי אלעס צוגענומען שטייען מער נישט אויס גארנישט צו פארלירן, אויב עפעס קענען זיי יעצט נאר געווינען, די בית החיים האב מיר אונז געווינען די ווייסע שול און קרית יואל האבן אונז געווינען די מתיבתא האב מיר געווינען ב''פ האב מיר אויך געווינען די ראס שול איז אפגעשפארט,
יעצט סך הכל
די קעמפס אונז האב מיר פערמיטס אן קאפוויי פאר אונזערע קינדער, און עטץ??????
נעילת החג טיש אונז האב מיר ב''ה יעדעס יאר אין הופפער א גרויסן ציבור קע''ה עס מאכט נישט אויס ווי עס איז,
און עטץ?????
ביי אונז עפענט מען די בעקעריי יעדעס יאר מיט א מנוחת הנפש, און עטץ????
ביי אונז אויב ברויך די קהלה א מארטגעטש אויף די בנינים קען מען נעמען, און עטץ???
ביי אונז דארף מען נישט נאכלויפן יעדע בר מינן אלע נארמאלע מענטשן לייגן זייערע עלטערן אינעם בית החיים ווי עס ליגן באהאלטן אבותינו ורבותינו זיע, און עטץ????
ועוד ועוד לרבות,
בסך הכל קוקט ענק גוט אן, עטץ זענטץ גוט צוגראדזשעט! יא עטץ קענטס טאנצן חסדי השם וויפיל איר ווילט,אבער די ניגון וועט מען דארפן זינגען יעדן צווייטן טאג,
איך וואלט געראטן מען זאל מאכן אויף ענקער טעיפ וואס קומט ארויס ימים נוראים יעדע יאר א נייע ניגון אויף חסדי השם, אזוי אז מען זאל נישט נמאס ווערן,
מיר זענען דא ענק צו געבן גוטע קאפ וויי, ביז די קעפ וועלן זיך עפענען און עטץ וועטס אנהייבן צו טראכטן מה לי ולצרה הזאת, לאמיך אונטערשרייבן שטרי בירורין און איינמאל פאר אלעמאל ענדיגן מיט זיי, נישט יעדן שני וחמישי דארפן פארברענגן אין אלבעני אין נישט וויסן וועל איך יא האבן א קעמפ דעם זומער אדער נישט,
אין צו דיר סטראבערי, דעס אז די ביסט אינגאנצן צומישט דאס איז אמת, והא ראיה די לעצטע פאר טעג האסטו נישט געזונגען חסדי השם ווי דיינע קאלעגאס, און דעס וואס די שרייבסט וועגן שניידן פירות,
די קריג איז נאכנישט פאראיבער, אלף שמות האט זיך יעצט אנגעהויבן,