מ'קען מיטהאלטן די חופה דורך קול סאטמאר
תוקן על ידי היראים ב- 14/02/2012 19:38:39
תוקן על ידי היראים ב- 14/02/2012 19:38:39
יהדות החרדית אין ארה"ק איינגעהילט אין התרגשות עילאה לקראת די באזוך פון כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק שליט"א
א געהויבענעם שטימונג הערשט ביי תלמידי וחסידי סאטמאר בארה"ק תו"ב, די ציבור חסידים ואנשי מעשה זקנים עם נערים זענען איינגעהילט אין א אויסערגעווענליכע התרגשות און חדוה דקדושה האבנדיג די הייליגע זכי' מלך ביפיו תחזינה עינינו אז כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק שליט"א קומט צו פארן בהדרת קדשו קומענדיגן דינסטאג מפאר זיין די גרויסע סאטמארער חתונה.
ווי געמאלדן ביי די שמחת הנישואין וועלן גיין אונטער די חופה בשעטו"מ החתן המופלג פרצע"ח הרב חנני' יו"ט ליפא מייזליש שליט"א זוהן פון הגה"צ פאר מקדושים רבי חיים צבי מייזליש שליט"א ראש ישיבת מהרי"ט, עב"ג הכלה המהוללה בת קדושים מרת נחמה פערל שתחי' טאכטער פון הגה"צ שלשלת היוחסין רבי יצחק דוד הורוביץ שליט"א אבד"ק ראצפערט-בראזיל.
דער רבי שליט"א וועט אי"ה אנקומען דינסטאג צופרי וואו דער רבי שליט"א וועט אי"ה צופאהרן צו א באשטימטן ארט ווי דער רבי וועט אי"ה דאווענען תפילת שחרית.
א באזונדערן רגש און השתוקקות באנעמט ביים ציבור תלמידי חכמים און בני תורה אין בני ברק הערנדיג אז דאנערשטאג אוונט וועט אי"ה דער רבי שליט"א זאגן א דרשה אין דרוש פלפול ואגדה פאר די לומדי כולל עצי חיים און בני הכוללים והישיבות אין שטאט, די דרשה וועט פארקומען אין די היכל ביהמ"ד הגדול אין שיכון און עס רופט ארויס חשקות התורה ביים ציבור שוחרי תורה וויסנדיג רב כוחו וחילו באורייתא.
נאכדעם איז ערווארטעט מיט כיסופין קדשין די גרויסע "שבת שבע ברכות - שבת שקלים" במחיצתו פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, די שב"ק אנטשפרעכט צו זיין לעכטיג און געהויבן נועם הנשמות און עונג הרוחות, אנגעהויבן מיטן שולחן הטהור מיט די הייליגע מצוה טאנץ דערנאך, און אזוי ווייטער מיט די הייליגע און ווארימע תפילות שב"ק, און באזונדער די פייערדיגע שובבי"ם-שלש-סעודות אין די לעצטע וואך פון די ימי השובבי"ם מיט די דברים חוצבים להבות אש וואס וואשן אויס די אידישע הערצער לתשובה ותיקון המעשים.
איינע פון די הויכפונקטן פונעם הייליגן באזוך פונעם רבי'ן שליט"א וועט זיין די די היסטארישע מסיבה "מעמד יובל השישים" ווי עס וועט ווערן אפגעצייכנט זעכציג יאהר פון די גרינדונג פון מוסדות סאטמאר אין ב"ב דורך כ"ק מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אין שנת תשי"ב ביי זיין געהויבענע באזוך אין ארה"ק.
די מעמד וועט פארקומען אין א ספעציעל עלעגאנטן זאל רויאל-גארדן אין פתח תקוה יצ"ו מיט די באטייליגונג פון די ציבור תלמידים ידידים און אוהדים וועלכע זענען תומך די מוסדות הק', ומלכם בראשם כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א וועלכע וועט באשיינען דעם מעמד און וועט משמיע זיין מדברותיו הק' לכבוד המאורע.
ספעציעל קוקט די ציבור ארויס אויף די רייכע ספר "מראש צורים" וועלכע קומט ארויס לכבוד די מסיבה ווי עס ווערט געברענגט א שלל פון רייך-געדעקטע היסטאריע אין די קורות ימי התייסדות פון די ת"ת און די מוסדות סאטמאר אין ב"ב אנגעהויבן פון זעכציג יאהר צוריק עד היום הזה.
מיט כבוד און הערכה ערווארטן די הנהלת המוסדות אין ב"ב צו מקבל פנים זיין די חשוב'ע פאמאליע וועלכע קומען מיט'ן רבי'ן שליט"א די נגידים און נדיבים בעם קרואי מועד און אנשי שם אין שפיץ פון די הויכגעשעצטע ראשי הקהילה און מנהלי המוסדות פון וויליאמסבורג, בארא-פארק און קרית יואל, וועלכע זענען די עמודי התווך פון מוסדות יטב לב בארה"ק און שטייען צו הילף פאר'ן עקזיסטענץ פון די פארצווייגטע מוסדות אין ארץ ישראל, און אצינד וועט זיין די געלעגנהייט זיי אפצוגעבן רגשי כבוד מיט לויב און דאנק אויף זייערע פעלים כבירים בכלל און פאר די מוסדות בארה"ק בפרט.
די ציבור תלמידים וחסידים נאמנים קוקן ארויס מיט גרויס האפענונג אז די ימי ההוד והשמחה מיטן באזוך פונעם רבי'ן שליט"א זאלן געקרוינט ווערן מיט כבוד און ערפאלג כראוי וכיאות לכבודו של מלך מאן מלכי רבנן.
-נשיא אלוקים בתוכינו-
•♦•
מעמד כתיבת האותיות
צום ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך
חברי קהלתינו הק' אין בני ברק
לע"נ מרן רביה"ק זי"ע בעל ברך משה
אין שטוב פון הגה"צ ראש ישיבתינו בבני ברק שליט"א
טייל פון די זקני וחשובי קהלתינו הק' ביים שרייבן אותיות










♦♦♦

♦♦♦

טייל פון די פיבערהאפטיגע הכנות
צו די געהויבענע טעג אין בני ברק
בילדער דורך: משה גאלדשטיין
די בוי ארבייט ביים נייעם היכל התורה אונטער'ן ביהמ"ד הגדול

מען מאכט גענצליך איבער די וואכעדיגע ביהמ"ד





♦♦♦



מודעות מטעם ק"ק וויזניץ אין בני ברק
בנוגע די שמחה בחצרות קדשינו














תוקן על ידי היראים ב- 14/02/2012 20:01:08
|
| ||||||
Ex.110 updated. - Includes: Chasuna & Mitzve Tanz, part of Rabunim who attended / Today Knisa for Anash BB, still going on after long hours.
ביקור קודש – ערשטן טאג – דינסטאג פ' משפטים
בריך מתייך לשלם
אום 10:00 אזייגער אינדערפרי – ארץ ישראל צייט – האט דער פליגער בשטומ"צ געלאנדעט אין לופט-פעלד אין ארה"ק ווי דער רבי שליט"א איז תיכף ארפאבאגלייגט געוואן פון פליגער דורך די חשובע עסקרנים און בעאמטע, און דערביי האבן אפגעווארט אנשים מכובדים ראשי הקהלה והמוסדות פון בני ברק און ירושלים און אפגענומען שלום פון רבי'ן שליט"א.
פון לופט פעלד איז דער רבי שליט"א תיכף צוכגעפאהרן צום אכסניא אין די שטעטל סביון ווי עס האבן אפגעווארן די בחורי חמד תלמידי הישיבה גדולה פון בני ברק וועלכע האבן זיך מצטיין געווען מיט לימוד התורה באשמורת הבוקר אלס הכנה דרבה פון ביקור קודש פון רבי'ן שליט"א, און די בחורים האבן געהאט די זכי' צו דאווענען שחית מיט'ן רבי'ן שליט"א.
נאכ'ן קוקן ווי די בחורים לערנען איז דער רבי שליט"א געגאנגען אין מקוה און דערנאך האט מען זיך געשטעלט דאווענען שחרית אין די אכסניא.
נאכ'ן דאווענען איז פאהרגעקומען א לחיים לכבוד די מצטיינים, ווי דערביי איז אנוועזנד געווען דער רב פון סביון ווי עס איז אנטוויקעלט געווארן א שיינער שמועס. דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש פאר די בחורים און מעדד ומחזק געווען ווייטער פארצוזעצן צו לערנען תורה בהשכמה, און דערביי פארלאנגט פון די רמ"י הישיבה שליט"א א גענויע רשימה פון די בחורים וואס האבן זיך מצטיין געווען אין די לימודים פארטאגס.
דערנאך איז הרה"ג ר' אברהם יעקב פריעדמאן שליט"א אב"ד סאדיגורא בן האדמו"ר מ'סאדיגורא שליט"א געקומען אויף א באזוך צו מרן רבינו שליט"א ווי דער רב שליט"א האט געשאנקען דעם נייעם ספר וואס איז ארויסגעקומען לאור עולם לרגל די שמחה במעונו, און דער ביי האט דער רב שליט"א געבעטן דעם רבי'ן שליט"א ווייטער פארצוזעצן די מערכה וועגן די קאמפיוטער'ס אין אידישע שטובער.
דאן איז האדמו"ר מ'באיאן שליט"א וועלכער מאכט היינט נאכט חתונה א קינד בשטומ"צ געקומען צו מרן רבינו שליט"א אויף א באזוך צו לאדענען דעם רבי'ן שליט"א צו די חתונה במעונו.
אצינד האט מען שוין געענדיגט די מעמד החופה ביי די גרויסארטיגער חתונה בחצרות קדשינו במעמד אלפי ישראל אין שיכון קרית יואל, און דער ציבור פארזאמעלט זיך אין די זאלן פון לב האצולה אין פתח תקוה.
א באריכט פון די חתונה וועט אי"ה נאכפאלגן.
-קול רנה וישועה באהלי צדיקים-
•♦•
מרן רבינו שליט"א אין לופט-פעלד
בעפאר'ן אפפליען קיין ארה"ק


♦♦♦
ביקור קודש פון מרן רבינו שליט"א אין ארה"ק
חלק א
בילדער דורך: משה גאלדשטיין
דער רבי שליט"א קומט אהן אין לופט פעלד אין ארה"ק


אויטא געפירט דורך הנגיד מוה"ר אייזיק ווייס הי"ו

דער רבי שליט"א קומט אהן צום אכסניא אין סביון




ביי תפילת שחרית אין אכסניא מיט די מצטייני תלמידי הישיבה גדולה


מסיבת לחיים אין די אכסניא






♦♦♦
המשך ביקור קודש פון מרן רבינו שליט"א אין ארה"ק - ערשטן טאג - דינסטאג פ' משפטים
ארום 4:30 נאכמיטאג איז מרן רבינו שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין שטוב פון הגאון פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט"א ווי עס איז אנטוויקעלט געווארן גאהר א ידודות'דיגער שמועס, און דערביי האט דער רב שליט"א מאציל געווען ברכתו הנאמנה פאר מרן רבינו שליט"א.
•♦•
גרויסארטיגער שמחת החתונה בחצרות קדשינו
ארום 5:20 זענען די חתן און מחותנים שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון אין בני ברק צום מעמד קבלת פנים, און עטוואס 15 מינוט דערויף איז דער רבי שליט"א ערשינען צום קבלת פנים, ווען דער ציבור ברעכט ספאנטאן אויס אין א הילכיגן "ברוך הבא בשם ה'" צום אנקום פון רבי'ן שליט"א.
א גרויס התעוררות האט געהערשט אין ביהמ"ד ביים מעמד קבלת פנים ווען עס ווערן געזינגען ניגוני דביקות והתעוררות וויעס פאסט זיך פאר אזא צייט, אנגעפירט דורך די געניטע קאפעליע פון אברכי קהלתינו הק'.
דאן איז פאהרגעקומען דער קריאת התנאים מיט וועלכען עס איז מכובד געווארן הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א, אלס ערבים זענען מכובד געווארן מוה"ר יעקב יושע פריעדמאן הי"ו פון בראזיל, און הר"ר יוסף מייזליש שליט"א, און אלס עדות זענען מכובד געווארן הרבני הנגיד מוה"ר יצחק ראזענבערג הי"ו ס. ראה"ק דקהלתינו הק' און הרבני הנגיד מוה"ר אליעזר ווייס הי"ו וויצע פרעזידענט דקהלתינו הק' קרית יואל.
נאך די דברי בדחנות פון האברך ר' משה ארי' היילברוין הי"ו האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים און מאריך געווען בדברי כיבושין והתעוררות.
דאן איז מען געגאנגען צום באדעקן איןדי זאלן פון שמח תשמח, און ארום 15 מינוט דערויף איז דער רבי שליט"א אינאיינעם מיט די חתן ומחותנים און זיידע'ס שליט"א ערשינען צו מעמד החופה וועלכער איז פאהרגעקומעןאין צענטער פון שיכון אויף א ספעציעל הויכן פלאטפארמע ווען דער ריזן פארזאמעלטער ציבור בלעיה"ר פולן אהן די גאסן אראפ צו די לינקע זייט פון רחוב קדשות יום טוב און די נשים זענען געשטאנען צו די רעכטע זייט פון אנהויב רחוב קדשות יום טוב.
ספעציעלער ניגוני התעוררות זענען געזינגען געווארן דורך די קאפעליע וועלכער איז אנגעפירט געווארן דורך הרבני המפואר מוה"ר חיים הלוי העללער הי"ו.
מיט סידור קידושין האט דער רבי שליט"א מכבד געווען כ"ק פוסק הדור הגאון בעל שבט הלוי שליט"א, אלס עדי כתובה האבן געדינט הרבני הנגיד מוה"ר מאיר הירש הי"ו מראשי הקהלה והמוסדות אין קרית יואל, און הרבני הנגיד מוה"ר אהרן משה שלאגער הי"ו, און אלס עדי קידושין זענען מכובד געווארן הרבני הנגיד שלמה משה קלאגסברוין הי"ו און הרבני מוה"ר יעקב פעלדמאן הי"ו פון לאנדאן. אלס עדי יחוד זענען מכובד געווארן מוה"ר שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו און מוה"ר מאיר פערל הי"ו חברי הנהלת מוסדות יטב לב בארה"ב.
מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן האדמו"ר מ'מעליץ שליט"א א פעטער פון כלה, מיט די ערשטע זעקס ברכות איז מכובד געווארן האדמו"ר מ'קרעטשניף רחובות שליט"א א פעטער פון די כלה, און מיט ברכה אחריתה איז מכובד געווארן האדמו"ר מ'טשערנאביל שליט"א.
נאכ'ן מעמד החופה האט דער רבי שליט"א מאציל געווען ברכת קדשו פאר'ן גאנצן ציבור און דאן האטמען אויסגעבראכן אין א טאנץ ווי עס איז געזעהן געווארן א מחזה הוד ביים מחול לצדיקים אויפן בימת החופה.
דערנאך האבן די פולע צוגעגרייטע באסעס געפירט דעם ציבור צו די "גני האצולה" אין די פתח תקוה געגנט ווי עס איז פאהרגעקומען דער שמחת החתונה .
פאלגענד איז א טיילווייזע רשימה פון אדמורי"ם ורבנים שליט"א וועלכער האבן אנטייל גענומען ביי די גרויסע חתונה בחצרות קדשינו דוירכאויס די גאנצע צייט, ואין מוקדם ומאוחר בתורה: כ"ק פוסק הדור הגאון בעל שבט הלוי שליט"א; הגרימ"ל לאנדא שליט"א גאב"ד בני ברק; האדמו"ר מ'סערעט וויזניץ שליט"א, האדמו"ר מ'בוהוש שליט"א; האדמו"ר מ'תולדות אהרן שליט"א; האדמו"ר מ'טשערנאביל שליט"א; האדמו"ר מ'נאכניווקא-בעלזא שליט"א; האדמו"ר מ'קרעטשניף שליט"א; האדמו"ר מ'פינסק-קארלין שליט"א; האדמו"ר מ'זוטשקא שליט"א; האדמו"ר מ'ספינקא/יהושע שליט"א; האדמו"ר מ'ספינקא דונולו שליט"א; האדמו"ר מ'ספינקא ירושלים שליט"א; האדמו"ר מ'קרעטשניף רחובות שליט"א; האדמו"ר מ'לוצק שליט"א; האדמו"ר מ'מודשיץ שליט"א; האדמו"ר מ'סאסוב שליט"א; האדמו"ר מ'טשערנאביל אשדוד שליט"א; האדמו"ר ד'קהל חסידי ירושלים שליט"א; האדמו"ר מ'טריסק שליט"א; האדמו"ר מ'סארעדנא שליט"א; האדמו"ר מ'דעעש ירושלים שליט"א; האדמו"ר מ'קודינוב שליט"א; האדמו"ר מ'מעליץ שליט"א; האדמו"ר מ'טעמעשוואר שליט"א; האדמו"ר מ'ביטשקאוו שליט"א; האדמו"ר מ'ראצפערט – בראזיל שליט"א; האדמו"ר מ'קאפישניץ שליט"א; האדמו"ר מ'וואסלוי שליט"א; הגאון ר' חיים מאיר הלוי וואזנער שליט"א; הגאון ר' נפתלי פרענקל שליט"א חבר הבד"ץ העדה החרדית; גאב"ד מאקאווא אשדוד שליט"א; הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו ירושלים שליט"א; הרה"ג ר' זושא הורוויץ שליט"א רב דק' חסידים אלעד; הגה"צ אב"ד סערעט וויזניץ שליט"א; הגה"צ גאב"ד אנטווערפן שליט"א; הגאון רבי מיכל זילבער שליט"א; הרה"צ אב"ד קרית וויזניץ שליט"א; הגאון ר' אברהם יעקב איצקאוויטש שליט"א חדב"ן כ"ק פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט"א; הגה"צ גאב"ד טשארטקוב לאנדאן שליט"א; הרה"ג ר' משה בראנסדארפער שליט"א מו"ץ בד"ץ העדה החרדית; הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א; הגאון ר' משה שאול קליין שליט"א; הגאון ר' שלמה זלמן אולמאן שליט"א א – חברי בד"ץ שבט הלוי; הגאון ר' ר"י נועם התורה וחבר הבד"ץ בני ברק שליט"א; הרה"ג ר' מתתי' דייטש שליט"א רב רמת שלמה; הרה"ג ר' שמואל שמעון האלבערשטאם שליט"א בן הגה"צ ר' משה האלבערשטאם זצ"ל, הרה"ג ר' זעקיל פאללאק שליט"א חבר הבד"ץ אנטווערפן; הגה"צ אב"ד קרית באבוב – בת ים שליט"א; הרה"ג ר' ברוך שטערנבוך שליט"א רב וויזניץ - בראכפעלד; הרה"ג ר' יואל טוביאס שליט"א רב שיכון ו' בני ברק; הגה"צ אב"ד וויזניץ-מאנסי ארה"ק שליט"א; הרה"ג ר' אליעזר דוד שפירא שליט"א רב דחסידי צאנז – בני ברק; הרה"ג ר' יצחק האלפערין שליט"א רב רמות ירושלים; הרה"ג ר' אשר מרגליות שליט"א רב דק' אוהל משה וויען; הגה"ח ר' בנציון יאקאבאוויטש שליט"א בעמח"ס ציוני טהרה ועוד; הרה"ג ר' מרדכי געלבער שליט"א רב דק' מונקאטש – בני ברק; הרה"ג ר' סיני האלבערשטאם שליט"א רב שיכון ג' – בני ברק; הרה"ג ר' אברהם שמואל דושינסקיא שליט"א ראש ישיבת דושינסקיא; הרה"ג ר' יוסף יצחק בארלינאוו שליט"א רב מרכז בערי בני ברק; הרה"ג ר' יצחק פינטער שליט"א אב"ד ביקאווסק; און נאך פולע אדמורי"ם ורבנים שליט"א.
א ווייטערדיגע באריכט פון הופעת מרן רבינו שליט"א און ווייטער וועט אי"ה נאכפאלגן.
•♦•
ביקור קודש פון מרן רבינו שליט"א אין ארה"ק
חלק ב
בילדער דורך: משה גאלדשטיין
האדמו"ר מ'באיאן שליט"א באזוכט ביי מרן רבינו שליט"א
אין די אכסניא אין סביון
צו לאדענען צי די חתונה פון בתו תחי'



♦♦♦
לעצטע הכנות צו מעמד החופה
אין שיכון קרית יואל בני ברק





♦♦♦
בעת דער רבי שליט"א איז ערשינען צום מעמד קבלת פנים אין ביהמ"ד הגדול



דער רבי שליט"א ביים עריכת התנאים

אדמו"ר מ'תולדות אהרן שליט"א ביי די שמחה

הנגידים מוה"ר יצחק ראזענבערג הי"ו ס. ראה"ק
ומוה"ר אליעזר ווייס הי"ו וויצע פרעזידענט קרית יואל, עדי תנאים



הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א, קריאת התנאים

הרבני הנגיד מוה"ר מאיר הירש הי"ו, עד כתובה

הרבני הנגדיד מוה"ר אהרן משה שלאגער הי"ו, עד כתובה





דער רבי שליט"א וואונטשט לחיים פאר האדמו"ר מ'קרעטשניף רחובות שליט"א

דער רבי שליט"א וואנטשט לחיים פאר'ן אבי הכלה הרב מ'ראצפערט-בראזיל שליט"א


דער רבי שליט"א וואנטשט לחיים פאר גיסו ומחותנו
הגה"צ גאב"ד דקהלתינו בארא פארק שליט"א, זיידע פון חתן

דער רבי שליט"א וואנטשט לחיים פאר הגה"ח ר' בנציון יאקאבאוויטש שליט"א
מזקני אנ"ש בבני ברק, בעמח"ס ציוני טהרה

דער רבי שליט"א וואנטשט לחיים פאר אחיו הרה"צ אב"ד דקהלתינו 15 עוו. שליט"א

דער רבי שליט"א איז משמיע דברות קודש ביים קבלת פנים

די זיידע'ס שליט"א ביים אנטוהן דעם חתן צו די חופה


הנהלת הבד"ץ העדה החרדית גיבן אפ מזל טוב פאר די זיידע'ס שליט"א

דער רבי שליט"א בענטשט דעם חתן בעפאר די חופה

♦♦♦
מעמד החופה




כ"ק פוסק הדור הגאון הגדול בעל שבט הלוי שליט"א ביי די חופה

טשערנאבל'ער רבי שליט"א ביי די ברכות

ובכן צדיקים יראו וישמחו

סעודת החתונה
באולם לב האצולה - פתח תקוה
בילדער דורך: משה גאלדשטיין


בעת דער רבי שליט"א איז ערשינען צו די שמחת החתונה

האדמו"ר מ'ספינקא בני ברק שליט"א ביידי שמחה

בעת דער חתן איז אריינגעקומען צו די חתונה



די קאפעליע פון אברכי קהלתינו הק'







האדמו"ר מ'סערעט וויזניץ שליט"א ביי די שמחה




♦♦♦
המשך שמחת החתונה בחצרות קדשינו
א מייסטערהאפטיגער ארבעט איז אראפגעלייגט געווארן דורך די עסקנים וועלכע האבן פון וואכן פריער אויספלאנירט אלע דעטאלן פון די שמחה.
די סעודת החתונה פאר'ן ציבור איז סערווירט געווארן אין ביהמ"ד הגדול, און דער סעודה פאר די בני משפחה און געסט פון אויסלאנד איז סערווירט געווארן אינע'ם שאטער הארט נעבן זאל, און דאן איז דער ציבור אריין אינעם ריזיגן זאל און זיך פלאצירט אויף די לאנגע שורות פון זיץ פלעצער און אויף די הויך שטאקיגע פארענטשן ווי מען האט ענטפאנגען די מחותנים און זיידע'ס שליט"א.
בעפאר דער רבי שליט"א איז אנגעקומען צו די שמחת החתונה, איז דער רבי שליט"א געגאנגען זיך באטייליגן ביי די חתונה בחצר הקודש באיאן וועלכער איז פאהרגעקומען אינעם דערנעבענדיגער רויאל גארדן זאל, ווי דער רבי שליט"א האט געטאנצן מיט די מחתונים שליט"א און עטליכע מינוטן דערויף איז מרן רבינו שליט"א ערשינען אין זאל ווי דער ציבור האט ענטפאנגען דעם רבי'ן שליט"א מיט לעבעדיגע ריקודין, און דאן האט דער רבי שליט"א זיך געוואשן צו די סעודת החתונה.
ווי באריכטעט האבן דורכאויס די גאנצע חתונה געשטראמט רבנים ואדמורי"ם שליט"א און חשוב'ע פערזענליכקייטן וועלכע זענען געקומען זיך באטייליגן ביי די שמחה.
עטליכע מינוט דערויף איז דער חתן ערשינען אין זאל ווי דער רבי שליט"א האט געטאנצן מיט'ן חתן און דאן די מחותנים און זיידע'ס שליט"א, נאך וועלכע די לעבעדיגע ריקודין ונגינה זענען נמשך געווארן פאר א לענגערע שעה, ווען אינדערמיט איז געווען אן הפסקה ווי האברך ר' שמואל ניילענדער געזאגט דברי בדחנות לכבוד די שמחה.
ביי די קורצע הפסקה בעפאר ברכת המזון האבן די געטרייע עסקנים שיחיו מיט א שטארקע מייעסטעטישע סדר צוגעגרייט דעם זאל צו די מצוה טאנץ. מיט ברכהמ"ז איז מכובד געווארן האדמו"ר מ'מעליץ שליט"א א פעטער פון די כלה, און מיט די ערשטע זעקס ברכות איז מכובד געווארן הרה"צ אב"ד דקהלתינו 15 עוו. שליט"א, און מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן הגה"צ ר' זאב ערנסטער שליט"א רב דק' מאור חיים בירושלים עיה"ק, און זאפארט דערנאך האט מען צוגעטרעטן צו די מצוה טאנץ.
גאהר גרויס איז געווען די התעוררות ביי די עבודת הקודש בשעת די געהויבענע ריקודין קדישין פון מרן רבינו שליט"א נאכפאלגנד'יג פון די גאהר ווארימע ספעציעל פארפאסטע דברי כיבושין וחרוזין געזאגט געווארן דורך האברך ר' יואל בר"ש הערשקאוויטש הי"ו, ווען בתוך דבריו איז ער מזכיר פאר'ן רבי'ן שליט"א די צרכי ישראל המרובים און געבעטן דעם רבי'ן ממשיך צו זיין ישועות ורפואות לנו וכל ישראל.
נאך די מצוה טאנץ פון מרן רבינו שליט"א האט מען אויסגערופן דעם זיידן פון חתן הרה"צ מ'וויזניץ שליט"א, דאן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א דער חתן'ס זיידע, און דאן די פעטער'ס און מחותנים שליט"א.
ספעציעל איז געווען די געהויבנקייט ביי די ברידערליכע שמחה וואס האט געהערשט בעת דער אבי החתן דער ראש ישיבה שליט"א האט צוגעטרעטן צום מצוה טאנץ און געטאנצן מיט בנו החתן ני"ו בעת אנשי שלומינו בני קהלתינו הק' פון בני ברק טאנצן מיט א אחדות זיך מיטפרייענד'יג מיט די שמחה פונעם ראש ישיבה שליט"א.
מיט הערצער מלא חדוה והתרגשות האט דער ציבור זיך געשיידט פון די געהויבענע שמחה וועלכער אנשטפרעכט לאנג געדענקט צו ווערן ביי אלע משתתפים.
-ומשמחה זו ישפע לנו שפע רב-
ביקור קודש פון מרן רבינו שליט"א אין ארצינו הקדושה – צווייטן טאג
יום ד' פ' משפטים
נעכטן – מיטוואך אינדערפרי האט מרן רבינו שליט"א געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הג' אין שיכון, און נאכ'ן דאווענען זענען די רמ"י הישיבה קטנה שליט"א אריין אל הקודש פנימה בבית האכסניא ווי דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש – דברי הדרכה פאר די כלי קודש אין זייער הייליגע ארבעט.
אנגעהויבן פון די מיטאג שעה'ן און ווייטער האט דער רבי שליט"א געזעגענט דעם ציבור אנ"ש תושבי בני ברק אין שטוב פון הגה"צ ראש ישבתינו ב"ב שליט"א.
שפעט אויפדערנאכט נאכ'ן געזעגענען דעם ציבור איז דער רבי שליט"א ארויסגעפאהרן אויף טעלסטאון ווי דער רבי שליט"א האט אפגעשטאהט א באזוך ביי גיסו האדמו"ר מ'בעלזא שליט"א וועלכער איז ספעציעל געקומען צו פאהרן פון ירושלים אויפצונעמען דעם רבי'ן שליט"א אויף א באזוך, וויעס איז אנטוויקעלט געווארן א שיינער שמועס אין די מהנגים לבית סיגוט און ובעלזא, ובעניני מעיין במקוה.
•♦•