היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מסע המרומם: יו''ט'דיגע אטמאספערע אין בני ברק

מסע המרומם: יו''ט'דיגע אטמאספערע אין בני ברק

122 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2943638
בלאט: 1 2 3

היראים » 16/2/2012 20:59

דער רבי שליט"א אין א טאנץ מיט האדמו"ר מ'סערעט וויזניץ שליט"א

 

האדמו"ר מ'בוהוש שליט"א וואנטשט מזל טוב פאר'ן זייד'ן הרה"צ מ'וויזניץ שליט"א

 

הגה"צ גאב"ד אנטווערפן שליט"א ביי די שמחה

 

הרה"צ ר' אליעזר זאב האגער שליט"א אב"ד וויזניץ-מאנסי לעיקוואד

 

 

 

 

האדמו"ר מ'טשערנאביל שליט"א ביי די שמחה

 

 

האברך ר' שמואל ניילענדער הי"ו ביי די דברי בדחנות לכבוד די שמחה

 

 

הרה"ג ר' משה בראנסדארפער שליט"א מו"ץ העדה החרדית

 

הרה"ג ר' זעקיל פאלאק שליט"א חבר הבד"ץ מחזיקי הדת אנטווערפן

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

♦♦♦

היראים » 16/2/2012 21:00

מצוה טאנץ - חלק א

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

♦♦♦

היראים » 16/2/2012 21:55

מנחם_מענדל » 16/2/2012 22:33

KolSatmarText@

Ex.110 updated. - Includes: All todays visit's with Admorim V'Rabunim, and the Tochen of Shmeesn.

SIM89 » 17/2/2012 00:03

א ריזן עולם אין שפיץ פון רבנים ראשי ישיבות וכוללים פון אלע שיכטן און קרייזן, האבן זיך היינט נאכט באטייליגט ביים גאר הערליכע פשעטל און דרוש פון רבי'ן און גרויסן סאטמארע ביהמ"ד אין שיכון. אויך דער רב, ר"א כץ, איז געווען.

פשווארסק » 20/2/2012 04:52

[בילד – נישט אפגעהיט]

מסע האדמו"ר מסאטמר: כך הורחקו הח"כים החרדים מפגישות ואירועים

בפגישת הפיוס עם בעלזא הושאר אייכלר בבית • בפגישה עם האדמו"ר מגור התבקש ליצמן לא לבוא • אבל השיא היה אמש, כשהח"כים קיבלו הודעה: "נא לא להופיע בשבע ברכות"

http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=38066

פשווארסק » 20/2/2012 05:28

as of today 19 ashkiles in zali forum and counting....

1.      ניכטערע בליקן ארום דעם יעצטיגן באזוך פון ר' אהרן אין ארץ ישראל

2.      אהרונים פראקלאמירן: יא צו בעלזא, ניין צו די עדה החרדית

3.      הגר"ש וואזנער פאר מענדעלע: וואס זוכט איר דא

4.      אשכול: צעטלעך אין א"י קעגן באזוך פון מהר"א אין בעלז

5.      ב"ב-דראמאטישע מעלדונג: מיר גייען צוריק אין ערכאות

6.      ענדליך! רא"ט ווייזט אויף זיין פאלשקייט

7.      קרישקעלעך פונעם ציוניסטישן באזוך אין בני ברק

8.      קליפ פון הר' אהרן מיט זיין שוואגער דער בעלזער

9.      ווידיאו: רויטער שטיין לערנט ר' אהרן טאנצן צום צווייטן מאל...

10.   העדה החרדית פארעפענטליכט מחאה קעגן ר' אהרן

11.   משולחן מלחי"ם: היסטארישע באזוך ביים בעלזער

12.   האט זיך חי'לע נישט פארלאזט אויף בעריש?

13.   היסאטרישע באגעגניש יעצט 12 ביינאכט

14.   ר' אהרן פראקלאמירט "מסע לארכה ולרחבה"

15.   קליפס ודרשת הר' אהרן טייטלבוים לתלמידיו במאנרא

16.   בזיון התורה: ר' מענדל בארבאריש פארשעמט ביי די חופה

17.   דער פיקטשער רבי פארט ביי ביי...

18.   מ'טרעפט זיך מיט פערזענליכקייטן: לב אהרן מיט ווייסע בעקיטשע אין בויאן

19.   אכן נודע הדבר>>> דער באזוך אין בעלזא: א ביזנעס דעזישען!‎

גרוינים » 20/2/2012 05:41

כפארשטיי אז סקרענקט אז אין די צייט וואס דער רבי איז ניטאמאל געפארן אויף ירושלים דאך רודערט די נסיעה די גאנצע וועלט תבל ומלואה איז פארנומען יעדו ריר פונעם רבין ממילא פרובירט מען צו פאשען די שעפעלעך אז באמת איז דער רבי יא געפארן א מסע הקודש אין ירושלים נאר ער איז אויסגעשפילט און ירושלים קומט נישט מיט די פענדלעך מקבל זיין דעם רבין איי דער רבי איז נישט אריין יעצט אין ירושלים נאר אין ב"ב? דאס וועסטו שוין ענטפערן קודם לאז די קעלבער זיך מחזק זיין...
און דאס וואס זיי פרובירן מאכן דעם רבין לינק וועט נישט העלפן קיין סך נישט ווייל איך האלט אז דער גאנצער ענין פון סאטמאר מיינט אז יענער זאל זיין מיטן פיטום אראפ און יענער זאל שימפן אבער אויב דארפן זיי דאס איז גראדע דאס דא אפילו געווען נישט נאר אין ירושלים נאר אפילו ביז אין מאנסי אין וויזניץ לדוגמא וואס מהאט היינט ביי א קופקע ברעט דעם רבין פארן קנאות דרשה פרייטאג און מוצאי שבת 
אבער די עיקר אז די חברה זאלן קנענען שלאפן רואיג אז עכט איז דער רבי אויסגעשפילט
נא זאל זיין אזוי...

היראים » 20/2/2012 20:11

פשווארסק כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
as of today 19 ashkiles in zali forum and counting....

1.      ניכטערע בליקן ארום דעם יעצטיגן באזוך פון ר' אהרן אין ארץ ישראל

2.      אהרונים פראקלאמירן: יא צו בעלזא, ניין צו די עדה החרדית

3.      הגר"ש וואזנער פאר מענדעלע: וואס זוכט איר דא

4.      אשכול: צעטלעך אין א"י קעגן באזוך פון מהר"א אין בעלז

5.      ב"ב-דראמאטישע מעלדונג: מיר גייען צוריק אין ערכאות

6.      ענדליך! רא"ט ווייזט אויף זיין פאלשקייט

7.      קרישקעלעך פונעם ציוניסטישן באזוך אין בני ברק

8.      קליפ פון הר' אהרן מיט זיין שוואגער דער בעלזער

9.      ווידיאו: רויטער שטיין לערנט ר' אהרן טאנצן צום צווייטן מאל...

10.   העדה החרדית פארעפענטליכט מחאה קעגן ר' אהרן

11.   משולחן מלחי"ם: היסטארישע באזוך ביים בעלזער

12.   האט זיך חי'לע נישט פארלאזט אויף בעריש?

13.   היסאטרישע באגעגניש יעצט 12 ביינאכט

14.   ר' אהרן פראקלאמירט "מסע לארכה ולרחבה"

15.   קליפס ודרשת הר' אהרן טייטלבוים לתלמידיו במאנרא

16.   בזיון התורה: ר' מענדל בארבאריש פארשעמט ביי די חופה

17.   דער פיקטשער רבי פארט ביי ביי...

18.   מ'טרעפט זיך מיט פערזענליכקייטן: לב אהרן מיט ווייסע בעקיטשע אין בויאן

19.   אכן נודע הדבר>>> דער באזוך אין בעלזא: א ביזנעס דעזישען!‎



19 אשכולות אין מ'האלט נאך אינמיטן די באזוך,
איז טאקע נישטו דארט קיינער מיט אביסל שכל?

היראים » 20/2/2012 20:13

ביקור קודש פון מרן רבינו שליט"א אין ארצינו הקדושה – דריטן טאג

 

יום ה' פ' משפטים

 

נעכטן - דאנערשטאג אינדערפרי האט מרן רבינו שליט"א געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון קרית יואל, ווי נאכ'ן דאווענען איז פאהרגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' יואל ביקסנשפאן.

 

נאכ'ן דאווענען איז דער רבי שליט"א אריבער אויף א באזוך ביים האדמו"ר מ'גור שליט"א, וואו עס איז פארפירט געווארן א שמועס בעניני שבת שקלים.

 

דערנאך איז דער רבי שליט"א אריבער צום שטוב פון הרבני הנגיד מוה"ר אייזיק ווייס הי"ו, מגדולי תומכי המוסדות יטב לב, וואו עס איז פאהרגעקומען א רייכער פרישטאג פאר אלע תומכי המוסדות תושבי ארה"ק וועלכע האבן תורם געווען העכער 10,000 שקלים לטובת המוסדות, ווי דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש און באזונדער מאציל געווען ברכת קדשו פאר יעדן תומך.

 

דערנאך זענען אנגעקומען אויף א באזוך צום רבי'ן זיינע שוואגער'ס הרה"צ מ'וויזניץ שליט"א, און הרה"צ ר' מנחם ערנסטער שליט"א ראש ישיבת וויזניץ.

 

דאן איז דער רבי שליט"א געגאנגען באזוכן הגאון ר' משה יודא לייב לאנדא שליט"א גאב"ד בני ברק, וואו עס איז פארפירט געווארן א לענגערע שמועס בעניני שחיטה, בהלכות שחיטה און איבער'ן היינטיגן מציאות, און אלעס ארום.

 

דערנאך האט דער רבי שליט"א באזוכט האדמו"ר מ'טשערנאביל שליט"א, וואו מען האט ארומגערעדט בסיפורי צדיקים, מיט מעשיות פון ר' ישעי'לע טשעחויבער און נאך צדיקים.

 

פון דארט איז מרן רבינו שליט"א ארויף אויף א באזוך ביי הגאון ר' נסים קרליץ שליט"א, וואו עס איז פארפירט געווארן א שמועס בעניני הלכה.

 

דערביי זענען געקומען די הנהלת וועד הצדקה "קופת העיר" פון בני ברק ווי דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן דעם יערליכן פורים קאמפיין אינאיינעם מיט הגאון ר' נסים שליט"א ווי ביידע האעבן צורם געווען פאר די קופה.

 

דאן איז דער רבי שליט"א געגאנגען באזוכן האדמו"ר מ'בוהוש שליט"א, וואו מען האט ארומגערעדט פארשידענע דברי תורה, און דערנאך סיפורי צדיקים איבער קדושת שבת קודש, און דענאך האט זיך דער רבי שליט"א נאכגעפרעגט איבער זיינע מוסדות, וואס ווי באקאנט האט דער בעהושער רבי שליט"א מקדש געווען שם שמים געווען און אפגעהאקט די געלטער פון די מדינת הכופרים פאר זיינע מוסדות, און איינגעשטעלט אז די בעהושער מוסדות זאלן זיין גענצליך על טהרת הקודש בלי תערובות עבודה זרה.

 

פון דארט איז דער רבי שליט"א אריבער צום סטריקוב'ער רבין שליט"א אויף א באזוך, וואו עס איז אנטוויקעלט געווארן א שמועס איבער די אידישקייט אינדערהיים אין פוילין, און דערנאך א שמועס איבער די טערקישע טליתים.

 

דערנאך האט דער רבי שליט"א אפגעשטאהט א ביקור ביי האדמו"ר מ'מאדשיץ שליט"א, וואו עס איז פארפירט געווארן א שיינער שמועבס בעניני והל' סוכה ועוד.

 

דערנאך איז די רבי אנגעקומען צום שטוב פון הגה"צ ראש ישיבתינו בבני ברק שליט"א, וואו עס איז אנגעקומען אויף א ביקור גומלין דער גער'ער רבי שליט"א, ווי עס איז אנוועזנד געווען דער חתן הר"ר ליפא שליט"א און די מחותנים און דער זיידער הגה"צ גאב"ד דקהלתינו בארא פארק שליט"א, און מען האט ארומגערעדט איבער עניני שבע ברכות וכל הנלוים לחתן כלה, און נאך.

 

דערנאך איז דער רבי שליט"א אריבער צום שטוב פון הרב טָובִיאַס שליט"א, פון די ועד הרבנים רומעניא, וועלכע איז געווען שטארק בייהילפיג מיט די פעולות פון אפראטעווען דעם סיגוטע'ר ביה"ח, וואו ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן שליט"א אפצושערן זיין אייניקל וואס איז נעכטן געווארן 3 יאהר למזל טוב.

 

פון דארט איז דער רבי שליט"א גכעגאנגען באזוכן האדמו"ר מ'נאדבורנא שליט"א לרפו"ש, ווי עס איז פארפירט געווארן א שמועס אין סיפורי צדיקים פון רבי מרדכי'לע נדבורנער זי"ע, און נאך.

 

באלד דערנאך איז מרן רבינו שליט"א געגאנגען צום ביהמ"ד זכרון מאיר, וואו עס האבן זיך געפונען די תלמידי ישיבתינו הק' מהרי"ט בני ברק, און זיי האבן דארט געלערנט שעות רצופות לרגל די לעצטע דאנערשטאג פון די ימי השובבי"ם, און דער רבי שליט"א האט זיך אומגעקוקט צווישן די בחורים בשעת'ן לערנען און זיך מפלפל געווען מיט די תלמידים.

 

פון דארט איז די רבי שליט"א צוריק צום שטוב פון הגה"צ ראש ישיבתינו בני ברק שליט"א, וואו מען האט געדאוונט מנחה.

 

עטליכע מינוט נאך 9 אזייגער אווענט איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון, ווי דער רבי שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט א דרשת פולפול פאר די אברכי הכולל פונעם ארטיגן כולל עצי חיים און עס האבן זיך משתתף געווען טויזנטער אנשי שלומינו פון איבער א"י און אידן איבער די שטאט ובראשם רבנן וראשי ישיבות שליט"א. א טיילווייזע ליסטע פון די באטייליגטע רבנים שליט"א וועט אי"ה נאכפאלגן נאך שב"ק.

 

דער רבי האט אנגעהויבן די גמרא אין די סוגיא פון טעם כעיקר און ארומגערעט א לענגערע דרוש , און דערנאך מאריך געווען בדברי מוסר ואגדה פאר די כולל אינגעלייט איבער אויפשטיין פארטאגס ווען די לופט איז ריין.

 

נאך די דרשה האט דער רבי שליט"א געדאווענט מעריב און פון ביהמ"ד איז דער רבי שליט"א אריבער אויף א באזוך אין שטוב פון האדמו"ר מ'שומרי אמונים שליט"א ווי עס איז פארפירט געווארן א גאר רייכע שמועס בד"ת בעניני מתן תורה און פרשת שקלים ובפלפלי של תורה.

 

  •♦•

באריכט פון היינט ערש"ק און ווייטער וועט אי"ה נאכפאלגן נאך שב"ק.

 

אצינד ווערן געמאכט די לעצטע הכנות צום גרויסארטיגן שבת שקלים - שבע ברכות בצל הקודש אין בני ברק ווי נאך פולע חשובע געסט פון אמעריקא און לאנדאן זענען אנגעקומען מיטצוהאלטן דעם געהובינעם שב"ק.

 

 

 •♦•

היראים » 20/2/2012 20:14

בילדער דורך: משה גאלדשטיין

 

דער רבי שליט"א אויפן וועג צו תפילת שחרית

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

♦♦♦

IAMSMART » 20/2/2012 20:36

1.      ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל, צי אין יאר תשכ"ה צי אין יאר תשנ"ד, האבן די גאנצע יהדות החרדית אין ארץ ישראל, ובעיקר אין ירושלים, מיטגעלעבט די יו"ט'דיגע טעג מיט צוויי וואכן בעפאר. משא"כ יעצט איז די ירושלימ'ער גאסן טויט, מ'איז נאר געוואויר געווארן אז ער איז געקומען קיין א"י דורך זיין פגישה מיט'ן בעלזער און דורך די פאשקעווילן וואס הענגט בחוצות ירושלים כנגדו. . – ווער האט דען גע'חלומ'ט תשנ"ד ביי די מסע המלכות פון סאטמאר'ער רבי זי"ע ווען פון יעדן ווינקל פון די ירושלימ'ער גאסן האט ארויסגעשריגן א יו"ט'דיגע שטימונג, אז ווען דער קומענדיגער סאטמאר'ער רבי וועט קומען קיין ארץ ישראל וועט קיין נפש חיה אין ירושלים נישט וויסן בכלל דערפון, און ווען נישט די פלאקאטן אין די גאסן אקעגן אים וואלט מען נאך ביז יעצט נישט געוואוסט פון דעם ביאת צדיק לעיר. איי וועסטו ענטפערן אז די באזוך פון דיין רבי'ן איז געווידמעט נאר פאר בני ברק, הא גופא קשיא! פארוואס טאקע קומט ער נישט אריין אין ירושלים?! פארוואס האבן רבוה"ק מסאטמאר נישט געדארפט האבן אזוינע תירוצים אז זיי זענען געקומען נאר אין ב"ב?!.

 

2.     ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל,  איז די מטרה געווען צו מחזק זיין די יראים ונקיי הדעת שבירושלים וואס האבן אויסצושטיין ביטערע צייטן פון די מלכות הרשעה, מחזק זיין די העדה החרדית וכו', אלע רבנים פון די העדה און פון די פרומע קהילות האבן באזוכט און ענטפאנגען דעם מנהיג העדה, אצינד ווען דער א.ג. סאטמאר'ער רבי איז געקומען קיין א"י האט ער שוין אנגעיאגט צו באזוכן אלע לינקע רבנים, גור, בעלזא, באיאן, הגר"נ קרליץ, ווי'זניץ, טשערנאביל, וכו' וכו', אבער מיט די אלע רעכטע רבנים וויל ער זיך נישט טרעפן... ניטאמאל מיט'ן "מרא דאתרא" גאב"ד קרית יואל ב"ב שליט"א וועלכער איז נתמנה געווארן דורך רביה"ק זי"ע אלס רב אין ב"ב און ער האט נאך אזוי דעם דין פון מרא דאתרא אזוי ווי דיין רבי אין קרית יואל, גייט ער נישט באזוכן...  איי וועסטו מיר ענטפערן אז דער רבי זי"ע און דער בר"מ האבן זיך אויך געטראפן מיט גור הרב שך וכו', פארשטייסטו גאנץ גוט אז נישט דאס איז געווען דער עיקר און די מטרה פון דעם באזוך, נאר נאך וואס ער האט מחזק געווען די העדה החרדית און אלע ערליכע רבנים האבן זיי אויך אריינגעווארפן א ביינדל פאר די א.ד. רבנים, און דאס איז געווען א טפל לגבי דעם עיקר, אבער באזוכן "נאר" די לינקע רבנים, און נישט די ערליכע רבנים אין א"י וואס דארפן יעצט אזוי פיל חיזוק שטייענדיג אין אזעלכע שווערע צייטן, אויף דעם דארף מען זיין א אנטיסעמיט און פיינט האבן דעם ויואל משה...

 

3.    ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל, זענען די אלע מוסדות התורה עטה"ק ארויסגעקומען מיט ווארימע באגריסונגען לכבודם, זייענדיג דער מגן החינוך הטהור און דער עמוד התווך פון די אלע מוסדות'ן עטה"ק אין א"י. אצינד ביים יעצטיגן באזוך, איז נישטא קיין איין איינציגן צעטל אויסער שומרי החומות (...) פשוט ווייל דער רבי לאזט נישט מ'זאל הענגען צעטלען... – איך פאדער שוין נישט אז ער זאל זיין אזוי ווי די סאטמאר'ער רבי'ס, אבער לכל הפחות אזוי ווי דער סאטמאר'ער ראב"ד, וואס פילע מוסדות התורה האבן פארשטאנען ארויסצוהענגען באגריסונגען לכבודו, פילע מוסדות התורה האבן אויסגענוצט זיין באזוך לחזק ולרומם די מבצרי התורה, געטיילט שווערע געלטער פאר עטליכע מוסדות התורה עטה"ק, וכו'

 

 

4.   ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל, האבן אלע מוסדות התורה עטה"ק ארויסגעשיקט זייערע תלמידים פון די מוסדות צו ענטפאנגען דעם מגן החינוך הטהור, (און אפי' ווען סאטמאר'ער ראב"ד איז געקומען קיין א"י האבן די מוסדות'ן עטה"ק ארויסגעשיקט די קינדער און די בחורי הישיבות), און ביים יעצטיגן באזוך פון זייער "ממלא מקום וממשיך דרכם" איז מען געצווינגען צו זאגן אז דער רבי "לאזט נישט" פאר די מוסדות'ן מ'זאל ארויסשיקן זייערע קינדער, פשוט ווייל ער האט פיינט כבוד און אינטענטשן.

 

5. ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל,  האבן די ערליכע אידן אין ארץ ישראל געזיגט און געפייערט א נצחון אין די לינקע פארטייען, די ערליכע אידן זענען געגאנגען מיט א קאפ ארויף און גוטמוטיג, ווידער ביים יעצטיגן באזוך וואס דער קלימאקס דערפון איז געווען די פגישה מיט'ן בעלזער, וואס דאס מיינט אריינגעשטאכן א שפיז אין די פרומע ערליכע אידן, און עמטליך אויסגערופן קבל עם ומלואה, מיר זענען נישט אזוי פארנאטיש ווי דער ויואל משה און דער ברך משה זענען געווען, נשתנו העתים וכו'. זענען די אלע ליבעראלע און לינקע פארטייען מיט א קאפ ארויף און צופרידן מיט'ן נייעם סאטמאר'ער רבי דער אוהב שלום, ווידער די יראי ה' זענען צובראכן און צושטאכן לשברי שברים אז אזוינס האט מען געקענט דערלעבן. – און כדי זיך צו שפירן געשמאק פיטערט מען ענק מיט דברי זלזול וליצנות אויף די ערליכע אידן , ווי סיקריקים וכדו', און אז נישט דאס איז געווען די שיטה פון דעם דברי יואל וכו' וכו'. לאמיר זיך נישט נארן: די "זעלבע" ערליכע אידן און רבנים וועלכע פלעגן ארויסקומען מחוזק פון די באזוכן פון די סאטמארע'ר רבי'ס, די "זעלבע" אידן זענען יעצט ארויס צעשאסן פון דעם שפיז וואס דיין רבי האט אריינגעשטאכן אין זיי. און די שינוי השמות סקריקים, קיצונים, מחריבי קרתא וכו' מאכן גארנישט אויס. דער אמת בלייבט די זעלבע.

 

6.   ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל,  פלעגט דער גאב"ד ירושלים און די אלע רבנים פון די העדה החרדית זיך אינגאנצן מכניע זיין און מקבל מרות זיין פון רבותינו הק', משא"כ יעצט האבן מיר דערלעבט אז דער גרויסער מנהיג העדה און לוחם מלחמות ה' מרן גאב"ד ירושלים שליט"א וויל נישט קענען דעם פערזאן און לאזט הערן אויף אים שארפע ווערטער, וואס ער לאזט נישט הערן אויף קיין שום אנדערן מנהיג בישראל. און ענקערע הוגי דיעות זענען ווידעראמאל געצוואונגען – כדי צו בארואיגן ענקערע געמיטער – צו ענק פיטערן מיט דברי זלזול וליצנות אויפ'ן ירושלימ'ער רב שליט"א (אשר כזאת לא היתה מאז ישראל היתה לגוי), און עטס פילט זיך אויפ'ן זיבעטן הימל אז מ'באטיטלט אים מיט'ן טיטל ראש ישיבת "פאר התורה" און מיט דעם האט מען אים אוועקגעלייגט אויף אייביג... אזוי ווי ענק האבן אוועקגעלייגט אונזערע אלע רבנים און בנינים וכו' דורכ'ן געבן א שינוי השם. נעבעך, נעבעך..

 

 

איך זעה אז איך האב מיך אריינגעלאזט אין א זאך וואס איך וועל נישט פערטיג ווערן, סא לאמיר שליסן מיינע ווערטער, מיט דעם וואס איך האב אנגעהויבן, עס איז טאקע אריבער זייער א שיינע באזוך אבער נישט פאר סאטמאר'ער רבי... כאטש די גאנצע לינקע גאס איז שטארק צופרידן מיט דיין רבי'ן איבערדעם וואס ער האט אראפגענומען דעם אלטן פלעק פון סאטמאר, אבער יעדער פון זיי פארשטייט גאנץ גוט אז "לשיטתם" פון סאטמאר זענען די זאליס גערעכט, יעדער חילוני פארשטייט אז "לשיטת סאטמאר" איז דיין רבי נישט קיין סאטמאר'ער רבי, און היינט זעט יעדער קלאר אז מ'האט נישט גענומען דעם יונגערן ברודער סתם אזוי, און אז די קריג פון סאטמאר איז נישט וועלכער רבי קען זאגן שענערע תורה'ס, נאר מ'קריגט זיך אויף יסודות פון זייער אידיעאלאגיע...

 

די בעסטע איז יעצט פאר דיר צו נוצן די סטעטיטמענט פון דיין רבי'ן: ווער ס'פארשטייט פארשטייט און ווער ס'פארשטייט נישט פארשטייט נישט... און מיט דעם ביסטו פטור א עסק.


היראים » 20/2/2012 21:13

רייכער פרישטאג באנקעט אין שטוב פון

הנגיד מוה"ר אייזיק ווייס הי"ו

פאר אלע תומכי המוסדות תושבי ארה"ק

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

דער רבי שליט"א גיט ברכת קדש פאר'ן בעל אכסניא הי"ו

 

 

♦♦♦

גרוינים » 20/2/2012 21:27

פון לאנצוט אויף דעם שטות אנאליז אינעם קינדער פארום (די ענטפער זענען רויט און שווארץ)

איך האב געזען דיין באריכט איבער די שיינע נסיעה פון דיין רבי'ן בארה"ק. יא, אלעס פיין און וואויל, טאקע א שיינע באזוך, 
אבער נישט פאר סאטמאר'ער רבי!.... ווען דאס וואלט געווען באבוב'ער רבי אדער סקווירא וואלט איך מסכים געווען מיט דיר אז די נסיעה איז אריבער מיט די גרעסטע סוקסעס.אבער נישט פאר סאטמאר'ער רבי!

 

1.      ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל, צי אין יאר תשכ"ה צי אין יאר תשנ"ד, האבן די גאנצע יהדות החרדית אין ארץ ישראל, ובעיקר אין ירושלים, מיטגעלעבט די יו"ט'דיגע טעג מיט צוויי וואכן בעפאר. משא"כ יעצט איז די ירושלימ'ער גאסן טויט, מ'איז נאר געוואויר געווארן אז ער איז געקומען קיין א"י דורך זיין פגישה מיט'ן בעלזער און דורך די פאשקעווילן וואס הענגט בחוצות ירושלים כנגדו. . – ווער האט דען גע'חלומ'ט תשנ"ד ביי די מסע המלכות פון סאטמאר'ער רבי זי"ע ווען פון יעדן ווינקל פון די ירושלימ'ער גאסן האט ארויסגעשריגן א יו"ט'דיגע שטימונג, אז ווען דער קומענדיגער סאטמאר'ער רבי וועט קומען קיין ארץ ישראל וועט קיין נפש חיה אין ירושלים נישט וויסן בכלל דערפון, און ווען נישט די פלאקאטן אין די גאסן אקעגן אים וואלט מען נאך ביז יעצט נישט געוואוסט פון דעם ביאת צדיק לעיר. איי וועסטו ענטפערן אז די באזוך פון דיין רבי'ן איז געווידמעט נאר פאר בני ברק, הא גופא קשיא! פארוואס טאקע קומט ער נישט אריין אין ירושלים?! פארוואס האבן רבוה"ק מסאטמאר נישט געדארפט האבן אזוינע תירוצים אז זיי זענען געקומען נאר אין ב"ב?!.

 איך האב געזען דעם גרויסן כבוד וואס דער ראב"ד סאטמר האט געהאט, אז בערך 150 יונגלעך זענען ארויס מקבל פנים זיין. - ב"ה אז רבי אהרן האט מער שכל פון דעם, און זאגט פאר די יונגלעך צו בלייבן אינדערהיים. 

2.     ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל,  איז די מטרה געווען צו מחזק זיין די יראים ונקיי הדעת שבירושלים וואס האבן אויסצושטיין ביטערע צייטן פון די מלכות הרשעה, מחזק זיין די העדה החרדית וכו', אלע רבנים פון די העדה און פון די פרומע קהילות האבן באזוכט און ענטפאנגען דעם מנהיג העדה, אצינד ווען דער א.ג. סאטמאר'ער רבי איז געקומען קיין א"י האט ער שוין אנגעיאגט צו באזוכן אלע לינקע רבנים, גור, בעלזא, באיאן, הגר"נ קרליץ, ווי'זניץ, טשערנאביל, וכו' וכו', אבער מיט די אלע רעכטע רבנים וויל ער זיך נישט טרעפן... ניטאמאל מיט'ן "מרא דאתרא" גאב"ד קרית יואל ב"ב שליט"א וועלכער איז נתמנה געווארן דורך רביה"ק זי"ע אלס רב אין ב"ב און ער האט נאך אזוי דעם דין פון מרא דאתרא אזוי ווי דיין רבי אין קרית יואל, גייט ער נישט באזוכן...  איי וועסטו מיר ענטפערן אז דער רבי זי"ע און דער בר"מ האבן זיך אויך געטראפן מיט גור הרב שך וכו', פארשטייסטו גאנץ גוט אז נישט דאס איז געווען דער עיקר און די מטרה פון דעם באזוך, נאר נאך וואס ער האט מחזק געווען די העדה החרדית און אלע ערליכע רבנים האבן זיי אויך אריינגעווארפן א ביינדל פאר די א.ד. רבנים, און דאס איז געווען א טפל לגבי דעם עיקר, אבער באזוכן "נאר" די לינקע רבנים, און נישט די ערליכע רבנים אין א"י וואס דארפן יעצט אזוי פיל חיזוק שטייענדיג אין אזעלכע שווערע צייטן, אויף דעם דארף מען זיין א אנטיסעמיט און פיינט האבן דעם ויואל משה...

וויפיל איך ווייס איז יעצט ביי רבי אהרן אויך דער עיקר פאר אים, מחזק צו זיין די ערליכע מוסדות אין בני ברק. דאס איז דער עיקר. דער טפל איז די באזוכן. 

3.    ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל, זענען די אלע מוסדות התורה עטה"ק ארויסגעקומען מיט ווארימע באגריסונגען לכבודם, זייענדיג דער מגן החינוך הטהור און דער עמוד התווך פון די אלע מוסדות'ן עטה"ק אין א"י. אצינד ביים יעצטיגן באזוך, איז נישטא קיין איין איינציגן צעטל אויסער שומרי החומות (...) פשוט ווייל דער רבי לאזט נישט מ'זאל הענגען צעטלען... – איך פאדער שוין נישט אז ער זאל זיין אזוי ווי די סאטמאר'ער רבי'ס, אבער לכל הפחות אזוי ווי דער סאטמאר'ער ראב"ד, וואס פילע מוסדות התורה האבן פארשטאנען ארויסצוהענגען באגריסונגען לכבודו, פילע מוסדות התורה האבן אויסגענוצט זיין באזוך לחזק ולרומם די מבצרי התורה, געטיילט שווערע געלטער פאר עטליכע מוסדות התורה עטה"ק, וכו'

קיין איין מוסד קומט נישט ארויס פאר רעספעקט. נישט אמאל און נישט היינט. 
זיי קומען ארויס ווייל מען צאלט זיי. אויב מען צאלט יעצט אפאר צענט קומען זיי אלע צופלויפן.
 

 4.   ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל, האבן אלע מוסדות התורה עטה"ק ארויסגעשיקט זייערע תלמידים פון די מוסדות צו ענטפאנגען דעם מגן החינוך הטהור, (און אפי' ווען סאטמאר'ער ראב"ד איז געקומען קיין א"י האבן די מוסדות'ן עטה"ק ארויסגעשיקט די קינדער און די בחורי הישיבות), און ביים יעצטיגן באזוך פון זייער "ממלא מקום וממשיך דרכם" איז מען געצווינגען צו זאגן אז דער רבי "לאזט נישט" פאר די מוסדות'ן מ'זאל ארויסשיקן זייערע קינדער, פשוט ווייל ער האט פיינט כבוד און אינטענטשן.

קיין איין מוסד קומט נישט ארויס פאר רעספעקט. נישט אמאל און נישט היינט. 
זיי קומען ארויס ווייל מען צאלט זיי. אויב מען צאלט יעצט אפאר צענט קומען זיי אלע צופלויפן. סאטמאר רבי דארף עס נישט. און זאגט איך דארף נישט קיין שום קבלת פנים. פינקט ווי ער דארף נישט קיין באגלייטן מוצאי שבועות אין קרית יואל, מוצאי פסח אין קרית יואל, און מוצאי סוכות אין וויליאמסורג. עס איז הבלי הבלים אמר קוהלת.
 
 

5. ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל,  האבן די ערליכע אידן אין ארץ ישראל געזיגט און געפייערט א נצחון אין די לינקע פארטייען, די ערליכע אידן זענען געגאנגען מיט א קאפ ארויף און גוטמוטיג, ווידער ביים יעצטיגן באזוך וואס דער קלימאקס דערפון איז געווען די פגישה מיט'ן בעלזער, וואס דאס מיינט אריינגעשטאכן א שפיז אין די פרומע ערליכע אידן, און עמטליך אויסגערופן קבל עם ומלואה, מיר זענען נישט אזוי פארנאטיש ווי דער ויואל משה און דער ברך משה זענען געווען, נשתנו העתים וכו'. זענען די אלע ליבעראלע און לינקע פארטייען מיט א קאפ ארויף און צופרידן מיט'ן נייעם סאטמאר'ער רבי דער אוהב שלום, ווידער די יראי ה' זענען צובראכן און צושטאכן לשברי שברים אז אזוינס האט מען געקענט דערלעבן. – און כדי זיך צו שפירן געשמאק פיטערט מען ענק מיט דברי זלזול וליצנות אויף די ערליכע אידן , ווי סיקריקים וכדו', און אז נישט דאס איז געווען די שיטה פון דעם דברי יואל וכו' וכו'. לאמיר זיך נישט נארן: די "זעלבע" ערליכע אידן און רבנים וועלכע פלעגן ארויסקומען מחוזק פון די באזוכן פון די סאטמארע'ר רבי'ס, די "זעלבע" אידן זענען יעצט ארויס צעשאסן פון דעם שפיז וואס דיין רבי האט אריינגעשטאכן אין זיי. און די שינוי השמות סקריקים, קיצונים, מחריבי קרתא וכו' מאכן גארנישט אויס. דער אמת בלייבט די זעלבע.

 אלע ערליכע אידן גייען יעצט אויך מיט'ן קאפ אין די הייעך, הודו לה'. 
חוץ די סיקריקים וועלכע זענען צעשאסן. ברוך השם פאר דעם.
 

6.   ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל,  פלעגט דער גאב"ד ירושלים און די אלע רבנים פון די העדה החרדית זיך אינגאנצן מכניע זיין און מקבל מרות זיין פון רבותינו הק', משא"כ יעצט האבן מיר דערלעבט אז דער גרויסער מנהיג העדה און לוחם מלחמות ה' מרן גאב"ד ירושלים שליט"א וויל נישט קענען דעם פערזאן און לאזט הערן אויף אים שארפע ווערטער, וואס ער לאזט נישט הערן אויף קיין שום אנדערן מנהיג בישראל. און ענקערע הוגי דיעות זענען ווידעראמאל געצוואונגען – כדי צו בארואיגן ענקערע געמיטער – צו ענק פיטערן מיט דברי זלזול וליצנות אויפ'ן ירושלימ'ער רב שליט"א (אשר כזאת לא היתה מאז ישראל היתה לגוי), און עטס פילט זיך אויפ'ן זיבעטן הימל אז מ'באטיטלט אים מיט'ן טיטל ראש ישיבת "פאר התורה" און מיט דעם האט מען אים אוועקגעלייגט אויף אייביג... אזוי ווי ענק האבן אוועקגעלייגט אונזערע אלע רבנים און בנינים וכו' דורכ'ן געבן א שינוי השם. נעבעך, נעבעך..

דער גאב"ד לאזט נישט קיין ווערטער. היידפארק לאזט ווערטער. 

 איך זעה אז איך האב מיך אריינגעלאזט אין א זאך וואס איך וועל נישט פערטיג ווערן, סא לאמיר שליסן מיינע ווערטער, מיט דעם וואס איך האב אנגעהויבן, עס איז טאקע אריבער זייער א שיינע באזוך אבער נישט פאר סאטמאר'ער רבי... כאטש די גאנצע לינקע גאס איז שטארק צופרידן מיט דיין רבי'ן איבערדעם וואס ער האט אראפגענומען דעם אלטן פלעק פון סאטמאר, אבער יעדער פון זיי פארשטייט גאנץ גוט אז "לשיטתם" פון סאטמאר זענען די זאליס גערעכט, יעדער חילוני פארשטייט אז "לשיטת סאטמאר" איז דיין רבי נישט קיין סאטמאר'ער רבי, און היינט זעט יעדער קלאר אז מ'האט נישט גענומען דעם יונגערן ברודער סתם אזוי, און אז די קריג פון סאטמאר איז נישט וועלכער רבי קען זאגן שענערע תורה'ס, נאר מ'קריגט זיך אויף יסודות פון זייער אידיעאלאגיע...

וואס חילונים זאגן און וואס "ניוזוויק" זאגט, איז נישט מאסגענד. דער פוסק הדור הרב וואזנער איז מכריע. פינקט ווי יעדער פארשטייט אז ווען מ'זאגט אז "די וועלט פרעגט א קשיא אויפ'ן רמב"ם", קוקט מען נישט צי איינער אין היידפארק פרעגט ! 

פליז, פליז פליז ! 
סטאפ צו קיקן מיט היידפארק ברילן אויף יעדע תורה'דיגע זאך!
 

די בעסטע איז יעצט פאר דיר צו נוצן די סטעטיטמענט פון דיין רבי'ן: ווער ס'פארשטייט פארשטייט און ווער ס'פארשטייט נישט פארשטייט נישט... און מיט דעם ביסטו פטור א עסק.

מסכים!  

תוקן על ידי גרוינים ב- 20/02/2012 21:28:43

היראים » 20/2/2012 21:35

IAMSMART כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

1.      ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל, צי אין יאר תשכ"ה צי אין יאר תשנ"ד, האבן די גאנצע יהדות החרדית אין ארץ ישראל, ובעיקר אין ירושלים, מיטגעלעבט די יו"ט'דיגע טעג מיט צוויי וואכן בעפאר. משא"כ יעצט איז די ירושלימ'ער גאסן טויט, מ'איז נאר געוואויר געווארן אז ער איז געקומען קיין א"י דורך זיין פגישה מיט'ן בעלזער און דורך די פאשקעווילן וואס הענגט בחוצות ירושלים כנגדו. . – ווער האט דען גע'חלומ'ט תשנ"ד ביי די מסע המלכות פון סאטמאר'ער רבי זי"ע ווען פון יעדן ווינקל פון די ירושלימ'ער גאסן האט ארויסגעשריגן א יו"ט'דיגע שטימונג, אז ווען דער קומענדיגער סאטמאר'ער רבי וועט קומען קיין ארץ ישראל וועט קיין נפש חיה אין ירושלים נישט וויסן בכלל דערפון, און ווען נישט די פלאקאטן אין די גאסן אקעגן אים וואלט מען נאך ביז יעצט נישט געוואוסט פון דעם ביאת צדיק לעיר. איי וועסטו ענטפערן אז די באזוך פון דיין רבי'ן איז געווידמעט נאר פאר בני ברק, הא גופא קשיא! פארוואס טאקע קומט ער נישט אריין אין ירושלים?! פארוואס האבן רבוה"ק מסאטמאר נישט געדארפט האבן אזוינע תירוצים אז זיי זענען געקומען נאר אין ב"ב?!.

 

2.     ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל,  איז די מטרה געווען צו מחזק זיין די יראים ונקיי הדעת שבירושלים וואס האבן אויסצושטיין ביטערע צייטן פון די מלכות הרשעה, מחזק זיין די העדה החרדית וכו', אלע רבנים פון די העדה און פון די פרומע קהילות האבן באזוכט און ענטפאנגען דעם מנהיג העדה, אצינד ווען דער א.ג. סאטמאר'ער רבי איז געקומען קיין א"י האט ער שוין אנגעיאגט צו באזוכן אלע לינקע רבנים, גור, בעלזא, באיאן, הגר"נ קרליץ, ווי'זניץ, טשערנאביל, וכו' וכו', אבער מיט די אלע רעכטע רבנים וויל ער זיך נישט טרעפן... ניטאמאל מיט'ן "מרא דאתרא" גאב"ד קרית יואל ב"ב שליט"א וועלכער איז נתמנה געווארן דורך רביה"ק זי"ע אלס רב אין ב"ב און ער האט נאך אזוי דעם דין פון מרא דאתרא אזוי ווי דיין רבי אין קרית יואל, גייט ער נישט באזוכן...  איי וועסטו מיר ענטפערן אז דער רבי זי"ע און דער בר"מ האבן זיך אויך געטראפן מיט גור הרב שך וכו', פארשטייסטו גאנץ גוט אז נישט דאס איז געווען דער עיקר און די מטרה פון דעם באזוך, נאר נאך וואס ער האט מחזק געווען די העדה החרדית און אלע ערליכע רבנים האבן זיי אויך אריינגעווארפן א ביינדל פאר די א.ד. רבנים, און דאס איז געווען א טפל לגבי דעם עיקר, אבער באזוכן "נאר" די לינקע רבנים, און נישט די ערליכע רבנים אין א"י וואס דארפן יעצט אזוי פיל חיזוק שטייענדיג אין אזעלכע שווערע צייטן, אויף דעם דארף מען זיין א אנטיסעמיט און פיינט האבן דעם ויואל משה...

 

3.    ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל, זענען די אלע מוסדות התורה עטה"ק ארויסגעקומען מיט ווארימע באגריסונגען לכבודם, זייענדיג דער מגן החינוך הטהור און דער עמוד התווך פון די אלע מוסדות'ן עטה"ק אין א"י. אצינד ביים יעצטיגן באזוך, איז נישטא קיין איין איינציגן צעטל אויסער שומרי החומות (...) פשוט ווייל דער רבי לאזט נישט מ'זאל הענגען צעטלען... – איך פאדער שוין נישט אז ער זאל זיין אזוי ווי די סאטמאר'ער רבי'ס, אבער לכל הפחות אזוי ווי דער סאטמאר'ער ראב"ד, וואס פילע מוסדות התורה האבן פארשטאנען ארויסצוהענגען באגריסונגען לכבודו, פילע מוסדות התורה האבן אויסגענוצט זיין באזוך לחזק ולרומם די מבצרי התורה, געטיילט שווערע געלטער פאר עטליכע מוסדות התורה עטה"ק, וכו'

 

 

4.   ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל, האבן אלע מוסדות התורה עטה"ק ארויסגעשיקט זייערע תלמידים פון די מוסדות צו ענטפאנגען דעם מגן החינוך הטהור, (און אפי' ווען סאטמאר'ער ראב"ד איז געקומען קיין א"י האבן די מוסדות'ן עטה"ק ארויסגעשיקט די קינדער און די בחורי הישיבות), און ביים יעצטיגן באזוך פון זייער "ממלא מקום וממשיך דרכם" איז מען געצווינגען צו זאגן אז דער רבי "לאזט נישט" פאר די מוסדות'ן מ'זאל ארויסשיקן זייערע קינדער, פשוט ווייל ער האט פיינט כבוד און אינטענטשן.

 

5. ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל,  האבן די ערליכע אידן אין ארץ ישראל געזיגט און געפייערט א נצחון אין די לינקע פארטייען, די ערליכע אידן זענען געגאנגען מיט א קאפ ארויף און גוטמוטיג, ווידער ביים יעצטיגן באזוך וואס דער קלימאקס דערפון איז געווען די פגישה מיט'ן בעלזער, וואס דאס מיינט אריינגעשטאכן א שפיז אין די פרומע ערליכע אידן, און עמטליך אויסגערופן קבל עם ומלואה, מיר זענען נישט אזוי פארנאטיש ווי דער ויואל משה און דער ברך משה זענען געווען, נשתנו העתים וכו'. זענען די אלע ליבעראלע און לינקע פארטייען מיט א קאפ ארויף און צופרידן מיט'ן נייעם סאטמאר'ער רבי דער אוהב שלום, ווידער די יראי ה' זענען צובראכן און צושטאכן לשברי שברים אז אזוינס האט מען געקענט דערלעבן. – און כדי זיך צו שפירן געשמאק פיטערט מען ענק מיט דברי זלזול וליצנות אויף די ערליכע אידן , ווי סיקריקים וכדו', און אז נישט דאס איז געווען די שיטה פון דעם דברי יואל וכו' וכו'. לאמיר זיך נישט נארן: די "זעלבע" ערליכע אידן און רבנים וועלכע פלעגן ארויסקומען מחוזק פון די באזוכן פון די סאטמארע'ר רבי'ס, די "זעלבע" אידן זענען יעצט ארויס צעשאסן פון דעם שפיז וואס דיין רבי האט אריינגעשטאכן אין זיי. און די שינוי השמות סקריקים, קיצונים, מחריבי קרתא וכו' מאכן גארנישט אויס. דער אמת בלייבט די זעלבע.

 

6.   ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל,  פלעגט דער גאב"ד ירושלים און די אלע רבנים פון די העדה החרדית זיך אינגאנצן מכניע זיין און מקבל מרות זיין פון רבותינו הק', משא"כ יעצט האבן מיר דערלעבט אז דער גרויסער מנהיג העדה און לוחם מלחמות ה' מרן גאב"ד ירושלים שליט"א וויל נישט קענען דעם פערזאן און לאזט הערן אויף אים שארפע ווערטער, וואס ער לאזט נישט הערן אויף קיין שום אנדערן מנהיג בישראל. און ענקערע הוגי דיעות זענען ווידעראמאל געצוואונגען – כדי צו בארואיגן ענקערע געמיטער – צו ענק פיטערן מיט דברי זלזול וליצנות אויפ'ן ירושלימ'ער רב שליט"א (אשר כזאת לא היתה מאז ישראל היתה לגוי), און עטס פילט זיך אויפ'ן זיבעטן הימל אז מ'באטיטלט אים מיט'ן טיטל ראש ישיבת "פאר התורה" און מיט דעם האט מען אים אוועקגעלייגט אויף אייביג... אזוי ווי ענק האבן אוועקגעלייגט אונזערע אלע רבנים און בנינים וכו' דורכ'ן געבן א שינוי השם. נעבעך, נעבעך..

 

 

איך זעה אז איך האב מיך אריינגעלאזט אין א זאך וואס איך וועל נישט פערטיג ווערן, סא לאמיר שליסן מיינע ווערטער, מיט דעם וואס איך האב אנגעהויבן, עס איז טאקע אריבער זייער א שיינע באזוך אבער נישט פאר סאטמאר'ער רבי... כאטש די גאנצע לינקע גאס איז שטארק צופרידן מיט דיין רבי'ן איבערדעם וואס ער האט אראפגענומען דעם אלטן פלעק פון סאטמאר, אבער יעדער פון זיי פארשטייט גאנץ גוט אז "לשיטתם" פון סאטמאר זענען די זאליס גערעכט, יעדער חילוני פארשטייט אז "לשיטת סאטמאר" איז דיין רבי נישט קיין סאטמאר'ער רבי, און היינט זעט יעדער קלאר אז מ'האט נישט גענומען דעם יונגערן ברודער סתם אזוי, און אז די קריג פון סאטמאר איז נישט וועלכער רבי קען זאגן שענערע תורה'ס, נאר מ'קריגט זיך אויף יסודות פון זייער אידיעאלאגיע...

 

די בעסטע איז יעצט פאר דיר צו נוצן די סטעטיטמענט פון דיין רבי'ן: ווער ס'פארשטייט פארשטייט און ווער ס'פארשטייט נישט פארשטייט נישט... און מיט דעם ביסטו פטור א עסק.




פרייע איבערזעצונג:

מיר מוזן זיצן אין באקען קינדערישע שקרים
צו פארענטרפן די הערליכע מסע המרומם וואס קאסט אינז געזינט אין מיר האבען שוין געמוזט עפענען 20 אשכולות אויף היידפארק
טראץ וואס די נסיעה איז נאכנישט פאריבער

אויב דאס איז נישט גענוג,
זעה איך אז מיין רבי אין א''ג ראש ישיבה קען באזוכן פלארידע 2 מאל א יאר,
ער קען פארען אויף לעיקוואד, ער פלעגט קענען באזוכן פלעטבוש אין פיוו טאונס אא''וו
אבער אויף ארץ ישראל קען ער נישט פארען
אין ער האט שוין אפילו געמוזט אפשטופן עטליכע געפלאנטע מסע המלכות
מיט 'פענדלעך' 'לעקעטער' 'טשרי לייט'ס' 'מנשה פילאף ארטיקלען' 'באצלאלטע קינדער קבלת פנים'ס' 'שיפן' 'העליקאפטער'ס' ,עס יו ווי' אא''וו
אין מ'האט נארוואס ווייטער אפגעשטופט
אין דער {כ''ק ר'} אהרן טראץ וואס ער לאזט נישט די אלע פראפאגאנדע, ניטעמאל א באזינדערע קבלת פנים לכבודו
איז  די ערליכע חרדישע וועלט אויף מיט יעדע נסיעה וואס ער נעמט אינטער
טראץ וואס ער איז שוין געפארען עטליכע מאל
ווערט יעדע נסיעה מער אין מער דערהויבן אין א שטערעקע חיזוק פאר די יהודית החרדית הצרופה

גרוינים » 20/2/2012 21:36

לכאורה דער היינטיגער אויסברוך פון נאך 15 אשכולות מוז טאקע זיין נאר א רעזאלטאט פון דעם מסע הקודש קיין פלארידא צום 2טן מאל אין דעם ווינטער

היראים » 20/2/2012 21:37

ביקור קודש פון מרן רבינו שליט"א אין ארצינו הקדושה – פערטן טאג

 

יום ערש"ק פ' משפטים

 

ערב שב"ק אינדערפרי האט מרן רבינו שליט"א געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הג' אין שיכון, און נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען דער מעמד חנוכת הבית וקביעות מזוזה אינע'ם נייעם היכל התורה "אוהל משה ארי'" וואס איז אויפגעבויט געווארן אין בנין ביהמ"ד הגדול אין ב"ב נדבת הנדיבים הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו און הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי"ו פון קרית יואל לע"נ מרן ר' משה ארי' פריינד זי"ע גאב"ד עיה"ק ירושלים.

 

צו ערשט האט דער רבי שליט"א קובע מזוזה געווען און דערנאך איז פארגעקומען דער לחיים וחנוכת הבית ווי עס האט קודם אויפגעטרעטן הר"ר יקותיאל יצחק בראך שליט"א און דאן האט דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש לכבוד המאורע.

 

דער רבי שליט"א האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם און ארומגערעט מיט די מעשה פון הייליגן  דברי חיים זי"ע וואס האט געזאגט אז די ביהמ"ק ווערט געבויעט דורך יעדע מצוה און ווערט חרוב דורך יעדע עבירה און אפילו די קדשי קדשים איז  שוין פערטיג געווען נאר די עבירה פון א גרויסע רשע האט צוריסן דעם פרוכת.

 

דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט אז מיט לערנען תורה אין ארה"ק בקדושה ובטהרה בויעט מען אויף די הייליגסטע חלקים קדשי קדשים און דערמיט האט דער רבי שליט"א געטייטשט "בורא עולם בקנין השלם זה הבנין" נאכזאגענדי'ג אז קנין מיינט די תורה און בורא עולם בקנין מיינט אז די וועלט האט השי"ת באשאפן דורך די תורה און דורך דעם וועט זיין די כח פון השי"ת אז השלם זה הבנין אז דער בנין בית המקדש וועט אויך גענדיגט ווערן מיטן כח התורה .

 

דערנאך האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט בשבח פון די 2 נדבנים און איבער הרה"ק ר' משה ארי' פריינד ז"ל גאב"ד ירושלים וואס דער היכל ווערט געבויט לזכרו און איבער די הנאה בעולם העליון וואס ער האט זיכער פון אזא זאך.

 

דאן האט דער רבי שליט"א אויסגעפירט אז בני ברק איז טאקע אן עיר התורה וואס תורה בויעט דעם בית המקדש אבער ווען מ'נעמט געלט פון מינים ואפיקורסים וועלכע ווילן עוקר זיין יעדע סארט קדושה און די גאנצע תורה הקדושה און פראקטאצירן דאס טאג טעגליך עד היום הזה איז נישט שייך צו זאגן אז געלט וואס קומט פון די וואס צוברעכן דעם ביהמ"ק זאל קענען העלפן בויען דעם ביהמ"ק צוברעכט מען מיט דעם בית המקדש, און נאר די תורה וואס קומט פון דעם פינת יקרת בקדושה ובטהרה אן קיין שום שטיצע פון די כופרים ואפיקורסים מיט דעם האבן מיר די זכי' צו זיין פון די וואס בויען אויף דעם ביהמ"ק און מיט דעם וועלן מיר גייען קעגן משיח צדקינו במהרה בימינו.

 

 

שפעטער איז הרב חנני' טשאלאק הי"ו מנהל מוסד "עזר מציון" אריין אל הקודש פנימה ווי ער האט מקבל געווען ברכת קדשו פון מרן רבינו שליט"א.

 

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי שליט"א געגאנגען באזוכן חותנו הגדול כ"ק האדמו"ר מ'וויזניץ שליט"א לרפו"ש בביתו נאוה אין קרית וויזניץ, און פון דארט איז דער רבי שליט"א געגאנגען באזוכן גיסו הרה"ג ר' מנחם ערנסטער שליט"א ראש ישיבת וויזניץ אין בני ברק.

 

 

היראים » 20/2/2012 21:51

לקראת שבת לכו ונלכה

 

דוירכאויס דעם גאנצן לויף פון ערב שבת קודש האבן זיך אנגעזעהן דער שטראם פון נאך פולע נגידים ותומכים און ראשי הקהילות פון איבער דע גארערע וועלט וועלכע זענען געקומען צו פאהרן מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם שב"ק שבת שקלים און שבת של שמחה בצל הקודש.

 

די עקסני קהלתינו הק' אין בני ברק האבן געארבעט איבערמידליך צוצושטעלן דעם שבת עצהיו"ט, און פלאצירט די געסט איז על מחנהו ואיש על דגלו.

 

ספעציעל איז צוגעשטעלט געווארן א ברייטע טועמי' פאר די אורחים נכבדים אין זאל פון בנין התלמוד תורה.

 

שבת שקלים - מברכין אדר - שבע ברכות בחצרות קדשינו

 

ליל שב"ק

 

אנגעהויבן פון זמן כניסת השבת האט זיך שוין אנגעהויבן דער מאסיווער שטראם צום ביהמ"ד הגדול אין שיכון ווי עס איז פאהרגעקומען די תפילות שבת קודש, און גאהר שנעל איז דער ביהמ"ד קליין געווארן פון צו קענען ארייננעמען אלע אלפי חסידים משתתפים.

 

ארום 45 מינוט נאכ'ן זמן הדה"נ איז מרן רבינו שליט"א און די חתן און מחותנים ערשינען אין ביהמ"ד. צו תפילת מנחה האט מרן רבינו שליט"א יורד געווען לפני התיבה ווי יעדע וואך, און צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הגה"צ אב"ד דקהלתינו וויליאמסבורג שליט"א.

 

נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אדורכגעגאנגען גוט שבת זאגן פאר'ן רבי'ן שליט"א וועלכער האט גענומען א לענגערע שעה, אויף א געניטע סדר ווי אויסגעשטעלט פון פאראויס דורך די עסקנים.

 

די סעודת שב"ק פאר די נגידים ותומכים און די בני וקרובי המשפחה בראשות דער חתן ומחותנים שליט"א איז געפראוועט געווארן אין די זאלן פון יד עזרה, ווי עס האט אויפגעטרעטן דער אבי החתן הגה"צ ראש ישיבתינו בבני ברק שליט"א מיט דברי תורה לכבוד די שמחה.

 

 

ארום 10:30 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום עריכת הלשחן אינעם ריזיגן "אולם הגדול" ווי עס איז פאהרגעקומען די טישן דוירכאויס דעם שבת - וועלכער איז שוין דאן געווען פול מקצה אל הקצה מיט טויזענטער חסידים ואנשי מעשה וועלכע זענען זיך געקומען מסתופף זיין בצל הקודש.

 

מיט כל מקדש האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו ירושלים שליט"א, מיט מנוחה ושמחה האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' חיים שלום קליין שליט"א מרבני קהלתינו הק' אין בני ברק.

 

די תוכן דברות קודש פון די תורה וועט אי"ה נאכפאלגן.

 

מיט קה אכסוף האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' נפתלי יעקב לאנדא שליט"א רב באר שבע, און מיט קה רבון עלם האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' מרדכי געלבער שליט"א דומ"ץ דק"ק מונקאטש.

 

מיט ברכת המזון האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דעם מחותן אבי הכלה הגה"צ מ'ראצפערט שליט"א, מיט די ברכות ראשונות האט דער רבי שליט"א מכבד געווען גיסו הרה"ג ר' מנחם ערנסטער שליט"א ראש ישיבת וויזניץ, און מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן הגאון ר' משה שאול קליין שליט"א חבר הבד"ץ שבט הלוי.

 

עובדות וסיפורי צדיקים האט דער רבי שליט"א דערציילט פון זקינו מרן הגה"ק בעל קדושת יום טוב זי"ע וועמענס הילולא עס געפאלט די וואך, און דאן האט מען אריינגבעברענגט די פירות און דער רבי שליט"א האט פארטיילט פאר די חתנים.

 

דאן האט מען געזינגען "אור פניך" און ניגוני שמחה, און דערנאך האט דער בדחנא דמלכא הר"ר מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אנגעהויבן אויסרופן דעם רבי'ן שליט"א צו די מצוה טאנץ.

 

גאהר גרויס איז געווען דער התרוממות בעת דער רבי שליט"א האט אפגעראכטן די עבודת הקודש פאר א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען דע מחותנים און זיידע'ס שליט"א צו טאנצן ריקודין של מצוה, און מיט אז ביום השביעי האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הר"ר נפתלי טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ מ'וואלאווע שליט"א.

 

עס איז שוין געווען קרוב צו 3:00 אזייגער פארטאגס ווען דער ציבור איז זיך צוגאנגען פונעם געהויבענעם טיש וואס איז אוממעגליך אראפצוגעבן אין די שפאלטענעס פון אונזער באריכט.

 

 

יום שבתון אין לשכוח

אום שב"ק אינדערפרי האט דער רבי שליט"א זיך משתתף געווען ביי די חברת תהלים "תהילות למשה" ווי דער רבי שליט"א האט מיטגעזאגט תהלים מיט די צאן קדשים און דאן האבן די קינדער געהאט די זכי' אז דער רבי שליט"א האט זיי משמיע געווען דברות קודש.

 

צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ תו"י וויליאמסבורג, און צו תפילת שחרית האט דער רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה.

 

מיט די פתיחות ארון הקודש בעפאר קריאת התורה זענען מכובד געווארן הרב חיים דוד לויפער שליט"א פון בארא פארק, און מוה"ר בערל פאלאטשעק הי"ו חבר הנהלת המוסדות פון קרית יואל.

 

צו כהן האט עולה געווען לתורה הר"ר פנחס בינדער הי"ו פון ירושלים עיה"ק חבר הנהלת העדה החרדית, לוי האט עולה געווען הרבני הנגיד מוה"ר שלמה משה קלאגסברוין הי"ו, שלישי האט עולה געווען הרה"צ אב"ד דקהלתינו 15 עוו. שליט"א, רביעי - דער חתן שליט"א, חמישי - דער מחותן אבי הכלה הגה"צ מ'ראצפערט שליט"א, ששי - הגה"צ גאב"ד דקהלתינו בארא פארק שליט"א, שביעי - מוה"ר יצחק פערלמאן הי"ו פון בני ברק וועכלער האט א נאמען געגעבן צו בתו הנולדה למז"ט, דאן האבן עולה געווען הנגידים החשובים וועלעכע האבן ג'שנדר'ט סכומים הגונים לטובת די קהילה און די מוסדות אין בני ברק: מוה"ר אברהם ווידער הי"ו ראש הקהל וראש העיר ד'קרית יואל, מוה"ר מאיר הירש הי"ו מראשי הקהלה והמוסדות ד'קרית יואל, מוה"ר יצחק ראזענבערג הי"ו ס. ראה"ק דקהלתינו הק', מוה"ר אהרן וועלץ מנהל מוסדותינו הק' בבארא פארק, מוה"ר מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו מהנהלת המוסדות אין וויליאמסבורג, מוה"ר דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק ב'קרית יואל, מוה"ר אליעזר ווייס הי"ו וויצע פרעזידענט ד'קרית יואל, מוה"ר יעקב זוסמאן סופר הי"ו חבר הנהלת הישיבה גדולה קרית יואל, מוה"ר משה יוסף ווערטהיימער הי"ו פון וויליאמסבורג, אחרון האט עולה געווען מוה"ר חיים לעווי הי"ו פון וויען.

 

מיט הגבה צו די ערשטע ספר תורה איז מכובד געווארן מוה"ר אהרן הערש מיטעלמאן הי"ו פון בארא פארק, און מיט גלולה איז מכובד געווארן מוה"ר פנחס פראנקעל הי"ו פון וויליאמסבורג. דאן האט מרן רבינו שליט"א עולה געווען און געליינט די קריאה לפרשת שקלים. און צו די צווייטע ספר תורה איז מוה"ר וואלף פערל הי"ו פון קרית יואל מכובד געווארן מיט הגבה און מוה"ר יעקב ברז"ל לאנדא הי"ו פון וויליאמסבורג מיט גלולה.

 

נאכ'ן ראש חודש בענטשן האט דער רבי שליט"א געדאווענט מוסף פאר'ן עמוד לרגל שבת שקלים.

 

אויך שב"ק בייטאג איז דער סעודת שמחת השבע ברכות פאהרגעקומען אין די זאלן פון יד עזרה. און מרן רבינו שליט"א האט געפראוועט שלחנו הטהור פריוואט בבית האכסניא, ווי מיט ברוך ה' האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מוה"ר שלמה זלמן שמואל שטיין הי"ו משב"ק, און מיט ברוך א-ל עליון האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מוה"ר יושע מענדלאוויטש הי"ו משב"ק, און מיט ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מוה"ר שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו משב"ק.

 

אום 5:00 אזייגער איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הג' צו מנחה, צו כהן האט עולה געווען מוה"ר משה יצחק קליין הי"ו פון ירושלים, לוי האט עולה געווען מוה"ר אפרים משה לעווי הי"ו, און שלישי האט עולה געווען הגה"צ אב"ד דקהלתינו וויליאמסבורג שליט"א. מיט גלולה איז מכובד געווארן הר"ר אברהם ווייס הי"ו בן הרבני הנגיד מוה"ר בערל ווייס הי"ו פון לאס אנדשעלעס און איידעם פון המשפיע הרה"צ ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א.

 

נאך מנחה איז דער ציבור געגאנגען צום גיגאנגטישן זאל ווי עס האט זיך איבערגעחזר'ט דעם מחזה הוד פון ליל שב"ק, ווי עס איז געפראוועט געווארן דער סעודת רעווא דרעווין מיט גרויס ווארעמקייט און התעוררות.

 

דער תוכן דברות קודש פון די תורה וועט אי"ה נאכפאלגן.

 

אצינד אין די שפעטע שעה'ן מוצש"ק שיידט זיך דער עולם פונעם גאהר געהויבענער מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך די בני הקהלה אין בני ברק לע"נ מרן רביה"ק זי"ע בעל ברך משה, וואס איז אדורך מיט א חדוה עילאה און זעלטענע התרוממות הנפש וואס וועט לאנג געדענקט ווערן ביי אלע באטייליגטע.

 

דער באריכט פון מוצש"ק וועט אי"ה נאכפאלגען.

 

 

 

 

 •♦•

היראים » 20/2/2012 21:53

 

באזוך פון הרה"צ מ'וויזניץ שליט"א און הגה"צ ר' מנחם ערנסטר שליט"א ראש ישיבת וויזניץ

ביי מרן רבינו שליט"א

 

 

♦♦♦

היראים » 20/2/2012 21:55

דער רבי שליט"א באזוכט ביי די בחורי ישיבתינו הק' בני ברק

אין ביהמ"ד זכרון מאיר

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

♦♦♦

היראים » 20/2/2012 22:09


דרשת כ"ק מרן רבינו שליט"א

בביהמ"ד הגדול אין שיכון קרית יואל

בני ברק

 

פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט העעל"ט

 

 

בילדער דורך: משה גאלדשטיין

♦♦♦

היראים » 20/2/2012 22:12

הרב חנני' טשאלאק הי"ו

מנהל מוסד עזר מציון 

בקודש פנימה

 

 

 

 

 

 

♦♦♦

היראים » 20/2/2012 22:14

ביקור קודש פון מרן רבינו שליט"א אין ארה"ק

 

מוצש"ק פ' משפטים

 

מוצאי שב"ק נאך הבדלה האט דער רבי שליט"א געזעגענט אנשי שלומינו תושבי עיה"ק ירושלים, און אין די צייט איז פאהרגעקומען דער סיום כתיבת האותיות אין שטוב פון מוה"ר ישראל יעקב שפילמאן הי"ו, ווי נגידים ותומכים און ראשי קהלתינו און מנהלי מוסדותינו הק' פון איבעראהל האבן געשריבן אותיות לגומרה של תורה.

 

ארום 10:30 איז דער רבי שליט"א ערשינען צו די כתיבת האותיות ווי דער רבי שליט"א האט מסיים געווען די ספר תורה, און דערנאך איז פאהרגעקומען א מסבית לחיים.

 

דאן האט דער רבי שליט"א ארויסגעפירט דעם ספר תורה פון די דירה און מכבד געווען דעם בעל אכסניא מוה"ר ישראל יעקב הי"ו ארויסצופירן דעם ספר תורה לרחובה של עיר ווי דער ס"ת איז באגלייט געווארן בתופים ובמחולות ביז'ן ביהמ"ד הגדול אין שיכון, און דוירכאויס דעם גאנג צום ביהמ"ד זענען חשובע העדה ופני הקהלה מכובד געווארן צו טאנצן מיט די ספר תורה.

 

מיר מוזן באטאנען אז מיר טוען בלויז באריכטן די געשעהניש אבער מיר קענען בשו"א נישט אראפגעבן פאר די ליינער די פיזישע און גייסטישע התרוממות און התעלות וואס האט זיך אפגעשפיעלט בעת די הויכע מאמענטן פון די הכנסת ספר תורה און די ריקודין אין היכל הביהמ"ד, ווייל עס איז אוממעגליך אראפצוגעבן שריפטליך.

 

דער רבי שליט"א איז ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צו די ריקודין ווען פון אלע פיר זייטן שטייען די הויך שטאקיגע פארענטשע'ס אנגעפולט מיט אינג און אלט זקנים ונערים, ילדי תשב"ר, בחורי חמד, אברכים, בעה"ב חשובים און זקני קהלתינו הק' לאויט"א, וועלכע זענען אריין אין פרייליכע ריקודין מלא התרוממות.

 

ווי נאר דער ספר תורה איז ערשינען אין ביהמ"ד און דער רבי שליט"א האט עס גענומען און חובק געווען על זרועותיו, האט זיך אטאמאטיש פארמירט די רינגען אין היכל הבהימ"ד ווי "הקפות" און דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן מקיף זיין דאס ביהמ"ד מיט פייערדיגע ריקודין האלטנדיג דעם ספר תורה וועכלער איז געשריבן געווארן דורך בני קהלתינו הק' פון בני ברק לע"נ אביו הגדול מרן רביה"ק זי"ע.

 

גאהר לאנג האבן אגעהאלטן אט די פייערדיגע ריקודין, און דאן האט דער רבי שליט"א מכבד געווען גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו בארא פארק שליט"א, אחיו הרה"צ אב"ד דקהלתינו 15 עוו. שליט"א, און הגה"צ ראש ישיבתינו בבני ברק שליט"א צו טאנצן מיט'ן ספר תורה, און דאן האט דער רבי שליט"א פאהרגעזאגט לדוד מזמור.

 

נאך לדוד מזמור איז דער רבי שליט"א ארויף אויפן פאלטפארמע צום מסיבת לחיים לכבוד המאורע, ווי עס איז צו ערשט געזינגען געווארן ניגוני התעוררות ודביקות, און דאן האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים און משמיע געווען די פייערדיגע דברות קודש (די דברות קודש קען געהערט ווערן אויף קול סאטמאר, מיר הכאפן אי"ה נאכצופאלגן מיט א לינק צו הערן און דאונלאודן).

 

נאך די דברות קודש איז נמשך געווארן די זעלטן דערהויבענע פייערדיגע ריקודין ווי עס זענען אריינגעשלעפט געווארן אינג און אלט און זיך מיטגעפרייט בשמחת התורה.

 

עס איז שוין געווען אין די פארטאגס שעה'ן ווען עס איז נגמר געווארן די געהויבענע ריקודין און דער ציבור האט זיך צושפרייט מיט התרוממות'ידגע געפילן מלא התרגשות.

 •♦•

היראים » 20/2/2012 22:17

ביקור קודש פון מרן רבינו שליט"א אין ארה"ק

 

זעקסטן טאג - זונטאג פ' תרומה

 

נעכטן - זונטאג אינדערפרי האט מרן רבינו שליט"א געדאווענט שחרית מיט די ילדי התלמוד תורה אין היכל ביהמ"ד הגדול, ווי דער רבי שליט"א האט געלייגט תפילין פאר הב' חתן הבר מצוה בן מוה"ר אביגדור גאלדשטיין הי"ו פון ירושלים עיה"ק.

 

נאכ'ן דאווענען איז פאהרגעקומען א הערליכער מסיבת לחיים מיט די צאן קדשים ווי זיי האבן געזינגען ווארימע ניגונים און אינאיינעם מתפלל געווען א תפילה צום רבוש"ע לזכות כ"ק מרן רבינו שליט"א.

 

דאן האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש פאר די קינדער ווי דער רבי שליט"א האט זיך געשטעלט אויף די ענין פון מחצית השקל, און נאכדעם ארויסגעברענגט צוויי נקודות בעניני מוסר פאר די קינדער, ארויסצולייגן די ציצית אינדרויסן, און נזהר צו זיין אין קדושת הברכות, און בענטשען נאר אינעוויינונג פון א סידור.

 

נאך די דברות קודש האבן די תלמידי הת"ת געהאט די זכי' דורכצוגיין און באקומען געבענטשטע מטבעות פון ידיו הק' פון רבי'ן שליט"א.

 •♦•

 

נאך דעם מעמד איז דער רבי שליט"א אריין אין היכל התורה החדש "היכל משה ארי'" ווי עס איז פאהרגעקומען א מסיבת לחיים מיט די תלמידי ורמ"י ישיבת "אורייתא" פון ירושלים עיה"ק בראשות הגאון ר' חיים שמערלער שליט"א, ווי מען האט געזינגען ניגונים און דאן האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש דברי התחזקות פאר די תלמידי הישיבה, ווי דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן מיט א ווארט, א טעם פארוואס מ'גיט מחצית השקל, ווייל די מצוה פון מחצית השקל איז מבן עשרים שנה ומעלה, און דעמאלטס דארף מען שוין האבן חתונה געהאט, און אנדעם איז מען א פלג גופא, וועגן דעם גיט מען נאר א מחצית.

 

נאכדעם, האט דער רבי שליט"א מחזק געווען די בחורים אז זיי זאלן בלייבן ביים לערנען, און נישט זוכן קיין ארבעט וואס דאס ברענגט נסיונות און שמירת עינים וכדומה. דער רבי האט נאכגעזאגט א ווערטל פון ייטב לב וואס האט געזאגט אתה בחרתנו, אויב השי"ת האט געמאכט פאר א בחור, והשיאנו דארף ער אים מאכן חתונה.

 

 

 •♦•

היראים » 20/2/2012 22:17

בקודש פנימה

אין די מיטאג שעה'ן איז האדמו"ר מ'מאחניווקא-בעלזא שליט"א געקומען צו מרן רבינו שליט"א אויף א באזוך ווי עס איז אנטוויקעלט געווארן א שיינער שמועס.

 

אויך זענען אנגעקומען די חברי הנהלת כולל שומרי החומות געקומען צום רבי'ן שליט"א ווי זיי האבן מקבל געווען ברכת קדשו.

 

דערנאך האט דער רבי שליט"א מתחיל געווען די ספר תורה וואס וועט אי"ה געשריבן ווערן דורך מוה"ר משה יודא שטרויס הי"ו פון וויליאמסבורג.

 •♦•

 

אין די פארנאכט שעה'ן איז הרה"ג ר' מנחם מענדל האגער שליט"א אב"ד קרית וויזניץ געקומען אויף א באזוך צו גיסו מרן רבינו שליט"א ווי עס איז אנטוויקעלט געווארן א שיינער שמועס בדברי הלכה ומנהג.

 

דערנאך איז דער רבי שליט"א געגאנגען באזוכן הגאון ר' חיים מאיר הלוי וואזנער שליט"א ווי עס איז אנטוויקעלט געווארן א שיינער שמועס בעניני ברכת המילה.

 

פון דארט איז דער רבי שליט"א געגאנגען אויף א ביקור גומלין אין שטוב פון האדמו"ר מ'מאכניווקא-בעלזא שליט"א ווי עס איז אנטוויקעטל געווארן א שיינער שמועס אין סיפורי צדיקים אין התקשרות רבתויה"ק לצדיקי בית בעלזא.

 •♦•

 

אויפדערנאכט איז אין די זאלן פון רויאל גארדן אין די פתח תקוה געגנט פאהרגעקומען דער רייכער עלעגאנטער מעמד יובל הששים להחזקת מוסדותינו הק' אין בני ברק אינאיינעם מיט'ן צענטראלן שבע ברכות לכבוד די שמחה בחצרות קדשינו.

 

דער באריכט פונעם היסטארישען מעמד וועט אי"ה נאכפאלגן.

 •♦•

 

היראים » 20/2/2012 22:18

תוכן דברות קודש

ליל שב"ק האט זיך דער רבי שליט"א געשטעלט אויפ'ן מאמר הירושלמי כל העובר על הפקודים, כל דעבר בימא יתן. אויף צוויי אופנים, קודם על דרך דרוש, בהקדם די סוגיא פון טעם כעיקר און די סוגיא אין שליח לדבר עבירה. און פון קריעת ים סוף זעה איך אז ביי א מוחזק זאג איך יש שליח לדבר עבירה, קומט אויס אז דרשינן טעמא דקרא, איז טעם כעיקר מן התורה, צוליב דעם דארף מען ברענגען מחצית השקל צו מכפר זיין מכירת יוסף. – נאכדעם ע"ד אגדה, לויטן בעל הטורים אז קריעת ים סוף איז געווען בזכות מחצית השקל, האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט אז לכאורה איז נאכנישט געווען קיין משכן, אויב אזוי ווי איז שייך געווען צו מקיים זיין די מצוה פון מחצית השקל, נאר מוז מען זאג אז די אידן דעמאלטס האבן מקיים געווען די מצוה מיט די קריאה, און דעם זכות איז געווען קריעת ים סוף.

די זעלבע זאך אויך בזמנינו אלה, וואס מיר קענען נישט מקיים זיין די מצוה, נאר מיטן לערנען די פרשה פון מחצית השקל, און יעדער איד שטעלט זיך פאר אילו זכינו מיר ווארטן יעצט געקענט מקיים זיין די מצוה פון מחציתל השקל וואלט יעדער איד געלאפן בדחילו ורחימו מיט א מחצית השקל געגעבן בתשואת חן ובחפץ הלב מיט אן השתוקקות און א שמחבה מקיים געווען די מצוה, און דעם זכות וועלן מיר זוכה צו די זעלבע השפעה אזוי ווי בשעת קריעת סוף, אוועקצו נעמן אלע מקטריגים פון אידישע קינדער, און עס זאל נשפע ווערן די מזונותיו של אדם וואס איז אזויווי קריעת ים סוף. ביז מיר וועלן זוכה זיין צו ביאת גואל צדק בב"א.

ביי די דברות קודש ביי סעודה שלישית האט זיך דער רבי שליט"א געשטעלט אויף פרשת משפטים, די פסוק ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם, זאגט רש"י ואלה מוסיף על הראשונים, דער רבי שליט"א האט מאריך געווען בדברי כבושין והתעוררות און דברי התחזקות אז אפילו יעצט שטייענדיג אין די לעצטע רגעים פון די ימי השובבים קען מען מתקן זיין אלע ימי השובבים, ובפרט איז קדושת שב"ק מסייע, נאכזגנדיג פון מרן רביה"ק זי"ע אין דברי יואל אז שב"ק משפטים שבת מברכין איז מסוגל לתיקון החטא, און דער רבי האט מוסיף געווען אז די זעלבע איז דאס זעלבע איז אויך אום שבת שקלים.

•♦•

היראים » 20/2/2012 22:19

קביעות מזוזה וחנוכת הבית צום נייעם היכל התורה "היכל משה ארי'"

 

לע"נ הרה"ק רמ"א פריינד זי"ע

רב וראש ישיתינו בעיה"ק ירושלים

וגאב"ד ירושלים תובב"א

 

נדבת הנדיבים מוה"ר אליעזר ווייס הי"ו

ומוה"ר גרשון מענדל ניימאן הי"ו פון קרית יואל

 

 

בילדער דורך: משה גאלדשטיין

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

♦♦♦

היראים » 20/2/2012 22:23

ברכהמ"ז ביי סעודת שלישית און הבדלה

אינעם "אולם הגדול" אין בני ברק

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

♦♦♦

היראים » 20/2/2012 22:26

ערשטן טאג - דינסטאג פ' משפטים

 

 

 

 

 

היראים » 20/2/2012 22:27

חגיגת הכנסת ספר תורה

שנכתב ע"י חברי קהלתינו הק' בבני ברק

לע"נ מרן רביה"ק זי"ע בעל ברך משה

 

 

סיום כתיבת האותיות

בבית מוה"ר ישראל יעקב שפילמאן הי"ו

 

 

בילדער דורך: משה גאלדשטיין

 

 

דער רבי שליט"א איז גומר דעם ספר תורה

 

 

 

 

האדמו"ר מ'סטריקוב שליט"א

מיט הרה"צ אב"ד דקהלתינו 15'טע עוו. שליט"א ביים כתיבת אותיות

 

מוה"ר ישראל יעקב שפילמאן הי"ו מגביה דעם ספר תורה

 

 

הרה"צ אב"ד דקהלתינו 15'טע עוו. שליט"א איז מכתיר דעם ס"ת

 

הגאון ר' חיים מאיר הלוי וואזנער שליט"א ביים מעמד

 

 

 

 

 

 

♦♦♦

היראים » 20/2/2012 22:29

דער פייערליכער תהלוכה ברחובה של עיר

לכבוד די ספר תורה

 

 

רבני וראשי קהלתינו הק' ופני הקהלה שיחיו טאנצן מיט די ספר תורה

 

 

 

 

 

דער איבערגעגעבענער עסקן הנמרץ

מוה"ר הערשל האלצער הי"ו, מעמודי התוך פונעם מסע המרומם

טאנצט מיט די ספר תורה

>

 

 

הרב משולם זושא מייזליש שליט"א בן הגה"צ ראש ישיבתינו ב"ב שליט"א

 

 

 

מוה"ר גדלי' סעגעדין הי"ו מהנהלת הווילידש קרית יואל

 

 

♦♦♦

היראים » 20/2/2012 22:31

די פייערליכע ריקודין ביים הכנסת ספר תורה

אין ביהמ"ד הג' אין שיכון קרית יואל - בני ברק

לע"נ מרן רביה"ק זי"ע בעל ברך משה

 

בילדער דורך: משה גאלדשטיין

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

♦♦♦

היראים » 20/2/2012 22:34

ביקור קודש פון מרן רבינו שליט"א אין ארה"ק

זעקסטער טאג - זונטאג פ' תרומה העעל"ט

 

 

 תפילת שחרית מיט די העכערע כיתות הת"ת

 

 

 

 

 

 

 

 

 

♦♦♦

היראים » 20/2/2012 22:34

מסיבת לחיים מיט די תלמידי ישיבת אורייתא פון ירושלים עיה"ק

בראשות הגאון ר' חיים שמערלער שליט"א

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

♦♦♦

היראים » 20/2/2012 22:44

מעמד לחיים ודברות קודש

און די נאכפאלגענדע געהויבענע ריקודין

ביים מעמד הכנסת ספר תורה

 

 

בילדער דורך: משה גאלדשטיין

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

♦♦♦

היראים » 20/2/2012 22:45

♦♦♦

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

היראים » 20/2/2012 22:54

באזוך ביי הגאון ר' נסים קורעליץ שליט"א

 

 

מרן רבינו שליט"א און הגאון ר' נסים שליט"א

הויבן אהן דעם פורים קאמפיין לטובת "קופץ העיר" פון בני ברק

 

 

♦♦♦

 

באזוך ביי האדמו"ר מ'בוהוש שליט"א

 

♦♦♦

היראים » 22/2/2012 17:18

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

♦♦♦

היראים » 27/2/2012 00:51

זיבעטן טאג – מאנטאג פ' תרומה העעל"ט

 

מאנטאג אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד זכרון מאיר אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבות פון בני ברק און ירושלים עיה"ק, און נאכ'ן דאווענען איז פאהרגעקומען א מסיבת לחיים ווי עס האט קודם אויפגעטרעטן הר"ר יצחק דוד יאקאב שליט"א מנה"ר ישיב"ק בבני ברק און דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש פאר די בחורים א פלפול בסוגיא דטעם כעיקר, און דער נאך מעורר געווען בעניני לימוד התורה און וועגן נישט צו רעדן מיט די תפילין.

 

דערנאך איז דער רבי שליט"א צוגעפאהרן צום בנין התלמוד תורה אין שיכון ווי די קינדער פון די קלענערע כיתות האבן אפגעווארט דעם רבי'ן שליט"א אין חצר פון תלמוד תורה ווי זיי האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א, און דער רבי שליט"א האט מאציל געווען ברכת קדשו פאר די תשב"ר.

 

פון דארט איז דער רבי שליט"א געגנגען צום שטוב פון האברך מו"ה שלום אליעזר בערקאוויטש הי"ו ווי עס איז פאהרגעקומען א פרישטאג לטובת המוסדות ווי אברכי קהלתינו הק' האבן געגעבן שיינע סכומים. דערביי האט דער רבי שליט"א באזונדער געגעבן ברכת קדשו פאר אלע נדיבים ותומכים, און משמיע געווען דברות קודש.

 

דערנאך איז דער רבי שליט"א אריבער אויף א באזוך ביי גיסו הרה"צ מ'וויזניץ שליט"א ווי עס איז אנטוויקעלט געווארן א שיינער שמועס בדברי תורה און נאך.

 

שפעטער זענען די חברי וועד החינוך שע"י העדה החרדית אריבערגעקומען צום רבי'ן שליט"א ווי מען האט דוירכגערעדט די ווייטעריגע פלענער איבער'ן מערכות קעגן די גזירות פון תוכנית הליבה, און ערהאלטן ברכת קדשו פון רבי'ן שליט"א.

 

דאן איז הרה"ג ראש ישיבת בית מאיר שליט"א פון בני ברק געקומען אויף א באזוך צום רבי'ן שליט"א ווי עס האט זיך אנטוויקעלט א שיינער שמועס בדברי תורה און נאך.

 

דאן איז דער רבי שליט"א אריבער צום שטוב פון הרבני הנגיד מוה"ר מנחם שלמה פריעדמאן הי"ו מחשובי אנ"ש אין בני ברק, ווי האדמו"ר מ'בעלזא שליט"א איז אריבערגעקומען צו גיסו מרן רבינו שליט"א אויף א ביקור גומלין, ווי עס איז אנטוויקעלט געווארן א שיינער שמועס אין עובדות וסיפורים לצדיקי בית סיגוט – צאנז – בעלזא און ראצפערט, און אין נאך ענינים.

 

אויך איז דארט אריבערגעקומען אויף א באזוך דער זוהן פון גער'ר רבי שליט"א ווי עס איז אנשטאנען א שיינער שמועס.

 

נאך מנחה האט זיך דער רבי שליט"א און דער פמליא ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין גליל ווי עס האט שוין אפגעווארט דער ציבור צוגיין אויף מקומות הקדושים אינאיינעם מיט'ן רבי'ן שליט"א צו פועל'ן דבר ישועה ורחמים לנו וכל ישראל.

 

אויפן וועג קיין טברי' האט דער רבי שליט"א זיך אפגעשטעלט אין רמת וויזניץ - חיפה ווי דער רבי האט אפגעשטאהט א באזוך ביי האדמו"ר מ'סערעט-וויזניץ שליט"א ווי עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס איבער די שטעטלעך אינדערהיים.

 

אויפן וועג ארויס האבן אפגעווארט הונדערטער תושבי השכונה רמת וויזניץ ובתוכם אלע ילדי הת"ת פון דער שטאט וועלכע האבן געהאט די זכי' שלום צו נעמען פון מרן רבינו שליט"א, דערביי האט אויך א' מתושבי בעיר געברענגט זיין חאלאקע אינגל צום רבי'ן שליט"א אפצושערן זיין זוהן.

 

אנקומענדיג צו די אויטא האט זיך דער רבי שליט"א געטראפן מיט הרה"ג ר' דוד שלמה זאלדאן שליט"א דומ"ץ סערעט וויזניץ אין חיפה, ווי עס איז אנטשטאנען א הלכה'דיגער שמועס.

 

ארום 9:30 אויפדערנאכט איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אויף טברי' ווי דער רבי שליט"א האט געדאווענט מעריב און דערנאך ערשינען צום מסיבת הכרת הטוב וועלכער איז אהערגעשטעלט געווארן דורך הנהלת מוסדות יטב לב לכבוד די נגידים און תומכים פון חוץ לארץ, ווי עס האט קודם אויפגעטרעטן הר"ר ישכר יאקאב הי"ו מנהל המוסדות אין ירושלים ווי ער האט ערווענט זיין תודה על העבר ובקשה על העתיד פאר די נדיבים בעם מאנ"ש פאר זייער שטענדיגע שטיצע לטובת די מוסדות אין ארה"ק וועלכער קענען נישט אנגיין אהן די הילף פון חו"ל.

 

דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש לכבוד המאורע, ווי דערביי האט דער רבי שליט"א גערעדט דברי הכנה  והתבוננות בעפארן גיין פוקד זיין די הייליגע ציונים ומקומות הקדושים, אריינצוטראכטן די גרויסקייט םון די הייליגע תנאים וצדיקים נמבג"מ.

 

פון דארט איז דער רבי שליט"א און דער גאנצער פמליא געפאהרן צום קבר פון הייליגן תנא רבי עקיבא ווי מען האט זיך משתטח געווען און נישט געזאגט קיין תהלים צוליב וואס עס איז נאך דאן געווען פאר חצות הלילה.

 

דער רבי שליט"א האט אויפן ארט משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט אנגעהויבן מיט'ן מימרא פון רבי עקיבא "אשריכם ישראל לפני מי אתם מטהרין" און מליץ יושר געווען אויף כלל ישראל, דאן האט דער רבי שליט"א געליינט קוויטלעך און דערנאך איז מען ארויס אין א התעוררות'ידגער טאנץ אויפן ניגון פון אמר רבי עקיבא.

 

פון דארט איז מען געפאהרן  צום ציון פון הייליגן רמב"ם ווי דער רבי שליט"א האט פאהרגעזאגט קאפיטלעך אין תהלים, און דאן האט זיך דער רבי שליט"א געשטעלט אויף א שווערער רמב"ם אויף וועלכער ער האט באצויגן זיינע ווערטער ביים ציון, און דערנאך האט מען געזינגען אני מאמין מיט גרויס ווארעמקייט.

 

דארט איז מען אויך צוגעגאנגען צום ציון פון של"ה הק' ווי מען האט ממשיך געווען מיט אמירת תהלים און אויך דארט האט דער רבי שליט"א משמיע געווען קורצע דברות קודש.

 

פון דארט איז מען אריבער צו די ציונים פון רבי יוחנן בן זכאי און זיינע 5 תלמידים, און אויך דארט האט דער רבי שליט"א – זיך שטעלנד'יג אויף מאמרים פון די אויבנדערמאנטע תנאים –משמיע געווען קורצע דברות קודש.

 

אויפן וועג ארויס פון בית החיים נאכ'ן פוקד זיין אויך די ציונים פון רב אמי ורב אסי - ווי אויך ביי זיי האט דער רבי שליט"א דערמאנט עטליכע פון זייערע מאמרים אין ש"ס - איז מען אדורך עטליכע קברים ליקוטי עצמות, ווי דער רבי שליט"א האט דערמאנט יענע ביטערע תקופה פון חיטוטי שיכבי אין טברי' און דאס מסירות נפש פון לוחם מלחמות ה'.

 •♦•

 

המשך פון דינסטאג און ווייטער וועט אי"ה נאכפאלגן.

 •♦•



תוקן על ידי היראים ב- 27/02/2012 00:54:14

היראים » 27/2/2012 00:52

מעמד "יובל הששים"

להתייסדות מוסדותינו הקדושים בבני ברק

אינאיינעם מיט'ן צענטראלן

שבע ברכות לרגל השמחה בחצרות קדשינו

 

-חלק א'-

 

בילדער דורך: משה גאלדשטיין

 

 

 

דער אריייינגאנג צום פראכטפולן זאל ביים רייכן דינער

 

 

 

 

 

 

 

 

 

♦♦♦



תוקן על ידי היראים ב- 27/02/2012 00:55:02

היראים » 27/2/2012 00:55

דער קאפעליע פון אברכי קהלתינו הק' בב"ב זענען מהנה ביים מעמד

 

"שקל הקודש" פושקע'ס ווערט פארטיילט

 

ילד הפלא ביים הערלייכען פרעזענטאציע אין באגלייטונג פונעם כאר

 

 

 

דער הערליך פארזאמעלטן ציבור ביים מעמד

 

 

מוה"ר משה חיים ווייס הי"ו מנהל המוסדות ביים ארעסירן דעם מעמד

 

נגידים ותומכי המוסדות ביים מעמד

 

ווערט געזעהן האדמו"ר מ'לעלוב ב"ב שליט"א מיוצאי תלמידי מוסדותינו ביים מעמד

 

 

זקני וחשובי קהלתינו הק' פון בני ברק ביים מעמד

 

 

"כוס של ברכה" ווערט פארטיילט פאר די משתתפים ותומכים

 

♦♦♦

גרוינים » 27/2/2012 00:55

דעא זאל איז אויך אין פתח תקוה אדער בני ברק?

היראים » 27/2/2012 00:56

מרן רבינו שליט"א ערשיינט צום מעמד

 

 

 

 

הגה"ח ר' בנציון יאקאבאוויטש שליט"א בעמח"ס ציוני טהרה

מזקני וממייסדי קהלתינו ומוסדותינו בבני ברק

טרעהט אויף ביים מעמד

 

 

 

 

 

ראשי ומנהלי מוסדותינו וקהלתינו הקדושים פון איבער דער וועלט

ביים מעמד

 

 

דער רבי שליט"א וואונטשט לחיים פאר הגה"ח ר' בנציון יאקאבאוויטש שליט"א

 

 

♦♦♦

היראים » 27/2/2012 00:57

בילדער דורך: משה גאלדשטיין

 

 

 

הגה"צ ראש ישיבתינו בבני ברק שליט"א טרעהט אויף ביים מעמד

 

 

נואם הכבוד הרה"ג ר' אברהם יפה שלעזינגער שליט"א רב בק"ק גענף - שווייץ

 

 

 

 

 

 

הרה"ח מוה"ר מאיר הירש הי"ו מראשי הקהלה והמוסדות אין קרית יואל טרעהט אויף

 

 

♦♦♦



תוקן על ידי היראים ב- 27/02/2012 00:58:25

היראים » 27/2/2012 00:59

האדמו"ר מ'לעלוב ב"פ  שליט"א ביים מעמד

 

הר"ר יחזקאל טוסיג הי"ו ר"מ בישיב"ק בב"ב

ביים באעהרן הרבני הנגיד מוה"ר שלמה משה הלוי קלאגסברוין הי"ו

 

 

מוה"ר שלמה משה הי"ו גיבט אראפ זיינע הרגשים פון זיין באזוך אין די מוסדות אין בני ברק

 

דער רבי שליט"א גיט ברכת קדשו פאר מוה"ר שלמה משה הי"ו

 

ביים באעהרן הרבני הנגיד מוה"ר יעקב זוסמאן סופר הי"ו

 

 

 

♦♦♦

היראים » 27/2/2012 01:00

בשעת די דברות קודש פון מרן רבינו שליט"א

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

היראים » 27/2/2012 01:01

אכטן טאג – דינסטאג פ' תרומה העעל"ט

 

גאנץ פריה דינסטאג אין די פארטאגס שטונדן האט דער רבי שליט"א געלאזט רופן האברך ר' יואל ווערטהיימער הי"ו און אינאיינעם מיט'ן בעל אכסניא הרב דערלי הי"ו איז דער רבי שליט"א צוריקגעפאהרן צום ציון פון התנא רבי עקיבא ווי דער רבי שליט"א האט געצינדן ליכט און דאן האט דער רבי שליט"א ביחודית פאר א לענגערע צייט זיך משטתח געווען און שופך שיח געווען ביים דעם הייליגן תנא.

 

נאך א שטיק צייט האט דער רבי שליט"א פארלאזט דעם מקום קדוש און פון דארט האט דער בעל אכסניא צוגעפירט דעם רבי'ן שליט"א צום ציון פון רבי חייא ובניו ווי דער רבי שליט"א האט זיך אויך משטתח געווען, און פון דארט האט זיך דער רבי שליט"א אומגעקעהרט צו די אכסניא.

 

ארום 9:30 איז דער רבי שליט"א ערשינען צום ציון פון התנא רבי מאיר בעל הנס ווי מען האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט'ן גאנצן ציבור. און נאך שחרית איז דער רבי שליט"א אראפ אונטן אין די מערה זאגן תהלים פון קאפיטל קי"א ביז קכ"א, און דאן איז פאהרגעקומען א מסיבת לחיים ווי דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש אויך באזירט אויף מאמרים פון רבי מאיר, און  בתוה"ד ערווענט אז רבי מאיר  האט געהאלטן אז בין כך ובין כך קרויין בנים און אויף דעם באצויגן די ד"ק.

 

דערויף האט מען געזינגען דעם ניגון "כי אנו עמך ואתה אלקינו אנו בניך ואתה אבינו", און פון דארט איז דער רבי שליט"א צוריקגעגאנגען צו די אכסניא און דער ציבור איז געגאנגען עסן ארוחות בוקר אין א סעפציעל צוגעשטעלטן זאל.

 

אויפ'ן וועג צו די אכסניא האט דער רבי שליט"א געהייסן זיך שטעלן ביים בית החיים העתיק ווי דער רבי שליט"א האט מתפלל געווען אויפ'ן ציון פון די תלמידי בעש"ט זי"ע, הרה"ק ר' מנחם מענדל וויטעבסקע'ר זי"ע און הרה"ק ר' שמשון שפיטיווקא'ר זי"ע ווי מען האט געזאגט ווייטער תהלים פון קאפיטל קכ"א ביז קל"א.

 

נאך בערך א האלבע שעה האט זיך דער רבי שליט"א און דער שיירא ארויסגעלאזט אויפן וועגן קיין צפת, און אויפן וועג האט מען זיך געשטעלט ביים ציון פונעם תנא רבי יהודה בר עילאי ווי דער רבי שליט"א האט אין די מערה ממשיך געווען מיט תהלים פון קאפיטל קל"א ביז קאפיטל ק"מ.

 

אנקומענדיג אין בית החיים אין עיה"ק צפת איז דער רבי שליט"א צו ערשט אראפ צום ציון פון אר"י הק' ווי מען האט געזאגט מזמורי תהלים פון קאפיטל צ' ביז קאפיטל ק"ט, און נאך די יהי רצון האט מען געזינגען ניגוני התעוררות ווי עס האט געהערשט א גרויס התעוררות און השתפכות הנפש, ווי "מכניסי רחמים" און "מלך שוכן עד - מלך מאזין שעוה", און אזוי אויך דעם ניגון "אשת חיל".

 

דאן האט דער רבי שליט"א משמיע געווען ווארימע דברות קדוש ביי וועלכען דער רבי האט דערמאנט די ווערטער פון אר"י הק' אויף וכל מעשיך בספר נכתבים.

 

דאן איז מען צוגענגאנגען צום ציון פון הייליגן חרדים ווי מען האט געזינגען "ידיד נפש" און "הגלה נא" מיט גרויס דערהויבנקייט.

 

נאכדעם האט דער רבי שליט"א ממשיך געווען צום ציון פון הייליגן בית יוסף זי"ע ווי מען האט ממשיך געווען מיט אמירת תהלים פון קאפיטל ק"ט ביז קאפיטל קי"ט, און נאך תהלים האט געהערשט א ערנסקייט ביים זינגען "והאר עינינו".

 

דאן האט דער רבי שליט"א געזאגט דברי תורה זיך שטעלנדי'ג אויפן פסוק ויקם מלך חדש על מצרים אשר לא ידע את "יוסף".

 

פון דארט איז דער רבי שליט"א געגאנגען זיך משטתח זיין אויפ'ן ציון פון זקינו הרה"ק מ'טאלטשאווא זי"ע ווי מען האט ממשיך געווען מיט'ן אמירת תהלים אין קאפיטל קי"ט, און נאך תהלים האט מען געזינגען "יה זכות אבות יגן עלינו" און דעם ניגון "אהבת עולם תביא להם וברית אבות לבנים תזכור" ממשיך צו זיין דעם זכות אבות עלינו ועל דורותינו.

 

דערביי האט אויך דער רבי שליט"א מתחיל געווען בדברות קודש זיך שטעלנד'יג אויפ'ן פסוק פון אך בחמשה עשר באספכם את תבואת הארץ ולקחתם לכם און דער מדרש דערויף, און משלב געווען אין די ווערטער פון טאלטשעווע רב זי"ע אז ווען מען טוהט תשובה מאהבה איז דא שכר בהאי עלמא, און ממילא אום יו"ט סוכות ווען מען טוהט תשובה מאהבה איז "באספכם את תבואת הארץ" ווען מען איז אוסף אלע עבירות צו מאכן דערפון מצוות דאן איז "ולקחתם לכם" להנאתכם,  אז מען איז מקבל שכר בהאי עלמא.

 

פון דארט איז דער רבי שליט"א צוגעגאנגען צו מקום מנו"ק פון תנא רבי פנחס בן יאיר ווי דער רבי שליט"א איז כמנהג העולם ארומגעגאנגען און בשעת מעשה געזאגט די  מזמורי תהלים פון קאפיטל ק"כ ביז קאפיטל קל"א, און דערנאך פארלאזט דעם בית החיים זייענדי'ג מנדב צדקה פאר מוסדות יטב לב לצדקת רבי מאיר בעל הנס מיט'ן האפענונג צו האבן געפויעלט דבר ישועה ורחמים לנו ולכל ישראל.

 

נאכ'ן פארלאזן דעם בית החיים איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אין תלמוד תורה "בת עין" על טהרת הקודש ווי די ילדי הת"ת האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א מיט בגדי שבת און געזאנג, און דער רבי שליט"א האט זיי מאציל געווען ברכתו הקודש.

 

פון דארט איז דער רבי שליט"א צוגעפאהרן צום שטוב פון הנגיד מוה"ר יצחר משה יאגאלדע הי"ו וועלכער האט מנדב געווען א סכום הגון לטובת מוסדותינו הק' אין ירושלים עיה"ק.

 

דערנאך איז דער רבי שליט"א מיט'ן גאנצן ציבור אנגעקומען אויף אתרא קדישא מירון ווי דארט האבן שוין אפגעווארט נאך פולע הונדערטער אנשי שלומינו אינג און אלט אנשים נשים וטף, ווי דער רבי שליט"א איז תיכף אריין אין די מערה דאווענען מחה און דערנאך האט מען אנגעהויבן די מזמורי תהלים מיט גרויס התעוררות און השתפכות הנפש.

 

דער רבי שליט"א האט פאהרגעזאגט פון קאפיטל צ' ביז קאפיטל ק"ט, או דערנאך האט מען געזאגט דעם יהי רצון מיט א התעוררות עצומה, און דאן האט דער רבי שליט"א פאר א לענגערע צייט געליינט קוויטלעך.

 

ווי נאר דער רבי שליט"א איז ארויס פון די מערה און ערשינען אויפן ספעציעלן פלאטפארמע אין חצר פונעם מערה, האט מען אויסגעבראכן אין א געזאנג לכבוד התנא האלוקי רשב"י, בשעת דער רבי שליט"א שעהרט אפ צענדליגער חאלאקע קינדער מאנ"ש פון ארה"ק און אויך פון חו"ל.

 

עס איז שווער צו שילדערן די געוואלדיגע שמחה און התרוממות וואס האט געהערשט אין חצר און אין די גאנצע ארום, ביי די פייערליכע ריקודין בשעת דער רבי שליט"א טאנצט אויפן פלאטפארמע און דער ציבור פולט אהן דעם חצר מקצה אל הקצה מיט פייערידיגע טענץ ווען אינדערמיט איז באצירט מיט די פרייליכע חאלאקע קינדער אויף די אקסלען פון זייערע גליקליכע עלטערן.

 

אזוי האט אנגעהאלטן די ריקודין פאר א לאנגע צייט, ביז ווען מען איז געגאנגען זיך וואשן צו די סעודה אלס הכנה צום טיש לרגל הילולת מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע.

 

די סעודה פאר'ן ציבור איז געווען צוגעגרייט אין די זאלן פון יד עזרה, און פאר די אורחים נכבדים פון חו"ל איז געווען צוגעגרייט די סעודה כיד המלך אין די זאלן פון מוה"ר ארי' פריעד הי"ו נישט ווייט פון ציון הקדוש.

 

ארום א האלבע שעה דערויף איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו שלחנו הטהור לרגל די הילולא קדישא אינעם גרויסן שאטער אויפן ארט, ווי עס האבן שוין דאן אפגעווארט דער פול קעפיגער ציבור אנשי שלומינו פון איבעראל, און מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט ניגוני שמחה, און דאן האט דער רבי שליט"א זיך געוואשן צו די סעודת הילולת זקינו מרן הגה"ק זי"ע.

 

דוירכאויס די טיש זענען געזינגען געווארן ניגוני שמחה והתעוררות, און מיט מכתם לדוד האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הר"ר סיני טייטלבוים שליט"א בן הרה"צ אב"ד דקהלתינו 15'טע עוו. שליט"א.

 

דער קלימאקס פונעם טיש איז געווען די פייערידגע דברות קודש וואס דער רבי שליט"א האט משמיע געווען, אנהויבנדיג מיט'ן קשר פון הייליגן קדושת יו"ט צו אתרא קדישא מירון, און דערנאך האט דער רבי שליט"א מאריך געווען אין דברי דרוש אז בזכותו פון רבי שמעון בר יוחאי האבן די אידן מקבל געווען די תורה, און בזכותו של רבי שמעון זענען די אידן ארויס פון מצרים פאר די צייט, און אז "ובני ישראל יוצאים ביד רמה" זאגט די תרגום ברי"ש גלי, ראשי תיבות רבי שמעון בר יוחאי.

אויך האט דער רבי שליט"א ערווענט דאס ענין אז קומען צום הייליגן תנא רשב"י איז משפיע שמחה און דערציילט די עובדא פון הייליגן קדושת יו"ט וואס איז געפאהרן אויף צאנז מקבל צו זיין שמחה און איז אנגעקומען אהין מיט קפיצת הדרך, - אזוי אויך אונז – האט דער רבי שליט"א געזאגט, קומען מיר קיין מירון מקבל צו זיין א שפע פון שמחה און השפעות טובות, און דערביי האט דער רבי שליט"א אנגעוואונטשן לכל העם הנאספים אז יעדער זאל אהיים נעמען אלע גוטע השפעות, וענו ואמרו כל העם אמן!

 

דאן האט זיך דער רבי שליט"א געוואנדן צו אנשי שלומינו תושבי ארה"ק בכלל און תשובי בני ברק בפרט, מיט דברי כיבושין מעורר צו זיין אין ענינים הצריכים תיקון, בעניני צניעות, לימוד התורה, לימוד לפני התפילה שב"ק אינדערפרי, און נאך פארשידענע ענינים.

 

עס איז שוין געווען נאך חצות הלילה ווען דער ציבור האט זיך געזעגענט פונעם געהויבענעם טיש אנגעפילט מיט השפעות טובות און ישועות לנו וכל ישראל.

 •♦• 

 

היראים » 27/2/2012 01:01

ביקור קודש פון מרן רבינו שליט"א אין ארה"ק

 

ניינטן טאג – מיטוואך פ' תרומה העעל"ט

 

לויט'ן ארגינעלן פלאן האט דער רבי שליט"א געזאלט פארלאזן ארה"ק מיטוואך באלד אינדערפרי נאך שחרית, אבער צוליב די איבערפלוס פון אנשי שלומני בלעיה"ר וועלכע האבן נאכנישט געהאט די געלגענהייט אריינצוגיין להתברך בקו"פ איז פארלאענגערט געווארן אז דער רבי שליט"א וועט פארבלייבן ביז מיטוואך נאכט אין ארה"ק.

 

אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון קרית יואל אין בני ברק, ווי דער רבי שליט"א האט געצינדן ליכט און געדאווענט פאר'ן עמוד לרגל הילולת זקינו הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע און נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געפראוועט א מסיבת לחיים לרגל די הילולא.

 

פון דארט איז דער רבי שליט"א געגאנגען באזוכן אין ביהמ"ד עטרת זקנים ווי דער רבי שליט"א האט מאציל געווען ברכת קדשו פאר די זקנים וואס לערנען דארט אינעם כולל.

 

דערנאך איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך צו הגה"ח הישיש מוה"ר בנציון יאקאבאוויטש שליט"א בעמח"ס ציוני טהרה מזקני קהלתינו הק', און דערנאך האט דער רבי שליט"א אפגעשטאהט א ביקור גומלין ביי גיסו הרה"צ אב"ד קרית וויזניץ שליט"א ווי עס איז אנטוויקעלט געווארן א שיינער שמועס בדברי תורה ועוד.

 

דערנאך איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום שטוב פון הגה"צ ראש ישיבתינו בב"ב שליט"א ווי דער רבי האט ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור אנ"ש, ווען דוירכאויס דעם טאג זענען געקומען צום רבי'ן שליט"א באזוכן פארשידענע אדמור"ים ורבנים שליט"א און אישי הציבור (דעטאלירטער באריכט וועט אי"ה נאכפאלגן).

 

אום 11:00 אזייגער אויפדערנאכט האט דער רבי שליט"א געדאווענט מעריב און  דערנאך געגאנגען באזוכן מוה"ר נפתלי הירצקא פרענקל הי"ו מגדולי תומכי כולל עצי חיים ווי דער רבי שליט"א האט מאציל געווען ברכת קדשו פאר'ן חשוב'ן נדיב און בני משפחתו, און פון דארט האט דער רבי שליט"א זיך געלאזט אין וועג צום לופט-פעלד אויפן וועג אהיים אין באגלייטונג פון א גרויסן ציבור אנשי שלומינו תושבי ארה"ק.

 

-יציאת צדיק מן העיר עושה רושם-

 •♦• 

 

היינט – דאנערשטאג פארטאגס האט דער רבי שליט"א בשטומ"צ געלאנדעט אין דשעי. עף. קעי. לופט פעלד אין ניו יארק ווי דער רבי שליט"א איז תיכף אראפגעפירט געווארן פון פליגער און נאך קורצע מינוט'ן זיך געפונען אויפן וועג אהיים למעון קדשו אין קרית יואל א דאנק די אינטערווענץ און שתדלנות פון העסקנים הדגולים הרב ארי' לייב גלאנץ הי"ו, הרב בעריש פרייליך הי"ו און הרב יואל אייזדארפער הי"ו.

 

אנקומענדיג קיין קרית יואל איז דער רבי שליט"א צוערשט צוגעפאהרן צו די ישיבה גדולה ווי דער רבי שליט"א איז ערשינען אין ישיבה בשעת די סדרי הלימודים פון פארטאגס.

 

אינדערפרי האט מרן רבינו שליט"א געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה – סניף ברך משה ווי דער רבי שליט"א האט געלייגט תפילין פאר הבחורים חתני הבר מצוה הב' בן מוה"ר יעקב שטיינמעטץ הי"ו פון קרית יואל, הב' בן מוה"ר חיים יקותיאל האלפערט הי"ו פון קרית יואל, הב' בן מוה"ר ישראל ניימאן הי"ו פון קרית יואל, און הב' בן מוה"ר מנחם אונגאר הי"ו פון קרית יואל.

 

נאכ'ן דאווענען זענען די תלמידי הישיבה אדוריכעגעגאנגען שלום נעמען פון מרן רבינו שליט"א.

 

-בריך מתייך לשלם-

 

 •♦•

היראים » 27/2/2012 01:02

תפילת שחרית מיט די תלמידי ישיבתינו הקדושות

פון בני ברק און ירושלים

אין ביהמ"ד זכרון מאיר

 

בילדער דורך: משה גאלדשטיין

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

♦♦♦

היראים » 27/2/2012 01:03

די תשב"ר תלמידי המוסדות אין בני ברק פון די קלענערע כיתות

זענען מקבל פנים דעם רבי'ן שליט"א

אין חצר פון בנין הת"ת

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

♦♦♦

בלאט: 1 2 3