היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » "דער איד" ·ווי שטייט 1 ווארט וועגן שלום/התקרבות?

"דער איד" ·ווי שטייט 1 ווארט וועגן שלום/התקרבות?

90 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2939055
בלאט: 1 2

סטראבערי » 22/1/2012 20:09

ווער עס טרעפט דא איין ווארט וואס איז "מרמז" אויף התקרבות אדער אויף שלום,
אדער עני אנדערע ווארט חוץ א טרוקענע נייעס באריכט,
(אפשר אפאר ציפעדיגע ווערטער אויף בעלזא) זאל עס ביטע אנדערליינען מיט א רויטע פעדער, און איר  קריגט תיכף א אייז-קאלטע פלעשל ביר...!
קען זיין איך בין צוריקגעשטאנען אבער איך זעה נאר דאס.
און נאכמער, אין די לעצטע צוויי יר צענדליג איז קיינמאל נישט אויסגעקומען אז דער איד זאל קענען שרייבן בפומבי אז דער בעלזער האט פוגע געווען אינ'ם רבי'ן, א זאך וואס שטייט יעצט יא....
[בילד – נישט אפגעהיט]



תוקן על ידי סטראבערי ב- 22/01/2012 20:13:33


סטראבערי » 22/1/2012 20:22

בדרך אגב, מענין לענין באותו ענין באותו ענין,

איך דארף אויף נאך א זאך א תירוץ - אויב איינער האט -
איך קוק שוין דא א גאנצע וואך,
ווי דער עולם דעבאטירט לכאן ולכאן,
מ'פארגיסט פלעשלעך טינט,
אויף די "הייסע" נושא,
יא שלום/נישט שלום יא התקרבות/נישט התקרבות,
רבוש"ע: למאי נ"מ!? וואס איז דאס נוגע?
דאס אז ער האט פערזענליך געשפירט אז ער האט געטשעפעט די רבי זצ"ל: האט ער אים איבערגעבעטן. פיין
יעצט וואס איז דאס בכלל נוגע פאר'ן פאבּליק, פאר'ן המון עם?
מיר ווייסן איין זאך מיר קוקן אייביג אויף השקפה,
ממ"נ: ווען דאס וועט זיך טוישן וועוט מען זיך קענען פאראיייגן = והי' לאחד...
אבער דערווייל  סתם מאָלן וואַסער, נאך וואס?
הייסט איז די גאנצע טענה'ריי נאר געווען אויב רעבארן וועט יא אדער נישט א דריק טוען דעם שוואגער'ס האנט?
וויל ר' חיים הערש וואלט עניוועי געטראפן 100 תירוצים נישט צו גיים צו זיין ערשטע קאזין אהרן מרדכי'ס נעקסטע בר מצוה,

נו וואס איז עס נוגע?!

ידיכם:
הק' סטראבערי

סטראבערי » 22/1/2012 20:26

און ח"ו איך בין נישט פוגע בכבודו פון די חשובע דיינים שליט"א
אבער איך בין דאך נייגעריג וויאזוי דער עולם האט דאס אפגעלערנט.

kj_monroe » 22/1/2012 21:28

איך פארשטיי ווי דער דיין פון מאנטריאל איז מסביר ביי זיין דרשה וואס ס'איז געווען פארשפרייט רעדט נישט פון קיין גיטע זאך וואס דער שגץ האט געטין דעס רעדן פון א גיטע זאך וואס ער האט געטיען איבערהויפט אז און די זעלבע צייט איז ער פון די גרעסטע משכלים ווי מליידט פון עם איבעראל ווי מאנטריאל לאנדן און ארץ ישראל מיט זיינע פאליציי


תוקן על ידי kj_monroe ב- 22/01/2012 21:31:32

סטראבערי » 22/1/2012 21:39

כל הכבוד פאר'ן מאנטריאל'ן דיין:

אבער פרעגן מעג איך דאך,
ממילא ווען מ'רעדט פון א גוטע זאך וואס ער האט געטוען שלא מן הענין,
לדוג' אזוי ווי מ'וויל נישט רעדן אז די 'דף היומי' איז א גיטע זאך, ווייל דאס וועט ברענגען מ'זאל טראכטן שיין פון מתחברים לרשעים.
אדער נאך שטערקער רעדן שיין פון די ציונים אז זיי האבן איינגענימען דעם כותל אדער קברים פון גרויסעלייט, ווייל דאס ברענגט צו ציונות גופא.
אבער רעדן פון אזא גאטונג גיטע זאך וואס ברענגט נאר חיזוק פאר סאטמאר, וואס איז ראנג?!
30 יאר וואס זיי שרייען אז ס'איז נישט מעגליך אז דער צדיק און יענער צדיק האט אינטערגעשריבן קעגן בעלזא, 
ווייל ער האט גארנישט ראנג געטוען, און דא איז ער געקומען זאגן בפומבי אז ער האט יא:
-זעהט מען די כח פון'ם רבי'ן אז 30 יאר שפעטער, ציטערט נאך אלס דאס הארץ פאר דעם פוגע
-זעהט מען אז סוף סוף איז יש דברים אין'ם שיטה פון סאטמאר 
(און זיי נישט קיין נער, ווי דער בעלזאר ניק 'קונצן' האט פראבירט אראפשפילן די מעשה: ווען קארלין גייט אויפשטיין איין טאג מיט א בילבול, אז בעלזא האט אים געטשעפעט, גייט נאכנישט בעלזא לויפן איבערבעטן ביים ציון...)
נו, וואס איז ראנג מיט'ן שרייבן די פאזיטיווע נייעס פאר סאטמאר?
*
דער מבחן איז טאקע ער אליין:
דער מאנטריאלע דיין, ווען מ'האט אים פארציילט די נייעס אז ס'איז געווען א "מעמד מחילה", איז געווען צופרידן עס צו הערן, אדער ס'האט אים געבאדערט...?!


תוקן על ידי סטראבערי ב- 22/01/2012 21:43:05

kj_monroe » 22/1/2012 21:41

דיין שפראך איז נישט איידל

נאכאמאל נעמען א שגץ און פארציילן א גיטע זאך וואס ער האט געטעין איז נישט אויסגעהאלטן אזוי האלטן די רבנים

סטראבערי » 22/1/2012 21:46

און בעיקר, ביטע מאך נישט די דיינים צונער - און פארדריי נישט די אשכול,
זיי האבן נישט געשריבן אין'ם בריוו אז דאס באדערט זיי!
זיי האבן געשריבן אז "ומזה נראה כאילו מעתה יש מקום להתקרב וכו' "
*
אויף דעם פרעג איך א שאלת הדיוט, ילמדינו רבינו, ווי אין די ווערטער איז 'משמע מזה' אז ס'איז דא א מקום להתקרב?!

אומזיסט » 22/1/2012 21:47

הונדערט פראצענט מיט סטראבערי.

אויטענטיש » 22/1/2012 21:51

ווילאנג ער מאכט נישט קיין וועזנטליכן טויש זענען די אלע זאכן מיינונגסלאז פאר אונז, ער האט אפשר געסעטלט זיין פערזענליכע עבירה, אבער בנוגע זיין סטאטוס, טוישט זיך גאאנישט ווילאנג ער טוט נישט תשובה אויף זיינע פארברעכנס.

די דיינים האלטן אז ווילאנג ער דרייט נישט צוריק דעם זייגער, איז דער גאנצער פיוס נישט רעלעוואנט פאר 'אונז' (פאר זיך האט ער אודאי געטוהן א גוטע זאך) און עס פארדינט נישט קיין התייחסות. די עצם התייחסות ווייזט אז עפעס האט זיך דא געטוישט, און דאס איז נישט ריכטיג.

אישור » 22/1/2012 21:58

מיין אנדערע פראבלעם מיט די בריוו פון די חשובע דיינים איז

אז מען רעכנט יעצט אויס די חטאים פון בעלזא

ביסט מודה ער האט יעצט געטוהן א גוטע זאך?

יא אדער ניין?

די עקסטרמיסטן שרייען אז די פיוס איז א דשאוק און ליצנות

ענק האלטן יא אז עס איז א גוטע זאך לויט ווי איך פארשטיי

נו וואסערע פשט האט יעצט צו קומען און שרייבן א בריוו מיט די בעלזע חטאים

האט איינער געמיינט אז בעלזא איז געווארן הייליג? ?




איין זאך וואס זיי צייגן פאר די גאס

אז קנאות איז "שלעכטיגקייט און פארדארבענע קריגערישקייט " (חלילה )

יענער פארשעמט זיין אייגענע כבוד איבערצובעטן

גיסטו צוריק פעך און שוועבל !

איך האף מען פארשטייט וואס איך מיין צו זאגן

אומזיסט » 22/1/2012 21:58

נאר עס קען זיין אז דער בריוו איז בעצם א תועלת, און סאיז א גוטע וועג אז דער אידדזאל שרייבן, און דערויף זאלן די רבנים רעאגירן, וויייל סתם אזוי האט נישט קיין פשט ארויס צו קומען מיט א בריוו. אפשר איז עס א אפגעשמועסטע זאך...

חוץ מזה, דער אמת איז אז די פרעמדע גאס האט עס יא אזוי אפגעלערנט, די שאלה איז נאר צי עס איז א עמערדזשענסי קלאר צו מאכן פאר גור און וויזניץ אז סאטמאר בלייבט צוקריגט מיט בעלז

אישור » 22/1/2012 22:03

אגב האב איך יעצט געענדיגט הערן שמואל שלמה טעלער פון קרית יואל

אויף קול סאטמאר

זיינע ווערטער זענען עפעס אזוי אויסגעהאלטן

ממש מתוק מדבש

אזוי שיין ארויסגעברענגט די חילוק פון קריגערייען

ביז סתם פירוד



און ער ברענגט טאקע אויך ארויס די ענין פון עת לחשות

ווי פארדארבן עס איז יעצט זיך צו נעמען גיסן שוועבל און פעך


סאטמאר מיט בעלזא זענען צוויי פארקערטע חסידותן ליידער

אבער אין פערזענליכקייטן קריגט מען זיך נישט

די רבי ז"ל האט וועגן דעם מספיד געווען הרב קוטלער

דער מענטש וואס איז געפארן אויף ארץ ישראל קאמפיינען פאר די בחירות

און די רבי האט זיך געגעסן דאס געזונט

אבער דאך נישט געהאט א פערזענליכע קריג און אים שיין מספיד געווען

ר' שמואל שלמה זאגט אז היינט צוטאג וואלט מען געווארפן פאשקעווילן אויפן רבין פארן מספיד זיין . . . 

אויטענטיש » 22/1/2012 22:06

עס איז נישט קיין עמערזשענסי קלאר צו מאכן גארנישט פאר קיינעם, נאר פאר'ן אייגענעם ציבור.

מיין פארשטאנד איז, אז דער אינהאללט פונ'ם בריוו איז ריכטיג, נאר עס האט נישט געברויכט ארויסצוקומען אויף די גאס, ווייל דער מעסעזש קען זיך הערן נישט גוט.

בעצם האלט איך אז דאס באשרייבן די נייעס אין די איד איז גענצליך איבריג. אויב דער גאנצער פיוס מיינט פאר אונז גארנישט, דאן פארוואס סתם גיסן יענעם זאלץ אויף די וואונדן? 

אויטענטיש » 22/1/2012 22:08

אישור, עס איז א חילוק צו א מענטש מאכט א טעות, אדער ער איז מיסודו פארדארבן.
זאל זיך דיר נישט דוכטן אז דער רבי וואלט אמאל מספיד געווען דעם היינטיגן בעלזער, אפילו ווען ער וואלט געקענט דריי מאל אזויפיל לערנען ווי ר' אהרן קאטלער.

אישור » 22/1/2012 22:14

כהאב נישט געהייסן מספיד זיין . . 

אבער ארויסקומען מיט א אטאקע קעגן אים

צוליב זיין חטא אז ער האט זיך משפיל געווען איבערצובעטן ?

האט דאס פשט ?

דאס פאסט פאר די סיקריקים פון דאהי .



איך האב געהאלטן אז אלס סאטמארע ווייסט עטס וואס עס מיינט הנהגה

צו וויסן ווי איין און ווי אויס

אויטענטיש » 22/1/2012 22:21

די מטרה איז נישט געווען אים צו באשמיצן יעצט, נאר מודיע צו זיין אז ער ווערט נישט גע'כשר'ט מיט דעם. 
דו קענסט דן זיין אויב מען מעג/דארף עס טוהן אין די יעצטיגע אומשטענדן, אבער דער ציהל איז נישט געווען אים צו קריטיקירן יעצט. (און נישט ווייל עס קומט אים נישט)

לאנצוט » 22/1/2012 22:23

אזוי ווי אלע שרייבער דא האבן מיך "אראפגעריסן" און אפגעלייקענט אז ס'איז דא עפעס א "חילוקי דעות" ביי קהל מהרז"ל און איין צד רייסט און דער אנדערער קלעפט.

זענט איר אלע יעצט מכובד אויפצוקלערן אייער שטעלונג איין מאל קלאר און דייטליך:


האט צד מהר"א עפעס געזאגט (נישט היידפארק אדער בחדרי חרדים, נאר צד מהר"א) אז מ'גייט ווערן "גוט" מיט בעלזא, אדער מ'האט בלויז געזאגט אז דער פיוס איז אזויפיל אז זיי זענען יעצט פונקט ווי גור.

מיר גייען נישט דאווענען אין בעלזא ביז היינט און מיר גייען נישט מארגן אויך נישט.
מיר זענען זיך נישט משדך מיט וויזניץ, און מיר גייען זיך מיט בעלז ווייטער אויך נישט משדך זיין.
עס האט זיך גארנישט געטוישט.

מיר זענען נישט מיט די סיקריקים, און מיר האלטן נישט אז דער פיוס איז א דזשאוק.
דער פיוס איז זייער א גוטע זאך, און א גרויסע כבוד פון מרן רביה"ק בעל דברי יואל.

איי די אלע אונטערגעשריבענע רבנים האלטן אנדערש, בין איך מגלה דעת, אז "סאטמאר" איז נישט בדעה אחת מיט די סיקריקים און די אידישע-אראבער וועלכע גייען צו אראפאט און אכמידאניזשאד.

די וועלכע האבן אונטערגעשריבען זענען אינעם כלל וואס רביה"ק האט געזאגט: קנאות מאכט חרוב די וועלט, ואנקום את נקמתי בם".

דאס האט נישט געזאגט אדמו"ר מהר"א, נאר דער בעל ויואל משה, ודבריו הקדושים קיימים לעולם. אפילו זיי גייען מיט גאר ברייטע ביבער הוטן.

ודי בזה.

אישור » 22/1/2012 22:24

אין לשון הקודש הייסט דאס

פסיק רישי' דלא ניחא לי' . . .


ובפרט אויב מען האט דאס געטוען נאר צו געפעלן די נארישע עקסטרעמיסטן וואס ווייסן נישט וויזוי אויפצועסן אזא זאך

ווייל אנדערש זעה איך נישט פשט

קיינער האט נישט געמיינט אז בעלזא איז מער נישט ציונים

הדלקה » 22/1/2012 22:34

דער בריוו איז געשריבן געווארן מיט אנוויייזונגען צום "איד" נישט צו באשרייבן בעלזא אדער אריינברענגן א נאנטקייט מיט זיי נאך די מעמד מחילה, 

איך פארשטיי נישט וואס די אלע קשיות זענען דא

לאנצוט » 22/1/2012 22:46

לאנצוט פרעגט צום 100סטן מאל:
איינער האט גערעדט אז "ער איז געווארן כשר" און אז מ'גייט זיך מתחבר זיין" מיט בעלזא?

ער האט איבערגעבעטן דעם רבי'ן זי"ע, און געטאן כמבואר בשו"ע.

ממילא יעצט בין איך אויס "מעסער שטעך", אויס פערזענליכע מלחמה.
די זעלבע מלחמה וואס סאטמאר האט מיט "אלע" רעכטע ציונים, האט מען מיט בעלזא.

וואס איז דא שווער צו פארשטיין?

אויטענטיש » 22/1/2012 22:47

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]


מיר זענען נישט מיט די סיקריקים, און מיר האלטן נישט אז דער פיוס איז א דזשאוק.
דער פיוס איז זייער א גוטע זאך, און א גרויסע כבוד פון מרן רביה"ק בעל דברי יואל.

איי די אלע אונטערגעשריבענע רבנים האלטן אנדערש, בין איך מגלה דעת, אז "סאטמאר" איז נישט בדעה אחת מיט די סיקריקים און די אידישע-אראבער וועלכע גייען צו אראפאט און אכמידאניזשאד.

די וועלכע האבן אונטערגעשריבען זענען אינעם כלל וואס רביה"ק האט געזאגט: קנאות מאכט חרוב די וועלט, ואנקום את נקמתי בם".

דאס האט נישט געזאגט אדמו"ר מהר"א, נאר דער בעל ויואל משה, ודבריו הקדושים קיימים לעולם. אפילו זיי גייען מיט גאר ברייטע ביבער הוטן.


א. די גרעסטע בזיון פאר רביה"ק זי"ע איז צו זאגן אז דער פיוס איז אים א כבוד, דעם רבינ'ס כבוד איז נישט געווארן מיט קיין האר פארמינערט ווען דער בעלזער ואלף כיוצא בו וואלטן גערעדט אויף אים, און ווערט נישט גרעסער ווען ער בעט אים איבער.

ב. מען דארף זיין א 'סיקריק' צו האלטן אז דער פיוס איז א זשאוק? איך גראדע האלט אז דער בעלזער האט עס געמיינט ערנסט, אבער טאמער איינער האלט אנדערש ווערט ער נאכנישט קיין סיקריק, און איך פארשטיי א צווייטן צד אויך. ניטאמאל די בעלזער חסידים האלטן אז ער האט עס געמיינט ערנסט... (דרכי שלום, טעם הכמוס, ועוד ועוד)

ג. מזל טוב, האסטיך עפעס אויסגעלערנט פון די מדינת ישראל פרעסע, ווען א פרומער איד טוט עפעס וואס מיר געפעלט נישט איז ע א סיקריק.

ד. איך אויף דיין פלאץ וואלט געשפירט זייער נישט גוט מיט זיך, נאכ'ן רעדן אזוי מיאוס אויף מערערע רבנים תלמידי חכמים מופלגים ויראי ה'. אבער איך פארשטיי אז דאס איז נישט אייניג ביי יעדן.

ה. איך לאז דיר איבער די רעכטן מחולק צו זיין מיט  וועם אימער די ווילסט, אבער פארוואס מיינסטו אז דיין (!) מיינונג רעפרעזענטירט 'סאטמאר', מער ווי די מיינונג פין 60 יעריגע תלמידי חכמים וואס האבן נאך פערזענליך מקבל געווען פונ'ם ''דברי יואל"?

לאנצוט » 22/1/2012 22:48

הדלקה וויל עפעס אראפשטעלן אז "די אונטערשריפטן זענען בלוז א "אנווייזונג" נישט קיין קריטיק.

פראביר ווייטער צו פארענטפערן דעם שארפן שפליטער צווישן דעם סיקריקין לאגער און די משה גבאי פראקציע.

הדלקה » 22/1/2012 22:50

יא! איינער האט געשריבן! אלע העבראישע וועב שייטלעך באשרייבן פראמינענט די "שלום" וואס האט אויסגעבראכן! די ענגלישע וועבזייטלעך,  די משכילישע "עמי" לייגט א גרויסע בילד פון ר בערל מיט ר אהרן קוועטשן זיך די הענט, 

אלזא די בריוו גיט הדרכה פאר די סאטמארע צייטונג דער איד וויאזוי זיך אומצוגיין מיט די נייעס, 

הדלקה » 22/1/2012 22:51

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
הדלקה וויל עפעס אראפשטעלן אז "די אונטערשריפטן זענען בלוז א "אנווייזונג" נישט קיין קריטיק.

פראביר ווייטער צו פארענטפערן דעם שארפן שפליטער צווישן דעם סיקריקין לאגער און די משה גבאי פראקציע.

אדרבא ווייז מיר אן אין די בריוו קריטיק, בנוגע די בירגער קריג - בין איך נישט מחיוב צו פארענטפערן דיינע מיט דיינע היידפארק קאלעגענ'ס דמינונות

לאנצוט » 22/1/2012 22:58

אויטענטיש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]


מיר זענען נישט מיט די סיקריקים, און מיר האלטן נישט אז דער פיוס איז א דזשאוק.
דער פיוס איז זייער א גוטע זאך, און א גרויסע כבוד פון מרן רביה"ק בעל דברי יואל.

איי די אלע אונטערגעשריבענע רבנים האלטן אנדערש, בין איך מגלה דעת, אז "סאטמאר" איז נישט בדעה אחת מיט די סיקריקים און די אידישע-אראבער וועלכע גייען צו אראפאט און אכמידאניזשאד.

די וועלכע האבן אונטערגעשריבען זענען אינעם כלל וואס רביה"ק האט געזאגט: קנאות מאכט חרוב די וועלט, ואנקום את נקמתי בם".

דאס האט נישט געזאגט אדמו"ר מהר"א, נאר דער בעל ויואל משה, ודבריו הקדושים קיימים לעולם. אפילו זיי גייען מיט גאר ברייטע ביבער הוטן.


א. די גרעסטע בזיון פאר רביה"ק זי"ע איז צו זאגן אז דער פיוס איז אים א כבוד, דעם רבינ'ס כבוד איז נישט געווארן מיט קיין האר פארמינערט ווען דער בעלזער ואלף כיוצא בו וואלטן גערעדט אויף אים, און ווערט נישט גרעסער ווען ער בעט אים איבער.
לאנצוט ענטפערט: דער פיוס איז א כבוד? א שאלה. אז איינער טשעפט מיין טאטן, און שיקן צען דיינים וחשובים אים איבערבעטן ווי דער שו"ע הייסט, איז עס מיר א גרויסער כבוד. אז דיר שמעקט עס נישט. איז עס ווייל "נישט דיין צד האט עס דורכגעפירט. (דיין יצר הרע און דיין עגאאיזם און פאליטיק שטיפט דיר ליידער)

ב. מען דארף זיין א 'סיקריק' צו האלטן אז דער פיוס איז א זשאוק? איך גראדע האלט אז דער בעלזער האט עס געמיינט ערנסט, אבער טאמער איינער האלט אנדערש ווערט ער נאכנישט קיין סיקריק, און איך פארשטיי א צווייטן צד אויך. ניטאמאל די בעלזער חסידים האלטן אז ער האט עס געמיינט ערנסט... (דרכי שלום, טעם הכמוס, ועוד ועוד)
לאנצוט ענטפערט: אויב דער בעלזער האט עס נישט געמיינט ערנסט, וואלט ער געקענט שיקן צען פשוט'ע מענטשן, און מקיים זיין די הלכה כפשוטו. ער האט געטאן לפנים משורת הדין.

ג. מזל טוב, האסטיך עפעס אויסגעלערנט פון די מדינת ישראל פרעסע, ווען א פרומער איד טוט עפעס וואס מיר געפעלט נישט איז ע א סיקריק.
לאצנוט ענטפערט: סיקריק מיינט איינער וואס איז עובר כל עבירות שבתורה אינטערן מאנטל פון קנאות, און ווי מרן רביה"ק זי"ע האט געזאגט אז "קנאות מאכט חרוב די וועלט. - מחריבי קרתא קלינגט עפעס היימישל'ךע.

ד. איך אויף דיין פלאץ וואלט געשפירט זייער נישט גוט מיט זיך, נאכ'ן רעדן אזוי מיאוס אויף מערערע רבנים תלמידי חכמים מופלגים ויראי ה'. אבער איך פארשטיי אז דאס איז נישט אייניג ביי יעדן.
?
ה. איך לאז דיר איבער די רעכטן מחולק צו זיין מיט  וועם אימער די ווילסט, אבער פארוואס מיינסטו אז דיין (!) מיינונג רעפרעזענטירט 'סאטמאר', מער ווי די מיינונג פין 60 יעריגע תלמידי חכמים וואס האבן נאך פערזענליך מקבל געווען פונ'ם ''דברי יואל"?

לאנצוט ענטפערט: דער הייליגער רבי זי"ע איז מאריך אין דברי יואל מועדים, אז מ'האט דעם כהן גדול נישט אריינגענומען אינעם בי"ד וועלכע זענען מעבר דאס יאר, ווייל "אפשר" וועט ער האבן א "נגיעה". אז עס וועט אים זיין קעלטער ביים טוען די עבודה אין ביהמ"ק. אויב מ'וועט מעבר זיין. 

איך בין נישט קיין חושד בכשרים אז די אונטערגעשריבענע האבן "אפשר" א נגיעה. איך רעדן בידועה ברירה, ומעיד אני עלי שמים וארץ אז די אלע רבנים וועלכע פארשטווייגן די הליכה לבג"ץ דורך צד מהרז"ל בבני ברק, און זענען קיין טראפ נישט מוחה, איז עס צוליב נגיעה וקבלת שוחד ווי דער פסוק זאגט קלארט: כי השוחד יעוור עיני חכמים ויסלף דברי צדיקים. און דאס האט נישט עקספייערט 3500 יאר צוריק. עס גייט נאך אן תשע"ב. און ליידער זעט עס די גאנצע וועלט.

ואין די בזה. 

אבראהאם » 22/1/2012 23:05

איך בין שאקט צי זעהן ווי נארמאל מען דעבאטירט די זאך
איך מיין ס'איז די ערשטע מאל וואס מען רעדט צי די זאך אין מיט דרך ארץ

יעצט מיין פאינט אוו וויאו

משה גבאי האט אראפ געלייגט א העכסט נארלמאלע ארבעט אין אראפ געשטעלט די זאלי'ס אלץ נארמאלע מענטשן באזעסענע מענטשן
וואס די דיינים ווילן ווייס איך נישט אין פין וועלכע בולבול המוחות ר' משה מנחם רעדט  ווייס איך אויך נישט
קיינער איז נישט מבולבול געווארן פין די פיוס סך הכל האט ר' משה מנחם מבלבל געווען דעם עולם

אויסער אז ס'קען זיין אז די דיינים רעגן זיך אז מען האט זיך מיט זיי נישט דורך גערעדט פארדעם

לאנצוט » 22/1/2012 23:05

הדלקה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
יא! איינער האט געשריבן! אלע העבראישע וועב שייטלעך באשרייבן פראמינענט די "שלום" וואס האט אויסגעבראכן! די ענגלישע וועבזייטלעך,  די משכילישע "עמי" לייגט א גרויסע בילד פון ר בערל מיט ר אהרן קוועטשן זיך די הענט, 

אלזא די בריוו גיט הדרכה פאר די סאטמארע צייטונג דער איד וויאזוי זיך אומצוגיין מיט די נייעס, 
.

הדלקה.
עמי איז א לשון הרע מאגאזין. היידפארק איז א לשון הרע בלאג.
און אויב א היידפארק שרייבער וועט פירקלען אז כ"ק אדמו"ר מהרז"ל האט אנגעקאלט דעם בעלזער רבי'ן און אים געזאגט "אחי אתה" הייסט דאס אז "דאס איז געווארן א מציאות?

איז טוויטער מיט היידפארק דיין מעסטער.
ביטע עקט ווי אן ערוואקסענער.

איך האב געקלערט אז אוודאי וועסטו עפעס טרעפן קריטיק אין דעם וואס ר' שמואל שלמה טעללער האט זאגט, קומסטו מיט א טוויטער און שוין איז עס דיר גוט צו אטאקירן?

ביסט א קינדערגארטן יונגעל, פליז !

הדלקה » 22/1/2012 23:12

אנטשולדיגט צדיקל אבער איך בין נישט היינט געבוירן, חדשות בחדרי חדרים, כיכר השבת, ישבה ווארלד נויז, זענען היינט פון די גרעסטע נייעס פארשפרייטער אין די חרדישע וועלט, און יא... אפילו מער ווי אם.. וויאזוי הייסט ער נאר... שמואל שלמה טעללער
עמי איז היינט פון די גרעסטע אידישע מאגעזינען אויף די ענגלישע שפראך, נישט צו ווייט פון די גרעסטע - משפחה.

איך ווייס נישט אין וועלעכע וועלט דו לעבסט, אבער ווי איך בין געגאנגען האט מען גערעדט איבערן "שלום" צווישן בעלזא און סאטמאר.

הדלקה » 22/1/2012 23:15

און ווי קומט דא אריין טוויטער? אדער "אטעקירן" פאר דהעט מעטער, 

אדער (קאפי\פעיסט נאכאמאל) שמואל שלמה טעללער

קיינער אטאקירט נישט

וואלןסח » 22/1/2012 23:24

הדלקה
דו זאגסט די בריוו איז א אנווייזונג? ווי א שירעם נאכן רעגן!
וואס האט מען נישט געקענט שיקן דעם אנווייזונג 2 טעג פריער?

אויטענטיש, דער בריוו ברענגט ארויס אז מען איז זיך נישט מתחבר? און וואס ברענגט דער איד ארויס סוף פסוק? אויך די זעלבע!
נו וואס איז דא מוסיף צו זיין? 

הדלקה » 22/1/2012 23:26

איה"נ עס איז א הדרכה אויף ווייטער, אן קיין קריטיק אויף די פארגאנגענע וואך, 

ווייל עס שטייט אויף הייד פארק, אז סאיז א שארפע בריוו וואס רייסט אראפ משה פריעדמאן ווערט עס נישט דאס,

ליין איבער די בריוו, שכח!

אבראהאם » 22/1/2012 23:40

אז ס'איז אזא גוטער צעטיל פארוואס האט מען אראפ געפילקט פין אלע זאלנישע שולן פאר שבת ?
פארוואס האבן די זאלי'ס געלייקנט דעם צעטיל אז ס'איז א פאשקעוויל ?
אין פארוואס איז מהרז"ל נישט אינטער געשריבן דער אויף ?

לאנצוט » 22/1/2012 23:43

הדלקה,
אלזא ווען איז היידפארק יא מאסגעבנד און ווען נישט.

ווען מ'האט ארויסגעווארפן דער איד פון לאנדאן (ר' שלום ציק) און פון ירושלים הייסט עס נאך אנווייזונג?

אויסערדעם וויל איך דיך עפעס אויסלערנען.

היידפארק, עמי, טוויטער, בח"ח, ככר, לדעת = מקוה נייעס. און לשון הרע.
א דרשה פון ר' שמואל שלמה טעללער, ר' דוד שלמה עקשטיין אדער דער בלאט, הייסט אפיציעל.

נישט ווען היידפארק מעלדעט אז ס'איז דא א ריס, ווערט א ריס.
נאר ווען ס'איז דא א בריוו פון דיינים צו דער איד, און מען געט אן "אנווייזונג" אז מיר זענען נישט מסכים מיט דיין געשרייבעכץ, הייסט א שפלינטער.

יעצט צום פאינט.
ביטע ברענט א אפיציעלען בריוו אז קהל מהר"א האט עפעס גערעדט פון א שלום אדער התקרבות.

איך מיין די דעבאטע איז שוין יעצט געשלאסן. און איך ערווארט נישט אז קיינער פון אייך וועט חלילה מודה זיין, ווייל דאס קען נישט פאסירן און איר ערווארט עס נישט.
מיט'ן קאפ אין די וואנט = יא!
מודה זיין על האמת = נישט!

הדלקה » 22/1/2012 23:46

אבראהאם כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אז ס'איז אזא גוטער צעטיל פארוואס האט מען אראפ געפילקט פין אלע זאלנישע שולן פאר שבת ?
פארוואס האבן די זאלי'ס געלייקנט דעם צעטיל אז ס'איז א פאשקעוויל ?
אין פארוואס איז מהרז"ל נישט אינטער געשריבן דער אויף ?

איך קען דיר נישט זאגן ווער סהאט עס אראפגערוסן און פארוואס, אבער אפיציעל האט עס נישט די קהלה אראפגערוסען, והא ראי' אז ס'הענגט נאכאלץ און עטליכע בתי מדרשים דקיט"ל,

קיינער האט נישט געלייקענט דער בריוו, די גרעסטע  זלונישע טוויטער גרופ האט עס אין פאקט ארומגעשיקט!

מהרז"ל איז נישט אינטערגעשריבן אויף יעדן צעטיל דו"ק ותשכח (אין פאקט איש ר אהרן אינטערגעשריבן אויף פיל ווייניגער צעטלעך. גייט איינער זאגן אז ווייל ר אהרן איז נישט אינטערגעשריבן אויף די סידור קידושין מערכה, האלט ער אנדערש ווי ר געציל..)


תוקן על ידי הדלקה ב- 22/01/2012 23:56:30

הדלקה » 22/1/2012 23:52

לאנצוט טייערע,
קיינער זאגט נישט אז סאיז מאסגעבענד, אבער אויף אזוי ווייט איז עס גענוג אז די דייני דקהלתינו זאלן ארויסגעבן אנווייזונגען פאר איד נאכדעם ווי די אידישע וועלט איז אויף מיט די נייעס,
ווי קומט דא אריין קהל ר אהרן? אין די בריוו שטייט נישט קיין ווארט איבער זיי!
 

לאנצוט » 22/1/2012 23:58

הדלקה., שמע נא לדברי לאנצוט אך הפעם:

1) פאקט 1 = דער מציאות איז אז אז איין צד קלעפט, און איין צד רייסט, דאס זעט יעדער פון מיטוואך אנגעהויבן יעדן איינציגן טאג.

2) פאקט 2 = מ'האט דער איד נישט פארקויפט די וואך אין לאנדאן און נישט אין ירושלים.

3) פאקט 3 = הגה"צ הקדוש ר' מנשה פילאפף האט געהאלטן א דרשה קעגן בעלז, און ארונטערגעריסן "דעם פיוס".

4) פאקט 4 = די דיינים האבן ארויסגעגעבן א בריוו דירעקטירט צו דער איד.
יעצט זייער פשוט, אויב איז נישטא קיין ריס, פארוואס האבן זיי אים נישט אנגעקלינגען און איבערגעגעבן וואס זיי האבן צו זאגן.

איז שוין געווען איינמאל אין די היסטאריע פון דער איד, פון תשט"ו ביז תשע"ב אז סאטמארע דיינים זאלן ארויסגעבן א בריוו אין דער עפנטליך "צו דער איד" מיט אן אנווייזונגען.



אלזא, צו אלע מיינע קאלעגן און גוטע פריינט:
הדלקה, אומזיסט, KJ, ביידען, באלאנד, געלעכטער, אויטענטיש, 1SATMAR, און נאך 250 ניקים החשובים:

עס איז דא א ריס, סאו וואט, ס'איז נישט די ערשטע און ס'איז נישט די לעעצטע, און ס'איז נישט קיין מיללער. און ס'לוינט נישט זיך משפיל צו זיין און לייקענען. איר פאפט נישט קיינעם.

די סיקריקים האבן גובר געווען (ווי תמיד), און משה גבאי האט געכאפט א געזונטן ריק. שוין געזען אזוינס.

לאנצוט » 23/1/2012 00:02

הדלקה היקר,

לייקנסט שוין ווייטער?

דו האסט דאך געווארן דעם אטאם אז צד מהר"א רעדט פון שלום און התקרבות מיט בעלזא. און דו האסט א פעסטע ראי' פון עמי, טווייטער, היידפארק און כיכר און פעיסבוק.

זאג איך דיר זייער קלאר און אויפריכטיג:
האסטו סיי וועלכן בריוו פון צד מהר"א צו בארעכטיגן דיין געבעקס, אדרבה ברענג!
און אז נישט, איז ווייל ס'איז נישטא און דו ווייסט עס זייער גוט.

מיר האבן יא א בריוו צו בארעכטיגן דעם שארפן שפלינטער, דיר פאסט נאר נישט מודה צו זיין.

סטראבערי » 23/1/2012 00:16

[   -----------------------------------------------------------------------
מאמר המוסגר: לאנצוט 
שוין די 8'טע אשכול וואס דו פירקעלסט מיט דיינע קינדעריי
יא-ריס/נישט-ריס.
פארדרייסט יעדע אשכול מיט די נעריש'קייט.
איך האב דא געעפנט די אשכול, צו דיסקוטירן "דער איד'ס" באשרייבונג, וזה הוא!
*
און פאר דיין קעפעלע צו זיין צופרידן:
    1) יא! ס'איז דא  מיינונג'ס פארשידנעהייט, און די איינציגסטע פלאץ אויפ'ן גלאובּ ווי ס'איז נישט דא, איז אין א "ציגן-שטאַל..."!
    2)  וזו האמת, יעדער האלט די זעלבע, ס'איז א דיון וויאזוי צו רעדן אין די עפנטליכקייט.
*
(אגב, אין'ם יעדער אינקלוד איך אויך די ארונים, נאר זיי האבן נאך א פרט,
אז זיי זענען פארריקט פאר די פּאַפּאַראַזי וואס די 'רעבּארן און בעלזע' פיקטשער וועט זיי ברענגען,
אבער רעדט צו די ארונים נאכ'ן 'ויהי ממחרת' פון'ם בילד, ווען די שטויב וועט זיך האבן געזעצט, און זיי וועלן ריאלעזירן אז עס ברענגט זיי גארנישט, וועלן זיי אויך האלטן די זעלבע. ימים ידבירו)

----------------------------------------------------------------------------  ]
 


תוקן על ידי סטראבערי ב- 23/01/2012 00:20:59


הדלקה » 23/1/2012 00:23

אז נאך איינער וויל דיסקוסירן ווי נארמאלע מענטשן בין איך דא, איך בין מיד נאכאמאל און נאכאמאל פרובירן מסביר צי זיין פאר לאנצהוט, וואס וויל עפעס נישט כאפן, און ברענגט בערג מיט .... פאקטן

הנגיד_רבי » 23/1/2012 00:23

סטראבערי
  איינס [בילד – נישט אפגעהיט] און נאך איינס! [בילד – נישט אפגעהיט]

לאנצוט » 23/1/2012 00:24

סטראבערי היקר.
אנטשולדיגט פאר דיין אויסברוך. אויב איך האב עס גורם געווען, בין איך דין מפייס ברבים.


הדקלה האט געשריבן דא אויבן אז צד מהר"א איז ביזי מיט שלום והתקרבות מיט בעלזא, דערפאר האב איך געפינען פאר וויכטיג צו שרייבן דעם "אמת".

אויסערדעם האט מען גערעדט איבער די באשרייבונג אין דער איד, און אז דער איד האט קלאר פאזטיוו געדענקט דעם פיוס און הגה"צ ר' מנשה פילאפ וכת דילי' זענען קעגן דעם גאנצן פיוס, און די דיינים וועלכע זענען אונטערגעשריבן אינעם בריוו "צו דער איד" זענען קלאר קעגן דעם פיוס.

והא ראי', אז אין די היסטאריע פון דער איד איז נאך קיינמאל נישט געווען קיין בריוו פון דיינים צו די רעדאקציע פון דער איד.

איך פארשטיי דיין שטעלונג פון לייקענען, און איך בין דן לכף זכות.

לגבי דיין נביאות איבער די ארונים, איך בין מודה צו זיין דיר אז "מארגן" גייען זיי זיך זיכער אויסקוילענען און אויס'שחט'ן. למעשה היינט הערשט נישט קיין חילוקי דעות דארט און אלע זענען ביי דעם מיינונג:

דער פיוס איז א חשוב'ע פיינע זאך.
שלום והתקרבות דאס נישט, פינקט ווי גור און סלאנים וכו'.

לאנצוט » 23/1/2012 00:26

סטראבער איך געב דיר אויך אזאנס [בילד – נישט אפגעהיט]

אבער אויס סאיז דיר נישט שווער, פליז עקספלעין מיר אויב ס'איז דיר נישט שווער, ואס עס מיינט דאס ארויסווארפן דער איד פון לאנדאן און ירושלים.

איז דאס אויך נאר א מיינונגס פארשידנהייט?

דייקן » 23/1/2012 00:35

סטראבערי, אפשר ערקלערסטו די צוויי מיינונגען פון צד מהרי"י?

זעליג_כהן » 23/1/2012 00:36

אם אין דעת הבדלה מנין?
זאגסט אז ביי די ארונים איז נישט דא קיין חילוקי דיעות.
'דעת' אליין איז יא דא?
אדרבה אז ס'איז דא דעת, ווי איז ענקער מיינונג, אין בלאט האט שוין יעדער געקענט זעהן אז ס'איז נישטא
מ'האט געלייגט א פיקטשער, אזוי פאר קינדערגארטן קינדער...
אזוי קען מען נאכדען שרייען קוק אונז האמער איין מיינינג
-איי וואס איז די 'איין מיינונג?'
-יואלי ארוני'ס תירוץ:
אהההה... טעלער... רעדנער פון קול סאטמר... אאאאההה... שרייבער פון בחצרות..... די צווייטע אימעיל פון בחצרות... די צווייטע רעדנער פון קול סאטמר... רבי יונה.... אברהם יושע ווצב"ג מיט יוסל ווייס וואס האבן געשריגן ווי א בת קול צו די בעלזע דיינים "מחול לך! מחול לך! 

זעליג_כהן » 23/1/2012 00:38

און צו סטראבערי. איך האלט ווי דיר בנוגע דער איד. איך זעה גארנישט קיין רמז צו וואס די דיינים שליט"א שרייבן

וואלןסח » 23/1/2012 00:43

ראה מעשה ונזכר הלכה, ס'האט נישט אזוי מיטן אשכול, איך זע נאר ווי זעליג שרייבט וועגן יוסל ווייס, בקיצור:
איך האב גערעדט צו ר' יוסל ווייס דעם שבת, די גאנצע באשרייבונג וואס מען האט געשריבן עדות, מחול לך וכו' איז אויסגעזויגן ווי פינגער
ר' אברהם יושע מיט ר' יוסל זענען געווען דארט פאר איין סיבה, אכטונג צו געבן אז ס'זאל זיין סדר (אויב וועט זיך פונקט געפינען דארט איינער וואס וועט זיין אין די גיסטע)
זיי האבן נישט געזאגט מחול לך, די דיינים האבן געזאגט

דייקן » 23/1/2012 00:44

זעליג כהן האלט ווי סטראבערי, און איך האלט ווי מיר. אצינד, ווען ס'זענען דא חילוקי דיעות איז דא א סיבה פארוואס איך האלט אזוי און דו האלטסט אנדערש. בעט איך אויב איינער פון צד מהרי"י קען אויסשמועסן ביידע זייטן, מיט דאנק פון פאראויס.

אומזיסט » 23/1/2012 02:04

דייקן, איך מוטשע זיך צו פארשטיין, אבער עס קען זיין אז די דיינים זענען געווארן איבערגענומען פונעם וועג וויאזוי די נייעס איז געמארקעט געווארן די גאנצע וואך, און בפרט סוף וואך, ווען בחדרי איז ארו יס מיט א שרייעדיגן העדליין אז דער איד האט געדעקט דעם מעמד. פארוואס איז בחדרי נישט ווילד געווערן אז עמי האט עס געדעקט? זעט אויס אז אין דעם היינטיגן קטנות המוחין ווען מען לייגט צו גאר ווייניג קאפ צו פארשטיין א זאך על בוריה, ווערט יעדע זאך אפגעלערנט זייער אויבערפלעכליך, און דער מעסעדזש איז ארויס אז דער איד האט דאס געדעקט = זאליס שלום מיט בעלזא.

און יתכן אז ביינונז אין סאטמאר איז אויך פארהאן כמה וכמה קטני מוחין וואס קאנען אזוי עס אפלערנען, אלזא איז דער בריוו געווען סך הכל אויס צו קלארן דעם טשטוש. אבער כנראה אז פאר רוב שרייבער דא איז דער בריוו געווען איבריג. זעט אויס אז דא דרייט זיך מער דער קלוגערער חלק פונעם ציבור.

-----

במאמר המוסגר. עס הייסט אז דער בריוו האט געדארפט בלייבן בסוד און אריין געלייגט ווערן אין דער איד קומענדיגע וואך. נאר איינער האט עס ארויסגעליעקט. אויב דאס איז אמת איז דאס א ראיה צו מיין טעאריע אויבן אז דאס איז געווען א אפגעשמועסטע זאך...

מאירשלום » 23/1/2012 03:34

ווער איז געשטאנען אונטער דעם בריעף און גארבעט צו סיינען די רבנים עס שרייבען

נפל » 23/1/2012 07:40

איך קען פארשטיין די ווייטאג וואס ר' משה מנחם האט. איך וויל נישט מאריך זיין, פרעכט אייך נאך וועגן די חורבן וואס בעלזא אין מאנטריאל איז גורם פאר אלא היימישע מוסדות בפרט מיטן אריינעמען די שטאטישע קאמפיוטערס אין די ת"ת רח"ל. ארגער ווי די משכילים שר"י
בלאט: 1 2