היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » "דער איד" ·ווי שטייט 1 ווארט וועגן שלום/התקרבות?

"דער איד" ·ווי שטייט 1 ווארט וועגן שלום/התקרבות?

90 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2939055
בלאט: 1 2

גינגריטש » 23/1/2012 15:38

1[ אין אמת האט די איד געשריבען זייער נערמאל און נישט צו נאנט נישט צו שארף אקעגען, אבער פאקטיש האט די איד האט די ערשטע מאל זייט תש"מ געשריבען ''כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א", און נאך ענדליכע סימפאטישע זאכען וואס מאכט עס אויסזעהן פאר אסאך מענטשען ווי די גרענעצען זענען צובראכען געווארען און פון איצט זעמיר גוטע פריינט און אחים לדיעה, אויף דעם האבען די דיינים גישריבען א בריף צו די איד קלאר צו מאכען אז "חכמים הזהרו בדבריכם"
2] די בריף איז געשריבען אויסדריקלעך צי די איד און נישט פאר די גאס, די דיינים האבען נישט געוואלט מ'זאל עס ארום הענגען ווי א קול קורא וויבאלד מ'פירט נישט מיט בעלז קיין ספעשעל מערכה איצט, דעריבער זענען עושי רצונם געגאנגען עס אראפנעמען,
3] יא, אין די אלגעמיינער גאס איז שוין פעסט ארימגעגאנגען א פאשטענדעניש אז דעס איז א אנהייב פון א שלום פלאן, ווי די עמי מאגעזין האט אויכעט 'פארשטאנען' אז די פיקטשער ווי די 2 שוואגערס רייבען זיך די הענט איז איצט אין פלאץ, ציליב דעם איז דא אזוינע ווי הגאון הגדול רבי משה מנחם שליט"א וואס ווילען קלאר שטעלען אז די מערכה איז נישט ווי גער אדער אנדערע וואס נעמען טריפה געלט און גייען צו די בחירות הטמאות, נאר די מערכה איז פיל מער און טיפער

אומזיסט » 23/1/2012 15:54

אין דעער איד איז געשטאנען בלויז "אדמו"ר מבעלזא", ניטאמאל כ"ק.

וואלןסח » 23/1/2012 16:26

נאכן גוט איבערטראכטן די זאך, און נאכן זען די דרשה פון רמ"מ, קום איך צו די מסקנא אז די דיינים זענען נעבעך אומשולדיג, זיי זענען נאר געפירט געווארן דורך זייערער ארומיגע
איך זע דאך וואס רמ"מ באדערט, און מיט רעכט, דער פראבלעם איז אבער, איז דען א העדליין אין עמי קובע? כש"כ וכש"כ א העדליין אין בחדרי איז עפעס קובע? איז דא איינער פון ביידע צדדים אין סאטמאר וואס האבן געקלערט אז דער פיוס מיינט אז בעלזא איז מותר ווי פאר די צווייטע וועלט מלחמה?
לאמיר גיין א דרגא נידריגער, אפילו דא אין היידפארק, איז דא איינער וואס האט געשריבן אז מיין צד איז פון היינט בשלום ובשלוה מיט בעלזא? (איך רעד נישט אויב איינער האט געשריבן אז יענער איז בשלום...)
נאר וואס, מען האט גענומען די דיינים און זיי געפירט אויף א רייד, מען האט זיי גוט אנגעדרייט וואסערע גרויסע חורבן דא גייט זיין, (בערך ווי מען האט בשעתו אנגעדרייט רביה"ק זי"ע ביים שידוך פון רבינו שליט"א (מהר"א) אז פון היינט גייט מען שוין רעדן עיברית, און אלע חומות זענען צופאלן), און ממילא דאס האט געברענגט די אויפברויז
די דיינים ווייסן נעבעך נישט אז ווען דער סאטמארער ציבור ליינט די דרשה אדער בריוו טראכט מען צו זיך, נעבעך, וואס איז ער מחדש, ווער האט געזאגט אנדערש

לאנצוט » 23/1/2012 17:24

מאירשלום כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווער איז געשטאנען אונטער דעם בריעף און גארבעט צו סיינען די רבנים עס שרייבען


מאיר שלום, ביטע הער אויף שפילן.

א דאנק.

outspoken » 23/1/2012 18:37

נאכן גוט איבערטראכטן די זאך, זעע איך אזוי,  נישט מהר''א און נישט רז''ל האבן געזאגט א ווארט,

חסידי מהר''א זענען עקסיידעט פון די פיוס ווייל בעלזא ווערט פונקט ווי וויזניטץ גער וכדומה, מ'קען אים שוין באזוכען, טאנצען צוזאמען אויף חתונות(קנאות פראוועט מען נישט ביי חתונות)
ווי די גמרא זאגט שמא יחפה על בת אחותו
הנה מה טוב ומה נעים שבת משפחת וויזניטץ ובנותיו גם יחד.

די זלונים זענען צופארען, פון איין זייט האט ער איבערגעבעטן אויפן פוגע זיין פערזענדלעך דעם רבין, וואס לכשעצמו האט ער געטון ווי די הלכה אין שו''ע, אבער(א גרויסע אבער) ער האט האט נישט חרטה געהאט פארן זיין די עמלק וואס האט אפגעלאכט פון די שיטה הקדושה (של רבותינו החת''ס ותלמידיו) און צובראכען די גבילות שגבלו רבותינו רבני ירושלים, ועוד. ממילא דאס האט געברענגט די אויפברויז די דיינים אז זיי זאלן שטארק ארויס ברענגען די צווייטע (עיקר) זייט פון די מטבע. אפילו ווען דער איד האט בעצם נישט שלעכט געשריבען.

אבראהאם » 23/1/2012 18:44

איך האלט דעס רעפעקלעטירט ביידע צדידים


ר' אהרן ט"ב הוא מנהיג חזק, ועושה מה שרוצה. אני יודע שהי' אויבר חכמים בין מקורביו שהזהירו אותו לא לעשות שלום עם קלוזנבורג, מפני "מה יאמרו ה'גאס'". אבל הוא עשה שלום והיום כולם מודים שזה הי' הצעד הנכון. הזאלונים הם קואליציה מכל סוגי קיצונים: בני יואל, סיקריקים, לייטנר, קאשוי, שרמאש, טשאטה. לכל אחד ואחד מהם יש המנהיגים שלהם. רז"ל ט"ב הוא שליט בובה, ללא כוח אמיתי. האהרונים קוראים להצד שכנגד "זליבאן" מפני שהם כמו הטליבאן, קיצונים, משוגעים, פנטיים. רז"ל באמת נתן את האור ירוק למשה פרידמן לעשות שלום עם בעלזא. אבל מה יש לעשות כשהמנהיגים הפנטיים אחרים מאיימים עם מלחמת אזרחים בתוך הקואליציה הזאלוני

לאנצוט » 23/1/2012 18:48

אוטספאוקען.

דער מציאות איז קלאר:
פערצופאל האט דער איד גענומען די ליניע פון "קול סאטמאר" און האט פאזיטיוו געדעקט דעם פיוס.

פון שלום האט קיינער נישט גערעדט, און עס איז נישט עולה על הדעת צו מאכן שלום מיט איינעם וואס איז חלק המעמיד אינעם מלכות המינות.

יעצט מיין ענדגילטיגע לעזונג פאר די אלע וועלכע האבן א "בלבול המוחות".

לדעתי איז כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א דער בעסטער "מעסטער" פאר אלגעמיינע סאטאמארע "שיטה אידן", וועלכע וויסן את הדרך אשר נלך בה ואת המעשה אשר יעשון, ואיזה דרך ישכון אור.

דער מציאות איז אז: פשעווארסקער רבי שליט"א איז עכט "אומפארטייאיש".

כ"ק מפשעווארסק קען  מען נישט חושד זיין מיט'ן זיין א "מעסיגער".
כ"ק מפשעווארסק קען מען נישט חושד זיין מיט'ן זיין אן ארוני.
כ"ק מפשעווארסק קען מען נישט חושד זיין מיט'ן וועלן מה-יפית'ן בעלזא.
כ"ק מפשעווארסק קען מען נישט חושד זיין מיט'ן זוכן צו מאכן שלום והתקרבות.

ודי בזה.
ביטע צוריקענטפערן אויפריכטיג.


תוקן על ידי לאנצוט ב- 23/01/2012 18:50:30

לאנצוט » 23/1/2012 18:49

כפי ידיעתי הברורה האט פשעווארסקער רבי געלאזט הערן זיין חוות דעת קדשו.

אלזא ווער עס ווייסט וואס כ"ק מפשעווארסק שליט"א האט געזאגט איבער דעם פיוס, זאל ביטע מעלדן.


תוקן על ידי לאנצוט ב- 23/01/2012 18:52:22

outspoken » 23/1/2012 18:52

אבראהאם כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האלט דעס רעפעקלעטירט ביידע צדידים


ר' אהרן ט"ב הוא מנהיג חזק, ועושה מה שרוצה. אני יודע שהי' אויבר חכמים בין מקורביו שהזהירו אותו לא לעשות שלום עם קלוזנבורג, מפני "מה יאמרו ה'גאס'". אבל הוא עשה שלום והיום כולם מודים שזה הי' הצעד הנכון. הזאלונים הם קואליציה מכל סוגי קיצונים: בני יואל, סיקריקים, לייטנר, קאשוי, שרמאש, טשאטה. לכל אחד ואחד מהם יש המנהיגים שלהם. רז"ל ט"ב הוא שליט בובה, ללא כוח אמיתי. האהרונים קוראים להצד שכנגד "זליבאן" מפני שהם כמו הטליבאן, קיצונים, משוגעים, פנטיים. רז"ל באמת נתן את האור ירוק למשה פרידמן לעשות שלום עם בעלזא. אבל מה יש לעשות כשהמנהיגים הפנטיים אחרים מאיימים עם מלחמת אזרחים בתוך הקואליציה הזאלוני


איש בעלזא 00:40 20/01/2012

ראיתי את מאמרו של ר' מנשה פיליפ שם הוא מביא הוחכות מדברי מרן המהר"י מבעלזא זי"ע על אודות המלחמה ברשעים, אך משום מה הוא מתעלם לגמרי מהוראתו של מרן מהר"א - אשר (כמעט...) כל גדולי הדור הקודם רעדו לדבריו, אשר הוא זה שהורה ללכת לבחירות ולקחת כסף מהמדינה.
זה סוד כוחם של המנהיגים לבית בעלזא זי"ע ושיבלחט"א לדעת בכל דור ודור כיצד להרבות כבוד שמים לפי המצב בדור ההוא, ולא לקדש מלחמה שלפני מאה שנים לדור הזה.
נאמן להוראת דודו ימשיך מרן האדמור מבעלזא שליט"א להשתתף בבחירות ולקחת תקציבים מהמדינה, ואין זה סותר את בקשת המחילה מהאדמורי"ם מסאטמאר.


outspoken » 23/1/2012 19:03

.


תוקן על ידי outspoken ב- 23/01/2012 19:43:38


הנגיד_רבי » 23/1/2012 19:11

איך האב יעצט געוואלט שרייבן און מסביר זיין מאנטריאלע דיין שליט"א
האב איך געזעהן אז נפל האט עס שוין בארירט.

עס איז סך טיפער ווי נפל האט געשריבן.
עס האט ממש געהאלטן ביי דעם -און אפי' יעצט ווייסט מען נאכנישט וואס עס וועט זיין אין מאנטריאל מיט י ערליכע ישיבות וואס די רעגירונג דארט צווינגט זיי צו לערנען 3 שעה א טאג לימודי חול, און נישט אויף צו נעמען געלט, נאר אז נישט ווילן זיי עס אינגאנצן אפשפארן!
און בעלזא איז געגאנגען נאך פאר די רעגירונג האט עס פארסירט (ווייל זיי האבן דאך נישט למעשה געקענט סטראשענען ווייל מ'האט געווינען אין קארט 'אויף דערווייל') און איינגעפרט פאר ישיבה בחורים 3 שעה א טאג לימודי חול!
א זאך וואס האט אפי טייער געקאסט פאר בעלזא ווייל כמעט א האלבע ישיבה איז זיך צופאלן און דער עולם האט ארויסגענו מען די קינדער פון דארט.
אבער די מערסטע ברויזן די ערליכע מוסדות וואס יעצט קען די רעגירונג ווייזן, ''קוק די בעלזא גייען אויך מיט בארד און פיאות און דאך האבן זיי מיך געפאלגט!"

דאס איז פארוואס רבי משה מנחם איז אזוי ברוגז אויף זיי. ווייל ער קען זיי. 

לאנצוט » 23/1/2012 19:33

outspoken כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אוטספאוקען. 
  
 am i missing something or what




כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק איז פון די גרעסטע לוחמים קעגן בעלזא, און ער איז ארויסגעקומען גאר שארף קעגן זיי בשעתו.
כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק איז זייער נאענט צו די הייליגע בעלזא דינאסטיע און האלט זיך א תלמיד פון מרן הק' מבעלזא זי"ע.
כ"ק מפשעווארסק האט זיך געלאזט הערן ביי די פרשה.

יעצט דו פרעגסט ווי א תם:
 am i missing something or what

YES, YOU'RE MISSING, GO FIND OUT

ביטע געפין אויס וואס כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק האט געזאגט איבער פיוס. און ביטע זיי עס מפרסם.



תוקן על ידי לאנצוט ב- 23/01/2012 20:17:06

outspoken » 23/1/2012 19:47

איך האב אראפגענומען מיין תגובה ווייל אפילו אויב נאר איינער קען עס אפטייטשען אלץ א פגוע אויף א קדוש ישראל, איז עס נישט ווערט.

לאנצוט ביטע נעם אראפ דיין תגובה.

לאנצוט » 23/1/2012 20:15

אוטספאוקען,
איך האב אראפגענומען אלעס און געלאזט נאר איבער חוות דעתו הבהירה והצרופה פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א.

און ביטע ווער געוואויר וואס פשעווארסקער רבי האלט, ווייל זיין חוות דעת איז גאר שטארק רעלעוואנט, און לויט מיין קורצן שכל, איז זיין תורה'דיגע און קנאי'שע בליק איבער דעם ענין, דאס מערסטע וואגיק פון אלע רבנים איבער דער גארער וועלט.

דער מציאות איז:
קיינער פון די רבנים סיי פון דאהי אין חו"ל און סיי פון די רבנים אין עדה החרדית וועלכע האבן געשפילט א ערנסטע ראלע בימים ההם אין די פרשה, לעבט שוין ליידער נישט חוץ כ"ק מפשעווארסק שליט"א.

אוודאי מ'קען טרעפן די חתימה פון ר' ברוך כהנא און נאך חתימות, אבער ערנסטע רבנים וועלכע האבן געפירט די מערכה דעמאלט לעבן שוין קיינער נישט.
א דאנק.


תוקן על ידי לאנצוט ב- 23/01/2012 20:23:59

outspoken » 23/1/2012 20:20

אויף די תגובה איז דא א פיקטשער פון א פעדער, אז מ'דריקט דערויף קומט ארויף א קעסטעל, און מ'קען מעקען. יש''כ

outspoken » 23/1/2012 20:23

וואס איז די סוד, זאג שוין וואס כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק האט געזאגט.

לאנצוט » 23/1/2012 20:25

outspoken כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האב אראפגענומען מיין תגובה ווייל אפילו אויב נאר איינער קען עס אפטייטשען אלץ א פגוע אויף א קדוש ישראל, איז עס נישט ווערט.

לאנצוט ביטע נעם אראפ דיין תגובה.


אוטספאוקען:
מ'שרייבט פגיעה. נישט פגוע.
(נחום ראזענבערג קרענק. דזשאקסט קידינג).

אישור » 23/1/2012 20:25

איך זעה אז ביי אייך איז דער עולם שטארק צומישט

איך וויל נישט מאכן נאכמער צומישט אבער איך וויל פרעגן א שאלה אויף די מאנטריאלע דיין



איך האב געהערט זיין דרשה ווי ער זאגו בנוגע די פיוס אז א געוויסע גדול וואס האט אונטערגעשריבן פאר די בחירות האט געוואלט איבערבעטן דעם רבין און די רבי האט געענטפערט אז דאס האט גארנישט מיט אים פערזענליך און מען קען נישט תשובה טוהן אויף אונטערשרייבן דורך אים איבערבעטן

זייער א שיינע מעשה און לכאורה מיינט ער צו זאגן אז דער בעלזער האט נישט געקענט איבערבעטן




וויל איך פארשטיין ווי קומט איינס צום צווייטן ? ?

דא רעדט מען דאך פון איינעם וואס איז געווען אין סאטמאר "אנדערש ווי אלע אגעדיסטן "

קעגן אים האט מען יא געפירט א פערזענליכע חרם חמור "ווייל ער האט גערעדט אויף אונזערע רביס מיאוס "

אויף דעם איז דאך זיכער אז די וועג איז ער זאל איבערבעטן דעם רבין וואס ער האט פוגע געווען

און דערמיט ווערט ער טאקע יעצט די זעלבע ווי יענער גדול אז זיין חטא איז שוין יעצט בינו לבין קונו

וואס אויף אזא איינעם האט מען קיינמאל נישט געפירט קיין פערזענליכע מערכות און חרמות




פארשטייט דער עולם וואס איך וויל פרעגן ?

וואו קומט דא אריין יענע מעשה ? ?

לאנצוט » 23/1/2012 20:27

outspoken כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
וואס איז די סוד, זאג שוין וואס כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק האט געזאגט.
.

כפי ידיעתי ממקור מוסמך האט כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א זיך אנגערופן ווען מ'האט אים פארציילט איבער דעם פיוס פון די צען דיינים כהאי לישנא: "אויף דעם האמיר דאך געווארט" - עכל"ק.

לאנצוט » 23/1/2012 21:26

אזוי ווי עס האט זיך עפעס ארויפגעריקט די תגובה פון פריער, ברענג עס נאכאמאל, און עס איז כדאי צו הערן וואס אנדערע זאגן:

לויט וויפיל איך זעה איז קיינער פון די רבנים סיי פון דאהי אין חו"ל און סיי פון די רבנים אין עדה החרדית וועלכע האבן געשפילט א ערנסטע ראלע בימים ההם אין די פרשה פון בעלז, שוין מער נישט בין החיים ליידער, חוץ להבדיל בחל"ח כ"ק מפשעווארסק שליט"א.

און אז כ"ק מפשעווארסק שליט"א וואס איז היינט פון די עלטערע רבנים אין דור, האט געלאזט הערן א מיינונג אויף דעם, איז עס איז גאר שטארק מכריע.

מאירשלום » 23/1/2012 21:41

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווער איז געשטאנען אונטער דעם בריעף און גארבעט צו סיינען די רבנים עס שרייבען

מאיר שלום, ביטע הער אויף שפילן.

א דאנק.
?

אומזיסט » 23/1/2012 21:51

אישור, צום צענטן מאל, דער ברך משה האט געפירט א ספעציעלע מערכה מיט בעלזא סאך שארפער און מער ווי מיט אנדערע קרייזן, צוויי יאר בעפארן פגיעה בכבוד רביה"ק זי"ע. שטימט שוין? נאך עפעס שווער?

אישור » 23/1/2012 22:10

א מערכה קעגן דעם מענטש פערזענליך ?

לדוגמה וואס

לאנצוט » 23/1/2012 22:17

אומזיסט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אישור, צום צענטן מאל, דער ברך משה האט געפירט א ספעציעלע מערכה מיט בעלזא סאך שארפער און מער ווי מיט אנדערע קרייזן, צוויי יאר בעפארן פגיעה בכבוד רביה"ק זי"ע. שטימט שוין? נאך עפעס שווער?


דו האלסט אז כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק ווייסט נישט וואס דו אמת'ער קנאי און לוחם מלחמות השם פירט?
דו טראכסט אז דער בוכ"ע האט טאקע נאר דיך מיט די פאר היידפארק שרייבער וועלכע מיינען אים אמת'דיג?

איך האלט אז פשעווארסקער רבי שליט"א האט נאך אזעלכע פלייצעס און האט נישט קיין שום נגיעה צו בעלזא. און ווייסט אויך די מערכה וואס דער ברך משה האט געפירט.

אלזא, ביטע זיי מסביר פארוואס נישט.

אומזיסט » 24/1/2012 02:17

קודם האב איך נאכנישט געהערט קיין טעיפ אדער אפיציעלע הודעה פון פשעווארסק, נאר פון דיר, א היידפארק שרייבער. לויט ווי דו זאגסט כסדר, קען מען פון קיין ה"פ שרייבער קיין ראיה נישט ברענגען, עס מוז זיין אפיציעל. סאו דערווייל איז עס נישט אפיציעל.

שנית, דער פשעווארסקער רבי איז נישט געבינדן צום ברך משה, סאטמאר איז לפנים יא. ווי פאלט אוועק די צווי יאר ביטערע מערכה פונעם ברך משה מיט איין פיוס? איך מאך נישט אוועק דעם פיוס, און לדעתי איז א עוון פלילי וואס געוויסע האבן געטאן צו אויפהענגען נאכאמאל דעם אלטן צעטל וואס איז געווען זייער פערזענליך וועגן איין סיבה: ער האט גערעדט אויפן רבי'ן. דער קו"ק איז לדעתי בטל ומבוטל, ואסור להשתמש בזה, ויש ע"ז לאו גמור ד"לא תונו איש את עמיתו'" כמבואר בפרק הזהב במס' ב"מ. (איך האב געפאלגט דיין עצה און זיך געזעצט לערנען...).

וואסזשע » 24/1/2012 13:54

די בעלזער האט געפירט א מערכה איבער אידישקייט, און גלייכצייטיג האט ער האט געוואלט ווייזן אז סאטמאר רב איז נישט אזוי גרויס, מ'דארף זיך נישט דעשרעקן פון אים, און אזוי ארום האט ער אפגעחוזק'ט מיט זלזול איבער'ן "שיטה" (עי' בדרשתו) און די ספר הק' ויואל משה.
איז אשר על כן לגבי די חלק וואס ער האט פוגע געווען פערזענליך דעם רבי'ן האט ר' משה מנחם אליינס געזאגט אז דאס איז א דבר טוב, אבער די חלק וואס ער האט גערעדט איבער'ן שיטה און קנאות מיט זלזול, האט גארנישט צום רבי'ן דאס האט מיטן רבוש"ע, און כל זמן די זאכן טוישן זיך נישט איז נישט שייך קיין מחילה כלפי דעם רבוש"ע.

 

לאנצוט » 24/1/2012 17:54

וואסזשע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די בעלזער האט געפירט א מערכה איבער אידישקייט, און גלייכצייטיג האט ער האט געוואלט ווייזן אז סאטמאר רב איז נישט אזוי גרויס, מ'דארף זיך נישט דעשרעקן פון אים, און אזוי ארום האט ער אפגעחוזק'ט מיט זלזול איבער'ן "שיטה" (עי' בדרשתו) און די ספר הק' ויואל משה.
איז אשר על כן לגבי די חלק וואס ער האט פוגע געווען פערזענליך דעם רבי'ן האט ר' משה מנחם אליינס געזאגט אז דאס איז א דבר טוב, אבער די חלק וואס ער האט גערעדט איבער'ן שיטה און קנאות מיט זלזול, האט גארנישט צום רבי'ן דאס האט מיטן רבוש"ע, און כל זמן די זאכן טוישן זיך נישט איז נישט שייך קיין מחילה כלפי דעם רבוש"ע.

 


שלום עליכם הרב וואזשע, וועלקאם.

ראשית, איך האב געהערט דעם שמועס פון רבי משה מנחם, און ער דערמאנט נישט אז עס דער פיוס איז א דבר טוב. ער רעדט נאר פון התקרבות.

שנית, דו רעדסט פון דעם חלק פון האקן אויף די שיטה הקדושה און דו טיילסט דאס אפ פון דעם עצם חוזק מאכן פון רבי'ן.

ביסט זיך סותר מיני' ובי'. ווייל מיט וואס האט ער חוזק געמאכט פון רבי'ן. האט ער דען גערעדט אויפ'ן רבי'ן פערזענליך? איך האב געהערט דעם שמועס דעמאלט און אויך געזען געשריבן. ער האט חוזק געמאכט פונעם רבי'ן מיט'ן אראפרייסן די שיטה.

אלזא, ביטע מעיק אפ יור מיינד:
אויב האט ער מפייס געווען דעם רבי'ן, מיינט דאס, דאס האקן אויף די שיטה. ווייל מיט דעם האט ער מבזה געווען דעם רבי'ן. ער האט נישט געזאגט אז דער רבי זי"ע איז א גנב, אדער דער רבי זי"ע איז עובר אויף עבירות אין די תורה. ער האט געמאכט ליצנות פון די שיטה הקדושה, זהו. פינטל,

איך וויל נישט ציטירן די דברי בלע וואס ער האט געזאגט. דער תמצית איז אז ער חוזק געמאכט פונעם רבי'ן דורך האקן אויף די שיטה, און אויב ער קען נישט מפייס זיין אויף דעם איז די גאנצע פיוס אויטאמאטיש אויס, ווייל דעם רבי'ן פערזענליך האט ער נישט ארונטערגעריסן, נאר די שיטה הקדושה.

יעצט צו אומזיסט, וואס פרעגט וועגן כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א:
איך האב געהערט געהערט פון 3 באזונדערע מקורות נאמנים וועלכע זענען דערביי געווען.
אויסערדעם האב איך עס געהערט פון הרה"ח ר' ימבג"ר, וואס ווער עס קען אים, ווייסט אז ער נישט נחשד !

צו די אנדערע פראגע פון אומזיסט איבער די ליניע פון מרן הגה"ק בעל ברך משה:
דער ברך משה איז שוין בעלמא דקשוט און מ'קען היינט נישט וויסן קלאר וואס ער וואלט געהאלטן ווען דער שלום קומט אן בימיו. דאס זעט מען אז משה פרידמאן זיין גבאי האט אריינגעלייגט די פיוס אין דער איד און עס זייער פאזיטיוו געדעקט אלס די בעלזער האבן מקיים געווען די הלכה כמבואר בשו"ע.

איז אזוי:
אויב האלסטו אז משה פרידמאן איז נישט נאמן וואס דער ברך משה האט געהאלטן! איז דיין גאנצע קאמפאני באנקראט טשעפער 7. (נישט 11).
אויב ביסטו פון די וועלכע מאכן ליצי ליצנות פון ברך משה פון זיין התנהגות פון תש"מ ביז תש"ס, אלזא קענסטו מיך נישט פרעגן פון וואס די אנדערע שארפע לשונות וואס ער האט גענוצט.
אויב האלסטו אז משה פרידמאן איז יא נאמן, ווייסט ער דאך אויך וואס דער ברך  משה "וואלט" געהאלטן היינט.

אנטשולדיגט פאר'ן מאריך זיין.

וואסזשע » 24/1/2012 19:53

הרב לאנצוט.

קודם כל וועגן ר' משה מנחם קוק אינעם דרשה, [איך וועל עס יעצט ארויפלייגן] ער זאגט קלאר כהאי לישנא "די עצם זאך איז א דבר טוב אין הקב"ה מקפח שכר שיחה נאה, נו אז יענער טוט א דבר טוב געזונטערהייט"
צווייטענס די בעלזער האט דא געטוהן אן עוולה בנוגע דעם רבי'ן חוץ פון די עוולה פון רעדן קעגן די שיטה,
ווייל ער וואלט געקענט רעדן קעגן די שיטה אלגעמיין, אן צו טשעפענען סאטמאר פערזענליך אין די ספר ויואל משה
אשר ע"כ איז די חלק פון רעדן אויפן רבי'ן פערזענליך אויף דעם איז געווען די פיוס, אבער דעס וואס ער האט אונטערגעריסן די שיטה אויף דעם איז נישט שייך קיין פיוס

קענסט רואיג חולק זיין מיט מיר, ע' פנים לענין

אישור » 24/1/2012 20:05

דער מאנטריאלער דיין דערמאנט א מעשה וואס ברענגט ארויס אז מקען נישט איבערבעטן

מיט דעם מאכט ער אוועק די גאנצע פיוס

און די אלע זאכן אז ער טוט זאכן קעגן אונזער שיטה

אזא איינעם האט די רבי נישט געפירט קיין פערזענליכע מערכות



און אויב אין הקב"ה מקפח שיחה נאה

פארוואס גיט מען פונקט יעצט ארויס א בריוו מיט אלע חטאים

דאס איז דער שכר ?

לאנצוט » 24/1/2012 20:14

דאס גאנצע בזיון וואס ער האט געטאן קעגן רבי'ן איז נאר דאס מבזה זיין די שיטה. ער האט בכלל נישט גערעדט קעגן רבי'ן פערזענליך, מיט א דירעקטע בזיון אויפן רבי'ן. ווי למשל: ראובן איז א באם.,ראובן איז גנב, ראובן איז א שלעכטער און א שלעגער וכו'. ניין ער האט דאס נישט געטאן. ער האט נאר גערעדט בכלליות קעגן די שיטה.

ער האט נאר געמאכט ליצנות פון די שיטה (מיט'ן זאגן אז דער רבי בויט אויף א בני יששכר וכו'), און אויף דעם האט די גאנצע וועלט פארשטאנען אז ער האט מיט מבזה געווען דעם רבי'ן.

אלזא אויב האט ער מפייס געווען דעם רבי'ן זי"ע, איז דער פיוס מצד עצמו אויסגעהאלטן להלכה, און דאס זיין ווייטער א רעכטער ציוני איז פונקט ווי דאס ציונות פון גור און סלאנים.

און התקרבות אדער ווערן "גוטע פריינט" איז קיינמאל נישט געזאגט אדער געטראכט געווארן, ס'איז בלויז גענוצט געווארן אלס שטויס מיטל דורך די סיקריקים פראקציע.

און איך וועל ווידערהאלן אז כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א איז דער גרעסטער מכריע אין דעם ענין, זייענדיג דער איינציגסטער לוחם קעגן בעלזא וואס איז נאך בין החיים אתנו, לאורך ימים ושנים.

אויב דער פיוס איז גוט פאר כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, ווייס איך קלאר, אז דער מהלך איז אויסגעהאלטן.

וואסזשע » 24/1/2012 22:42

לא המדרש עיקר אלא המעשה, יעדער טראכט אנדערש, די שאלה איז נאר די מסקנא היוצא מכל הענין,

די בעלזער איז אנדערש ווי גור מיט סלונים, ווייל ער איז א גרעסערע ציוני ווי אלע אנדערע כגון גור וסלאנים וכו'

א') ווייל ער האט אפגעטראטן פון זיין מסורת אבות לבית בעלזא.
ב) ווייל וואס אנדערע האבן זיך נישט דערוואגט, האט ער זיך יא דערוואגט צו טוהן,
כגון: אריינגעברענגט א פרעמדע חינוך אין כלל ישראל, פסיכאלאגיע, וואס האט היינט אן השפעה איבעראל,
און צווייטענס די טריפענע "הידברות" פון מקרב זיין רשעים, וואס אפי' די גרויסע אמנון יצחק המחזיר בתשובה איז זעהר בייז דערויף, און דריטענס דאס נעמען א חלק אינעם פאליציי אמט, וואס די עולם האט נישט קיין אהנוג וואס עס גייט פאר אין ארץ ישראל מיט די בעלזער, און וואס זיי דרייען אלס אן, 

בקיצור אלעמאל געווען און זענען אלס די נחשונים לרעה, ה"י מהם ומהמונם
 

אישור » 24/1/2012 22:53

מיט וויפיל סעיפים איז גור אנדערשט ?

און סייוויאזוי זענען די זאכן בכלל נישט אויפן טיש



הער אויס די דרשה פון הרב טעלער

וועל איך ווייניגער דארפן שרייבן

לאנצוט » 24/1/2012 23:03

איך וועל איבערזאגן אין איין שורה:
אויב דער פיוס איז גוט פאר כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, ווייס איך קלאר, אז דער מהלך איז אויסגעהאלטן.

מאירשלום » 25/1/2012 03:17

סך הכל. שיטת אהרונים בעלז האט 2 פראבלימען 1 בחירות נעמט געלט פון די מדינה 2 גערעדט מיט א זלזול קעגן רביה״ק און די שיטה הקדושה. ... שיטת רבני סאטמאר האט בעלז 4 פראבלימען 1 בחירות נעמט געלט 2 גערעדט אויף רביה״ק און די שיטה 3 מחלוקת מיט די עדה החרדית 4 שיטות לגבי פיסכאלאגען חינוך הטהור אין מונטריאול וידיאו אדער ביי די יעצטיגע מערכה אין ארץ הקודש ועוד

וואסזשע » 25/1/2012 14:02

איין זאך זאלן ענק אלע וויסן אז די מחילה איז צו פארדאנקען דעס אז סאטמאר האט צוויי רביים,
ווייל ווען נישט וואלט שוין מהר"א שלום געמאכט לאנג פארן פיוס ומחילה,
און דאן וואלט די מחילה קיינמאל נישט פארגעקומען און עס וואלט נישט געווען קיין כבוד פאר'ן רבי'ן,

לאנצוט » 25/1/2012 17:48

וואסזשע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איין זאך זאלן ענק אלע וויסן אז די מחילה איז צו פארדאנקען דעס אז סאטמאר האט צוויי רביים,
ווייל ווען נישט וואלט שוין מהר"א שלום געמאכט לאנג פארן פיוס ומחילה,
און דאן וואלט די מחילה קיינמאל נישט פארגעקומען און עס וואלט נישט געווען קיין כבוד פאר'ן רבי'ן,


אמת און ריכטיג. ווען נישט הגרז"ל וואלט קיין פיוס זיכער נישט געווען.
איך בין מיט דיר 100% בדעה אחת יעצט.

KJ » 25/1/2012 19:49

ביסטו זיכער אז אדמו"ר מפשעווארסק האט דאס געזאגט? ווי קען מען הערן די ווערטער פון אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א?

לאנצוט » 25/1/2012 19:53

KJ
איך בין זיכער דערין, בלי צל ספק.

אויב דו ביסט באמת אינטרעסירט צו וויסן, קענסטו אנפרעגן ביי הרב ימבג"ר. ער האט עס איבערדערציילט.

KJ » 25/1/2012 19:59

איך האב גערעדט צו א מקורב לבית פשעווארסק און ער זאגט אז להד"ם, בין איך נייגעריג צו יענער ווייסט פשוט נישט, צו איז דאס סתם א היידפארק געבעקס?

לאנצוט » 25/1/2012 20:26

דו קענסט אוודאי די באקאנטע הלכה "לא שמעתי" אינו ראיה.
אז דיין מקורב האט נישט געהערט, איז לא מעלה  ולא מוריד. אפשר איז ער פערצופאל נישט דארט געווען דעמאלט.

ובפרט אז איך האב גערעדט צו מערערע וועלכע האבן יא געהערט.
בלאט: 1 2