[quote]
לאנצוט, דו שעמסט דיך נישט איבערצוזאגן דעם טיפשות?
האלטסט עכט אז דער רבי האט געמיינט מיט די וווערטער אז אזוי זאל מען אים רופן? מיינסט דער רבי איז געווען אזא קינד ווי דיין רבי, דער "לב אהרן" וואס האט זיך בחייו קובע געווען א נאמען וויאזוי מען זאל אים רופן?
וויאזוי זאגסטו נאר? באקומסט א קוואדער אויב דו טרעפסט מיר איינער פון די קרוב צו הונדערט טויזענט מחברי ספרים ביי כלל ישראל במשך די דורות, וואס האבן פארשריבן אין זייער הקדמה, אדער אפשר געלאזט א צוואה וויאזוי מען זאל אים רופן לאחר פטירתו. אדרבה, איך בין נייגעריג.
איך פארשטיי אז לויט דיין סביבה'ס הבנה אין א "רבי" שטימט עס אייזן, ווייל ענקער רבי איז טאקע בערך פון אזא מין טייג געקנאטן, אבער ביטע אפילו א פשוטן איד / רבי זיי נישט מדמה צו זיין ילדות, און אוודאי נישט אבינו רועינו מרן הקדוש והטהור זי"ע.
[/quote]
איך דארף זיך שעמען אויב איך שרייב אויף א שטיקל מושיען של ישראל, אז רביה"ק האט דאס געשריבן און דאס האט רביה"ק געמיינט וואס געלבמאן זאגט.
דעמאלט איז ביטער אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.
אבער אויב איך זאג אז דאס וואס רביה"ק האט געשריבן "לשמי ולזכרי" מיינט ער אז מ'זאל אים טאקע אזוי אנרופן, פשוטו כמשמעו, (ואין מקרא יוצא מידי פשוטו), דעמאלט דארף זיך שעמען דער וואס פאר פאליטיק וועט מכחיש זיין שמש בצהרים, צוליב זיין פאליטיק.
אצינד, ווער דארף זיך שעמען?
ענטפער אויפריכטיג ביטע, אדער ענטפער אינגאנצן נישט.