ווייסט איינער די ריכטיגע ציפערן וויפיל סקווער פיס דער ארמארי האט און ווי גרויס איז די מייעסטעיטישער בנין בעיסבאל סיטי?
(איך רעד נישט יעצט פון דעם חלק אז סאיז אין וויליאמסבורג און וועט ערלויבן מער פארעווע מענטשן זיך צו באטייליגן אדער פון אנדערע שוויתער פונעם פלאץ איך רעד פון סקווער פיס)
The Marcy Avenue Armory, also known as the 47th Regiment Armory, is a historic National Guard armory located in the Brooklyn's Williamsburg neighborhood. The armory, completed in 1884, was designed by architect William A. Mundell with an 1899 expansion by architect Isaac Perry that nearly tripled its size with the addition of a second drill shed. The building consists of 165,166 square feet situated on a 3.2 acre lot. It features a very large drill hall which is 59,000 square feet. The military fortress-like exterior is typical of late nineteenth century urban armory architecture. Its purpose was to not only provide a home for local militia activities, but to stand as a formidable stronghold against the perceived threats of social unrest during that era. Today, the armory's massive size opens its future to myriad possibilities, including film production, trade shows and conventions or indoor recreational/fitness facilities.
קוקנדיג דעם קליפ פון די ארמארי זע איך אז די זאליס נעמן ס"ה דעם קליינעם זאל פון די ארמארי, אולי קענען מיר נעמען דעם אינעווייניגסטן גרויסן זאל, דארט ווי ס'איז געווען דער יסוד איתן
א אינגערמאן דערציילט מיר אז מהאט אויסגערופן פאר זיין דרשה בהאי לשנא "מען בעט דער עולם זאל בלייבן סזאל זיין א כבוד שמים ווי אויך איז נאך דא א לאנגע פראגראם נאך די דרשה" דער עיקר אז סאיז געווען סטעישעס פון ביידע זייטן קרוב צו הונדערט פיס אריין כדי די טישן זאלן זיין באלד אזוי שמאל ווי ראדני און מהאט געמאכט א ריזן קאך אינטערן אויבאן און די טישן זענען אויסגעדרייט אויף מזרח אז די בילדער זאלן מיטשפילן אפילו ווען סליידיג וועם שטערט אז ער א שיינע קליפ פון קרוב צו א האלבער עולם ווי ביי אונז איקלאדעט תושבי וו"ב פון פאפא וועין וויזניץ ועוד ועוד ווייל אפילו ווען סאיז נישט מיט די אלע דריידלעך איז זייער ציל געווען די לעצטע 13 יאר אראפצוווישן סאטמאר רבי וחסדיו פון די מאפע און ונוהפוך הוא אשר ישלטו היהודים און אפילו מזאל אונז שיקן קיין קקרוינהייטס וועלן די רבבות ישראל וויסן וואו דער אדרעס פון ארגינעל סאטמאר איז
ווי געזאגט אינטערסירט נישט פאר סאטמאר פונקטליך מיט וויפיל מער מענטשן סאטמאר האט געהאט ווי די מתנגדים צו האלב צו א דריטל צו ווייניגער דער עיקר איז אז לא ינוח שבט הרשע על גורקל הצדיקים און רבבות אלפי ישראל זענען זיך מסתוףף בצלא דמהיינותא און וואריממען זיך אן מיט די דב"ק פון רבינו שליט"א און מער איז אונז נישט נוגע באמת
נאר אז מרעדט שוין יא פון ר' זלמן האב איך א שטיקל קשיא פארוואס איז נישטא קיין בילד פונעם ציבור ביי ר' זלמןנס דרשה פארוואס ביים קליפ איז נישטא פונעם ציבור ביי די דרשה און מהערט נאר די קולות וברקים פון די ציבור וואס ראיז נאך יא דארט און שמועסט? איז טאקע קיינער נישט אינטערסירט אויסצופאלגן זייער הנהלה וואס האט אזויפיל אויסגערופן מזאל מלייבן ווייל סכבוד שמים אדער ווייל סקומט נאך א רייכע פראגראם נאכן דרשה? תיקו!
איך באמערק הערש יעצט די פאשקעוויל פון א זאלי נטורי קרתא וואס צווישן די שורות זעהט מען די פיסטקייט פון פארטיי וואס הערש דארט וואו ער רעדט זיך נעבעך אפ אז דער ציבור קומט נישט לשמוע דבר ה' זיך מחזק צו זיין אינעם רבינס דרכים בכשרות וצניעות וציונית און התבדלות מרשעים מקומט נאר אנצופילן דעם "ארמארי"
זעהט אויס דער פאשקעוויל שרייבער האט נאכנישט באזוכט ביי מהר"א ביי איינע פון די יארן מעמדי כ"א כסליו..
איך שטיי און איך רייס מיר פאר געלעכטער ווי די זאליס שרייבן אזעלכע אויסדרוקן "סאטמאר האט נאך אזא עולם נישט געזען" איך לייקן נישט, דאס בילד איז שיין און הערליך, צו ס'איז געווען פאר די דרשה צו נאך דאס איז מיר נישט נוגע, די שאלה פרעגט זיך ווי איז דער עולם ביי די הקפות אבער נישט דאס וויל איך יעצט רעדן די אויסדרוקען דערמאנט מיך ווי א קרוב מיינער וואס האט באלאנגט צו די בני יואל, און תש"ס האט ער זיך מגייר געווען מיט אלע אהבה מוסתר'ניקעס און ער איז געווארן א חסיד פון ברך משה, נו אלס חסיד האט ער געפילט ער מוז גיין צום רבינס הנרות, איך רעד צו אים א טאג נאכדעם זאגט ער מיר, פשיהא, אזא עולם ביי די הנרות, קיעה"ר, זעלטן וואס איך האב געזען אזא עולם. איך האב געדארפט קוקן אויף די נעגל נישט צו שיסן, וואס זאל איך טון אז ער איז נעבעך אויפגעואקסן אין א בונקער וואס די גרעסטע ציבור וואס ער האט אמאל געזען אין א ביהמ"ד איז 100 מענטשן. די זעלבע דא, די אידן האבן נעבעך קיין גרעסערע ציבור נישט געזען, זאגן זיי אזוינס האט נאך סאטמאר נישט געזען.