תיקון טעות!
די וויסטע שנאה איז נישט אויף די רעבעצין עליה השלום, די טיפע אומגעהויערע שנאה איז אויף רבינו הקדוש והטהור זי"ע אליינס, איך וועל בלויז מעתיק זיין דא איין תגובה וואס ווייזט ארויס דעם עק שפיץ פון חזיר פיסל, און דאס איז מגלה טפח און מכסה טויזנט טפחים, דאס רעדט פון זיך אליין, דאס איז וואס א גרויסער ארוינישער שרייבער גיסט אומקאנטראלבארע שנאה אויף רביה"ק און אויף די "מצומצמים" וואס קלאמערן זיך אין זיין הייליגן דרך:
RESTLER
די זאליס טאנצן פאר שמחה און שרייבן:
היינט האט מען ב"ה ערהאלטן די גוטע נייעס אז דער "ארמארי" בילדונג, וועלכע אירע ווענט זענען אנגעזאפט מיט היסטאריע און נאסטאלאגישע זכרונות פון סאטמארער חסידים, וואס דענקן נאך די היסטארישע מסיבות און מעמדים וואס זענען דארט פארגעקומען, וועט אי"ה אויך דינען היי יאר אלס אכסני' פארן סעודת הודאה וכינוס תלמידי וחסידי סאטמאר רבתי.
די היסטאריע פונעם "ארמארי" מיט סאטמאר איז גאר א רייכער. די התייסדות פון קרן הצלה, בראש פון מרן רבינו קוה"ק זי"ע. דער היסטארישער מסיבת יובל העשרים פון קרן הצלה, בראש פון מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע און דער גאנצער בי"ד פון די עדה החרדית אין ירושלים עיה"ק, צענדליגער מסיבת כ"א כסליו במשך פון די יארן, די חתונה פון הרה"ג ר' יואל שמעון פריעדמאן שליט"א, חדב"ן מרן רבינו שליט"א, און נאך. דעריבער איז א גרויסע פרייד ביי תלמידי וחסידי סאטמאר אז די הנהלת הישיבה האט באקומען דעם בילדונג.
עס רייסט דאס הארץ, ס'איז נישט אויסצוהאלטן אז די זאליס האבן דערווישט די הייליגע ארמארי, דארט ווי דער רעבעזיכרוינעווראחע האט געוויילט אין זיינע לעצטע יארן, מיר גייען אויס פאר קנאה!, מי יתן ראשי מים ועיני מקור דמעה ואבכה יומם ולילה על שבר בת עמי, אוי! אוי! די זאליס האבן דערווישט דעם הייליגן ארמארי!, ממש דעם רבין זיחרוינע ווראחע אליין, ווען די אהרונים האבן ווען שכל, פראבירן זיי כאטש אריין צו כאפן דען רעבענס זיכרוינע ווראחע לינקע האנט, זיי וואלטן געדארפט גיין אויף פראט אינסיטוט וואס האט אויך זייער אסאך היסטאריע, אמת ס'איז נישט אזוי הייליג ווי די ארמערי, אבער פארט זייער הייליג, און אפשר גאר גיין אויף סט. דזשארזש האטעל, וואס האט אין זיך זייער אסאך קדושה, ס'איז דארט ווי דער ערשטער כ''א סעודה און דינער איז פארגעקומען לאחר המחלה פון רעבעזיכרוינעווראחע, און ווי עס איז געווען כינוס כללי'ס פון סאכדעס הרבנים בשנת תשכ''א און שנת תשל''א, בהשתתפות דע רעבעזיחרוינעווראחע, ובפרט איז דארט געווען די הייליגע חתונה פון הייליגן רעב חיים שיעלע, א קדושה בפני עצמו, אז מען האט נישט די זכי' צו די הייליגע ארמארי, זאל מען כאטש עפעס א שטיקל קדושה, ...
זאגטס נאר נארישע זאלישלעך, וואס איז הייליגער? די ארמארי אדער די קרעטשמע? קומענדיגן כ''ב כסליו ווער וועט האבן די ארמארי און ווער וועט האבן די קרעטשמע, הע?, ווען מען גיט אייך א טשויס צו געווינען די ארמארי אדער געווינען דעם קארט קעיס אין קרית יואל, וואס וואלט איר אייך געוועלט, הא?, ווען מען גיט איין א טשויס צו האבן די ארמארי אדער צוריק צו באקומען דעם בית המדרש החדש וואס וואלט איר אויסגעקליבן, הא?, איך וועל נישט לייקענען אז די זאליס האבן געהאט עפעס א שטיקל סוקסעס מיט ערייכן דעם ארמארי ווייל די זאליס ווייסן גאנץ גיט אז אויב דארפן זיי פארן קיין מאנהעטן אדער קיין לונג איילענד סיטי וועלן זיי האבן א עולם ווי הושענא רבה, און חנוכה לעכט צינדן, זיי האט דאס אויסגעפעלט ווי לופט צום אטעמען און עס איז זיי געלונגען, כל הכבוד! אבער אריין צו ברענגען דעם רבין זי''ע און די קדושה פון די ארמארי איז פערדישקיין פון די גרעסטע מאס, טיפיקל זאלישע בהיימישקייט.
ע"כ די ארוינישע דברי בלע, חזור בה וחזור בה, די תגובה איז זייער טיף, אין די שורות און צווישן די שורות שפריצט מיט האס אויפ'ן רבי'ן אליין רח"ל..