קביעות מזוזה בבנין החדש דישיבה לצעירים אין וויליאמסבורג
פארגאנגענע דינסטוג ווען דער רבי שליט"א איז אנגעקומען אויף וויליאמסבורג איז דער רבי שליט"א תיכף צוגעפאהרן צום בנין ישיבה לצעירים ד'סאטמאר ווי דער רבי שליט"א איז ערשינען אין היכל הביהמ"ד בשעת'ן סדר הלימוד און זיך צוגעקוקט מיט פארגעניגן צווישן די תלמידים.
דערנאך האט דער רבי שליט"א געדאווענט מעריב מיט די בחורים, און נאך מעריב האט דער רבי שליט"א קובע מזוזה געווען אויפן היכל ביהמ"ד, ווי עס זענען אויך אנוועזנד געווען הגה"צ אב"ד דקהלתינו שליט"א און הנגידים החשובים תומכי הישיבה וראשי קהלתינו הק' שיחיו.
נאכ'ן קובע זיין די מזוזה איז פאהרגעקומען א מסיבת לחיים ווי עס האט קודם אויפגעטרעטן דער ראש ישיבה הרה"ג ר' מרדכי זאב וואזנער שליט"א און דאן האט דער רבי שליט"א משמשיע געווען דברות קודש לרגל המאורע.





























































