היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ורוח הקודש אומרת כן ירבה, כסליו תשע''ב

ורוח הקודש אומרת כן ירבה, כסליו תשע''ב

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2928483

היראים » 1/12/2011 22:30

התחלת בניית ביהמ"ד המפואר ישמח משה

בשכונות ברך משה אין קרית יואל בשטו"מ

♦♦♦

היראים » 1/12/2011 22:30

הרחיבו מקום אהליך:

קהלתינו הק' 15'טע עוו. אין בארא פארק קויפט אפ שטח צו פארדאפלען בנין ביהמ"ד

 

א פרייליכער מעלדונג קומט פון אינערהאלב קהלתינו הק' והמעטירה אין עואב"י בארא פארק, ווי הנהלת קהלתינו הק' האט אצינד עררייכט בס"ד דעם דערנעבענדיגער שטח פון ביהמ"ד אויף די 15'טע עוו., ווי מען וועט אי"ה פארדאפעלן דעם איצטיגן בנין הביהמ"ד.

 

לכבוד דעם געלגנהייט איז נעכטן אווענט פאהרגעקומען א ענגע צסיבת לחיים מיט די ראשי הקהלה ועסקני הוועד קרן הבנין אין שטוב פונעם רב הרה"צ ר' שלום אליעזר טייטלבוים שליט"א אין שפיץ פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ווי עס האט צו ערשט אויפגעטרעטן דער ראש הקהל ומייסד ביהמ"ד הרה"ח מוה"ר בערל פריעדמאן הי"ו מיט אייניגע ווערטער.

 

דאן האט אויפגעטרעטן הר"ר שלמה ווייס שליט"א מחשובי מתפללי הביהמ"ד ומגי"ש בקהלתינו הק', און דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען ברכת קודש צו דער געלגנהייט און מאציל געווען ברכתו בקודש.

 

-בורא עולם בקנין השלם זה הבנין-

היראים » 1/12/2011 23:00

באקומען אין אישי
פראגרעס פין שיכון קרית יואל אין ירושלים,
אויפן בילד דער רעכטער בנין ווי די שטאקן ווערן ארויפגעצויגן

[בילד – נישט אפגעהיט]

היראים » 5/12/2011 02:16

מסיבת לחיים

אין שטוב פון הרה"צ אב"ד דקהלתינו 15'טע עוו. שליט"א

לרגל די הרחבת גבולי הקדושה פונעם עררייכן דעם

שטח החדש על יד בית מדרשינו אויף די פופצענטע עוו.

פארגאנגענעם דינסטאג העעל"ט

 

בילדער דורך: די וואך

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

ריפל » 5/12/2011 03:34

באקומען אין אישי: ר שלמה ווייס ני"ו האט ביי זיין דרשה ביי די מסיבה לכבוד פונעם אפקויפן דעם נייע שטח פאר סאטמאר 15, פארציילט אז אין די נאכט וואס רבנו שליט"א האט חתונה געהאט, איז ער געגאנגען מיט רבינו ז"ל בעל דברי יואל צו די חתונה פון ר בעריש ספינקער ז"ל. און די רבי האט זיך דארט אנגערופן אז עס קומט זיך מיט היינט נאכט אויך א מזל טוב, מיין נעפיו דער סיגוטע'ערס אהרן האט היינט נאכט חתונה, און דער עולם איז טאקע אדורך געבן מזל טוב פאר'ן רבין ז"ל

היראים » 12/12/2011 04:32

הגאוה"צ דייני קהלתינו אנטווערפן שליט"א

אינאיינעם מיט רבני ודייני הקהלה

באזוכן ביי גאב"ד אנטווערפן שליט"א

היינט - דינסטאג העעל"ט

 

 

 

 

 

 

 

 

♦♦♦

היראים » 12/12/2011 04:39

קליקט אויף די רייכע גליונות פאר די נייעס פין הרחבת גבולי הקדושה

 

 

קרית יואל 

 

 

 

 

 אנטווערפן

 



תוקן על ידי היראים ב- 12/12/2011 04:39:26