די אנדערע ווערסיע
ביד"צ העדה צו קלמנאוויץ (אתרא): שוין אויפהערן חפירות אין נשר!
נעכטן מאנטאג נאכט איז פארגעקומען א שטורמישע ישיבת בי"ד אין בי"ד העדה החרדית, איבער צוויי ערנסטע נושאים, איינער פון זיי די שרעקליכע חפירות וואס גייט פאר אין נשר דורך אתרא קדישא \ יחזקאל קלמנאוויץ.
צו זעהן וועגן די חפירות אין נשר, זעהט דא:
-----------------
די נעכטיגע ישיבת בי"ד איז פארופן געווארן נאכדעם וואס אתרא קדישא האט פארלאנגט א ישיבת בי"ד איבער "מנהרות הכרמל", א טונעל וואס ווען דאס איז געבויעט געווארן איז געווען דארט א חשש קברים, און דער בוי אונטרענעמער האט נישט גענומען קיין השגחה, און אתרא קדישא טענה'ט אז מען דארף אסר'ן פאר כהנים צו פארן אויף יענעם וועג, ווייל עס איז דארט געבליבן באגראבן קברים אונטער דעם, און מאידך גיסא דער בעה"ב טענה'ט אז עס איז קיינמאל קיין קברים דארט נישט געווען, און לו יהא אז יא וואלטן דאס די ארכילאגן אוועקגענומען, און לו יהא זיי האבן דאס דארט געלאזט קען דאס זיין קברי עכו"ם וועלכע זענען נישט מטמא.
ווער עס איז גערעכט איז אונז דא נישט נוגע, און ס'איז מעגליך אז ס'איז יש דברים בגו, אבער דאס וואס אתרא האט זיך יעצתט אויפגעוועקט מיט א ישיבת בי"ד איבער א טונעל וואס גייט שוין אן מער ווי א יאר, דאס איז פשוט צוליב וואס זיי האבן מער נישט קיין כח אויף די מערכת הקברים, און זיי זוכן אפיר וואו זיי קענען מאכן "נויז" ווי מען רופט דאס. נו, כל הכבוד.
למעשה ווען זיי האבן געבעטן דעם ישיבת בי"ד, האט דער ראב"ד געזאגט אז ער וויל צולייגן נאך א נושא דערצו, וואס דאס איז נשר.
ווי נאר אתרא האט דאס געהערט, האבן זיי צוריקגעצויגן און געזאגט אז דער ישיבת בי"ד מוז נאכנישט זיין יעצט.
האט דער ראב"ד געזאגט פארן מזכיר הבי"ד אז דער ישיבת בי"ד זאל בלייבן אין פלאן, און אויב נישט מנהרות הכרמל, וועט מען רעדן בלויז פון נשר...
אלזא היות דאס איז געווען דער מצב, האט אתרא יא געוואלט מען זאל שוין דן זיין אויך אויף מנהרות הכרמל, און עס איז באשטימט געווארן א ישיבת בי"ד אויף די צוויי נושאים, אויף נעכטן מאנטאג נאכט 6:00.
-----------------
דער מזכיר הבי"ד האט אריבערגערופן צום ישיבת בי"ד עטליכע עדות'ן וועלכע זענען אליינס געווען אויפן פלאץ אין נשר און געזעהן וואס דארט טוט זיך, און אויך אריבערגערופן אתרא קדישא, סיי יחזקאל קלמנאוויץ, דער היינטיגער פירער פון א"ק, און אויך הרב שמידל מנהל א"ק.
אנדעשרט ווי ביז היינט ווען אתרא קדישא האט געשריגן אז זיי האבן מיט די גאנצע נושא גארנישט, האבן זיי דא שוין געמוזט טוישן טאן, ווייל זיי האבן דאך געוויסט אז אויב וועלן זיי זאגן אז זיי האבן דאס נישט מתיר געווען וועט בי"ד זיכער קלאר זאגן אז דאס מוז זיך אפשטעלן, און אנדערשט ווי הרב שמדיל האט געענטפערט פאר יעדן דורש ומבקש ער האט גארנישט דערמיט, האט דא אתרא קלאר מודה געווען פאר בי"ד אז זיי זענען די וועלכע פירן דורך (בעד בצע כסף גדול ונורא) די שוידערליכע חפירות, וואס ווער עס זעהט די בילדער שטעלט זיך אים אויף די האר פון קאפ.
בי"ד האט אויסגעהערט די עדות פון די וועלכע האבן צוגעזעהן די מצב, און די פון אתרא קדישא האבן נאר פרובירט צו פארדרייען די שמועס, און כמנהגם האבן זיי די גאנצע צייט אן אויפהער געשריגן און געבראקט "יאקטער יאקטער יאקטער יאקטער", אלעס איז גארנישט אלעס איז יאקטער, בי"ד זאל זיך נישט וויסנדיג מאכן אלעס איז יאקטער, אבער די רבנים שליט"א האבן זיך געהאלטן צום נושא און פארלאנגט א הסבר אויף די אומדערהערטע חפירות.
דער ענטפער איז געווען אז הרב וואזנער שליט"א האט דאס מתיר געווען פאר 8 יאר צוריק, און הרב שמידל זאגט עדות אז היינט איז די מצב גארנישט אנדערשט ווי דעמאלס, און די היתר אי קאי וקיים (די ליצנות פון דעם היתר זעהט אין מיין ערשטן ארטיקל אין די אויבנדערמאנטע לינק).
א געוויסער עסקן האט אבער ארויסגענומען א בריוו וואס הרב משה שאול קליין שליט"א, דער מזכיר פון די בי"ד פון הרב וואזנער, האט געשיקט צו אתרא, וואו ער שרייבט קלאר אז עס עקזיסטירט נישט אזא היתר, און ער בעט דארט הרב שמידל זאל זעהן דאס אפצושטעלן.
די רבנים האבן אויסגעדרוקט גרויס שוידער אז אזא זאך גייט שוין אן אזויפיל יארן אן דעם וואס די רבנים זאלן אפילו וויסן דערפון, און קלמנאוויץ האט געהאט צו הערן א פארציע דברי מוסר והתעוררות פון די רבנים איבער די אויפפירונג פון טוהן זאכן אויף די אייגענע האנט כדרכם פון א"ק, וואס דאס האט צוגעברענגט אזא שוידערליכע זאך זאל פאסירן.
און צום שלוס האט בי"ד ממנה געווען א שליח וועלכער זאל איבערגעבן פארן פוסק הדור הרב וואזנער שליט"א, אז היות די חופרים פארופן זיך אויף אים, בעטן זיי אז ער זאל ארויסקומען מיט זיין קלארע מיינונג און אפשטעלן די פארברעך.
(אצינד דארף מען ווארטן צו זעהן וואס עס וועט זיין דער סוף ביי הרב וואזנער, און צו אתרא קדישא וועט בלית ברירה פארלירן זייער חודשליכע געשוואלענע הכנסה פון די נשר פראיעקט).
--------------------
דיסקלעימער: די גאנצע נושא איבער די נשר חפירות האט נישט קיין שייכות מיטן "ועד למניעת חילול קברים באה"ק", וועלכע זענען בכלל נישט אינעם בילד, נאר דאס איז א באזונדערע אונטערנעמונג פונעם פוסק הדור מרן ראב"ד ירושלים שליט"א אפצושוינען די טויזנטער קברי ישראל אויפן פלאץ.