זיי האבן פארלייגט אומגעהויערע כוחות צושטאנד צו ברענגן א מושב בי"ד אין די עדה החרדית, וועלכע זאל ארויסקומען מיט א בריוו לחיזוק אתרא קדישא, אויף סיי וואסערע אופן.
ווען דאס איז דורכגעפאלן, צוליב וואס רוב רבנים האבן זיך אנטזאגט פון ערשיינען צו אזא [קאנטראלירטע] מושב בי"ד, זענען זיי ארויף צו יעדן רב פון די עדה פערזענליך, און געוויינט מיט טרערן אז די קברי ישראל זענען ממש אין א סכנה א דאנק די א"ג מחריבים וועלכע שטעלן זייערע [שמוציגע] אקטיוויטעטן אין סכנה, און אויב האט יענער רב זיך אנטזאגט פון נעמען א שטעלונג קעגן די אנדערע ועד, האבן זיי געבעטן אז כאטש זאלן זיי שרייבן בלוטיז שטיצע פאר אתרא קדישא, אדער כאטש אן די נאמען אתרא קדישא, בלויז "די ערליכע עסקנים".
(איך קען נישט זאגן זיכער אז זיי האבן פרובירט ביי יעדן עקסטער, אבער ביי צוויי רבנים האב איך א קראנטע רעפארט, און איך קען זיך פארשטעלן אז פארן גיין צו ראשי ישיבות האבן זיי פרובירט דאס בעסטע ביי אלע רבני העדה).
צו זייער ווייטאג, האבן אלע רבנים שליט"א מנהיגי העדה חברי הבד"ץ (אויסער דער גאב"ד ואכמ"ל) צוריקגעוויזן זייער פארלאנג, און נישט געוואלט בשו"א אונטערשרייבן סיי וועלכע שטיצע פאר די מחללי קברים אתרא קדישא!
דאס איז א ערנסטער היסטארישע געשעעניש, אז די חברה טעראריסטן האבן שוין היינט אזא שוואכע איינפלוס, אז אפילו א פשוטע חתימה לחיזוק פון זייער הייליגע ארגאניזאציע, קענען זיי שוין אין די עדה נישט באקומען.
(פארשטייט זיך אז נישט יעדער איינציגער רב איבער ארץ ישראל האט ארויס וואס דא גייט פאר, ממילא איז גארנישט אזוי שווער ארויסצונעמען א חתימה פון דעם אדער יענעם, אבער די מנהיגי העדה די חברי הביד"ץ, זיי ווייסן שוין היינט זייער אסאך, און דערפאר האט פאסירט דער היסטארישער פאסירונג, בעסער געזאגט, היסטארישער "נישט-פאסירונג"...).
הג"ר משולם דוד סולווייטשיק שליט"א ר"י בריסק האט אויך נישט געוואלט חתמענען לטובתם, ביז זיי האבן געבעטן ער זאל בלויז שרייבן "עסקנים" אן די נאמען אתרא קדישא, וכך הוה.