היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מסירות נפש פון הרב משה אליעזר זיגעלמאן

מסירות נפש פון הרב משה אליעזר זיגעלמאן

59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2914090
בלאט: 1 2

outspoken » 7/9/2011 19:07

אוי, איז שוין איינער אויפגעשטאנען א גרינע מיטוואך און געשפירט אן התעוררת, אזוי שטארק אז ער שפירט אז ער לעבט אינגאנצען נישט אין די צייטן, נאר פאר 40 יאר צוריק בהילו נרו על ראשינו.

ווען איך האב היינט געליינט די מסירות נפש פון הרב משה אליעזר זיגעלמאן, וואס איז גרייט צוריקצוגיין אין תפיסה, און ח"ו נישט מסר'ן קיין צווייטען איד, האט דאס מיר צירוק געברענגט די זכרונות פון בערך 35 יאר צירוק, ביי די פרשת נורסינג הוימס וואס אידן (וואס האבן  נישט געהאט קיין שייכות דערמיט) זענען געגאנגען זיצען, וויל זיי האבן נישט געוואלט מסרן, און ווי רביה''ק זצוק''ל האט זיי מחזק געווען,     זיי באגלייט מיט טרערן אין די אויגן (און ווען מהאט געפרעגט וואס זיי זאלן זאגן פאר די קינדער האט ער געזאגט, מ'זאל זאגען מיט שטאלץ אז טאטי איז א איד, און גייט זיצן ווייל ער מסרט נישט קיין אנדערע איד) און ווען איינער איז ארויסגעקומען פון תפיסה האט אים די גאנצע ק''י ת''ת מקבל פנים געווען, דערנאך איז ער געגאנגען אין מקוה און אריין צום רבין ז''ל וואס האט אים אויפגענומן מיט שמחה און אים געווינטשען ברכות לרוב.


outspoken » 7/9/2011 19:08

Rabbi's refusal to testify could send him back to jail
 
Image_0 Image_1
 
By Victoria Kim, Los Angeles Times
Wed Sep 7 2011 12:00 AM
*-- cached: false*
Two years ago, Rabbi Moshe Zigelman went to prison rather than testify against fellow Jews in a federal tax-evasion case and receive a lesser punishment.

Now, federal prosecutors are threatening him with a return to jail unless the 64-year-old devout Hasid agrees to testify before a grand jury regarding the federal government's ongoing probe of tax evasion in his Orthodox Jewish sect. On Wednesday, they will ask a judge to order him to testify or be found in contempt.

His attorney says Zigelman, a teacher of ure and son of Holocaust survivors, will again refuse, citing his religious principles.

Zigelman's unyielding religious stance has led to attorneys wrangling in a federal courtroom over the rare intersection of the modern U.S. legal system and the ancient Jewish doctrine of mesira, a prohibition for Jews against informing on other Jews to secular authorities.

Prosecutors have said the rabbi's position is unsupported by Talmudic law, according to court papers filed by Zigelman's attorneys. Defense attorneys contend that he is again being asked to make the obvious choice between heaven and earthly jail cells, and that no prison time will be able to get Zigelman to go against his religion and face ever-lasting punishment.

"No earthly sanction will ever make Rabbi Zigelman abandon his religious precepts," Michael Proctor, an attorney for Zigelman wrote in court papers. "Imprisoning Rabbi Zigelman would be an empty, unjust act that accomplishes nothing."

Assistant U.S. Atty. Daniel O'Brien said whether Zigelman would be compelled to testify was unrelated to Jewish principles.

"Bottom line is, federal law is federal law. It's not religious law that's going to govern the court's decision," he said. O'Brien declined to discuss specifics, saying that much of the case is sealed because it involves grand jury matters.

Zigelman was arrested in 2007 for his part in a decade-long enterprise through which wealthy donors made tens of millions of dollars in contributions to Spinka, a Brooklyn-based Hasidic sect, only to have most of the money refunded through an underground money-transfer network. The donors received large tax breaks on the bogus amounts; Spinka and related charities profited through the small portion of the sums they kept.

Zigelman was the executive assistant to Grand Rabbi Naftali Tzi Weisz. In a plea agreement, he admitted to arranging the illicit donations and facilitating money transfers through an international network.

At the time of his sentencing in 2009, prosecutors noted that the belief held by Zigelman and others that "it is a sin to inform on a fellow Jew" led to difficulties in detecting rampant fraud. They asked for a heavier sentence for Zigelman compared with another defendant who cooperated, saying it was necessary to "provide an example to the community that such behavior carries with it not only enormous profits, but serious costs." He ultimately received a 24-month sentence.

After his release from federal prison this year, he was served with a subpoena to testify before a grand jury in the government's continuing investigation in the same scheme.

Experts in Jewish law said the principle of mesira originates from a time of oppressive and brutal secular authorities, and that how it applies in modern society is a topic of much controversy and debate.

Rabbi Michael Broyde, an Emory University law professor and a member of the rabbinical court Beth Din of America, said a commonly held view is that the principle doesn't apply in a just, democratic state. At its root, the concept is similar to the reluctance in black communities in the South in the early 20th century to report one of their own to authorities, the professor said.

Broyde, who was cited by attorneys on both sides in court filings, said he would be surprised if the judge allowed Zigelman to avoid having to testify.

"It's rare for a judge to accept as a bona fide claim the Jewish law prohibition of informing, in a case in which the person who's pleading that was convicted of the underlying crime," he said. "It undermines the credibility of the claim that he's not an innocent, neutral third party."

The rabbi's attorneys wrote in their papers that what matters is not whether Zigelman was correctly interpreting Jewish law, but the fact that his belief is sincere and that the rabbi, who is in failing health, will under no circumstance change his mind. Given his clear principle, finding him in contempt and sending him to jail will be "vindictive rather than coercive," they wrote.

Zigelman was born in communist Hungary to a mother who had been interred at Auschwitz and a father whose first wife and six children died in the Holocaust, according to his attorneys. After moving to Brooklyn in the 1970s, he began working for the Hasidic sect in the kitchen before eventually becoming executive assistant to the grand rabbi.

victoria.kim@latimes.com

moshe613 » 7/9/2011 19:42

 משה אליעזר בן אסתר

לאעליכם » 7/9/2011 22:26

אה! אומגלויבליך! ווי שיין און שטאלץ דארף כלל ישראל זיין מיט אזא מסירות נפש אקט פון א איד! כולך יפה רעיתי! א 64 יעריגער איד, אוועקגעווארפן פרייהייט און המשך פון רואיגן און גליקליכן לעבן, און ענדערש אויסגעוועלט די אנדערע וועג, למען כבוד שמו יתברך!

אוי הייליגער באשעפער! הבט משמים וראה! קוק אראפ וואספארא הייליג פאלק דו האסט. נישט צו מסר'ן אן אנדערן איד און צו היטן דיינע געבאטן - נישט קיין נפק"מ ווי שווער דאס קומט אן.

וישמעו 'רחוקים' ויבואו - די אלע 'אידן' וועלכע האבן צוליב תאוות הנצחון והממון (אדער אנדערע סיבות) זיך נישט געקענט איינהאלטן פון צו מסר'ן און איינזעצן אייגענע ברודער, און האבן זיך דערמיט דערווייטערט פון הקב"ה און זיין הייליגע תורה, (און ווי רביה"ק זי"ע שרייבט אין שו"ת דברי יואל אז כמעט וואס מען טרעפט נישט בכל התורה כולה אזא הארבער ענין ווי מסירה), שעמט אייך! און קוקט וואס מיינט מסירות נפש!!

אשריך רבי משה אליעזר!! רב שכר טוב צפון ועומד לפניך!

ויואמ_אמת » 8/9/2011 01:23

טאקע א געוואלדיגע זאך אשריך שזכית לקדש ש''ש ברבים, וואס ווינדער מיך נאר איז אז איך זעה אז ביי די זאלונים וויל מען מאכען כאילו גאנץ כלל ישראל זענען מוסרים אין ער איז די אייציגסטער וואס איז זיך מוסר נפש, להוי ידועה אז קיין שום ערליכע יוד וועט נישט מסר'ן קיין צווייטן כדי זיך צו באפרייען, ור' יצחק ברוך ברוין יוכיח, די סיבה פארוואס ס'איז א חידוש ביי די זאלונים איז פארשטענדליך אין דארף נישט ווערן צילייגט, אלפאנס זענען מיר מתפלל אז הרב זיגעלמאן זאל באפרייט ווערן פין אלעם שלעכטן

מלך_מלכים » 9/9/2011 00:43

דער נער זאל ארויסגיין, דאס דערמאנסטו מיט דיינע קאמענטארן, נאך א מעשה ווי מען האט ארעסטירט עטליכע מנינים יודן דורעך א פרעכע מסירה פון א יוד, איז זייער גוט צו הערן אז אונזער היימישער עולם טוט נישט אזעלעכע זאכן, אין צו דעם האט מען זיך באצויגן, דיין ווילד ווערן "אומר דרשינו"

ויואמ_אמת » 9/9/2011 01:36

איך ווייס נישט וועלכע מנינים יודן די רעדסט, איך ווייס כעמט נישט פין א שות''מ וואס זאל האבען געמסר'ט א צווייטע איד כדי צו קענען באפרייט ווערן, אין ווען יא איז עס א גרויסע אין ביטערע נייעס, אבער רוב יודן שות''מ וועלן זיך מוסר נפש זיין נישט צו מסר'ן א צווייטען, מיר קוקט מער אויס אז די סיבה פארוואס ענק מאכען אזא טראסק ספעציעל פין ר' משה אליעזר ווייל ענק האלטן אז ער איז א זאלוני אדער אנדערע פאליטישע מאטיווען, נישט אימזינסט וואקסען אויף איין מאל ארויס אין געציילטע פאר שעה איבער א מנין ניקס וואס שרייבן שוין נישט א לאנגע צייט אדער וואס ענק ניצן שוין נישט א לאנגע צייט ווי יעדער זאגט איבער די זעלבע זאך מיט א אנדערע ניגון, בשעת די פרשה פין ר' יצחק ברוך ברוין האבען ענק געשוויגן טראץ וואס ער האט זיך געקענט ארויסדרייען אויב זאגט ער עדות קעגן אביגדור יאקאבאוויטש ע''ה נאכדערצו ווען דארט איז געווען איינער וואס איך הער אז יענער האט יא גערעדט ליידער ואכמ''ל,

מלך_מלכים » 9/9/2011 20:40

ואכמ"ל ושבל"ל וטקרא"ל

ווייסט אפשר פון איינעם דוועק? האסט אמאל געהערט דעם נאמען?

ר' יצחק ברוך ברוין וועט זיצן אין גן עדן צוזאמען מיט די אלע יודן וואס האבן נישט גערעדט אויף א"ה, וכו' וכו',
דאס אז מען גייט נאכאמאל משפטן איינעם נאר ווייל ער וויל נישט רעדן, אין די פראסיקיוטער זאל עס בפירש זאגן, איך וועל ווייזן די פרומע ייודן,  דאס איז א זעלטענע זאך, אין דער יוד האט די זכיה צו מקדש ש"ש זיין, דאס אלעס, פארוואס עס שטערט ענק ווייס איך נישט, אפשר ווייל ער איז אז זאלי? נע, דאס זיכער נישט, מסתמה אנדערע סיבות.



תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 09/09/2011 21:02:22

פאמאגראנט » 9/9/2011 21:24

ווי זענען געווען די אלע אשריכ'ס ווען הרב הצדיק ר' יצחק ברוך ברוין האט נישט געוואלט מסר'ן דעם גנב אביגדור יאקאבוויטש בניו

אין פין די אנדערע זייט האט אים א באקנטער זאלי איינגעווייקט אין מיאוס גע'מסר'ט

היראים » 9/9/2011 21:38

ביי די זאליס ווען איינער מסר'ט 'נישט' איז ער וועלטס צדיק, לויט זייער שו''ע איז די איסור אויף מסירה נאר לפנים משוה''ד
ביי זיי איז דאך מסירה א לכתחילה, אין וויבאלד זיי האבען אפגעסעמפלט הרב זיגעלמאן אלס זאלי אויף היידפארק איז ער דאך די בעל מסי''נ ביי די זאליס.....
איך ווייס נישט אויב אין די היסטאריע איז דא א קהילה וואס האט ארעסטירט ווי פרעכע מוסרים, נאכדערצו אזויפיל יודן. 
איך געדענק שוין נישט די גאנצע ליסטע,
לדוגמא ביי די סיין אין ראדני (ארעסטירט 1 יונגערמאן), אדער ביי די פרשה פין די קרוין (ארעסטירט 2 בחורים ביז אינמיטן יו''ט), אדער בעצם יום טוב שמו''ע ''''26'''' בחורים אלעס כדי צו שפילן פאר די פרעסע וכו' כו'
אפגערעדט פין די אלע מסירות וואס איז זיי פשוט נישט געלונגען ב''ה


תוקן על ידי היראים ב- 09/09/2011 21:57:36

געלעכטער » 9/9/2011 22:04

און צו וועלכע פארטיי אנגעהערן גרשון שלעזינגער, אביגדור שלעזינגער, שרה שטערן, יוסי בראך, משה לייב וויטריאל, לייבוש טייטלבוים, שמעון ישראל קליין?

היראים » 9/9/2011 22:12

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
און צו וועלכע פארטיי אנגעהערן גרשון שלעזינגער, אביגדור שלעזינגער, שרה שטערן, יוסי בראך, משה לייב וויטריאל, לייבוש טייטלבוים, שמעון ישראל קליין?


מלך מלכים/סאטמערער/געלעכטער

סתם אויסרעכנען נעמען? ענק קענען דאך אויסרעכנען נאך 20 נעמען
וועמען האבען זיי ג'מסרט

ביי די שלעזניגער פרשה איז לעיזר קעסטנבוים ארומגעלויפן צו אלע רבנים פראבירן צו פאברעצירן א הלכה אז זיי זענען מוסרים
אין ס'האט אויסגעלאזט ביי חלומות
נאכדערצו ווען הגאון ר' יצחק מאשקאוויטש שריט קלאר אז לויטן שו''ע זענען נישט קיין מוסרים
וואס האט אים געקאסט ביטערע טעראר ווי די קווינס בחורים האבען אים נאכגעשריגן אין די גאסען מיט חוצפה אין עזות עטליכע מאל

וועגן משה לייב וויטריאל, אויב מעג די פאבליק סעיפטי נישט ארעסטירן דאן פארוואס מעגט איר מסר'ן די וויליזש טעגליך?
האט די וויליזש א דין ישראל אדער א דין עכו''ם די דארפסט אפמאכען דיין מיינד
אין דרך אגב, מיט וואסערע היתר האבען ענק ג'מסרט אין קרית יואל בחורים אז זיי ווארפען צעטליך וכו'?
נאר וואס דען הא לן והא להוא

תוקן על ידי היראים ב- 09/09/2011 22:14:22

געלעכטער » 9/9/2011 22:16

ווי שרייט דאס ר' יצחק מאשקאוויטש?

היראים » 9/9/2011 22:18

איך האב נישט קיין טעיפ ווי ער זאגט עס
כ'האב פאר דיר א עצה, פרעג אים,
ער זאגט דאן פאר יעדן אין ער האט עס אויך געזאגט פאר די דייני קהלתינו
זעהט אויס אז ער קען אביסל מער לערנען פונםע לוזער קעסטנבוים

היראים » 9/9/2011 22:30

מלך_מלכים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פארוואס עס שטערט ענק ווייס איך נישט, אפשר ווייל ער איז אז זאלי? נע, דאס זיכער נישט, מסתמה אנדערע סיבות.

תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 09/09/2011 21:02:22




ווי זעהסטו אז איינעם שטערט עס???
אדרבה, די חידוש איז פארוואס פינקט דא איז עס ביי ענק אזא שמחה

האנדא » 9/9/2011 22:50

צי וועלכע פארטיי באלנאגט יאנקל פעקעטע, משה דוד נידערמאן ,שלום דייטש, יעקב הערש ווייס, יאסל וואלדמאן ,
אייזנער פין ב"פ, מענדל שווימער פין ב"פ.
 
   די אלע זענען מוסרים אין זיי זענען זיך מחבר צי דעם איש משחית ר' זלמן לייב טייטלבוים

שלמהווייס » 12/9/2011 04:53

היראים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

נאכדערצו ווען הגאון ר' יצחק מאשקאוויטש שריט קלאר אז לויטן שו''ע זענען נישט קיין מוסרים

איך האב נישט קיין טעיפ ווי ער זאגט עס
כ'האב פאר דיר א עצה, פרעג אים,
ער זאגט דאן פאר יעדן אין ער האט עס אויך געזאגט פאר די דייני קהלתינו
זעהט אויס אז ער קען אביסל מער לערנען פונםע לוזער קעסטנבוים
 

איך בין זיכער אז הרה"ג ר' יצחק מאשקאוויטש שליט"א קען פיל מער לערנען פון מיר, אבער אויב האט ער געטראפן אין שו"ע א היתר ביי די פאל צו מסר'ן, פארוואס מעג איך נישט וויסן די היתר?

נישט חלילה אז ר' יצחק שליט"א זאל דא ענטפערן פאר שלמה ווייס, ניין, נאר ער זאל געבן בכתב פאר שלעזינגער, פארוואס דא איז נישט דא די איסור פון מסירה

oאטמארער » 12/9/2011 21:41

ר' יצחק מאשקאוויטש האלט אויך אז אביגדור שלעזינגער איז א מסור, גלייך נאכן מסרן האט ער געשיקט א איד צו אים (ג.ז.) זאל אים איבערגעבן ער זאל מער נישט קומען אין ביהמ"ד

ואכה"ל פארוואס ער זיצט נאך דארט

משהלע » 12/9/2011 22:04

אמת, לכתחילה האט רבי יצחק מאשקאוויטש געשיקט א שליח דעם גבאי ר' יוסף לעבאוויטש זאל זאגן פאר אביגדור שלעזינגער זאל מער נישט קומען דאווענען, אבער ווי נאר ר' אביגדור שלעזינגער האט באקומען דעם מעסעדש, איז ער אריבער צו רבי יצחק מאשקאוויטש מיט אלע קארט פאפירן, און נאך צוויי טעג האט רבי יצחק עם מפייס געווען און תיכף אנגערופן ר' יוסף לעבאוויטש און עם געזאגט אז די שלעזינגערס זענען נישט קיין מוסרים און זיי קענען געהעריג קומען דאווענען און בית המדרש, שבת האט רבי יצחק מאשקאוויטש געזאגט ברבים אז ער האט דורכגעליינט אלע קארט פאפירן און עס איז נישטא קיין שמץ מסירה, והדברים ידיעים וברורים לכל מתפללי בית המדרש נייטרא.

היראים » 13/9/2011 02:08

דאס איז געווען נאכדעם וואס לעיזר האט געשיקט שלוחים צו הג''ר ר' יצחק אז זיי האבען געטוהן עפעס וואס זיי האבען אין פאקט נישט געטוהן
אין ר' אביגדור האט דאס געפראווט דורך די קארט פאפירן אז ס'איז ליגענט פינקט ווי אלע זייער שקרים,
אין זייט דעמאלטס דאווענט ר' אביגדור געהעריג אין ביהמ''ד פינקט ווי פריער (ואכה''ל איז נישט קיין תירוץ אויף דעם....)
די נעקסטע שבת נאכמיטוג האבען זיי נאכגעשריבן הג''ר יצחק די גאנצע וועג פין זיין הויז אויף בעדפארד ראסס ביז נייטרא ביהמ''ד אויף ראדני אויפן זעלבן שטייגער ווי זיי שרייען אויף פרויען אין מיידלעך
אוי להם לבריות מעלבונה של תורה

שלמהווייס » 13/9/2011 15:46

ווי איך פארשטיי איז הרה"ג ר' יצחק מאשקאוויטש שליט"א נישט דער עקספערט אין ליינען קארט פאפירן, צו דעם דארף מען דאך נישט זיין א גרויסע תלמיד חכם

משהלע » 13/9/2011 17:02

רבי יצחק מאשקאוויטש ליינט און פארשטייט זייער גיט ענגליש, ער הרט דורכגעליינט אלע קארט פעיפערס און געקומען צו א החלטה אז אין כאן שמץ מסירה.

מלך_מלכים » 13/9/2011 19:42

רבי יצחק מאשקאוויטש פארמאגט אקאראט די זעלבע שופלאד ווי דער וווינער רב.

מלך_מלכים » 13/9/2011 19:50

א שאד ר' משה אליעזר האט נישט קיין עקסעס צו די שופלאד, איי געס נאר ארונים קענען דארט צוקומען

שלמהווייס » 14/9/2011 06:58

מלך_מלכים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

רבי יצחק מאשקאוויטש פארמאגט אקאראט די זעלבע שופלאד ווי דער וווינער רב.

א שאד ר' משה אליעזר האט נישט קיין עקסעס צו די שופלאד, איי געס נאר ארונים קענען דארט צוקומען

איך האב פאר אייך נייעס, יחזקאל גאלד פארמאגט אויך א ענדליכע שופלאד, נאר אביסעל א גרעסערע, ער האט פאר מסירה און אויך פאר זנות

לאעליכם » 14/9/2011 15:23

משהלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
רבי יצחק מאשקאוויטש ליינט און פארשטייט זייער גיט ענגליש, ער הרט דורכגעליינט אלע קארט פעיפערס און געקומען צו א החלטה אז אין כאן שמץ מסירה.


כ'פארשטיי נישט וואס דארפסטו דא צוקומען צו ר' יצחק מאשקאוויטש?! מיר קענען אלע ענגליש, און מיר קענען אלע אליין אדורכליינען די פעיפער'ס!!

דו האסט עס נישט אדורכגעליינט?   איך יא!

וואס ר' יצחק מאשקאוויטש האט דארט געזעהן - ווייס איך נישט, אפשר מלאכים היוצאים מן התקיעות, (וכבר למדנו רביה"ק זי"ע אז א דיין און א רב איז נישט העכער ווי די תורה ווען ער זאגט א זאך אן קיין שום טעם און סברה) איך האב אבער געזעהן דערין ריכטיג מסירה!. אדרבה! ווער ס'גלייבט נישט גייט און ליינט עס אליין איבער, יעדער קען עס זעהן!

די פייערלעשער דעפארטמענט שרייבן קליפ און קלאר אז מצדם איז די קעיס שוין געווען פארמאכט, און ס'איז "נישט" געווען קיין באווייזן אז ס'איז געווען ארסאן, ביז ס'איז געקומען א דורכברוך מצד די משפחה (!). און לייגן אראפ אויספיהרליך וויאזוי זיי האבן זיך געטראפן מיט די מוסרים און זיי האבן אלעס דערציילט!

מוסרים לכל הדיעות!

משהלע » 14/9/2011 17:55

דו ביסט לא עלינו ו"לא עליכם" א שקרן וכזבן, איך האב דורך געליינט אלע קארט פאפירן מדאשקע לדאשקע און דער סטעיטמענט וואס דו ברינגסט פון די פייער דעפארטמענט, ווערט נישט ערוועינט אינערגעץ, דאס איז היים ארבייט פון לא עליכם, היימיש געבאקן, וואס יא? דער ריכטער שרייבט זייער קלאר און דייטליך אז אן די טעסטימאני פון די שלעזינגערס וואלט גארנישט נשתנה געווארן, זייער טעסטימאני איז נישט מעלה ומוריד ס'איז נאר כיהודא ועוד לקרא, אויב זיכט מען באמת מסירה איז דא טעסטימאני פון איינעם ווייזער וואס האט געזאגט זייער שלעכטע עדות, און פון איינעם ברוין וואס זיין עדות איז אויך שטארק שעדליך, אלזא, זאלי מוסרים! איר מסר'ט ווייטער, און שרייטס ווייטער מוסרים אויף אומשולדיגע מענטשן,   

חייםצדיק » 19/9/2011 00:54

צדיק

לאעליכם » 21/9/2011 00:40

די פאלגענדע האב איך באקומען אין אישי:

לכבוד 'לא עליכם' (וואספארא נאמען איז דאס?)

היות איך האב נישט קיין רשות כתיבה אין דעם פארום (איך האב קיינמאל נישט געבעטן קיין רשות דא) דעריבער שרייב איך דיר אין אישי. איך וויל דיר מודיע זיין אז לדעתי איז זינלאז זיך אריינצולאזן אין וויכוחים אויף אן ענין וואס איז קלאר און דייטליך ביי יעדן נארמאלן מענטש. ס'איז זייער פארשטענדליך אז די וואס מכלומרש'ט ווילן שטעלן אן אנשטעל כאילו זיי ווייסן אנדערש, ווייסן אויך קלאר דעם ביטערן מציאות, אלזא, איז באמת איבעריג צו זיך באפאסן מיט די יעניגע וואס צוליב זייטיגע אינטערעסן ווילן זיי פארקירעווען דעם ביטערן פרשה.

בהזדמנות זו, וויל איך מיר דיר מיטטיילן דאס פאלגענדע:

מיט א צייט צוריק בין איך בנוגע א געוויסן קעיס געווען אינאיינעם מיט נאך אידן ביי א גאר חשוב'ן פערזענליכקייט וואס לית מאן דפליג אז ער איז דער צענטער אוואו הונדערטער אידן ווענדן זיך צו איהם בנוגע די סארט ענינים, און איז איינער וואס זיין פארשטאנד אין לעגאלע ענינים והמסתעף איז ממש להפליא, און בתוך השיחה איז ערגעצוואו ארויפגעשווימען די קעיס פון ר' נפתלי שלעזינגער.

האט איינער פון די אנוועזנדע אנגעפרעגט דעם פערזענליכקייט צו איז דאס ריכטיג אז ביי דעם קעיס איז אנגעגאנגען מסירה כידוע, האט דער פערזענליכקייט א פרעג געטוהן: "וואס? א פראגע בכלל?", "איך קען דעם קעיס זייער גוט בפרטי פרטים און דאס אז די זענען מוסרים איז בכלל דען שייך צו צווייפלען?". איך בין געווען אביסל אין שאק הערנדיג וואס פאר א דרייסטקייט די ווערטער זענען געזאגט געווארן. דערביי האט ער מורא'דיג באוויינט דעם מצב היינט צו טאגס, וואו אידישע קינדער האבן זיך ליידער אזוי דערקייקעלט אז מען האלט אויף אזא נידריגן שטאפל. בהמשך ער האט מרחיב געווען מיט נאך פרטים בנוגע דעם קעיס וואס תסמר שערות ראש ואכמ"ל. איך האף נאר אז די שארפע לשונות וואס ער האט זיך אויסגעדרוקט אויף מוסרים בכלל ולאו דווקא אויף אט די מוסרים זאל מקויים ווערן בקרוב

אזוי אויך בין איך לעצטענס געווען ביי עפעס א גרויסן לויער (אויך בנוגע א אנדערע קעיס), וואס דער לויער האט געארבעט ביז גאנץ לעצטענס אין די רעגירונג זייענדיג א פראסיקיוטער, און איז היינט אויף די אנדערע זייט (פרייוועט פרעקטיס(. איז רעדנדיג מיט איהם איז אויך ווי ארויפגעשווימען בין הדברים די שלעזינגער קעיס, האט ער פארציילט שוידערליכע זאכן ווי אט די מוסרים האבן צוגעהאלפן די רעגירונג ביי טריט און שריט אלעס כדי צו אריינמייערן זייער פעטער אין תפיסה אריין. ער האט גראדע דאס נישט פארציילט אלס חסרון מצד די מוסרים, נאר מען האט אזוי דיסקוסירט אביסל די שלעזינגער קעיס און הערנדיג געוויסע ערשט האנטיגע אינפארמאציע איז דאס געווען העכסט אינטערעסאנט ווי אויך ליידער גאר ווייטאגליך

דעריבער האלט איך אז לדעתי איז העכסט זינלאז זיך צו באפאסן מיט אט די סארט וויכוחי סרק וואס איז פשוט וברור פאר יעדן בר דעת דעם אמת. זייענדיג אין די לעצטע צייטן אביסעלע פארמישט אין פארשידענע קעיסעס, האב איך פאר נייגעריגקייט געליינט אסאך איבער דעם קעיס (און יעדער קען דאס לייענען), וואס בדרך אגב, גלייב מיר אז איך האב דעם ר' נפתלי קיינמאל נישט געקענט פערזענליך, בלויז געהערט אסאך פון איהם, און די לעצטערע צייטן איז מיר אויסגעקומען איהם צו זעהן עטליכע מאל גייענדיג באזוכן ארעסטאנטן אין תפיסה, עס איז באמת א הארץ ווייטאג ווי א איד און די יארן ווי אויך אנדערע אחב"י שמאכטען נעבעך דארט אזויפיל יארן, השם ירחם.

עס איז קלאר אז דער בעל דבר וועלענדיג דורך ברעכן מסירה ביי כלל ישראל וואס איז דאך פון די הארבסטע ענינים וואס אפילו אנשים פשוטים במשך אלע דורות האבן מיט מסי"נ זיך אפגעהאלטן דערפון, איז עטוואס געלונגען צו מאכן דערפון א פאליטיק ווי גלייך עס האט צו וועלעכע פארטיי מען געהערט וכו' בו בזמן וואס דער ביטערער מציאות איז ליידער קליפ און קלאר.

און עס מוז טאקע ארויסגעהויבן ווערן דער העעראישער אקט פון הרה"ח ר' משה אליעזר בן אסתר שליט"א וואס האט ריכטיג מקדש געווען שם שמים, דער אויבערשטער זאל איהם געבן אסאך כח און סייעתא דשמיא ער זאל ניצול ווערן פון אלעם בייזן, אזוי אויך די אלע יושבי חושך וצלמות, המקום ירחם עליהם ויוציאם מצרה לרוחה ומאפילה לאור גדול.

משהלע » 21/9/2011 05:06

אוי, לא עליכם, NICE TRY, וואס איז אינטרעסאנט איז, אז דער יעניגער וואס האט נישט קיין רשות כתיבה האט מיר געשריבן אין אישי א גאנצע מגילה ווי ער איז געווען ביי דעם עסקן וואס רבים נהנו ממנו עצה ותושי' בנוגע לעגאלע פראבלעמען, און עס איז ארויף געקומען דער מדובר פון נפתלי שלעזינגער און אויף זיין פראגע צו עס איז געווען מסירה, לאכט ער אין די פויסטן, ווי מסירה ווען מסירה, קיינער האט עם נישט געמסרט, ווען ער טשעפעט ווען נישט  דעם פייער מארשאל און ווארפט עם נישט אראפ אלע שטיגן און איז נישט קיין מחוצף פארן ריכטער וואלט ער מן הסתם בכלל נישט פאראורטיילט געווארן צו תפיסה און אפילו אויב יא וואלט ער שוין לאנג געווען אינדרויסן, אזוי האט אויך געזאגט עפעס א גרויסער לויער וואס איז אמאל געווען א פראסעקיוטער, און ער האט ציטירט דעם פסק פונעם ריכטער אז אן די טעסטימאני פון די נעפיוס וואלט גארנישט נשתנה געווארן, זייער עדות האט גארנישט משנה געווען לא מעלה ולא מוריד, 

אלזא האבן מיר צוויי תגובות אין אישי וואס איז זיך סותר, איך מיין אז דער נייטרא רב שליט''א גלייבט די תגובה וואס איך האב באקומען, ווער גלייבט דיין תגובה? 

לאעליכם » 21/9/2011 09:22

לאעליכם כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

די פאלגענדע האב איך באקומען אין אישי:

לכבוד 'לא עליכם' (וואספארא נאמען איז דאס?)

היות איך האב נישט קיין רשות כתיבה אין דעם פארום (איך האב קיינמאל נישט געבעטן קיין רשות דא) דעריבער שרייב איך דיר אין אישי. איך וויל דיר מודיע זיין אז לדעתי איז זינלאז זיך אריינצולאזן אין וויכוחים אויף אן ענין וואס איז קלאר און דייטליך ביי יעדן נארמאלן מענטש. ס'איז זייער פארשטענדליך אז די וואס מכלומרש'ט ווילן שטעלן אן אנשטעל כאילו זיי ווייסן אנדערש, ווייסן אויך קלאר דעם ביטערן מציאות, אלזא, איז באמת איבעריג צו זיך באפאסן מיט די יעניגע וואס צוליב זייטיגע אינטערעסן ווילן זיי פארקירעווען דעם ביטערן פרשה.

בהזדמנות זו, וויל איך מיר דיר מיטטיילן דאס פאלגענדע:

מיט א צייט צוריק בין איך בנוגע א געוויסן קעיס געווען אינאיינעם מיט נאך אידן ביי א גאר חשוב'ן פערזענליכקייט וואס לית מאן דפליג אז ער איז דער צענטער אוואו הונדערטער אידן ווענדן זיך צו איהם בנוגע די סארט ענינים, און איז איינער וואס זיין פארשטאנד אין לעגאלע ענינים והמסתעף איז ממש להפליא, און בתוך השיחה איז ערגעצוואו ארויפגעשווימען די קעיס פון ר' נפתלי שלעזינגער.

האט איינער פון די אנוועזנדע אנגעפרעגט דעם פערזענליכקייט צו איז דאס ריכטיג אז ביי דעם קעיס איז אנגעגאנגען מסירה כידוע, האט דער פערזענליכקייט א פרעג געטוהן: "וואס? א פראגע בכלל?", "איך קען דעם קעיס זייער גוט בפרטי פרטים און דאס אז די זענען מוסרים איז בכלל דען שייך צו צווייפלען?". איך בין געווען אביסל אין שאק הערנדיג וואס פאר א דרייסטקייט די ווערטער זענען געזאגט געווארן. דערביי האט ער מורא'דיג באוויינט דעם מצב היינט צו טאגס, וואו אידישע קינדער האבן זיך ליידער אזוי דערקייקעלט אז מען האלט אויף אזא נידריגן שטאפל. בהמשך ער האט מרחיב געווען מיט נאך פרטים בנוגע דעם קעיס וואס תסמר שערות ראש ואכמ"ל. איך האף נאר אז די שארפע לשונות וואס ער האט זיך אויסגעדרוקט אויף מוסרים בכלל ולאו דווקא אויף אט די מוסרים זאל מקויים ווערן בקרוב

אזוי אויך בין איך לעצטענס געווען ביי עפעס א גרויסן לויער (אויך בנוגע א אנדערע קעיס), וואס דער לויער האט געארבעט ביז גאנץ לעצטענס אין די רעגירונג זייענדיג א פראסיקיוטער, און איז היינט אויף די אנדערע זייט (פרייוועט פרעקטיס(. איז רעדנדיג מיט איהם איז אויך ווי ארויפגעשווימען בין הדברים די שלעזינגער קעיס, האט ער פארציילט שוידערליכע זאכן ווי אט די מוסרים האבן צוגעהאלפן די רעגירונג ביי טריט און שריט אלעס כדי צו אריינמייערן זייער פעטער אין תפיסה אריין. ער האט גראדע דאס נישט פארציילט אלס חסרון מצד די מוסרים, נאר מען האט אזוי דיסקוסירט אביסל די שלעזינגער קעיס און הערנדיג געוויסע ערשט האנטיגע אינפארמאציע איז דאס געווען העכסט אינטערעסאנט ווי אויך ליידער גאר ווייטאגליך

דעריבער האלט איך אז לדעתי איז העכסט זינלאז זיך צו באפאסן מיט אט די סארט וויכוחי סרק וואס איז פשוט וברור פאר יעדן בר דעת דעם אמת. זייענדיג אין די לעצטע צייטן אביסעלע פארמישט אין פארשידענע קעיסעס, האב איך פאר נייגעריגקייט געליינט אסאך איבער דעם קעיס (און יעדער קען דאס לייענען), וואס בדרך אגב, גלייב מיר אז איך האב דעם ר' נפתלי קיינמאל נישט געקענט פערזענליך, בלויז געהערט אסאך פון איהם, און די לעצטערע צייטן איז מיר אויסגעקומען איהם צו זעהן עטליכע מאל גייענדיג באזוכן ארעסטאנטן אין תפיסה, עס איז באמת א הארץ ווייטאג ווי א איד און די יארן ווי אויך אנדערע אחב"י שמאכטען נעבעך דארט אזויפיל יארן, השם ירחם.

עס איז קלאר אז דער בעל דבר וועלענדיג דורך ברעכן מסירה ביי כלל ישראל וואס איז דאך פון די הארבסטע ענינים וואס אפילו אנשים פשוטים במשך אלע דורות האבן מיט מסי"נ זיך אפגעהאלטן דערפון, איז עטוואס געלונגען צו מאכן דערפון א פאליטיק ווי גלייך עס האט צו וועלעכע פארטיי מען געהערט וכו' בו בזמן וואס דער ביטערער מציאות איז ליידער קליפ און קלאר.

און עס מוז טאקע ארויסגעהויבן ווערן דער העעראישער אקט פון הרה"ח ר' משה אליעזר בן אסתר שליט"א וואס האט ריכטיג מקדש געווען שם שמים, דער אויבערשטער זאל איהם געבן אסאך כח און סייעתא דשמיא ער זאל ניצול ווערן פון אלעם בייזן, אזוי אויך די אלע יושבי חושך וצלמות, המקום ירחם עליהם ויוציאם מצרה לרוחה ומאפילה לאור גדול.

 

איך בין מסכים הונדערט פראצענט מיט דאס וואס דער איד אין אישי שרייבט, און סתם צו מאָלן וואסער איבער דעם ענין איז א בחי' פון אין קץ לדברי רוח, דעריבער וועל איך ארויפלייגן כאטש דאס, אז יעדער זאל זעהן ווי ווייט אונזער משה'לע האט נישט קיין שום פראבלעם צו לייקענען שמש בצהריים, ובזה אסיים ואומר שלום.

Supervising Fire Marshal (SFM) Bernard Santangelo – Supervisor Santangelo is currently assigned to the Bureau of Fire Investigation's Citywide South Command in Brooklyn.  He is a 30-year Fire Department veteran, having served in this particular bureau for the last 22 years.  While assigned to the city's Joint Arson Task Force, Supervising Fire Marshal Santangelo investigated a series of fires in Williamsburg.  While investigating one intentionally set fire at 50 Wallabout Street, he discovered that five other arson fires dating back to 1987 occurred in the same building.  Each incident was connected to one individual who hid behind several ''shell'' corporations.  Further investigation revealed inflated insurance claims in excess of $5.5 million and other monies being laundered.  Fire Marshal Santangelo had to gain the trust of cooperating witnesses to solve this investigation, which resulted in the arrest of a dangerous individual, who was putting the public at risk and seeking to use arson for profit.  The arsonist is now serving 15 years in federal prison.

http://www.brooklynda.org/press_releases/2008/pr_may_08.htm

Commissioner Martin Scott Medal

Fire Marshal
Bernard J. Santangelo
BFI, Joint Arson Task Force

1987-2003
Box 75-0331
Brooklyn


Fire Marshal (FM) Bernard J. Santangelo made two arrests in an elaborate arson-for-profit scheme involving millions of dollars and seven fires during a six-year period in a single Brooklyn building with four different addresses.

FM Santangelo was assigned to the Joint Arson Task Force, a multi-agency assembled to focus on arson for profit, pattern arson, organized crime arson and asset forfeiture. He hit pay dirt when he meticulously examined past fire activity for 50 Wallabout Street, in the Williamsburg section of Brooklyn, a commercial area near the Brooklyn Navy Yard. The one-block structure was home then to Goodmark Industries, manufacturers of high-end women's sportswear, sold to major retailers. Goodmark handled the entire process on the premises, from yarn to fabric, including dyeing, cutting and finishing.

His investigation disclosed that the building had three other addresses: 47-76 Wallabout Street, 750 Kent Avenue and One Classon Avenue and seven fires since 1979.

The building and business owner turned out to be Nat Schlesinger, who, with an associate, Herman Neiderman, allegedly obtained an inflated estimate from a third party to support a $706,000 claim for fire loss of raw material, while Mr. Schlesinger himself allegedly submitted a claim for $150,000 for repairs done by a company that did not exist.

Several years after the December 31, 1998, fire--which triggered the original investigation--a break came in the form of an informant related to Mr. Schlesinger, who allegedly told an insurance company that Mr. Schlesinger caused the fire. At that point, FM Santangelo began several months of delicate negotiations with the informant in several locations, including New York, Spring Valley and Monroe.

Allegedly, Mr. Schlesinger was overheard several hours before the December 1998 fire directing an employee to leave a door open to the area where the fire was set. After examining the fire damage, he allegedly asked, Do you know any other way to get money? Additionally, many documents allegedly were obtained from the informant, leading deeper into their family and business history.

On January 23, 2003, the U.S. Attorney's Office for the Eastern District legally won a civil forfeiture, seizing approximately $4.5 million for the sale of 50 Wallabout Street, the fire building, charging that it was the instrumentality through which Schlesinger committed his criminal acts, including arson, insurance fraud and money laundering, thus subject to forfeiture.

On October 9, 2003, Mr. Schlesinger and Mr. Neiderman were arrested by FM Santangelo on federal warrants, charging them with eight counts, including arson, use of fire to commit felonies, insurance fraud, money laundering, mail and wire fraud conspiracy, bank fraud and civil and criminal forfeiture, all involving insurance claims for five fires from 1987 through 1999.

The Joint Arson Task Force team in the successful investigation included FM Santangelo and Special Agents of the Federal Bureau of Alcohol, Tobacco, Fire Arms and Explosives, the Internal Revenue Service's Investigation Division and Asst. U.S. Attorney Robert LaRusso of the Eastern District.

In the words of FDNY Assistant Chief Fire Marshal Richard F. McCahey, FM Santangelo is to be commended for his enduring enthusiasm and excellent investigative talents in bringing to a successful completion a long-term and complex case. His exploits reflect great credit on the Bureau of Fire Investigation and the FDNY and serve as a warning to arson-for-profiteers that we have meant business for 150 years.

Fire Marshal Bernard J. Santangelo is recognized today and presented with the Commissioner Martin Scott Medal.--JM

http://www.nyc.gov/html/fdny/html/medal_day/2004/medals/martin_scott_medal.shtml

היראים » 21/9/2011 18:51

מלך_מלכים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
רבי יצחק מאשקאוויטש פארמאגט אקאראט די זעלבע שופלאד ווי דער וווינער רב.


פין וואס פאר שיפלאד רעדסטו?

לא עליכם
איך זעה נישט ווי די זעהסט דא אז די ''שלעזינגער'ס'' זענען מוסרים, אין אפי' יא
דאס אז הגאון ר' יצחק מאשקאוויטש זאגט אז ע''פ הלכה זענען נישט קיין קיין מוסרים קענסטו נישט אפווענדן מיט רויטע אותיות
נאכדערצו אז ענק זענען אליינס מודה אז ר' יצחק האט אים אנפאנג ארויסגעשיקט פין ביהמ''ד אין נאכדעם האט מען צירוקגעלאזט אין היינט איז ער צירוק אין ביהמ''ד
איך בין נישט קיין דיין, קענסט זיך מיט מיך נישט מתווכח זיין, איך וואלט דארט מציע געווען זאלסט אריבערגיין צו ר' יצחק אין אים נאכמאל פראבירן אויפצווייזן, ווייל לפי ידעתי ''קען ר' יצחק יא ליינען ענגליש''
אין לפי ידעתי זאגט ער אז דערווייל האבען די אלע פאפירן נישט געטוישט די הלכה

די ס''ה איז אז ביי די זאלי'ס וועלן אזעלכע ווי י' ד' ה' אער י' וו' וכו' גאר פין זייערע אנשים מכובדים
אין זיי מאכען גאר אפ וועט עס האט א דין מסור לויט קעסטנבוים'ס כח התורא


היראים » 21/9/2011 19:14

שלמהווייס כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

ווי איך פארשטיי איז הרה"ג ר' יצחק מאשקאוויטש שליט"א נישט דער עקספערט אין ליינען קארט פאפירן, צו דעם דארף מען דאך נישט זיין א גרויסע תלמיד חכם



ווי שוין געשריבן ר' יצחק פארשטייט פיין די פאפירן

אז די רעדסט שוין פין ליינען קארט פאפירן מיט מסירה
די דערמאנסט מיך א מעשה
ווען הרה''ח ר' עזריאל יודא כ''ץ איז געגאנגען ווייזן פאר הרב זלמן לייב פילאף די קארט פאפירן פין די מסירות וואס די זאלי ראשי קהילה האבען אליין אינטערגעשריבן קעגן אים מיט פעדעראלע קלאגעס אין מסירות בלויז אים צו קענען ארויסווארפן איבערנאכט פין די מקוה טהרה (פין וואס ער איז ב''ה גענצליך ארויס פריי) פארוואס ער האט לאנגע יארען געארבעט מיט געטריי אויף א זעלטנע פארנעם ווי די זבל''א האט שפעטער אויפגעוויזן אין זייער איבערזיכט
האט פילאפ גענטפרט אז ער קען נישט ליינען קיין קארט פאפירן.......אין ער קען זיך נישט מישן
האט אים איינער געפרעגט אויב אזוי פארוואס פארפירסטו אויף אלע קארטס פין די ארונים????

משהלע » 21/9/2011 20:58

HERE WE GO AGAIN, מען האט שוין די סוגי' פון די שלעזינגער פרשה דורך געדראשן אויף די שפאלטן פון עטליכע פורומס, און איך גיי נישט נאכאמאל איבערקייען זאכן וואס ווער עס וויל וויסן דעם אמת האט געזען באשיינפערלעך אז אין כאן שום שמץ של מסירה, הפלא ופלא, איך געדענק ווען דער נייטרא רב איז געווען א צדיק וקדוש, ווייסט איר פארוואס? ווייל ער האט פארבאטן פאר ר' אביגדור שלעזינגער צו דאווענען אין נייטרא בית המדרש, מען האט עם גערוהמט עד לב השמים, ער איז געווארן דעם סימבאל פון א מסירת נפש רב וואס וועט נישט נושא פנים זיין פאר קיינעם וכו' וכו', און פלוצים טראך! ער איז אויף איינמאל געווארן א איש מושחת א נידעריגער פערשוין, וואס איז געשען? וועל איך אייך זאגן, דער זעלבער נייטרא רב וואס האט נישט נושא פנים געווען פאר אביגדור שלעזינגער און ווען ער האט געהערט פון משה אהרן און אליעזר קעסטענבוים אז די שלעזינגערס האבן געמסרט זייער פעטער, אזר כגיבור חלציו, און אן קיין נשיאת פנים האט ער ארויס געטראסקעט דעם אביגדור שלעזינגער פון זייער בית המדרש, דעם אנדערן טאג איז אביגדור אריין צום נייטרא דיין מיט די אריבער 1000 טרענסקריפט פאפירן פון קארט און דאס אראפ געלייגט אויפן טיש און געזאגט אדרבה, זאל דער רב ווייזן ווי מיר האבן געמסרט, אפאר טאג שפעטער נאכן איבערליינען אלע פאפירן וואס אגב -איז ידוע אז דער נייטרא רב איז זייער גיט באהאווענט אין די ענגלישע שפראך-, האט דער נייטרא רב אנגערופן דעם אביגדור שלעזינגער אין עם מפייס געווען און בכבודו ובעצמו צו געגאנגען צום בלעמער אויסרופן ברבים אז ס'איז נישטא קיין שמץ מסירה אין די אלע קארט פאפירן,

לאמיר געבן א שטיקל קורצער איבערבליק אין די גאנצע פרשה, איך וועל דאס מאכן זייער בקיצור, אן אריין גיין איבערקייען נאכאמאל אלע פרטים, ווייל ביי די וואס מסרן און איינזעצן בחורים פאר עפעס א קרוין, מסרן און איינזעצן 26 בחורים ואברכים בעצם השבת איז נישט קיין שום עבירה, די וועלן קיינמאל נישט אנזען דעם אמת, און דער המון עם וואס וויל באמת וויסן דעם אמת האבן שוין געזען פונקטליך און יעדער ווייסט שוין,
אבער עם כל זה בקיצור נמרץ.

ס'איז א דבר ידוע אז נפתלי שלעזינגער מיט זיין ברודער ר' יצחק ז''ל זענען געווען שותפים, זיי האבן געהאט עטליכע ביזנעסעס, קודם א גרויסע ניטינג פעקטארי און שפעטער א דזשאלערי פאבריק, (ווי נפתלי האט מיאוס באגנבעט ר' חא''וו ז''ל, אבער דאס איז א פרשה בפני עצמה), אויך איז ידוע לכל אז נפתלי האט קיינמאל נישט גיט געלעבט מיט יצחק'ס משפחה, ער איז פשוט געווען דזשעלאס וואס פאר א שטוב ר' יצחק האט און וואס ער פארמאגט, למעשה ווען ר' יצחק איז ל''ע נישט געזונט געווארן, איז פאר דעם נפתלי פינסטער געווארן פאר די אויגן, וואס וועט זיין ווען יצחק וועט אוועק פון די וועלט וועט ער פלוצליג נישט וועלענדיג ווערן א שותף מיט זיינע שונאים, יצחק'ס ווייב אין קינדער, האט ער באשלאסן אז מען גייט קער נעמען דערפון, מען האט געטוישט קארפארעשאנס, ווי נפתלי איז געווארן דער אויסשליסלעכער בעל הבית, פלעין אין פשוט ער האט געדאמפט  דעם קראנקן שותף ר' יצחק און צו געגנבעט דאס גאנצע פארמעגן פון ר' יצחק, והבערה ללהב יוצאת, ר' יצחק האט קראנקערהייט אנגעהויבן צו פארפירן און בשכר זה האט נפתלי אפגעשטעלט דעם מעידזשער מעדיקל פאליסי פאר ר' יצחק, און עם געלאזט אזוי קראנקערהייט אן קיין קאווערעדזש, יצחק האט געוויינט פאר זיינע ידידים אין ראדני, פאר ר' בנימין הירש, ר' אברהם מאיר רייך, וואס האבן זייער שווער געארבייט אז ס'זאל ווערן א שלום אבער נפתלי האט זיך נישט געלאזט, (יא, היינט צוטאג נעמען זיך די אויבן דערמאנטע זאליס אן פאר נפתלי, ווייסט איר פארוואס? ווייל יצחק לעבט שוין נישט, די קינדער זענען אהרונים, איז א כפרה מיט די אהרונים, אבער מיר געדענקען נאך זייער גיט ווען זיי האבן צוזאם געשאלטן דעם גנב ואכזר נפתלי),
 
ס'איז איבעריג צוזאגן אז די רעאקציע פון ר' יצחק'ס משפחה איז געווען מיט אויפברויז, מען האט זיך געשלאגן אויפן לעגאלן פראנט ווי אויך פיזיש, נפתלי האט געשריגן אז יצחק איז קיינמאל קיין שותף נישט געווען, ער איז בסך הכל געווען א ארבייטער, ביני לביני איז געווען א אינשארענס קלעים ווי נפתלי האט געוואלט קלעימען געלט פון א פייער, (און זעלבסט פארשטענדליך נאר פאר זיך ווייל יצחק איז דאך נאר א ארבייטער...) האבן די קינדער מחליט געווען אז מען וועט זיך נישט לאזן, זיי האבן געזאגט פאר די אינשארענס קאמפאני, אז עס איז איז דא אגרויסער חשד אז דער פייער איז נישט געווען קיין עקסידענט ווייל זיי האבן געהערט עפעס סטעיטמענטס וואס קען אויסגעטייטשט ווערן אז נפתלי האט געוויסט און געהאט א שייכות צו דעם פייער, ווי שטארק די אינשארענס קאמפאני און שפעטער דער פייער מארשאל האבן פראבירט ארויס צו באקומען עפעס ערענסטערע סטעיטמענט אדער גאר ערענסטערע עווידענטס אז נפתלי האט געהאט א דירעקטן שייכות מיטן פייער האבן זיי נישט סוקסידעט, זיי האבן נאר איבערגעגעבו א מילתא דמשתמע לתרי אנפי, ווער עס האט מיט געהאלטן דעם טרייעל -ווי דער שרייבער פון די שורות וואס האט מיט געהאלטן מהחל עד כלה-, האט געהערט זייער קלאר ווי מען האט פראבירט ארויס צו שלעפן פון זיי עפעס ערענסטערע דעמעדזשינג סטעיטמענט און זיי האבן נישט מצליח געווען, האבן זיי עם געוואלט צופיקסן? זיכער אז יא! אבער מסירה? מאן דכר שמיה!. 

אויב איז דעמעדזשינג סטעיטמענט א מסירה, האבן מיר באלד א דאזן מוסרים, אי''וו וואס האט געגעבן זייער דעמעדזשינג טעסטעמאני, הרב גליקמאן מיט זיין רעבעצין, ברוין פון סי געיט, זיינע אקאונטענטס, ועוד ועוד, 
לית מאן דפליג אז נפתלי שלעזינגער האט פראבירט זייער שטארק אנצולייגן זיינע שייגץ שטיק אויף משפחת יצחק שלעזינגער, ער האט זיי בגזלט און בארויבט, ער האט מקצר ימים געווען פאר זיין ברודער יצחק, און די קינדער האבן נאר פרובירט צו ראטעווען זייער פארמעגן ווי זיי האבן געקענט, און יעצט אז ער האט נעבעך באקומען אזא הארבן אורטייל פון 15 יאר איז ער געווארן א רחמנות, און מען פילט גיט אז מען באשולדיגט די נעפיוס.

מען האט זיך איינגערעדט אז מען וועט איבער רעדן ר' יא''ש זאל צוריק צוען פון זיין עדותשאפט וועט דאס עפעס אויסמאכן, און דער יא''ש האט מסכים געווען, און האט זיך כמעט אריין געלייגט אין א מיאוס פעקל פון זיך סותר זיין אינטער OATH (שבועה) וואס האט זיך געקענט ענדיגן מיט עם באשטראפט צו ווערן מיט תפיסה,  דער ריכטער זעהנדיג וואס עס גייט פאר האט נישט געלאזט ווייטער פירן דעם סירקוס און האט ארויס געגעבן א געשריבענעם פסק אז ס'איז אומזיסט זייער פלאג, אז אפילו אלע עדות'שאפט פון אלע נעפיוס וועט ארויסגענומען ווערן וועט דאס נישט משנה זיין כי הוא זה נישט, ס'איז זייער קלאר אז זיי האבן עם נישט געמסרט, און לכאורה נישט קיין סאך געהאלפן פארן פראסעקיוטער, 

וואס איז יא געווען דעמעדזשינג:
אויסער די טעסטימאני פון נפתליס שוועסטער און שוואגער גליקמאן, און פון זיין אקקאונטענט, פון זיינע ארבייטער, איז געווען דער פאקט אז ער איז געווען א חצוף מחוצף פארן ריכטער, ער איז געווען א חי' רעה כלפי דעם פייער מארשאל עם אראפ געווארפן א פלייט אויף סטעפס מיט א רציחה שאין כמוהו, ער האט דריי מאל קאלעקטעד גרויסע סכומים אינשארענס געלטער פאר פייערס און אלע דריי מאל האט ער געניצט די זעלבע בילדער צו ווייזן דעם שאדן, (די בילדער האבן נישט די נעפיוס געגעבן פארן פראסעקיוטער נאר די אינשארענס קאמפאניס), אלזא זאלישלעך זיסע, יאשקע מסור איז נישט קיין מסור, אביש וויינבערגער איז נישט קיין מסור, י''פ איז נישט קיין מסור, זלמן לייב וואלדמאן/יאנקל ברוך טירנוער און מאיר דייטש זענען נישט קיין מוסרים, וואלי פריעדמאן מיט די 9 שותפים הולכי לערכאות זענען נישט קיין מוסרים, די נעפיוס וואס האבן נאר פרובירט צו ראטעווען זייער פארמעגן זיי זענען די מוסרים. עולם הפוך ראיתי. 

      
     

שלמהווייס » 21/9/2011 22:01

היראים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לא עליכם
איך זעה נישט ווי די זעהסט דא אז די ''שלעזינגער'ס'' זענען מוסרים, אין אפי' יא
דאס אז הגאון ר' יצחק מאשקאוויטש זאגט אז ע''פ הלכה זענען נישט קיין קיין מוסרים קענסטו נישט אפווענדן מיט רויטע אותיות
נאכדערצו אז ענק זענען אליינס מודה אז ר' יצחק האט אים אנפאנג ארויסגעשיקט פין ביהמ''ד אין נאכדעם האט מען צירוקגעלאזט אין היינט איז ער צירוק אין ביהמ''ד
איך בין נישט קיין דיין, קענסט זיך מיט מיך נישט מתווכח זיין, איך וואלט דארט מציע געווען זאלסט אריבערגיין צו ר' יצחק אין אים נאכמאל פראבירן אויפצווייזן, ווייל לפי ידעתי ''קען ר' יצחק יא ליינען ענגליש''
אין לפי ידעתי זאגט ער אז דערווייל האבען די אלע פאפירן נישט געטוישט די הלכה

 

אויב די זעסט נישט אין די פאפירן אז די ''שלעזינגער'ס'' זענען מוסרים, וואלט איך דיר מציע געווען זאלסט אריבערגיין צו ר' יצחק אין אים בעטן ער זאל עס דיר איבערזעצן אויף אידיש, ער קען דאך גיט ליינען ענגליש,

 

אבער ראס וואס די זאגסט "אין אפי' יא"  "איך בין נישט קיין דיין", אויף צו טוישן די הלכה, קענסטו פונקט ווי הגאון ר' יצחק מאשקאוויטש און ווי יחזקאל גאלד, מען דארף דערפאר נישט זיין קיין דיין,

 

ווי באלט אין די אויגן פון מענשען ווערט דאס באטראכט ווי מסירה, דארפן זיי געבן בכתב פאר וואס "ע''פ הלכה" איז דא נישט קיין מסירה, אדער פאר וואס דא איז מותר מסירה

דייקן » 21/9/2011 22:07

כ'געדענק אז אין יענע צייט איז ארויסגעקומען קונטרסים פון ביידע צדדים.

איינער קען דאס אפשר ארויפשטעלן?

משהלע » 22/9/2011 00:25

אזוי, א פסק הלכה פון הייליגן מהר''ש ווייס, דער נייטרא רב דארף זאגן פארוואס ס'איז נישט קיין מסירה, אפשר דארפסטו זאגן פארוואס עס איז יא מסירה?, דער שארמאשער דארף נישט זאגן פארוואס אריזאנא ווייץ איז חמץ ממש, דער דיין פריעדמאן דארף נישט זאגן פארוואס זינטיג איז דער סקול דיסטריקט מותר, מאנטיג אסור, דינסטיג מצוה מן המובחר, מיטוואך יהרג ואל יעבור, דאנערשטיג חוב קדוש, פרייטיג איסור כרת, דער דיין פיליפ דארף נישט זאגן פארוואס טראגן מיט א כשרער עירוב (לויטן פסק פון מאנכע גדולי ישראל) איז מחללי' מות יומת, אבער דער נייטרא דיין דארף זאגן פאר שלמהלע ווייס פארוואס זיי זענען נישט קיין מוסרים, דאס איז זאלי קאפ!, כעזקעלע גליק שרייט אז ווייל 60יאר צוריק האט דער רבי זיכרונעבראחע געזאגט אז אויב וועט כעזקעלע כשר מאכן די טשיקן וועט ער זיין זייער צופרידן, על כן איז דער בית החיים זיינס, און איך דארף זאגן פארוואס כעזקעלע איז א פערדס קאפ אין רעדט נישט צו דערזאך, הא?.טיפיקל זאלי!!! 

שלמהווייס » 22/9/2011 01:16

משהלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אזוי, א פסק הלכה פון הייליגן מהר''ש ווייס, דער נייטרא רב דארף זאגן פארוואס ס'איז נישט קיין מסירה, אפשר דארפסטו זאגן פארוואס עס איז יא מסירה?, דער שארמאשער דארף נישט זאגן פארוואס אריזאנא ווייץ איז חמץ ממש, דער דיין פריעדמאן דארף נישט זאגן פארוואס זינטיג איז דער סקול דיסטריקט מותר, מאנטיג אסור, דינסטיג מצוה מן המובחר, מיטוואך יהרג ואל יעבור, דאנערשטיג חוב קדוש, פרייטיג איסור כרת, דער דיין פיליפ דארף נישט זאגן פארוואס טראגן מיט א כשרער עירוב (לויטן פסק פון מאנכע גדולי ישראל) איז מחללי' מות יומת, אבער דער נייטרא דיין דארף זאגן פאר שלמהלע ווייס פארוואס זיי זענען נישט קיין מוסרים, דאס איז זאלי קאפ!, כעזקעלע גליק שרייט אז ווייל 60יאר צוריק האט דער רבי זיכרונעבראחע געזאגט אז אויב וועט כעזקעלע כשר מאכן די טשיקן וועט ער זיין זייער צופרידן, על כן איז דער בית החיים זיינס, און איך דארף זאגן פארוואס כעזקעלע איז א פערדס קאפ אין רעדט נישט צו דערזאך, הא?.טיפיקל זאלי!!! 


משהלע,

ווער זאגט אז זיי זענען פטור פון צו זאגן "פארוואס", אויב האסטו אזוי פארשטאנען פון מיר, איז עס א גרויסע טעות, עס איז נישט קיין חילוק צו א גרויסע דיין אדער א קליינע דיין, פון איין פארטיי צו א צווייטע פארטיי,

מיר האבן איין תורה,

 

אדרבה, אויף די בני יואל'ער און זאלי'ס, איז שטארקער די קשיא, זיי זענען דאך פארנומען א גאנצע טאג מיט יענעמס עבירות

משהלע » 22/9/2011 03:35

די היסטארי פון דיינע תגובות ווייזט קלאר אז דו ביסט בכלל נישט קיין נער, אנדערשט ווי רוב זאליס וואס זייער תגובות זענען מלא טיפשות און שנאה צוזאמען געפלאכטן,  זענען דיינע תגובות בלויז מיט שנאה, על כן לאז מיך דיר מסביר זיין דעם חילוק, און האפענדליך וועסט זיין בכוח אוועק צולייגן דיין שנאה און מיט א אפענע מיינד פארשטיין דעם דיפערענץ,

קודם איז זייער פשוט אז א רב האט נישט קיין שום פליכט מסביר צו זיין פארוואס א יחיד אדער יחידים זענען "נישט" קיין מוסרים, אדרבה אויף צוזאגן אז מען איז "יא" א מסור ליגגט א אבליגעישאן מסביר צו זיין פארוואס, ובפרט אז בנידן דידן איז קיין שום רב אדער דיין נישט ארויס געקומען מיט א פסק אז זיי זענען "יא" מוסרים, העט א דיין אדער רב יא ארויס געקומען מיט אזא פסק, וואלט געוויס געליגען א פליכט אויף דעם דאזיגן רב/דיין צו זאגן פארוואס זיי זענען "יא" מוסרים, און דאן וואלט דער נייטרא רב געקענט אנעמען זיין חוות דעת אדער מסביר זיין פארוואס ער איז מחולק אויף עהם, והדבר פשוט מאוד,

ווידער ביי די אוסרים את כל הקדוש ביי די אהרונים, אנגעהויבן פונעם מוסד הקדוש שערי חמלה, די שחיטה המהודרת אין קרית יואל, די מצות המהודרים פון חיטי אריזאנא, וכו' וכו',  איז זייער פשוט אז אויב ווילסטו אסר'ן ליגט אויף דיר א פליכט צו זאגן פונקטליך פארוואס עס איז אסור, ס'איז נישט קיין גזירת הכתוב, פונקט ווי דער דיין רבי געציל שליט''א איז ארויס געקומען מיט א איסור מסדר קידושין זיין אין דעם בני יואל האל שלא ברשות המרא דאתרא, האט ער פונקטליך געזאגט על סמך וואס ער אסר'ט דאס, נישט מיט קיין נארישע מלוחים מאוד תירוצים, אדער אנדערע שקרים, ווי אז דער סקול דיסטריקט איז ממש ביהרג ואל יעבור, פרעגט זיך א פראגע פון דעם שארמאשער צדיק, ווען איז דאס מותר און א חוב קדוש? און ווען איז עס אסור בתכלית האיסור ביהרג ואל יעבור?, ווען יאשקע מסור אדער מענדל שווימער לויפט מעג מען און מען דארף גיין שטומען, און ווען די בני יואל האלטן שוין לאחר היאוש און קענען אפילו נישט ארויס לייגן קיין קאנדידאט, דאן ווערט דאס אסור ביהרג ואל יעבור, דאס דארף יא א הסבר, ווען די בני יואל גייען אין קארט הייסט דאס בלויז ראטעווען נכסים און נישט חלילה קיין הליכה לערכאות, ווען די אהרונים גייען (אפילו מיט א היתר בית דין) איז דאס א שרעקליכע הרמת יד בתורה משה, דאס דארף יא א הסבר, ווען דו מאכסט אן עירוב אויף ראדני און אויף בעדפארד עוועניו איז דאס כשר וישר, און ווען רבי פישל הערשקאוויטש מיטן אודווארי רב מאכן א עירוב איז דאס מחללי' מות יומת, שבת חול המועד סוכות און שבת בראשית מעג מען יא מאכן א עירוב אויף בעדפארד עוועניו, און ס'איז נישט קיין רשות הרבים דאורייתא,אבער פרשת נח, לך און וירא איז אויב מאכט מען א עירוב איז מחללי' מות יומת, די פראגעס דעזערוון יא א ענטפער.

  

שלמהווייס » 22/9/2011 07:29

משהלע,

פארשטיי, איך האב זיך באצויגן אויף "היראים'ס" ווערטער, דייקא, צוליב דעם וואס ער זאגט "אין אפי' יא" כאילו א דיין איז העכער ווי די תורה,

דו ווייטער, לויפסט צווישן די טראפן, אז זיי זענען בכלל נישט קיין מוסרים, אין דעם נושא האב איך קיין חשק נישט געהאט אריין צו גיין, דאס איז דאך שוין מער א פאקט וואס עס פאדערט נישט קיין דיין,

ווידער וועגן רי רבנים פון די אנדערע פארטיי, קיק אין די אשכולות

 

http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?topic_id=2793744&forum_id=16386

 

http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?topic_id=2799277&forum_id=16386

 

http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?topic_id=2819607&forum_id=16386

 

http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?topic_id=2817503&forum_id=16386

 

מיר האפן אז איר וועט אונז נישט באטראכטן מער פאר קיין שונא

משהלע » 22/9/2011 18:33

דו מעגסט האבן א מיינונג אז זיי זענען יא מוסרים, ואני הקטן מעג האבן א מיינונג אז זיי זענען נישט קיין מוסרים, און עס האט טאקע נישט קיין שום זין ארום צו טענה'ן וועגן דעם נושא וואס איז למעשה נישט קיין נפקא מינה, ווי עס כאפט יא א נפקא מינה און דארט איז יא וויכטיג א חוות דעת פון א דיין איז לענין עם לאזן דאווענען אין א בית המדרש, ארויס ווארפן די קינדער פון מוסדות, געבן א עלי' וכד', איך האב מיט געהאלטן דעם קארט קעיס מהחל עד כלה, איך האב דורך געליינט אלע קארט פאפירן אינקלאדינג די טרענסקריפטן פון אלע טעסטימאניס, מיין דעת בעל הבית איז אז עס קומט נישט צו צו קיין מסירה, און איך האב געברענגט א ראי' לדברי, אז דער נייטרא רב שליט''א נאכן איבערקיקן די קארט פאפירן איז אויך ביי דעם מיינונג, ווידער דיין צד וואס האלט אז זיי זענען יא מוסרים, איר האט נישט קיין שום תורה'דיגע אוטוריטעיט וואס זאל שטיצן ענקער מיינונג, ליגט אויף אייך יא א פליכט פונקטליך מסביר צו זיין מיט וואס זיי זענען מוסרים, סתם אזוי מוציא שם רע זיין איז זייער הארב, ס'איז אזוי פשוט אז ס'איז איבעריג נאכאמאל איבער צוקייען נאכאמאל און נאכאמאל.

איך זעה נישט וואס די אטטעשט לינקס האט צוטון מיט אונזער נושא.

שלמהווייס » 22/9/2011 19:44

וואס די אטטעשט לינקס האט צוטון מיט אונזער נושא, פארשטייסטו נישט,

 

ראס אז די רבנים זענען נישט העכער פון די תורה, פארשטייסטו יא?

משהלע » 22/9/2011 20:04

קיינער איז נישט העכער פון די תורה!, ווי זעסטו אז עמעצער טענה'ט פארקערט? איך הייב אן צוקלערן אז דו ביסט א אהרוני, ווייל דאס אז קיינער איז נישט העכער פון די תורה איז א אהרונישער סלאגן אדער פאליסי, די אהרונים טענה'ן אז אויב איז אריזאנא ווייץ מער מהודר על פי התורה קען מען דאס נישט אסערן מיט נארישע טענות און פילינגס, אויב איז דער עירוב כשר מן התורה קען מען נישט קומען מיט רעבעזיחרונעווראחע טענות אז העט דער רעבע געוואלט אן עירוב העט ער דאס געמאכט, דאס זעלבע מיט ערכאות, לית מאן דפליג אז די אהרונים פארלאנגען קלאר צו גיין צו דין תורה צו א בית המרוצה לשני הצדדים אדער צו זבל''א און די זאליס שרייען אז נאר דער מיטן שווארצן כאלאט וועט פסקענען, על פי התורה איז דער וואס גייט צו ערכאות א מרים יד בתורה משה, אויסער ווען איין צד איז א מסרב ללך לדין תורה זאגט דער שולחן ערוך קלאר אז דאן מעג דער צד השני תובע זיין לערכאות העכו''ם, דאס איז תורת משה און דאס איז העכער פון אלעם, ביי אונז איז די תורה דער פיינעל מורה דרך, און פיינעל פסק הלכה, מותר על פי התורה אדער אסור על פי התורה, נישט חלומות און נגיעות,

לאעליכם » 23/9/2011 00:20

[quote] איז ידוע אז דער נייטרא רב איז זייער גיט באהאווענט אין די ענגלישע שפראך-, האט דער נייטרא רב אנגערופן דעם אביגדור שלעזינגער אין עם מפייס געווען און בכבודו ובעצמו צו געגאנגען צום בלעמער אויסרופן ברבים אז ס'איז נישטא קיין שמץ מסירה אין די אלע קארט פאפירן,[/quote]

זיסער משה'לע... האמיר דאך תיכף געזעהן אז דו האסט א גאר שטארקע אינטרעסטע צו פארענטפערן די הויכגעשעצטע מוסרים משפ' שלעזינגער (הנגידים והשתדלנים למען כלל ישראל ולמען קברי ישראל... נישטא ווער ס'זאל לאכן) 

באמת האלט איך נישט ביים ווייטער זיך טענה'ען, ווייל יעדער וואס האט נאר אביסל אדורכגעטוהן דעם ענין, און האט 'נישט' קיין בלינדע אגענדע (צוליב סיבות כמובן ונגיעות וד"ל) זיי צו פארענטפערן, זעהט גלייך דעם אמת. יא! ליידער זענען זיי מוסרים, האבן זיך אויפגעשטעלט ביים סטענד און פאר'מסר'ט פריוויליג בלויז פאר נקמה דעם אייגענעם פעטער! ליידער ליידער [ואגב דארף דא ארויסגעברענגט ווערן דעם ווייטאג אז אין געוויסע קהילות לאזט מען זיי ווייטער בלייבן און דאווענען, ולא די און זענען גאר שיינע אידן. וכדי בזיון וקצף]

פארשטייט זיך ווען די רעדסט פון די עדות'שאפט פון נפתלי'ס שוועסטער און די אנדערע איינגעשטעלטע, מאכסטו מיר פשוט לאכן. זיי אלע זענען געווען געצווינגען מצד דעם געריכט צו קומען עדות זאגן!! אבער ווער איז געקומען אומגעצווינגען און פרייוויליג זענען געווען אונזערע אלעמען באקאנטע - און יא: 'די משפחת המוסרים מוסרים!', וואס פון זיי איז געקומען די דורכברוך אינעם קעיס כלשונם פון די פייער דעפארטמענט.

און וועגן ר' יצחק מאשקאוויטש האבן צענדליגער אידן, רבנים וגדולי תורה, פרובירט צו רעדן מיט איהם דערוועגן, און האט צו קיינעם נישט געוואלט רעדן דערוועגן, און ניטאמאל מסביר זיין טעמו ונימוקו, זאגאר אפי' פאר זיינע אייגענע איידעמער!. ר' יל"ש א חשובער איד און עסקן א חבר מיט ר' יצחק'ן נאך פון נייטרא האט פרובירט צו רעדן און פרעגן 'טייערער רב, איר זענט דאך מיר א גוטער חבר, פארוואס און אויף וואספארא סמך זאגט איר אז זיי זענען נישט קיין מוסרים?" און ווען ר' יצחק האט איהם געזאגט בל"א און האט נישט געהאלטן ביים ענטפערן, האט ער אפגעהאקט מיט איהם עד היום! וכהנה וכהנה. וכבר הקדמתי אז א רב איז נישט העכער פון די תורה אן צו מבסס זיין זיינע ווערטער בטעמא דמילתא, וזה פשוט ומובן לכל בר דעת. [ויותר ממה שקריתי לפניכם כתוב כאן כ'שרייב נאר אויף שפיץ גאפל]

נו, איז דען א הו"א אז אזא רב איז באגלייבט און גענוג קאנפידענט צו זאגן און פסק'ענען אז זיי זענען נישט קיין מוסרים?! איז דען זיין פסק עפעס ווערט?! כקליפת השום!

און וועגן די אלע פארברעכערייען וואס ר' נפתלי האט [מכלומר'שט] געטוהן, לו יצוייר אז דאס אלעס זאל נאר זיין אמת, איז דען א הו"א שבעולם אז ממילא איז דא א תירוץ צו מסר'ן אן אנדערן איד, און איהם איינזעצן אויףך 15 יאר תפיסה??!! ביזט פאר'נער'ט געווארן?!

און אינטרעסאנט: אז דו האסט יא אדורכגעליינט אלע קאורט פעיפער'ס, פארוואס האסטו אויסגעלאזט די פיהלע בריווען וואס אידן האבן אריינגעשיקט ווי זיי לייגן אראפ די געוואלדיגע הילף און גוט'ס וואס זיי האבן גענאסן פון ר' נפתלי'ן אין יעדע צייט, און ווי ער האט זיך ממש מוסר נפש געווען צו העלפן אנדערע אידן אין צייט פון נויט. הא?

[quote]
האבן זיי עם געוואלט צופיקסן? זיכער אז יא! אבער מסירה? מאן דכר שמיה!.
[/quote]

חזר אליין איבער די דאזיגע שורה נאך אפאר צענדליג מאל, און דאן וועסטו אליין גלייבן אין וואס דו האסט געשריבן...

כאטשיק האב איך הנאה אז דו ביסט א 'מודה במקצת'!

און צום שלוס איז זינלאז זיך ווייטער צו טענה'ען איבער דעם ענין, ווען דו זיכסט נישט דעם 'אמת' אין די מעשה, ממילא וועל איך בל"נ דא בלייבן שטיין, ותן לחכם ויחכם עוד ווער ס'זיכט דעם אמת איבער דעם ביטערן פרשה, וואס מ'קען זאגן אז כזאת לא היתה אז אייגענע נעפיו'ס זאל במו ידם אליינס גיין פאר'מסר'ן דעם פעטער און אריינשליידערן אין טורמע אויף יארן לאנג! ה' ירחם!

און אויב ס'איז טאקע דאס וואס דו שרייבסט אז זיי האבן בלויז געוואלט צופיקסן און נישט מסירה, ווי קומט דאס אז ווען מ'איז געשטאנען און געווארט אנגעצויגן מיט צאפלדיגע הערצער אויפן פסק פונעם ריכטער, און מ'האט געהאפט אז ער וועט ארויסגעבן א לייכטן אורטייל, איז געווען די שוועסטער די מכשיפה ש"ש און געשריבן א לאנגן און העצערישן בריוו פארן שופט אקעגן ר' נפתלי'ן מיט כלערליי ליגנט'ס און שקרים, שרייבנדיג אז ער איז א סכנה פאר די פרייהייט און זיין פלאץ איז אין תפיסה (מ'רעדט פון א זיבעציג יעריגער איד לאויש"ט) דאס איז אויך נאר געווען בלויז פארן צופיקסן הא?

משהלע » 23/9/2011 01:09

ווער עס קען דאס אויסליינען באקומט א מהרי''י ט''ב אויף פורים.

שלמהווייס » 23/9/2011 01:47



תוקן על ידי שלמהווייס ב- 23/09/2011 02:41:50

שלמהווייס » 23/9/2011 02:40

לאעליכם כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

" איז ידוע אז דער נייטרא רב איז זייער גיט באהאווענט אין די ענגלישע שפראך-, האט דער נייטרא רב אנגערופן דעם אביגדור שלעזינגער אין עם מפייס געווען און בכבודו ובעצמו צו געגאנגען צום בלעמער אויסרופן ברבים אז ס'איז נישטא קיין שמץ מסירה אין די אלע קארט פאפירן,"

זיסער משה'לע... האמיר דאך תיכף געזעהן אז דו האסט א גאר שטארקע אינטרעסטע צו פארענטפערן די הויכגעשעצטע מוסרים משפ' שלעזינגער (הנגידים והשתדלנים למען כלל ישראל ולמען קברי ישראל... נישטא ווער ס'זאל לאכן) 

באמת האלט איך נישט ביים ווייטער זיך טענה'ען, ווייל יעדער וואס האט נאר אביסל אדורכגעטוהן דעם ענין, און האט 'נישט' קיין בלינדע אגענדע (צוליב סיבות כמובן ונגיעות וד"ל) זיי צו פארענטפערן, זעהט גלייך דעם אמת. יא! ליידער זענען זיי מוסרים, האבן זיך אויפגעשטעלט ביים סטענד און פאר'מסר'ט פריוויליג בלויז פאר נקמה דעם אייגענעם פעטער! ליידער ליידער [ואגב דארף דא ארויסגעברענגט ווערן דעם ווייטאג אז אין געוויסע קהילות לאזט מען זיי ווייטער בלייבן און דאווענען, ולא די און זענען גאר שיינע אידן. וכדי בזיון וקצף]

פארשטייט זיך ווען די רעדסט פון די עדות'שאפט פון נפתלי'ס שוועסטער און די אנדערע איינגעשטעלטע, מאכסטו מיר פשוט לאכן. זיי אלע זענען געווען געצווינגען מצד דעם געריכט צו קומען עדות זאגן!! אבער ווער איז געקומען אומגעצווינגען און פרייוויליג זענען געווען אונזערע אלעמען באקאנטע - און יא: 'די משפחת המוסרים מוסרים!', וואס פון זיי איז געקומען די דורכברוך אינעם קעיס כלשונם פון די פייער דעפארטמענט

און וועגן ר' יצחק מאשקאוויטש האבן צענדליגער אידן, רבנים וגדולי תורה, פרובירט צו רעדן מיט איהם דערוועגן, און האט צו קיינעם נישט געוואלט רעדן דערוועגן, און ניטאמאל מסביר זיין טעמו ונימוקו, זאגאר אפי' פאר זיינע אייגענע איידעמער!. ר' יל"ש א חשובער איד און עסקן א חבר מיט ר' יצחק'ן נאך פון נייטרא האט פרובירט צו רעדן און פרעגן 'טייערער רב, איר זענט דאך מיר א גוטער חבר, פארוואס און אויף וואספארא סמך זאגט איר אז זיי זענען נישט קיין מוסרים?" און ווען ר' יצחק האט איהם געזאגט בל"א און האט נישט געהאלטן ביים ענטפערן, האט ער אפגעהאקט מיט איהם עד היום! וכהנה וכהנה. וכבר הקדמתי אז א רב איז נישט העכער פון די תורה אן צו מבסס זיין זיינע ווערטער בטעמא דמילתא, וזה פשוט ומובן לכל בר דעת. [ויותר ממה שקריתי לפניכם כתוב כאן כ'שרייב נאר אויף שפיץ גאפל]

נו, איז דען א הו"א אז אזא רב איז באגלייבט און גענוג קאנפידענט צו זאגן און פסק'ענען אז זיי זענען נישט קיין מוסרים?! איז דען זיין פסק עפעס ווערט?! כקליפת השום!

און וועגן די אלע פארברעכערייען וואס ר' נפתלי האט [מכלומר'שט] געטוהן, לו יצוייר אז דאס אלעס זאל נאר זיין אמת, איז דען א הו"א שבעולם אז ממילא איז דא א תירוץ צו מסר'ן אן אנדערן איד, און איהם איינזעצן אויףך 15 יאר תפיסה??!! ביזט פאר'נער'ט געווארן?!

און אינטרעסאנט: אז דו האסט יא אדורכגעליינט אלע קאורט פעיפער'ס, פארוואס האסטו אויסגעלאזט די פיהלע בריווען וואס אידן האבן אריינגעשיקט ווי זיי לייגן אראפ די געוואלדיגע הילף און גוט'ס וואס זיי האבן גענאסן פון ר' נפתלי'ן אין יעדע צייט, און ווי ער האט זיך ממש מוסר נפש געווען צו העלפן אנדערע אידן אין צייט פון נויט. הא?

"האבן זיי עם געוואלט צופיקסן? זיכער אז יא! אבער מסירה? מאן דכר שמיה!. "

חזר אליין איבער די דאזיגע שורה נאך אפאר צענדליג מאל, און דאן וועסטו אליין גלייבן אין וואס דו האסט געשריבן...

כאטשיק האב איך הנאה אז דו ביסט א 'מודה במקצת'!

און צום שלוס איז זינלאז זיך ווייטער צו טענה'ען איבער דעם ענין, ווען דו זיכסט נישט דעם 'אמת' אין די מעשה, ממילא וועל איך בל"נ דא בלייבן שטיין, ותן לחכם ויחכם עוד ווער ס'זיכט דעם אמת איבער דעם ביטערן פרשה, וואס מ'קען זאגן אז כזאת לא היתה אז אייגענע נעפיו'ס זאל במו ידם אליינס גיין פאר'מסר'ן דעם פעטער און אריינשליידערן אין טורמע אויף יארן לאנג! ה' ירחם!

און אויב ס'איז טאקע דאס וואס דו שרייבסט אז זיי האבן בלויז געוואלט צופיקסן און נישט מסירה, ווי קומט דאס אז ווען מ'איז געשטאנען און געווארט אנגעצויגן מיט צאפלדיגע הערצער אויפן פסק פונעם ריכטער, און מ'האט געהאפט אז ער וועט ארויסגעבן א לייכטן אורטייל, איז געווען די שוועסטער די מכשיפה ש"ש און
 געשריבן א לאנגן און העצערישן בריוו פארן שופט אקעגן ר' נפתלי'ן מיט כלערליי ליגנט'ס און שקרים, שרייבנדיג אז ער איז א סכנה פאר די פרייהייט און זיין פלאץ איז אין תפיסה (מ'רעדט פון א זיבעציג יעריגער איד לאויש"ט) דאס איז אויך נאר געווען בלויז פארן צופיקסן הא?


משהלע » 23/9/2011 03:26

הייסט אזוי, לעיזער קעסטענבוים וואס איז דער פארבערצירער פון די מוסרים טיטול, האט נישט קיין שום אינטערעס ער מיינט נאר כולו לשם שמים, ס'האט בכלל נישט צוטון מיטן פאקט אז זיין גניבה איז נישט געלונגען, און אז ס'האט עהם שוין אפגעקאסט אריבער דריי מיליון דאלאר פאר לויערס, הע! ס'האט בכלל נישט צוטון מיט דעם, כולו לשם שמים, אבער דער נייטרא רב שליט''א וואס האט לכתחילה געגלייבט דעם גנב לעיזער אז זיי זענען מוסרים, און האט טאקע ארויס געווארפן ר' אביגדור שלעזינגער, ער איז כולו נגיעות, לא עליכם ולא עלינו האט א רעכט צו האלטן וואס ער וויל, אן קיין שום הוכחות, אן קיין שום מראה מקומות, אבער דער נייטרא רב שליט''א וואס האט געזאגט אז ער האט איבערגעליינט אלע פאפירן און זעט דארט נישט קיין שום שמץ מסירה, ער האט נישט קיין רעכט צו זיין מיינוג,

טיפיקל זאלי בלאפערס, אייך טיט אזוי וויי מסירה, ווי כעזקעלע גליק טיט וויי אז זיין ווייב איז געשטארבן, כעזקעלע האט יאמערלעך געוויינט און געבראטשעט ביי די לוי' פון זיין ווייב, ווילט איר וויסן וואס ס'האט עם וויי געטוהן?, נישט אז זיין אשת נעורים איז ל''ע נפטר געווארן, ניין! נישט פאר דעם האט ער געוויינט, געוויינט האט ער ווייל מען האט געגנבעט דעם בית החיים, מען האט געגנבעט כעזקעלעס בית החיים, כן הדבר הזה, ענק טיט דען וויי מסירה, עטץ שרייטס דען וועגן מסירה? האט איר א מוק געגעבן אקעגן יאנקל פעקעטע ווען ער האט "פרייוויליג" געמסרט די יאקאבאוויטשלעך? האט מען פון ענק געהערט א מוק ווען אביש וויינבערגער האט געהייסן פאר די פאליציי ארעסטירן 26 בחורים ואברכים חפים מפשע בעצם השבת קודש?, האט איר געגעבן א מוק ווען די זאליס האבן געמסרט אפאר בחורים פארן צוריק נעמען זייער אייגענעם קרוין וואס זיי האבן אליין געמאכט און מען האט זיי געהאלטן איינגעשפארט ביז אינמיטן יום טוב? האט איר מוחה געווען? ניין! ניין! און נאכאמאל ניין!!! פארוואס נישט? ווייל מסירה ביי די זאליס איז א חוב קדוש, א מצוה מן המובחר, און א זאלי מעג אלעס טון און ס'איז כשר וישר, אבער די שלעזינגערס זענען דאך אהרונים, און א אהרוני אפילו ער טיט גארנישט שלא כהלכה, איז א מסור, א הולך לערכאות, א אוכל חמץ בפסח, א עובד ע''ז מיט שערי חמלה, א אוכל נבילות וטריפות מיט עסן פון די שחיטה המהודרת פון קרית יואל,

אבער איך וועל אייך זאגן  דערביטערטע זאליס, עס גייט אייך גארנישט העלפן, די שלעזינגערס זענען געשעצט ביי יעדן איינעם, אלע גדולי הרבנים שעצן זיי, קיינער ווארפט זיי נישט ארויס פון זייער בית המדרש, זיי טוהן שיינע שידוכים און איר קענט וויטער שעלטן און שפייען בלוט.    

שלמהווייס » 23/9/2011 05:28

משהלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
האט איר א מוק געגעבן אקעגן יאנקל פעקעטע ווען ער האט "פרייוויליג" געמסרט די יאקאבאוויטשלעך?     


עס איז וויכטיג צו וויסן, אז פון די אלע אויסגערעכנטע מוסרים איז "יאנקל פעקעטע" די ערגסטע מסר,

 

ער איז א אנגייענדיגע מסר

שלמהווייס » 23/9/2011 21:27

וואס ענטפערן די זאלי'ס ווען מען פרעגט זיי איבער די מסור יאנקל פעקעטע?

בלאט: 1 2