תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 17/06/2010 05:23:41
פרשת בלום-האכהייזער, בריוו צו הרב פאדווא שליט"א
בנציון פריעדמאן האלט אז יענער איז אן אשת איש? נישט קיין קלייניגקייט.
שוטה!
FiveBoro
די גאנצע זאך פון ניצחון אויספירען און בלייבען גערעכט אדער האבען דאס לעצטע ווארט איז שייך ביי פשוטע מענשען ווי אונז.
ביי רבנים אזוי ווי הרב פדווה שליט"א און אויך ביי אלע גדולי ישראל איז דאס בכלל נישט שייך, זיי ווילען וויסען דעם אמת, פאר זיי איז נישט קיין חילוק פון וועמען זיי הערען עס, דער עיקר עס זאל זיין ריכטיג.
רב פדווה און אלע גדולי ישראל אנערקענען שוין אז דער שייגעץ בלום און בנציון פר"מ קענען בעסער לערנען ווי זיי?
האלט אונז אפדעיטעד וואו עס האלט מיט די רבנים, נישט מיט די וועבסיידס "קעגן" די רבנים. יישר כח.
אויב יא, אל תמנע טוב, זיי מיר עס ביטע מודיע (א דאנק פון פאראויס)
און אלס סאטמארער חסיד דארפסטו צו וויסן אז רביה"ק בעל בר"מ זי"ע מיט זיין עלצטער זון כ"ק מהר"א זענען שוין פאר צוואנציג צוריק ארויסגעקומען א קעגן הרב לאנדעסמאן -וואס ער שטייט אונטער די איצטיגע "גט מעושה"- וואס דארפסטו מער פון דעם?
א "שייגעץ" איז ער ווייל ער האט מעגן געווען זיין ווייב 10 יאר, און אלע הפצרות פון די גרעסטע גדולי ישראל אז ער זאל גיבן א גט איז ער געבליבן עומד במרדו, און יעצט ווען זיין געוועזענע ווייב האט ב"ה זוכה געווען חתונה צו האבן בשעטו"מ, וועלנדיג אנהייבן א נייע עפאכע מיט א שיין פון א גוט לעבן, איז ער נאכנישט צופרידן, און ווארפט פאשקעווילן אין די גאסן און דרייט אן רע-בנים (ובתוכם יואליש מארגענשטערן) זאלן "מעורר זיין" די משפחות אז זיין גט איז נישט כשר. בלוט דורשטיגער בלום!!!
און בנוגע לאנדסמאן, ס'איז אזוי ווי איינער זאל זאגן אז ער איז קעגן די סאטמארע שיטה, ווייל "דו ווייסט דאך אז אלטר משה גאלדבערגער איז א משוגענער".....
צווייטנס, פארוואס קומט נישט ארויס קיין איין רב מיט א בריוו זיך אנצונעמען פאר ביקסעינשפאן א קעגן דעם "בלוט דורשטיגער בלום"?
1) איך פארגלייך לאנדסמאן'ס פירערשאפט אין דעם גט, צו גאלדבערגער'ס פירערשאפט אינעם רבין'ס שיטה.
2) עס איז דא צענדליגער. האסט נישט געזעהן די בריוו פון כדתי-ה וועלכע זענען מקבל פנים די נייע מאן? בתוך הדברים שרייבן זיי ער זאל זיך נישט צוטוהן מאכן פון די פאלשע ערעורים אויף די גט.
אזוי אויך אלע גדולי ישראל באשטעטיגן דעם גט, אויסער בלום-געשטטנר-בנציון פר"מ, לרפו"ש.
דא האט איר דעם בריוו פון רביה"ק בעל ברך משה זצ"ל, און דו ברענג מיר די "צענדליגער"
א דאנק פון פאראויס[בילד – נישט אפגעהיט]
וועל איך ענק מזביר זיין, ער איז א זון פון פר"מ פיש סטאר און ק"י , א גרוש , מיט א ציריסענע רעקל און א ציקוועטשטע היט , רעדט הויך און בהמ"ד און אויפן גאס, כאפט מזונות שטייעדיגערהייט ביי תיקן,
און ער פארשטייט בעסער ווי די רבנים, מיילה די ברך משה אדער מהר"א אדער מהרז"ל וואס זענען רבנים קען מען זיך טענען אבער מיט א שיכר פון די גאס , וועם גייט עס אן וואס ער טיט
האסט אים עפעס אפצווענדן ??
ווייל ער איז "א גרוש , מיט א ציריסענע רעקל און א ציקוועטשטע היט , רעדט הויך און בהמ"ד און אויפן גאס, כאפט מזונות שטייעדיגערהייט ביי תיקן," מיינט נישט אז ער איז אומגערעכט.
אויב ער וואלט געווען א נארמאלע מענטש א ת"ח וואלט מען אפשר געקענט דן זיין אבער פר"מ מיט רבנים,
ער שרייט נאר אז ס'איז דא א אינגערמאן וואס טענה'ט אז ער האט קיינמאל פאר זיין ווייב נישט געגעבן א גט מרצונה
און דא קומט דעי פרוי און האט חתונה מיט א צווייטן מאן
ס'איז דא א בירור הלכה פון געשטעטנער ראב"ד פון בי"ד שמרו משפט אז זי איז געהעריג א א"א גמורה
און קיינער האט נישט געענטפערט דערויף, פארוואס קומט קיינער נישט ארויס עס אפצוווענדן?
שלמה איך מיין סהאט נישט קיין זין ארויפצוברענגן די אשכול יעדע צוויי טאג.
העכסטע צייט זאלסט באמערקן אז סאינטערסירט נישט קיינעם!
איך וועל נאר צולייגן איין ווארט, ווען איינער האט געקאלט הרב פאדווא זיך טענה'ן וועגן די גט האט ער געפרעגט איין שאלה זאגטס נאר ר' איד וויפל גיטין האט איר שוין מסדר געווען אין אייער לעבן?.........
זייט ווען דארף מען זיין א מסדר גיטין צו קענען הל' גיטין?
לויט דעם קומט אויס אז מהר"א מסאטמאר און בני ברק'ער רב הרב לאנדא וכדו' טארן נישט נעמען קיין שטעלונג אין קיין שום שאלה אין אבן העזר
שלמהל'ע
מהר"א מסאטמאר קען פיין הלכות גיטין און האט שוין מסדר געווען גיטין (לכאורה נאך פאר דו ביסט געבוירן)
דאכט זיך אין אגרות משה ווערט ער דערמאנט אלס "הרב מסיגעט וומסב"ג שסידר הגט"
איך האב נאר געמיינט צו ענטפערן פאר "געזינט", וואס וויל זאגן אז מ'דארף מסדר זיין א גט צו נעמען א שטעלונג אין הל' גיטין, און אין ק"י און אין ב"ב איז מען נישט מסדר גיטין ווייל זיי האבן נישט קיין וואסער
אגב קענסט מיר ביטע געבן די פונקטליכע מראה מקום אין אגרות משה?