די וואך וועט אריין גיין אין היסטוריה פון די מערכה קעגען די פורצי גדר מיט מחלל קדושין זיין אן רשות פון דער מרא דאתרא, מיט דעם וואס די סאמע גרעסטע פון די בני יואל האבן געזאגט פאר זייער ציבור, "איר קענט טוען מיט אייערע קינדער וואס איר ווילט, אבער מיר זענען קלוגער פון דעם מיר זענען נישט מפקיר אונזערע קינדער"
לאמיר אנהייבן מיט די גאנצע מעשה באריכות.
פאר א האלבע יאר צוריק האט הגה"צ ר' חיים יוסף לייטנער שליט"א אב"ד מאנטעווידעא ממלא מקומו פון ר' חניני' אברהם דער ראש פון די בני יואל, דער אוהל אויפן בית החיים, א שידוך געטוען מיט זיין בחור, די מחותנים זענען געווען גרייט אויף אלעס, אויסצאלן די גאנצע חתונה מיט אלע מתנות פון ביידע צדדים, מיט איין תנאי "די חתונה מיז זיין אין די זאל אן רשות פון דער מרא דאתרא".
צום ערשט האט זין דער רב מתנגד געווען ווייל ער ווייסט וואס זיין טאטע האט געהאלטן, אבער נאכן זען אז א ברירה האט ער נישט האט ער מסכים געווען בלית ברירה צום שידוך.
דא איז ער אבער אריין געפאלן אין א פראבלעם, א גרויס חלק פון זיינע שוואגער'ס ובראשם זיין שווער זאל זיין געזונט זענען שטארקע חסידים פון רבינו הק' בעל ברך משה און מ"מ כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, דאס מיינט אז א חלק פון די משפחה וועט נישט קענען זיך משתתף זיין ביים שמחה ובראשם דער גרויסער זיידע שליט"א.
במשך פון די 6 חדשים האט דער רב פראבירט צו בעטן פון די בני יואל צו קענען נעמען רשות מסדר קידושין צו זיין אבער זיי האבן פארשטאנען "אז אויב דער מ"מ פון ר' אברהם לייטנער וועט נעמען רשות איז עס א טויט קלאפ פאר די זאל" און זיי האבן בשום אופן נישט מסכים געווען.
דער זיידע וואס איז א גרויסער חסיד פון רבי'ן שליט"א און אויך א שוואגער פון ר' לייבוש שליט"א האט אנגערופן זיין שוואגער פרעגן כדת מה לעשות, (נ.ב. פאר ווער ס'קען עם איז ער זייער נאנט מיט זיין שוואגער און רעדט זיך מיט עם דורך זייער אסאך מאל), דער שוואגער האט גענפערט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן צו גיין צו אזא חתונה נאר מיט בעטען רשות פון דער מרא דאתרא שליט"א.
נאך אזא קלארע פסק פון זיין שוואגער, האט דער זיידע געשיקט א שליח צום רבי'ן בעטן רשות, דער רבי האט אויסגעהערט די השתלשלות הענינים און געזאגט אז ער געט רשות פאר זיידע'ן מסדר קידושין זיין בשליחותו.
דא האט זיך אנגעהויבן א נייער טעראר אויף א אופן וואס איז נאכנישט גהערט געווארן איך וועל ממשיך זיין ביז עטליכע מינוט
