היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » גדולי ארה"ק שארפע בריוו קעגן אגודה לחילול קברים

גדולי ארה"ק שארפע בריוו קעגן אגודה לחילול קברים

40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2908753

yuchw » 10/8/2011 15:26

גאר שארפע בריוו פון גדולי גאוני ארץ הקודש איז ערשיינען היינט קעגן די אזויגערופענע "אגודה לחילול קברים, אאון קעגן די אלע וואס שלאגן זיך מיט אגודת "אתרא קדישא" און מיט איר באליבטן יושב ראש הגאון הגדול רבי דוד שמידל שליט"א

צווישן די ווערטער פונעם בריוו שטייט אזוי: "וכל המפריע להם בפעולותיהם או עושה פעולות שלא בתיאום עמהם - גם אם כוונתו לטובה והצלה - הרי הוא חבר לאיש משחית והוי כנותן יד לחילול קברי ישראל ח"ו"

אויפן ב ריוו זענען אונטערגעשריבן די פאלגענדע גדולי גאוני ישראל:

כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א
הגאון האדיר רבי משולם דוד סאלאווייציק שליט"א ראש ישיבת בריסק
הגאון האדיר רבי מאיר הלוי סאלאווייציק שליט"א ראש ישיבת בריסק
הגאון האדיר רבי מענדל אטיק שליט"א ראש ישיבת ארץ צבי
הגאון הצדיק המפורסם רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מראשי ישיבת שער השמים
הגאון הגדול רבי יהושע דוד טורטשין שליט"א ראש ישיבת מצויינים ומנהיג קהילת פרושים 
הגאון הצדיק רבי חיים צבי טייטלבוים שליט"א אב"ד סאטמאר ירושלים
הגאון הגדול רבי משה זאב זארגער שליט"א דומ"ץ סאטמאר ירושלים
הגאון הגדול רבי אברהם אטיק שליט"א ראש ישיבת באר שלמה
כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א
כ"ק אדמו"ר דקהל חסידי ירושלים שליט"א

עס איז דא אויך א באזונדערער בריוו פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ובית דינו הצדק בראשות הגאון האדיר שר התורה רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן שליט"א דער ראב"ד.

yuchw » 10/8/2011 20:22

[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי yuchw ב- 10/08/2011 20:13:30

סוג » 10/8/2011 20:53

יעדער באמערקט אז בן ציון לאוב מיט אהרן יוסל פרידמאן, זענען שטיל אויף יענעם קוקו פארום

עס האט זיי אנגעכאפט א שטילקייט פלוצים.

לאעליכם » 10/8/2011 21:26

נו? ווי איז דער בריוו?

אונז ווארטן שוין אלע אויפן בריוו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ובית דינו הצדק... [בילד – נישט אפגעהיט]

סוג » 10/8/2011 21:53

די צווי טיפשים בן ציון לאוב מיט אהרן יוסל פריעדמאן, שרייבן זייער טיפשות און דעם קוקו פארום, און בויען א לאקשן תורה אז דער ביד"צ העדה החרדית האט נישט אונטערגעשריבן פאר "אתרא קדישא"

זיי ווייסן אבער נישט אז עס איז דא א פארטיגער בריוו פונעם ביד"צ העדה החרדית פאר אתרא קדישא און אז אלע פעולות דארף געטאן ווערן דורך הגאון הגדול ר' דוד שמידל שליט"א, נאר אזוי הגר"מ שטערנבוך שליט"א האט נישט אונטערגעשריבן (ואכמ"ל) קען עס נישט ארויסקומען.

אויסער דעם מאכט ער א נייעס אז גדולי ישראל פון אלע קרייזן זענען ארויסגעקוען בעד די "אגודת לחילול קברים" פונעם ליידאק יאקטער, און ער רעכענט אויס נאר א טייל פון דחי רבנים, און בכוונה לאזט ער אויס די צווי לינקע רבנים הרב שטיינמאן מיט הרב אלישיב, אויס מורא אז מ'וועט זעהן אז די לינקע רבנים שטייען מיטן פוחז וריק יאקטער וחבריו בן ציון לאוב וכו', און די רעכטע רבנים שטייען לימין הגאון הגדול רבי דוד שמידל שליט"א.

אויסער דעם וויל ער נישט דערציילן פונעם בריוו פון די צווי גדולי התורה עמוד ההוראה הגר"ש וואזנער שליט"א, און להבחל"ח הגרמי"ל ליפקוביץ זצ"ל, ווי זיי שרייבן ווי פאלגענד:
"דעת תורה, הננו בזה להביע דעתנו, שבכל מקום ומקרה של חשש פגיעה בקברים, מקומות קבורה, או כל פגיעה שהיא בכבוד המת, לעצור כל פעילות ועבודות באותו מקום, ולא להמשיך כל סוג עבודה שהיא ללא הסכמת הגאון ר' דוד שמידל שליט"א וארגונו "אתרא קדישא", שהוסמכו לכך ע"י כל גדולי ישראל זצוק"ל, ויבדלחט"א.

כל פעילות בנושא חמור זה ללא הסכמתו יכולה להיות סכנת הרס לשלמות הקברים ח"ו, ולמערכה הקשה על הגנת קברי ומתי ישראל"

סוג » 10/8/2011 22:00

בן ציון לאוב, שרייבט אז ער האט שוין געהאט א ידיעה די פארגאנגענע וואך, אז הגאון ר' דוד סאלאווייציק שליט"א וויל נישט שרייבן "אתרא קדישא"

ער דערציילט נאר נישט אז היינט איז געקומען דער אגענט פון די "אגודה" מיט נאמען ארי' יודקאווסקי, ביי ר' דוד סאלאווייציק, און האט עם געבעטן צוריקציען פון זיין חתימה, און ר' דוד האט עם געהייסן ארויסגיין פון זיין הויז

בחצרסטאמאר » 10/8/2011 22:38

איך ווער שוין צומישט, ווען הגה"צ ראב"ד ירושלים האט מכלומריש געשריבן א בריוו קעגען אריזונא ווייץ איז עס געווען דא ביז 2 מינוט

אבער יעצט ווען ער שרייבט קלאר א ברייו קעגען די זקני ירושלים (נישט רבני וחברי הבד"ץ) איז עס נישט צו געפינען

בצל_הקודש » 10/8/2011 22:54

איך ווער שוין צומישט, ווען כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א האט מכלומרש'ט געשריבן א בריוו קעגען גיין אין בג"ץ אין בני ברק איז עס געווען ביז 2 מינוט אין כל העולם כולו פורום, אבער יעצט ווען ער שרייבט קלאר אינעם בריוו לטובת די הייליגע ארגאנאזאציע "אתרא קדישא" איז עס נישט צום געפינען?!

דאסטערס » 10/8/2011 22:58

די בריוו איז אין רב שטערנבוך'ס דירה מען ען נישט ארויסנעמען ווייל עס שמעקט פון די שטינק באמבע LOL

בחצרסטאמאר » 10/8/2011 23:09

מיט א ניכטערן בליק וואס האט היינט פאסירט

היינט איז ארויס געקומען א בריוו פון ירושלים'ער רב בנושא אתרא קדישא,ף איך וועל עס אראפ לייגן אביסל מיט א ניכטערע בליק יעדער זאל פארשטיין.

אפציעל איז ער רב אין ירושלים דער ראש פון די בית דין הגדול שבירושלים, ער קומט ארויס מיט א בריוו וועגן א נושא וואס איז קרוב לליבו ממש נאך פון אנטווערפען, אבער ראה זה פלא קיין איין חבר הבד"ץ האט נישט געפילט פאר וויכטיג זיך צוצושטעלן צו אים, נישט הגאון ר' יושע ראזנבערגער און נישט הרב אולמן, לאמיר נישט רעדן פון ראב"ד מיט הרב יוראביטש וואס איז פון תו"א, וכו' אבער די צוויי וואס זענען זעלבסטשנדיג האבן גארנישט געשריבן.

ווער יא? לאמיר עס מסביר זיין מיט א משל, כ"ק הגה"ק מהר"א מסאטמאר מאכט א אסיפה ביי זיך אין שטוב ער וויל מאכן א גרויסע תקנה אין כשרות, נאכן א אסיפה קומט ער ארויס מיט א צעטל אונטערגעשריבן ער מיט דוד שלמה עקשטיין און מאיר אליעזר פרידמאן און שמואל שלמה טעלער, היש לך בזיון גדול מזו?.

טאקע דאס האט דא פאסירט, דער ירושלים'ער רב האט געמאכט א צעטל וועגן אתרא קדישא אבער ער האט נאר מצליח געווען צו נעמען חתימות פון עקשטיין'ס פרידמאן'ס און טעלער'ס אבער צוויבל'ס,

רבותי וועקט אייך אויף פון אייער שלאף ווערט נישט עקסיידעט פון דעם צעטיל וואס איז נישט מער ווי א גרויסע פלעק אויף אתרא קדישא מיטן ירושלים'ער רב

וואלןסח » 10/8/2011 23:14

סוג כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די צווי טיפשים בן ציון לאוב מיט אהרן יוסל פריעדמאן, שרייבן זייער טיפשות און דעם קוקו פארום, און בויען א לאקשן תורה אז דער ביד"צ העדה החרדית האט נישט אונטערגעשריבן פאר "אתרא קדישא"

זיי ווייסן אבער נישט אז עס איז דא א פארטיגער בריוו פונעם ביד"צ העדה החרדית פאר אתרא קדישא און אז אלע פעולות דארף געטאן ווערן דורך הגאון הגדול ר' דוד שמידל שליט"א, נאר אזוי הגר"מ שטערנבוך שליט"א האט נישט אונטערגעשריבן (ואכמ"ל) קען עס נישט ארויסקומען.

אויסער דעם מאכט ער א נייעס אז גדולי ישראל פון אלע קרייזן זענען ארויסגעקוען בעד די "אגודת לחילול קברים" פונעם ליידאק יאקטער, און ער רעכענט אויס נאר א טייל פון דחי רבנים, און בכוונה לאזט ער אויס די צווי לינקע רבנים הרב שטיינמאן מיט הרב אלישיב, אויס מורא אז מ'וועט זעהן אז די לינקע רבנים שטייען מיטן פוחז וריק יאקטער וחבריו בן ציון לאוב וכו', און די רעכטע רבנים שטייען לימין הגאון הגדול רבי דוד שמידל שליט"א.

אויסער דעם וויל ער נישט דערציילן פונעם בריוו פון די צווי גדולי התורה עמוד ההוראה הגר"ש וואזנער שליט"א, און להבחל"ח הגרמי"ל ליפקוביץ זצ"ל, ווי זיי שרייבן ווי פאלגענד:
"דעת תורה, הננו בזה להביע דעתנו, שבכל מקום ומקרה של חשש פגיעה בקברים, מקומות קבורה, או כל פגיעה שהיא בכבוד המת, לעצור כל פעילות ועבודות באותו מקום, ולא להמשיך כל סוג עבודה שהיא ללא הסכמת הגאון ר' דוד שמידל שליט"א וארגונו "אתרא קדישא", שהוסמכו לכך ע"י כל גדולי ישראל זצוק"ל, ויבדלחט"א.

כל פעילות בנושא חמור זה ללא הסכמתו יכולה להיות סכנת הרס לשלמות הקברים ח"ו, ולמערכה הקשה על הגנת קברי ומתי ישראל"

איך האב געהערט אז בי"ד האט געשריבן א בריוו לטובת די אגודה און אזוי דער רב האט עס נישט געוואלט אונטעשרייבן איז עס נישט ארויסגעקומען

בחצרסטאמאר » 10/8/2011 23:18

?

תוקן על ידי בחצרסטאמאר ב- 10/08/2011 23:24:45

אייזנער » 10/8/2011 23:19

בחצרסטאמאר כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

רבותי וועקט אייך אויף פון אייער שלאף ווערט נישט עקסיידעט פון דעם צעטיל וואס איז נישט מער ווי א גרויסע פלעק אויף אתרא קדישא מיטן ירושלים'ער רב

יא יא, דעי טמא'נע כת פון קרית יואל האלט שוין דא........

קלוגע אידן האבן עס שוין לאנג פאראויס געזאגט.

ווארטס נאר ביז זיי וועלן עמטליך ארויסקומען קעגן די עדה.......  ס'וועט נישט לאנג נעמען.........

געלעכטער » 10/8/2011 23:21

בחצרסטאמאר כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

רבותי וועקט אייך אויף פון אייער שלאף ווערט נישט עקסיידעט פון דעם צעטיל וואס איז נישט מער ווי א גרויסע פלעק אויף אתרא קדישא מיטן ירושלים'ער רב

עס איז אונז א כבוד צו זיין א חלק פון דעם פלעק וואס רופט זיך "אתרא קדישא" און "מרן גאב"ד ירושלים שליט"א"

בחצרסטאמאר » 10/8/2011 23:27

נישט א חלק פון די פלעק נאר די וואס האבן געמאכט דעם פלעק, דער פלעק איז א בזיון פאר יעדען ערליכען איד, אבער די וואס האבן עס געמאכט זענען עתיד ליתן את הדין, די גאנצע וועלט שטייט און לאכט ווי די עדה פאלט, ווייל אפאר מענטשען ווילן מאכן געלט.

און נאכאמאל וואלטן אלע חברי הבד"ץ חוץ דעם ראב"ד געחתמעט די בריוו ביסטו גרעכט, אבער ביזדערווייל זענען אלע חברי הבד"ץ 7 אין צאל נישט ארויס געקומען קעגען די אגודה און נאר דער ירושלים'ער רב איז ארויס. דאס מיינט קעגען די עדה? אפשר ביי ענק איז איינער די רוב און 7 די מיעוט

געלעכטער » 10/8/2011 23:31

דאס איז נישט קיין דין תורה וואו מען גייט נאך רוב. דא האבן די גרעסטע היימישע רבנים בארה"ק אפגעשריבן  זייער דעת תורה, א גאר שטארקע מכתב חיזוק לטובת אתרא קדישא, און גלייכצייטיג ווארענען זיי די וואס ווילן זיי אונטערברענגן.

איך פארשטיי אז דער בריוו איז נישט ניחא פאר דיין פארטיי, און כ'האב מיטלייד מיט דיר. אבער צו זאגן אז מרן גאב"ד ירושלים מיט הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער, און די ראשי ישיבת בריסק זענען פארקויפט פאר געלט, איז פגיעה בתלמידי חכמים, און איך בין מוחה.

תוקן על ידי געלעכטער ב- 10/08/2011 23:23:01

אייזנער » 10/8/2011 23:35

ארונים טייערע איך וויל נאר וויסן איין זאך, וואס נישט נאר איך, נאר די גאנצע וועלט שטייט און שטוינט, און פרעגט מיט ווינדער.

בשלמא ר' משה שטערנבוך, ער האט שוין איבער צוואנציג יאר א רב'נישע מערכה מיט אתרא קדישא, נישט פון היינט..

בשלמא אהר'לע יקטר, ער איז דאך א צורידערטע נשמה, און קיינער וויסט נישט וואס ער וויל, אפשר זיין פסכיטאר ווועט יא וויסן..........

אבער עטץ ארונים וואס פינקטלעך האט ענק הרב שמידל געטוהן, אז עטץ זענטס אזוי בחרב ובחנית קעגן איהם?????????????????????

האט ער ענק איינמאל געטשעפעט, האט עטץ א רב פון ענקער עדה וואס האלט אז ער טוט נישט גוט?????????

נאר וואס דען, ער איז א פרומער, ער גייט צו די אנדערע סאטמאר אויך, אויב אזוי דארף מען איהם שוין אינטער ברענגען אויך, איי דער "אגודה" האט געמאכט א יד אחת מיט די ארכילאגן, איי די אלע לינקע קרייזן וואס ברויזן שוין יארן אויף אתרא קדישא, האבן זיך דא צוגעכאפט, אינטער צוברענגען דאס יהדות החרדית, דאס איז גארנישט נוגע.............

די עיקר אז אינזער כבוד זאל מען נישט בארירן.....................

אויב מיינט עטץ אז די לינקע קרייזן וועט ענק ליב האבן דורך דעם,  האט עטץ א גרויסן טעות..........

די וועלט כאפט ענקער שוואכקייט, און עטץ זענטס ללעג ולקלס אין דער גאצער וועלט.

תוקן על ידי אייזנער ב- 10/08/2011 23:35:34

אייזנער » 10/8/2011 23:43

נאך איין זאך וואס די עולם כאפט נישט דא.

דאס בריוון וואס נעמן זיך אן פאר אהר'לע יקטר, איז שוין אלט אפאר טעג און נישט דעס מאכט דער שטורם,

וויל , מהיכי תיתי, א אינגערמאן לויפט ארום צו רבנים זאגן אז ער נעמט קעיר פון קברים, און ער דארף א מכתב חיזוק, נא, פארוואס זאל מען איהם עס נישט געבן.......

די שטורעם היינט איז געווארן, פון די בריוו וואס איז ארויסגעקומען היינט, ווי רבנים שרייבן זייער שארף קעגן דעם צודרייטן אהר'לע יקטר, דאס איז א ריכטיגע באמבע, אז די ערליכע רבנים האבן איינגעזען אז דער איז א סכנה פאר כלל ישראל.

אדרבה זאל איינער טרעפן א בריוו ואס איז געשריבן געווארן קעגן אתרא קדישא...........      פאר קיין געלד נישט.............

געלעכטער » 10/8/2011 23:49

ווארט נאר ווארט. די אהרונים גייען זיך כאפן אין אפאר טאג אין וואספארא זומפ זיי פאלן דא, און וועלן אנהייבן טענה'ן אז דער גאנצער אגודה לחילול הקברים האט מיט זיי גארנישט. סטעי טונד.

לאעליכם » 10/8/2011 23:50

אייזנער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

נאך איין זאך וואס די עולם כאפט נישט דא.

דאס בריוון וואס נעמן זיך אן פאר אהר'לע יקטר, איז שוין אלט אפאר טעג און נישט דעס מאכט דער שטורם,

וויל , מהיכי תיתי, א אינגערמאן לויפט ארום צו רבנים זאגן אז ער נעמט קעיר פון קברים, און ער דארף א מכתב חיזוק, נא, פארוואס זאל מען איהם עס נישט געבן.......

די שטורעם היינט איז געווארן, פון די בריוו וואס איז ארויסגעקומען היינט, ווי רבנים שרייבן זייער שארף קעגן דעם צודרייטן אהר'לע יקטר, דאס איז א ריכטיגע באמבע, אז די ערליכע רבנים האבן איינגעזען אז דער איז א סכנה פאר כלל ישראל.

אדרבה זאל איינער טרעפן א בריוו ואס איז געשריבן געווארן קעגן אתרא קדישא...........      פאר קיין געלד נישט.............

ביסט א שקרן!

די בריוון לטובת אתרא קדישא זענען א חודש-צוויי אלט (ביי איין בריוו שטייט תמוז, און די אנדערע איז גאר פון סיון), משא"כ די בריוון לטובת די ארגאניזאציע למניעת חילול קברי ישראל איז א פרישע בריוו פון יעצט חודש אב!!

דאסטערס » 10/8/2011 23:51

אנבעליוועבעל!!

בחצרסטאמאר » 10/8/2011 23:52

ווען רבינו הקדוש בעל ברך משה האט פראבירט צו מתקן זיין זאכן אין צפת און אין טבריה והדברים ידועים זענען די מחוצפים ארויס קעגען עם בחרב ובחנית קעגען אים און זיי שליח דאן סגן נשיא און היינט ראב"ד שליט"א.

גיי לערען אביסל היסטוריה וועסטו אלעס פארשטיין.

און נאכאמאל היינט איז א ביטערן טאג פאר די יהדות החרדית הצרופה בכל מקומות מושבותיהם, און מיר זענען מתפלל אז די הייליגע מוסד פון די בית דין הגדול שבירושלים, וואס רביתינו הקדושים האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דעם זאל איבער לעבען די ביטערע שווערע טעג, ווען אפאר געלט גייציגע מענטעשן זענען גרייט עס צו פארמאכן פאר זייער תאוות הממון, (נישט ח"ו די רבנים, נאר די גחזי'ס)

געלעכטער » 10/8/2011 23:57

איך זע דא א בריוו פון די גדולי ירושלים ובראשם די היימישע ערליכע מנהיגים ה"ה מרן גאב"ד ירושלים שליט"א, הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, ראשי ישיבת בריסק שליט"א און נאך, וואס שרייבן גאר שטארקע חיזוק ווערטער פאר דעם מוסד הקדוש אתרא קדישא, און גלייכצייטיג זענען זיי מזהיר ומתריע קעגן די וואס שטערן דעם מוסד.

עס איז נאך בכלל דא אויף וואס זיך צו טענה'ן?

וכל המפריע להם בפעולותיהם.. הרי הוא חבר לאיש משחית.

אייזנער » 11/8/2011 00:08

לאעליכם כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

נאך איין זאך וואס די עולם כאפט נישט דא.

דאס בריוון וואס נעמן זיך אן פאר אהר'לע יקטר, איז שוין אלט אפאר טעג און נישט דעס מאכט דער שטורם,

וויל , מהיכי תיתי, א אינגערמאן לויפט ארום צו רבנים זאגן אז ער נעמט קעיר פון קברים, און ער דארף א מכתב חיזוק, נא, פארוואס זאל מען איהם עס נישט געבן.......

די שטורעם היינט איז געווארן, פון די בריוו וואס איז ארויסגעקומען היינט, ווי רבנים שרייבן זייער שארף קעגן דעם צודרייטן אהר'לע יקטר, דאס איז א ריכטיגע באמבע, אז די ערליכע רבנים האבן איינגעזען אז דער איז א סכנה פאר כלל ישראל.

אדרבה זאל איינער טרעפן א בריוו ואס איז געשריבן געווארן קעגן אתרא קדישא...........      פאר קיין געלד נישט.............

ביסט א שקרן!

די בריוון לטובת אתרא קדישא זענען א חודש-צוויי אלט (ביי איין בריוו שטייט תמוז, און די אנדערע איז גאר פון סיון), משא"כ די בריוון לטובת די ארגאניזאציע למניעת חילול קברי ישראל איז א פרישע בריוו פון יעצט חודש אב!!

א גולם ביסטו אויך??

דעי בריוו איז היינט ארויסגעקומען, ס'איז נישט נוגע ווען דאס איז גע'חתמ'ט געווארן........

אבער דאס פארענפערט נישט, מיין עיקר פוינט איז געווען.........

אז דער היינטיגער בריוו האט געמאכט א שטורם מיטן שרייבן זייער שארף קעגן דעם קראנקן יקטר, במילא וואס פאכסטו מיטן בריוו פונעם ראב"ד.

בחצרסטאמאר » 11/8/2011 00:10

איך וועל דיר עס נאכאיינמאל איבער חזר'ן, די בריוו איז א אות קלון פאר די עדה נישט קיין אות כבוד, לאמיר עס מסביר זיין אויף דיין שפראך נאכאמאל,

די אלע חותמים זענען אזוי ווי די בעלי דרשנים פון שטאט נישט די רבנים, דער בית דין באשטייט פון א גאב"ד א ראב"ד און 6 חברי הבד"ץ הרה"ג ר' יעקב בלוי וואס שרייבט נישט אונטער, הרה"ג ר אברהם יצחק אולמאן, הרה"ג ר יעקב מענדל יאראוויטש פון תו"א הרה"ג ר יושע ראזנבערגער פון קרית רמ"א בי"ש הרה"ג ר נפתלי פרענקל און הרה"ג ר חיים אורי פריינד.

ס'איז נאכנישט געווען אין די איבער 100 יאר פון די עדה החרדית וואס א גאב"ד זאל אונטער שרייבן א צעטל און אוודאי נישט אזא וויכטיג צעטל מיט אזעלעכע לשונות אן די גאנצע אדער לכה"פ רוב חברי הבד"ץ, נישט ביי די נס להתנוסס צעטל און נישט ביי קיין שום אנדער צעטל פון נישט קעגען ר' אעליש ענגלאנדער.

דאס איז דאס ערשטע מאל אין די היסטוריה וואס א גאב"ד אין ירושלים שרייבט אנטער א צעטל מיט זקני ורבני ירושלים (ווי איך האב שוין געגבען די משל טעלער'ס מיט צוויבל'ך מיט פרידמאנ'ס), דאס מיינט אז עפעס גייט פאר אין די מערכת פון די עדה החרדית וואס ליידער קוקט אויס שלטו בהם ידי זרים און מאכן א חורבן פון אינעווייניג.

זיי מאכן א פלעק און א וועג וואס ס'וועט שוין נישט צוריק ברענגען די גלאנץ קיינמאל (אפשר איז עס א נקמה אקציע וועגען די דין תורה אין בני ברק) אבער דער מציאות איז אז דאס איז א זאך וואס האט נאך קיינמאל נישט פאסירט אין די היסטוריה פון די עדה החרדית, ועל זה דוא לבינו

אייזנער » 11/8/2011 00:14

נאך איין קשיא

(איך בין דן, אז ענקערע מוח שווענקערס, וואס האבן שוין א היסטערי פון יארן לאנג ענק אזוי גוט צומישן, אז עטץ ווייסט נישט אליינס וואס טוט זיך מיט ענק, האט דאס אויך אריינגעבארט אין ענקער מוח)

די שרייבסט:

בחצרסטאמאר כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

ווען אפאר געלט גייציגע מענטעשן זענען גרייט עס צו פארמאכן פאר זייער תאוות הממון, (נישט ח"ו די רבנים, נאר די גחזי'ס)

אפשר קענסטו מיר זאגן פון וועלכע געלטער מ'רעד דא????

און ווי פינקטליך מאכט אויס געלד און די גאנצע מערכה????

חוץ פון דעם אז אהר'לע יקטר איז אויף פעיראל, פון די רשת העתיקות......  (איך האף איף זאג עס גוט נאך)

וואלןסח » 11/8/2011 00:20

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

ווען רבינו הקדוש בעל ברך משה האט פראבירט צו מתקן זיין זאכן אין צפת און אין טבריה והדברים ידועים זענען די מחוצפים ארויס קעגען עם בחרב ובחנית קעגען אים און זיי שליח דאן סגן נשיא און היינט ראב"ד שליט"א.

גיי לערען אביסל היסטוריה וועסטו אלעס פארשטיין.

און נאכאמאל היינט איז א ביטערן טאג פאר די יהדות החרדית הצרופה בכל מקומות מושבותיהם, און מיר זענען מתפלל אז די הייליגע מוסד פון די בית דין הגדול שבירושלים, וואס רביתינו הקדושים האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דעם זאל איבער לעבען די ביטערע שווערע טעג, ווען אפאר געלט גייציגע מענטעשן זענען גרייט עס צו פארמאכן פאר זייער תאוות הממון, (נישט ח"ו די רבנים, נאר די גחזי'ס)

איך זע דא א בריוו פון די גדולי ירושלים ובראשם די היימישע ערליכע מנהיגים ה"ה מרן גאב"ד ירושלים שליט"א, הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, ראשי ישיבת בריסק שליט"א און נאך, וואס שרייבן גאר שטארקע חיזוק ווערטער פאר דעם מוסד הקדוש אתרא קדישא, און גלייכצייטיג זענען זיי מזהיר ומתריע קעגן די וואס שטערן דעם מוסד.

עס איז נאך בכלל דא אויף וואס זיך צו טענה'ן?

וכל המפריע להם בפעולותיהם.. הרי הוא חבר לאיש משחית.

געלעכטער, איך זע די ווערטער חבר לאיש משחית דערשרעקט דיך
איך געדענק עפעס נאך אזא אויסדרוק אין א בריוו פון רבנים (טאקע נישט פון די עדה) וואס מען האט געשריבן אויף געוויסע דעם אויסדרוק "חבר לאיש משחית" געדענקסט?

וואלןסח » 11/8/2011 00:23

אייזנער
האסט דיך אנגעכאפט אויף א ווארט געלט, און דו ווילסט שוין וויסן ווי מען מאכט געלט
ענטפער איין תירוץ
איז אין די היסטאריע פון די עדה שוין געווען אזוינס אז דער גאב"ד שרייבט אונטער אויף אזא וויכטיגע בריוו און אף אחד פון די בי"ד איז זיך נישט מצטרף, נאר אדרבה דער נעקסטער נאך אים דער ראב"ד שרייבט א בריוו פונקט קאפויער?

עס איז ביי יעדן קלאר וואס א שמוץ ליגט אינטערן ווארט אתרא קדישא קיינער פון זיי האט נישט קיין תירוץ אויף די חפירות זייערע אין שמעון בן שטח און יעצט טעגליך אין נשר
בסך הכל איז דאס ליידער א בירור אחרון וועלכע רבנים שטייען מיט פארמאכטע אויגן למען המצב והטראסק פון שמידל און וועלכע רבנים עס שטייען מיטן אמת, ממילא איז יעדעס חתימה פון דארט קיין שום געווינס פאר קיינעם אבער יא א ביטערן געוויס פארן בעל דבר וואס לאכט אונז אין פנים ווייזנדיג וואו אונז האלט מיר אז פאלשע עסקנים קענען ארויסדערווישן א חתימה פון היבשע פאר קנאישע רבנים אין די זעלבע צייט וואס יעדער חדר אינגעל אין ארץ ישראל ווייסט אז אתרא קדישא גראבט קברים און זענען אויף גארנישט באגלייבט (מפי אחד עסקני קהלתינו באה"ק) זאגט דער חתימה אז כאילו די רבנים האלטן אז מדארף זיי גלייבן מיט פארמאכטע אויגן, או לדור שכך עלתה בימיו, אין לך בזיון התורה גדולה מזו!

בחצרסטאמאר » 11/8/2011 00:27

זאג נאר ביז א יאר צוריק האט מען גהערט איינאל אין א האלבע יאר אז מ'גראבט קברים אדער אפילו איננמאל אין א יאר, ס'איז קיינמאל נישט געווען 4-5 פלעצער אויף איינמאל ווי מען האט געגראבן ווייסטו פארוואס?

איך וועל דיר לערנען אביסל היסטוריה.
פאר איבער 20 יאר צוריק האט זיך גהעפנט א ארגעניזאציע מיטן נאמען קדמונינו וואס אין שפיץ פון דעם איז געשטאנען רבינו הקוה"ט בעל הברך משה זי"ע, מיט א מטרה צו ראטעווען קברים מיט א מיטל אן הפגנות, נאר מיטן עס מאכן א צענטער צו דאווענען און די מינוט וואס א פלאץ ווערט א צענטער און ס'באקומט א בלוי קאפעל מיט אסאך טיכלעך אנגעהאנגן האבן די ארכילוגים נישט געהאט קיין שום וועג ווי אזוי צו גראבן קברים, והדברים ידועים.

איז דעמאלס געווען א שווערע קאמף מיט הגאול הגדול המפורסם רשכבה"ג כל רז לא אניס ליה סיני ועוקר הרים שלא נהנה מעשר אצבעותיו כל ימיו ר' דוד שמידל שליט"א, וואס איז געווען קעגען דעם נאר דווקא מיט פראטעסטען גאנג, די מציאות האט אבער געוויזן אז ביי רב פפא וואס איז געווען פראטעסטען און ביי רב ירמיהו איז נעבעך גארנישט געבליבן, און צענדליגע קברים אין טבריה וגלילותיה און צפת וגלילותיה איז געבליבן א דאנק די שווערע ארבעט פון וועד להצלת קברי קדמונינו.

ניין די נושא פון הפגנות איז נאך געווען אויפן טיש ביי מורד הר הבית גבעה הצרפתית וכו' וכו' אבער ביי תנאים אמורים איז געווען שטיל, וואס האט געבאדערט דעם סיני ועוקר הרים? ווייסטו אפשר?

דער תירוץ איז ח"י דולר כופר נפש ערב יוה"ק דאס איז הכנסה חתונה צו מאכן זיינע קינדער מיט אלע חברים ארום, אזוי ווי רביה"ק האט אויף עם געזאגט יה"ר שיתקדש ל ידי שם שמים ולא ח"ו ע"י אחר.

נאכדעם איז געקומען די מעשה פון דעם ביה"ח אין צפת וואס רביה"ק האט איבער געמאכט ווער ס'געדענקט דעמאלס די צעטלעך וואס איז ארויס געקומען פון זיין ארגנזציע וואס יוסף90 האט בשעתו אראפ געריסן פון די ווענט

והדברים ידועים וארוכים איך האב נאר געשריבן אויפן שפיץ גאפל, שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך

אייזנער » 11/8/2011 00:30

בחצרסטאמאר כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

איך וועל דיר עס נאכאיינמאל איבער חזר'ן, די בריוו איז א אות קלון פאר די עדה נישט קיין אות כבוד, לאמיר עס מסביר זיין אויף דיין שפראך נאכאמאל,

די אלע חותמים זענען אזוי ווי די בעלי דרשנים פון שטאט נישט די רבנים, דער בית דין באשטייט פון א גאב"ד א ראב"ד און 6 חברי הבד"ץ הרה"ג ר' יעקב בלוי וואס שרייבט נישט אונטער, הרה"ג ר אברהם יצחק אולמאן, הרה"ג ר יעקב מענדל יאראוויטש פון תו"א הרה"ג ר יושע ראזנבערגער פון קרית רמ"א בי"ש הרה"ג ר נפתלי פרענקל און הרה"ג ר חיים אורי פריינד.

ס'איז נאכנישט געווען אין די איבער 100 יאר פון די עדה החרדית וואס א גאב"ד זאל אונטער שרייבן א צעטל און אוודאי נישט אזא וויכטיג צעטל מיט אזעלעכע לשונות אן די גאנצע אדער לכה"פ רוב חברי הבד"ץ, נישט ביי די נס להתנוסס צעטל און נישט ביי קיין שום אנדער צעטל פון נישט קעגען ר' אעליש ענגלאנדער.

דאס איז דאס ערשטע מאל אין די היסטוריה וואס א גאב"ד אין ירושלים שרייבט אנטער א צעטל מיט זקני ורבני ירושלים (ווי איך האב שוין געגבען די משל טעלער'ס מיט צוויבל'ך מיט פרידמאנ'ס), דאס מיינט אז עפעס גייט פאר אין די מערכת פון די עדה החרדית וואס ליידער קוקט אויס שלטו בהם ידי זרים און מאכן א חורבן פון אינעווייניג.

זיי מאכן א פלעק און א וועג וואס ס'וועט שוין נישט צוריק ברענגען די גלאנץ קיינמאל (אפשר איז עס א נקמה אקציע וועגען די דין תורה אין בני ברק) אבער דער מציאות איז אז דאס איז א זאך וואס האט נאך קיינמאל נישט פאסירט אין די היסטוריה פון די עדה החרדית, ועל זה דוא לבינו

איז אזוי...

די, וואס די מיט דיין פארטיי האלטן אין איין אראפרייסן אתרא קדישא, וואס יעדער גדול בישראל פון פופציג יאר צוריק און ווייטער האבן געשטיצט, און ארויסגעגעבן חתימות מ'זאל זיי שטיצן (אינקלאדינג די ראב"ד) דאס הייסט נישט געלייגט א פלעק.........

אבער ווען די גאב"ד פילט פאר וויכטיג ארויס צוקימען קעגן יקטר, (נישט קיין חילוק וואס די סיבה זאל זיין.  דאס איז שוין א געפערליכע פלעק................

אלעס וויל ס'שטימט נישט מיט דיין אגענדע..........

נעבעך......... נעבעך..........

בחצרסטאמאר » 11/8/2011 00:34

נאכאמאל די פלעק איז אז דאס איז די ערשטע מאל אין די לאנגע היסטוריה פון די עדה החרדית וואס א גאב"ד שרייבט אונטער א בריוו מיט זקני ורבני ירושלים און נישט מיט זיין בית דין הגדול שבירושלים.

ענפער אויף דעם נישט פארפיר אוועק די נושא ביטע

אייזנער » 11/8/2011 00:53

ווען מ'פאנגט אן מיט שמיץ קעגן אתרא קדישא, גיי איך אפי' נישט ענטפערן, ווייל די קנס פון צואה רותחת, וועט א העכערער פון מיר באצאלן, און איך בין נישט געמאכט דערפאר.

נאר איין קשיא האב איך, וואס איז געשען צוויי יאר צוריק, אז עטץ האטס ענק ארויסגעלאזט מיט אן אטאקע קעגן אתרא קדישא, לויט ווי די זאגסט זענען זיי שוין פארעטערס יארן לאנג, ווואס איז יעצט געשען?????

איך געדענק נאך ווען עטץ האטס אנגעפאנגן די מערכה קעגן ר' אלימלך שטערן, האט עטץ געמאכט א גרויסע דיסקלעימער אין בלאט אז ח"ו מ'מיינט נישט ר' דוד שמידעל, נאר דער פראבלעם איז, אז אין אמעריקע האט מען עס איבער געבן פאר אום פאראנטווארטליכע חברה, וכו וכו' ענקער שטותים.

אבער יעדער איינער האט שוין דאן געוויסט, אז ענקער ציל איז אינגאנצן, אינטער צורייסן אתרא קדישא, אזוי ווי ענקער סיסטעמאטישע ציל, איז אויס צורייסן כל הקודש לנו, אנגעפאנגן ביי שומרי החומות, ווייטער קרן הצלה, דערנאך אתרא קדישא, און יעצט דער עדה.

אבער למעשה האט עטץ זיך נאכנישט דערוואגט צו דאס,

איז געשען וואס איז געשען, אז אהר'לע יקטר האט געמאכט א יד אחת מיט די עדיטאר פון בחדרי (גראדע א פרייער) און האט אנגעפאנגן צו פירן א שמוץ קאמפיין קעגן אתרא קדישא.

און אזוי ווי ענקער גאנצער עקסיטענץ איז דאך תלו אין הייד פארק, און דא פאשעט עטץ א גאנצן טאג, במילא זענדיג אז בחדרי איז ארויס קעגן אתרא קדישא, האט עטץ געמיינט אז הותרה הרצועה, און זיך אויך צוגעשטעלט צו די לינקע קרייזן.........

זענען געקומען די רבנים און געזאגט הרף............

וכל המפריע להם בפעולותיהם.. הרי הוא חבר לאיש משחית.

געלעכטער » 11/8/2011 01:13

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווארט נאר ווארט. די אהרונים גייען זיך כאפן אין אפאר טאג אין וואספארא זומפ זיי פאלן דא, און וועלן אנהייבן טענה'ן אז דער גאנצער אגודה לחילול הקברים האט מיט זיי גארנישט. סטעי טונד.

ס'הייבט זיך אן. דא האט איר:

נשלח ב-11/8/2011 01:00 [בילד – נישט אפגעהיט] 

וואלןסח כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
זעסט
פון די בריוו האב איך אינגאנצן פארגעסן
אט האט איר א בריוו גראד קעגן די היינטיגע ערשינענע בריוו

ס'איז ליידער גרויסע בזיונות פאר די עדה
תורה תורה חגרי שק והתפלשי באפרים
עס איז ביי יעדן קלאר וואס א שמוץ ליגט אינטערן ווארט אתרא קדישא קיינער פון זיי האט נישט קיין תירוץ אויף די חפירות זייערע אין שמעון בן שטח און יעצט טעגליך אין נשר
בסך הכל איז דאס ליידער א בירור אחרון וועלכע רבנים שטייען מיט פארמאכטע אויגן למען המצב והטראסק פון שמידל און וועלכע רבנים עס שטייען מיטן אמת, ממילא איז יעדעס חתימה פון דארט קיין שום געווינס פאר קיינעם אבער יא א ביטערן געוויס פארן בעל דבר וואס לאכט אונז אין פנים ווייזנדיג וואו אונז האלט מיר אז פאלשע עסקנים קענען ארויסדערווישן א חתימה פון היבשע פאר קנאישע רבנים אין די זעלבע צייט וואס יעדער חדר אינגעל אין ארץ ישראל ווייסט אז אתרא קדישא גראבט קברים און זענען אויף גארנישט באגלייבט (מפי אחד עסקני קהיתינו באה"ק) זאגט דער חתימה אז כאילו די רבנים האלטן אז מדארף זיי גלייבן מיט פארמאכטע אויגן, או לדור שכך עלתה בימיו, אין לך בזיון התורה גדולה מזו!

גראדע זענען עסקני אנ''ש נישט ערנסט פארמישט אין די מערכה אין קיין איינס פין די היימישע רבנים זענען נישט אינוואלווד
איך ווייס נישט צו אלס די טעראר צו אלס א אנדערע סיבה
עס איז נאר אינטערסאנט צו זעהן ווי דער וועד וואט האט זיך געשלאגען מיט רבינו בעל ברך משה ז''ל ולהבחל''ח אנדערע גדולי ישראל וואס זענען נאך מיט אינז לאוי''ט - צווישען אנדערע אזעלכע גרויסע תלמידים פין בריסקער רב וואס דער לאנדאנער ראש ישיבה שליט''א
ווערט נתגלה לכל

[בילד – נישט אפגעהיט]
******* type="text/">menuMgr26867521.renderMenubar();

סוג » 11/8/2011 06:20

בחצר סאטמאר

האסט געשריבן אז עס איז נישטא געווען די גאנצע צייט און די לעצטע 100 יאר אז דער גאב"ד זאל שרייבן אליין א בריוו איבער א ציבורי'שע נושא אן דעם בי"ד

לאמיר דיר זאגן, אז די ביסט יונגעלע און די געדענקסט נישט אלעס, עס איז איז שוין געווען זייער אסאך מאל

די ערשטע ביישפיל, איז רביה"ק מסאטמאר זי"ע בעל ויואל משה וועלכער העאט געשריבן א איסור קעגן "אתרוגי שמיטה" אן דעם ביד"צ.

די צווייטע ביישפיל, איז די פרשה פון "שטיינזאלץ" וואס דער ירושלימ'ער רב רמ"א פריינד האט געשריבן א בריוו קעגן שטיינזאלץ אנעם ביד"צ (דער ברך משה זצ"ל האט דאן אויך געמאכט א באזונדערער בריוו).

די דריטע ביישפיל,  איז ביי ליבאוויטש משיח אנשיקעניש, ווי דער ירושלימ'ער רב רמ"א פריינד האט געשריבן א בריוו קעגן ליובאוויטש אן דעם ביד"צ.

די פערטע ביישפיל, איז ביים מבזה זיין הגרא"מ שך תשל"ח ווען מ'האט אנגעשריבן זיין קאר, ווען דער מנחת יצחק האט געשריבן א בריוו און א מחאה אן דעם גאנצן ביד"צ

עס איז דא נאך א געוואלד דוגמאות און ביישפיל'ס ואכמ"ל

אבער לגופו של ענין גייט ארויסקומען א שארפער בריוו פונעם בית דין צדק דהעדה החרדית בעד אתרא קדישא און קעגן די מחללי קברים פון אגודת לחילול קברים.

און אויב הגר"מ שטערנבוך וועט אונטערשריבן אויף דעם איז נאך בעסער, און אויב נישט וועט אויך גארנישט געשדען, קיינער צוקראצט זיך נישט פון זיין אונטערשריפט.

תוקן על ידי סוג ב- 11/08/2011 06:13:04

לאעליכם » 11/8/2011 10:03

[בילד – נישט אפגעהיט]

סוג » 11/8/2011 12:32

יעדער ווייסט

אז הגר"מ שטערנבוך דער שונא נומער 1 פון "אתרא קדישא" זונט 20 יאר צוריק, האט ארויפגעצווינגען די אנדערע רבנים צו אונטערשרייבן דאס צעטל

לאעליכם » 11/8/2011 12:43

און ער האט אויך ארויפגעצווינגען דאס מאל אויף די אנדערע רבנים זיי זאלן נישט אונטערשרייבן אויפן חיזוק בריוו פאר אתרא קדישא אינאיינעם מיטן גאב"ד?...[בילד – נישט אפגעהיט]

סוג » 11/8/2011 16:09

לא עליכם

נעם עס אריין אין קאפ עס גייט ארויסקומען א בריוו פון ביד"צ העדה החרדית בעד אתרא קדישא און קעגן די אנדערע אגודה לחילול קברים

לאעליכם » 11/8/2011 19:15

אקעי. נזכה ונחי' ונראה.

אגב, אויב וועט פעלן דעם ראב"ד שליט"א'ס חתימה, האסטו שוין נישט דעם גאנצן בי"ד.

אויטענטיש » 11/8/2011 19:32

בארוהיגט אייך. איינער קען דא קודם כל אראפלייגן די פאקטן, וואס גייט פאר אין שמעון בן שטח און אין נשר?