היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » וואס מיינט שנאת-אהבת חינם?

וואס מיינט שנאת-אהבת חינם?

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2904177

outspoken » 14/7/2011 17:51

   נאכן זיין אויף כמעט צוויי גאנצע נעכט, זיין אויסגעמיטשעט פון זוכען דעס קינד אין שווערע היצען, איז מען געשטאנען נעכטען און אויסגעהרט די הספדים, יעדער האט פארשטאנען אז דא האט פאסירט אזאך שלא כדרך הטבע, דארף מען  אריין טראכטען בשל מי הרעה הזה, וכלם בפה אחד זענען געקומען צום מסקנה אז מ'דארף מתקן זיין דאס ענין פון שנאת חינם(אויך ניק ראדני-קינג האט דאס נאך געשריבן נעכטן אינדערפרי)  האב איך אזוי מפשפש במעשי געווען, וועם האב איך פיינט, נאכאמאל און נאכאמאל, ביז.. יא ליידער די גאנצע עדה וואס איז מיין פארקערטע פארטיי

אבער וואס בין איך שולדיג, מיין רבי שליט''א זאגט דאך אז זיי זענען גזלנים חמסנים, מיין דיינים זאגען אז זיי זענען הולכי בערכעות, מיין פארטיי'ס אפציעלע צייטונג שרייבט אז זיי זענען קשר בוגדים וכהנה וכהנה.  ''פארוואס זאל איך זיי טאקע נישט פיינט האבן''.

עס וואלט געווען א ריכטיגע זאך אז די מספידים זאלן צאמנעמען די רבי'ס שליט''א און ראשי העדה, זיי מסבר זיין וועגן שנאת אחים, "ואלה הצאן מה עשו", וואס האבן די שעפעלעך וואס האבן גענישטערט איבער גאנץ ברוקלין געזינדיגט אינם ענין פון
שנאת חינם, בשעת די ראשים די אמת'ע בעלי מחלוקה זענען געזעצען אין זייער באקוועמע זימער הייזער....

דרך אגב לעצטענס האבן די בעלי דרשנים און בעלי מספדים אויף געפיקט די ווארט ''אהבת חינם'', ווייסט איינער צו ס'שטייט אין ספרים אזא זאך? ממה נפשך אן ערליכע איד איז א חיוב ליב צו האבן, ווידער א רשע טאר מען נישט ליב האבן, לויט ויקיפדיה קומט דאס פון הרב קוק'ס ספר ר''ל. און אלע בעלי הפקרות נוצן עס.

ראדני_קינג » 14/7/2011 19:40

ווי עס שיינט איז דער אשכול א המשך צו מיינער, ע"כ וועל איך עס אהער ברענגן און ממשיך זיין מיט נאך רעיונות, וואס שווימען מיר ארויף:

א צייט פאר חשבון הנפש

די רבי ז"ל שרייבט אין ספה"ק ויואל משה אז ווען עס קומט א צרה פאר כלל ישראל איז א חיוב צו נאכפארשן בשל מי הרעה הזאת,

איך שפיר אז פון הימל שיקט מען אונז א מעסעדש:

אידישע קינדער! עטס קענטס נישט זיין באחדות ווען ס'איז שלוה ונחת, וועט איר רח"ל זיין באחדות ע"י יסורים וצרות,


קודם איז געקומען די צרה פון רובאשקין, ליידער האט עס נישט געהאלפן, קפץ עליו רגזו של הילד לייבי קלעצקין, ביי ביידע אינצידענטן איז האט גאר שטארק בולט געווען "די אחדות פון כלל ישראל"

השכינה מיללת!! איז טאקע נאר דורך יסורים וצרות די איינציגע וועג וויזוי אידישע קינדער קענען זיין באחדות?

איך וויל פרעגן מיינע חברים חסידי סאטמאר, אפשר איז שוין צייט צו אפלאזן די מחלוקת, איך ווייס איך בין יעצט א ביסל איבערגענומען, און מיט די צייט וועט דער יצר ווייטער ארבעטן אויף מיר, אבער איך זאג ענק דעם ריינעם אמת, טיף אין הארצן לעכץ איך מתי יבוא, וואס מיר וועלן לעבן ווי ברודער ארונים אין זאלונים,

דער אייבישטער האט זייער נישט ליב קיין מחלוקת, ס'ברענגט א חרון אף

קוקט א מורא'דיגע לשון פון רש"י פ' קרח בשם תנחומא, וואס ממש רעדט צו אונז:

בא וראה כמה קשה המחלוקת, שהרי בית דין של מטה אינם מענישים את הקטנים, ובית דין של מעלה אין מענישים עד עשרים שנה, וכאן במחלוקת קורח, מתו אף יונקי שדיים


ראדני_קינג » 14/7/2011 19:50

outspoken, דו ברענגסט ארויף גאר שטארקע פוינטס, אי"ה ווען מיין צייט וועט ערלויבן וועל איך אלעס אדרעסירן און צילייגן אויף קליין געלט

סקאטמאלען » 14/7/2011 22:22

איך מיין אז דאס איז היסטאריע!

שוין כמעט 48 שעה וואס אין ביידע פורום'ס האט קיינער דערווייל נישט די העזה צו שרייבן פאליטיק,

עס מוז זיין אז דער טראגעדיע האט עפעס בארירט סאך טיפער ווי סיי וועלכער לעצטיגער אומגליק,

ווער ווייסט אפשר וועט זיך יעצט מאכן א רעוולוציע אין דעם ענין, רוב עולם איז קלאר שוין פעד-אפ פון די חאזעריי,

יא מ'איז געווען אנגעווייטוגט, ביידע צדדים האלטן איז מ'איז מיט אומרעכט ב'עוולה'ט געווארן, אבער ס'נעמט שוין צו לאנג, צייט היילט, און ס'שוין העכסט צייט זיך צו איבערבעטן און לעבן ווי ברודער, כשנים כתיקונם

זאל דאס זיין לעילו נשמת הילד יודא לייב ב"ר נחמן ע"ה


תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 14/07/2011 22:24:45

גוגל טאלק: mollen.hydepark@gmail.com
Only available when actively writing on hydepark 

מישמאש » 14/7/2011 23:21

מענטעשען האבן א שטיקל טעות,

דער רבי זי''ע און דברי יואל פרשת מצורע, פרעגט פארוואס אויף אלע מצוות האבן די הייליגע חז''ל געמאכט גדרים וסייגים, און ביי די עבירה פון לשון הרע וואס איז אזוי הארב וואו ע''ז גו''ע שפ''ד, האבן די חז''ל נישט געמאכט קיין גדרים וסייגים,? ??

זאגט אונז די הייליגע רבי זי''ע א געוואלדיגע יסוד,

היות די מצווה פון רעדן אויף רשעים איז אזוי גרויס, אזוי די רבינו יונה, וואו אויך דער הייליגער חפץ חיים זי''ע שרייבן עס באריכות, איז אויב וועט מען מאכן גדרים וסייגים אויף לשון הרע, וועט מען נישט גענוג רעדן אויף די רשעים, און מען וועט זיך ח''ו אפלערנען פון זייער געמיינע מעשים, דעריבער האבן די חז''ל נישט קיין געמאכט קיין גדרים וסייגים אויף די שרעקליכע עבירה פון לשון הרע, אזוי לערנט אונז דער הייליגער רבי זי''ע

מען פארציילט אויפן הייליגן חזו''א, אז ער האט אמאל ערב יוה''כ גערעד אויף איינעם פון די ציוניסטישע כופרים זייער שארף, האט אים רבי יעקב האלפירין ז''ל געפרעגט רבי ערב יום הקדוש?

האב אים דער צדיק וחכם גענפערט, ''אויף איינעם וועם מען מעג רעדן, מעגן רעדן יוה''כ ביינאכט אויך, און אויף איינעם וועם מען טאר נישט טאר מען קיינמאל נישט, ודפחי''ח

לענינינו,

די זאליבאנער מיט זיייערע ברידער די בני המן, זענען עוקרי הדת, און גרויסע עבריינים, און מרימי יד בתורת משה, וואס מען דארף אויף זיי כסדר רעדן און האקען, און מגלה זיין זייערע געמיינע פרציפים, והוקע אותם נגד השמש, אז מיר זאל זיך חלילה נישט אפלערענען פון זייערע געמיינע מעשים,

נאר די לעצע טעג, ווען כלל ישראל איז אזוי ביטער צובראכען, דער מוח איז פשוט געבליבן שטיין, די אויגן הערן נישט אויף צו גיסן טייכן טרערן, מי יתן ראשי מים, ועיני מקור דמעה, דער לשון איז אפגעטאן געווארן, דעריבער האט מען נישט געשריבען,



תוקן על ידי מישמאש ב- 14/07/2011 23:21:58

משהלע » 14/7/2011 23:48

אלל רייט, איך וועל אנהייבן, נאו פראבלעם, חשבון הנפש מיינט נישט יענעמס נפש, מען מיינט דעם אייגענעם חשבון הנפש, יעדער איינער ווייסט די אייגענע חטאים און אויף דעם זאל מען תשובה טון, און דאס וואס מאנכע רופן פאליטיק, איז ליידער דער גרעסטער בזיון התורה, מען דארף נאר אריין טראכטן, מיין איך דאס באמת לשם שמים, אדער בלאף איך נאר, ווען איך שריי אויפן צד השני הולכי לערכאות, מיין איך דאס באמת ובתמים, אדער ביני לבין עצמי ווייס איך אז ס'איז שקר גמור, און דאס וואס איך שריי אויף יענעם איז נאר כדי ער זאל נישט קענען שרייען אויף מיר, ווען איך שריי אז אריזאנא ווייץ איז חמץ גמור, מיין איך דאס באמת? אדער איז דאס נאר א איסור גברא,

מחלוקת קרח וכל עדתו, זענען נאר עדת קרח איינגעזינקען אין נישט ביידע צדדים, אויב מיינט מען אמת'דיג איז דאס נישט א מחלוקת קרח ומשה, נאר א מחלוקת קרח וכל עדתו, און איך וועל דאס זאגן ברבים, די מחלוקת הזאליס וכל עדתם, איז נישט קיין מחלוקת פון זאליס ואהרונים, ס'איז א מחלוקת הזאליס וכל עדתם, ווען איין צד שרייט לאמיר גיין צו דין תורה און דער צד השני לאכט פון די תורה, איז דאס א חילול השם איום ונורא, און זיי גייען אריין אין כלל פון "הלא משנאך השם אשנא" מען איז זיי מחוייב פיינט האבן, און ס'איז נישט קיין שנאת חינם,

לולא דמסתפינא, וואלט איך גאר אנדערשט געלערנט פשט אין די לעצטע שרעקליכע טראגעדיעס, אלעס איז נאר פארן "מדשתקי רבנן" ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט נישט געטארט פאסירן אז איין צד זאל זאגן מפורש (און דאס כסדר געשריבן אין זייערע קארט פאפירן) אז אנו דווקא חפצים בערכאות הגויים, מיר זענען נישט אינטרעסירט אין קיין דיני ישראל, און כלל ישראל ובראשם די אזויגערופענע גדולי הדור שטייען לייכטזיניג און שרייען שלום עלי נפשי, והשכינה אומרת אוי להם מעלבונה של תורה, דער חילול שם שמים איז געוואלדיג גרויס, והשכינה נוהמת, אוי להם, על כבוד בשר ודם מחיתם ועל כבודי לא מחיתם, און דאס איז נעבעך דער חרון אף, און אויף דעם דארף מען תשובה טון,  

הטוב_שמך » 15/7/2011 02:01

דאס איז וואס איך האב געענטפערט אין אנדערן אשכול:

ווייסטו טאקע באמת נישט וואס די זאכן מיינען?

לאמיר זיין אפן. מיר זענען נידריגע מענטשן. אונז באדערט נישט גארנישט וואס אנבאלאנגט דעם כבוד שמים. מיר האבן אפילו נישט קיין אייגענע מיינונג. וואס עפעס זאל מיר אנגיין וואס יענער טוט?

אמת, מיר זענען אביסל געפראגרעמט, דער רבי האט געהייסן האקן אנטקעגן ציונות, האקט מען. אן אנדערער רבי הייסט האקן אנטקעגן דעם עירוב, האקט מען ווייטער. אן אנדערער האט "פאן" מוחה צו זיין אנטקעגן פרעסטוראנטן, און איינער אויף געוויסע טעיפ געשעפטן, א.א.וו.

אבער טיף אין הארצן טוט אונז נישט באמת וויי אויף שם שמים המחולל בכל העולם כולו. מען האט אינזין אונזער אייגענע באדערפענישן, מען ליגט אין תאוות, גשמיות, געלט און פרעס, פאליטיק (היימישע און פאליטישע), אין שטותים והבלים, און מיר ווייסן גוט אונזער מצב. עס איז נישט קיין סוד פאר קיינעם און עס האט נישט קיין זין עס צו פארלייקענען.

אין רמב"ם איז גע'פסק'ענט להלכה אז מען איז מחוייב ליב צו האבן יעדן איד, אפילו איינער וואס איז ח"ו עובר עבירות, כל זמן ער האט די פינטעלע אמונה, ער גלייבט אין די 13 אני מאמינ'ס, און מ'איז מחוייב מחלל שבת צו זיין אויף אים אין פאל פון פיקוח נפש. און דאס ביסלע אמונה, מוזן מיר מודה זיין, האבן אלע פון אונז, און נאר דאס גיט אונז א רעכט פיינט צו האבן די מינים ואפיקורסים. וואס אויף זיי בעהט מען ולמלשינים וכו' וכל המינים כרגע יאבדו וכל אויביך מהרה יכרתו.

אצינד, יעדן אנדערן איד (דהיינו חוץ פון די אפיקורסים) וואס מען האט פיינט, איז אן עבירה, און עס הייסט "שנאת חנם", דהיינו דו האסט נישט קיין בארעכטיגטע טענה ע"פ תורה יענעם פיינט צו האבן. אמת, מעגליך יענער איז א גנב, א בעל תאוה, טוט ביטול תורה, און פאלגט דעם hצה"ר, אבער מען האט נאך דעם חיוב פון 'ואהבת לרעך כמוך'. און 'לא תשנא את אחיך בלבבך'. און נאך פילע אנדערע, בפרט אויב מ'טשעפעט, מ'פארשעמט, איז מען עובר אויף 'לא תונו', א.א.וו.

אבער כדי מיר זאלן נישט שפירן ווי בעלי עבירה, און זיך נישט שפירן שולדיג ווען מען רעדט פון אחדות ביי כלל ישראל, הלמאי איך בין אזוי פארזינקען אין פאליטיק און האב ליידער פיינט טויזענטער ערליכע אידן בלויז פאר נארישע פאליטיק, איז מען אויפגעקומען אויף א המצאה. מען האט זיי נישט פיינט ווייל זיי האבן צוגעכאפט מיינע בנינים, אדער ווייל ער האלט אנדערש פון מיין רבי'ן, אדער ווייל מיין רבי האט געוואלט הערשן אויף כל העולם כולו און עס איז נישט געלונגען, אדער פשוט קנאה אויף דאס און יענץ, נע, בכלל נישט. איך האב יענעם מ'כלומר'שט פיינט ווייל ער איז נישט ערליך! ער לערנט נישט! ער איז אן עם הארץ! עס איז עובר אויף גניבה! ער איז מכשיל כלל ישראל מיט חמצ'דיגע מצות! ער רעדט פון פרויען דאסטער'ס! ער פארקויפט טריפה פלייש און שפילט מהודר! ער האט נישט קיין שמירת עינים! ער הערט טעיפס וואס מען דארף נישט הערן! ער האקט יא אדער נישט אויפן עירוב! שטעלט זיך נישט צו דין תורה! און נאך און נאך..... מען מיינט פשוט דעם אויבערשטן! און מען קלאפט זיך אויפן בויך, שישו מעי שישו! איך נעם זיך אן פארן כבוד פונעם אויבערשטן! איך וועל זיצן אויבן-אן אין גן עדן פאר מיינע הייליגע מחאות!

אט דאס הייסט שנאת חנם!

דו נארישער מענטש! השי"ת ווייסט זייער גוט וואס דיינע מחשבות זענען, און ווי שטארק דו מיינסט כבוד שמים ביי דיינע אייגענע תאוות, אדער אפילו תאוות פון דיינע נאנטע חברים וועמען דו פארעטפערסט אלע זייערע שלעכטע וועגן, נאר ביי יענעם, וועמען דו האסט פיינט, זוכסטו אויף זייערע עבירות (כאילו מיט דיר האסטו שוין געענדיגט), און דו הייבסט אן האקן. דו מיינסט נישט ח"ו יענעם פערזענליך, דו מיינסט נאר דעם באשעפער!

האב איך פאר דיר נייעס. השי"ת איז א יודע מחשבות. ער ווייסט גענוי וואס דו טראכסט. נר ה' נשמת אדם חופש כל חדרי בטן. ער קוקט אריין טיף, און ער ווייסט אז דו האסט יענעם פיינט פשוט ווייל דו האסט פארדארבענע מדות! דו טוסט נישט דיין ארבעט אויף דער וועלט אויסצוארבעטן דיינע מדות! עס איז גרינגער צו בלייבן מיט די געמיינע נאטורן און אלעס אנשמירן אויפן באשעפערס נאמען!

און דאס איז ליידער גורם די אלע טראגעדיעס, און האלט אפ משיח'ן פון קומען! די גמרא זאגט שוין ביים חורבן בית המקדש איז אויך אזוי געווען, לויט א טייל מפרשים וואס טייטשן אזוי אפ די גמרא "שהעמידו דבריהם על דין תורה"! מען האט מ'כלומר'שט פשוט געמיינט די תורה!

לאמיר זיך שעמען! וועמען ווילן מיר אפנארן? אונז אליין? אונזערע חברים וואס ווייסן דאס פונקט ווי אונז? דעם באשעפער? מיר זענען נידריגע גראבע יונגען! ווי אזוי קוקט אויס אונזער דאווענען? אונזערע מדות? אונזער ערליכקייט, איידלקייט? ווי אזוי באהערשן מיר זיך אונזערע תאוות? ווי גרויס מאכן מיר אויף אונזער מויל ווען דער סענדוויטש איז "אווער-סטאָפט"? ווי שטארק ארבעטן מיר אויף אונזער שמירת עינים, אויפן גאס און אויפן קאמפיוטער/טעלעפאן? מכף רגל ועד ראש אין בנו מתום! אבער מען האט פיינט יענעם, ווייל יענער איז נישט ערליך!

ווי אזוי האט אמאל איינער געטייטשט: איזהו גבור הכובש את "יצרו", זיין אייגענעם יצר הרע, נישט יענעמ'ס! דעם רבינ'ס ז"ל תורה און עבודה קענען מיר נישט נאכמאכן, ניטעמאל קומען מיר צו, מתי יגיעו מעשי למעשי אבותי, און אודאי נישט זיין אהבת ישראל וואס ער האט זיך מקריב געווען פאר כלל ישראל, דאס אלעס איז צו שווער. אבער האקן אויף יענעם, אה דאס איז גרינגער. מיט דעם וועל איך זיין א חסיד. שוטים וואס מיר זענען! ווילאנג נאך וועלן מיר דאס אנהאלטן! הטרם תדע כי אבדה מצרים? זעהען מיר נישט ווי עס פאלט שטיקער פון אונז, ברוחניות ובגשמיות, פיזיש און גייסטיש? אויף וואס ווארטן מיר?

לאמיר ארבעטן אויף אהבת ישראל. געענדיגט מיט די שנאת חנם. לאמיר נישט ווארטן אויף נאך א רוף פון הימל! עס איז שוין שרעקליכער פון שרעקליך!!

outspoken » 15/7/2011 03:59

הטוב-שמך

שמך טוב ו'ארטיקל' שלך טוב, די אמת אזוי אין פנים אריין.

אבער מישמאש און משהלע האבן עס בעסער פארשטאנען,

אויב איז מען אן ארוני מעג מען און מ'מוז פיינט האבן די (לשון מישמאש) 'זאליבאנער מיט זיייערע ברידער די בני המן'   ס'שטייט דאך בפירוש אין דברי יואל פרשת מצורע,
אויב איז מען א זאלי איז א מצוה פיינט האבן די חרונים ווייל זיי זענעןן עובר אויף יהרג ואל יעבר (פאבליק סקול) ועוד ועוד.

 
"הלוא משנאיך ה' אשנא'' ומתוך שלא לשמה בא לשמה



 

outspoken » 15/7/2011 04:10

המשך..
די איינציגסטע עצה איז אז מ'זאל צוזאם נעמען די צוויי רבי'ס אין איין שטוב (אן קיין בית הכבוד) און זיי נישט ארויסלאזען ביז זיי זענען זיך מפשר אויף אלע נכסים און אויפהערן אריינצושלעפען אלע זייערע קעלבער אין די טינופת.

היינט זעען די וויזניטצער חסידים איין אז די אלטע מחלוקות איז נישט געווען אזא גרויסע מצוה.. (פארשטייט זיך אז די היינטיגע מחלוקות אין אן אנדרע מעשה)

געלעכטער » 15/7/2011 04:36

אוטספוקען, אויב זענען דיינע ווערטער געציהלט געווען צו די צוויי מענטשן וואס באהאלטן זיך אונטער א קאמפיוטער און שרייבן אזוינע שענדליכע ווערטער אין אזא עת צרה, משה מיט מישמאש, דעמאלטס קענסטו זאגן מישען אקאמפלישד.

outspoken » 17/7/2011 19:32

מהר''א שליט''א זאגט ס'געקומען אלץ ער האט זיך אנגעקוקט (טעלווישען) מיט שפיכת דמים.

outspoken » 17/7/2011 21:40

כ'האב דאס נישט געהערט פון קיין רב אבער ס'קען זיין אז די שרעקליכע פאסירונג וויל אונז מעורר זיין,

מ'האלט איצט פאר די דריי וואכן, ס'שטייט (שערי תשובה-לרבינו יונה שער ג) לא חרבה ירושלים אלא על שהעמידו    'דבריהם' על דין תורה, קען זיין אז בעצם זענן זיי נישט געגאנגען צו קיין דין תורה נאר צו ערכאות ר''ל, שהעמידו ''דבריהם''  זיי האבן געלייגט זייער 'רייד'  אז 'זיי' ווילן דין תורה, נאר די צווייטע זייט וויל נישט, און אזוי איז מען מיט אלע תירוצים אפגעזיצען אין ערכאות, ואין פוצה פה ומצפצף, אלע שיינע רבנים זענען געגאנגען 'באזוכען' ביידע צדדים, (און געכאפט שיינע פיקטשערס פאר אלע מאגיזינן), האט די מדת הדין געפרעגט '' כלום נפצע מוחו של אחד מהם על קידוש שמך (מדרש ילקוט יחזקא') האט  איינער אפילו אוועק געגעבן א גלעזל קאווע פארן באשעפער? וועגן דעם האט ליידער שולט געווען די מדת הדין איצט פרשת פנחס.

קען זיין דאס זאגט תוס'(בבא מציעא ל ע''ב ד''ה לא חרבה) וי''ל דהא והא גרמא, מ'האט געבויט גרויסע פארטייען איז מען סיי געגאנגען אין ערכאות און סיי אנגעמאכט אסאך שנאת חנם ,''ואבדנו בית מקדשינו"

רבותי, די גמרא זאגט מתחילין בדיני נפשות מן הצד, ס'האט ליידער געקאסט א קינד פון א איידילע שטילע קהילה, לאמיר זיך בארעכענן בעוד מועד...

משהלע » 18/7/2011 17:14

דער שרעקליכער אומגליק האט פאסירט פרשת פנחס, ווי עס שטייט אין די סדרה, פנחס בן אלעזר... השיב את חמתי... ולא כליתי את בני ישראל, פרעגן די מפרשים, פארוואס וואלט רח''ל געדארפט זיין א כליה? האיש אחד יחטא ועל כל העדה תקצוף? איין זמרי בן סלוא האט עובר געווען א עבירה און וועגן דעם וואלט מען געדארפט רח''ל הארגענען גאנץ כלל ישראל? נאר זיי ענטפערן אז זמרי בן סלוא איז געווען נשיא בית אב לשמעונים, לויט איין דעה איז ער גאר געווען א זון פון שמעון, ער איז געווען דער זקן הדור (מהרש''א), דער מדרש זאגט אז די נשיאים זענען אלע געווען בעלי רוח הקודש, איי ווי קומט דאס אז דער צדיק זמרי בן סלוא האט אזוי שרעקליך חוטא געווען? נאר טעה!, ער האט זיך טועה געווען אין הלכה, און פונקט ווי די מרגלים וואס זענען געווען מבחורי העם, וואס משה רבינו האט זיי דערוועלט צו פארטרעטן כלל ישראל, און פונקט ווי קרח וואס חז''ל זאגן אז ער איז געווען א בעל רוח הקודש, ווי רש''י זאגט, וקרח שפקח היה מה ראה לשטות זה עינו הטעתו ראה שלשלת גדולה יוצאה ממנו שמואל ששקול כנגד משה ואהרן אמר בשבילו אני נמלט, נאר וואס דען, אפילו א בעל רוח הקודש קען האבן א טעות, אפילו ווען א גרויסער צדיק א בעל רוח הקודש טוט עפעס אקעגן די הלכה דארף מען חושש זיין שמא טעה, אזוי דא אויך, דער גרויסער נשיא בית אב אב לשמעונים האט געטון א עבירה בפרהסיה האט כלל ישראל געזאגט, מסתמה ווייסט ער וואס ער טוט, ער האט דאך רוח הקודש,  און קיינער האט זיך נישט אנגענומען פאר כבוד שמים, ועל זה יצא הקצף, דער רבונו של עולם איז רח''ל גרייט געווען פאר א כליה, ווען נישט וואס פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן האט מקנא געוועין קנאת השם צבקות, און גורם געווען אז השיב את חמתי ולא כליתי (עיין בדברי יואל פרשת פנחס)...

מורי ורבותי, פרשת פנחס תשע''א, האט דער באשעפער גענומען א קרבן עולה, צו שיקן א מעסעדש פאר כלל ישראל, דא איז דא קהלה בישראל וואס שרייט ברבים אז אינם חפצים בדיני תורה, זיי זענען מרים יד בתורת משה מיט א חילול השם איום ונורא, ועוד הוסיפו חטא על פשע זיי זענען געלאפן אין ערכאות העכו''ם מיט א שרעקליכע מסירה צו קלאגן א גאנצן שטעטל, ואין פוצה פה ומצפצף, קיינער קומערט זיך נישט, קיינער צוקראצט זיך נישט, יעדער וויל זיין א דזשענטלמאן, אויב גיי איך צו איינעם אריין כאפן א "משלחן מלכים" וועל איך גיין אויך צום צווייטן, פארברענגן אפאר מינוט, מען קען דאך נישט מאכן קיין אויסנאם, און דער באשעפער שרייט על כבוד בשר ודם מחיתם ועל כבודי לא מחיתם,? אנשטאט איר זאלט ארויס קומען מיט א וויי געשריי און א מחאה אויף דעם הרמת יד בתורת משה, לעקט מען און מען חנפה'ט די רשעים, און דער באשעפער האט געשיקט א שטיקל מעסעדזש מען זאל זיך כאפן באצייטענס, דריבער איז דאס געשען פרשת פנחס.

outspoken » 19/7/2011 21:05

משהלע

דערמאנסט מיר א מעשה, ווען די ערשטע חלק ויואל משה איז ארויסגעקומען, האט די ליבאוויטשע רבי געזאגט אז מ'דארף ווען גוזר תענית זיין פארן שרייבן אז די דרך הבעל שם טוב איז נשתכח געווארען, האט רביה''ק זצ''ל געזאגט, יעדער רבי  זאגט דאך אז 'זיי'ן דרך, איז די ריכטיגע דרך הבעל שם, איך ביו דאך אויך א רבי, זאג איך אז 'איך' האב פארגעסען די דרך הבעל שם, ממילא איז עס נשתכח געווארען...

האסט שטארק מעורר געווען פארוואס דער באשעפער גענומען א קרבן עולה ווייל,   
  "ס'איז דא קהלה בישראל וואס שרייט ברבים אז אינם חפצים בדיני תורה, זיי זענען מרים יד בתורת משה מיט א חילול השם איום ונורא, ועוד הוסיפו חטא על פשע זיי זענען געלאפן אין ערכאות העכו''ם מיט א שרעקליכע מסירה צו קלאגן א גאנצן שטעטל, ואין פוצה פה ומצפצף"

האסט גארנישט געשריבען אז מ'האט זיי גערופען אין ערכאות און זייער דיינים האבן געגעבען א היתר,  אויך האבן זיי א כתב סירוב אז אז זיי מעגען קלאגען די וויליעדטש.(וואס איז אגב לשיטתכם א 'סעקעלער ענדעטי' און האט נישט קיין שייכות מיט אידן און תורה) האסט דאס מרמז געווען אין דיין הקדמה וואס דו שרייבסט "אפילו ווען א גרויסער צדיק א בעל רוח הקודש טוט עפעס אקעגן די הלכה דארף מען חושש זיין שמא טעה"
איז מיין שאלה פארוואס אויף די פסק פון די דיינים שליט''א דארף מען חושש זיין שמא טעה, און אויף דיין פארטיי ווערסטו א דזשענטלמאן און פארשטייסט אז ווינער רב האט א לעדל?

למעשה איז דאס א חילול השם איום ונורא אז קהלת סאטמאר וואס איז אויפגעבויט דורך רביה''ק צו זיין א פאן טרעגער פארן דרך התורה זיצט אין ערכאות, און אלע רבנים באזוכען ביידע צדדים(לעקן אביסל כבוד),
''ואין פוצה פה ומצפצף"




 

 


האנדא » 19/7/2011 21:44

outspoken

עס איז זייער נאריש פאר אונז קליינע מענטשליך צו דעבאטירן פארוואס דער אימגליק איז געקימען, אונז זעמער נישט קיין בעלי רוח הקודש צו קענען וויסן פאר דער ביטערער אומגליק האט פארסירט,

רבינו  הקוה''ט שרייבט טאקע  און די הקדמה פון ויואל משה בשם זיין הייליגער זיידע דער חוות דעת זי''ע אז נאך יעדן אומגליק דארף מען מאכן א חשבן הנפש פאר וואס דאס האט פאסירט, על מה אבדה הארץ,

אזוי דער הייליגער רבי יוסף יעב''ץ שרייבט סיבות פארן גירוש שפאניע,

און דער רבי זי''ע פירט דארט אויס אז דער ביטערער חורבן איז געקימען צילוב דעם וואס יודישע קינדער האבן עובר געווען אויף די שלוש שביעות, אזוי עס שטייט און פסוק  (שיר השירים ב' ז') השבעתי אתכם בנות ירושלים בצבאות או באילות השדה וגו'.  זאגט אויף דעם רבי אליעזר אמר להם הקב"ה לישראל, אם אתם מקיימין את השבועה מוטב, ואם לאו אני מתיר את בשרכם כצבאות וכאילות השדה.  

עכ''פ די צדיקים ווייסען ווען אן עונש קימט פארוואס עס קימט, אבער מיר קליינע מענטשן, ווייסן נישט, מיר ווייסען נאר אז מען דארף טאן תשיבה, נחפשה ונחקורה ונשיבה אל ה' אלוקינו, דעריבער איז נאריש און טיפשותדיג צו דעבאטירן פאר וועלעכע עבירה דער עונש איז זיך אונז געקימען,

און דאס וואס די שרייבסט:

האסט גארנישט געשריבען אז מ'האט זיי גערופען אין ערכאות און זייער דיינים האבן געגעבען א היתר,  אויך האבן זיי א כתב סירוב אז אז זיי מעגען קלאגען די וויליעדטש.(וואס איז אגב לשיטתכם א 'סעקעלער ענדעטי' און האט נישט קיין שייכות מיט אידן און תורה) האסט דאס מרמז געווען אין דיין הקדמה וואס דו שרייבסט "אפילו ווען א גרויסער צדיק א בעל רוח הקודש טוט עפעס אקעגן די הלכה דארף מען חושש זיין שמא טעה"
איז מיין שאלה פארוואס אויף די פסק פון די דיינים שליט''א דארף מען חושש זיין שמא טעה, און אויף דיין פארטיי ווערסטו א דזשענטלמאן און פארשטייסט אז ווינער רב האט א לעדל?

למעשה איז דאס א חילול השם איום ונורא אז קהלת סאטמאר וואס איז אויפגעבויט דורך רביה''ק צו זיין א פאן טרעגער פארן דרך התורה זיצט אין ערכאות, און אלע רבנים באזוכען ביידע צדדים(לעקן אביסל כבוד),

''ואין פוצה פה ומצפצף"

 

איז סתם אזוי שטיתים מיט הייסע בארשט, עס ווייזט סתם אז די האסט נישט קיין אנונג וואס עס טיט זיך און סאטמאר, ביזט א נייע געבוירענער וואס זיכט אויסצדריקען זיינע דריקענישען, אן וויסן די קראנטע פאקטען

גיי מאך דיין היים ארבייט דער נאך וועלן מיר רעדן

ואתכם הסליחה

החותם בכבוד מר האנדא.

 

 

 

משהלע » 19/7/2011 23:10

outspoken כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
משהלע

דערמאנסט מיר א מעשה, ווען די ערשטע חלק ויואל משה איז ארויסגעקומען, האט די ליבאוויטשע רבי געזאגט אז מ'דארף ווען גוזר תענית זיין פארן שרייבן אז די דרך הבעל שם טוב איז נשתכח געווארען, האט רביה''ק זצ''ל געזאגט, יעדער רבי  זאגט דאך אז 'זיי'ן דרך, איז די ריכטיגע דרך הבעל שם, איך ביו דאך אויך א רבי, זאג איך אז 'איך' האב פארגעסען די דרך הבעל שם, ממילא איז עס נשתכח געווארען...

האסט שטארק מעורר געווען פארוואס דער באשעפער גענומען א קרבן עולה ווייל,   
  "ס'איז דא קהלה בישראל וואס שרייט ברבים אז אינם חפצים בדיני תורה, זיי זענען מרים יד בתורת משה מיט א חילול השם איום ונורא, ועוד הוסיפו חטא על פשע זיי זענען געלאפן אין ערכאות העכו''ם מיט א שרעקליכע מסירה צו קלאגן א גאנצן שטעטל, ואין פוצה פה ומצפצף"

האסט גארנישט געשריבען אז מ'האט זיי גערופען אין ערכאות און זייער דיינים האבן געגעבען א היתר,  אויך האבן זיי א כתב סירוב אז אז זיי מעגען קלאגען די וויליעדטש.(וואס איז אגב לשיטתכם א 'סעקעלער ענדעטי' און האט נישט קיין שייכות מיט אידן און תורה) האסט דאס מרמז געווען אין דיין הקדמה וואס דו שרייבסט "אפילו ווען א גרויסער צדיק א בעל רוח הקודש טוט עפעס אקעגן די הלכה דארף מען חושש זיין שמא טעה"
איז מיין שאלה פארוואס אויף די פסק פון די דיינים שליט''א דארף מען חושש זיין שמא טעה, און אויף דיין פארטיי ווערסטו א דזשענטלמאן און פארשטייסט אז ווינער רב האט א לעדל?

למעשה איז דאס א חילול השם איום ונורא אז קהלת סאטמאר וואס איז אויפגעבויט דורך רביה''ק צו זיין א פאן טרעגער פארן דרך התורה זיצט אין ערכאות, און אלע רבנים באזוכען ביידע צדדים(לעקן אביסל כבוד),
''ואין פוצה פה ומצפצף" 

איך האב הנאה אז דו האסט געפרעגט די פראגע, ווי מען זאגט ביי יעדן דיבעיט, I AM GLAD YOU ASKED THAT QUESTION, עס סאונד זייער דזשענטלמאניש, צו זאגן אז ביידע צדדים זענען שולדיג, אבער עס איז ווייט פונעם מציאות, ווען איין צד שרייט פון ערשטן טאג לאמיר גיין צו דין תורה, און אפילו אין די קארט פאפירן וואס זיי האבן אריינגעגעבן, האבן זיי קלאר כסדר פארלאנגט אז אלץ אידן ווילן זיי גיין צו דין תורה, און דער קארט זאל צווינגען דעם צד השני אויך צו גיין צו דין תורה, און דער צד השני האט גענטפערט אז זיי ווילן בשום אופן נישט גיין צו דין תורה און דווקא דער גואישער ריכטער זאל פסקענען, הייסט דאס ביי דיר אז ביידע צדדים זענען אייניג שולדיג?, ווען איין צד גייט בדרך התורה איז נישט שייך צו זאגן אז דער דאזיגער צד האט זיך טועה געווען, "טעה" קען מען נאר זאגן אויף דעם צד וואס גייט אקעגן די תורה, מיט נארישע און אויסגעטראכטע אמתלאות, זייערע דיינים וואס האבן כלומפערשט געגעבן א היתר האבן געטון נגד ההלכה, קענסט דאס אנרופן איידל, אז זיי האבן זיך "טועה" געווען, אדער קענסטו זאגן גראב, אז זיי זענען קלים וריקים, אבער די טענה איז געוויס נאר אויף יענעם צד, אונזער צד איז פון אייביג גרייט געווען זיך צו פירן כהלכות גוברין יהודאין, און זיך שטעלן צו דין תורה ביי א בית דין המרוצה לשני הצדדין אדער ביי זבל''א, מיר זענען זיכער חף מפשע, מיר זענען אויסדריקליך נישט שולדיג אין דעם חילול השם פון הרמת יד בתורת משה, דער צווייטער צד קען דאס זיכער נישט זאגן,  והדברים פשוטים מאוד.

outspoken » 21/7/2011 04:00

 מלתא דפשיטא ליה לאביי מיבעיא ליה לרבא (בבלי  כתובות לח ב')

והדברים פשוטים מאוד פאר מעמבערס פון א פארטיי, אז וואס זיי טוען איז גוט, און באמת קען ווינער רביצין ארויסווארפען די גאנצע שאפע מיט די גאנצע 'לעדל' אינאיינעם, וויל ס'איז אזוי פשוט ס'דארף נישט קיין היתר, און אויף די דיינים פון די אנדערע זייט קענסטו זאגן גראב, אז זיי זענען קלים וריקים,   והא ראי' אונזער צייטונג שרייבט דאך בפירוש יעדע וואך, אז אונז ווילן גיין צו א דין תורה, אויך איז געווען א קאפי אז די בארא פארק'ער הנהלה, האט אינטער געשריבן ''זבל''א'' (נאר ווען די דיינים האבן געוואלט די ארגינעלער קאפי איז עס נישט געווען בנמצא.) למעשה האב איך געהערט פון א בן בית  פונם  גאב''ד הרב ווייס שליט''א אז ווען די גאב''ד האט פארבירט צו פוילען ביי ענק צו גיין צו א דין תורה האט ער זיך אנגעשטויסען אין א וואנט (יא די בן בית איז א זאלי).
 
משהלע, מיין דזשענטלמאניש'ע שיטה איז, אז ביידע זענען גערעכט, ס'איז דא אסאך וועגן ווי אזוי א דין תורה קען צו גיין, ווער זענען די תובע, ווער זענען די מוחזקים, איז דא אין קרית יואל א סאטמארע קהילה אדער זענען אלע מוסדות נכסי העיר?, ועוד ועוד ועוד.. קיינער טראסט נישט די אנדערע ווייל זיי זענען גבר אלים, ממילא איז דא טויזענט (גוטע) התירים צו זיצן אין ערכאות, די חילוק איז אז ביי א פריוואטע סיכסוך איז כח בי''ד יפה, און אז זיי געבען ארויס א סירוב קומט מען צו לויפען אויף אלע פיר, משא''כ ביי גרויסע פארטייען איז דאס נישט שייך, קומט אויס אז ''התורה מונחת בקרן זוית (ערכאות ר''ל)'' .

 שולדיג זענען די בני הקהילות וואס לייגען נישט קיין דרוק אויף די ראשי הקהילה, און די 'שיינע' רבנים וואס לויפען 'באזוכען' ביידע צדדים ואין פוצה פה ומצפצף".

וליתר שאת ברענג איך דא וואס איך האב אמאל געשריבען.



נשלח ב-20/12/2010 04:03 [בילד – נישט אפגעהיט]  [בילד – נישט אפגעהיט] 
ווער איז די גבר אלים?

      יארן ציריק זענען געווען צוויי ברידערס (שווערע עקשנים), ראשי קהלות אין צוויי באזינדערע שטעט, ויהי היום האט אויסגעבראכן א געלט מחלוקה ציווישן די צוויי, איז יעדער געלאפן צו זיין רב ארויסצונעמן א היתר הליכה לערכאות, ווייל די צווייטע איז א גבר אלים. ס'איז דורך א שטיק צייט האבן זיך די צוויי רבנים געטראפן ביי אן אסיפת הרבנים, האבן זיי מפלפל געווען ווער ס'איז די גבר אלים, האט זיך א דריטע רב אנגעריפען, ביז יעצט זענט עטס ביידע געווען גערעכט, אבער איצט לאמיר דא ווערן א בית דין מיט שווארצע לעכט און א שופר, און מיט איין קליינע בלאז וועלן זיי ביידע קומען צולויפן ווי פחדים'דיקע מייזלעך.


לענינינו נאך די צוויטע וועלט מלחמה זענען אונזערע זיידעס פון גאנץ אייראפא(אונגערן, פוילן, רוסלאנד,אויברלאנד אד''ג),  געקומן קיין אמעריקע שבור ורצוץ נאכן פארלירן גאנצטע משפחות און שטעט, האבן זיי געוואלט נאכאמאל איופשטעלן דורות להשם ולתורתו, האבן זיי זיך צוגעקלעפט צום הייליגן סאטמארע רב זצוק''ל, וואס האט אויפגעשטעלט א קהילה אן קיין שייכת מיט קיין חסידות אדער גזע (נאר צוויי זאכן זיין ביהמ''ד האט ער גערופן ייטב לב און מ'האט געמאכט א סיום ביי זיין טאטע'ס יארצייט), זיין איינציגסטע ציל איז געווען נאר אופצושטעלן פרישע דורות, ערליכע אידן וואס זאלן זיך נישט אוועקרירן קיין זיז כל שהוא מתורתינו הקדושה, ווי אידן מדור הקודמים האבן געפירט.


לאחר פטירתו האבן די ראשי הקהילה אפגעמאכט, אז אזוי ווי די רבי ז''ל האט נישט איברגעלאזט קיין קינדער אדער א תלמוד וואס איז ראי' איברצונעמן זיין פלאץ, זאל מען אויפנעמען ב''א די ברך משה ז''ל פאר רב ד'קהלות סאטמאר, דריי יאר שפעטער האט ער אויפגענומען זיין זין מהר''א, ער זאל אים אריוסהעלפן מיט די קהילה אין קרית יואל, און ווי ס'האט אוסגעקוקט איז אז, ער מאכט אים די "קרוין פרינץ", אזוי איז דורך בערך 15 יאר ביז תש''ס, ווען ער האט אויפגענומען זיין אינגערע זין מהרז''ל, ער זאל אים אריוסהעלפן מיט די קהילה אין וויליאמסבורג (צו ווייל ער האט געזען אז מהר''א האט זיך צושלאגן מיט א גרויסע עולם און מיט אסאך רבנים, אדער אז משה פריעדמאן מיט זריעל האבן אים פאדרייט די קאפ איז יעצט נישט נוגע), וואס דאס האט יעדער פארשטאנען די פאקט, אז סאטמאר וועט זיך צוטיילן אין צוויי, וואס וועט באמת גוט זיין פאר ביידע, די זלונים וועלן נישט מער ליידן פון מהר''א, און די ארונים וועלן מער נישט ליידן פון מתנגדים  און שונאים, און מהר''א וועט קענען פירען זיין קהילה אזוי ווי ער וויל.


האט זיך אנגעהויבן א פרשה וואס הייסט ריעל עסטעיט, דאס מיינט ווער וועט באקומען די בילדינגס וואס די קהלת סאטמר האט געקויפט, אדער חברי הקהילה האבן מנדב געווען אין משך פון פיפציג יאר, האבן די ארונים גערופען די זלונים צו דין תורה אויף די בילדינגס אין וויליאמסבורג, האבן זיי גאזאגט אז זיי זענען גרייט אונטער צו שרייבן שטרי בוררין, אויב מ'וועט דן זיין אויף אלע בילדינגס פון די קהילה בכל מקום שהם, ווי בארא פארק און קרית יואל וכדומה, למעשה האבן יעצט ביידע התירים און די קהלות סאטמר איז ליידער אין ערכאות.

שטעלט זיך יעצט א פראגע, סוף כל סוף איז סאטמאר צוטיילט אויף צוויי, און קיינער וויל נישט האבן קיין שייכות מיטן צווייטן, וואס יעדער בר דעת פארשטייט אז מ'דארף זיך צוטיילן מיט די פארמעגענס, איז דען נישט דא קיין קלוגע בעלי בתים, סוחרים, בני תורה און בילדינג שאצערס אין די קהלות, איז דען נישט דא אין כלל ישראל דיינים, לויערס וואס זאלן זיין די שליש, האט טאקע די תורה און שכל הישר דערגרייכט נאר ביז סאטמאר, רח''ל. איצט ווען די רבי'ס וועלן זיך צוטיילען זייער פריוואטע ירושות, וועלן זיי אוודאי נישט גיין לערכאות, און ווען די ראשי הקהילה האבן א פריוואטע געלט סכסוך, גייען זיי נישט לערכאות, דאן פארוואס ביי נכסי הקהילה גייט מען אין ערכאות רח''ל.

 נאר די תירוץ איז גבר אלים, יעדער האט מורא אז די אנדערע פארטיי וועט אים אויסשפילן, קומט אויס אז יעדר וואס איז א חבר אין איינע פון די פארטיי, האט א חלק די גבר אלים, און ווער נאך ווי מיר תלמידי רביה''ק פארשטייען, אז אויב מ'וועלט און מאיז א חבר, איז מען ממש א חלק אין די זאך.


ממילא ווילן מיר דא בעטן יעדעם איינעם פון די ביידע קהלות,  וואס אונזערע זיידעס זענען נאכגעגאנגען רביה''ק ז''ל במדבר בארץ לא זרועה (ווען סאטמאר איז געווען אפגעפרעגט ביי יעדן סיי ביי די פרייע וועלט און סיי ביי די פרומע וועלט), נישט ווייל זיי זענען געווען סיגוט'ע חסידים אדער אנדערע אינטערעסען, נאר ווייל זיי האבן זיך נישט געוואלט אוועקרירן קיין זיז כל שהוא מתורתינו הקדושה,  זאלן איוסשרייען אז מיר ווילען זיך צוטיילען מיט אלע נכסי הקהילה לויט די תורה הקדושה און נישט לויט די ערכאות של עכו''ם.


(שטעלט אייך פאר ווען די צוויי רבי'ס וועלן אלט ווערען לאיו''ש, זיי וועלן שלום מאכן(ווי ווישניטץ) וועלען אינזער אייניקלעך טאנצען אויף די פארענטשעס, ''הנה מה טוב שבת אחים גם יחד'', און מיר וועלען בלייבען מיט די פלעק פון ערכאות לעולם ועד)  



 

משהלע » 21/7/2011 05:20

זאג נאר אאוטספאקען, אפשר זאגסטו מיר וואס עס מיינט ווינער רב'ס לעדל, ביזט עפעס ביזי מיט א ווינער רעבעצן, א ווינער שאפע, מיט א ווינער לעדל, קענסטו פילייכט מסביר זיין וואס דאס מיינט, וועל איך אפשר ווייטער קענען פארשטיין דיין לאנגן פשעטיל, איך בין סטאק געווארן ביי די ערשטע שורה.

outspoken » 21/7/2011 05:46

משהלע טייערע מאך א גוגל סורטש    '' וויענער רב לעדל  ''

ראדני_קינג » 21/7/2011 06:59

טראץ ווי איך האב ערווענט אז הגיע הזמן צו אפשטעלן די מלחמות אין סאטמאר,

פיל איך אבער פאר וויכטיג צו קלאר מאכן, אז ס'ביי מיר ברור כיום אז ס'נישטא קיין שום מקום צו בארעכטיגן צד מהרז"ל, בעיקר מיט די באהאנדלונג אויפן רבי'ן ז"ל דעם ברך משה, פארדעם וועלן זיי דארפן טאן א ערנסטע תשובת המשקל, מפייס זיין פארן קבר פון רבי'ן, מיט 10 אידן,

וויפיל איך האב נאר פרובירט זיי צו בארעכטיגן, האב איך נישט געקענט בשום אין פנים ואופן זיי געבן א ברעקל גערעכטיקייט, לפי שורת הדין קומט זיך פאר רז"ל "גארנישט", "זערא", [איך רעד נישט פון פערזענליכע ירושה, איך רעד פון "הנהגה"], און איך זאג שוין, איך גיי מיך נישט אריינלאזן און קיין טענות איבער דעם, ווייל אין יאר תשע"א, 11 יאר זינט די מחלוקה, גיי איך קיינעם נישט איבערמאכן, און איך בין ברור אז בתהום לבבם ווייסן גוט רוב פון די אנשי רז"ל איז זיי זענען באנדיטן און האבן קיין שום גערעכטיקייט, איך האלט נישט ביים סתם שפילן געימס ווער ס'קען געווינען א דיבעיט,

יעצט אזוי, די טענה אז ס'שוין ממילא ציטיילט און מ'קען שוין נישט צוריקדרייען די זייגער, איז גראדע זייער א לאגישער דערהער, סקלינגט זיך גוט, למשל, איך גלייב אז ביי די באבובער די"ת, אפי' לו יצויר אויב דער בי"ד זאל איינזעהן אז רמ"ד איז גערעכט, גלייבט זיך שווער אז זיי וועלן ארויסשטעלן רב"צ פון ביהמ"ד און אריינזעצן רמ"ד, ווייל יעדער פארשטייט אז דאס איז דאס וועט האבן גאר טיפע ווייטוגליכע קאנצקווענצן, און א אידישער בי"ד ארבעט שכל'דיג און תורה'דיג, אז אלעס זאל גיין בדרכי נועם.

אבער דער טענה זעלבסט, איז וואס פראסקעט ענק זייער און פנים.

און איך בעט מ'זאל זיך קאנצעטרירן און פארשטיין מיינע פאלגענדע דיבורים, וועט עטס איינזעהן אז ניכרין דברי אמת,

אויב זאל איך אנעמען דעם רעיון אז היות ס'איז שוין אזוי קען מען נישט צוריקדרייען, מוז מיר בע"כ אנעמען אז דער רבי ז"ל דער ברך משה, איז נישט מער און נישט ווייניגער,  געווען א אומפאראנטווארטליכער שלעגער און א וועלטס משוגענער, ממש כמעט א משה גבאי, להבדיל אלף אלפי הבדלות,

טראכט אריין, מגיימיר דאך דא אויפן מהלך אז למען השלום ולמען הדיפלאמאטישקייט, דרייט מען נישט צוריק דער זייגער,

יעצט לאמיר צוריקגיין צו תשנ"ט, סאטמאר איז איין חסידות, איין רבי, איין קהלה, די בני יואל און אלע קעגנער למיניהם זענען שוין איבער 10 יאר אפגעטיילט פון די קהלה, דער ברך משה פאר 20 יאר טוט ער אלעס אין די וועלט אז יעדער זאל פארשטיין אז ר' אהרן גייט זיין דער יורש פון דעם איינעם קהלה, פארשטייט יעדער איינער אז אפי' לאמיר זאגן אז דער ברך משה האט בערוב ימיו, זיך בארעכנט אז אפשר זענען די קעגנער פון ר' אהרן נישט אזוי געפערליך, אפשר קומט זיך עפעס פאר ר' זלמן לייב'ן, דארף מען דאך דא ארבעטן מיט אביסל פאראנטווארטליקייט, מ'גייט נישט פון איין טאג אויפן אנדערן ארויסווארפן פון וומ"ס די אלט געזעסענע פירער און זיי ערזעצן מיט די זעלבע וועם מ'האט פארשאלטן די לעצטע 10 יאר, אפי' ווי גערעכט זיי זאלן נישט זיין, מ'דארף זיין א געהעריגע צידרייטער צו טראכטן אז דאס איז וואס דער ברך משה האט געוואלט, אויב דער ברך משה וואלט באמת חרטה געהאט פארן אסר'ן בני יואל וואלט ער ווען געקענט אויף זייער א שכל'דיגער וועג מאכן א מיטינג מיט די ראשי הקהלה אין ר' אהרן, און זיי פארלייגן, מיינע טייערע פריינד, איך האב מיך בארעכנט אפשר זאל מען זיך מער נישט קריגן מיט די בני יואל, אפשר זאל מען אראפנעמען די איסור, און אפשר זיין געבן פארגיטיגונג געלט, און לעבן ווי ברודער, וכדומה, אנשטאט דעם גייט ער ווי א משה גבאי [ח"ו נאר סארקאסטיש], און פון איין טאג אויפן אנדערן צוהאקט ער די חסידות און 2, ווארפט ארויס די אלט געזעסענע חסידים, און זעצט אריין לויטער קעגנער פון ר' אהרן, איז דאס נישט אומפאראנטווארטליכקייט אויפן העכסטן קלימאקס?!

די וואס וויל וויסן דעם אמת ווייסן זייערגוט דעם אמת, אז ס'נישט מעגליך אז דער ברך משה האט דאס געוואלט, א מענטש וואס פלעגט פירן דין תורות און גוט פארשטאנען וואס די תוצאות פון אזא זאך, איז נישט מעגליך זאל טאן אזא אומדערהערטע ווילדע שריט, צו אנצינדן א מחלוקה שאין כמוה,

דאס איז אלעס ע"פ נימוס ושכל,

וע"פ דת תורתינו הק' זענען זיי על אחת כמה וכמה אומגערעכט ווי עבודה זרה, צד ר' אהרן האט קלאר געטאן כל מה שבידם ע"פ תורה, בלי שום ספק,

און איך וועל עס מסביר זיין מיט א עובדא אמיתי,

בעת עס האט זיך אנגעהויבן די ציונים באוועגונג און פאלעסטינע ארץ ישראל, האט רב קוק גע'פסק'נט אז ע"פ הלכה איז מותר צו גראבן שוץ גרובער אום שבת אין ארץ ישראל, אפי' ווען ס'נישט קיין שעת מלחמה, ער איז געקומען זיך טענה'ן מיט דאכצעך רי"ח זאנענפעלד, האט רי"ח זיך אנגערופן, איך האלט אז מ'טאר ע"פ הלכה נישט גראבן די גרובער אום שבת, רב קוק האט זיך געגרייט אויף עפעס א טיפער פשעטל, פרעגט רב קוק פארוואס נישט, ענפערט רי"ח קורץ, "ווייל מיין מאמע האט מיר געזאגט אז א איד טאר נישט מחלל שבת זיין!", ביי דעם האט זיך עס געענדיגט!

לענינינו, איין איד האט גערופן אן אנדערן איד צו די"ת, איך ווייס איין זאך מיין רבי האט מיך אויסגעלערנט אין חדר "אז ווען מ'רופט איינעם צו די"ת קומט מען", נישט מ'קומט מיט אומפארשעמטע דריידליך "תהלוכי הקהלה", "מ'קען נישט רופן די רבי צו די"ת,, וכו' וכו', קיינער קען נישט געבן קיין היתר פאר אזא זאך, דאס איז געהעריג עקירת הדת,

מיט דעם אלעם האלט איך אז מ'מעג אנהויבן צו נאכלאזן פון די מחלוקה, איך האף איך וועל האבן צייט צו מרחיב זיין הדיבור דערוועגן,

דיןתורה » 21/7/2011 20:36

אוטספאקען, לויט ווי איך פארשטיי ברענגסטו דא אראפ ''למען השלום'' די טענות פין צד מהרז''ל אין וויבאלד די פילסט נישט גענוג באקוועם צו ריינוואשען דיין צד לייגסטו אראפ א בילד אז ביידע זענען שילדיג, וואס איז אבער אין דעים פאל זייער פאלטש


קודם דאס חוזק'ן כאילו ווינער רב אדער זיין לעידל איז די גאנצע אויסרייד פין צד מהר''א צו גיין אין ערכעות איז שוין א ראי' צו מיינע פריעדיגע ווערטער


צד מהר''א האט קיינמאל נישט געזאגט אז ווינער רב האט געגבן דעם היתר ערכעות אדער אז דער היתר ליגט אין זיין לעדל, דאס איז נישט מער ווי א חוזק ניגון אפצושפעטן כאילו דא גאנצע היתר בי''ד איז נאר פין ווינער רב'ס לעידל אין איז כמובן נישט אמת
וואס איז פאקטיש יא געווען איז: ווען ר' ישראל דוד הארפענעס האט זיך אריינגלייגט בעובי הקורא צו ברענגן צד מהרז''ל צו דין תורה האבען זיי ג'טענה'ט אין נזקקין ווייל צד מהר''א איז אריין אין קארט, אין פארשטייט זיך אז מהר''א האט אויף דעם גענטפרט אז זיי האבען דאס געטוהן מיט א היתר בי''ד וויבאלד צד מהרז''ל האט מסרב געווען נאך 3 הזמנות והתראות בי''ד, האבען זיי באקומען א היתר בי''ד צו גיין אין ערכעות, אין ווען צד מהרז''ל האט גענטפרט אז זיי גלייבן נישט אז בי''ד זאל זיך וועלן אריינמושן אין געבן פאר צד מהר''א א היתר בי''ד, האט ר' ישראל דוד מציע געווען פאר ביידע צדדים מען זאל זיך פאראייניגען אין ווייזען די היתר בי''ד פאר איינעם וואס ביידע וועלן געטרויען, ביידע צדדים האבען דעמאלטס געזאגט אז זיי וועלן געטרויען ווינער רב וועלכע האט אייביג געהייסן זייער נייטראל אין די מחלוקה, אין אויב ער וועט באשטעטיגן די היתר וועלן זיי נישט טענה'ן מער אין נזקקין, פארשטייט זיך אז צד מהר''א איז גלייך אריבער געלאפען צום ווינער רב צו צייגען דעם היתר בי''ד פין מער ווי 4 פראמינענטע רבנים, ווינער רב האט דאס שפעטער באשטעטיגט פאר צד מהרז''ל, ליתר שאת האט מען די היתר אויך געוויזן פאר ר' ישראל דוד פאר די אנדערע רבנים וואס האבען געארבעט מיט אים, אויף דעם ארויף האט שאול פערלשטיין געזאגט אז ווינער רב האט אים קלאר געזאגט אז ער האט נישט די היתר אין ער גיבט נישט די היתר, דאס פארציילט ער אבער נישט אז ווינער זאגט פאר יעדן אז ער האט 'געזעהן' דעם היתר פין די רבנים אין עס איז אויסגעהאלטן לפנים משורת הדין.


צום צווייטען חלק וואס די ערווענסט אז צד מהר''א דארף מסכים זיין אריינצולייגן אין די תביעה אויך קרית יואל, איז אויך א געוואלדיגע פלא,


קודם כל לפי ידעתי האבען זיי לעצטנס געלאזט וויסן אז זיי זענען גרייט דערויף לפנים משוה''ד, והשנית מיט וואס פאר א רעכט קען דעם נתבע פארלאנגען פונעם תובע וואס דער דיון זאל זיין? האט איר שוין אמאל געהערט אזא מין דערהער אז ראובן רופט שמעון צו די''ת, זאגט אים שמעון איך בין נאר גרייט אז די לייגטס אויך אריין אינעם דיון דיין הויז פין א צווייטע שטאט, פארוואס פאר ווי פאר ווען? ממה נפשך האט דען צד מהרז''ל א תביעה אויך קרית יואל פארוואס שיקען זיי נישט קיין הזמנה? צד מהר''א האט דאך שוין עטליכע מאל קלארגעשטעלט אז אויב שיקט מען זיי א הזמנה זענען זיי גלייך גרייט צו גיין צו דין תורה, אין אויב איז נישטו קיין תביעה וואס הייסט דעמאלטס אז מען דארף דאס אריינשטעלן אינעם דיון? אין ווי קען עס אפילו אריינקומען אינעם דיון, וואס האט די בעלות פין קרית יואלע בנינים צו בערל פרידמאן איז ראש הקהל צו יענקל כהנא איז ראש הקהל? קרית יואל איז א זעלבסשטענדיגע קהילה, אין וויבאלד די תובע איז נאר תובע איבער ווער איז ראש הקהל אין וומ''ס איז נישטו קיין נארמאלע סיבה ווי קרית יואל זאל קענען אריינקומען אינעם דיון לפענ''ד


אז מען רעדט שוין וויל איך פארשטיין, אויב צד מהרז''ל ווייטוגט אזוי שטארק אויף דאס ענין פין ערכעות טראץ וואס צד מהר''א האט א היתר בי''ד, טראץ וואס וואס השמטה מדין תורה ווייטוגט זיי נישט, דאן פארוואס ביים בית החיים זענען זיי אזוי גרינג אריין אין ערכעות ניטעמאל פראבירט צו שיקן א הזמנה, אפילו פין א פרעמדע בית דין?

outspoken » 21/7/2011 23:00

ראדני-קינג
שיין אראפגעלייגט די ערשטע חלק (און איך האלט אינטער די קולסין ווי דיר לגבי דעת הברך משה ז''ל) אבער נקוט זה בידך ''מענטשען זענען נישט קיין עבדים כנענים וואס מ'ירשנט" (רוב קהילת ישראל לעצטענס האבן זיך צוטיילט (שלא בערכאות).
דיין צווייטע חלק איז אינגאנצען נישט צופארשטיין, מיין מאמע האט מיר געזאגט אז מ'גייט נאך די נתבע. און זיי האבן געוואלט גיין צו 3 בתי דינים.

דיןתורה
ווינער רב'ס לעדעל איז אן אויסדרוק אויף די לעכערליקייט פון א היתר וואס די אנדערע זייט טאר נישט זען, און וויענער רב שרייבט גארנישט, אז ער האט דאס געזען און ס'אויסגעהלטען להלכה, און אויף דעם זאגט מען אז די טענה פון ''אין נזקקין'' איז נישט קיין טענה.

הדומ''ץ ממאנטריאל שליט''א האט אויסגעארבעט א פלאן, אז מ'זאל דן זיין אויף אלע נכסי סאטמאר ביי א בי''ד של חמש, און ביידע האבן מסכים געווען, למעשה האט צד מרז''ל אינטערגעשריבען  און צד מהר''א נישט.

סך הכל ס'איז א קאץ און מויז געים און. קהלת סאטמאר משופלת עד שאול תחתיה מיטן זיצן אין ערכאות...

outspoken » 21/7/2011 23:02

ברכות שמים מעל יחולו על ראש הרה"ג עומד לנס עמו כש"ת מוהר"ר גרשון שטעמער שליט"א יו"ר הנהלת עדה החרדית בעיה"ק ירושלים תובב"א

אחדשכ"ה כראוי וכיאות לגברא רבה דכותי'

הן נודעתי ע"י ידידי הרבני הנגיד מוהר"ר ני"ו מפה מאנטרעאל שמעכ"ת משתדל בכל עוז להשקיט הריב שנתהוה במחנינו ולמנוע חילול ש"ש נורא ע"י הליכה לערכאות של עכו"ם

ונפשו איותה לדעת מהפעילות וההשתדלות שנעשו כבר בנידון לדעת את המעשה אשר יעשה, אשרי לו ואשרי חלקו שיזכה לקדש שם שמים ברבים ולהחזיר השלום על מכונו,

 באתי בזה בקוצר אמרים לבאר השתלשלות הדברים מהשתדלות שנעשו עד הנה, עד כמה שנוגע להענין,

בשלהי חודש אלול העעל"ט אחרי כלות יותר משנה תמימה שהגישו תבועות למשפט בערכאות של עכו"ם נגד קהלתינו הק' בברוקלין, ולדאבונינו כבוד שמו יתברך מתחלל באופן נורא ואיום נכנסתי בעובי הקורה והתקשרתי עם ראשי הקהלות משני הצדדים להביא הענין לפני בי"ד של ישראל ולהשכין שלום ושלוה במחנינו,

בעזרתו ית' עלה בידינו אחרי דו"ד ארוך משני הצדדים באנו לעמק השוה והסכימו שניהם לסדר טענותיהם לפני בי"ד של זבל"א וזבל"א מדייני הקהלה, והם יבררו להם שליש,

מפני דרכי שלום ולמנוע מכשולות בעתיד, הצענו לפניהם שגם הגאוה"צ רבני הקהלות יחתימו שט"ב, וגם ידיינו הבי"ד על כל נכסי הקהלות והמוסדות ונכסי ציבור בברוקליו ובקרית יואל, כדי להיות בטוח שבזה יסתיימו כל הסיכסוכים ודיונים,

כששהיתי בנוי יארק בימי הסליחות פגשתי עם הגה"צ אב"ד דק' בוומ"ס והסכים לכל הנ"ל וגם פגשתי עם ראה"ק דברוקלין והסכימו לכל הנ"ל, ובקשו ממנו ראה"ק בברוקלין  שעד שיצא הפס"ד לא יקראו התובעים בשם קהל יטב לב דברוקלין, והתקשרתי עם ראה"ק דקרית יואל והודעתי להם על ההסכמתם של ראה"ק דברוקלין להתייצב לדין כנ"ל, וגם הם אמרו לי שהמה מקבלים עליהם להתייצב לדין עם התנאים הנ"ל, אולם הם רוצים דוקא בי"ד של חמש דהיינו שני דיינים לכל צד והם יבררו להם שליש,

אחרי שהבטיחו לי שני הצדדים שהם מסכימים להתייצב לדין בתנאים הנ"ל, הצעתי לפניהם שטר הסכם עם התנאים שנדברו בינינו שיחתימו שני הצדדים ושלחתי לפניהם, קבלתי תשובתם של ראה"ק בברוקליו בכתב שאכן מסכימים לכל, לעומת זאת קבלתי כמה מכתבים אריכת דברים מראה"ק בקרית יואל שהשתמטו עצמם מלחתום עליו באמתלאות שונות, למרות שכבר הבטיחו לי שמקבלים על עצמם להתייצב לדין באופנים.. כנ"ל ולמשוך ידיהם מערכאות של עכו"ם, ומאז ועד עתה קבלתי כמה מכתבים ודברתי עם כמה מראשי הקהלה שלהם שעות אריכות ואחר כמה הפצרות ובקשות,... אבל לעת עתה עדיין לא קבלתי שום הסכמה בכתב שיקבלו עליהם אפילו אחד מהתנאים הנדרשים ולהפסיק התביעות בערכאות,

וכעין הדברים האלה סיפר לי הרה"ג אב"ד וויזניץ מאנסי שליט"א  שגם הוא ניסה להשפיע עליהם להסכים להתנאים הנדרשים שיסתדר הענין בבי"ד ועדיין לא הצליח לקבלם,

מכל מקום עדיין לא אבדה תקותי וכ"ש שמעכ"ת גברא רבה דמרא סייעא ליה זה הרבה שנין לטוב, תחזקנה ידי מעכ"ת שליט"א ומי יותן והיה שנזכה למנוע חילול ש"ש ושנאת חנם ולרומם ולקדש שמו יתברך והעושה שלום במרומיו הוא יפרוס סוכת שלומו עלינו ועל כל ישראל ובזכות זה נזכה לאור חדש על ציון יאיר  בביגוא"צ בב"א

הכ"ד מוקירו ומכבדו דושה"ט ומצפה לישועת ה' בקרוב

הק' משה מנחם טירנוער


דיןתורה » 21/7/2011 23:20

outspoken כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

ברכות שמים מעל יחולו על ראש הרה"ג עומד לנס עמו כש"ת מוהר"ר גרשון שטעמער שליט"א יו"ר הנהלת עדה החרדית בעיה"ק ירושלים תובב"א

אחדשכ"ה כראוי וכיאות לגברא רבה דכותי'

הן נודעתי ע"י ידידי הרבני הנגיד מוהר"ר ני"ו מפה מאנטרעאל שמעכ"ת משתדל בכל עוז להשקיט הריב שנתהוה במחנינו ולמנוע חילול ש"ש נורא ע"י הליכה לערכאות של עכו"ם

ונפשו איותה לדעת מהפעילות וההשתדלות שנעשו כבר בנידון לדעת את המעשה אשר יעשה, אשרי לו ואשרי חלקו שיזכה לקדש שם שמים ברבים ולהחזיר השלום על מכונו,

 באתי בזה בקוצר אמרים לבאר השתלשלות הדברים מהשתדלות שנעשו עד הנה, עד כמה שנוגע להענין,

בשלהי חודש אלול העעל"ט אחרי כלות יותר משנה תמימה שהגישו תבועות למשפט בערכאות של עכו"ם נגד קהלתינו הק' בברוקלין, ולדאבונינו כבוד שמו יתברך מתחלל באופן נורא ואיום נכנסתי בעובי הקורה והתקשרתי עם ראשי הקהלות משני הצדדים להביא הענין לפני בי"ד של ישראל ולהשכין שלום ושלוה במחנינו,

בעזרתו ית' עלה בידינו אחרי דו"ד ארוך משני הצדדים באנו לעמק השוה והסכימו שניהם לסדר טענותיהם לפני בי"ד של זבל"א וזבל"א מדייני הקהלה, והם יבררו להם שליש,

מפני דרכי שלום ולמנוע מכשולות בעתיד, הצענו לפניהם שגם הגאוה"צ רבני הקהלות יחתימו שט"ב, וגם ידיינו הבי"ד על כל נכסי הקהלות והמוסדות ונכסי ציבור בברוקליו ובקרית יואל, כדי להיות בטוח שבזה יסתיימו כל הסיכסוכים ודיונים,

כששהיתי בנוי יארק בימי הסליחות פגשתי עם הגה"צ אב"ד דק' בוומ"ס והסכים לכל הנ"ל וגם פגשתי עם ראה"ק דברוקלין והסכימו לכל הנ"ל, ובקשו ממנו ראה"ק בברוקלין  שעד שיצא הפס"ד לא יקראו התובעים בשם קהל יטב לב דברוקלין, והתקשרתי עם ראה"ק דקרית יואל והודעתי להם על ההסכמתם של ראה"ק דברוקלין להתייצב לדין כנ"ל, וגם הם אמרו לי שהמה מקבלים עליהם להתייצב לדין עם התנאים הנ"ל, אולם הם רוצים דוקא בי"ד של חמש דהיינו שני דיינים לכל צד והם יבררו להם שליש,

אחרי שהבטיחו לי שני הצדדים שהם מסכימים להתייצב לדין בתנאים הנ"ל, הצעתי לפניהם שטר הסכם עם התנאים שנדברו בינינו שיחתימו שני הצדדים ושלחתי לפניהם, קבלתי תשובתם של ראה"ק בברוקליו בכתב שאכן מסכימים לכל, לעומת זאת קבלתי כמה מכתבים אריכת דברים מראה"ק בקרית יואל שהשתמטו עצמם מלחתום עליו באמתלאות שונות, למרות שכבר הבטיחו לי שמקבלים על עצמם להתייצב לדין באופנים.. כנ"ל ולמשוך ידיהם מערכאות של עכו"ם, ומאז ועד עתה קבלתי כמה מכתבים ודברתי עם כמה מראשי הקהלה שלהם שעות אריכות ואחר כמה הפצרות ובקשות,... אבל לעת עתה עדיין לא קבלתי שום הסכמה בכתב שיקבלו עליהם אפילו אחד מהתנאים הנדרשים ולהפסיק התביעות בערכאות,

וכעין הדברים האלה סיפר לי הרה"ג אב"ד וויזניץ מאנסי שליט"א  שגם הוא ניסה להשפיע עליהם להסכים להתנאים הנדרשים שיסתדר הענין בבי"ד ועדיין לא הצליח לקבלם,

מכל מקום עדיין לא אבדה תקותי וכ"ש שמעכ"ת גברא רבה דמרא סייעא ליה זה הרבה שנין לטוב, תחזקנה ידי מעכ"ת שליט"א ומי יותן והיה שנזכה למנוע חילול ש"ש ושנאת חנם ולרומם ולקדש שמו יתברך והעושה שלום במרומיו הוא יפרוס סוכת שלומו עלינו ועל כל ישראל ובזכות זה נזכה לאור חדש על ציון יאיר  בביגוא"צ בב"א

הכ"ד מוקירו ומכבדו דושה"ט ומצפה לישועת ה' בקרוב

הק' משה מנחם טירנוער




די פרעגסט מיך אפ פין טעקס פין א געטייפטע בריוו בשם איינעס פין ראדיקאלסטע דיינים פין צד מהרז''ל? פין ווי האסטו די טעקסט פין א בריוו וואס ער זאל האבען אליין געשריבן? ווי איז די אריגענעלע בריוו? פארוואס האט עס קיינער נישט געזעהן ביז היינט? איך וויל דיך נישט חושד זיין אבער די בריוו קוקט אויס צו זיי נישט אמת.



אין וויאזוי קען זיין אז ער האט זיך האט דורכגערעדט מיט די ראה''ק פין צד מהרז''ל אין וומ''ס אין צד מהר''א קרית יואל אין די עיקר תובע וואס איז צד מהר''א אין וומ''ס האט ער אפילו נישט גערעדט?


נאך מער, לויט וויפיל איך ווייס האט צד מהר''א קיינמאל נישט מוותר געווען פין זיך רופן קהל יטב לב ביזן פסק.


והעיקר די דערמאנסט דארט וויזניץ מאנסיער רב וואס לויט וויפיל איך ווייס, האט ער די זעלבע ווערסיע ווי ר' ישראל דוד הארפענעס אין הרב שווייד


די האלטס טאקע אז צד מהר''א איז נישט גרייט צו גיין צו די''ת? וואס קענען זיי דערלייגן? זיי האבען דאך גארנישט פין נכסי וויליאמסבורג חוץ די בית החיים, אין פארוואס האבען זיי געשיקט א הזמנה?

דיןתורה » 21/7/2011 23:26

outspoken כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ראדני-קינג
שיין אראפגעלייגט די ערשטע חלק (און איך האלט אינטער די קולסין ווי דיר לגבי דעת הברך משה ז''ל) אבער נקוט זה בידך ''מענטשען זענען נישט קיין עבדים כנענים וואס מ'ירשנט" (רוב קהילת ישראל לעצטענס האבן זיך צוטיילט (שלא בערכאות).
דיין צווייטע חלק איז אינגאנצען נישט צופארשטיין, מיין מאמע האט מיר געזאגט אז מ'גייט נאך די נתבע. און זיי האבן געוואלט גיין צו 3 בתי דינים.

דיןתורה
ווינער רב'ס לעדעל איז אן אויסדרוק אויף די לעכערליקייט פון א היתר וואס די אנדערע זייט טאר נישט זען, און וויענער רב שרייבט גארנישט, אז ער האט דאס געזען און ס'אויסגעהלטען להלכה, און אויף דעם זאגט מען אז די טענה פון ''אין נזקקין'' איז נישט קיין טענה.

הדומ''ץ ממאנטריאל שליט''א האט אויסגעארבעט א פלאן, אז מ'זאל דן זיין אויף אלע נכסי סאטמאר ביי א בי''ד של חמש, און ביידע האבן מסכים געווען, למעשה האט צד מרז''ל אינטערגעשריבען  און צד מהר''א נישט.

סך הכל ס'איז א קאץ און מויז געים און. קהלת סאטמאר משופלת עד שאול תחתיה מיטן זיצן אין ערכאות...


לעכערליכע היתר? פארוואס? זיי זאגען דאך א סיבה פארוואס זיי קענען נישט ווייזן די היתר פאר יעדן? אין וועגן דעם האט מען דאך מסכים געווען צו ווייזען פאר ווינער רב, וואס זאגט פאר יעדן אז ער האט עס געזעהן, האלטס אז צד מהר''א וואלט ווען געדארפט טרעפן אזא קלינגעדיגע ליצנות תירוץ ווי תהליכי הקהילה?


דיין צווייטע האלב פין דומ''ץ מאנטיראל איז מופרך מעיקרא ווי איך האב שוין געשריבן א תגובה ארויפציר


בנוגע דיין תשובה פאר ראדני קינג, בין איך גענצליך מחולק אבער איך וועל לאזען ראדני קינג זאל דיך ענטפרן

outspoken » 22/7/2011 01:09

דיןתורה
איך וועל פורבירען צו ענטפערן בקיצור(מ'פארט שוין ארויף כאפן פרישע לופט)

די פרעגסט מיך אפ פין טעקס פין א געטייפטע בריוו בשם איינעס פין ראדיקאלסטע דיינים פין צד מהרז''ל? פין ווי האסטו די טעקסט פין א בריוו וואס ער זאל האבען אליין געשריבן? ווי איז די אריגענעלע בריוו? פארוואס האט עס קיינער נישט געזעהן ביז היינט? איך וויל דיך נישט חושד זיין אבער די בריוו קוקט אויס צו זיי נישט אמת.

איך האב עס גענומען פון דא (איך האב נישט געזען דא ארגינעלער כתב יד)


אין וויאזוי קען זיין אז ער האט זיך האט דורכגערעדט מיט די ראה''ק פין צד מהרז''ל אין וומ''ס אין צד מהר''א קרית יואל אין די עיקר תובע וואס איז צד מהר''א אין וומ''ס האט ער אפילו נישט גערעדט?

ליין גוט די בריוו ער שרייבט צווי זאכען
 1 והתקשרתי עם ראשי הקהלות משני הצדדים להביא הענין לפני בי"ד של ישראל ולהשכין שלום ושלוה במחנינו,
רעדט ער פון ר'בערל פריעדמאן און ר'יענקל כהנא
2 והתקשרתי עם ראה"ק דקרית יואל והודעתי להם על ההסכמתם של ראה"ק דברוקלין להתייצב לדין כנ"ל, וגם הם אמרו לי שהמה מקבלים עליהם להתייצב לדין עם התנאים הנ"ל
 רעדט ער פון  ר'יענקל כהנא און ר'אברהם ווידער.
(אבל הקשיא במקומו עומד, לויט די בריוו האבן וויליאמסבורגער ביידע ראשי קהלה מסכים געווען בזבל''א אן קיין תנאי,   נאר מפני דרכי שלום ולמנוע מכשולות בעתיד האט ער געוואלט אריין מישען קר''י, און אז קר''י וויל נישט, קענען נאך די ברוקלין ראשי קהלות גיין צו א בי''ד בזבלא? חוץ אז מזאל זאגען אז ער איז א שוואכע שרייבער.. )


נאך מער, לויט וויפיל איך ווייס האט צד מהר''א קיינמאל נישט מוותר געווען פין זיך רופן קהל יטב לב ביזן פסק.
מחלוקות דיןתורה ודומ''ץ מאנטריאל שליט''א

והעיקר די דערמאנסט דארט וויזניץ מאנסיער רב וואס לויט וויפיל איך ווייס, האט ער די זעלבע ווערסיע ווי ר' ישראל דוד הארפענעס אין הרב שווייד
כנ''ל
 
די האלטס טאקע אז צד מהר''א איז נישט גרייט צו גיין צו די''ת? וואס קענען זיי דערלייגן? זיי האבען דאך גארנישט פין נכסי וויליאמסבורג חוץ די בית החיים, אין פארוואס האבען זיי געשיקט א הזמנה?
מרעדט פון 11 יאר צירוק ווען די ברך משה האט געלעבט, און יעדע היימישע בי''ד וואלט געזאגט אז ער איז בעל בית, און ער קען ארויסוואפען וועם ער וויל, אבער ביי די קארט איז עס א קאפערעשען וואס די פרעזידענט האט א כח, נישט די רבי וואס איז אן ארבייטער (למעשה האט די קארט נישט געוואלט נעמען א שטעלונג און האט דאס געלאזט 'סטעטוס קווא') האבן זיי געשיקט אן הזמנה פון נישט קיין היימישע בי''ד וואס פארשטייט נישט די תהליכי הקהילה, און אפשר וואלטן זיי געפסקנט אז די רבי איז אן איינגעשטעלטער און די ראשי הקהילה זענען די בעלי בתים.

לעכערליכע היתר? פארוואס? זיי זאגען דאך א סיבה פארוואס זיי קענען נישט ווייזן די היתר פאר יעדן? אין וועגן דעם האט מען דאך מסכים געווען צו ווייזען פאר ווינער רב, וואס זאגט פאר יעדן אז ער האט עס געזעהן, האלטס אז צד מהר''א וואלט ווען געדארפט טרעפן אזא קלינגעדיגע ליצנות תירוץ ווי תהליכי הקהילה?
זאל ער שרייבען א בריוו, יעדער זאגט דאך נאך פון אים אן אנדערע זאך (חוץ אז די אליין האסט אים געפרעגט איז אן אנדערע זאך)

בנוגע דיין תשובה פאר ראדני קינג, בין איך גענצליך מחולק אבער איך וועל לאזען ראדני קינג זאל דיך ענטפרן
אדרבא, ער האט א שיינע סטייל פון שרייבען


outspoken » 22/7/2011 01:20

והעיקר שכחתי, אז נאך 11 יאר זיצט מען נעבך נאך אין ערכאות ר''ל

דיןתורה » 22/7/2011 01:37

זיי נישט ברוגז איך זעה נישט מיט וואס די האסט מיך אפגענטפרט, דאס אז דיין קוואל פאר דעם בריוו קומט בלויז פין היידפארק נעמט עס אוועק יעדע שטיק נאמנות נאכדערצו אז עס האט די אלע סתירות ווי ערווענט


איך וואלט נישט פארשטאנען דיינע דיקום אינעם בריוו אז ער האט גערעדט מיט בערל פרידמאן, ווייל ווען ער רעדט פין צד מהר''א בפרטיות מיט וועם ער האט געהאנדעלט רעדט ער בלויז פין קרית יואל, 


אין נאכמאל די ''תובעים'' פין צד מהר''א האבען קיינמאל נישט מוותר געווען פין זיך רופן קהל יטב לב (קען זיין אז ווען מען וועט האלטן נאר דארט וועלן זיי מסכים זיין אבער לע''ע נישט), אין פרעג מיך נישט אפ פין א בריוו ווי א דיין פין צד מהרז''ל זאל שרייבן אנדערש נאכדערצו ווען די גאנצע בריוו קומט פין צד מהרז''ל'ס פארום


אין איך ווייס נישט ווי עס פאסט דיך איבערצוזאגען די ליצנות'דיגע געדאנק תהליכי הקהילה, פארוואס קען נישט יעדע בעל דין זאגען פאר זיין תובע איך האב נישט קיין תורה איך האב התליכי הביזנעס? איך ווייל מיינע ארבייטער זאלען זיין די דיינים! נאכמער האט דען צד מהר''א נישט פארגעשלאען היימישע בתי דינים? האבען זיי נישט פארגעשלאגען היימישע בוררים?


אין פארוואס זאל ווינער רב דארפן שרייבן א בריוו, וואס וואלט אים אטאמאטיש אריינגעדרייט אלס א חלק פין די סוכסוך, אדרבה לשיטתך אז ר' ישראל דוד זאגט ליגענט אין ער האט דעם היתר נישט געזעהן, היתכן ער לאזט ארומגיין זאגען ליגענט אין זיין נאמען? לשיטתך וואלט ער געדארפט ארויסגעבן א בריוו מכחיש צו זיין, די האלטס טאקע אז צד מהר''א האט נישט געקענט באקומען א היתר בי''ד צו גיין אין ערכעות ווען צד מהרז''ל האט קלאר מסרב געווען?

דיןתורה » 22/7/2011 01:47

outspoken כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
והעיקר שכחתי, אז נאך 11 יאר זיצט מען נעבך נאך אין ערכאות ר''ל


דא איז טאקע א געוועלדיג ווייטוג, די ווייטוג איז אבער נישט בלויז אין וויליאמסבורג, די ווייטוג איז אויך אין קרית יואל אדער די אנדערע פעלער ווי צד מהרז''ל קלאגט צד מהר''א אן קיין האלבע היתר בית דין אפילו אין אוודאי אן קיין הזמנה,


די ווייטוג איז יעדע איד וואס גייט אין ערכעות אדער מסירה, די חילול השם איז זייער גרויס

ראדני_קינג » 22/7/2011 03:41

געווען אמאל א איד, ראובן, וואס האט געבארגט פארן שכן, שמעון, א האמער,

מארגן קומט ראובן, און פארלאנגט צוריק דעם האמער פון שמעון'ען,

זאגט שמעון, דו ווילסט א האמער?! וועלכער האמער?

וואס הייסט וועלכער האמער?! די וועפסט?! דאס וואס איך האב פון דיר ממש נעכטן געבארגט,

שריי נישט אזוי, זאגט שמעון, בארואיג דיך, איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז איך האב נישט געבארגט קיין האמער, דו ביסט דאך דער וואס פארלאנגט פון מיר עפעס, נו דארף מען דאך דא זעהן צו ס'קומט זיך דיר, איך זאג נישט אז נישט,

ראובן ווערט נערוועז, און פארפירט: וואס איז דא צו זעהן?! מאך נישט קיין שטיקעס, אהער מיטן האמער!

ענטפערט שמעון, אפשר קען מען פארהאנדלען?!

וואס פארהאנדלען ווען פארהאנדלען? דו באנדיט!

אוואדי פארהאנדלען! שרייט שמעון, אז די פארלאנגסט א האמער, פארלאנג איך א זעג!

רבונו דעלמא כולם! ווי ביסטו א מחותן מיט מיין זעג?! האסטע געהערט אזאנס!!

האלט פאר שמעון, ראובן'ען, און פרעגט: איך פארשטיי דיך נישט ראובן מיין פריינד, דו זעסט דאך אז יעצט האב איך די האמער און דו די זעג, יעדער האט עפעס, ס'איז שוין סייווי אוזי, פארוואס ביסטו אזא חזיר אז די דארפסט אלעס! נקוט האי כללא בידך: א מענטש וואס דארף אלעס באקומט גארנישט, איזהו עשיר השמח בחלקו,

שמעון זעהט מיט וועם ער האט דא צו טאן, זאגט ער: איך לויף צום דיין, דיך מזמין זיין לדין! און געזונטערהייט, אויב דו האלטסט אז ס'קומט זיך דיר מיין זעג, זאג עס געזונטערהייט פארן דיין,

ווי לויפסטו? קום צוריק, זאגט שמעון, אפשר קען מען אויסארבעטן אשטיקל פלאן, איך קען גראדע זייער א גוט פראפעשאנעל קאנסאלטענט, מיין גוטער חבר, ער איז אביסל טייער, אבער ער איז ווערד יעדע פעני, ער האט שוין אויסגעגליכן זייער אסאך פארפלאנטערטע סיכסוכים, מיט גרויס געניטשאפט,

די מאפיאנער! וואס איז אזוי פארפלאנטערט פון צוריקגעבן א האמער וואס דו האסט נעכטן געבארגט!

איך זעה שוין, זאגט ראובן מיואש'דיג, איך בין דא אריינגעפאלן מיט א רעפאנירטער באנדיט! א מאפיאנער! און א גנב!


הנמשל:

דא בעהט זיך א קהלה א פשוט'ע פארלאנג, קום צו א נארמאלע דרויסענדיגע  בי"ד, אזוי ווי אלע אידישע קינדער און די וועלט, ווי באבוב, קראסנא, וויזניץ, תו"א, וכדומה, וואס איז אזוי קאמפליצירט פון אזא זאך? א איד בעט זיך קום צו די"ת,

וואס איז דער ענטפער, מ'שפילט תם, מ'קען דאך נישט גיין צו א ליטווישע בי"ד,

מסכים, לאמיר גיין צו א היימישע בי"ד,

שפילט מען ווייטער תם, ניין סתם א היימשע בי"ד איז נישט גענוג, ס'מוז דוקא זיין א סאטמארע בי"ד, און נישט נאר א סאטמארע, נאר הייסע זאליס, ווי ר' יצחק מאנדל און ריח"מ פר"מ, און מ'זאגט נאך מיט א בלעכענעם פנים אז דאס מיינט גאר "תובע הולך אחר הנתבע"

רח"ל! געהעריג לצנות געמאכט פון תורתינו הק'

ביני לביני, נעמט מען זיך ברעטשען, "מ'רופט די רבי צו די"ת", וכו' וכו'

נאך א יאר ווי יעדער רעכטדענקיגער מענטש זעהט קלאר אן קיין שום צווייפל אז די באנדיטן האבן קיין שום פלאן זיך צו שטעלן צו די"ת, גייט מען ממש בלית ברירה ע"פ הוראות הרבנים, צו קארט, און מ'זאגט קלאר פארן קארט אז אונזער ענדגילטיגער ציל איז צו צווינגען זיי צו קומען צו די"ת,

הייבט מען אן צו פארפירן מיט פארגלייזטע אויגן, "ערכאות", "ווי איז די היתר", "אין נזקקין",

א אומפארשעמטע העזה שאין כמוה! די זעלבע עלמענטן וואס האבן געהעריג לצנות געמאכט פון די"ת, האבן נאך די חוצפה צו פארלאנגען "ווי איז די היתר"

נאך צוויי יאר אויסזויגן דעם דם התמצית, וועקט מען זיך אויף, איך וויל קרית יואל! און מען שפאנט איין ר' משה מנחם, אז מ'גייט "אויסארבעטן א שלום פלאן",

די באנדיט! די אויסווארף!, וואס פלאן ווען פלאן, וואס מאכסטו עס מער קאמפליצירט ווי עס איז, וואס ברעגסטו אן די צייט פון אזא טייערע איד ווי הר"ר משה מנחם, מ'דארף נישט קיין שום פלאן נישט, מ'דארף נישט קיין שום אויגעארבעטאכטס, בלויז איין זאך דארף מען "קום צו די"ת", אזוי ווי יעדעס אינגעלע חדר ווייסט פאר א פשוט'ער זאך, אויב די האלטס אז קר"י געהער פאר דיר, טענה עס געזונטערהייט פארן בי"ד, אבער קום צו די"ת


צום שלוס:

איך זעה באמת נישט וואס איז דא נאך זיך צו טענה'ן, ביי מיר איז די זאך קלאר ווי דער טאג, פון מיין זייט אז דער חלק השקלא וטרי' געשלאסן, אויב איינער וויל האבן די לעצטע ווארט געזונטערהייט,

איך האף יעצט זיך צו נעמען איבער מיין צווייטן שלב וואס איך האב געצילט דהיינו אויסשמועסן א וועג פון ענדיגן די מלחמות און מחלוקת למען השלום ולמען דורותינו, טראץ דער שורת הדין איז אינגאנצן מיט חסידי מהר"א בלי שום פוקפוק,


תוקן על ידי ראדני_קינג ב- 22/07/2011 03:59:11



תוקן על ידי ראדני_קינג ב- 22/07/2011 04:04:20

היראים » 22/7/2011 19:48

ראדני קינג! א מעדאל
האסט עס גיט אויסגעברענגט די טרוקענע מציאות, סיי די תגובה סיי דיין פריעדיגע תגובה אין דעם אשכול
אזא פנים טראגען די מסרבים

ראדני_קינג » 22/7/2011 20:26

איך בין איבערגעשלאפן מיין נעכטיגער תגובה און איך שפיר אז איך האב פארגעסן צו אויספירן א קריטיש וויכטיגער פאנטשליין,

ביטע נאכקוקן און סיי וועלכען ענגלישע דיקשענערי דער באדייט פונעם ווארט SHAM, אויך די ווארט HOAX

יעצט די פאנטשליין:

נאכן זעהן די היסטאריע וויזוי די זאליס האבן געטאן אלע פסלנות'דיגע דריידליך, וואס דער איינציגער ציל איז נאר געווען "זיך צו משתמט זיין פון דין תורה", ס'איז קיין ספק אז די אלע תנאים און פארלאנגען וואס צד מהרז"ל האט פארלאנגט, ווי למשל קרית יואל, אדער אז מ'טאר זיך נישט רופן קהל יטב לב, מ'דארף אביסעלע טינט, וכדומה, דאס איז אלעס געווען א אויסגערעכנטע בלאפערישע אנשטעל, צו שפילן געימס, און זייער באהאלטענע ענדגילטיגער ציל איז נאר געווען, צו טאן אלעס אין די וועלט אז ס'זאל קיינמאל נישט אנקומען צו קיין דין תורה, און זאל נאר אנקומען אין געריכט, איך בין דעם נישט מסופק קיין כי הוא זה,

איז דען דא איין הוה אמינא בעולם צו קלערן אז דער גאנצער א"ג ר' משה מנחם "פלאן" איז נישט מער ווי געווען א SHAM, און א HOAX,

וואס פלאן ווען פלאן? וואס שלעפסטו דא אריין ר' משה מנחם טירנוער מיט ר' ישראל האגער? אפשר זאל מען אראפשלעפן להבדיל מעיאר בלומבערג און אבאמא,

וואס שפילסטו תם? וואס מאכסטו עס מער קאמפליצירט ווי עס איז?

"קום צו דין תורה", פינטל, 

קום צו די זעלבע סארט בי"ד ווי אלע פאראטנווארטליכע ערליכע אידישע קהלות גייען ווען זיי האבן קהלה סיכסוכים, אזוי ווי סאטמאר בארא פארק, וכדומה, און לייג דארטן פאר אלע טענות ומענות,

הדבר פשוט מאוד,


תוקן על ידי ראדני_קינג ב- 22/07/2011 21:00:48

Why Can't We All Just Get Along?

הטוב_שמך » 23/7/2011 00:00

נאך די אלע שיינע (?) דרשות, האלט איך זיך נאך אלץ ביי מיינס. דאס אלעס איז שנאת חנם, און קיינער האט נישט קיין רעכט פיינט צו האבן א צווייטן. מ'דארף זיך אפשר נישט חבר'ן, און אפשר מוחה זיין אדער מוסר זאגן אויב עס וועט העלפן (כשם שמצוה לומר וכו'), אבער נישט פיינט האבן.

ווען 2 פרעמדע אידן העטן געגאנגען צו ערכאות ה"י, וואלט עס אונז אינטערעסירט אין די לינקע פאה. מיר האבן בעסערע דאגות ווי זיך זארגן דערויף, ווייל כבוד שמים איז גאנץ אונטן אויף אונזער גרויסע ליסטע. אבער אז דער נאר איז מיינער, ס'איז "מיינע" בנינים, "מיין" רבי, "מיין" כבוד, אה, דאן פלוצים איז מען מוחה אויף כבוד שמים, עס באדערט זייער שטארק די ערכאות.... נאכאמאל: וועמען ווילט איר איינרעדן? מיר זענען דאך אלע א נוגע בדבר!!

רבותי, טייערע אידישע קינדער, ידידי היקרים. עפנט אויף אייער אויגן און קוקט ארום. מיר זענען דאך אין אזא נידריגע מצב. דאס וואס השי"ת באקלאגט זיך "על כבוד בו"ד מחיתם על כבודי לא מחיתם" מיינט נישט מן השפה ולחוץ, השי"ת האט געצערנט פארוואס עס טוט נישט באמת וויי, רביה"ק וועלכע האט באמת געבלוטיגט פאר כבוד שמים, עס האט אים וויי געטאן, ריתחא דאורייתא, נישט קיין אייגענע נגיעות, ער האט געדארפט מוחה זיין, אבער מיר האלטן דאך נישט דערביי! עס טוט אונז נישט וויי! סתם שרייען צוליב אייגענע כבוד און שרייען כבוד שמים איז לפענ"ד ערגער ווי בכלל נישט מוחה זיין, ווייל אזוי כאטשיג ביסטו אמת'דיג מיט דיינע מעשים, בסתר כבגלוי, אבער לעבן אין אזא עולם השקר, מיינען זיך אינגאנצן און נוצן דעם אויבערשטנ'ס תורה פאר אן אויסרייד צו האקן אויף יענעם? דאס איז דאך א קרדום לחפור בה! מען באנוצט זיך מיט די תורה פאר אייגענע הנאות, און נאך איסור'דיגע הנאות. לשה"ר, שפיכות דמים, מלבין פני חבירו, מען איז שוין צוגעוואוינט נאכאנאנד דאס צו הערן, אבער דאס זענען שרעקליכע עבירות!

ווען וועלן מיר תשובה טאן?