יארן ציריק זענען געווען צוויי ברידערס (שווערע עקשנים), ראשי קהלות אין צוויי באזינדערע שטעט, ויהי היום האט אויסגעבראכן א געלט מחלוקה ציווישן די צוויי, איז יעדער געלאפן צו זיין רב ארויסצונעמן א היתר הליכה לערכאות, ווייל די צווייטע איז א גבר אלים. ס'איז דורך א שטיק צייט האבן זיך די צוויי רבנים געטראפן ביי אן אסיפת הרבנים, האבן זיי מפלפל געווען ווער ס'איז די גבר אלים, האט זיך א דריטע רב אנגעריפען, ביז יעצט זענט עטס ביידע געווען גערעכט, אבער איצט לאמיר דא ווערן א בית דין מיט שווארצע לעכט און א שופר, און מיט איין קליינע בלאז וועלן זיי ביידע קומען צולויפן ווי פחדים'דיקע מייזלעך.
לענינינו נאך די צוויטע וועלט מלחמה זענען אונזערע זיידעס פון גאנץ אייראפא(אונגערן, פוילן, רוסלאנד,אויברלאנד אד''ג), געקומן קיין אמעריקע שבור ורצוץ נאכן פארלירן גאנצטע משפחות און שטעט, האבן זיי געוואלט נאכאמאל איופשטעלן דורות להשם ולתורתו, האבן זיי זיך צוגעקלעפט צום הייליגן סאטמארע רב זצוק''ל, וואס האט אויפגעשטעלט א קהילה אן קיין שייכת מיט קיין חסידות אדער גזע (נאר צוויי זאכן זיין ביהמ''ד האט ער גערופן ייטב לב און מ'האט געמאכט א סיום ביי זיין טאטע'ס יארצייט), זיין איינציגסטע ציל איז געווען נאר אופצושטעלן פרישע דורות, ערליכע אידן וואס זאלן זיך נישט אוועקרירן קיין זיז כל שהוא מתורתינו הקדושה, ווי אידן מדור הקודמים האבן געפירט.
לאחר פטירתו האבן די ראשי הקהילה אפגעמאכט, אז אזוי ווי די רבי ז''ל האט נישט איברגעלאזט קיין קינדער אדער א תלמוד וואס איז ראי' איברצונעמן זיין פלאץ, זאל מען אויפנעמען ב''א די ברך משה ז''ל פאר רב ד'קהלות סאטמאר, דריי יאר שפעטער האט ער אויפגענומען זיין זין מהר''א, ער זאל אים אריוסהעלפן מיט די קהילה אין קרית יואל, און ווי ס'האט אוסגעקוקט איז אז, ער מאכט אים די "קרוין פרינץ", אזוי איז דורך בערך 15 יאר ביז תש''ס, ווען ער האט אויפגענומען זיין אינגערע זין מהרז''ל, ער זאל אים אריוסהעלפן מיט די קהילה אין וויליאמסבורג (צו ווייל ער האט געזען אז מהר''א האט זיך צושלאגן מיט א גרויסע עולם און מיט אסאך רבנים, אדער אז משה פריעדמאן מיט זריעל האבן אים פאדרייט די קאפ איז יעצט נישט נוגע), וואס דאס האט יעדער פארשטאנען די פאקט, אז סאטמאר וועט זיך צוטיילן אין צוויי, וואס וועט באמת גוט זיין פאר ביידע, די זלונים וועלן נישט מער ליידן פון מהר''א, און די ארונים וועלן מער נישט ליידן פון מתנגדים און שונאים, און מהר''א וועט קענען פירען זיין קהילה אזוי ווי ער וויל.
האט זיך אנגעהויבן א פרשה וואס הייסט ריעל עסטעיט, דאס מיינט ווער וועט באקומען די בילדינגס וואס די קהלת סאטמר האט געקויפט, אדער חברי הקהילה האבן מנדב געווען אין משך פון פיפציג יאר, האבן די ארונים גערופען די זלונים צו דין תורה אויף די בילדינגס אין וויליאמסבורג, האבן זיי גאזאגט אז זיי זענען גרייט אונטער צו שרייבן שטרי בוררין, אויב מ'וועט דן זיין אויף אלע בילדינגס פון די קהילה בכל מקום שהם, ווי בארא פארק און קרית יואל וכדומה, למעשה האבן יעצט ביידע התירים און די קהלות סאטמר איז ליידער אין ערכאות.
שטעלט זיך יעצט א פראגע, סוף כל סוף איז סאטמאר צוטיילט אויף צוויי, און קיינער וויל נישט האבן קיין שייכות מיטן צווייטן, וואס יעדער בר דעת פארשטייט אז מ'דארף זיך צוטיילן מיט די פארמעגענס, איז דען נישט דא קיין קלוגע בעלי בתים, סוחרים, בני תורה און בילדינג שאצערס אין די קהלות, איז דען נישט דא אין כלל ישראל דיינים, לויערס וואס זאלן זיין די שליש, האט טאקע די תורה און שכל הישר דערגרייכט נאר ביז סאטמאר, רח''ל. איצט ווען די רבי'ס וועלן זיך צוטיילען זייער פריוואטע ירושות, וועלן זיי אוודאי נישט גיין לערכאות, און ווען די ראשי הקהילה האבן א פריוואטע געלט סכסוך, גייען זיי נישט לערכאות, דאן פארוואס ביי נכסי הקהילה גייט מען אין ערכאות רח''ל.
נאר די תירוץ איז גבר אלים, יעדער האט מורא אז די אנדערע פארטיי וועט אים אויסשפילן, קומט אויס אז יעדר וואס איז א חבר אין איינע פון די פארטיי, האט א חלק די גבר אלים, און ווער נאך ווי מיר תלמידי רביה''ק פארשטייען, אז אויב מ'וועלט און מאיז א חבר, איז מען ממש א חלק אין די זאך.
ממילא ווילן מיר דא בעטן יעדעם איינעם פון די ביידע קהלות, וואס אונזערע זיידעס זענען נאכגעגאנגען רביה''ק ז''ל במדבר בארץ לא זרועה (ווען סאטמאר איז געווען אפגעפרעגט ביי יעדן סיי ביי די פרייע וועלט און סיי ביי די פרומע וועלט), נישט ווייל זיי זענען געווען סיגוט'ע חסידים אדער אנדערע אינטערעסען, נאר ווייל זיי האבן זיך נישט געוואלט אוועקרירן קיין זיז כל שהוא מתורתינו הקדושה, זאלן איוסשרייען אז מיר ווילען זיך צוטיילען מיט אלע נכסי הקהילה לויט די תורה הקדושה און נישט לויט די ערכאות של עכו''ם.
(שטעלט אייך פאר ווען די צוויי רבי'ס וועלן אלט ווערען לאיו''ש, זיי וועלן שלום מאכן(ווי ווישניטץ) וועלען אינזער אייניקלעך טאנצען אויף די פארענטשעס, ''הנה מה טוב שבת אחים גם יחד'', און מיר וועלען בלייבען מיט די פלעק פון ערכאות לעולם ועד)