דער אשכול רעדט פאר זיך. ב"ה אז מיר זענען אפגעטיילט פון זיי.
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ברוך הוא אלוקינו... והבדילנו מן התועים
ברוך הוא אלוקינו... והבדילנו מן התועים
9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2901326
אומזיסט וועלכע קאלאר סאדא האסטו מער ליב?
קארופציע נייס טריי צו טעראראזירן מים חיים צו אדווערטייזן אינעם בלאט, מים חיים האלט זיך צו די הוראה פון רביה"ק בעל ברך משה
איך האב נישט געוויסט עס שטעכט נאך אלץ פאר די ארונים ווען מען אדווערטייזט אין דער איד.
סארי, אבער סאיז טאקע א נארישע עד, סהאט נישט קיין שום פשט,
עס איז ביליגע לצנות אויף משה רבינו
עס איז ביליגע לצנות אויף משה רבינו
קיינער איז נישט מחולק אז דאס איז א נארישער עד, אבער די מערכה פון די אהרונים דערקעגן איז נישט ווייל זיי פארשוינען דעם כבוד פון משה רבינו צי פון רבי'ן ז"ל. דאס איז פשוט צוליב זייערע פריוואטע פאליטישע מאטיוון.
קיינער איז נישט מחולק??? איך מיט אסאך סאטמערע אידן גלייבן אז רבהי"ק איז געווען נישט מער אין נישט ווייניגער נאר טאקע משה רבינו בימינו!
אידן געדענקן ווי ער האט עס געהייסן ארויפשטעלן ביים שלחן הטהור זיינעם,
מים חיים האט זיך דערמיט רעכט וואס גרויסצוהאלטן ביי אמת'ע סאטמערער חסידים.
אידן געדענקן ווי ער האט עס געהייסן ארויפשטעלן ביים שלחן הטהור זיינעם,
מים חיים האט זיך דערמיט רעכט וואס גרויסצוהאלטן ביי אמת'ע סאטמערער חסידים.
ביי סאטמארע מאורועות געט מען שוין יארן לאנג טאקע מים חיים סאדע, איך ווייס נישט פארוואס אבער ווער עס האט אמאל אויפגעפאסט וועט טאקע אויך וויסן צי זאגן אז אלע יארן האט מען דאס געגעבן.
גראדע האב איך שוין יא געזען ביי פיל סאטמארער מסיבות באר מים אויך, דאס האב איך שוין געהערט פון עלטערע אידן אז רבינו הקדוש האט געהייסן קויפן נאר מים חיים בימים ההם.
נאר ס'איז מערקווירדיג אז איין אלטער איד א פלאטשיגער ארוני וואס האט געהאט א גראסערי, ער איז שוין נישט בין החיים, ער האט נישט אריינגענומען אין זיין געשעפט קיין שום סאדע חוץ מים חיים, ווייל רבינו הקדוש האט געהייסן נוצן נאר מים חיים... (ביי די עלטרערע ארונים זענען נאך געווען די וואס האבן געהאלטן פון רביה"ק זי"ע, ער איז נאך געווען ביי זיי "בעל ויואל משה" זי"ע)..