היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » משה רבינו און רביה"ק: נאר מים חיים קאלער סאדע

משה רבינו און רביה"ק: נאר מים חיים קאלער סאדע

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2901314

פאפיטעס » 29/6/2011 01:43

נישט צום גלויבען ווי משוגע די זאליס זענען.

יעדן מאנטאג און דאנערשטאג באקן זיי פרישע מעשיות פון רביה"ק זי"ע, סתם שקר, און סתם מיאוסע מעשיות, זיי זענען מבזה רביה"ק דערמיט קבל עם ומלואה אויף א שרעליכער געמיינעם אופן, ובפרט אויף יעדע רשעות וואס די זאליס טוען באקן זיי א מעשה אז גאר רביה"ק זי"ע האט עס אויך געטאן...

נישט לאנג צוריק האבן זיי געבאקען א פרישע מעשה אז רביה"ק זי"ע האט געלאזט נעמען אריזנע ווייץ נאר פארן עולם, אבער פאר אים האט ער בשום אין אופן נישט געלאזט ניצן אריזאנע נאר לאנג איילענד, ווייל ער האט געהאלטען אז אריזאנע איז חמץ און זאלציג...

אזוי באקן זיי רבי זי"ע מעשיות כסדר, דער הויפט בעקער זענען די סגול, מנשה סילוף, דער געלער בדחן, עזיראל גליק, וואס זיי באקן יעדן טאג פרישע ווארע, און די זאליס גלייבן עס כניתנה מסיני, און בויען דעראויף גאנצע בנינים.

איצט האבן זיי געבאקען א פרישע מעשה, אז רביה"ק זי"ע האט געהייסען נאר ניצן מים חיים קאלער סאדע, און סעלצער, און ח"ו נישט קיין אנדערע, און זיי לייגן נאך צו אז רביה"ק איז דער משה רבינו פון דור, ממילא איז פסק קדשם פון רביה"ק זי"ע און משה רבינו אז מען דארף טרינקען נאר מים חיים סאדע...

און מען בעט אלע זאליס אז אין די הייליגע טעג פון מתן תורה זאל מען זיך מקבל צו טרינקען נאר מים חיים סאדע, און מיט דעם וועט מען הייבן אידישקייט ביי אונזערע דורות...!

אדרבה גלייבט מיר נישט קיין ווארט נאר ליינט דער קאפי פון "דער איד"

[בילד – נישט אפגעהיט]

וואלןסח » 29/6/2011 01:48

די מענטשן האבן נעבעך מיטן קאפ צו טון
לאכט אבער נישט, אזוי וואלט מיר אונז אויסגעזען היינט ווען מען לאזט זיך אין די מ' יארן פון די אלע רעבעצין מענטשן וואס האבן מורא געהאט אז מען גייט חלילה פארגעסן פון רעבין זכרוינעליבראכע
יעדע עד וואלט געווען די רבי ז"ל, די רבי האט געהיייסן טרינקען קאלער סאדע, די רבי האט געהייסן קויפן גאלדען פלאו טשאקלעד מילעך, וכו' וכו'
איך ווייס נישט ווי די מענטשן שעמען זיך נישט
אגב, ווער איז דער בעה"ב פון מים חיים היינט

קריסטאל » 29/6/2011 01:48

הייסט קען גאר זיין אז ס'מיז נישט זיין קיין טרערן פין דברי חיים
אפשר איז געווען מים חיים וואסער ?

געלעכטער » 29/6/2011 01:54

מיים חיים עדווערטייזט אין בלאט?

טראק » 29/6/2011 02:04

אוי וויי זענען די זאלי אראפ פון זינען?

אזאנע אקסן!

טראק » 29/6/2011 02:14

אפאר גוטע וויצן.

ר' זלמן לייב האט געמאלדען אז פון היינט און ווייטער ב"ה דארף מען ווייטער נישט לערנען... ווייל מיטן טרינקן א קאלטן גלעזעל מים חיים בלער טשערי, איז פונקט ווי מען לערנט א בלאט גמרא מיט תוספות... און אזוי פירט ער זיך שוין יארן...

קוטשי וואלי זייט ער איז געוואור געווארן די פרישע פסק פון רבי'ן זי"ע, טרינקט ער א גאנצען טאג מים חיים קלאער סאדע, אזוי ווייט אז די וואך האט ער שוין קידוש געמאכט אויף קאלער סאדע...

יודעלע וויינשטאק האט זיך מקבל געווען זיך צו באדען יעדען טאג אין מיים חיים פיינעפעל סאדע...

איך מיין אז וועגן דעם איז ל"ע דא די טמא'נע זאלציגע עירוב אין ווילי, ווייל דער עולם טרינקט נישט גענוג מים חיים קאלער סאדע... איינמאל מען וועט אנהייבען צו טרינקען מים חיים סאדע וועט דער עירוב בטל ומבוטל ווערן....

פון היינט און ווייטער וועט יעדע זאלי מלמד ווען א קינד וועט זיין שלעכט, וועט ער אים באגיסען מיט מים חיים אראנטש סאדע, און מיט דעם ראטעווען די דורות עתידים...

ווארט נאר בקרוב וועלן די זאליס, מען מגלה זיין די פסק פונעם רבי'ן זי"ע, איבער וועלכער אייז קרים מען מיז ניצן צו ראטעווען די דורות עתידים....

געלעכטער » 29/6/2011 03:21

יעצט באשטעטיגט: מים חיים עדווערטייזט נישט אינעם גע'אסר'טן בלאט. איינער האט נאך קשיות אויף דעם אשכול?

kleinekup » 29/6/2011 03:21

טראק טראק!

איך וויין פאר געלעכטער!

אבער ערענסט גערעדט. גאנץ א כיטרע מארקעטינג מאוו. זיך פארזיכערנדיג א 30 % פון די היימישע מארקעט!
און אימזיסטע פובליסיטי !
אויף א מידיא וואס בחינם!

סאליד ביזנעס מאוו!

פאפיטעס » 29/6/2011 03:53

געלעכטער איז שוין אנגעטרינקען מיט מים חיים סאדע...

אנגעטרינקענערהייט אסר'ט ער שוין דער בלאט אויך...

דער דארגער מיט די זאליס שרייען שוין אז באר מים סאדע איז געזאלצען און מען טאר עס נישט טרינקען...

געלעכטער » 29/6/2011 04:06

א קלוגע מיטל צו ברעכן מים חיים קאמפאני צו עדווערטייזן אין בלאט? ימים ידברו.

דיןתורה » 29/6/2011 04:14

איך גלייב שווער אז מיים חיים זאל נאר אדווערטייזן און איד, האלטס ער וויל נאר קאסטומערס פון צד מהרז''ל?

געלעכטער » 29/6/2011 04:34

דיןתורה, הייבסט אן אזוי כיטרע פארמירן א בויקאט קעגן מים חיים, וואס?

have_hope » 29/6/2011 04:38


איך ארבייט נישט פאר מיים חיים, און איך ליין נישט די איד, אבער ווי באלד איך גלייך נישט ווען מען בארעדט א איד'ס ביזנעס סתם און די וועלט אריין, וויל איך אבער קלארשטעלן וואס די עד באדייט

לויט ווי אזוי איך פארשטיי - און אסאך ליינער דא פארשטיין - באציט זיך מיים חיים צום פאקט אז ער איז געווען די ערשטע היימישע אידישע קאמפני וואס האט געהאט סאדע מיט א הכשר, און עס איז אמת די מעשה, כהאב שוין געזען באשריבען, אז די רבי האט געהייסן אז מען זאל נאר געבן סאדע מיט א בכשר, וועלענדיג מחזק זיין די קאמפאניס און די בראשית יארען ווען די קלייענטיל איז געווען זייער קליין

און די היינטיגע צייטען, קען טאקע אזא עד ארויפברענגן לצינות, אבער פון דא ביז אים צוזאשטעלן און איין טשולענט טאפ מיט די גאנצע זאלי פארטיי, איז פאלג מיר א גאנג, ביי טייל שרייבער דא קען טאקע זיין אז דמו הפקר, ווייל ער איז מעגליך פון א אנדערע פארטיי, איך האלט אבער נישט אזוי

דיןתורה » 29/6/2011 05:18

געלעכטער, חס ושלום ווי זעסטו מיך בויאטען? אויב עפעס בוזט דער וואס העצט מיטן פארציילן אז ער אדווערטייזט נאר און איד

גביר_אדיר » 29/6/2011 08:00

געלעכטער, דו רעדסט פון בויקאטירן?

קום, לאמיך דיר דערציילן אביסל היסטאריע. ווען מים חיים איז ארויסגעקומען, האט מען גענוצט דעם גאנצן פאליטישן מאשין צו צוברעכן די פרנסה פון אן אנדערן איד וועלכער האט פארקויפט סאדא.

איך וויל נישט רעדן מער, די וואס זענען גענוג אלט ווייסן און די וואס נישט, שאל אביך ויגדך זקינך ויאמרו לך.

אלזא, אויב יא, איז צאי לך בעקבי הצאן, עס איז דא אין וועמענס רשעות'דיגע פיסטריט נאכצוגיין

אדמיראל » 29/6/2011 17:51

בקיצור צי זיין א זאלי טאר מען נישט עסן ריפעל פעטאטע טשיפ אין א מצוה צי טרינקן קאליר סאדע
איי וואס טוט זיך מיטן קדיש עצמך במותר לך
א קשיא אויף אן עם הארץ

have_hope » 29/6/2011 18:06


גביר אדיר

עס איז מיר זייער אינטערסאנט וואס דו שרייבסט, ווייל איך האב אלעמאל געוויסט, אז ער איז געווען די "ערשטע" סאדע קאמפאני מיט א הכשר,

וועלכע קאמפאני איז געווען בעפאר אים???

האורח » 29/6/2011 18:15

גביר_אדיר כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
געלעכטער, דו רעדסט פון בויקאטירן?

קום, לאמיך דיר דערציילן אביסל היסטאריע. ווען מים חיים איז ארויסגעקומען, האט מען גענוצט דעם גאנצן פאליטישן מאשין צו צוברעכן די פרנסה פון אן אנדערן איד וועלכער האט פארקויפט סאדא.

איך וויל נישט רעדן מער, די וואס זענען גענוג אלט ווייסן און די וואס נישט, שאל אביך ויגדך זקינך ויאמרו לך.

אלזא, אויב יא, איז צאי לך בעקבי הצאן, עס איז דא אין וועמענס רשעות'דיגע פיסטריט נאכצוגיין


דער איד האט פארקויפט סאדא מיט א היימישן הכשר?? ניין! נו וואס איז די עוולה צו פראקלאמירן א ענין אין אידישקייט וואס מען האט פריערד נישט געקענט? און אז די תוצאה איז אז א איד אין די ביזנעס פון סאדע אן א הכשר ווערט געקלאפט טאר מען שוין נישט העכערן אונזער סטאנדארט אין כשרות?

FiveBoro » 29/6/2011 18:53

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
א קלוגע מיטל צו ברעכן מים חיים קאמפאני צו עדווערטייזן אין בלאט? ימים ידברו.


איך זעה אין דעם אשכול א אישו איבער א עד וואס צייגט אויף די קינדישקייט-און-גרויליגקייט בענעזאם וואס הערשט ביי די געוועזענע סאטמארע אידן, וואז וואו מען גייט און שטייט, איז יעדעס ווארט רבי ז"ל און רביצין, און עס האלט שוין אזוי ווייט אז אויב האט מען געוויסט ביז היינט אז ביי א קאפל\בעקיטשע\הייסע זופ רעדט מען פון רבין ז"ל און ביי א 'רעסעפי' רעדט מען פון די רביצין, האלט עס יעצט ביי "סעלצער" איז שוין אויך פאראן א "רבי ז"ל קאמפאני", טראץ וואס עס איז פארהאן א צווייטע פירמע וואס פארמאגט א פיל בעסערע השגחה.

וואס האסטו געענטפערט?

געלעכטער » 29/6/2011 20:34

אפשר בוסטו מיר מסביר א חילוק פון די אידן וואס ווילן טרונקן סאדע מיטן א גוטן הכשר, און זיי הענגן זיך אן אויפן רבי'ן ז"ל וואס האט געבויעט די כשרות המאכלים אין אמעריקע, צי די אידן וואס געבן זיך אן אז זיי עסן אריזאנע מצות ווייל דאס האט דער רבי זי"ע געוואלט, שעכטן טעקסעס פלייש ווייל דאס האט דער רבי זי"ע געוואלט און עסן נאר קרית יואל'ע טשיקענס ווייל דאס האט דער רבי זי"ע געוואלט?

FiveBoro » 29/6/2011 20:51

פאר איינעם וואס פארשטייט נישט איז שווער מסביר צו זיין די נפק"מ צווישן די שאלות פון 'איסורי דאורייתא' מיט וואס די לאנג איילענד ווייץ איז פארוויקלט, צו די 'איסורי רבי ז"ל' מיט וואס די סעלצער איז פארוויקלט.

געלעכטער » 29/6/2011 20:59

טרונקן סאדע אן א הכשר קען נישט פונקט אזוי זיין פארוויקעלט אין איסורי דאורייתא? נוץ נישט דעם שרעקעדיגן ווארט "דאורייתא" מיך אויפצואווייזן אז נאר ר' אהרן מעג נוצן דעם רבי'ן ז"ל ווען אים איז באקוועם, אבער ווען יענער נוצט דאס איז א ליצנות.

FiveBoro » 29/6/2011 21:10

דעפאר האב איך געשריבן:

פאר איינעם וואס פארשטייט נישט איז שווער מסביר צו זיין

געלעכטער » 29/6/2011 21:28

א בחינה פון א קשיא אויף א מעשה. שטומט?

אבראהאם » 30/6/2011 19:39

די נעקסטע ראפעל פין די זאלי'ס וועלן זיין אנשאט אלע ספרי רבינו
וועט מען האבן אז מען געווינען אלע קאליר סאדעס פין מיים חיים

האמתנעדרת » 1/7/2011 00:59

מען דארף זיך רייבן די אויגן צו זען לאן הגענו
מיר האבן געהאט א הייליגן רבין, א גאון הגאונים, א כרכא דכולה ביה, און נוצן נוצט מען זיין נאמען צו טרינקען אביסל קאלאר סאדע
אבער באמת איז דאס נישט אזא פליאה
ווייל ס'קלערט זיך צו זאגן אז מען רעדט פון צוויי באזונדערע רבי'ס
ס'איז דא א רבי וואס האט געהייסן עסן דוקא חיטים מצומחות, עסן פלייש מיט א השגחה ממליחה ואילך, שופך דם זיין פאר ווער ס'גייט נישט אין שפאן, פריקת עול פון איש כל הישר בעיניו יעשה ווייל ס'איז נישטא מער קיין מנהיגים.
אט דער רבי האט געהייסן טרינקען מים חיים סאדע

אונז קען מיר אבער נישט אזא רבי!!!!!!!!!!!!!!!!
אונז קען מיר א רבי וואס האט זיך מוסר נפש געווען אין אמעריקא פאר הידורים אין כשרות, א רבי וואס האט פארן צורך פון דור געעפענט א מיידל שולע אפילו זיין טאטע און זיידע האבן עס נישט געטון, א רבי וואס האט זיך אוועקגעגעבן פאר יעדן פארביטערטן איד אים צו העלפן, א רבי וואס האט אונז געלערנט אז דרך ארץ קדמה לתורה, און רבי וואס האט אונז געלערנט מדות טובות, א רבי וואס האט אונז געלערנט איז קנאות מיינט נישט פראות, און דער רבי איז פאר איים קיין נפקא מינה וועלכע קאלאר סאדע מען טרינקט און וועלכע קאמפאני ס'פארדינט געלט דערויף, דער עיקר ס'זאל האבן א גוטע השגחה און מען מאכן א ערליכע ברכה שהכל נהיה בדברו.
אט דעם רבין האבן מיר געקענט!!!!

FiveBoro » 1/7/2011 01:11

דברי פי חכם חן.

פאפיטעס » 6/7/2011 08:43

לאמיר זעהן וואס די אהרונים האבן געירשענט פון רביה"ק זי"ע און וואס די זאליס האבן געירשענט.

ונים האבן געירשענט פון רביה"ק זי"ע: די בעסטע מהודר'דיגסטע פלייש, שחיטה מונחת, שטיינזאלץ, ספליט וכו', די בעסטע מהודר'דיגסטע מצות, די מערכה למען צניעות, דאסטער, שפיצלען, שייטלען וכו', די מערכה קעגן ציונות, עזר להצלה, ועד הסברה נגד הבחירות, נטרונא, און די דרשות פון שליט"א קעגן ציונות וכו'.

די זאליס האבן געיארשענט אזוי: די שוואכסטע פלייש ביים יהדות החרדית, נישט קיין שטיינזאלץ, נישט קיין שחיטה מונחת, נישט ספליט וכו', פון די שוואכסטע מצות מלא מצומחת, מערכה קעגן צניעות מאן דכר שמיה, נאר אויפגעשטעלט די פריצה עטרת בלעם זאל, מעמד געווען צלם בהיכל מיטן גיין אינעם טמא'נעם ציוניסטישען בג"ץ.

וואס זיי האבן געיארשענט איז מים חיים קאלער סאדע, די רבעציענס טשיז קעיק, נישט קיין ריפעל פאטעטע דשיפס, און פוי טמא'נער עירוב...

אזא פנים טראגען די זאליס.

SatmarBum » 7/7/2011 04:52

[בילד – נישט אפגעהיט] 
מהו 'הנעשה ונשמע' ב'דער איד'? לשתות סודה!
חברת המייצרת משקאות קלים בבעלות חסיד סאטמר הפיקה קמפיין פרסומי הגורר תגובות נזעמות • הפרסומת משווה את שתיית הסודה ל'נעשה ונשמע' בקבלת התורה
יוסי כץ, בחדרי חרדים 15:09 29/06/2011




חברה בבעלות חסיד סאטמר הפיקה קמפיין פרסומי למשקה סודה, המיוצר על-ידי החברה.

הפרסומת, שגררה כבר תגובות נזעמות משווה את שתיית הסודה ל'נעשה ונשמע' של בני ישראל במתן תורה. וזו לשון המודעה, בתרגום חופשי:

"בימי מתן תורה שכלל ישראל השיבו למשה רבינו: 'נעשה ונשמע'. הבה נקבל אנו לשמוע ל'משה רבנו' של דורינו אנו - הרבי הקדוש זי"ע, שאחת מהוראותיו לנו שנשתמש רק בתוצרת 'מים חיים' ואפילו שמדובר בסודה, בכדי להביא לביתנו את הכשרות.

הבה נקבל עלינו ועל ילדינו שבין אם נמצאים בדרכים ובין אם בבתים - 'מים חיים' הם המשקאות בהם אנו משתמשים.

והקפדה בדבר זה, תרומם את ה'אידישקייט' אצל צאצינו".


[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]


פאפיטעס » 12/7/2011 08:56

עס איז אמת אז מים חיים לייגט נישט קיין עדס אין דער בלאט, נאר אין דער איד, ווייל ער איז א הייסער זאלי, ער האט פיינט געהאט מרן בעל ברך משה זי"ע צום טויט.

ער איז אזא שונא צו די אהרונים אז ער וויל אז קיין אהרוני זאל נישט טרינקען זיין סאדע...