און די בלאט איז געווען באריכטעהט אז עס קאכט זיך מיט א נייע סקאנדאל איבער ציצית
עס איז דא א חשש אז טייל ציצית פון די מארקעט איז געקינפט געווארען און כינע,
בעפאר אלעם, אלץ פשט'ער ליינער האט מיר אויסגעקיקט די גאנצע מעשה, אלץ אויפריכטיג איך האף אז עס איז נישט אינוואלווד קיין פאליטיק דא, אויב יא וויל איך בעטן די מנהלים, אויסצימעקן די אשכול,
אויב די מעשה איז אמת, קען מען זאגען אז עס איז די פון די גרענסטע סקאנדאלען וואס האט נאר געטראפן כלל ישראל און די לעצטע יובל יארען, א חלק כלל ישראל איז ליידער נכשל געווארען מיט איסורי דאוריתה,
דאס איז קלאר, אז נישט אלע קאמפאניס זענענן אזוי, ווייל איך ווייס קלאר פון עטליכע היימישע קאמפאניס וואס קניפען די און אמעריקא זייער ציצית,
איך האלט אז דער עולם דארף זיך מער אנהייבען צו אינטערסירען וואס/ווען/ווי, עס איז נישט קיין קליינעקייט, מען רעדט פון א מצות עשה דאוריתה
בתגובה צו וואס געלעכטער האט צוגעצייכנט (היות דארט איז א מנהג אז ווען דער ווארט איז גאר אמת מעקט מען עס אויס)
יא יא
קרח האט אויך געשפעט פון ציצית, משה רבינו האט געזאגט דעם דבר ה' וראיתם אותו וזכרתם את כל מצות ה', האט קרח אנגעהויבן מיט ליצנות אויב א טלית שכולה תכלת דארף האבן ציצית.
משה רבינו האט אויסגעלערנט ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם, האט קרח געשריגן כי כל העדה כולם קדושים, מען איז שוין גענוג הייליג, זיי נישט פרומער ווי אמאל.
און יא, נישט פארגעסן, קרח האט געהאט א בד"ץ אויך, ר"נ ראשי סנהדראות, ווי איז ער אנגעקומען? אין די אדמה אריין.
מר' מאופ שרייבט און דער עולם ענטפער.......
איינער ווייסט מער אינפערמאציע??
איז די גאנצע מעשה בלאף?? אדער עס איז דא עפעס אמת דערין??
איך פארשטיי נישט ווי אזוי עס קען זיין אז מען איז עובר יעדע סקונדע אויף עשה'ן דאוריתה, און עס איז שטיל
דא רעדט מען נישט פין רבינו שליט"א, מען רעדט פון א וועלט'ס פראבלעם וואס איז געווען באריכטעט און די בלאט,
איך וועל דיר אבער יא איינמאל ענטפערן, מיר האבן א רבי'ן וואס איז ביזי, און פארלאנגט פון זיינע חסידים
צניעות
כשרות אכיליה
שמירות עינים
לימוד התורה
און הידור במצווה- ווי למשל מצות אד"ג
אא"ו
די ביסט גליקליך אז דיין רבי פארלאנגט עס נישט, די מערסטע וואס ער פארלאנגט איז, אז מען זאל קימען צו א הכנסת ספר תורה שבועות, און צי א נעילת החג טיש, האלט דיך שטארק אן מיט אים
געלעכטער
איך האב עס שוין אויבן געשריבן און איך זאג עס איבער
קרח איז נישט געווען פארנומען מיט ציצית, משה רבינו האט געזאגט דעם דבר ה' וראיתם אותו וזכרתם את כל מצות ה', האט קרח אנגעהויבן מיט ליצנות אויב א טלית שכולה תכלת דארף האבן ציצית.
און אט אזא פנים טראגט עטץ
יא! מר האפ
און דא לאכט מען!