היינט קומט צו צי מיר א צוקאכטע ארוני און הייבט אן שרייען אויף מיר "זאלי וואס די ביסט, עטס מיינטס אז אייביג דארפן ענק טון פארקערט ווי די רבי הייסט?!". נאך פאר איך האב אויפגעהויבן מיין קאפ צו זעהן ווער עס איז אזוי בייז היינט אויף מיר, האט ער שוין מיט איין כעס ארויסגעשלעפט די צוויי שאפינג בעגס פון מיין הענט וואס איך ווייס נאך אלץ נישט וואס ער האט געזיכט דארט.
ענדליך איז מיר געלונגען אים איינצושטילן, איך פרעג אים איך בין שוין א זאלי 12 יאר נא פארוואס האסטו דיר יעצט דערמאנט?
ער הייבט אן מורמלען עפעס ווערטער רבי... וואל-מארט... ניין יא... גלעזער ציצית...
נישט פארשטייענדיג וואס ער וויל הייב איך אן אוועקשפאצירן איך טראכט ביי מיר אז האפענטליך וועט ער זיך שנעל בארואיגן און אויב איז עס וויכטיג דאן וועט ער מיר קענען ערקלערן ביים קומענדיגע געלעגנהייט וואס ער וויל פון מיר.
שפעטער ביי מנחה צייט גיי איך אריין אין א ספרים געשעפט איז געווען דארט ביי די ציצית שאפע א גרויסע טומל און א גרויס שמייכל האט זיך געצויגן אויף די לעפצן פון איין זייט ביז די ביי אלע אנוועזענדע. אינמיטן הער איך ווי דער איינער (דאכט זיך מיר א ארבייטער) ריפט זיך אן "רעדטס אביסל שטילער ווייל די בעל הבית דא איז א ארוני און ער וועט ווילד ווערן".
דא איז מיין נייגער שוין געוואקסן, איך האב שוין פארשטאנען אז עפעס א פרישע משוגה'נע דרשה איז געזאגט געווארן די לעצטערע טעג ביי די ארונים.
איך האב זיך נישט געפוילט נאר פונקט פארקערט מיט פרישע כוחות און שפאנענדע געפילן בין איך געלאפן צום טעלעפאן טרייבל אנרופן דעם קול דזשיגאן האטליין, פאר גרויס נייגער שוין וועלענדיג זיך אונטערהאלטן מיט זיין נייע פאני דרשה האט מיינע פינגערס ווי פון זיך אליין אנגעהויבן דריקן די קנעפלעך פון 0 ביז 9, איך האב נישט געוויסט וועלכע איז די נייעסטע צו וועלכע איז פון די פריערדיגע. אבער צו מיין אנטוישונג האב איך נישט געקענט טרעפן א דרשה וואס אנהאלט די ווערטער ווי ציצית... וואל-מארט.
נישט האבענדיג קיין ברירה קלינג איך אן מיין חבר וואס האט אזוי געשריגן היינט אויף מיר, צום ערשט פארשטייט זיך האב איך אים געפרעגט וואס ר' אהרן האט געזאגט נעכטן ביים פארלערנען פרקי אבות, עס נעמט נישט קיין סעקונדע ער שרייט אויס פרייליכערהייט "איך האב געוויסט אז די זאליס הערן אויס די רבי'ס דרשות! די גאנצע וועלט קוקט ארויס אויף די רבי'ס מיינונג"...
פרעג איך אים נא זאג שוין וואס האט ער געזאגט?? זאגט ער מיר צוריק ר' זלמן לייב קען גארנישט בעסער רעדן...
פרעג איך אים נאכאמאל וואס האט דאס יעצט מיט ר' זלמן לייב? איך האב געפרעגט וואס ר' אהרן האט געזאגט!, באליידיגט און פארשעמט האקט ער אפ די טעלעפאן, פארשטייט זיך דא האט זיך די שמיעס געענדיגט.
איך האב אבער נישט אויפגעגעבן און ווייטער געזיכט ווער עס קען מיר איבערזאגן דזשיגאן'ס דרשה, יגעתי מצאתי תאמין ענדליך ענדליך טרעף איך א צווייטע חבר מיינע וואס האט לעצטענס חתונה איך פרעג אים ביסט געווען שבת אין קרית יואל? זאגט ער ניין. פרעגט ער מיר פארוואס איך וויל וויסן זאג איך אים דעם אמת איך וויל הערן פון איינעם וואס ר' אהרן האט גערעדט שבת. זאגט ער גראדע איז ר' אהרן געווען אין וויליאמסבורג דעם שבת אין ער איז געווען זיי זיין פרק פארלערנען.
בקיצור ער זאגט מיר איבער אין קורצע ווערטער די תוכן פון זיין דרשה
וז"ל; א אינגערמאן וויסן זאל ער ווען מען איז אין קאנטרי טאר מען זיך נישט ארומדרייען אויף די אלע פלעצער וואס מיר זענען באשאנקן געווארן. זאל עס זיין א גרויסע שאפינג מאל צו א קליינע שאפינג מאל, מען קען זייער גרינג נכשל ווערן בפרט......
אבער ווען די ווייב די אשת חיל פארלאנגט אז די מאן זאל גיין מיט איר קיין וואל-מארט דאן וועגן שלום בית זאל מען איר נישט אפזאגן פון זיין אהין נאר... מען זאל יא גיין קיין וואל-מארט אבער נאר מיט גרויסע ברייטע וואלענע טלית קטן אינדרויסן. קאמענטארן זענען איבריג.