יזדעזע העולם!!! הפאשקעוויל נגד כ"ק הראב"ד שליט"א
83 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2900896
איך האב יעצט באקומען א פעקס פון אר"י, מיט דעם שמוציגן פאשקעוויל וואס די אתרא קדישא טעראריסטן האבן געווארפן אויף די גאסן אין ירושלים, קעגן דעם פוסק הדור הגה"צ ר' משה שטערנבוך שליט"א ראב"ד העדה החרדית, צוליב'ן נישט גיין אין שפאן מיט די מחריבי קרתא די אנשי אתרא קדישא.
דער פאשקעוויל איז שוין געווען פארשפרייט פאריגע וואך איינמאל, און היינט האבן דאס די צדיקים נאכאמאל אויסגעגאסן.
לולא ראיתי לא האמנתי!
[בילד – נישט אפגעהיט]
נאכאמאל האסט שווארץ געמאכט די עקן, יעצט בין איך שוין קאנווינסד אז דער פאשקעוויל איז א אמת'ער און אז אתרא קדישא האט דאס פארשפרייט.
פייוו בארא
ביטע מאכן א מיטינג ווי אזוי מ'קען קאנווינסען געלעכטער.
ס'נישט די ערשטע מאל וואס ער לאזט זיך נישט !
מ'דארף א קלארע פלאן ווי אזוי מיר זאלן אים קענען קאנווינסן
אונזער צוקונפט ווענדט זיך אין דעם
ביטע נישט נעמען לייכט
אה אז דער קליינער קאפ גלייבט דיינע "וועלט אויפציטערנישן" בוסטו מסודר. ברענג נאך.
דיין קלארע מוח ! דיין הארץ ציפעניש פארן אמת!
דיין גראדקייט ! דיין גוטן נאניע צן דערשנאפן דעם אמת!
לאזט דיך נישט גלייבן דעם פאשקעוויל!
אבער איך און גאנץ סאטמאר מיזן אננעמען אז דער שברי לוחות רבי שרייבט בריוועלעך
און ווארפט ראשי הקהלה!!!!
די לץ שבלצים!!!
שיין זיך דערלעבט דער ברך משה. זיינע א.ג. חסידים רופן אן זיינע בריוון געשריבן בכתב יד קדשו - פאשקעווילן.
יא, מען טראגט צירוק די קרוין קיין יושנה אין אסאך ווייטער
עס האט קיינמאל נישט קיינמאל געהאלטן אזא מצב אז מ'זאל ווערפן פרעך פאשקעווילן אין די גאסען אויפן ירושלימער ראב''ד.....
נעימת הבזיון התורה בתפארתה
משבא ר' זלמן נתרבה כח החוצפה והעזות
אלעס ווייל ער גייט נישט אין שפאן מיט.......
ס'פארט א באן אמחי'! פייוו בארא באקומט א פעקס, קליין קעפיגער שפרונגט פון די חוצפה, און יראים פארפירט שוין אז דאס איז נישט החזרת עטרה ליושנה.
איך האלט נאך ביי סטעפ וואן, ווער האט דאס פארשפרייט? און ווער זאגט אז ס'בכלל געווען פארשפרייט.
ביזט גערעכט
די בילד האבען די ארונים געמאכט...... לאכטס נישט
די ארונים זענען אריין אין בג''ץ (די בריוו פין די רבנים איז פאלטש)
די ארונים זענען אריין אין קארט אין ב''פ (די פסק פין ריכטער ווי זי שרייבט פארקערט איז פאלטש)
וכו' כו'
מען דארף ברענגן די ווידיא'ס וואס מ'האט געטראפען אין זייער אפיס
אין דעמאלטס וועט ער דארפן ברענגן א פרישע תירוץ....
מען קען טוהן אלע שמיציגע שגץ שטיק
אין נאכדעם שרייט מען די ארונים האבען עס געטוהן..... פאר די קעלבער איז עס גיט
ווער געדענקט נאך ווי ער האט פאריגע וואך אומפיצעיל געלייקענט אז ר' זלמן לייב אין חיים הערש האבען געטאנצען מיט קלצקין
ביז די בילדער זענען אנגעקועמן דורך זיין באליבטער פיקטשער מאגעזין
| געלעכטער כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | ווער האט דאס פארשפרייט?
וואס איז דיין מיינונג?
און ווער זאגט אז ס'בכלל געווען פארשפרייט.
הרשות בידך מברר צו זיין ביי ירושלימער אידן. |
|
אין ירושלים איז דער פאשקעוויל בכלל נישט געווען צעשפרייט.
עכ"פ איך האב עס נישט געזהען און נישט גהערט פון דעם
moashopee
איך זעה נישט אויף דיין תגובה-היסטארי פון וואו דו קומסט, אבער אויב ביסטו טאקע א ארץ ישראל'דיגער, איז מיר אינטערסאנט צו הערן אז דו האסט נישט געהערט דערפון.
וואו וואוינסטו, אין ירושלים? אויף וועלכע געגנט? און, אויב איך מעג פרעגן, צו וועלכע חסידות געהערסטו?
תוקן על ידי FiveBoro ב- 27/06/2011 21:17:15
זאג אים פונקטליך אויף וועלכע גאס דו וואוינסט, און ער וועט זיכער מאכן אז "אתרא קדישא" וועט ווארפן פאשקעווילן דארט, כדאי זאלסט נאכדעם קענען קומען עדות זאגן אז ס'טאקע יא געווען פארשפרייט...
moashopee, כהאב אוודאי נישט געמיינט צו פארלאנגען דיין אדרעס.. כהאב פאראכטן מיין תגובה צו מיין ריכטיגע מיינונג.
| געלעכטער כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | איך האלט נאך ביי סטעפ וואן |
|
לאמיר טאקע אנהייבן מיט דיר ביי סטעפ וואן.
וואס איז דיין מיינונג אויף די פראטעסטן וואס אתרא קדישא פירן אן, אויף פלעצער וואו עס איז דא א השגחה עפ"י הוראתם פון הגאון ר' נסים קרליץ שליט"א און כ"ק הראב"ד שליט"א, און מען גראבט נישט דארט קיין קברים ב"ה? אויף וועמען שרייען זיי דארט "שודדים", און פאר וועלכע סיבה גייען זיי ארויס פון כולל צו צעברעכן גדרים און ווארפן שטיינער?
ביי פרשת שפאניע איז געווען עפעס ליגנערישע הסברים אז מען פארלאנגט פון די שפאנישע רעגירונג עפעס מער. וואס איז דא די הסבר?
אויב האסטו א גוטן הסבר דערויף, און אזוי וועסטו מיר אויך קענען ענטפערן אויף אלע מיינע ביז יעצטיגע ברענענדיגע קושיות און סתירות וואס איך וועל דיר פארשטעלן, דאן פארשטיי איך אפשר פארוואס דו קענסט נישט גלייבן אויף אתרא קדישא אז זיי טוען דאס וואס זיי טוען, און דו ביסט בארעכטיגט מחולק צו זיין.
ביזדערווייל, קלער איך אז באמת ווייסטו דעם אמת.
ע"פ הוראתם? ע"פ הוראתם פון וועם? איך בעט דיר שוין פון אנפאנג טענה'ריי דא זאלסט מיר ברענגן איין היימישער רב וואס זאגט קלאר אז מ'גראבט נישט. ענטפערסטו מיר אז קיינער וויל זיך נישט ארויסשטעלן.
1) די נאמען פון הג"ר נסים קרליץ פיגורירט אויפן לעדערהעט פונעם ועד, און אלעס ווערט געטוהן בשמו.
2) הרב שמידל אדער סיי ווער פון א"ק קענען אנרופן דעם ראב"ד שליט"א און הערן וואס ער זאגט צו מען גראבט דארט חלילה קברים, און זיי וועלן הערן אז יעדע ריר ווערט געטוהן עפ"י הוראתו.
אלזא, וואס זענען די פראטעסטן? אויף וועמען שרייען זיי דארט "שודדים", און פאר וועלכע סיבה גייען זיי ארויס פון כולל צו צעברעכן גדרים און ווארפן שטיינער?
איך האב שוין ערווענט אז ר' ניסים קרליץ איז ווייט פון היימיש, און דו ווייסט דאס אויך, נאר פשוט יעצט ווייל ער איז אויף דיין שאך ברעט נוצטו אים צו שלאגן אתרא קדישא.
און אויב דער ראב"ד גיט א השגחה אויף די אלע מעשים, זאל ער רופן הרה"ג ר דוד שמידל און אים דאס מודיע זיין.
איך זע נישט פארוואס ר' דוד שמידל זאל דארפן גלייבן א ניק פון היידפארק ווען למעשה זאגט אים נישט קיים איין היימישער רב אז ער טוט נישט גוט. אדרבא מ'איז אים כסדר מכבד און מחזק.
1) הייסט דאס אז מען פראטעסטירט ווייל ר' נסים איז נישט היימיש? זיי מסביר קלאר, ווייל געמיינט האב איך אז מען איז מוחה אויף חילול קברים.
2) דער ראב"ד ברויך נישט אנרופן הרב שמידל ווייל ווער נאך ווי א"ק אליינס ווייסט זייער אומרעכט. איך גלייב אז דו ווייסט אז זיין טעלעפאן קאל וועט גארנישט ברענגען, אויסער מעגליך פרישע פאשקעווילן. אויב אבער לשיטתך איז אתרא קדישא פשוט באזארגט אויף די קברי אבותינו וואס ווערן דארט רח"ל אויסגעגראבן (..), פארוואס נישט מאכן א טעלעפאן קאל, והכל על מקומו יבא בשלום?
וואס זענען די פראטעסטן?
אויף וועמען שרייען זיי דארט "שודדים", און פאר וועלכע סיבה גייען זיי ארויס פון כולל צו צעברעכן גדרים און ווארפן שטיינער?
תוקן על ידי FiveBoro ב- 27/06/2011 22:37:03
מ'פראטעסירט ווייל מ'גראבט קברים, און ר' ניסים איז בכלל נישט קאמפעטענט צו זאגן אז מ'גראבט נישט.
מיטן ראב"ד דרייסטו ארויף און אראפ, אז דער ראב"ד האלט אז אתרא קדישא טוט אומרעכט זאל ער זיי רופן מעורר זיין, און דער ראב"ד ווייסט גאנץ גוט וויאזוי צו מאכן א רעש, עיין ערך מצעד התועבה און פרשת גיירים.
1) ר' נסים לאזט גראבן קברים? זיי קלאר מסביר ביטע, ווייל עס קען אונז צומוצקומען.
2) דער ראב"ד האלט (לייען: ווייסט) אז אתרא קדישא איז א געלט\כבוד קאמפאני, און דער עצה דערצו איז נישט זיי אנצורופן.., נאר ער טוט דערצו דאס וואס ער דארף צו טוהן, און ב"ה דער מצב אצינד איז זייער גוט.
אתרא קדישא האט שוין היינט נישט קיין שום קאנטראל אויף קברים, און דער נייער ועד האט געעפנט א עפאכע פון הצלת קברי ישראל אויף א אופן וואס איז שוין יארן נישט געווען.
אבער צו דיר לשיטתך בלייבט מיין פראגע אקוראט ווי פריער, ביטע גיבן א ענטפער.
ר' ניסים לאזט גיין צו בחירות אויך. דאס קומט דיר אויך צוניץ?
מ'גראבט ליידער קברי ישראל, אזוי ווי די רשעים האבן געגראבן די לעצטע פופציג יאר, און דעריבער גייען די אינגעלייט ארויס מוחה זיין.
געלעכטער, איך בעט דיר זייער, דו ביסט דער ערשטער וואס האט אנגעהויבן ענטפערן אויף וואס איך פרעג, אויב האסטו טאקע די ריכטיגע תשובות, ביטע האלט דיר צום שמועס, און ענטפער וואס איך פרעג.
יישר כח.
| FiveBoro כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | 1) ר' נסים לאזט גראבן קברים? זיי קלאר מסביר ביטע, ווייל עס קען אונז צומוצקומען.
2) דער ראב"ד האלט (לייען: ווייסט) אז אתרא קדישא איז א געלט\כבוד קאמפאני, און דער עצה דערצו איז נישט זיי אנצורופן.., נאר ער טוט דערצו דאס וואס ער דארף צו טוהן, און ב"ה דער מצב אצינד איז זייער גוט.
אתרא קדישא האט שוין היינט נישט קיין שום קאנטראל אויף קברים, און דער נייער ועד האט געעפנט א עפאכע פון הצלת קברי ישראל אויף א אופן וואס איז שוין יארן נישט געווען.
אבער צו דיר לשיטתך בלייבט מיין פראגע אקוראט ווי פריער, ביטע גיבן א ענטפער.
|
|
איך האלט נישט ביים איבערקייען איינמאל און נאכאמאל. איך האב דיר שוין געבעטן אפאר טאג צוריק זאלסט ברענגן "איין" היימישער רב וואס שטעלט זיך ארויס און זאגט אז אתרא קדישא טויג נישט. הייבסטו אן דרייען מיט א ר' ניסים קרליץ וואס איז בכלל נישט היימיש און נישט מאסגעבנד ווען עס קומט צו די נושאים פון דת ומדינה. נו, אז נישט ר' ניסים, הייבסטו אן זאגן אז דער ראב"ד ווייסט ביי זיך אין הארץ אז אתרא קדישא טויג נישט. האסטו נאך אלץ נישט געענטפערט מיין ערשטע פארלאנג פאר "איין" רב אפילו וואס איז זיך מתלונן אויף אתרא קדישא און זאגט אז זיי טוען אומרעכט.
איך בעט שוין אפילו נישט אז זיי זאלן מוחה זיין, מ'רעדט אז די עדה החרדית, צי די בני הרה"ק מבריסק נ"ע זאלן עכ"פ זאגן אז ידינו מסולקת פונעם גאנצן געשעפט, מיר שטיצן נישט יאקטער אבער מיר שטייען שוין מער נישט מיט מיט די פעולות פון אתרא קדישא.
פארוואס האלטסטו אז א נייטראלער מענטש, ווי למשל אברהם פריעדמאן מיט זיין צייטונג, דארפן אננעמען חוות דעתו פון א ניק אויף היידפארק וואס זאגט אז ר' משה שטערנבוך האלט אין הארץ אזוי, און דער פרעמדער ר' ניסים קרליץ האלט אזי, ווען לעומת זה איז דא אן א צאל בריוון פון גאוני וקדושי ארץ אין שטיצע פון ר' דוד שמידל און אתרא קדישא?
תוקן על ידי געלעכטער ב- 27/06/2011 23:29:25
ער וויל נישט ענטפערן.
נישט איז נישט.
ער וויל נישט ענטפערן. נישט איז נישט.
דו ווילסט דא יעצט ווערן דער 'שואל' בעפארן מיר ענטפערן?
איך בין גראדע גרייט צו זיין א משיב, אין א צווייטן אשכול.
אבער עס איז א שאד אז דו האסט אפגעטרעטן פון צו זיין דא א משיב, און דו לאזט איבער א רושם פאר ענקערע מענטשן אז מיר האבן רעכט.
דאס אהרונישע שמאל קעפיגקייט אז די וועלט ווערט געפירט פון היידפארק איבערצייגט זיך נעבעך איינמאל און נאכאמאל.
ניין צדיק'ל, קיין איינס פון אונזערע מענטשן דארפן ב"ה נישט קיין תשובות צו דיינע וואנזיניגע שאלות, וואס באשטייט פון א איין מאן באנד מערכה אויף היידפארק, ניטאמאל דער פרישער קברים פארשטייער ר' הירצקא צוויבל נעמט א שטעלונג אין דיין מערכה'לע וואס ווערט געפירט מיט א תמימות מיט גראבע און קליינע אותיות, לאנגע שטריכן און שרייענדיגע קעפלעך.
איך האב ס"ה געוואלט צוקומען צום שפיץ פון דיין בארג, און עס האט זיך ווידעראמאל ארויסגעשטעלט אז קיין איין היימישער רב, אפילו נישט ר' אהרן טייטלבוים, וואס האלט זיך געעווענדליך אפ פון עפענען א גרויס מויל ווען ס'פארהאן א סקאנדאל ביי כלל ישראל, נאכדערצו אזא שרעקעוודיגע סקאנדאל ווי דו לייגסט עס אראפ, שטייט מיט אין דיין מערכה קעגן דעם מוסד הקדוש אתרא קדישא וואס איז נתייסד געווארן ע"פ הוראתם פון רביה"ק מסאטמאר והרה"ק מבריסק זי"ע, און ווערט ווייטער געפירט דורך די אלע ערליכע אידן פון אונזער היימישער לאגער, ובראשם מרן הגאב"ד ר' יצחק טובי' ווייס שליט"א.
יעצט זיי ממשיך מיט דיין עבודת הפרך פון פארשווארצן דעם פנים פון די אהרונים אז זיי זענען די וואס פירן א מערכה קעגן דעם הייליגן מוסד.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 28/06/2011 10:07:37
| FiveBoro כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | ער וויל נישט ענטפערן. נישט איז נישט. |
|
שאלה נומער 2:
אנגעבליך קומט פאר משך די לעצטע יאר חילולי קברים אויף צענדליגער מקומות איבער די לאנד, לויט די קראנטע ידיעות פונעם ועד לעניני הפגנות "אתרא קדישא".
מיר אלע געדענקען די מערכות וואס פלעגן אויסברעכן פון צייט צו צייט ווען די ציונים הארורים האבן געגראבן קברי ישראל, און די שרי התורה חברי הבד"ץ העדה החרדית, נאכגעפאלגט פון
אלע גדולי ישראל פון איבער די וועלט, האבן געעפנט א מערכה כבידה, עד שיבוטל הגזירה.
שטעלט זיך די פראגע, אויב גראבט מען אצינד קברים אין בית שמש, אויב גראבט מען אצינד קברים אין רמלא, אויב גראבט מען אצינד קברים אין יבנה, ועוד ועוד, ס'איז שווער נאכצוגיין די טעלגיכע פארשידנאריטיגע באריכטן, פארוואס קומען די רבנים נישט ארויס מיט א ווייגעשריי?
וואו איז דאס געהערט געווארן אז ר' מנשה פילאפף אין "צייטונג" זאל מוזן זיין דער יחיד וואס וויינט, און אנגעדרייטע אינגעלייט זאלן מוזן לויפן אויף די אייגענע האנט דורכפירן איזאלירטע נטורי-קרתא-סטייל פראטעסטן, אין א צייט וואס די ביינער פון אונזערע עלטערן ווערן שענדליך אויסגעגראבן מיט רציחה?
פארוואס קומט נישט די עדה החרדית ארויס מיט א קול קורא, צו רופן דעם ציבור מוחה צו זיין אויף די אנגעגעבענע פלעצער? אדער, פארוואס זעהט מען נישט קיין איין רב פון די עדה החרדית ארויסקומען פרטעסטירן, אזוי ווי אינעם עבר ביי אשקלון און יפו? תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 28/06/2011 10:08:15
| געלעכטער כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | ער וויל נישט ענטפערן. נישט איז נישט. |
|
שמוציגער געמיינער פאשקעוויל היינט אויסגעהאנגען דורך "אתרא קדישא" עשקנים.
נעכטן איז נפטר געווארן הגאון ר' מיכל יודא לעפקאוויטש ז"ל, א איד וואס איז נישט געווען פון אונזער קרייז, געגאנגען צו די בחירות, אבער אלע ערליכע רבנים האבן פארט געהאט א רעספעקט פאר אים זייענדיג א גדול בתורה און אויך איז ער געווען א יחיד במינו, אז ער איז געווען א אמתער לוחם קעגן די גזירות נגד הדת באה"ק, נישט ווי די אנדערע וועלכע זענען פארטיקען געווארן אין ציונות און פאליטיק.
היינט אינדעפרי האבן די פושעים הנקראים "סיקריקים", אנשי אתרא קדישא, בשעת די לויה פון ר' מידל יודא ז"ל, אויסגעהאנגען אט דעם שמוציגן פאשקעוויל קעגן אים, פארן חטא פון אראפנעמען דעם חרם פון אלקטרה.
איך וועל יעצט נישט אריינגיין אינעם ענין פון די חרם ווי אויסגעהאלטן דאס איז געווען און פארוואס זיי האבן אראפגענומען דעם חרם, אבער איך שיהיה לאזט זיך פרעגן:
הזאת תורת אמת?! דאס האט אונז די רבי געלערנט?! דאס מיינט ערליכע קנאות?! פארשעמטע פארשוינען!!!
[בילד – נישט אפגעהיט]
מיר רופן אלע אויס צו די שמוציגע אזוי גערופענע קנאים: פארשעמט נישט די נאמען פון אלע קנאים און פון די עדה החרדית! לאזט אונז אפ!
כאטש אז איך האב נישט קיין שום איבריגע געפיל פאר אתרא קדישא, און זייערע אנפירער
דאך וויל איך ארויסבענגען מיין מיינוג בנוגע די לעצטע פאשקעוויל וואס פייוו בארא האט אהערגעברענגט,
לויט מיין מיינוג, איז די לעצטע פאשקעוויל נישט קיין צעטיל פון גאס, וואס איינער האט אויפגעהויבן פון פלאר, און אריינגעסקענט און קאמפיוטער, עס זעט מיר אויס כאילו איינער האט עס אליינס פאברעצירט און דער נאך געשיקט צו פיוובארא עס זאל עס אהערשטעלן און פארשעמען דערמיט אתרא קדישא
אדרבה, פראבירט עס אליינס, סקענט אריין א צעטיל אויפגעהויבן פון גאס, וועט איר זען אז עס קיקט נישט אויס די זעלבע
איך וועל נישט חושד זיין פיוובארא מיט פארפירען דעם ציבור, מן הסתם איז ער געווארען אפגענארט און געקויפט פאלשע אינפערמאציע,
נ.ב. די זעלבע קען מען אויך זאגען אויף די ערשטע פאשקעוויל פון דעם אשכול, הגם אז אויף די צווייטע זעט זיך עס מער אן אז עס איז פאלש
have hope
איך וואלט געוואלט פארשטיין פארוואס די באשולדיגסט פייוו בארא מיט א אזא פרעכע באשילדיגונג?
איז דאס באזירט אויף דיין עקספערטיז פון סקענען פאשקעווילן?
דיין פשוטע טראסט וואס די האסט אז אתרא קדישא בפרט, און כלל ישראל בפרט , האבן נישט אזעלכע
געמיינע LOWLIFES אלטס פאשקעווילן שרייבער?
אדער איז עס גאר באזירט אויף דיין 14טע אני מאמין!
[אני מאמין שכל מה שאתרא קדישא עשה עושה ויעשה מיום הווסדם עד ביאגו"צ הם צודקים,והאמת בארץ תקבור! ואין לנו ולבנינו ולבני בנינו, רשות להרהר אחריהם לעולם ועד סלה]
מכחיש שמש בצהרים. א שאד יעדעס ווארט.
קליינקאפ,
עס איז נישט צו פארשטייען ווי אזוי די פרעגסט מיר א שאלה אויף מיין תגובה, אויף זאכען וואס איך האב ניטאמאל געשריבען, עס איז די מינעמאלסטע סטענדארט, אז דו זאלסט צום ווייניגסטענעס קודם ליינען די תגובה אויף וואס דו באציעסט זיך,
לייען איבער מיין תגובה נאכאמאל, און אויב עס איז דיר שווער קענסטע מיר איבערפרעגן
יא! מר האפ
דא לאכט מען!
פייו בארא, איך האלט אז נאך אזא שרעקעדיגע אקט פון אתרא קדישא גייען זיך זיכער אלע גאוני וגדולי ארץ וואס שטייען מיט מיט די ארגענעזאציע, זיך אפשאקלען פון איר און זיי אויפהערן שטיצן. וואס האלטסטו?
1) איך ווייס נישט פון וועלכע גדולי ארץ דו רעדסט.
2) דו טוסט בארעכטיגן דעם פרעכן פאשקעוויל פון די געמיינע יונגען?
(ענטפער ביטע אויף ביידע).
פאר די אלע וועלכע קענען נישט אריינעמען אין קאפ דעם ביטערן מציאות אז אזעלכע שמוציגע פאשקעווילן ווערן געמאכט דורך אתרא קדישא יונגען, [וואס באמת איז פארשטענדליך דאס נישט צו קענען פארדייען אלס אן אמת, נפש היפה סולדתו], האט מיר איינער אריינגעשיקט א לינק צו אן אלטער אשכול פון עטליכע חדשים צוריק אין בחדרי חרדים פארום, וואו איינער שטעלט ארויף אויסצוגן פון א קונטרס וואס איז ארויסגעגעבן געווארן לרגל א עצרת פון אתרא קדישא, וועלכע אנטהאלט דעם מיאוסן פאשקעוויל קעגן הגאון ר' נסים קרליץ, און נאך שמוציגע מאמרים אקעגן אים און זיין בי"ד.
עס איז נישט אזוי ווייט אז מען וויל נישט גלייבען אז אתרא קדישא איז עלול צי טיען אזלעכע זאכען, יעדער פארשטייט אז זיי קענענן עס טיען,
די שאלה איז מער צו די עומדים בראש און די מלחמה מיט אתרא קדישא, צי זיי זענענן טאקע אזלעלכע נקי כפים, און אויסגעריפענע אמת'ע מענטשן, אז מען דארף זיי גלייבען אויפן ווארט, און אפקויפן זייער PR וואס ווערט בעיקר געפירט דא אויף היידפארק דורוך איינצעלע ניקים, אדער אפשר קען זיין אז ניין, מען מוז זיי נישט גלייבען, און עס איז רעכט צו פארלאנגון באווייז אז זיי זענענן טאקע בעסער און די PR וואס זיי פארקויפן איז אמת
יא! מר האפ!
דא לאכט מען
| FiveBoro כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | 1) איך ווייס נישט פון וועלכע גדולי ארץ דו רעדסט.
די רבני העדה החרדית און די בני הרב מבריסק
2) דו טוסט בארעכטיגן דעם פרעכן פאשקעוויל פון די געמיינע יונגען?
וואו האסטו מיך געזען בארעכטיגן? איך האלט נאך בכלל נישט אז דאס האט מיט אתרא קדישא (נניח אז אזא פאשקעוויל איז בכלל מפורסם געווארן)
(ענטפער ביטע אויף ביידע). |
|
| FiveBoro כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | פאר די אלע וועלכע קענען נישט אריינעמען אין קאפ דעם ביטערן מציאות אז אזעלכע שמוציגע פאשקעווילן ווערן געמאכט דורך אתרא קדישא יונגען, [וואס באמת איז פארשטענדליך דאס נישט צו קענען פארדייען אלס אן אמת, נפש היפה סולדתו], האט מיר איינער אריינגעשיקט א לינק צו אן אלטער אשכול פון עטליכע חדשים צוריק אין בחדרי חרדים פארום, וואו איינער שטעלט ארויף אויסצוגן פון א קונטרס וואס איז ארויסגעגעבן געווארן לרגל א עצרת פון אתרא קדישא, וועלכע אנטהאלט דעם מיאוסן פאשקעוויל קעגן הגאון ר' נסים קרליץ, און נאך שמוציגע מאמרים אקעגן אים און זיין בי"ד.
|
|
קוקענדיג אויפן קעפל שטייט אז דער גליון איז ארויסגעקומען דורך א געוויסע ועד למניעת חפירות. וואס האט דאס מיט אתרא קדישא?
און בכלל ווייסט יעדער דער אפטייטש פון א פאשקעוויל איז אז דאס ווער פארשפרייט אנאנים, דו ברענגסט דא איין פאשקעוויל נאכן צווייטן, וואס ווי געזאגט איז בכלל נישט זיכער אז עס פארשפרייט געווארן בכלל, און מיט דעם פירסטו א מערכה מיט אתרא קדישא, הלמאי זיי האבן דאס געשריבן, יענץ געווארפן וכו'. דאס איז טייטש השנאה מקלקלת את השורה.
| געלעכטער כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | די רבני העדה החרדית און די בני הרב מבריסק |
|
1) וועלכע פון זיי?
2) ווען האבן זיי די לעצטע מאל מפרסם געווען אז זיי שטייען מיט מיט אתרא קדישא? עס איז דא א קאפי דערפון?
(ביטע ענטפערן אויף ביידע)
איך האב נישט יעצט קיין געדולד נאכצוזוכן, אבער איינער פון די בריסקער קינדער האבן ממש לעצטענס זייער שטארק גערעדט לטובת אתרא קדישא, און אפגעווארפן די טענות קעגן זיי. עס איז געווען בשעתו שטארק מפורסם, איך וועל דאס באלד אפירזוכן.
גערעכט, די פאשקעווילן ווערן נישט געשריבן דורך יצחק ווייס [אתרא קדישא], נאר דורך עמרם טייטלבוים [ועד למניעת חפירות].
צו ביסטו טאקע אזוי נאאיוו?
| געלעכטער כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | איך האב נישט יעצט קיין געדולד נאכצוזוכן, אבער איינער פון די בריסקער קינדער האבן ממש לעצטענס זייער שטארק גערעדט לטובת אתרא קדישא, און אפגעווארפן די טענות קעגן זיי. עס איז געווען בשעתו שטארק מפורסם, איך וועל דאס באלד אפירזוכן. |
|
אמת. האלט מיר ביי איינעם.
ווער נאך?
לאמיר זיך אפשטעלן ביי דעם איינעם. מ'האב מיר דא ר' ניסים קרליץ, וואס איז בכלל נישט פון אונזער חדר, אויף איין זייט, און פון די אנדערע זייט איינער פון בריסקער רב'ס קינדער, וועלכע האבן זיך אלץ געהאלטן נאנט בשיטה מיט סאטמאר. נו, וועמענס דעת תורה איז מער מאסגעבנד?
ביטע זיך האלטן צום שמועס.געלעכטער כתב: פייו בארא, איך האלט אז נאך אזא שרעקעדיגע אקט פון אתרא קדישא גייען זיך זיכער אלע גאוני וגדולי ארץ וואס שטייען מיט מיט די ארגענעזאציע, זיך אפשאקלען פון איר און זיי אויפהערן שטיצן. וואס האלטסטו?FiveBoro כתב: איך ווייס נישט פון וועלכע גדולי ארץ דו רעדסט.
געלעכטער כתב: די רבני העדה החרדית און די בני הרב מבריסק
FiveBoro כתב: וועלכע פון זיי?
האסטו דערמיט געמיינט בלויז הגרא"י סולווייציק?
אויב יא, קענען מיר צוריקגיין צצו אונזער שמועס.
אויב נישט, שרייב ווייטער די נעמען און די באווייזן, און דערנאך וועלן מיר זיך מוטשען צו פארשטייען פארוואס זיי ערלויבן אזאנע געמיינע אינגען פירן זייערע מערכות.