היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » יזדעזע העולם!!! הפאשקעוויל נגד כ"ק הראב"ד שליט"א

יזדעזע העולם!!! הפאשקעוויל נגד כ"ק הראב"ד שליט"א

83 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2900896
בלאט: 1 2

געלעכטער » 28/6/2011 22:54

הייסט יעדער פון די נעמען וואס איך גיי ברענגן האט א עקסטרע תירוץ? נו, הייב אן פארענטפערן הגרא"י און איך וועל פארזעצן ברענגן די אנדערע נעמען.

FiveBoro » 28/6/2011 23:01

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
שאלה נומער 2:

אנגעבליך קומט פאר משך די לעצטע יאר חילולי קברים אויף צענדליגער מקומות איבער די לאנד, לויט די קראנטע ידיעות פונעם ועד לעניני הפגנות "אתרא קדישא".

מיר אלע געדענקען די מערכות וואס פלעגן אויסברעכן פון צייט צו צייט ווען די ציונים הארורים האבן געגראבן קברי ישראל, און די שרי התורה חברי הבד"ץ העדה החרדית, נאכגעפאלגט פון 
אלע גדולי ישראל פון איבער די וועלט, האבן געעפנט א מערכה כבידה, עד שיבוטל הגזירה.

שטעלט זיך די פראגע, אויב גראבט מען אצינד קברים אין בית שמש, אויב גראבט מען אצינד קברים אין רמלא, אויב גראבט מען אצינד קברים אין יבנה, ועוד ועוד, ס'איז שווער נאכצוגיין די טעלגיכע פארשידנאריטיגע באריכטן, פארוואס קומען די רבנים נישט ארויס מיט א ווייגעשריי?

וואו איז דאס געהערט געווארן אז ר' מנשה פילאפף אין "צייטונג" זאל מוזן זיין דער יחיד וואס וויינט, און אנגעדרייטע אינגעלייט זאלן מוזן לויפן אויף די אייגענע האנט דורכפירן איזאלירטע נטורי-קרתא-סטייל פראטעסטן, אין א צייט וואס די ביינער פון אונזערע עלטערן ווערן שענדליך אויסגעגראבן מיט רציחה?

פארוואס קומט נישט די עדה החרדית ארויס מיט א קול קורא, צו רופן דעם ציבור מוחה צו זיין אויף די אנגעגעבענע פלעצער? אדער, פארוואס זעהט מען נישט קיין איין רב פון די עדה החרדית ארויסקומען פרטעסטירן, אזוי ווי אינעם עבר ביי אשקלון און יפו?


לעניית דעתי איז דאס דער הילכיגסטער באווייז אויף דעם וואס איך ווייס מידיעה ברורה, אז די עדה החרדית איז קעגן די אלע פסולע מערכות וואס אתרא קדישא פירט יעצט אן.

און אויף דעם תגובה האב איך נישט געזעהן קיין אנטווארט פון דיר, געלעכטער.

געלעכטער » 28/6/2011 23:09

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
הייסט יעדער פון די נעמען וואס איך גיי ברענגן האט א עקסטרע תירוץ? נו, הייב אן פארענטפערן הגרא"י און איך וועל פארזעצן ברענגן די אנדערע נעמען.


נאכנישט געזען קיין תירוץ.

have_hope » 28/6/2011 23:11



50% רבני העדעה ובראשם הגאב"ד שליט"א זענען נישט קעגן אתרא קדישא, עס איז א פאקט, וואס סיי לויט וועלכע וועג די וועסט עס וועלן ספינענן, וועט דאס בלייבען די מציאות

גראדע באדערט עס פאר מיר אויך, ווייל מיין געפיל איז אויך נישט מיט אתרא קדישא, אבער א מציאות קען מען נישט טוישען

געלעכטער » 28/6/2011 23:11

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האלט נישט ביים איבערקייען איינמאל און נאכאמאל. איך האב דיר שוין געבעטן אפאר טאג צוריק זאלסט ברענגן "איין" היימישער רב וואס שטעלט זיך ארויס און זאגט אז אתרא קדישא טויג נישט. הייבסטו אן דרייען מיט א ר' ניסים קרליץ וואס איז בכלל נישט היימיש און נישט מאסגעבנד ווען עס קומט צו די נושאים פון דת ומדינה. נו, אז נישט ר' ניסים, הייבסטו אן זאגן אז דער ראב"ד ווייסט ביי זיך אין הארץ אז אתרא קדישא טויג נישט. האסטו נאך אלץ נישט געענטפערט מיין ערשטע פארלאנג פאר "איין" רב אפילו וואס איז זיך מתלונן אויף אתרא קדישא און זאגט אז זיי טוען אומרעכט.

איך בעט שוין אפילו נישט אז זיי זאלן מוחה זיין, מ'רעדט אז די עדה החרדית, צי די בני הרה"ק מבריסק נ"ע זאלן עכ"פ זאגן אז ידינו מסולקת פונעם גאנצן געשעפט, מיר שטיצן נישט יאקטער אבער מיר שטייען שוין מער נישט מיט מיט די פעולות פון אתרא קדישא.

פארוואס האלטסטו אז א נייטראלער מענטש, ווי למשל אברהם פריעדמאן מיט זיין צייטונג, דארפן אננעמען חוות דעתו פון א ניק אויף היידפארק וואס זאגט אז ר' משה שטערנבוך האלט אין הארץ אזוי, און דער פרעמדער ר' ניסים קרליץ האלט אזי, ווען לעומת זה איז דא אן א צאל בריוון פון גאוני וקדושי ארץ אין שטיצע פון ר' דוד שמידל און אתרא קדישא?







נאך נישט באקומען קיין תירוץ.

געלעכטער » 28/6/2011 23:12

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?whichpage=1&topic_id=2882880&forum_id=771

קוקענדיג אויפן קעפל שטייט אז דער גליון איז ארויסגעקומען דורך א געוויסע ועד למניעת חפירות. וואס האט דאס מיט אתרא קדישא?


גערעכט, די פאשקעווילן ווערן נישט געשריבן דורך יצחק ווייס [אתרא קדישא], נאר דורך עמרם טייטלבוים [ועד למניעת חפירות].

צו ביסטו טאקע אזוי נאאיוו?


וועלכע פאשקעוויל? קעגן ראב"ד צי קעגן רבי מיכל יהודה?

FiveBoro » 28/6/2011 23:12

געלעכטער, עס איז שוין די דריטע מאל היינט וואס צוליב א מאנגל אין תירוצים, פארדרייסטו די נושא אנשטאט ענטפערן.

דא
 האסטו שוין געפרעגט די קושיא פארוואס רבנים זענען נישט מוחה, און כהאב דיר געענטפערט.



תוקן על ידי FiveBoro ב- 28/06/2011 23:24:09

FiveBoro » 28/6/2011 23:21

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

וועלכע פאשקעוויל? קעגן ראב"ד צי קעגן רבי מיכל יהודה?

ביידע.

געלעכטער » 29/6/2011 00:02

הארטע באווייז ביטע.

קריסטאל » 29/6/2011 00:14

זייט ווען דארפסטו באווייזן ?

געלעכטער » 29/6/2011 00:22

זייט פייוו בארא דארף.

FiveBoro » 29/6/2011 00:23

איך האב נישט קיין באווייזן אז דאס האט יצחק ווייס געמאכט, עס קען רואיג זיין אז עמרם טייטלבוים האט עס געמאאכט.

האסט א דריטע ווערסיע?

געלעכטער » 29/6/2011 00:24

יא, לא היו דברים מעולם. דאס האט פייוו בארא געמאכט און מיינט אזוי באשולדיגט מען אתרא קדישא.

FiveBoro » 29/6/2011 00:26

געלעכטער, גערעכט.

FiveBoro » 29/6/2011 00:28

אצינד נאכן ענטפערן לפנים משורת הדין שלא מן הענין, קען איך הערן עפעס ערנסטע תשובות אויף מיינע ערשטע צוויי פראגעס?

געלעכטער » 29/6/2011 00:36

וועלכע?

FiveBoro » 29/6/2011 00:37

שאלה נומער איינס:

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

וואס איז דיין מיינונג אויף די פראטעסטן וואס אתרא קדישא פירן אן, אויף פלעצער וואו עס איז דא א השגחה עפ"י הוראתם פון הגאון ר' נסים קרליץ שליט"א און כ"ק הראב"ד שליט"א, און מען גראבט נישט דארט קיין קברים ב"ה? אויף וועמען שרייען זיי דארט "שודדים", און פאר וועלכע סיבה גייען זיי ארויס פון כולל צו צעברעכן גדרים און ווארפן שטיינער?

ביי פרשת שפאניע איז געווען עפעס ליגנערישע הסברים אז מען פארלאנגט פון די שפאנישע רעגירונג עפעס מער. וואס איז דא די הסבר?

אויב האסטו א גוטן הסבר דערויף, און אזוי וועסטו מיר אויך קענען ענטפערן אויף אלע מיינע ביז יעצטיגע ברענענדיגע קושיות און סתירות וואס איך וועל דיר פארשטעלן, דאן פארשטיי איך אפשר פארוואס דו קענסט נישט גלייבן אויף אתרא קדישא אז זיי טוען דאס וואס זיי טוען, און דו ביסט בארעכטיגט מחולק צו זיין.

ביזדערווייל, קלער איך אז באמת ווייסטו דעם אמת.

FiveBoro » 29/6/2011 00:38

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
שאלה נומער 2:

אנגעבליך קומט פאר משך די לעצטע יאר חילולי קברים אויף צענדליגער מקומות איבער די לאנד, לויט די קראנטע ידיעות פונעם ועד לעניני הפגנות "אתרא קדישא".

מיר אלע געדענקען די מערכות וואס פלעגן אויסברעכן פון צייט צו צייט ווען די ציונים הארורים האבן געגראבן קברי ישראל, און די שרי התורה חברי הבד"ץ העדה החרדית, נאכגעפאלגט פון 
אלע גדולי ישראל פון איבער די וועלט, האבן געעפנט א מערכה כבידה, עד שיבוטל הגזירה.

שטעלט זיך די פראגע, אויב גראבט מען אצינד קברים אין בית שמש, אויב גראבט מען אצינד קברים אין רמלא, אויב גראבט מען אצינד קברים אין יבנה, ועוד ועוד, ס'איז שווער נאכצוגיין די טעלגיכע פארשידנאריטיגע באריכטן, פארוואס קומען די רבנים נישט ארויס מיט א ווייגעשריי?

וואו איז דאס געהערט געווארן אז ר' מנשה פילאפף אין "צייטונג" זאל מוזן זיין דער יחיד וואס וויינט, און אנגעדרייטע אינגעלייט זאלן מוזן לויפן אויף די אייגענע האנט דורכפירן איזאלירטע נטורי-קרתא-סטייל פראטעסטן, אין א צייט וואס די ביינער פון אונזערע עלטערן ווערן שענדליך אויסגעגראבן מיט רציחה?

פארוואס קומט נישט די עדה החרדית ארויס מיט א קול קורא, צו רופן דעם ציבור מוחה צו זיין אויף די אנגעגעבענע פלעצער? אדער, פארוואס זעהט מען נישט קיין איין רב פון די עדה החרדית ארויסקומען פרטעסטירן, אזוי ווי אינעם עבר ביי אשקלון און יפו?

געלעכטער » 29/6/2011 00:55

פאר איך גיי מיך אריינלאזן דיר צו ענטפערן זאג מיר פון וועלכע ביז וועלכע תקופה דו רעדסט. איך האלט מיך נישט ביים אריינלאזן נאכזוכן די אלע פאקטן, און נאכדעם וועסטו מיר קומען זאגן, דאס איז אנדערש, דעמאלס איז געווען א אנדערע סיבה פארוואס זיי האבן יא וכו'

FiveBoro » 29/6/2011 01:35

איך רעד פון תשע"א, זינט נאך פרשת יפו.

געלעכטער » 29/6/2011 04:08

קודם כל די פייערדיגע דיבורים פון הגאון רא"י סאלווייציק שליט"א. יעצט וועמען דארף מען ליבערשט גלייבן פייוו בארא צי דעם גאון?

בס"ד

 

מתוך דברי מחאה וזעקה

מאת הגאון הגדול

 רבי אברהם יהושע הלוי סאלאווייציק שליט"א

ראש ישיבת בריסק – מנשיאי אתרא קדישא

בחובת המערכה להגנת קברי ישראל המנוהלת ע"י אגודת "אתרא קדישא"

 

המחשבה ש"אתרא קדישא" פוגעת בקברים או מפנה קברים דומה למחשבה ולדיבורים שהנוצרים טענו שיהודים רוצחים נוצרים לשתות דמם ולשים דם נוצרים במצות!

 

הגויים שסרבו לקבל תורה משום "מה כתוב בה – לא תרצח" " אי הכי לא בעינן"! הם טוענים על היהודים שאמרו "נעשה ונשמע" על לא תרצח – שהיהדים רוצחים וצריכים דמם!

 

רבנים שטוענים כבר 20 שנה שאתרא קדישא קיצונית ובלתי פשרנית ולא מתפשרת – ולכן גורמים שאין השלטונות רוצים לשמוע אותנו, וצריך להיות יותר פשרנים וותרנים ואז נוכל לפעול.

 

הם הרבנים שעכשיו מעלילים על "אתרא קדישא" שחפרו קברים ועשו מה שהם דורשים שיעשו כבר 20 שנה! וכמובן שהכל שקר וכזב ואין לאותה חפירה שום שייכות עם אתרא קדישא – שום שייכות ממש.

 

חז"ל אומרים שתבוא אשת פוטיפרע ותעיד שלא נחשד יוסף על עריות, מאי שלא נחשד? הרי בוודאי נחשד – רש"י מביא שכל מצרים דיברו עליו – שאותה מרשעת הרגילה שמו בפי כל הבריות והי' צ"ל שתעיד "לא עבר עבירה" ומאי שלא נחשד?

 

אלא שחז"ל מביאים שמצרים שטופה בזימה כולה, והתורה מעידה "כמעשה ארץ מצרים לא תעשון" ומצרים היתה סמל של זימה ועברות, ומה הי'ה להם לבריות במצרים לרנן ולדבר על יוסף כל כל הרבה, הרי כל הדיבורים אודותיו שהיה כמעט מעשה – ובפועל לכולי עלמא לא היה כלום – אז בארץ שטופת זימה כמו מצרים מה יש לדבר על זה?

 

אלא שזו התשובה: שאם יוסף היה באמת מאותם הנחשדים על דבר זה – באמת לא היו מדברים על זה כלל! שהרי מה יש לדבר על דבר שלא הי' כלל, אלא כל הדיבורים הם בגלל שלא נחשד יוסף ואי אפשר לחושדו כלל – ולכן הדיבורים.

 

והוא הדין "אתרא קדישא" – כל הדיבורי שקר – בגלל שאי אפשר לחושדם כלל!


געלעכטער » 29/6/2011 04:10

א בריוו פון דעם גאנצן בי"ד שע"י העדה החרדית פון כסליו תשע"א
[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי געלעכטער ב- 29/06/2011 04:11:38

FiveBoro » 29/6/2011 18:38

איך האב געפרעגט א בערענענדיגע קושיא פארוואס דער בי"ד שווייגט שטיל אויף די שרעקליכע חילולי קברים וואס קומען אנגעבליך פאר אין צענדליגער פלעצער איבערן לאנד - שוין נאך די סתימת הגולל אויפן יפו מערכה, 1) זיי פארופן נישט קיין מחאות, 2) זיי גיבן נישט ארויס קיין מכתבי מחאה, 3) זיי שיקן נישט דעם ציבור מוחה זיין אויפן פלאץ, 3) זיי גייען נישט אראפ אינאיינעם מוחה זיין אזוי ווי עס איז געווען אין יפו.

און דו ברענגסט מיר א בריוו פון חודש כסליו, (ווען די יפו מערכה איז נאך - אגב - אנגעגאנגען) וואו בי"ד שרייבט אז מען זאל העלפן די "אינגעלייט" (פארוואס זיי שרייבן נישט "אתרא קדישא" האט אויך א סיבה ואכמ"ל) וועלכע האבן חובות צוליב די פארלאפענע מחאות, מען זאל זיי גיבן געלט.

פון וועמען מאכסטו ליצנות?

==========

ביטע ענטפערן אויף ביידע פון מיינע פראגעס א תשובה הגונה "מן הענין", אז איך זאל קענען פרעגן ווייטער.

געלעכטער » 29/6/2011 20:31

און איך האב אויך געפרעגט א ברענעדיגע קשיא, הגם נישט מיט באלד אותיות, אבער מער ברענעדיגע ווי דיינס. דא שטייט פאר הגאון רא"י מבריסק שליט"א, קעגן א ניק אויף היידפארק. ווער איז ליבערשט באגלייבט?

FiveBoro » 29/6/2011 20:45

ברענעדיג? גוט, לאמיר נישט אריינגיין אינעם אפטייטשט יעצט, לאמיר זעהן ווי מיר האלטן מייט דיר:

איך האב געפרעגט 2 קשיות, און דיין ענטפער אז הגרא"י מבריסק שליט"א האט קלאר געזאגט אז ער קען נישט גלייבן אז אתרא קדישא גראבט קברים.

איך האב גוט פארשטאנען? ווייל געבעטן האב איך דו זאלסט ענטפערן "מן הענין".

געלעכטער » 29/6/2011 20:57

וועלכע חלק איז נישט מן הענין?

FiveBoro » 29/6/2011 21:09

הרב געלעכטער, איר האט א קאנפליקט איבער האלטן ס'לעצטע ווארט?

געלעכטער » 29/6/2011 21:27

איך האב נאך בכלל נישט געזאגט מיין לעצטע ווארט. נאר בעפאר אלע טענה'רייען וויל איך קלארן ביאור וואס כ'האב מיך בכלל צו טענה'ן מיט דיר אויב הגאון מבריסק שליט"א זאגט פארקערט, און רייסט גאר שארף אראפ די אתרא קדישא קריטיקירער.

FiveBoro » 29/6/2011 22:05

סך הכל:

נאכן ציען 6 בלעטער און ארומדרייען אהער און אהין, וויל ער נאכאלץ נישט ענטפערן אויף מיינע קושיות, נאר ער וויל נאכאלץ פארשטיין אנדערע זאכן שלא מן הענין, לדוגמה פארוואס הגרא"י סולוויישיק האט געזאגט אז ער קען נישט גלייבן אז אתרא קדישא גראבט קברים..

have_hope » 29/6/2011 22:22


טעות

תוקן על ידי have_hope ב- 29/06/2011 22:34:57

האנדא » 30/6/2011 00:02

יא! מר האפ
און דא לאכט מען!

לעקסינגטאן » 30/6/2011 04:03

פוי!!!

ס'כאפט אן עקל וואס דא גייט פאר מיט די זאלי ניקס לעצטנס

געלעכטער
קארופציע
have hope
באלאנד
נוטראלער
לאעליכם
 משהלע מאטעלע
upstate1

סהערשט נעבעך א הילכיגן פוסטקייט ביים זאלונישן לאגער
און אן צופילן זייערע פוסטע זעהלער קומט מען יעדע דריי מינוט אפיהר
מיט א פרישן ניק מ'שפילט פארטיי מ'דרייט א קאפ

איין עצה איז דא מיט די דאזיקע נודני"קים טאטאל איגנארירן מען זאל לאזן העוו האופ אליינס פירן א שמיעס מיט זיין אנדערן קארופציע אדער נוטראלער צי מיט זיין באלאנד ניק

נאך קען מען זען ווי זייער קאפ איז טיף טיף אין טינופות זיי קענען זיך נישט העלפן ווי סקומט נאר אונטער
שמירן זיי אן מיט ניבול פה רח"ל
זייער פארום האט אפגעטריקנט קומען זיי דא פארבראכן די צייט

ארויס פון דאנעט
מנהל מנהל!! שפאר זיי אלעמען ארויס פון דא

דא איז נישט קיין גן ילדים


געלעכטער » 30/6/2011 08:30

דער געטרייער איבערגעגעבענער שוואנץ משה'לע איז נעבעך אויך געפאלן א קרבן צו די אטאקע? ת.נ.צ.ב.ה.
בלאט: 1 2