| לאעליכם כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | חברה וואס קען מען טוהן? די מערכה איז אדורכגעפאלן! כ'בין נישט דא זיך צו טענה'ן אויף זאכן וואס מ'האט שוין איבערגעקייט צוואנציג מאל. כ'בין אויך אן אהרוני, כ'זאג אויך הגה"ק ווען ס'פעהלט אויס, אבער די מערכה איז אדורכגעפאלן און מיאוס אדורכגעפאלן!
כ'פארשטיי די אלע תירוצים און באבקע'ס וואס מ'טרעפט יעדעס מאל, (צי ס'איז אמת צו נישט), איינמאל איז די נחמה א זיידע וואס איז נישט געגאנגען, און אן אנדערס מאל איז די נחמה אז דער און דער האט נישט געוואלט זיין מסד"ק וכדומה.
נעקסטיים פאר מ'נעמט אונטער אזא מערכה, לוינט זיך צו פרעגן קלוגע אידן צו מ'זאל עס אונטערנעמען צו נישט, וואס איז די טשאנסן וכדומה. (כ'פארשטיי אז מ'וועט דא אויפשפרינגען... וואס הייסט? ס'איז דאך א תורה'דיגע מערכה, כולו לש"ש, דער דיין, רביה"ק אין אגרות מהרי"ט וכדומה. יא כ'ווייס פון אלעס. דאך איז היינט אן עלמא דשיקרא, און אזעלכע זאכן דארף מען גוט שוקל זיין).
כ'בין נישט געקומען דא זיך טענה'ען, נאר צו זאגן מיין פריוואטע מיינונג, ממילא וועל איך אי"ה נישט ענטפערן און מגיב זיין דא. |
|
לא עליכם ולא עלינו, איך ווייס נישט וואס דו ווילסט ארויסברענגען אז דו ביסט אויך א אהרוני, למעשה ווייס איך נישט -און בין אפילו נישט נייגעריג- צו דו ביסט א אהרוני צו א זאלי צו א בני המן, פרענקלי איי דונט קעיר, איין זאך בין איך זיכער אז ביסט א געזינטער שוטה,
וואס הייסט מערכה? און בכלל וואס איז די מערכה? איך בין "אויך" א אהרוני, און איך ווייס נישט פון קיין שום מערכה, אויסער אז דאס וואס אפאר ווילדע יונגלעך האבן זיך צולאזט און געווארפן פאשקעווילן (וואס אגב, האט מען זיי שוין געסטאפט) הייסט ביי דיר א מערכה, איז נישט גיין צו די בחירות א מערכה? איז דער איסור צו גיין צום כותל א מערכה? איז צניעות וואס דער הייליגער דברי יואל האט אזויפיל געארבייט דערויף א מערכה? איז דען דא דרשות, פלאקאטן, פראטעסטן, אויסצופירן די "מערכה? וואס פאר א גיט יאר איז דאס "מערכה"? דאס ווארט מערכה איז א זאלי ווארט, דארט איז יעדע זאך א מערכה!,
יא, איין זאך איז א מערכה, די בני המן און זייערע נייע צוגעקומענע בוזעם חברים די זאליס, האבן א מערכה פון צוברעכן און דיסטרויען, און נישט קיין תורה, נישט קיין באשעפער, נישט קיין מענטשהייט, גארנישט וועט זיי נישט שטיין אין וועג דורך צו פירן די דאזיגע מערכה, "שקר" ווערט א מצוה, "הלבנת פנים און חוצפה" ווערט א הידור מצוה, "בזיון ספרי תורות" ווערט מותר לכתחילה, אלעס נאר פאר די "מערכה", די יערליכע פראטעסטן אקעגן דעם מוסד הקדוש שערי חמלה פון אפאר אויסגעוועפטע ווערעמיגע בני המן דאס איז א "מערכה", איך האב נאכנישט געזען אזעלעכע פראטעסטן אקעגן דעם גע'אסר'טן זאל.
לאמיר זען, וואס האבן די אהרונים געטון כדי דארט זאל נישט זיין קיין חתונות? מען האט געמאכט א אסיפה כללית און ס'האבן אויפגעטרעטן דיינים ורבנים פון די קהילה, ובראשם דער דיין דמתא וואס רבינו הקוה''ט זי''ע האט עם ממנה געווען להורות ולדון אין שטעטל, איז דאס ענק מחייב? לכאורה יא, דער רבי זי''ע האט דאך עם ממנה געווען צו זיין דער דיין פון דעם שטעטל, ובפרט אז אינטער די קוליסן האט איר זיך אלץ געגרויסט אז רבי געציל איז ענקערס, דאכט זיך לויט דעם וואלט איר דאך געדארפט אנעמען זיין חוות דעת, אדער כאטשיג למיחש מיהא בעי, מכוח ספק וואלט איר דאך געדארפט חייש זיין, און וואס איז געווארן? עפ''י תורה וואלט מען אפשר געדארפט חייש זיין לפסקו פונעם דיין דמתא, אבער אין הלכות "מערכה" שטייט קלאר אז כדי צו צוברעכן און דיסטרויען קיקט מען נישט אויף די תורה, נאר מען טיט אלעס להכעיס, אלעס איז מותר כדי צו צוברעכן, פון רבי געציל ווערט א קעציל, אלעס לכבוד די אזוי גערופענע "מערכה".
ווי נידעריג דארף מען זיין אז א טאטע זאגט פאר זיין טאכטער, קינד מיינס, איך האב אנגענומען דעם איסור פונעם דיין, און קען נישט גיין צו דיין קינד'ס חתונה אויב עס וועט זיין אין דעם מפוקפק'דיגן זאל, ווער וואלט נישט אוועק געפירט די חתונה פון דארט? יעדער נארמאלער מענטש, אפילו א נידעריגער פארטריקאנער וואלט געהאט אזוי פיל דרך ארץ פאר זיין אדער איר טאטן, אבער נישט ביי די ווערעמיגע קינדער, זאל דער טאטע גיין לעזאזל, די "מערכה" דארף ווערן אויסגעפירט, איי, איז דען דא א חוב קדוש דארט חתונה צו מאכן? קען מען דען נישט גיין דארט ווי דער אלטער טאטע וועט יא באשיינען די שמחה? איז דער תירוץ, אז די מערכה איז וויכטיגער ווי כיבוד אב ואם!, ארור מקלה אביו ואמו...
ניין! ס'איז נישט אדורך געפאלן, דער איסור איז קאי וקיים, ס'איז נישט קיין נפקא מינה צו 1000 מענטשן האלטן דאס איין, צו הונדערט מענטשן האלטן דאס איין צו אפילו נאר איין מענטש, אזוי ווי דער רבי שרייבט אין ויואל משה אז כדי איין מענטש זאל זיך צוריק האלטן פון ציונות האט זיך שוין געלוינט דער גאנצער ויואל משה, ס'איז א פסק הלכה וואס ווערט נישט נשתנה פון פורצי גדר אפילו ווען די מהרסים זענען אינגאטשעס מיט פארגלייזטע אויגן און צוקראכטע ביבער היטן, דער פסק איז א ניצחי, און ביז ס'איז דא איין מענטש וואס וויל דארט נישט חתונה מאכן ווייל לויטן פסק פון הייליגן דברי יואל זי''ע איז דאס אסור, איז דאס נישט דורך געפאלן.