א טיפער געדאנק, וואס דארף דערהערט ווערן,
טראכט גוט אריין, בני יואל פייפט זיך שוין אריין אין ר' אהרן פאר 25 יאר, ממש יעדער איינציגער הינזיכט וואס געבט זיי זעלבסטשטענדיגקייט האבן זיי שוין געטון, אייגענע קהלה, אייגענע רבנים, אייגענע דיינים, אייגענע בתי מדרשים, אייגענע מוסדות, אייגענע ביה"ח, אייגענע בוטשער, זייערע באסעס קורסירן קרית יואל פראנק און פריי, וואס נישט, זיי זענען שוין 25 יאר גענצליך אפגעהאקט מיט די קהלה און זייערע מנהיגים,
פארשטייט יעדער בר דעת וואס האט א טראפקעלע שכל אין קאפ, אז דער אקט פון אליינס מסדר קידושין האט שוין גארנישט מוסיף גיין אין זייער זעלבסטשטענדיגקייט, איבערהויפט אז ס'זענען אלע די זעלבע מענטשן וואס האבן שוין מורד געווען פאר 25 יאר, און די זעלביגע פארשטייט יעדער בר דעת אז אפי' לו יצויר מ'זאל יא קענען זיי מונע זיין פון אליינס מסדר קידושין, גייט ר' אהרן קיינמאל נישט האבן עפעס מער שליטה אדער פארמינערן זייער גענצליכע זעלבסטשטענדיקייט.
דאס גאנצע וואס איז בלויז געבליבן זיך צו קריגן איז א ריינער הלכה'דיגער פונקט, עפעס אנדערש איז באמת נישטא, ממילא בכגון דא איז דער שורת הדין זאגט, אז די איין איינציגער אגענדע וואס ר' געציל בערקאוויטש האט מיט זיין פסק הלכה איז בלויז ריין הלכה לשם שמים, ווייל קיין אנדערע אגענדע איז ע"פ שכל נישטא. לפי שיטת ר' געציל זענען אט די סידור קידושין נגד הלכה און מ'שפילט זיך ארום מיט דברים חמורים.
בנוסף, וואס איך האב שוין געהאט ארויסגעברענגט, אז ר' געציל האט א זויבערע רעקארד, ער שטייט געווענליך שטיל און עניני פאלאטיק, ממילא אלס דער דיין פון די ארטיגע קהלה האט אלע רעכטן צו דעם חוות דעת, און מיר האבן ע"פ הלכה נישט קיין שום רעכט איהם צו דן זיין לכף חובה אז ער זאל מייעןט פאליטיק און פארטיי, איבערהויפט אז זייער פארטיי געינט ממש גארנישט פאליטיקלי, (חוץ אויב א נייטראלער רב, נישט פון די פורשים אדער זייערע סימפאטיקער, וועלן מסדר קידושין זיין, אזא גאטונג ווי ר' שמעלקא לייפער, גאלאנטער רב, פאפא רב וכדומה, וואס דאס גייט לכאורה קיינמאל פאסירן, אזוי לאנג ר' אהרן ור' געציל לעבן).
די בני יואל מיט די זאלויניס גרויסן זיך אז זיי טוען דא עפעס אפ פאר ר' אהרן, און ר' אהרן רעגט זיך צו וואס, קודם כל ווי געשמועסט, איז דער אקט באמת א מינדעריקער, ריינער סימבאלישער אקט, אין זייער לאנגער 25 יעריגער מרידה, ר' אהרן גייט זיך שוין זיין וועג פאר יארן, די בני יואל גייען זיך שוין זייער וועג, צו זאגן אז פונקט דאס זאל איהם באדערן, איז נאנ-סענס,
אפי' לו יצויר אז אויפן מאמענט, ר' אהרן מיט די אהרונים רעגן זיך געפערליך, שטעלט זיך אבער די קשיא וועם טוט עטס באמת דא אפ? משל למה הדבר דומה, א שווער מיט א איידעם זענען געווען ביטער ציקריגט, ויהי היום, דער איידעם האט געוואלט ציפיקסט דעם שווער, האט דער איידעם זיך אפגעהאקט זיין אייגן נאז, אזוי אז דער שווער זאל זיך אוועקשעמען מיט זיין איידעם, דער שווער האט זיך טאקע געשעמט, און דער איידעם איז געבליבן מיט א חצי נזק לעולם ועד, די זעלבע לענינו, לאמיר זאגן אז די אהרונים שעלטן און רעגן זיך, אבער זיי וועלן זיך אפ רעגן פאר א שטיק צייט, און דערנאך וועט שוין יעדער פארגעסן דערפון, און אט די פארפעלקער, וועלן מעגליך זיך אפלעבן זייערע גאנצע לעבנס, מיט שאלה'דיגע פסולע קידושין'ס און זיך אומגליקליך מאכן פאר דורי דורות, ווען די גאנצע מחלוקה וועט שוין לאנג זיין פארגעסן און נישט זיין אקטועל, נו, פרעגט זיך די פראגע, רבונו דעלמא כולם! וועם טוט עטס באמת אפ?!