היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » הגה"צ אב"ד וויען טרעט ארויס שארף קעגן מחרחרי ריב

הגה"צ אב"ד וויען טרעט ארויס שארף קעגן מחרחרי ריב

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2896014
בלאט: 1 2

עםהארץל » 30/5/2011 01:21

הגה"צ אב"ד וויען שליט"א האט דעם שבת קודש ביי שלוש סעודות שארף ארויסגעטרעטן אנטקעגן די מחרחרי ריב פון די וויענע קהילה

די מעשה גייט אז לויט די שטאטוטן פון די וויענע קהילה דארף יעדעס יאר פארקומען א גענעראל פארזאמלונג און וואלן פאר פארשטאנד און ראשי קהילה, די לעצטע זיבן יאר איז נישט פארגעקומען קיין וואלן צוליב דעם וואס די יעצטיגע ראשי קהילה (די אלטע יעקערס) פון מאנסי און בארא פארק ווייסן אז זיי גייען פארלירן מיט א איבערוויגענדע מערהייט ממילא האבן זיי יעדעס יאר מאנופולירט מיט אנדערע תירוצים אז די וואלן זאלן נישט פארקומען,

היי יאר האבן זיך צוזאמגענומען אפאר אינגעלייט און אנגעפאנגען פארפירן היתכן מען מאכט נישט קיין וואלן און בנוסף צו דעם לאזט מען זיי נישט ווערן קיין מעמבערס און פארלאנגט אז מען זאל מאכן וואלן אזויווי די שטאטוטן שרייבן פאר, די ראשי קהילה האבן ווייטער גענומען ארומדרייען מיט פאלשע תירוצים ביז עס איז געווארן א גרויסע מהפיכה,

די וואך ביי שלוש סעודות האט וויענער רב שליט"א שארף ארויסגעטרעטן און געזאגט אז יעדעס יאר האט ער פארלאנגט מען זאל מאכן וואלן און די ראשי קהילה האבן אים פשוט אריינגעפיפן און פארלאנגט אז היי יאר זאל מען מאכן וואלן געהעריג און ער וועט זען אז אלע תקנות זאלן ווערן איינגעהאלטן,

דער רב שליט"א האט צוגעלייגט אז די ראש הקהל פון וויליאמסבורג האט יא יעדעס יאר געוואלט מאכן וואלן נאר די אנדערע ראשי קהילה האבן אים נישט געלאזט,

העמיר צו ווארטן און זען צו די ארונים פון וויען וועלן אויך פרובירן צו חרוב מאכן א קהילה נאר צוליב תאוות השררה והכבוד.


תוקן על ידי עםהארץל ב- 30/05/2011 01:22:56


ספרינטער » 30/5/2011 01:35

די היתר פונעם שיפלאד קען צוהעלפן.

_________________

עםהארץל » 30/5/2011 04:00

באקומען אין אישי
[בילד – נישט אפגעהיט]

עםהארץל » 30/5/2011 04:01

[בילד – נישט אפגעהיט]

געכאפטער1 » 30/5/2011 20:09

געוואלדיג, מען קען יעצט איבערנעמען ווינע קהילה..... ווין האט אויסגעטראטן א שיינעם מהלך אז מען שרייבט איין אייגענע מעמבער'ס און א קהילה, אזוי ארום מאכט מען נאכדעים וואלן און דער רוב געווינט.... און דערנאך ווארפט מען אראפ די בית מדרש און ווינער רב שרייט אז אלעס ווערט געטוהן בהוראתו הקדושה....

אזוי האט ווין געטוהן מיט א קהילה אין וויליאמסבורג, דאס פשוט באגנב'ט אויף אזא אופן 

וואלןסח » 30/5/2011 22:22

איך ווייס נישט וואס דו האסט קעגן ווינער רב
אבער דוכט זיך ווינער רב האט מען אויפגענומען געהעריג מיט וואלן (אויב האב איך א טעות פאררעכט מיר) נו אז מען האט אים אויפגענומען אלס די העכסטע אוטיראטעט קען ער טון וואס אים שמעקט (ווי לאנג ס'איז נישט אלימות...)

אומזיסט » 30/5/2011 22:24

ער רעדט פון די קליימער סט. שול, ואכמ"ל.

_________________

yidste » 30/5/2011 23:11

ער איז אויפגענימען געוורען אין אן אלטע קהילה מיט א דרך, מנהגים אין מעמבערס פון כמה דורות, צי ארבייטען פאר זיי, נישט אוועקציווארפען די גאנצע קהילה אין ברענגען נייע אינגערלייט אויף די חשבון פון די משפחות וואס זענען א חלק פון די קהילה פאר דורות. אויב ער קען נישט ארבייטען מיט/פאר די קהילה אין אויפבאוין אירע מעמבערס אין אירע מנהגים איז ער דארך געפאלען אין זיין מישיון אין זאל זיך אפשר טרעפען אן אדערער פאסט אדער צירוק גיין צי סאמבאטהעל אין דארטען ארבייטען מיט די אינגערלייט אן קיין גדרים פין א קהילה...

געכאפטער1 » 30/5/2011 23:15

ער טוט טאקע דא די זעלבע וואס ער האט געטוהן מיט די קליימער שוהל, נאר דארט איז געווען מער בולט די פראסטע גניבה על פני השמש, מסתמא האט ער געהאט א היתר אין שופלאד 

וואלןסח » 30/5/2011 23:54

yidste כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ער איז אויפגענימען געוורען אין אן אלטע קהילה מיט א דרך, מנהגים אין מעמבערס פון כמה דורות, צי ארבייטען פאר זיי, נישט אוועקציווארפען די גאנצע קהילה אין ברענגען נייע אינגערלייט אויף די חשבון פון די משפחות וואס זענען א חלק פון די קהילה פאר דורות. אויב ער קען נישט ארבייטען מיט/פאר די קהילה אין אויפבאוין אירע מעמבערס אין אירע מנהגים איז ער דארך געפאלען אין זיין מישיון אין זאל זיך אפשר טרעפען אן אדערער פאסט אדער צירוק גיין צי סאמבאטהעל אין דארטען ארבייטען מיט די אינגערלייט אן קיין גדרים פין א קהילה...


זאג נאר, דו ווייסט ווי אזוי סאטמאר האט אויסגעקוקט פאר תרצ"ד?

גביר_אדיר » 31/5/2011 00:54

אזויפיל פערדעריי  אין איין אשכול

וויענע רב האט איבערגענומען די וויענע קהילה אין א תקופה ווען די אלטע יעקישע אידן זענען נעבעך געגאנגען בדרך כל הארץ, איינער נאך איינער, און זייערע קינדער זענען נישט ממשיך אין זייערע וועגן, אדער זענען זיי געווארן ליטוויש, אדער חסיד'יש, חוץ אפאר געציילטע יחידים.

וואס האט ער געזאלט טון, אפשר האט ער געדארפט באשאפן נייע מענטשן. וואסא שטותים רעדט מען דא. איר האט נישט קיין השגה וואס טוט זיך אין וויען. ער קען די קהילה בויען נאר מיט די מענטשן וועלכע ער האט. און די ווילן טוישן דעם גאנג פון די קהילה. און אפאר פארביסענע אידן זענען גרייט ענדערש חרוב צו מאכן די קהילה אינגאנצן, ווי איידער עס שיין אויפבויען, מיט אביסל אן אנדערן אויסקוק ווי אמאל.

דאס זענען די זעלבע אידן וועלכע האבן געפייניגט דעם אלטן רב ז"ל. פאר די וויענע אידן דארף איך נישט מסביר זיין פון וואס איך רעד. זיי ווייסן.

ווידער מיט די קליימער סט. שול, איז אויך וויענער רב נישט שולדיג אז עס איז פונקט פאר אים געלונגען עס איבערצונעמען און נישט פאר דיין רבין.
ער איז גארנישט אנדערש ווי דער קלויזענבורגער וועלכער האט אפגע'ירש'נט די יוז סט. שול. אנטשולדיגט מיר, די גניבה פון דעם ביהמ"ד חרדים אין מאנסי דורך סאטמאר איז געווען פיל ערגער. און דארט איז עס נאך צוגעקומען מיט רדיפות קעגן דעם רב, א אויסגערופענער גאון וצדיק ועובד ה' נפלא.

עםהארץל » 31/5/2011 01:18

איך האף קיינער האט נישט ארויסגענומען פון מיין תגובה עפעס קעגן וויענער רב, איך האב פשוט אראפגעלייגט די פאקטן, וירא הקהל וישפוט

אז מען האט שוין דערמאנט די קליימער שוהל מעשה מוז מען צולייגן אז באמת האט וויען געטאן זייער א שמוציגע מעשה און היינט צוטאגס דארפן זיי עס שוין נישט, זייער חדר און סקול שרינקט יעדעס יאר סא זיי האבן געטאן די שמוץ און זיי האבן עס ניטאמאל פארוואס צו נוצן


vienerkatz » 31/5/2011 17:34

עס זעהט אויס, דער איינציגער מחרחר ריב אין דער ווינער קהלה איז דער רב
דער וואס האט געהערט דעם שלש סעודות תורה וואונדערט זיך אויף די נארישקייטען וואס דער ווינער רב האט צוזאם גערעדט,  ער רעדט פון זיך מיט א זעלטענעם גאות און גרויסקייט, ער זאגט " עס איז נישט דא אין גאנץ אמעריקא א רב וואס ארבעט אזויפיל פאר זיין קהלה אזוי ווי ער" איך האב געזעהן אויף די פנים'ער פון עטליכע חשובע אידען [וואס זעננען געוועהן דארט ביי שלש סעודות] גרויס באוואונדערונג אויף די סאך שטותים וואס ער האט זוזאם גערעדטץ
עד איז נעבאך א גרויסע לאזער,big time loser און ער לייגט דעם שולך אויף אנדערע,  ער איז טאקע א גרויס רחמנות,
ער וויל מאכען זיין זוהן (ר מענדלע וויזניצער איידעם) א דיין אדער רב הצעיר, אבער רוב עולם וויל דאס נישט,[ ער איז א גאנץ גרויסער עם הארץ]
און דער רב האלט עס נישט אויס

עםהארץל » 31/5/2011 17:48

הייסט דו גאנצע זאך האט נאר מיט די התמנות פון זיין זוהן אלס רב הצעיר? און דאס איז די תירוץ פארוואס מען האט נישט געמאכט וואלן די לעצטע זיבן יאר?

vienerkatz » 31/5/2011 18:11

דער ווינער רב, ער איז גאנץ אוםפארשעמט, זיין קהלה צופאלט, עס איז נישט דא קיין אמתדיגע צו וואקס אינערהאלב די קהלה,  יא, עס איז דא מנינים וואכענטאג, אבער עס האט נישט באמת מיט איהם אדער די קהלה,  זיינע מוסדות צופאלען, מתיבתות האבען זיך פארמאכט, מען רעכנט זיך נישט מיט איהם, מען רופט איהם נישט צוזאגען דרשות אלץ גאסט רעדנר, וכו' וכו',  זיינע חשובסטע חסידים וואס האבען געפייט אין זיך מוסר נפש געוועזען פאר איהם האבען איהם איבערגעלאזט, ער איז געבליבען מיט א הייפעלע ריקים ופוחזים, כידוע,  און ער האלט אין איין באשולדיגען אנדערע מענטשען פאר זיין שלאמזל

מלך_מלכים » 31/5/2011 19:09

וואס גייט דא פאר? איז דא טאקע דער פלאץ פאר אלע לשון הרע'ס פון די גאנצע וועלט? איינער שפירט אז דאס אין אין גדר פון נארמאלקייט? 

_________________

oאטמארער » 31/5/2011 19:17

מלך וואס איז דיין פראבלעם? מען טאר נישט שמועסן פון די וואלן אין וויען?

דעם ווינער קאץ דארף מען שיקן לופטערן ער איז דא נאר צו באשמוצן

גביר_אדיר » 31/5/2011 21:26

בארואיגט אייך, א פארום וועלכע באשמוצט טאג טעגליך איינעם פון די גרעסטע רביס אויף א גאר ביליגן אופן, ווערט עס אויטאמאטיש דער מקום צו באשמוצן סיי וועלכן רב אדער רבי.

גאנץ פשוט

אומזיסט » 31/5/2011 22:10

וואס זענען די רעזולטאטן פון די וואלן?

_________________

vienerkatz » 1/6/2011 00:40

עםהארץל.....

יא, די ביסט גערעכט, די וואלען האבען ציטוהן מיטן ווינער רב וועלען זיין זוהן זאל ווערן רב הצעיר.....הער די פרטים.

פאריאהר האט דער ווינער רב געגרידעט א בית הוראה אין קהל, אין באשטימט זיין זוהן אלץ א דיין אין דעם בית הוראה.-  ער האט דעס אללעס געטוהן אהן צו פרעגן אדער דורך רעדן מיט די טובי הקהל, נישט מיט די ראשי הקהלה נישט מיט די פארשטאנד,-
דער רב האט טאקע נישט געוואלט רעדן מיט די טובי הקהל ווייל ער האט מורא געהאט אז זיי וועלען נישט מסכים זיין, נישט צום בית הוראה און אוודאי נישט אז ער איז ממנה זיין זוהן אלס דיין. -
יעדער פארשטייט אז אין א קהלה, באזונדער אין א לאנג עסטעבלישט קהלה, טוט מען נישט אזוינס,
די ראשי הקהלה, טאקע דעם רב'ס מענטשען- די ביידע ראש הקהלס האבען געהאט א מיטונג מיטן רב  (פרטים פונם מיטונג, וועל איך שרייבען אנאנדערע מאהל)  און זיי האבען קלאר געזאגט פארן רב אז מען איז מבטל דעם בית הוראה.
די פרשה האט זייער וויי געטוהן פארן רב,  דעמאלט האט ער באשלאסען אז מען מוז האבען נייע וואלען אין ער מוז אריינברענגען אין דעם פארשטאנד נאר זיינע געשוואירענע מענטשען, און נאכדעם וועט ער קעננען טוהן אין קהל וואס ער וויל.-
יא, זייט יענע פרשה ארבעט דער רב טאג אין נאכט אז מען מוז מאכען נייע וואלען אין אריינברענגען זיינע מענטשען אפילו אז לויט תקנת הקהלה האבען זיי נישט קיין רעכט צו ווערען געוועהלט אדער אפילו נישט קיין רעכט צו וואטען ווייל זיי האבען קיינמאל געצאהלט מעמבערשיפ.

עםהארץל » 1/6/2011 00:53

די פראגע איז פארוואס מאכט מען נישט קיין וואלן? פארוואס האט מען נישט אנגענומען קיין נייע מעמבערס ביז יעצט?

vienerkatz » 1/6/2011 03:58

גביר-אדיר וכו'
עס זעיט אויס אז עטץ זענטץ בכלל  נישט באקאנט מיט די ווינער קהלה,
ארום 15 יאהר צוריק האט די קהלה פארמאגט דריי שיינע מתיבתות, וויליאמסבורג, בארא פארק און מאנסי.
די קול תורה האט געהילכעט אין אללע דריי מתיבתות לשם ולתפארת,
וויליאמסבורג איז געוועזען מער אונזער דרך, אביסל מער ווארעם און חסידיש געשטימט, בארא פארק און מאנסי זענען געוועזען מער די געווענליכע ווינער טייפ, פון פיינע שטארק ערליכע אשכנזישע טייפ משפחות, די מוסדות אין בארא פארק און מאנסי זענען געפירט געווארען דורך איידעלע אינגעלאט, מיט גרויס מסירת נפש, בעיקר תלמידים פון דעם פריערדיגע ווינער רב,    
די צוויי מתיבתות האבען געהאט 250 תלמידים, זיי האבען געבליעט, און עךטערן האבעו זיך געבעטען מען זאל זייערע בחורים אריינעמען אין די מתיבתות, 
די מתיבתות האבען גיגעבען א גלאנץ צו די קהלה, די קהלה איז געוועזען בתפארתה, די עסקנים האבען געארבעט לטובת הקהלה און דערבייא אויך לטובת הרב,       אבער, אבער לדאבונם......
האט דער יעצטיגער ווינער רב נישט ליעב געהאט די בחורים אדער זייערע משפחות, ער האט אזוי לאנג אונטער געגראבען ביז די מתיבתות האבען זיך פארשפארט, בידיים אוועקגעווארפען די בחורים, זייערע עלטערען און משפחות, ועל כלם פארטריבען די עסקנים וואס האבען אזויפיעל געארבעט להצלחת המוסדות.
אט די משפחות אללע זענען געוועזען עכט ווינער טייפס, זיי האבען אללע געוואלט באלאנגען, זיי און זייערע קינדער צו די קהלה, אבער מען האט [באמת נישט מען, נאר דער רב] זיי פארטריבען,

שארטקאט » 1/6/2011 05:49

איך הער די בני יואל קהלה האט זיך אנגעטראגן פארן ווינער רב שליט"א, צו מאכן א שלום אין ווינער קהלה, צווישן ווינער רב מיט די ראשי הקהלה, אזוי ווי דער ווינער רב האט אויסגעארבעט א שלום צווישן חרדים קהלה מיט די קרית יואל ווילידש,
זיי זענען שולדיג א הכרת הטוב פאר ווינער רב, יעצט ווען ווינער רב איז אויף צרות מיט זיין פעקל ווילן זיי אים העלפן,

vienerkatz » 1/6/2011 21:49

ביזדערווייל זעננען די וואלען פאר טובי הקהל- [פארשטאנד]  נאך נישט געשעהן,  ווען און וויאזוי עס וועט זיין איז נאך נישט קלאר,

כנראה אז די מיספארשטענדעניש און חילוקי דעות צווישען דער ווינער רב און זיינע מענטשען אויף איין זייט, און די טובי הקהל אויף די אנדערע זייט זענען אין פול שוואנג און עס ווערט נאך שטערקער.

דער רב האט געהאט א גרויסע פלאן און א פראגראם אויף דעם קומענדיגען יום טוב, שבועות, אבער ער איז יעצט אין א קלאם,

בכלל ער לאזט איבער די הויפט בית המדרש אין וויליאמסבורג, און פארט צו בארא פארק אויף שבועות,  עס פלעגט צוזיין א גרויסע געפאראכטס צו זיין ביי איהם (אין וויליאמסבורג) אויף שבועות. תלמידים פון בארא פארק און מאנסי, סתם אנ"ש פון בארא פארק זענען געקומען צופארען, די בית המדרש אין וויליאמסבורג איז געוועזען געפאקט,  אבער לעצטענס האט זיך דאס אויסגעטרוקענט, מען האט אויפגעהערט צו קומען, די גרויסע ביהמ"ד אין וומסב"ג איז געוועזען ליידיג, א פשוטע בושה,   -  
נו, די עצה איז, אז מען קומט נישט צו איהם, פאהרט דער רב  צו זיי,  זיינע עסקנים ארבעטען מוראדיג שווער אז ער זאלל האבען א עולם שבועות, עס זאלל נישט זיין א דורךפאל מיט גרויס בזיונות


תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 02/06/2011 23:29:33

עםהארץל » 2/6/2011 04:51

די וואלען אין וויליאמסבורג זענען שוין יא געווען

עםהארץל » 2/6/2011 04:59

שלוש סעודות תורה פון גאב"ד וויען שליט"א

עםהארץל » 2/6/2011 05:02

אויסגאנג פון די וואלען אין וויליאמסבורג
אין ב.פ. און מאנסי איז נאכנישט געווען

[בילד – נישט אפגעהיט]

אומזיסט » 2/6/2011 07:21

סאו ווער האט געווינען און ווער פארלוירן?

_________________

מאנרא_בוי » 2/6/2011 08:20

לצים זאגן אז אלע "ווינער'ס" זענען היינט אויף צרות, און זענען געפלאגט מיט סקאנדאלן וועלכע פאדערן רעזיגנאציע. קאגרעסמאן ענטאני ווינער און ווינער רב...

גינוס » 2/6/2011 15:16

אה! וויען זיכט גרויס צי ווערן, זיי פאנגען אן מיט פאליטיק

געזינט » 2/6/2011 22:03

איך קען די אלע מענטשן וואס האבען געווינען די וואלען, אלע זענען יונגעלייט מיט וויניג עקפיריענס ווי אזוי עס פירט זיך א קהילה, און זיי ערזעצט מען אונשטאט דע אלטע ערפארענע ראשי קהילה ??

oאטמארער » 2/6/2011 23:16

דו מיינסט ראשי קהילה ווערן געבוירן אלט? מען דארף זיך אמאל לערנען

vienerkatz » 2/6/2011 23:25

עס איז צרות אין וויען,

די ראשי הקהלה, די ביידע ראש הקהלס וועם דער רב איז משבח, זענען  אויפגערעגט און זענען מלא בושה אויף דעם וואס דער רב האט געטוהן און פארלאנגט אין זיין שלש סעודות תורה,
אויך דער רב זאגט מען קען פרעגען ר' חיים שטערן, און ער וועט זיין עדות אז וואס ער זאגט איז אמת, אבער ר, חיים שטערן האט געלייקענט צו די ראשי הקהלה אז ער קען עדות זאגען,
בקיצור עס איז פורים אין די קהלה,
ביזדערווייל איז געווזען ליצנותדיגע וואלען אין וויליאמסבורג,
עס גלייבטזיך נישט ווען מען זאלל עס נישט זעהן מיט די אייגענע אויגען, עס האט אויסגעזען מער ווי פורים נאכט ענדערש ווי וואלען פאר טובי קהל
אויב דע זענען די וואס דער רב וויל זיי זאלען פירען די קהלה איז א רחמנות אויף די קהלה און א ביטערע רחמנות אויף דעם רב

דזשיגאן » 2/6/2011 23:46

עםהארץל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]



דער וויענער רעדט דא זייער פארלוירן און שומפיג. ער שרייט אז ער איז א איש השלום, ווען פאר קנאפע צען יאר צוריק האט ער געהאט גאר א גרויס חלק אין דעם אש המחלוקת וואס האט געברענט אין סאטמאר.

vienerkatz » 3/6/2011 21:59

לאמיר זיך צוגרייטען צו נאך א שטערקערע שלש סעודות תורה פון דעם רב דעם קומענדיגען שבת,
דער רב איז גאנץ צעבראכען און שטארק נערוועיז, און זיין משפחה קאכט און רייצט איהם אין נאכמערץ
עס לוינט זיך צו ווארטען און הערן 

גרינטושי » 3/6/2011 23:33

איך האב געזען א מודעה אז דער ווינער רב איז שבת און בארא פארק און דע תפילות ועריכת השולחנות וועלן פארקומען אין באבוב אויף 49 באלקאני

עםהארץל » 4/6/2011 01:58

ער גייט זיין אין בארא פארק אויף שבועות, נישט די וואך

vienerkatz » 5/6/2011 16:56

דע מצב אין וויען איז מוראדיג אנגעצויגען,
דער רב טראסט נישט קיינעם פון די אלטע בני הקהלה,  אפילו זיינע נאנסטע מענטשען וואס האבען איהם געהלפען מיט מסירת נפש די לעצטע 18 יאר, ער סטראשעט מיט ווילדע קללות טאמער מען טוט נישט [בלינדערהייט]  זיין רצון,
 אין שרייט ער איז בעל הבית אויף קהל, ער איז דע אטאריטעט הן בעניני רוחניות הן בעניני גשמיות - "כל שתה תחת רגליו"  ער האט אללע רעכטען צו טוהן בנכסי הקהל ווי אזוי ער וויל, ער דארף קיינעם נישט פרעגען, ער דארף נישט קיין שום רשות פון די טובי אדער ראשי הקהלה,

מען פארשטטייט נישט וואס גייט פאר דא, וואס איז פליצלינג געשעהן מיטן רב, עס איז ביטער ווי א זית, די ראשי הקהלה האבען פשוט מורא פון חלילה א גאנצע גייסטישע צוזאמענבראך, חס ושלום, עס איז גארנישט אזוי פשוט.

עםהארץל » 5/6/2011 19:40

וואס הייסט ער טראסט נישט קיינעם פון די אלטע ראשי קהילה? ער אליינס האט דאך געזאגט ביי די של"ס תורה פאריגע וואך אז די ראשי קהילה שטערן אים נישט?

vienerkatz » 7/6/2011 00:59

עס איז צו האפען אז די הייליגע יום טוב טעג פון שבועות וועלען אדורך גיין בשלום אינערהאלב די ווינער קהלה, -  שלא נכשל ולא נכלם,
ליידער רודערט זיך [ביזדערוואל] שטילערהייט, וועגען די ערנסטע חששות פון מסירה אויף די אללע נישט לעגאלע שווינדלערייא וואס די רב'ס מענטשען האבען געמאכט אויף קהל'ס נאמען, וואס סיי עפ"י תורה און סיי שטאטישע געזעצען פאר נאן פראפיט און רעלידשעס ארגעניזעישאנס זענען מיאוס פארלעצט געווארען,
יעדע זאט סטראשעט שטילערהייט,
עס איז צוהאפען אז למען השם וקידוש שמו יתברך זאללען ביידע צדדים נוצען שכל און נישט וואשען די שמוציגע וועש אין די גאס און אוודאי נישט טוהן קיין שום מסירה אדער זאכען וואס קען ברענגען צו אינוועסטיגעישאנס,
מען זאאללען אללע האבען א גוטען יום טוב

outspoken » 7/6/2011 02:01

ס'דא א באוויסטע מעשה, ווען מ'האט אויפגענומען ווינער רב, האבן זיך די ראשי קהילה
אויסגענימען, אז זיינע קינדער וועלן עס נישט איבערנעמען, האט ער געזאגט דאס איז נאר
ווילאנג איך בין 'רב', איינמאל איך ווער ''רבי'' בין איך בעל בית

vienerkatz » 16/6/2011 06:48

אין די נעקסטע קומענדיגע פאר טעג פאנגט זיך אן די עכטע פאן ביי דער ווינער קהלה,
 עס הייסט אז עס דארף זיין וואלען אין בארא פארק און אין מאנסי צו וועהלען א נייער פארשטאנד אבער ביזדערווייל איז נאך נישט מסודר דע ענין,
אין וויליאמסבורג, ווי עס איז שוין געוועזען וואלען, זיצען שוין די ניי געוועלטער פני הקהל, נייע פארשטאנד טובים, אין זענען דן בקלות ראש, ביי סיקרעט מיטינגס, ווי אזוי פטור צו ווערען פון די אלטע טובי הקהל אפילו פון דעם ראש הקהל פין בארא פארק ר' אברהם שיינבערגער, 
אויך זענען זיי דן ביי די סיקרעט מיטינגס  וויאזוי אויספירען דעם רצון קודשו פון דעם ווינער רבין, פטור צו ווערען פון די צוויי חשובע דיינים פון די קהלה, הרב הערשל האלפערן פון בארא פארק און הרב מנחם פישער פון מאנסי.
און פארשטייט זיך נאכדעם אויף נעמען אלץ נייער דיין אין די קהלה,דעם גרויסען עם הארץ אין באקאנטער מחרחר ריב (נאך ווען ער האט געוואוינט ביים שווער ר' מענדעלע פון וויזניץ בני ברק, האט מען איהם געמוזט אהיים שיקען צום טאטען אין וויליאמסבורג)  , ר' יואל משה מרדכי כ"ץ, זון פון דעם ווינער רב.


תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 17/06/2011 03:20:55

דאסטערס » 20/6/2011 05:46

היינט איז געווען וואלן אין מאנסי און אין בארא פארק

עםהארץל » 20/6/2011 17:42

ווי עס קוקט יעצט אויס האבן די אלטע ראשי קהילה פון בארא פארק געוואונען מיט א שטארקע מערהייט נאכן אריינברענגען אלע זייערע מעמבערס פון פלעטבוש

תוקן על ידי עםהארץל ב- 20/06/2011 17:42:19

vienerkatz » 20/6/2011 21:54

דער ווינער רב איז זייער דיסעפוינטעד,
ערשטענס, עס איז נאך נישט געוועזען וואלען ביי אללע חלקים פון די קהלה, די גרויסע הויפט קהלה אין מאנסי אויף 306  האט נאך נישט געמאכט וואלען צוליב מערערע סיבות, עס קען זיין עס וועט דויערען נאך א פאר וואכען ביז עס וועלען זיין וואלען אין מאנסי, מען מוז ווארטען ביז אללע חלקים פון קהל האבען געוועהלט נאר דעמאלט וועט זיין  גילטיג און עקסעפטעד די רעזאלטאטען פון די וואלען
צווייטענס דער רב האט געוואלט פטור ווערען פון אלע אלטע טובי הקהל און עס איהם נישט געלאנגען,
 עטליכע פון זיינע מחרחרי ריב זענען יא געוועלט געווארען, איינער אפילו אויף א מיאוסען אופן, ווי איין ברידער האט ארויס געשטופט זיין אייגענע ברידער   וואס ארבעט אסאך יארען לטובת הקהלה אבער ער איז איידעל און נישט א בעל מחלוקה האט מען אריין געוועלט א מחרחר ריב אנשטאט איהם,
די ערנסטע מחלוקת וועלען זיך באלד אנהייבען, איינע פין די זאכען איז  וועגען די דיינים און זייער געהאלט, (מען מוז דאך שפארען געלט כדי מען זאל קענען אויפנעמען דעם עם הארץ אין בעל מחלוקה ר' יואל משה מרדכי בן הרב אלץ א דיין אדער רב הצעיר) די פראבלעם איז אבער דעם רב'ס געהאלט. דער רב זיצט אויף א אויסערגעווענליכע גרויסען געהאלט,
1.) ער באקומט וועידזשעס $120,000 א יאהר דאס הייסט מער ווי 2,200 דאלער א יעדען וואך,
2,) אויסער דעם צאהלט די קהלה  זיין משפחה'ס מעדיקל אינשורענס פאליסי,
3.) אויסער דעם צאלט די קהלה רענט פאר די וואינונג ווי ער וואינט, חאטשעק עס איז זיין אייגענער אויסגעצאלטע הויז, באקומט ער טויזענטע דאלער רענט
4.) מען צאהלט אין שטעלט איהם אהער א לוקסוס קאר מיט א דרייווער, פאר איהם און זיין הויזבאדארפעניש.
5.) פלאס, פלאס וכו' וכו'

פארשטייט זיך אז זיינע גרופע פוחזים וריקים ווילען דעס אלעס פראטעקטן אין אפילו ווען קהל האט נישט קיין געלט דארף מען זיכער מאכען אז דער רב אין זיין משפחה לעבט אויף א הויך סטאנדארד ווי עס פאסט פאר א  שווער ארבעטענד רב וואס ער אליין זאגט עדות אויף זיך אז ער קען זיך פארמעסטען מיט סיי וועלכע רב אין אמעריקא אין אז ער ארבעט מער פאר זיין קהלה ווי סיי וועלכע רב, 
[סך הכל האט ער נישט וואס צוטוהן מיט זיין צייט,]
עס איז נישט דא קיין ערנסטע מתיבתא,
ער האט זוכה געווען צוצומאכאן 3 מתיבתות (מאנסי, בארא פארק, וויליאמסבורג)
ער געבט נישט קיינע שיעורים [די צוויי שיעורים יעדע וואך אין בארא פארק איז ממש לעכערלאך]
ער פסקנט נישט קיינע שאלות (אזוי ווי זיין גרויסע טאטע ע"ה האט געטוהן אדער ווי זיין חשובע ברידער דער סערדאהעלער רב ר' חיים לייב)
בקיצור ער איז ביזי און ארבעט שווער אז זיין טייער זוהן זאל ווערען עפעס אין קהל כדי צו פארזיכערען זיין פרנסה לעתיד


תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 20/06/2011 21:56:36

vienerkatz » 22/6/2011 18:58

דער ווינער רב שליט"א וועט זיין אין מאנסי דעם שבת קודש פ' קרח,
עס גייט ארום גרויסע פארהאנדלונגען ווי דער רב שליט"א זאל דאווענען, צו ביי די חסידישע אברכים, צו ביי דער הויפט קהלה אויף 306 די אלטע אשכנזים , אדער גאר מען זאל דינגען א זאל אזוי ווי ער האט געטוהן דעם יום טוב שבועות

vienerkatz » 24/6/2011 16:39

ב"ה מען הערט גוטע נייעס,
דער שטאט מאנסי ווירבעלט מיט עקסטאז איבער דעם קומענדיגען וויזיט פון דער ווינער רב/רבי אין מאנסי דעם שבת קודש פרשת קרח,
מיר האפען אין די נאנטע טעג צוגעבען אן אויספירליכען באריכט איבער דעם געהויבענעם שבת

עםהארץל » 26/6/2011 16:54

ווי אזוי איז געווען שבת?

vienerkatz » 28/6/2011 02:11

איך האב נאך נישט א פולען רעפארט איבער אלע פרטים פון דעם שבת קודש במחיצתו של ווינער רב/רבי אין מאנסי דעם פארגאנגענעם שבת פרשת קרח.
אין די נאענטע טעג וועל איך געבען א פולען באריכט, וויצב"ש, די תפילות, טישען, דרשת פרקי אבות, חומש סעודה זינטאג וכו' וכו'
און אויך א באריכט איבער די אלע פאן אין ווילדקייט וואב איז געוועזען, אזוי ווי איך באקום די פולע פיקטשער

vienerkatz » 29/6/2011 19:15

ביזדערווייל....
דער רב/רבי נעמט איבער דאס ראשהקהלשאפט,
ער האט איינגעמאלדען פאר די טובים/פארשטאנד אז ער וועט פערזענליך פירען דעם נייעם פארשטאנד און האבען רעגעלמעסיגע מיטינגס מיט די טובי הקהל/פארשטאנד,
קען זיין מען וועט מיזען געבען א העכערונג און זיינע וועידזשעס פאר די עקסטרע ארבעט
די קהלה ווערט א לעכערליכע חעלמער קהלה מיט א רב וואס האט נישט וואס צו טוהן מיט זיין צייט
בלאט: 1 2