וויכטיג האט טאקע א וויכטיגע פוינט,
ווינעא רב האט אריין געברענגט מתפללים און אויפגעלעבט דאס ביהמ"ד מיט מנינים,
נעקסט טיים וואס דער שומר שבת שוהל אין בארא פארק וועט זיכען א משמש/גבאי דארף מען אנטראגען דעם ווינער רב, - דער שומר שבת שוהל איז געוועזען, ביז אפאר יאהר צוריק א ביהמ"ד פון אפאר אלטע אמעריקאנער/בארא פארק אידען, זייערע קינדער האבען נישט באלאנגט צום שוהל אדער אוועקגעמאווט און עס האט אויסגעזעהן ווי דאס שוהל שטארבט אויס,
מען האט אויפגענומען דעם גאון און צדיק הרב טירנויער זצ"ל אלץ רב, צו געבען שיעורים, דרשות און פסקנ'ן שאלות וכו' וכו'
און צו דעם איז צוגעקומען א איידעלער אינגערמאן אלס גבאי/משמש וואס האט געארבעט און אויפגעבויט ביז עס איז געווארען א שוהל געפאקט מיט מתפללים, עס איז געווארען א הערליך מקום תורה און תפלה
היות ווינער רב קען אויך באוואזען צוצברענגען וואכענטאגע מתפללים און מאכען מנינים (מיט געבען פרישטיגס און סנעקס) איז ער טאקע פאסענד פאר א דזשאב און שומר שבת שוהל אלץ נעקסטע גבאי/משמש.
אדרבה קומטס און זעהטס ווי דארטען די רבנים, [דער געוועזענער רב, הרב טירנויער זצ"ל] און יעצט זיין ממשיך דרכו זיין זוהן שליט"א לייגען אריין כוחות און די שיעורי תורה, וואס מען לערנט דארט, נישט נאר אפאר מגידות תורהל'ך און דרשות נאר לימוד גפ"ת קלאר, שיין אויף א הויך ניווא, מען האט שטענדיג געוויסט אז הרב טירנויער איז אריין געטאן אין טיף לערנען, געוועזען א מרביץ תורה פאר בחורים און בעלי בתים אויף א טיפען און שיינעם שטייגער, און אזוי אויך זיין זוהן שליט"א דער ממשיך דרכו, און בויען די מנינים לאזען זיי פאר'ן משמש,
עטס זענט שטארק צופרידעו אז דער ווינער רב האט אריין געברענגט מתפללים, א שיינער זאך,
ווי זענען זיינע שיעורים, עפעס א שטיקעל גמרא, גפ"ת, א סוגיא, א פלפול, הלכה, אדער פסקנ'ן שאלות.
(אין בארא פארק גיט ער א שיעור אין או"ח - מגן אברהם , אפגעדאווענט מיט אביסול טאטש אהנע חיות אהנע טעם]