היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » שאלה צו סקווירא חסידים

שאלה צו סקווירא חסידים

60 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2895364
בלאט: 1 2

נפל » 26/5/2011 00:40

אן איבערקייען די גאנצע עקעלדיגע געשיכטע וועלכע איז שוין אויסגעדראשן פון כמעט אלע צדדים וויל איך פרעגן א שאלה פון די וואס גלייבן אז סקווירא רבי איז א ערליכער און מיינט דעם באשעפערס כבוד.


עס איז קיין ספק נישט אז די מעשה האט אנגעשטינקען יעדעס איד וואס גייט מיט הוט און רעקל. ביים גוי\ליטוואק\מאדערענער טראגן די חסידישע אידן א פנים פונקט ווי די מוסלאמענער דשיהאדיסטען רח"ל. דאס איז א חילול שם שמים מסוף העולם ועד סופו וואס אזאנס האט שוין לאנג נישט פאסירט, אפשר גאר נאך קיינמאל נישט פאסירט!

עס איז קיין ספק נישט אז ווען אזא מעשה זאל זיך אפשפילן אין סיי וועלכע אנדערע פלאץ וואלט זיך דער מנהיג אויפגעשטעלט און געהאקט אין טיש אז אזאנס האט נישט געטארט פאסירן!

סאטמאר רב ז"ל האט ארויסגעווארפן פון ביהמ"ד אזאנע וואס האבן געטון אזעלכע שריט (ווייניגער דראסטיס ווי רציחה ממש, כידוע). לאמיר נעמען לדוגמא רמ"ד אונגאר, עס איז ביי מיר קיין ספק אז ער וואלט פארפירט שרעקליך נאך אזא מעשה.

לאמיר זאגן אז די רבי האט נישט געוויסט פאראויס (איך גלייב אז ער האט נישט געוויסט), אבער פארוואס שווייגט ער יעצט?! פארוואס האט ער נאך נישט געשריגן אויף זיין עולם "היתכן אזאנס זאל פאסירן?" זיין שווייגן צייגט "שתיקה כהודאה" "ומדשתקי רבנן שמ"מ דניחא ליה"!

דאס שווייגן צייגט קלאר אז ער איז נישט נייגעריג אפצושטעלן אזעלכע ביליגע מעשים ווי רציחה בידים ממש!

איז שוין אלס מותר פארן תאוות הכבוד? און זאל נאך אזא איינער האבן די חוצפה זיך צו רופן אדמו"ר?

סטראבערי » 26/5/2011 01:35

שטארקע קשי' 
און לאמיר זעהן מ'זאל ענטפערן מעטשו"ר/
נישט ווי א קינד: 
יענער אויך!, יענער אויך!
*
Two Wrongs doesn't make 1 right

_________________


קאזאקהנגזל » 26/5/2011 02:44

זאג נאר די צולייגער זייט ווען דארף סקווירא רבי שליט"א דיר אפגעבן דין וחשבון?
ער איז עפעס דיין אינגעלע?
המהרר אחר רבו כאילו הורר אחר השכונה

ספרינטער » 26/5/2011 02:50

דער סקווירער דארף טאקע נישט אפגעבן דין וחשבון פאר אונז שרייבערס, אבער דא איז גילטיג דינא דמלכותא דינא און ווי עס זעהט אויס וועט דער סקווערער דארט אפגעבן א דין וחשבון, דער באשעפער זאל האלטן די רעכטע האנט אויף די נאכפאלגן. ‎​News 12 is reporting that police are seeking to arrest skvere rebbe http://www.news12togo.com/storydetails.jsp?uid=null&storyID=3&feedurl=www.news12.com/WAP/topstories.xml?region=HV&returnurl=APstories.jsp&streamformat=unk" target="_blank">http://www.news12.com/WAP/topstories.xml?region=HV&returnurl=APstories.jsp&streamformat=unk

_________________

נפל » 26/5/2011 05:56

ער דארף דווקא יא אפגעבן דין וחשבון פאר יעדן איד ביי וועם ער מאכט א חילול השם מיטן שווייגן, והייתם נקויים מה' ומישראל איז נישט געזאגט געווארן נאר פאר מגולחים נאר אויך פאר קיגל פרעסער און קיגל טיילער.

ערהאלטן אין אישי:
ללא נושא

מאך דיך נישט אזוי תמ'עוואטע, ווער האט מוחה געווען ווען עס איז געווען אין סאטמאר א 'נסיון לרצח' אויף יצחק לייב וויינגארטן, און שפעטער אויף אלטר משה גאלדבערגער, און  אויף ילד שעשועים מיט 64 נפשות וכו' וכו' 
און בעלזא איז געווען אויף אהרן משה שווארץ וכו' וכו'

ע"כ פון אישי

טאקע ווייל עס איז נישט געווען קיין מוחאה אין סאטמאר קעגן דעם 'נסיון לרצח' און קעגן די שריפה פון ילד - זענען דא היינט "צענדליגע טויזענטער" ערליכע אידן וואס שפייען ווען זיי הערן דעם נאמען אהרן טייטלבוים!

וועגן בעלזא מיט אהרן משה שווארץ בין איך נישט באקאנט. דאס צייגט טאקע פארוואס דער סקווירער דארף טאקע יא מוחה זיין, ווייל זיינע שטיק זענען יצעט צושפרייט אין אלע עקן וועלט, אנגעהויבן פון CBS און גענדיגט ביי AL JAZZERA זיינע מעשים מאכן א שווארץ פנים פאר יעדן חסיד

הזאת א מנהיג ישראל? הזאת אדמו"ר?

אויב די תירוץ איז יא, האב איך שוין נישט קיין שאלות, מיין פראבלעם איז אז אין מיינע אויגן איז ער נישט קיין רבי נאר א פאלנער... (איך שרייב נישט ארויס משום תקנות המקום)

תוקן על ידי נפל ב- 26/05/2011 05:57:40

גביר_אדיר » 26/5/2011 08:20

נפל, איינמאל בין איך מסכים מיט דיר. קענסט דאס גלייבן?

יא, ער איז שולדיג אן ענטפער פאר יעדן איד וואס גייט אנגעטוהן ווי א חסיד. ער האט מחלל שם שמים געווען מסוף העולם ועד סופו, ומדשתק שמע מינה דניחא לי'.



תוקן על ידי המהדרין ב- 27/05/2011 06:33:27

בוoתנאי » 26/5/2011 15:51

איך גיי נישט פארענטפערן סקווער, עס איז קלאהר אז דאס וואס האט פאסירט, איז שולדיג (indirectly) אין דעם דע נארישע הנהגה וואס גייען מיט דע קאפ אין וואנט אין פירען א דיקטאטורישע הנהגה וואס האט נישט קיין שאנסן מצליח צו זיין  אין די היינטיגע מאדערענע אופענע וועלט.

אבער מיסטער "נפל" קען דע שאלה נישט שטעלן, ווייל בא אונז איז דא א כלל פון "מום שבך אל תאמר לחבריך" און "טול קורה מבין עיניך".

טאהש האט א לאנגע היסטערי פון שלעגערייען און פון חילול השם, עס שטייט מיר פאר די אויגן די מעשה מיט דעם יונגער מאן וואס מען האט געוואלט אדער פארטריבן פון זיין הויז.

איז זא מוחל אין זיץ שטיל.

הוץ פון פארשטייט מיין נארישער שכל, אז א מנהיג ישראל וואס האט אינטער זיך הינדערטער אדער גאר טויזענטער תלמידים וואס לערנען תורה,  דינען דעם באשעפער, אין א דאנק אים שטיגען זיי אין רוחניות, און ער טיט נישט עפעס אנדערשט במשך דע טוג חוץ לערנען אין דאווענען,  און אויסהערען ציברוכענע הערצער אין פרובירען זיי צו העלפען, אזא איינער דארף נישט געבען קיין דין וחשבן פאר א יונגע ליידיק גייער, וואס חוץ זיצען ביים קומפיאטער אין לאזען די פינגערס טאנצען אופן קיבורד אין שיסן פעך אין שוועבל אויף גדולי ישראל טיט ער גארנישט אויף פאר כלל ישראל.

אין אז מען לאזט מיך שוין צים ווארט, וויל איך מוחה זיין אויף די ווערטער פון א צווייטער חכם, וואס מאכט לצנות פונם סקווערן רבין ווי ער וויינט ביי די ברכה פון "על ביעור חמץ", אז ער בעט דעם באשעפער אז דע שריפה אויף רוטנבערג זאל מצליח זיין.

בין איך דא דער איינציגסטער וואס האלט אז דער שרייבער פון די שורות דארף urgent גיין צים פסיכיאטער ?


וואלןסח » 26/5/2011 16:42

ניין! ביסט נישט דער איינציגער! איך האלט אויך אזוי!
איך האלט נישט פון סקווירא רבי מער ווי פון סיי וועלכע אנדערע רבי, ס"ה וואס איך האלט אז ער איז א ערליכע איד און פאקטיש איז ער א מנהיג ישראל.
דער פראבלעם מיט דעם שרייבער איבער על ביעור חמץ איז א אלטער פראבלעם פון די זאליס/בני יואל וואס אויפוואקסנדיג תחת כנפי יאשקע משומד און רז"ל האט מען זיי אויסגעלערנט אז מען דארף חוזק מאכן מכל הקדוש לנו, יעדער וואס זאגט א ערנסט ווארט אדער האט אביסל א התעוררות ווערט באצייכנט אלס קוק ימ"ש, פארוואס? ווייל קוק האט עס אויך געטון.
איך בלעים זיי נישט, אין די עטליכע יאר וואס מיר זענען נאך געווען אין בצל רביה"ק הברך משה נאכדעם וואס דער בן הגנב האט זיך דארט אריינגעזעצט, איז אויסגעקומען עטליכע מאל צו הערן אים דאווענען פארן עמוד, און ממילא אז מען וואקסט אויף מיט אזא מנהיג וואס געט נישט אפילו איין קרעכץ ביים דאווענען, ס'פרירט ווי א סענטראל עירקאנדישן, א מנהיג וואס ביי זיין אייגענע טאטעס לוי' האט ער קוים א טרער געלאזט, אזויפיל האט ער געדענקט צו זאגן "דו האסט געוואוסט אז דו ביסט גארנישט", איז פארשטענדליך ווי אזוי די זיינע חסידים רעדן.

דו מעגסט האבן א סכסוך מיט סיי וועמען דו ווילסט, און דו האסט א רעכט נישט צו האלטן פון יענעם, אבער צו מאכן ליצנות ווען יענער האט א התעוררות מאיזה סיבה שיהי'? ווי אזוי ווילסטו דיינע קינדער זאלן אויפוואקסן? אזא קאלטע לעבער ווי רז"ל?

הדלקה » 26/5/2011 17:02

שוין, א וויץ קענען זיי שוין אויך נישט כאפן, טראכסט טאקע אז איינער האט עפעס ערענסט געמיינט מיט די ביעור חמץ 'סקאנדאל'? (וואס אגב בוסתנאי, ביסטו דער ערשטער עס אזוי שיין אויסצושמיסן) רבותי ס'קומענדע מאל שרייבט'ס קלאר ארויס "דאס איז איין וויץ"

וואלןסח » 26/5/2011 17:15

נא נא, איינער האט עס דא קלאר געשריבן ערגעץ און ליצנות געמאכט פון זיין וויינען 

oאטמארער » 26/5/2011 17:48

איינער וואס עס גייט אים נישט אן אז מען רצח'ט אידן אין זיין אייגן שטעטל הוברר הדבר למפרע אז ער מיינט נישט דעם אייבערשטן ער מיינט נאר זעך און נאכאמאל זעך

די זעלבע זאך אונזער אלטער באקאנטער ר' אהרן ער האט נישט מוחה געווען ביי די ילד פייער שמע מינה דניחה ליה

וואלןסח » 26/5/2011 18:01

זאג דער דברי יואל האט מוחה געווען אז מען האט געווארפן אייער אויפן קלז"ב?
ער האט מוחה געווען ווען מען האט געלייגט גלאז פאר ר' אביש קראלער?




תוקן על ידי וואלןסח ב- 26/05/2011 18:06:28

oאטמארער » 26/5/2011 18:22

קודם קום נישט מיט קיין מעשה'ס וואס נישט איך און נישט דו האבן דעמאלס געלעבט ממילא קען איך נישט וויסן וואס דארט איז פארגעגאנגען

איין זאך איז זיכער אז בכגון דא וואלט דער הייליגער רבי ז"ל מוחה געווען מיטן פולסטן שארפקייט, אייער איז נישט בכדי להמית און גלאז אין קראלי ווייס איך נישט וואס די מעשה איז געווען און ס'איז שוין נישט דא וועם צו פרעגן

oאטמארער » 26/5/2011 18:25

און ביטע זיי נישט מדמה דעם היינטיגן סקווערער רבי צום רבין ז"ל, איך האך אז דו פארשטייסט אליינס דעם חילוק

משהלע » 26/5/2011 19:08

האלט עמעצער אז דער בחור האט באמת געוואלט הארגענען דעם ראטענבערג מיט זיינע פיצלעך קינדער? צו אפילו געוואלט רפברענען אדער שעדיגן? דאס איז קלאר ווי דער טאג אז ער האט נאר געוואלט אינטער צינדן און שאדן מאכן דאס הויז, מענדל וועכטער האט געכאפט מכות רצח און איז געלעגן אין שפיטאל מיט א קאלעפסט לונג, ואין פוצה פה ומצפצף, קיינער האט נישט מוחה געווען, יצחק לייב וויינגארטן האט געכאפט מכות רצח כדי להמית און מען האט עם אריין געפירט אין שפיטאל מיט א אמבולאנס, און קיינער האט נישט מוחה געווען, קיינער נעמט זיך נישט אן אויף דעם סקווערער בחור, יעדער איז מודה אז זיין אקציע איז א רציחישע אקציע, און ער וועט זיכער באצאלן א גאנץ טייערן פרייז, אבער צו באשולדיגן גאנץ סקווער ובראשם דעם סקווערער רבי איז אבסורד, טאש איז נישט מוחה אין טאש, בעלז איז נישט מוחה אין בעלז, סאטמאר איז נישט מוחה אין סאטמאר, באבעוו איז נישט מוחה אין באבעוו, און וויזניץ איז נישט מוחה אין וויזניץ, און אין די אלע ערטער איז געווען פלענטי רציחישע אקטן,  סא, שריי נישט אז דער סקווערער רבי האט געדארפט מוחה זיין, איר זענט זאלי היפיקרעטס. 

אויטענטיש » 26/5/2011 19:29

איך ווייס נישט פונקטליך וואס דער אפטייטש פין 'מוחה זיין' ברויך צו זיין, צו עס איז האלטן א דרשה, אנטוהן א זאק אויפ'ן קאפ, גוזר תענית זיין, הייסן די קינדער איבערגעבן בשמו וכו' וכו' יו נעים איט, אבער דאס איז זיכער אז איינער וואס א זאך האט פאסירט אויף זיין זייגער צוליב זיין כבוד, איז מחויב זיכער צו מאכן אז יעדער ווייסט אז טראץ דעם וואס עס איז געטוהן געווארן פאר זיין כבוד, איז עס א עון בלתי יכופר.

נפל » 26/5/2011 20:33

בוoתנאי כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך גיי נישט פארענטפערן סקווער, עס איז קלאהר אז דאס וואס האט פאסירט, איז שולדיג (indirectly) אין דעם דע נארישע הנהגה וואס גייען מיט דע קאפ אין וואנט אין פירען א דיקטאטורישע הנהגה וואס האט נישט קיין שאנסן מצליח צו זיין  אין די היינטיגע מאדערענע אופענע וועלט.

אבער מיסטער "נפל" קען דע שאלה נישט שטעלן, ווייל בא אונז איז דא א כלל פון "מום שבך אל תאמר לחבריך" און "טול קורה מבין עיניך".

טאהש האט א לאנגע היסטערי פון שלעגערייען און פון חילול השם, עס שטייט מיר פאר די אויגן די מעשה מיט דעם יונגער מאן וואס מען האט געוואלט אדער פארטריבן פון זיין הויז.

איז זא מוחל אין זיץ שטיל.

הוץ פון פארשטייט מיין נארישער שכל, אז א מנהיג ישראל וואס האט אינטער זיך הינדערטער אדער גאר טויזענטער תלמידים וואס לערנען תורה,  דינען דעם באשעפער, אין א דאנק אים שטיגען זיי אין רוחניות, און ער טיט נישט עפעס אנדערשט במשך דע טוג חוץ לערנען אין דאווענען,  און אויסהערען ציברוכענע הערצער אין פרובירען זיי צו העלפען, אזא איינער דארף נישט געבען קיין דין וחשבן פאר א יונגע ליידיק גייער, וואס חוץ זיצען ביים קומפיאטער אין לאזען די פינגערס טאנצען אופן קיבורד אין שיסן פעך אין שוועבל אויף גדולי ישראל טיט ער גארנישט אויף פאר כלל ישראל.

אין אז מען לאזט מיך שוין צים ווארט, וויל איך מוחה זיין אויף די ווערטער פון א צווייטער חכם, וואס מאכט לצנות פונם סקווערן רבין ווי ער וויינט ביי די ברכה פון "על ביעור חמץ", אז ער בעט דעם באשעפער אז דע שריפה אויף רוטנבערג זאל מצליח זיין.

בין איך דא דער איינציגסטער וואס האלט אז דער שרייבער פון די שורות דארף urgent גיין צים פסיכיאטער ?




אויף דיין לעצטע שאלה ענטפער איך אז די ביסט נישט דער איינציגסטער וואס הלאט אז דער שרייבער פון די שורות דארף א פסיכיאטער. איך האלט אויך אז די דארפסט א פסיכיאטער און איך וועל מסביר זיין פארוואס.

פונקט ווי די פארשטייסט אז איינער וואס קומט אהער און פארציילט מעשיות וואס זענען נישט געשטויגן און געפלויגן אדער איינער וואס פארציילט מעשיות וואס ער איז דיס-אינפארמירט אויף די 'טריקענע' פאקטן דארף א פסיכיאטער פארן זיך נישט שעמען ברבים אראפצולייגן הנחות וואס זענען געבויעט אויף פאלשע פאקטן. פונקט אזוי דארפסטו פארשטיין אז ווען די ביסט דער וואס טוט דאס דארפסטו אליינס א פסיכיאטער.

איך וואלט זיך געקענט באגעניגן מיטן שרייבן אז טאהש איז בכלל נישט דומה אהער, אבער פארט וועל איך זיך מטריח זיין און דיר פארציילן די טריקענע פאקטן ווייל איך וויל זאלסט זיי וויסן און אזוי וועט מען קענען דעבאטירן די נושא פון סקווירא רבי'ס צוזאלן אז עס זאל זיך איבערשפילן נאכאמאל א 'נסיון רציחה' און א חילול שם שמים מסוף העולם ועד סופו אלס פאר זיין פערזענליכע כבוד - דורכן שווייגן.

די ערשטע פאלשער פאקט וואס די לייגסט אראפ איז:

אבער מיסטער "נפל" קען דע שאלה נישט שטעלן, ווייל בא אונז איז דא א כלל פון "מום שבך אל תאמר לחבריך" און "טול קורה מבין עיניך".

ריכטיגער פאקט: הן ביי מיר און הן ביי מיין חסידות איז נישט דא די מום, דעריבער איז זינלאז דא צו ברענגען דעם "מום שבך" ווייל זי עגזעסטירט פשוט נישט!


צווייטער פאלשער פאקט וואס די לייגסט אראפ:
טאהש האט א לאנגע היסטערי פון שלעגערייען און פון חילול השם

ריכטיגע פאקט: טאהש האט קיינמאל נישט געטון קיין שום שריט וואס מאכט א חילול השם, אויב די ווילסט קענסטו ברענגען א דוגמא וואס אין דיינע אויגן מיינט דאס אז טאהש האט גורם געווען א חילול השם, קען זיין איך וועל דיר אויפווייזן אז ביסט נישט גערעכט און קען זיין איך וועל מודה זיין צו דיר, אבער שרייבן אין די וועלט אריין "לאנגע היסטערי פון שלעגערייען און חילול השם" איז אבי גערעדט.

ואחרון אחרון חביב... די ווייסט אליינס אז די ביסט נישט באקאנט מיט די טריקענע פאקטן און פארט האלטסוט זיך נישט אפ פון אטאקירן מיט דיינע רויע אומגעשטויגענע פאקטן. די שרייבסט:
עס שטייט מיר פאר די אויגן די מעשה מיט דעם יונגער מאן וואס מען האט געוואלט אדער פארטריבן פון זיין הויז.
די ווייסט נישט די פשוטע פאקטן, זאג נאר האט מען געוואלט פארטרייבן אדער גאר האט מען למעשה פארטריבן?
נאך א שאלה, מען האט אים פארטריבן (אדער געוואלט פארטרייבן) "פון זיין הויז"? 

יעצט קומען מיר צוריק צו דעם אז איך וועל דיר פארציילן די 'טריקענע' פאקטן און דערנאך וועט מען האפענטליך זיך קענען אומקערן צום ארגינעלן שמועס פון די סקווירערס שווייגן און דערמיט פארשעמען 'אלע' חסידותן.

יענער אינגערמאן האט מען נישט געוואלט און נישט פארטריבן פון זיין הויז! איי די האסט דאך אליינס געזען א קליפ ווי ער זיצט אויף די טרעפ און פאליס הייסט אים ארויסגיין?! די שאלה וואס די האסט איז נאך נישט מעיד אז טאהש איז סיי ווען געווען פארמישט מיט מעשה רציחה וכדו' ווען די זאלסט ווען האבן אביסל שכל וואלסטו געפאדערט א תשובה (און באקומען אויך) אבער אטאקירן מיט דעם צייגן שטארק אז די ביסט א קורצזיכטיגער טראכטער.

וגופא דעובדא הכי הווה.

דער אינגערמאן האט נישט געוואוינט אין "זיין" הויז נאר ער האט געוואוינט אין א דירה וואס געהערט פאר קהל\ישיבה אור החיים ד'טאהש!

אין די גוטע צייטן ווען די רבי אליינס איז געווען דער פאנדרעיזער פאר די קהלה\ישיבה האבן אין די דירות געוואוינט כלי קודש ווי מגידי שיעור מלמדים כולל אינגעלייט און סתם איינגעשטעלטע אין ישיבה, און צוליב דעם וואס די רבי האט געדעקט דעם באדזשיט האט מען פון די אלע נישט גענומען קיין רענט נאר זיי געלאזט דארט וואוינען בחינם! (ווי נאך אין די וועלט האסטו געזען אזא ווערטשאפט פון דירות 'בחינם' אויף אזא פארנעם? אין ערגעץ נישט!

דער פריעדמאן איז נישט קיין טאהש'ער געבוירענער און ער איז אויך נישט קיין איידעם אין טאהש! נאכאמאל נישט זיין טאטע און נישט זיין שווער וואוינען אין טאהש! זיין טאטע וואוינט אין קאשוי\מאנסי און זיין שווער וואוינט אין מאנסי. ער איז א אייניקל פון קאשויער רב ז"ל, דאס מיינט אז ער וואלט לכתחילה געדארפט וואוינען אין מאנסי אדער אין קאשוי. ווי קומט ער צו וואוינען אין טאהש? פשוט אין טאהש טיילט מען "פעטע המוציא'ס" ער האט באקומען א דירה בחינם ווייל ער איז א כלי קודש און נאכדערצו באקומעט ער א וועידש! (ער האט באקומען באצאלט פון ישיבה פארן לערנען מיט א בחור אין ישיבה, נעם אויך אין חשבון אז נישט דער טאטע פונם בחור האט אים געדינגען און נישט דער טאטע האט אים באצאלט. די ישיבה האט אים צוגעשטעלט דעם בחור און די ישיבה האט אים באצאלט, דאס מיינט אז ער האט זיך אפילו נישט געדארפט פארזארגען א בחור אדער נאכלויפן דעם טאטען פאר געלט) בקיצור א דירה בחינם, און וועידשעס אויף א גאלדענעם טאץ! יעצט ווערט דיר פארענטפערט פארוואס אזא אינגערמאן פארט וואוינען אויף טאהש? פיין איך האב הנאה אז דאס פארשטייסטו.

ויהי היום די רבי האט שוין נישט געקענט פאנדרעיזן און די באדזשיט איז געפאלן אויף די פלייצעס פונם רב, די רב האט געארבעט ביטער שווער צו דעקן די באדזשיט מיט אסאך ווייניגער הצלחה ווי די טאטע. פארשטענדליך אז צוזמאען מיטן ארבעטן צו דעקן דעם באדזשיט האט די רב אויך געארבעט צו שניידן פונם באדזשיט וויפיל מעגליך. די רב האט געמאכט עטליכע שינויים וואס האט אויפגערעגט א חלק פונם ציבור בעיקר די חלק פונם ציבור וואס זענען בטבע די וואס האבן הנאה צו לעבן אויף יענעמס חשבון.

די טענות אויפן רב איז נישט געווען אויף 'רחניות'דיגע' שינויים ווייל דאס האט ער בכלל נישט געטון, ער האט סך הכל געארבעט צו באלאנסירן דעם באדזשיט (אזאך וואס יעדער אינגערמאן וואס באצאלט רענט\גראסערי וכדו' פארשטייט די וויכטיגקייט דערפון).

פונקט ווי די דירות בחינם האט דער עולם (רוב רובו פונם ציבור) נישט געצאלט קיין שכר לימוד! נישט אזוי ווי אין סאטמאר ווי דער עולם צאלט 'ביליג' און יחידים צאלן נישט בכלל, נאר סארט וואס צאלן אין סאטמאר ביליג האבן אין טאהש נישט געצאלט קיין איין פעני! אריינגערעכענט דעם פריעדמאן (פארשטייט זיך אויך חיים יוסל גאטליב והדומה לו).

דאס ערשטע איז אפגעשאפען געווארן דאס אז די ישיבה באצאלט פאר אינגעלייט צו לערנען מיט בחורים, דאס האט געמיינט אז א אינגערמאן וואס האט געלוואט פרנסה פון אזא זאך האט געדארפט אליינס שאפן דעם בחור און נאכלויפן דעם טאטען פאר געלט. פריעדמאן האט מיט דעם געכאפט א פראסק

דאס צווייטע האט דער רב זיך געשטעלט אויף דעם אז שכר לימוד דארף באצאלט ווערן "פונקט ווי אין סאטמאר" (נישט ווי אין אנדערע פלעצער ווי מען צאלט ווי טאטעלעך, נאר ווי אין סאטמאר ווי מען רעכענט זיך מיט כולל אינגעלייט וכדו'). פריעדמאן האט געכאפט א צווייטע פראסק

די דריטע האט די רב אפגעשטעלט די דירות בחינם, די רב האט מיט פשוטע ווערטער געבעטן מען זאל אים ברענגען איין איינציגע קהלה אין די גאנצע וועלט ווי מען טיילט דירות בחינם, און ווען פריעדמאן ודומה לו האבן נישט געקענט ברענגען נאך אזא מקום זענען זיי געבליבן אן קיין ברירה נאר צאלן רענט. פריעדמאן האט געכאפט א דריטע פראסק

דער פריעדמאן האט זיך אהער געצויגן צו לעבן על סיר הבשר אויף יענעמס חשבון און דאס וועט ער זיך אלס אניגערמאן פון די 33 יאר זיך דארפן שטעלן אויף די פיס פונקט ווי דער 18 יעריגער טוט אין די גאנצע וועלט (חוץ אין טאהש, ביז לעצטנס) ער וועט דארפן צאלן רענט, שכר לימוד און זארגן פאר פרנסה... דאס איז שוין געווען פאר אים צופיל און האט מחליט געווען אז ער גייט צופיקסן "מיילעך"... ער גייט ווייזן פאר יעדעם אז מען קען בלייבן "וואוינען אין יענעמס דירה און נישט צאלן רענט" (נישט אזוי ווי די רעדסט זיך נעבעך איין אז מען האט אים ארויסגעווארפן\געוואלט ארויסווארפן פון "זיין דירה"). נישט דו, נישט דיין טאטע, נישט דיין שווער, נישט דיין רבי, און נישט דיין ווייב וואלטן אריינגענומען צו זיך אין דירה אזא מענטש, און קיינער פון דיע וואלטן נישט געלאזט אזא אינגערמאן זיצן דארט ביז די הונדערט און צוואנציג, איר וואלט אלע געטון וואס איר קענט כדי דער אינגערמאן זאל באצאלן אדער אים ארויסזען פון דארט און אריינעמען א צווייטן!

צו דעם קומט צו די שווערע מציאות אז אין טאהש קען מען נישט בויען קיין פרישע דירות (די לעצטע האלבע יאר בויעט מען ב"ה, אבער דעמאלטס האט נישט געקענט בויען אפילו נאר א בוידעם). טאהש'ע חסידים מאכן חתונה קינדער און קיין דירות איז נישט דא! טאהש'ע חסידים וואוינען אין פיצעלעך דירות ווייל א גרעסערס איז נישט דא! אנדערש ווי אין וו"ב ב"פ מאנסי מאנרא ווי פארן ריכטיגען פרייז קען מען טרעפן א דירה האט מען אין טאהש נישט געקענט טרעפן א דירה אפילו פאר געלט, עס האט געהאלטן ביי א מצב אז נאר א ריזן גביר קען באקומען א דירה פאר זיין טאכטער ווייל ער איז מסוגל אויסצוקויפן א משפחה וואס זאל זיך אוועקציען קיין מאנטריאל וכדו' פאר אלפים ורבבות און די דירה פריי מאכן פאר זיין טאכטער. (פאר די וואס ווייסן נישט, די שטאט האט נישט געלאזט בויען וועגן געזעצן וואס אנטיסעמיטן האבן איינגעפירט אין יענע געגענט שוין 15 יאר פריער כדי צו ענג מאכן פאר טאהש).

ווי מען האלט יעצט אין די מעשה איז שוין דער פריעדמאן בכלל נישט געווען איינגעשטעלט אין די קהלה\ישיבה ער האט זיך געשאפן פרנסה אין מאנטריאל (ער האט שיין פארדינט פון קאמפיוטער פראגרעמינג וכדו') אבער רענט האט ער נישט געהאלטן ביים צאלן, פארדינט האט ער אבער רענט? בשום אופן!

און וואס מיינט איר, מען האט אים געבעטן 5 אלפים א חודש? ניין מען האט אים געבעטן $250 א חודש!

ווי האט איר אין די וועלט געהערט אזא חוצפה אז א בעל הבית פון א דירה זאל פאדערן $250 פאר א 5 צימערדיגע דירה און דער טענעט זאל זאגן בלא מיט אן אלף?

די קהלה האט גערופן דעם אינגערמאן צו דין תורה און ער האט אויסגעניצט אלע זיינע טענות סרק ווי למשל די דירהבאלאנגעט נישט פאר טאהש עס באלאנגט פאר די רעגירונג (אוודאי געדענקסטו דעם מויל פון ר' חיים יוסל גאטליב ווי ער שרייט די שטעטל איז קיינעמס נישט קיינער האט דאס נישט געבויעט, די רעגירונג האט דאס געבויעט... עפ"ל) דערנאך האט ער געניצט די טענה אז עס געהערט טאקע יא פאר טאהש אבער "איך" בין טאהש. דערנאך האט ער געניצט די טענה אז ער האט באקומען דעם דירה נאך אין די גוטע צייטן ווען די רבי האט געטיילט און יעצט קען מען אים נישט קומען זאגן אנדערש... וכו'

דער פריעדמאן האט פארלוירן די דין תורה און בי"ד האט אים געהייסן זיך ארויסציען אדער צאלן רענט!

פריעדמאן מאכט זיך נישט וויסענדיג און די קהלה גייט צוריק צום בי"ד, בי"ד גיבט א היתר צו ארויסשטעלן פריעדמאן מיט מארשל'ס (פונקט ווי די דיין טאטע שווער מאמע באבע און רבי טוען ווען איינער וואוינט יארן אין דיין דירה און צאלט נישט "ווייל איך האלט נישט דערביי"). פארשטייט זיך אז מארשל'ס שטעלן נישט ארויס אן קיין פסק פון א ריכטער און בי"ד האט געגעבן א היתר בכתב אריינצוטראגן אין געריכט דעם פסק בי"ד און בעטן א שופט זאל העלפן אויספירן פסק בי"ד.

פארשטענדליך אז דער אינגערמאן האט נישט געשוויגן, ער האט גענומען א לויער (געלט האט ער דאך) און געגאנגען אין געריכט (אן קיין היתר בי"ד) ארויסשטעלן זיינע טענות. פארשטענדליך אז ער האט מיט א ברייטע מויל געטענה'ט אז די דירות האט די שטאט געהאלפן בויען בתנאי אז עס וועט העלפן ארימע משפחות, און איך בין ארים, טאהש האט נישט קיין רעכט צו בעטן געלט וכו'  (פארשטייט זיך אז ער האט פארידנט אינטערן טיש און נישט געפיילט טעקסעס וכדו' ער האט אויך געוויסט דעם אמת אז אין טאהש האנדלט מען נישט מיט קיין מוסרים און קיינער וועט אים נישט מסרן). למעשה האט ער פארלוירן אין געריכט אויך! די שופט האט אים געהייסן "אדער באצאל אדער צי זיך ארויס". ער האט באקומען א דעי"ט פון געריכט אויף ווען ער דארף באצאלן און אויב ביי יענעם טאג האט ער נישט באצאלט קען טאהש אים ארויסשטעלן מיט מארשל'ס. וכך הוה, די טאג איז אנגעקומען און דער אויבער חכם האט נעבעך געמיינט אז מיטן זיצן אויף די טרעפ און זאגן מיט א אנגעשטעלטן טרויער "ווארף מיך נישט ארויס" וועט ער אויספילן "מיילעך" מיטן בי"ד און קארט צוזאמען...

פארשטענדליך אז די מארשלס שרעקן זיך ווייניג פון די שפיל און האבן אים געוויזן דאס וועג ארויס!

וואס מיינט איר האט פאסירט ווייטער? ווען דער אינגערמאן איז שוין געשטאנען אויפן גאס און זיין ווייב איז שוין געזעצן אין קאר גרייט איר אפצופירן צו איר טאטען קיין מאנסי (הרה"צ אב"ד דאמבראוו מאנסי שליט"א) אן אדער מיט איר מאן האט דער אויבערחכם פריעדמאן ארויסגענומען פון טאש א פון פריער אנגעגרייטע טשעק פארן סכום וואס ער איז שולדיג אויף רענט (איך געדענט נישט זיכער דאכט זיך אז דאס גאנצע שטעק איז באשטאנען פון ווייניגער ווי צוויי אלפים) און געגעבן פאר די מארשל'ס!

איר כאפט וואס דא גייט פאר? ער האט געהאט דעם טשעק אין טאש גרייט, ער האט געוויסט אז דאס איז וואס ס'גייט סוף כל סוף פאסירן, בי"ד האט שוין געהאט ארויסגעגעבן דעם פסק א יאר פריער, דאס געריכט האט אים געגעבן נאך "עטליכע חדשים", ער האט געוויסט אז ער גייט דארפן באצאלן, ער האט אפילו געהאט דעם טשעק, נאר ער האט קודם געוואלט מאכן דעם אנשטעל כאילו מען ווארפט ארויס פון טאהש אונשולדיגע אינגעלייט, א קליפ אויף יו. טוב. (אוי האט ער זיך מחייה געווען ווען ער האט דאס געזען אויף יו. טוב.) קיין שלעגעריי, קיין רציחות קיין ארויסווארפן בעלי בתים פון זייערע דירות.

עפילאג (פאר די וואס ווייסן נישט, דאס איז די אויספיר נאכן מעשה)
דער פריעדמאן וואוינט נאך עד היום הזה אין יענעם דירה און צאלט $250 רענט!


*************

יעצט טייערער פאקטן פארדרייער, ווי קומט די מעשה אהער צו א 'נסיון רצח' אינטערצינדען א משפחה 4 אזייגער פארטאגסט, פארברענען יענעם מיט זיין גאנצע פארמעגן, צו ארויסטעלן א פרעמדען אינגערמאן פון מיין דירה ווייל ער צאלט נישט קיין רענט "ווייל ער האלט נישט דערביי"?

דאס פארענטפערט מיט א האלבע פראצעט די רשעות פון סקווירער פארן נישט מוחה זיין?

_________________



תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 26/05/2011 22:48:18

וואלןסח » 26/5/2011 21:16

oאטמארער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
קודם קום נישט מיט קיין מעשה'ס וואס נישט איך און נישט דו האבן דעמאלס געלעבט ממילא קען איך נישט וויסן וואס דארט איז פארגעגאנגען

איין זאך איז זיכער אז בכגון דא וואלט דער הייליגער רבי ז"ל מוחה געווען מיטן פולסטן שארפקייט, אייער איז נישט בכדי להמית און גלאז אין קראלי ווייס איך נישט וואס די מעשה איז געווען און ס'איז שוין נישט דא וועם צו פרעגן


ס'איז נאך דא וועם צו פרעגן
באזני שמעתי פון עזריאל גליק

_________________

רשכבהגולם » 26/5/2011 21:21

א אמת'ע מנהיג ישראל, איז משפיע כל טוב וכל טוב פאר כלל ישראל, ברוחניות ובגשמיות, און אלע ספרי קודש ווערט דאס ציגעשטעלט צי א פאסטיכער פון שאף, וואס ווי באקאנט איז א שעפעלע די האקעלסטע אומבאהאלפענע בעל חי' וואס דארף האבן איידעלע באהאנדלונג,

א מנהיג שקר, איז טייטש איינער וואס פירט א געמיינדע אידן, אבער ער ניצט דאס אויס נאר אויף צי בענעפעטירן דערפון, פאר זיך פערזענליך, כבוד, געלדט, מאכט, ועוד, (עיין יחזקאל קאפיטל לד)

יא, טאהש'ע רבי האט געגעבען פאר אנדערע אידן, און זיך אוועק געגעבן פאר אנדערע אידן,

זיין זון זעהט בכלל נישט אויס אז ער קען אריין גיין און די קאטיגאריע, דעס אז ער קען נישט פאנדרעזען ווי די טאטע, דאס איז א שוואכע תירץ, זיין טאטע האט זיך אוועק געגעבן פאר אנדערע אידן נאך אסאך אסאך יארן פאר ער האט נאך געהאט הצלחה מיטן פאנדרעזינג, ווייל ער האט געהאט אהבת ישראל, די הצלחה קומט נאךשפעטער לפי די מעשים, אויב ער וואלט געגאנגן בדרכי אבות וואלט ער געקענט איבער נעמען דעם טאטע'ס אקאנטס, די גאס איז א מבין בפרט די עשירים וואס געבען, אודא קומט מען נישט אן גלייך צום טאטעס סטאטוס, אבער אז מען גייט אויף דעם ריכטונג קומט מען אן,

נאר וואס דען, ר' אלימלך איז נישט דא צי געבען פאר יענעם, אויפן שענסטן אופן וואלט איך געזאגט אז ער איז א פשוטע ביזנעסמאן  און נעמט אן דאס רבנות ווי א ביזנעס,

איך קען נישט זאגן, אז ער איז דא נאר אויף צי בענעפעטירן דערפון, אזוי ווי די אנדערע מנהיגי שקר ווייל איך ווייס נישט, אבער וויפול איך ווייס יא איז ער ווייט פון א בעל חסד, און ער האלט בכלל נישט ביים זיין א רועה ישראל.


תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 26/05/2011 21:27:14

געכאפטער1 » 26/5/2011 21:28

נפל האט דא געפרעגט א נארמאלע שאלה, די שאלה בלייבט מורא'דיג שטארק נישט קיין חילוק צו משה'לע וחביריו וועלן אראפירן דעם שמועס פון די רעלסן אדער נישט. די קשיא בלייבט פעלזן פעסט ליידער ליידער, פארוואס הערט מען נישט קיין פיפס פון דעם סקווירא'ן צדיק? מען האט זיך דאך כלומפרשט אנגענומען פאר זיין כבוד, יא?! נו פארוואס זאל ער נישט לאזן וויסן פאר'ן ציבור אז עס איז אים נישט ניחא אז מען טוט אזעלכע מעשים תעתועים פאר זיין כבוד וועגן?

אלא מאי... דער תירוץ איז, אז עס איז אים טאקע יא ניחא!!!! קיין אנדערע תירוץ איז דערווייל נאך נישט דא

רשכבהגולם » 26/5/2011 21:31

איז אמת וואס די גאס שמועסט אז די פלעמעבעל סחורה איז געווארן געקויפט מיט די רעבעצין'ס קרעדיט קארד?

קולגדול » 26/5/2011 21:35

די שורש פונעם פראבלעם איז אז מ'נעמט א מענטש א בשר ודם און מ'פאגעטערט אים אלץ אן אפגאט, און אלעס וואס ער וועט נאר הייסן וועלן זיינע נאכפאלגער מקיים זייין, און אפילו אויב הייסט ער נישט נאר ס'דאכט זיך זיי אז מ'פארשוועכט זיין כבוד, וועלן אויסברעכן העצערייען און געוואלדטאטן ביז רציחה ממש.

נפל » 26/5/2011 21:46

משהלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
האלט עמעצער אז דער בחור האט באמת געוואלט הארגענען דעם ראטענבערג מיט זיינע פיצלעך קינדער? צו אפילו געוואלט רפברענען אדער שעדיגן? דאס איז קלאר ווי דער טאג אז ער האט נאר געוואלט אינטער צינדן און שאדן מאכן דאס הויז, מענדל וועכטער האט געכאפט מכות רצח און איז געלעגן אין שפיטאל מיט א קאלעפסט לונג, ואין פוצה פה ומצפצף, קיינער האט נישט מוחה געווען, יצחק לייב וויינגארטן האט געכאפט מכות רצח כדי להמית און מען האט עם אריין געפירט אין שפיטאל מיט א אמבולאנס, און קיינער האט נישט מוחה געווען, קיינער נעמט זיך נישט אן אויף דעם סקווערער בחור, יעדער איז מודה אז זיין אקציע איז א רציחישע אקציע, און ער וועט זיכער באצאלן א גאנץ טייערן פרייז, אבער צו באשולדיגן גאנץ סקווער ובראשם דעם סקווערער רבי איז אבסורד, טאש איז נישט מוחה אין טאש, בעלז איז נישט מוחה אין בעלז, סאטמאר איז נישט מוחה אין סאטמאר, באבעוו איז נישט מוחה אין באבעוו, און וויזניץ איז נישט מוחה אין וויזניץ, און אין די אלע ערטער איז געווען פלענטי רציחישע אקטן,  סא, שריי נישט אז דער סקווערער רבי האט געדארפט מוחה זיין, איר זענט זאלי היפיקרעטס. 




די ביסט אדער איגנארענט אדער ביסטו א גוטער שפילער

יא, יא און יא, די גאנצע וועלט האלט אז דער בחור האט געוואלט אינטערצינדן דעם הויז צוזמאען מיט אלעס דערין אריינגערעכנט די נשמות וואס געפינען זיך דערין, אבער חוץ מזה, די שאלה איז צו דער 18 יעריגער מערדער האט יא אדער נישט געוואלט פארברענען די מענטשן אינם הויז? וואס וואלט פאסירט ווען זיינע בליטיגע הענט זענען מצליח אויסצופירן די באפעלן פון זיין מערדערישע מוח און צינד אינטער דעם "האלצערנעם" הויז פיר אזייגער פארטאגס און צופעליג איז מר. ראטטענבערגס זין נישט אויף (א נס פאר זיך אז די זין איז פונקט אויפגעווען), איז דען א ספק צו מען וואלט זיך אויפגעוועקט צופרי צו נייעס אז א דירה איז ארויף אין פלאמען און האט מיטגענומען 5 קינדער מיט טאטע און מאמע?

עס איז קלאר ווי דעם טאג אז ער האט געוואלט אינטערצינדן דעם הויז צוזמאען מיט אירע איינוואוינער! וואס זיכט א 18 יעריגער בחור אויף יענעמס האלצערנע פארטש פיר אזייגער פארטאגס מיט געזאלין?

איז דען א נפק"מ וואס ער האט געוואלט? מען שטייט א האר אוועק פון 7 פארברענטע אידן אריינגערעכענט 5 קינדער אלס צוליב דעם וואס דער טאטע האט נישט געוואלט דאווענען מיט דעם הייליגען הייליגען הייליגען סקווערערס מנין, די ביסט דום?

און ווי איז דער קודש קדשים ...  טווערסקי? (איך וויל נישט ארויסשרייבן דעם נאמען ווייל דער ראחמסטריווקער פון ירושלים איז א ערליכער און ער טראגט דעם זעלבן נאמען) פארשטייט נישט זיין פארהארטעוועטער מוח אז ער איז שוין אריבער דעם גרעניץ און האט איבערגעריסן דעם שטריק? דאס פנים פון חסידים איבער די וועלט איז פארשווארצט, ער קען דאס אפוואשן! ווי איז ער?

נאך מער, איז דען א ספק אויב עס זענען פארהאן אין דזשו לענד (ווי דער צודרייטער סקווירער רופט דאס) אזעלכע וואס האלטן אז עס איז זיך געקומען פאר ראטטענבערג? זיכער אז א גרויסער ציבור (אויב נישט רוב) האלטן אז ס'קומט זיך אים, זיכער אויך אז א גרויסער ציבור האלט אז דער מערדער האט געטון א גוטע זאך, אבער לאמיר זאגן אז עס איז נישט דא א גרויסער ציבור וואס הלאט אז שפיצער איז א צדיק. איז דא א ספק אז ס'געפינט זיך אין דעם חסידות אפילו נאר איינער וואס הלאט אז שפיצער האט געטון א גוטע זאך? לדעתי איז די תשובה יא און פארדעם דארף דער קודש קדשים וואס וועיסט גארניט מאכן א ויצעקו כדי ס'זאל נישט פאסירן נאכאמאל און איבערצייגן די וועלט אז ער איז באמת קעגן דעם.

_________________

oאטמארער » 26/5/2011 21:52

וואלןסח כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
קודם קום נישט מיט קיין מעשה'ס וואס נישט איך און נישט דו האבן דעמאלס געלעבט ממילא קען איך נישט וויסן וואס דארט איז פארגעגאנגען

איין זאך איז זיכער אז בכגון דא וואלט דער הייליגער רבי ז"ל מוחה געווען מיטן פולסטן שארפקייט, אייער איז נישט בכדי להמית און גלאז אין קראלי ווייס איך נישט וואס די מעשה איז געווען און ס'איז שוין נישט דא וועם צו פרעגן


ס'איז נאך דא וועם צו פרעגן
באזני שמעתי פון עזריאל גליק

_________________



דו מיינסט עס ערענסט? דו האלטסט דאך אז עזריאל גליק זאגט ליגענט

_________________

בוoתנאי » 26/5/2011 21:54

נפל, איך האב יעצט נישט די צייט דורעך צו ליינען מיט יושב הדעת אלעס וואס די האסט געשריבן, אבער וואס זיכער איז זיכער אז עס קימט דיר א יישר כח פאר זיך געבן די מי אראפצישרייבן די גאנצע פרשה וואס דארט איז געווען.

בוoתנאי » 26/5/2011 21:56

געכאפטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
נפל האט דא געפרעגט א נארמאלע שאלה, די שאלה בלייבט מורא'דיג שטארק נישט קיין חילוק צו משה'לע וחביריו וועלן אראפירן דעם שמועס פון די רעלסן אדער נישט. די קשיא בלייבט פעלזן פעסט ליידער ליידער, פארוואס הערט מען נישט קיין פיפס פון דעם סקווירא'ן צדיק? מען האט זיך דאך כלומפרשט אנגענומען פאר זיין כבוד, יא?! נו פארוואס זאל ער נישט לאזן וויסן פאר'ן ציבור אז עס איז אים נישט ניחא אז מען טוט אזעלכע מעשים תעתועים פאר זיין כבוד וועגן?

אלא מאי... דער תירוץ איז, אז עס איז אים טאקע יא ניחא!!!! קיין אנדערע תירוץ איז דערווייל נאך נישט דא



איך מיין אז די סיבה פארוואס ער איז נישט מוחה איז ווייל זיין טאטע האט אויך קיינמאל נישט מוחה געווען, ער טיט נאר וואס זיין טאטע האט געטין.

רשכבהגולם » 26/5/2011 21:57

אמת זיין טאטע האט נישט פארברענט קיין אידן און אויך נישט מוחה געווען

נפל » 26/5/2011 21:57

רשכבהגולם כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
א אמת'ע מנהיג ישראל, איז משפיע כל טוב וכל טוב פאר כלל ישראל, ברוחניות ובגשמיות, און אלע ספרי קודש ווערט דאס ציגעשטעלט צי א פאסטיכער פון שאף, וואס ווי באקאנט איז א שעפעלע די האקעלסטע אומבאהאלפענע בעל חי' וואס דארף האבן איידעלע באהאנדלונג,

א מנהיג שקר, איז טייטש איינער וואס פירט א געמיינדע אידן, אבער ער ניצט דאס אויס נאר אויף צי בענעפעטירן דערפון, פאר זיך פערזענליך, כבוד, געלדט, מאכט, ועוד, (עיין יחזקאל קאפיטל לד)

יא, טאהש'ע רבי האט געגעבען פאר אנדערע אידן, און זיך אוועק געגעבן פאר אנדערע אידן,

זיין זון זעהט בכלל נישט אויס אז ער קען אריין גיין און די קאטיגאריע, דעס אז ער קען נישט פאנדרעזען ווי די טאטע, דאס איז א שוואכע תירץ, זיין טאטע האט זיך אוועק געגעבן פאר אנדערע אידן נאך אסאך אסאך יארן פאר ער האט נאך געהאט הצלחה מיטן פאנדרעזינג, ווייל ער האט געהאט אהבת ישראל, די הצלחה קומט נאךשפעטער לפי די מעשים, אויב ער וואלט געגאנגן בדרכי אבות וואלט ער געקענט איבער נעמען דעם טאטע'ס אקאנטס, די גאס איז א מבין בפרט די עשירים וואס געבען, אודא קומט מען נישט אן גלייך צום טאטעס סטאטוס, אבער אז מען גייט אויף דעם ריכטונג קומט מען אן,

נאר וואס דען, ר' אלימלך איז נישט דא צי געבען פאר יענעם, אויפן שענסטן אופן וואלט איך געזאגט אז ער איז א פשוטע ביזנעסמאן  און נעמט אן דאס רבנות ווי א ביזנעס,

איך קען נישט זאגן, אז ער איז דא נאר אויף צי בענעפעטירן דערפון, אזוי ווי די אנדערע מנהיגי שקר ווייל איך ווייס נישט, אבער וויפול איך ווייס יא איז ער ווייט פון א בעל חסד, און ער האלט בכלל נישט ביים זיין א רועה ישראל.


תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 26/05/2011 21:27:14




די קענסט דעם טאהש'ער רב בערך ווי איך קען משה זלמן שווארץ פון בני ברק, סך הכל האסטו אפשר געזען אויף אים שרייבעריי אויף הייד פארק און אפשער האסטו געהערט וועגן אים מקוה און ביי קאווע שמיסעריי, אפשר האסטו אפילו אמאל דורכשפאצירט גאנץ נאנט צו אים אבער נישט מער ווי דעם, דעריבער וועל איך בכלל זיך נישט אריינלאזן יעצט אין א שמועס וועגן זיין פערזענליכקייט בפרט ווען עס קומט בכלל נישט אריין דא.

קענסט מיר אפשר מסביר זיין ווי קומט דא אריין זיין פערזענליכקייט, און וויפיל ער איז יא אדער נישט גלייך צום טאטען וכדו'?

מען רעדט דא וועגן די מעשה רציחה אין סקווירא און איך שטעל א פראגע היתכן דער קדוש איז נישט מוחה, איך זאג דאס וואס חז"ל זאגן "ומדשתקי שמ"מ דניחא ליה" וכו', דער סקווירער רייבט זיך אין בויך ווי גרויס ער איז און אז ער האט בחורים וואס זענען גרייט צו פארברענען לעבעדיגערהייט 7 נפשות פארן חוצפה פון דאווענען אינדרויסן פון שטעטל, מיט וואס איז די התנהגות אנדערש פון די פארשאלטענע אינקוויזיציע??????!!!!!!!!!

_________________

oאטמארער » 26/5/2011 21:59

ביי זיין טאטן האט מען אויך געהרג'ט מענטשן?

_________________

משהלע » 26/5/2011 22:02

איך האב הנאה צו זען ווי זי זאליס ווערן די צדיקים מעסטערס און מחשבות ליינער, זיי ווייסן ווער עס מיינט עס ערענסט און ווער עס מיינט נאר כבוד, טאשער רבי מיינט עס ערענסט, סקווערער רבי מיינט נאר כבוד, איי אין טאש איז אסור ווי חזיר צו מאכן א עקסטער מנין, פונקט ווי אין סקווער, אבער דער טאשער מיינט לשם שמים און דער סקווער מיינט לשם טעראר, און נאך שענער, דער קול גדול, צו קול טיפש גדול, איך געדענק נישט פונקטליך שרייבט: די שורש פונעם פראבלעם איז אז מ'נעמט א מענטש א בשר ודם און מ'פאגעטערט אים אלץ אן אפגאט, דער שוטה מיינט אז דער דברי יואל איז נישט געווען קיין בשר ודם, צו דער בעל שם טוב אדער משה רבינו, אלע זענען געווען בשר ודם, זיי זענען אלע געווען א ילוד אשה, און ביי אלע איז געווען ווער עס האט זיי פארגעטערט און אלעס וואס זיי האבן געהייסן האבן זייערע נאכפאלגער מקיים געווען, ווידער האבן אלע געהאט מתנגדים וואס האבן זיי ווידער שפעניגט, ביי איינעם האט ער געהייסן קורח, ביי איינעם האט דאס געהייסן מתנגדים, ביי איינעם איז דאס יאשקע וואלדמאן און ביי איינעם הייסט דאס ראטענבערג, פונקט ווי דער סאטמארער חסיד האט געהאלטן אז דער רבי זי''ע איז א הימל מענטש, און אלעס וואס ער הייסט איז קודש קדשים און טאמער קומט א רבי אביש פון קראלי און פאלגט עם נישט קומט עם טויט שטראף, איי רבי אביש איז געווען א צדיק תמים א קדוש וטהור, (כפי עדותם של תלמידי קראלי) אבער אז ער טיט אנדערשט ווי דער סאטמארער רבי וויל איז אחת דתו, נו, פארוואס האט דער סקווירא'ער חסיד נישט די זעלבע רעכט?, פארוואס טאר ער נישט האלטן אז זייער רבי איז א הימל מענטש, און זיין רצון איז מחייב יעדן ובפרט אין זיין אייגן שטעטל, איז דער סקווירער רבי מער בשר ודם ווי דער סאטמארער רבי?, 

איך ערווארט נישט פון די זאליס א נארמאלן ענטפער, איך קען שוין זען ווי זיי וועלן אנהייבן צו שעלטן אז דער שייגץ משהעלע איז מדמה דעם דברי יואל צו סקווערער רבי, אבער דאס איז נישט אמת, איך בין נאר מדמה די רעכטן פון די סקווערער חסידים צו די רעכטן פון די סאטמארע חסידים, יעדער האט א רעכט צו האלטן וואס ער וויל, און אויב איז ריכטיג פאר די סאטמארע חסידים צו שלאגן און הרגענען פארן כבוד פון זייער רבי, וואס זיי האבן פלענטי געטון, כאטש איך האב נישט קיין ווידיא, נאר "די גאנצע וועלט ווייסט דאס" אזוי האבן די סקווערע חסידים א רעכט צו שלאגן און צו הרגענען פארן כבוד פון זייער רבי, אני הקטן האלט אז ביידע זענען נישט ריכטיג, און די זאליס שרייען דא אז פארן קלויזנבורגער איז געקומען ביצים אין קאפ ווייל ער האט זיך מתחצף געווען פארן סאטמארן רבי, במילא קומט עם אבער סקווער טאר נישט, און אין מיין בוק איז דאס היפאקראטיע עד אין לשער. 

חכםאתיק » 26/5/2011 22:08

מושהלע...ביטע זיי מסביר פארוואס דער ראטענבערג איז א מהרס האט ער געמאכט א אייגענע בית המדרש! האט ער געמאכט א אייגענע זאל! האט ער געמאכט א אייגענע פלייש געשעפט! האט ער געמאכט א אייגענע מוסד? ער איז נישט מער אין נישט וויינגער ארויס פין שטעטעל דאוענען אין א אנדערע בית המדרש, ביטע ענטפער אבער קארץ אין שארף
אדאנק

_________________



תוקן על ידי חכםאתיק ב- 26/05/2011 22:11:07

נפל » 26/5/2011 22:14

משהלע

איך וועל דיר קליגער מאכן מיט טריקענע פאקטן נאכאמאל, אין טאהש איז דא א באזונדער ביהמ"ד חוץ דעם ביהמ"ד הגדול, קיין שום איד ווערט נישט גערודפט פארן דאווענען דארט, ווען א מתפלל קבוע פונם אויפשטאנד ביהמ"ד מאכט א שמחה און ער וויל דאס טון אין ביהמ"ד הגדול איז ער וועלקאם און אזוי איז דאס טאקע כסדר, א אויסנאם אויף די זאך זענען געציילטע יחידים צווישן זיי למשל ברוך פארשנאבסקי וואס זיי קענען א עליה אין ביהמ"ד הגדול נישט באקומען ווייל זיי האבן געקלאגט אין געריכט אן א היתר בי"ד, מיט זיי פירט זיך די קהלה אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך, אבער חוץ פון די פאר איז מען קיינעם נישט מרחק. און נאך מער, אפילו די פאר קענען אויך מאכן שמחות אין ביהמ"ד נאר עולה זיין און צוגיין צום עמוד קענען זיי נישט.

עס האט זיך נאך נישט געמאכט קיין פאל אז איינער זאל כאפ אפילו נאר פעטש (ווער רעדט נאך פון רציחה ממש) צוליב זיין התנגדות אין טאהש!

דעריבער איז טאהש קיין מחותן דא.

יעצט קען מען צוריק גיין צום שמועס און רעדן וועגן סקווירא? פיין יישר כח


אפשר קענסטו געבן א תשובה אויף מיינע שאלות

א   היתכן עס איז געווען א נסיון רציחה און דער גארינשט ווייסער איז נישט מוחה
ב   היתכן עס זענען דא אין שטעטל אזעלכע וואס האלטן אז די אקציע איז ריכטיג און דער העליגער טוט גארנישט כדי ס'זאל נישט נאכאמאל פאסירן
ג    פארוואס שוינט ער נישט די כבוד פון באשעפער און די כבוד פון די וועלטליכע חסידישע אידענטום, ער קען ביידע ראטעווען מיט אמת מיינענדע און שטארקע מוחאה

_________________

געכאפטער1 » 26/5/2011 22:38

חכםאתיק כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מושהלע...ביטע זיי מסביר פארוואס דער ראטענבערג איז א מהרס האט ער געמאכט א אייגענע בית המדרש! האט ער געמאכט א אייגענע זאל! האט ער געמאכט א אייגענע פלייש געשעפט! האט ער געמאכט א אייגענע מוסד? ער איז נישט מער אין נישט וויינגער ארויס פין שטעטעל דאוענען אין א אנדערע בית המדרש, ביטע ענטפער אבער קארץ אין שארףאדאנק

חכם עתיק איך דריי מיך שוין דא גענוג לאנג אויפ'ן פורם און איך וואלט קיינמאל אפילו נישט געבעטן פון משה'לע צו געבן א נערמאלע ענטפער, ווייל וואס פארלאנגסטו פון א 12 יעריגער חדר אינגל מתלמידיו של ר' אהרן



תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 26/05/2011 22:46:43


משהלע » 27/5/2011 00:13

איך האב שוין עטליכע מאל געברענגט ביישפילן ווי עס איז פארגעקומען געוואלטאטן אין קהילות בישראל און קיינמאל האט מען נישט געהערט קיין שום קול מחאה אינערגעץ, אלזא איז סקווער נישט אנדערשט ווי אלע אנדערע קהלות בישראל, אין טאש איז נישט איינמאל געווען רציחישע מכות רצח, און דער טאשער רבי שליט''א האט קיינמאל נישט מוחה געווען.

נפל » 27/5/2011 00:28

משהלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אין טאש איז נישט איינמאל געווען רציחישע מכות רצח, און דער טאשער רבי שליט''א האט קיינמאל נישט מוחה געווען.


במחילת כבודך די ביסט א פראסטער שקרן, להד"ם, איך האב דיר שוין פריער געבעטן זאלסט ברענגען לכה"פ איין דוגמא און נישט שרייבן סתם אין די וועלט אריין. איך זע אז די באגעניגסט זיך נישט מיט איינס נאר די שרייבסט "נישט איינמאל, דעריבער בעט איך דיר יעצט אז אויב קענסטו נישט ברענגען אפילו נאר איין דוגמא זאלסטו ברענגען צוויי...

משהלע » 27/5/2011 00:41

דו פראבירסט צו לייקענען אז מען האט זיך געשלאגן אין טאש? איך בין נישט קיין טאשער און מיך אינטרעסירט טאש גאנץ ווייניג, אבער איך בין הונדערט פראצענט זיכער אז מען האט זיך געהארגעט אין טאש, איך וועל אויפזיכן אין מיין ארכייווס דאס ביכל וואס איך האב אוועק געלייגט ווי דארט שטייט די רציחות פון טאש, אבער לאמיר דאס לעת עתה לייגן אינדערזייט, האט דער דברי יואל מוחה געווען ווען מען האט אנגעהארגעט ר' שמואל בער גאטליעב אין בית המדאש דראדני ווען דער דברי יואל איז געווען סנדק און ר' שמואל בער איז געווען מוהל ביי זיין נעפיו ר' יצחק לעבאוויטש? האט מען ווייניג פראקטעצירט רציחה אין סאטמאר? איז אמאל געווען א קול מחאה? ווען מען אנגעהרגעט ר' מענדל וועכטער און ער איז געלעגן אין שפיטאל, האט סאטמארער רבי מוחה געווען? פארוואס דארף דער סקווערער רבי יא מוחה זיין,  

דייקן » 27/5/2011 00:59

וויאזוי ס'זאל נאר נישט זיין וועלן די מהרסים אייביג אויסטרעפן פרישע טענות, און קיינמאל צופרידן זיין.

גלייבט מיר, אויב סקווירא רבי זאל זיך יא אויפשטעלן מוחה זיין, וועלן די מהרסים פארשטיין אז ער האט 'געמיינט' אונטערצושטיצן ווייטערע טעראר.

_________________

וואלןסח » 27/5/2011 01:01

דייקן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
וויאזוי ס'זאל נאר נישט זיין וועלן די מהרסים אייביג אויסטרעפן פרישע טענות, און קיינמאל צופרידן זיין.

גלייבט מיר, אויב סקווירא רבי זאל זיך יא אויפשטעלן מוחה זיין, וועלן די מהרסים פארשטיין אז ער האט 'געמיינט' אונטערצושטיצן ווייטערע טעראר.

_________________


אט דאס האב איך אינזין געהאט צו שרייבן, איך געדענק תשמ"ט ווי רבינו שליט"א האט זיך כמ"פ אויפגעשטעלט רעדן צו די בחורים און פארדאמט זייערע מעשים זאגנדיג "די בחורים זענען נישט די פאליציי פון קרית יואל" און מען פלעגט עס אויסטייטשן ווי אזוי ס'האט געשמעקט צו קענען ווייטער באשמוצן

_________________

עםהארץל » 27/5/2011 01:04

און פארוואס טאקע האבן די בחורים ווייטער געטאן טעראר? ווייל זיי האבן געוואוסט וואס ער וויל באמת

וואלןסח » 27/5/2011 01:09

און דו האלטסט אז ווען דער סקווערער גייט יעצט רעדן גיט נישט פאסירן די זעלבע זאך

ס'דערמאנט מיך תשנ"ה אין קעמפ האט מען אנגע'מקלט א בחור וועגן חסידות, און דער רבי דער ברך משה האט דעמאלטס ביי באזוכן אין קעמפ גערעדט צו די בחורים אז קיינער זאל זיך נישט אננעמען פאר זיין כבוד
האלטסט אז זייט דעמאלטס האט מען מער נישט געשלאגן?

וואס דארפסטו מער ביי די שייגעץ ארויס דרשה האט דער רבי אויך קלאר געזאגט, חלילה צו הייבן א הענט אויף א איד, נאר שרייען און ענג מאכן ער זאל מוזן ארויס גיין פון ביהמ"ד
האט מען אים געפאלגט?

אזוי פירן זיך חסידים פון א רבין (דו ווייסט נעבעך נישט וואס דאס מיינט)

_________________

קנאקעדיק » 27/5/2011 01:48

[quote]
אין טאש איז נישט איינמאל געווען רציחישע מכות רצח, און דער טאשער רבי שליט''א האט קיינמאל נישט מוחה געווען.

במחילת כבודך די ביסט א פראסטער שקרן, להד"ם, איך האב דיר שוין פריער געבעטן זאלסט ברענגען לכה"פ איין דוגמא און נישט שרייבן סתם אין די וועלט אריין. איך זע אז די באגעניגסט זיך נישט מיט איינס נאר די שרייבסט "נישט איינמאל, דעריבער בעט איך דיר יעצט אז אויב קענסטו נישט ברענגען אפילו נאר איין דוגמא זאלסטו ברענגען צוויי...[/quote



ר' חיים יוסף גאטליעב איז דוגמא נומער 1!!!


תוקן על ידי קנאקעדיק ב- 27/05/2011 01:51:51




תוקן על ידי קנאקעדיק ב- 27/05/2011 01:52:45

אומזיסט » 27/5/2011 02:26

וואלן, מען רעדט נישט יעצט צי מען גייט אים למעשה פאלגן, און מען רעדט אפילו נישט ער זאל אסר'ן אויף ווייטער "ענג צו מאכן" בלשוונך. (וואס גראדע בין איך הונדערט פראצענט איינשטימיג מיט דיוואס טענה'ן מכח איזהו חכם הרואה את הנולד כבר, אז טעראר איז א מציאות וואס גייט פאסירן. מה דאך ביי א לעגיטימער ירושה קאמפ צווישן 2 ברודער גייט קלעפ, איז דאס נישט קיין ספק אז ווען יחידים פירן א מערכה קעגן די אפיציעלן, וועלן זיי כאפן. דאס איז עס. על כגון דא נאמר you cant fight city hall. פארשטייט זיך אז איך רעד נישט אריין צי עס איז אויסגעהאלטן צי נישט).

די רעדע דא איז נאר, דער על חטא שחטאנו "בלא יודעים" - איך וועיס נישט. זיי נישט קיין בת היענה, עס איז געשען א דורכפאל פון דיין זייט, נניח אז דער פראבלעם איז נאר אז מען האט דעם בחור געכאפט, למעשה כזה וכזה היה מעשה. יעצט, ריעקט ווי עס קומט צו ריעקטן אין אזא צייט. האט נישט דער ברך משה זיך אויפגעטעלט זאגן אז ער האט נישט געקענט שלאפן א גאנצע נאכט ווען מען האט געווארפן שטיינער אויף די רעביצין?  אזוי קומט עס. דאס איז דער וועג. און עס איז ברור אז ווען ער וואלט נאך געווען תשנ"ו פאר די אפעראציע, וואלט ער מוחה געווען קעגן דעם ילד אונטערצינדן אויך. ווען עס געשעט א זאך וואס גייט ארויס פונעם פראפארציע, קומט א דראסטישע מחאה מטעם די הנהגה.

(יעצט גראדע וועגן דיין יעצטיגן רבי'ן וואס דו שוינסט אונז אזוי שטארק אז מיר האבן נישט די זכיה זיך צו ווייקן באורו, מיט אים איז א אנדערע מעשה. ער איז סאך ערגער ווי דער סקווערער אויך. ער האט דאך בפועל אינסטיגעיט און געהעצט די בחורים יא צו גיין, איך דערמאן זיך יעצט אויף די מינוט דריי מאל זיכער,

איינס מ"ד ביי די טעוועלע דרשה וואו ער האט משבח געווען די בחורים וואס האבן זיך אנגענומען פארן טאטנ'ס כבוד, פארשטייט זיך מיט א לזות שפתים אז מהיום והלאה זענען די בחורים נישט די פאליציי.

צווייטע מאל ביי די דרשה קעגן בני יואל אין ישיבה אין מ"ט, אז עס איז דא שבעים לשונות, מיט עזות פנימער האט מען גערעדט אן אנדערע שפראך, און אזוי האט מען זיך געפירט אין קראלי וכו', צוענדיגנדיג אז דאך מוז ער רעדן דערקעגן ווייל אלע טאטעס טענה'ן אז א צווייטנס זון זאל עס טון, נישט זייער,

און דריטע מאל ווען ר' יחזקאל איז געקומען נ"ה, וואו ער האט "פארשטאנען דעם בחור וואס וועט זיך נישט קענען איינהאלטן" תוך כדי אזהרתו מען זאל חלילה נישט גיין...

וואס איך זע למעשה איז, אז ווען ער זאגט נישט גיין אויף חתונות, פארשטייט יעדער בחור וואס דאס מיינט. און ווען ער רעדט מען זאל נישט גיין צו די פראטעסט קעגן ר' יחזקאל, פארשטייט יעדער פארקערט... ויהי לפלא.

יעצט, פארשטייט זיך אז דער עיקר סיבה פארוואס דער עולם איז אויף אים ברוגז, איז טאקע נישט אויף די עצם מעשה הטעראר, מתחילה, ווייל יעדער האט פארשטאנען אז דאס איז וואס גייט פאסירן, און הונדערט פראצענט אז משה גבאי און די הנהגה מבחינתם האבן געברויכט טון וואס עס קומט פאר א חסידות צו טאן אין אזא צייט, ווי מען זאגט סאטמאר האט נישט געהאט אזא קלין רעקארד ביז דעמאלטס אויך נישט.

דער פראבלעם איז אבער ווען דעם רבי'נס עלטסטער זון און לכאורה מיועד להיות ממלא מקום, וואס דער פאסטן איז די צווייט גרעסטע אין די רוחניות'דיגע הנהגה פון די חסידות, טוט א זאך וואס עס באלאנגט פאר די הנהגה גשמית ווי מען זאגט, לאזט דאס זייער א שלעכטן רושם. א קהילה טאר נישט אפיציעל באשטעטיגן און אודאי נישט אליין מוטיגן קיין טעראר. 

דער איינציגסטער וואס מען קען זאגן בדומה לו, איז מענדעלע וויזניצער וואס ווער עס ווייסט אין זיינע גוטע צייטן האט ער געפירט אזא ווערטשאפט ווי דער שוואגערט, און טאקע דערפאר איז נישט קיין וואונדער אז ניינציג פראצענט וויזניץ האט אים געשיקט דארט ווי אריבער זעכציג פראצענט סאטמאר האט געשיקט דיין טייערן רבי'ן: לופטערן.)

_________________

נפל » 27/5/2011 04:32

משהלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דו פראבירסט צו לייקענען אז מען האט זיך געשלאגן אין טאש? איך בין נישט קיין טאשער און מיך אינטרעסירט טאש גאנץ ווייניג, אבער איך בין הונדערט פראצענט זיכער אז מען האט זיך געהארגעט אין טאש, איך וועל אויפזיכן אין מיין ארכייווס דאס ביכל וואס איך האב אוועק געלייגט ווי דארט שטייט די רציחות פון טאש,


איך גיי יעצט איבערשרייבן א דריטע מאל דאס זעלבע זאך, און אויב פאלן מיינע ווערטער אויף טויבע אויערן וועל איך מיזן מסכים זיין מיט די אנדערע שרייבער וואס שרייבן אויף דיר אלעמאל דאס זעלבע זאך.

עס אינטערסירט מיר גאנץ ווייניג וויפיל הונדערטער פראצענטן זיכער די ביסט אז מען האט זיך געהארגעט אין טאהש, איך האב דיר געבעטן פאקטן און נעמען נישט קיין השערות און זכרונות.

אין פאקט זענען אזעלכע מעשיות קיינמאל נישט פארגעקומען אין טאהש.

אויב ווילסטו קענסטו ברענגען פאקטן און נעמען, אן פאקטן און נעמען איז לדעתי די נושא געשלאסן. יעצט קען מען זיך צוריק קערן קיין סקווירא?

נפל » 27/5/2011 04:34

דייקן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
וויאזוי ס'זאל נאר נישט זיין וועלן די מהרסים אייביג אויסטרעפן פרישע טענות, און קיינמאל צופרידן זיין.

גלייבט מיר, אויב סקווירא רבי זאל זיך יא אויפשטעלן מוחה זיין, וועלן די מהרסים פארשטיין אז ער האט 'געמיינט' אונטערצושטיצן ווייטערע טעראר.

_________________




אלס ווענדט זיך אויף די עצם מוחאה, אוודאי ווען ער שטעלט זיך אויף פארדאמען און דערנאך זאגט ער ווי זיין אויבערחכמישע שוואגער "בחורים זענען נישט קהל'ס פאליציי, פארט א בחור וואס נעמט זיך אן פארן טאטענס כבוד קען מען אים נישט דן זיין" איז געזאגט די אייער איז דארט קיינער זאל נישט ווארפן.

פארוואס נישט דן זיין? פון דעם רעדט מען! טאקע יא דן זיין!

נפל » 27/5/2011 04:40

קנאקעדיק כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

ר' חיים יוסף גאטליעב איז דוגמא נומער 1!!!



וואס איז מיט חיים יוסף גאטליב? חוץ פאשקעווילן וואס ווייסטו וועגן וואס דארט איז פארגעגאנגען?
אין וועלכע שפיטאל האט ער זיך ערהוילן פון די "מכות"?
פארוואס איז נישט דא קיין קלאגעס קעגן דעם "שלעגער" טראצדעם וואס חיים יוסל האט געמאכט א פאליס ריפארט?
פארוואס האט די פאליציי פארמאכט דעם קעיס?
ווער האט וועם געשלאגן?
האט חיים יוסל טאקע געכאפט פעטש?


לאמיר הערן וואס די ווייסט די צולייגער

אין פאקט האט מען אין קרית טאהש נאך קיינמאל נישט צומזיקט א איד בגוף, קיינמאל נישט צומזיק יענעמס רכוש (קיינמאל קיין רעדער אדער פענסטער פון א קאר, קיינמאל פענסטער פון א דירה וכו' וכו' וכדו') טראצדעם וואס קרית טאהש איז עלטער פון קרית יואל און סקווירא!

יעצט קען מען צוריק גיין רעדן פון סקווירא?

משהלע » 27/5/2011 04:54

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דו פראבירסט צו לייקענען אז מען האט זיך געשלאגן אין טאש? איך בין נישט קיין טאשער און מיך אינטרעסירט טאש גאנץ ווייניג, אבער איך בין הונדערט פראצענט זיכער אז מען האט זיך געהארגעט אין טאש, איך וועל אויפזיכן אין מיין ארכייווס דאס ביכל וואס איך האב אוועק געלייגט ווי דארט שטייט די רציחות פון טאש,

איך גיי יעצט איבערשרייבן א דריטע מאל דאס זעלבע זאך, און אויב פאלן מיינע ווערטער אויף טויבע אויערן וועל איך מיזן מסכים זיין מיט די אנדערע שרייבער וואס שרייבן אויף דיר אלעמאל דאס זעלבע זאך.

עס אינטערסירט מיר גאנץ ווייניג וויפיל הונדערטער פראצענטן זיכער די ביסט אז מען האט זיך געהארגעט אין טאהש, איך האב דיר געבעטן פאקטן און נעמען נישט קיין השערות און זכרונות.

אין פאקט זענען אזעלכע מעשיות קיינמאל נישט פארגעקומען אין טאהש.

אויב ווילסטו קענסטו ברענגען פאקטן און נעמען, אן פאקטן און נעמען איז לדעתי די נושא געשלאסן. יעצט קען מען זיך צוריק קערן קיין סקווירא?


אבער פון ר' שמואל בער גאטליעב'ס מכות ווילסטו יא רעדן? אדרבה ווי איז געווען דער מחאה, מען לאדענט איין א מוהל קומן צו א ברית אין בית המדרש אין ראדני, דער רבי איז סנדק, און מען גיט עהם מכות רצח, פארוואס? ווייל ער איז רח''ל א קלויזנבורגער, און אין פוצה פה ומצפצף, קיינער האט נישט מוחה געווען.

בעלרעיון » 27/5/2011 06:54

סקווירא רבי פארדאמט די אקט און בעט פאר ר' חיים אהרן'ס רפואה!
אין א שמועס פאר די בחורים אפאר מינוט צוריק האט די סקווירא רבי שרעקליך פארדאמט די אקט.
ער האט געזאגט אז עס אסור דאס צו טוהן און בפרט מזיק זיין א יוד בגוף!
ער האט געזאגט אז מען דארף מתפלל זיין אז די וועלכע מען האט זיי גורם געווען צער זאלן האבן א גאנצע רפואה און  אהיימקומען בשלימות געזונט!
די שמועס האט ער געגעבן פאר א קבוצה פון בחורים מצויינים וועלכע האבן זיך פארהערט גאנץ מסכת כתובות און געבעטן אז זיי זאלן דאס איבערגעבן פאר אלע בחורים פון ישיבה, און פאר אלע איינוואוינער פון סקווירא!

מער פונקטליכע דיבורים וועט נאכפאלגן אזויווי איך וועל האבן די אינפארמאציע!

נפל » 27/5/2011 07:08

יישר כח בעלרעיון פאר די געוואלדיגע נייעס

איך קען דערווייל נישט רעדן וועגן די נושא, איך וועל זיך איבערשלאפן און לאזן וויסן וואס מיינע געדאנקען זענען.

אויף יעצט שפיר איך שוין בעסער



תוקן על ידי נפל ב- 27/05/2011 07:10:51

נפל » 27/5/2011 07:13

8456788363
  121
 11#
 96

_________________

סטראבערי » 27/5/2011 07:29

ער רעכנט אויס, אז די עיקר באדערט אים
1) זיין (פאליטישע) עגמת נפש 
2) און אז דאס איז נישט די 'סקוירא וועג'

אלענפאלס האט ער זייער גוט געטוען אז ער האט גערעדט.
נאר פארוואס זאל עס זיין אין פראנט פון אפאר געציילטע בחורים, און נישט פאר די גאנצע שטעטל???
בלאט: 1 2