איך וועל נישט פראבירן צו פארענטפערן אלע נארישע פראגן פון די וואס האבן באשלאסן אז משהלע איז דע אישא, יענער (קוק ווינקל) וויל וויסן "ווי ווער האט עס געשריבן", ווי גלייך איך וועל עם אנהייבן געבן מראה מקומות, אז ער וועט איבערליינען די תגובות וועט ער אלעס טרעפן, דער צווייטער (געכאפטער) איז נאך אלץ פארנומען מיט שפינען עפעס א שייכות פון די מחלוקת אין סקווער מיט רבי אהרן טייטלבוים, און לויפט שוין באלד אויס פון שקרים וכזבים,
דער דריטער, (נייפעלע) ווייסט נאר פון לייקענען, און פון די פראגעס וואס ער קען נישט ענטפערן איגנארירט ער לגמרי, ער פראבירט צו לייקענען שטיין און ביין אז אין טאש האט מען זיך קיינמאל נישט געשלאגן, והראי' "היינט צו טאג" איז דא א מנין אין טאש און מען שלאגט זיך נישט, אויב אזוי האט מען זיך אין קרית יואל אויך "קיינמאל" נישט געשלאגן, ווייל "היינט צו טאג" האבן די בני יואל בתי מדרשים און מוסדות און מען שלאגט זיך נישט!, ווי אויך זאלן די סקווערער צו ווארטן אויף א יאר ארום, און זאגן אז מען האט זיך "קיינמאל" אין סקווער נישט געשלאגן, ווייל "היינט צו טאג" איז דא נאך א בית המדרש אין סקווער (וואס גייט מסתמא געשען), און קיינער שלאגט זיך נישט, נייפעלע, נייס טריי, און טאש איז געגאנגען מכות רצח פאר נישט גיין אין שפאן, כמעט ווי אין סקווער, אבער לאמיר דאס לייגן אינדערזייט, וואס איז מיט די אנדערע פראגן, פארוואס האסטו דאס איגנאריאט?, וואס איז מיט ר' שמואל בער גאטליעב? וואס איז מיט מענדל וועכטער? וואס איז מיט רבי אביש פון קראלי זצ''ל?, וואס איז מיט ילד שעשועים? וואס איז מיט יצחק לייב וויינגארטן? וואס איז מיט קלויזנבורג? וואס איז מיט ליבאוויטש? וואס איז מיט בעלז? נעמסט איין א שטומעניש און האסט געווינען, הא?...
דער פערטער (עם הארץ'ל) וואס איז דער גרעסטער פאנטאזירער און שקרן אויף די שפאלטן פון אונזער געהערטן פורום, פאקט ליגיונות איינס אויפן אנדערן, ער שטעלט זיך נישט אפ פאר גארנישט, אבער ער שרייט אז ער דארף א טעיפ אדער א ווידיא, זיינע שקרים דארפן נישט קיין ווידיא, דאס דארף יעדער גלייבן, אבער פאקטן וואס יעדער ווייסט, דארף יא א ווידיא, ער טיט נעבעך אינטערשאצן די אינטעליגענץ פון אונזערע ליינער,
אבער גארנישט קומט נישט צו צו סטראבערי, ער איז פשוט א יודע מחשבות, ער ווייסט וואס איך מיין און וואס איך האלט, און וואס איך טראכט, ער בויט אויף א בנין און דאס ווערט שוין א פאקט, און אלעס איז אהרונים, אהרונים און אהרונים, למעשה איך האב איבער געליינט די תגובות פון די אהרונים נאכאמאל און נאכאמאל, און די זאליס הייבן נעבעך נישט אן צו פארשטיין וואס דער מדובר איז דא, איך וועל איין מינוט רעדן פון מיר, פון מיין מיינוג, איך וואלט איין טאג נישט געקענט וואוינען אין סקווער, דאס איז א פארנאטיש צוריק געבליבענע מדינה, א דיקטאטארישע רעזשים במלא מובן המילה, (צופרידן?) אבער ווען מען האט פארפירט אקעגן די קאמעניסטישע רוסלאנד האט פרעזידענט רעיגן נישט געשריגן, מיסטער גארבאטשאוו, טשענטש יור קאנטרי טו דעמאקרעסי!, ניין! ער האט דאס נישט פארלאנגט, וואס האט ער פארלאנגט? מיסטער גארבאטשאוו, טעק אוף דיס וואל, מאך אויף דיינע טויערן, ווער עס איז נישט צופרידן זאל זיך קענען גיין לחיים ולשלום, און דאס איז די טענה אין סקווער, ווען סקווער פרעגט מיך, (יא, איך בין שוין א חכם, פון די עקספיריענס אין קרית יואל...), וואלט איך זיי געראטן זיך נישט וויסענדיג מאכן פון די וואס האבן באשלאסן אוועק צו גיין דאווענען, ווייל דער סוף וועט זיין אז זיי וועלן נאך עפענען בתי מדרשים אין סקווער, אבער זיי האבן דאך מיך נישט געפרעגט, און דער סקווערער רבי מיט זיין קהילה האבן א רעכט צו פירן זייער שטעטל כאוות נפשם, און די טענה איז, אז וועם עס געפעלט נישט קען זיך גיין לחיים ולשלום, קיינער בארעכטיגט נישט קיין רציחה און קיין אלימות, אבער דאס קומט (ליידער) מיט חסידות, קיינער איז נישט אימיונט, קיינער קיינער, נישט בני יואל, נישט די זאליס, נישט סאטמאר, נישט באבעוו, נישט וויזניץ, נישט טאש, נישט בעלז, נישט תולדות אהרן, קיינער.
די נארישע טענה אז מען לעבט אין אמעריקא, און יעדער קען טון וואס ער וויל, איז אזוי נאריש אז מען דארף זיין א פארשטאפער זאלי קאפ נישט צו פארשטיין, אמעריקא איז געשטעלט אויף פרידום אויף רעלידזשאס, יעדער קען פראקטעצירן וואס ער וויל, און אפילו בכלל נישט פראקטעצירן רעליגיע, די גאווערמענט וועט שטיין על המשמר אויף ביידע זאכן צוגלייך, מען קען קיינעם נישט צווינגען צו זיין ריליגיעז, אבער מען קען קיינעם נישט שטערן פון פראקטעצירן זיין רעליגיע, יעדעס יאר בין כסא לעשור ווערן גאסן אין וויליאמסבורג פארשפארט פאר עטליכע טעג, פארוואס? ווייל די דזשו בויעס מאכן א כפרות צערעמאניע, נו, וועט קומען א גוי אדער א פרייער און שרייען געוואלד, איך וויל דא אדורך פארן, און די קענסט מיך נישט צווינגען ארום צו פארן וועגן רעליגיע, זאגט עם די גאווערמענט, מיר זענען פארפליכטעט צו לאזן די אידעלעך פראקטעצירן זייער רעליגיע, און אויב איז דיר דאס אומבאקוועם, סא בי איט!!!, די זעלבע איז ביי הכנסת ספר תורה, ווי מען שפארט אפ גאנצע גאסן פאר רעליגיע, אזוי אויך ערב פסח ווי מען פארייכערט די גאנצע שטאט מיט ביעור חמץ, און אזוי אויך להבדיל ביי א קלויסטער, ווי יעדן זונטיג איז דארט נאו פארקינג א גאנצן טאג, קען זיך דען א אידעלע וואס וואוינט אויף דעם זעלבן בלאק פארפירן אז ער איז נישט פון די רעליגיע, און ער וויל יא דארט קענען פארקן, אבער ניין! פרייהייט פון רעליגיע גיט זיי דאס רעכט אוועק צו נעמען פון דיר די פארקינג פריווילעגיע לטובת די אנדערע רעליגיע,
לאמיר צוריק גיין אויף סקווער, דער גרעסטער רחמנות איז אויף דעם בחור, וואס וועט לכאורה זיין דער שעיר לעזאזל, די פרעשער וועט זיין זייער מעכטיג ער זאל באקוןמען א הארבן שטראף, מסתמא ארבייטן די לויערס אויף דעם קעיס און איך וואונטש זיי הצלחה, דער בחור וואס האט געטון א געוואגטן שייגץ'שטיק שריט, וועט שוין זיכער נישט טון אזוינס, און איך וואונטש עם אפצוקמען מיט א מילדע שטראף, אבער לדעתי, וועט סקווער נישט ליידן, ווייל די גאווערמענט קען זיי נישט איינטיילן וואס זייערע תקנות זאלן זיין, מיר וואוינען טאקע אין אמעריקא, אבער טאקע וועגן דעם קען זיך די רעגירונג נישט מישן אין רעליגיע, און זיי וועלן ווייט אוועק שטיין דערפון, לאמיך אייך פרעגן, וואס וואלט געווען אויב עפעס א חצופה באשליסט אז ביי א לוי' וואס איז לכולי עלמא אויף פאבליק פראפערטי, צו וועלן שטיין אויסגעלאסן דייקא לעבן סקווערער רבי, וועט זי קענען טענה'ן אז דאס איז אמעריקא און מען אויף איר נישט ארויף צווינגען רעליגיע?, געוויס אז נישט, אויב פראבירט זי דאס צוטון וועט די פאליציי איר הייסן תיכף אפפיצן פון דארט און אויב פאלגט זי נישט ווער זי ארעסטירט פאר דיסארדלי קאנדאקט, דאס איז אמעריקא, און דאס איז ביידע זייטן פון די מטבע.