צום הילולא קדישא כ"ו ניסן: פר' בעלזא תשמ"א-מלחמת רביה"ק בעל ברך משה זי"ע
לכבוד הילולא קדישא כ"ו ניסן הבעל"ט: פרשת בעלזא בשנת תשמ"א - מלחמת הקודש פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע
מיר שטייען אצינד געציילטע וואכען וואס טיילט אפ צום 5'טן יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן רביה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע כ"ו ניסן הבעל"ט, אין א זמן ווען שלומי אמוני ישראל בכלל און רבבות תלמידי וחסידי סאטמאר בפרט גרייטן זיך מיט גרויס התעוררות און התרגשות אפצורעכטן דעם הילולא קדישא פון רבין דער ברך משה זי"ע און איז א פאסיגע זמן איבערצוחזרן די הייליגע דרכים פונעם גרויסן בעל הילולא זי"ע, עס קומען פריש ארויף אויפן זכרון די פעולות צדיק לחיים פונעם רבי'ן זצוק"ל במשך שנות חייו ובפרט די תקופה פון העכער א חצי יובל שנים ווען ער האט ממלא געווען מקום דודו הק' מרן רביהקוה"ט בעל ויואל משה זי"ע אלס אבדק"ק קהלות ומוסדות סאטמאר בכל קצבי תבל און אונטער זיין הייליגע הנהגה איז עס פילפאכיג פארגרעסערט געווארן ביתר שאת וביתר עז לשם ולתפארת.
בראש מערכות ישראל
א באזונדערע קאפיטעל אין די גאלדערנע היסטאריע פון די פעולות הקודש פונעם רבין זי"ע איז די מערכות הקודש לכל קדשי ישראל ובפרט ווען דער רבי איז געשטאנען בראש מערכת ישראל אנטקעגן דעם עגל הציוני און כסדר געקעמפט קעגן די שווערע גזירות און פירצות וואס האט באטראפען דער יהדות החרדות בארצינו הקדושה, און אלס שומר משמרת הקודש האט ער געטריי אפגעהיטן דעם הייליגען פקדון פון רביהקוה"ט זי"ע לבל ישלטו זרים.
שר צבא ה' ההולך לפני המחנה - מלחמת הקודש: פרשת בעלזא תשמ"א
בשנת תשמ"א לפ"ק - אייניגע יארען נאכען הסתלקות פון רביה"ק והטהור בעל ויואל משה זי"ע - איז דער יהדות החרדות בארצינו הקדושה אין שפיץ פון די עדה החרדית אדורך געגאנגען גאר שווערע צייטן בשעת זיי האבען מיטגעמאכט א מערכה כבידה נאכדעם וואס א געוויסע קרייז האט זיך ליידער פארמאסטן קעגן דער בית דין הגדול פון די עדה החרדית בירושלים עיה"ק נאכדעם וואס זייער יונגען מנהיג האט זיך מתחצף געווען בריש גלי און פוער פיו געווען ברבים נגד רביה"ק זי"ע ושיטתו הבהירה און אפגעלאכט פונעם דרך המסורה לנו פון רבותיה"ק נבג"מ, איבריג צו זאגען אלע שונאים פון סאטמאר האבן דעמאלטס ארויס געקוקט און געלייגט האפענונג אז זיי זאלן מצליח זיין, ח"ו.
אין יענע שווערע צייטן האט זיך דער רבי מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע וכל קדושיו עמו די גדולי הרבנים אין ארה"ב - וועמען דער רבי האט איינגעשפאנט אין די הייליגע מערכה - ארויס געשטעלט כגבור ואיש מלחמה אלס מנהיג הרוחני פונעם יהדות החרדות און ווי א שר צבא ה' ההולך לפני דגל מחנה ישראל געשטאנען בראש המערכה און מיט מסירות נפש האט דער רבי צוריק געשטעלט דעם שטארקען כח פונעם בית דין הגדול שבירושלים אויף די ארגינעלע יסודות אויפן דרך המסורה לנו מרבותיה"ק און מחזק געווען דער ברכיים אשר לא כרעו לבעל - די ערליכע אידען אין ארצינו הק', די הייליגע מערכה האט בשעתו אפגעהילעכט מסוף העולם ועד סופו און האט געוויזען פאר די גאנצע וועלט אז עוד יוסף חי און די הייליגע שיטה פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע איז קאי וקיימא אונטערן נשיאות הקודש פון ממלא מקומו מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.
למען ידעו דורותיכם
שטייענדיג אין אזא תקופה - 30 יאר שפעטער - ווען מיר גרייטן זיך אפצורעכטן דעם 5'טן יארצייט פונעם רבין זי"ע וואלט געווען א פאסיגע צייט אראפצושרייבן און איבערחזרן די הייליגע מערכה להכתב לדור אחרון פאר די פרישע דורות וואס געדענקען עס שוין נישט און האבען עס שוין נישט מיטגעלעבט בשעתו, נאכדערצו ווען מיר שטייען אין אזא מצב נאכדעם וואס א געוויסע פארטיי וועלעכע באשטייען פון א אפפאל פון סאטמאר וואס פאררופען זיך מכלומרש'ט אלס תלמידים וחסידים פון מרן בעל ההילולא זי"ע און קענען חלילה נישט שלום מאכען מיט וועמען זיי האבען אפגעסטעמפעלט אלס שונאים פונעם רבין דער ברך משה זי"ע פרובירן אפצולייקענען און פארווישען די הייליגע מערכה וואס דער רבי זי"ע האט געפירט קעגן די שונאי הדת, ע"כ ווילען מיר בעטן איעדן איינעם וואס האט סיי וואס פאר א אינפארמאציע וואס קען צוניץ קומען אדער ווער עס האט אין זיין באזוץ בריווען און קול קורא'ס פון דעמאלטס זאל זיך פאבינדען מיט אונז און אריין שיקן צו:
KJDOCTORFISHER@GMAIL.com
ויכתב זאת לדור אחרון למען ידעו דורותיכם אז די מלחמת הקודש איז קאי וקיימא עד היום הזה, ואל תאמר נשתנו העתים יש לנו אב זקן הוא לא נשתנה והוא לא ישתנה!

תוקן על ידי פישער_גאבע ב- 17/04/2011 17:50:06