| ברךמשהחסיד כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | דער סך הכל איז, אז נאכן פירן א יאר צייט א ביטערע מלחמת חרמה קעגן דעם נייעם חתונה זאל "עטרת מאיר צבי", גייט דער זאל אן בכל תוקף, און ס'איז אפילו דא אן אויסוואל פון רבנים וואס קענען מסדר קידושין זיין, און בעיקר קען מען נישט צווינגען אז רא"ט זאל מסדר קידושין זיין.
לאמיר שוין זאגן אז דער פשעווארסקער רבי שליט"א וועט קומען צו פארן פון אנטווערפן מסדר קידושין צו זיין אין דעם נייעם זאל, וועסטו ווייטער קענען שרייען אז רב וואזנער האט נישט מסדר געווען, וכדומה.
דער יסוד איז, אז דער איינרעדענישט אז רא"ט איז מרא דאתרא אין קרית יואל, אדער אז קיינער קען נישט זיין מסדר קידושין אן אים, דאס איז ברוך השם צובראכן געווארן, אוודאי איז דא מענטשן וואס האבן פארשידענע סארט משפחה סיבות, אדער פרנסה סיבות און זיי קענען נישט דארט חתונה מאכן, פונקט ווי געוויסע מענטשן קענען נישט מאכן אנדערע שמחות ווי באווארפן אדער קידושים אין די בתי מדרשים וואס זיי וואלטן געוואלט, ווייל זיי מוזן זיך רעכענען מיט טאטעס שווערן אדער זיידעס.
נאך אלעם, ווען איינער (נישט א אהרוני) מאכט חתונה אין די אלטע זאלן, וואו מען איז געצווינגען צו נעמען רא"ט, האט ער דאך בכלל נישט קיין רעכט אריינצורעדן ווער עס זאל זיין מסדר קידושין, ער מוז מיטהאלטן ווי איינער קומט שטערן זיין שמחה און ער קען זיך נישט העלפן, משא"כ אויב ער מאכט חתונה אין "עטרת מאיר צבי" האט ער כאטש אן אויסוואל. איה"נ ס'איז דערווייל נאכנישט ווי וויליאמסבורג, אבער ס'איז פארט אסאך בעסער ווי אין די אלטע זאלן.
דער סך הכל איז אז די זאל גייט אין בתוקפו, מענטשן בוקן פרישע שמחות, און די שטאט איז פול מיט קאפעלס וואס האבן דארט חתונה געהאט, און דער פנקס וואקסט.....
דער ווארענונג פון הייליגן רבי'ן, דער בעל ברך משה זי"ע, וואס האט געשריבן דעם ווייטאגליכן בריוו צו רא"ט, אז אויב ציט ער זיך נישט צוריק פון ערכאות, וועט ער געבן רשות פאר ערליכע אידן צו עפענען מוסדות און סידור קידושין, דאס איז פולשטענדיג מקוים געווארן. |
|
אוי! אזוי שטותים אין איין קליינע תגובה, מלחמת חרמה? ווי ווען וואס? קיין שום מלחמה האט מען נישט געפירט, בסך הכל האט מען געטון כמצווה עלינו פון אונזער הייליגן רבי זי''ע אז מען דארף מפרסם זיין די עושי רשעה אז מען זאל זיך מתרחק זיין פון זיי, אבער א מלחמת חרמה? האט מען ענקער טריפה'נעם זאל אמאל פאובירט אינטער צו צינדען ווי ענקער גבאי האט פרובירט אינטער צינדן ילד שעשועים? האט מען איינעם געשלאגן? סך הכל האבן זיך די קאפלעך נישט געפילט באקוועם ווען זייערע בילדער האבן זיך ארום געווארפן בחוצות קרית יואל, און אויב רופסטו דאס אן א מלחמת חרמה ביסטו נישט קיין סאטמארער, אדער ביסטו נאכנישט בר מצוה,
אפשר זאגסטו מיר פארוואס ווען רבי אהרן דארף זיין דער מסדר קידושין וואס סוף כל סוף האט מען עם אויפגענומען אלץ מרא דאתרא פון קרית יואל, הייסט דאס געצווינגען, און ווען מען "דארף" מכבד זיין ביי ענק איינעם פון די טרי סטודזשיס, הייסט דאס פרייוויליג? שוין דריי מאל ווי די מחותנים האבן מכבד געווען עמעצן וואס איז געגאנגען בעטן רשות פונעם מרא דאתרא, האט מען יענעם נישט געלאזט זיין דער מסדר קידושין נאר "געצווינגען" צו נעמען איינעם פון די מחוצפים, דאס הייסט דעמאקראטיע? פאר דעם האט איר געפייט?, דאס איז סתם פורקי עול!,
אוי אוי, וויאזוי שרייבסטו? לאמיר שוין זאגן אז דער פעשעווארסקער רבי קומט זיין מסדר קידושין, הא? א זיסער חלום, דער פשעווארסקער רבי וועט דארט מסדר קידושין זיין ווען יעקב יואל באנדא ע''ה וועט זיין מעיאר, אוי איז דאס א זיסער חלום, חלום ווייטער מיין קינד, שטער דיך נישט!,
דער יסוד איז איין זאך, רבינו שליט''א האט נישט פארלארן קיין איין סידור קידושין, און זיין גרויסקייט איז בכלל נישט סידור קידושין'ס, ער איז היינט צו טאג דער גרעסטער רבי וואס איז א איש המעש, ער טיט אויף גדולות ונצורות לה' ולתורתו, סידור קידושין פארנעמט ביי עם בכלל נישט קיין פלאץ, און זיין סוקסעס איז בכלל נישט געוואנדן וויפיל עזי פנים און ווידער שפעניגער עס זענען דא, פונקט ווי דער סוקסעס פון הייליגן דברי יואל איז נישט געווען געוואנדן וויפיל פורקי עול והולכים להבחירות הטמאות עס זענען געווען, ער שרייבט אז אפילו אויב ער וואלט ער געראטעוועט נאר איין מענטש וואלט זיך אלעס געלוינט, נו, וויפיל אידן עסן היינט צו טאג בשר כשר למהדרין מן המהדרין נאר א דאנק רבינו שליט''א, וויפיל אידן פאלגן די הייליגע תקנות און שפארן פאר כלל ישראל מיליונען דאלארן נאר א דאנק רבינו שליט''א, וויפיל אירע עסן מצות כשרות למהדרין מן המהדרין נאר א דאנק רבינו שליט''א, אין דאס איז דער יסוד גדול.