היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » והוקע אותו נגד השמש: הבחור השלעגער וואלף בן אברהם משה לאנדא

והוקע אותו נגד השמש: הבחור השלעגער וואלף בן אברהם משה לאנדא

85 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2881169
בלאט: 1 2

רשכבהגולם » 3/3/2011 19:25

אנטשלדיגט איך האב ביז יעצט געהאט א פראבלעם מיטן עפענען בלאט 3 פין דעם אשכול,


דייקן כתב
די שטעלסט זיך אראפ אלס א תורה-טרייער איד, און מיט א טענה אז דער בחור האט געשלאגן דעם יונגערמאן טוסטו דעם יונגערמאן בארעכטיגן בערכאות של עכו"ם, איצט לאמיר זעהן וואס אונזער תורה הק' לערנט אונז:

רשכבהגולם משיב
די שטעלסט זיך אראפ אלס א תורה-טרייער איד, און מיט א טענה אז דער אינגערמאן האט אריין געגעבן א ערכאות של עכו"ם קעגען דעם בחור, טוסטו דעם בחור בארעכטיגן מיטן הייבן הענט אויף א צוויייטן איד שוין אלס שור המועד,




תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 03/03/2011 19:28:54

רשכבהגולם » 3/3/2011 19:32

גראדע האסטו עס ריכטוג ארויס געברענג,
א תורה טרייע איד איז דער ריכטיגע מענטש וואס איז בארעכטיגט צי פרעגן אזעלעכע קשיות וואס די פרעגסט,
אזא איינער וואס נעמט נאר ארויס פון תורה וואס ער גלייכט און עס קען עם העלפן מיט טעראר א.ד.ג. דער איז אויסדריקליך נישט קיין תורה טרייע איד, און דער תירץ פאר עם איז קום צירוק נאכן קימו וקבלו,

_________________

דייקן » 3/3/2011 19:36

איך טוה נישט בארעכטיגן קיין שום צד מיטן שלאגן, צייג מיר אן אין מיינע ווערטער אז איך בארעכטיג צו הייבן אן האנט אויף א צווייטן איד, האסט א פראבלעם אז איינער האט דיר געשלאגן זאגט אונז די תורה הק' רוף אים צו דין תורה, איידער מ'רופט נישט צו דין תורה איז נישט דא קיין שום היתר פאר מסירה.

איך ערווארט א תשובה ווער עס האט געגעבן אן היתר פאר דעם יונגערמאן אויף מסירה?

_________________

ביידען » 3/3/2011 19:45

איך ערווארט א תשובה ווער עס האט געגעבן אן היתר פאר דעם בחור צו שלאגן?

kj1234 » 3/3/2011 19:51

דייקן איך ערווארט א תשובה ווי אלט ביסטו ?

רשכבהגולם » 3/3/2011 19:51

איך טוה נישט בארעכטיגן קיין שום צד מיטן מסירה, צייג מיר אן אין מיינע ווערטער אז איך בארעכטיג מסירה אויף א צווייטן איד,
עס זעהט בכלל נישט אויס אז די ווילסט טאקע עפעס וויסן, ווען מען ענטפערט דיר אז עס איז דא א היתר, פרעגסטו איבער די זעלבע קשיא כאילו מען האט דיר נאך נישט גענטפערט,
יעצט פרעגסטו שוין עפעס אנדרשט ווי פריער, ווער האט מתיר געווען,
 און די ווילסט מיר זאלן דיר ענטפערן, און די וועסט שיקן דעם בחור (אויב ער וועט נאך וועלן גיין) ער זאל קערנעמען פון יענעם מתיר,

_________________

ספרינטער » 3/3/2011 19:56

דייקן מען האט געשריבן פריער אז דער שלעגער האט זיך אליינס אריינגעלייגט און פאסטקע מיטן לויפן צו די פאליציי מיט א בלבול אז י.וו. זאל אים האבן געשלאגן. ווען און פאקט האט ער ניטאמאל געקענט אידענטיפיצירן זי פנים פון י.וו.

_________________

kj1234 » 3/3/2011 20:00

איך האב נאך יעצט א פראבלעם מיטן עפענען בלאט 3 פין דעם אשכול

רשכבהגולם » 3/3/2011 20:04

איך האב עס געפענט מיט  google chrome 

_________________

רשכבהגולם » 3/3/2011 21:10

דערווייל בלייב מיר ביי דעם אז דער בחור האט געהויבן הענט אויף דעם אינגרמאן אן קיין שום היתר, אויב איינער ווייסט אנדערש זאל ער ביטע מעלדן. 

_________________

דייקן » 3/3/2011 22:12

קען אפשר איינער קלארשטעלן די פאלגענדע:

ווער האט וועמען אנגעקלאגט?
פארוואס?
דער מסור האט אנגעקלאגט מיט אן היתר?
ווער האט אים צוגעשטעלט דעם היתר?

_________________

רשכבהגולם » 3/3/2011 22:39

קען אפשר איינער קלארשטעלן די פאלגענדע:

ווער האט וועמען אנגעהאקט?
פארוואס?
דער שלעגער האט אנגעקלאגט מיט אן היתר?
ווער האט אים צוגעשטעלט דעם היתר?

_________________

_________________

אומזיסט » 4/3/2011 02:40

וואס ברויך מען מער היתר ווי דאס אז ער אליין איז געקומען אין פאליציי אריין מסר'ן? עס איז א אפענע הלכה אין שולחן ערוך אז א מסור מעג מען מסר'ן. צופרידן דייקן?

דייקן » 4/3/2011 17:19

אומזיסט, צוליב וועלכע סיבה האט דער בחור דער שלעגער געזאלט מסר'ן דעם אנגעשלאגענעם יונגערמאן?

_________________

אומזיסט » 4/3/2011 17:26

נישט דעם יונגערמאן האט ער געוואלט מסר'ן, נאר א צווייטן. (י. וו. אויב דו ווילסט דוקא וויסן). פארוואס? דו וואוינסט זיכער נישט אין מאנרא. פאר די זעלבע סיבה וואס פריינד האט געמסרט יואלי ליבערמאן אז ער האט אים געוואלט הארגענען! יא ממש אזוי. מסתמא האט דער וו. אויך אראנדזשירט עפעס א רציחה קעגן לאנדא...

דייקן » 4/3/2011 18:21

איך וואוין נישט אין ק"י, און איך ווייס די מעשה נאר וויאזוי דאס איז דא אראפגעשריבן, און דער פותח האשכול האט נישט געזעהן פאר וויכטיג צו דערציילן אז דער בחור האט אויך עקסטער געקלאגט א צווייטן יונגערמאן.

שטעלט זיך דא ארויס די מעשה אזוי,

דער בחור האט געשלאגן אן אנאנימער אינגערמאן, איך ווייס נישט דעם נאמען.

דער בחור האט געוואלט קלאגן עפעס א י. וו., איך ווייס נישט פארוואס, און דאס איז לכאורה נישט דער זעלבער אינגערמאן וואס האט אים אנגעקלאגט.

בעת ווען דער בחור איז קומען אנקלאגן דעם י.וו., האבן אים די פאליציי ארעסטירט דעם בחור אלס א צווייטע קלאגע וועלכע אונזער אינגערמאן האט אים מיט עטליכע וואכן צוריק אנגעקלאגט. שטימט ביז אהער?

לכאורה קומט אויס אז דער אינגערמאן האט אנגעקלאגט דעם בחור נאך איידער דער בחור איז געקומען קלאגן י. וו.

נא, מיט וועלכע היתר האט דער אינגערמאן געמעגט פאר'מסר'ן דער בחור איידער'ן אים רופן צו דין תורה?

_________________

מלך_מלכים » 4/3/2011 18:29

דייקן, סתם פאר נייגעריגקייט, דו ווילסט טאקע באמת וויסן מיט וועלכע היתר?

אדער יענער יונגערמאן איז שגץ עני וועי, אויסגעשלאסן וועלעכע היתר ער האט, אין טאמער ער האט א היתר, ווערט יענער מורה הוראה אפגעפרעגט? אין דו האסט פשוט געשאסן די פראגע כדי צו שיסן א תגובה קעגן די זאליס?

וועלכע פון די צוויי איז אמת?

דייקן » 4/3/2011 18:49

איך האב דא צוויי ציהלן, און איך האב זיך אפגעשטעלט אויף די מעשה, נישט ווייל איך מיין די מעשה פערזענליך, נאר ווייל דא וועט איר קענען פארשטיין מיין טענה.

דער מספר המעשה דערציילט מיט פרייד אז מ'האט ארעסטירט א בחור, ארעסטירן א איד איז פשוט און פראסט "מסירה". יא איך וואלט שטארק געוואלט וויסן אויב דער יונגערמאן האט אן היתר באקומען אויף דעם מסירה, און אזוי אויך מיט וועלכע סיבה ער זאל האבן געמעגט באקומען דעם היתר.

מיין צווייטע טענה וואס איך האב נאכנישט דא ארויסגעברענגט, וויבאלד קיינער האט נאכנישט פעסטגעשטעלט אז דער בחור איז טאקע א מסור. לשיטתכם אויב דער בחור איז טאקע א מסור, צו איז דאס דען ווייניגער הארב ווי מיט א יאר צוריק ווען צד מהרי"י / בני יואל האבן געזעהן פאר וויכטיג אויסצושרייען און פארשעמען עטליכע אידן בעל פה ובכתב אז זיי זענען מוסרים, ווען גייט אן הלכות מחאה און ווען נישט?

_________________

מלך_מלכים » 4/3/2011 18:56

איך פארשטיי אז דו ביסט נישט אינטערעסירט אין תיריצים, דו ווילסט נאר פרעגן די קשיא, אין טאמער האב איך א תיריץ וועסטו תיכף האבן נאך א צווייטע קשיא, אין דריטע, וחוזר חלילה, יאך בין נישט אין די מאד יעצט.

טאמער וואלט געוועהן איין שאלה יא היתר נישט היתר, וואלט איך געענפערט, אזוי ווי דו האסט אונז שוין אנטפלעקט דייינע צילן בין איך פארטיג פאר יעצט, גוט שבת

zibala » 4/3/2011 20:47

דייקי
איך זעה אז די ביזט צומישט און ביזט דעספערעט יורד צוזיין לעומקא של הענין המעשה,

די מעשה האט פארסירט און קרית יואל אין א קאלטן פראסיטיגן טבת נאכט, האבן זיך די ציוטשעטע מצויינים פון די מאסרי על קברו אנטשטאלט ארויסגעלאזט אויף די יארכע אנצודרייען כאאס אין שטעטל, באוואפענט מיט זאפאסן פון חתונה פיקטשער קארדס, פריש דעליווערט פון אינוועטישאן דיפאט, דורך העסקן הנואף י שווארץ, האבן זיי זיך קאנצענטריט אונטער ביהמ"ד ויאל משה אויף פארעסט ראוד,

 זענען דארט געשטאנען א גרופע יונגעלייט און האבן געזעהן די מעשי תעתועים פון די אויסגערופענע מצויינים האבן זיי פארשריגן די יונגען און פארטריבן פון ביהמ"ד הויף, פארשטייט זיך אז דער טיפיקעל ארוינישע ענטפער איז פעטש, האבן זיך די גאסן יונגען גענומען צו אינזעדיקעווען אויף די יונגעלייט ס'האט זיך געטוהן א געשטויסעכטס און א געפעטשעריי ביז בלוט,

אינדערזייט איז געשטאנען א יונגערמאנטשיקל מיט א פאטא אפעראט אין אלעס רעקאדירט, ווען די כעווערע האבן איהם באמערקט האבן זיך די גאנצע חברה גרופירט אויף איהם און גוט גוט צוהאקט אין צובאלט ביז זיי האבן איהם ארויסדערווישט דעם קעמערע און עוקר געווען פון דעם פלאץ

גלייך פון דארט זענען די חברה געלאפן צום הויז פון האברך יואל וו. און געמאכט א פראטעסט, כאטש קיינער ווייסט נאך נישט עד היום הזה פארוואס און פארווען, ביז די פאליציי האט זיי צוריק געשיקט אין שטייג.

עד כאן המעשה

אפאר טאג שפעטער באקומט ר' יואל וו. אן אנקלאגע אז ער האט געשלאגן דעם שלעגער וואלף לאנדא, פארשטייט זיך אז דער אומשילדיגער וואלף האט באקומען א היתר פון מיסטער דייקן צו מסר'ן, דער יונגערמאן האט באקומען בעיל און עס דראעט איהם א משפט וואו האפענטליך וועט דער באוויסטער מצויין לאנדא וועט שטיין אויפן וויטנעס שטענדער און פארציילען זיין זייט פון די סטארי לויט ווי סווארדי מאסרי וועט איהם אריין לייגען אין פיסק.

ביז אהער איז געווען שטיל - דייקן מיט יונה מיט אלע אנדערע שמות הנרדפים זענען געשלאפן רואיג

אפאר חדשים שפעטער באקומט אונזער מסור'על המצויין לאנדא א אינדייטמענט אויף די זעלבע קלאגעס וואס ער האט געקלאגט, און מ'גיימער זיכען דעם היתר אויף מסר'ן א מסור, עיין בספרי מאסרי


ענדשוי

zibala » 4/3/2011 20:48

דייקן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האב דא צוויי ציהלן, און איך האב זיך אפגעשטעלט אויף די מעשה, נישט ווייל איך מיין די מעשה פערזענליך, נאר ווייל דא וועט איר קענען פארשטיין מיין טענה.

דער מספר המעשה דערציילט מיט פרייד אז מ'האט ארעסטירט א בחור, ארעסטירן א איד איז פשוט און פראסט "מסירה". יא איך וואלט שטארק געוואלט וויסן אויב דער יונגערמאן האט אן היתר באקומען אויף דעם מסירה, און אזוי אויך מיט וועלכע סיבה ער זאל האבן געמעגט באקומען דעם היתר.

מיין צווייטע טענה וואס איך האב נאכנישט דא ארויסגעברענגט, וויבאלד קיינער האט נאכנישט פעסטגעשטעלט אז דער בחור איז טאקע א מסור. לשיטתכם אויב דער בחור איז טאקע א מסור, צו איז דאס דען ווייניגער הארב ווי מיט א יאר צוריק ווען צד מהרי"י / בני יואל האבן געזעהן פאר וויכטיג אויסצושרייען און פארשעמען עטליכע אידן בעל פה ובכתב אז זיי זענען מוסרים, ווען גייט אן הלכות מחאה און ווען נישט?

_________________




קיינער האט נאכנישט פעסטגעשטעלט אז מען האט גע'מסר'ט וואלף לאנדא


תוקן על ידי zibala ב- 04/03/2011 20:49:34

יוסףמאיר » 4/3/2011 22:29

איך פארשטיי ענק באמת נישט 70 תגובות אין קיינער קען נישט קיין הלכה
איינער וואס איז רגיל להכות הבריות איז א בפירושער ש"ך איז א מצוה אים איינזעצן
אפילו אויב ער איז נישט רגיל נאר ער האט דיך געשלאגען מעגסטו רופען פאליציי אזוי שטייט אין רמ"א

פריינדליך » 4/3/2011 22:32

זיבעלע. דאס אז מען האט אים געמסר'ט האבן די זאליס געשריבן. נישט די ארונים....

zibala » 6/3/2011 22:43

פריינדליך כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
זיבעלע. דאס אז מען האט אים געמסר'ט האבן די זאליס געשריבן. נישט די ארונים....


מהאט עס פעסטגעשטעלט???

_________________

SatmarNews » 9/3/2011 17:12

ברעקינג אפדעיט: דער ריכטער האט יעצט ארויסגעווארפן די קלאגע וואס הבחור החשוב האט אריינגעגעבן אויף ר י.וו. נ"י

סאטמער100 » 9/3/2011 21:03

וואס איך האב ארויס איז אז מקען ווייטער אנגיין מיט די פעדראלע קלאגע קעגן יוסל וואלדמאן דער מסור דמתה ווייל ער האט געסטראשעט 3 אידן פון קרית יואל אויב זיי עפענען אין די זעלבע ליין ווי ער גייט ער זיי טרעפען אין תפיסה למעשה האבן די דיינים אפגעהאלטן די קעיס וואס איז שוין 6 חדישים אויף האלד ווייל זיי האבן נאכנישט מברר געווען צו מען מעג

אבער אונזערע הייד פארק דיינים האבן געפאסקענט אז א מסור מעג מען זיכער איינזעצען
און אזוי ווי איך בין נאנט פארבינדען מיט איינע פון די קלעגער און איך בין געווען דערביי ביי די ערשטע פעדערל ריפארט וועל איך פרובירן פארצולייגן פאר די קלעגערס די היתר

ישר כוח יוסף מאיר דו האסט באוויזן וואס גרויסע ריזן האבן נישט

_________________

SatmarNews » 9/3/2011 21:12

האט מען שוין אמאל גובע עדות געווען בפני בית דין אז ר' יוסף הי"ו איז א מסור?

אומזיסט » 9/3/2011 22:07

סאטמאר הונדערט, דו ביסט צוקער זיס. איין הערה, די קעיס קומט נישט אין פעדעראל, עס קומט ביים אינטערנאציאנאלן געריכט אין האג... אדער עטליעסט ביים יו עס סופרים קאורט.

סוג » 9/3/2011 22:29

בני ברק'ער בורר הגאון ר' מענדל שפרן שליט"א האלט אז מען מעג און מ'דארף גיין אין פאליציי.

סוג » 9/3/2011 22:38

[בילד – נישט אפגעהיט]

אויששש » 9/3/2011 23:53

ווען איז ער הגאון שליט"א און מ'דארף איהם פאלגן, און ווען נישט ? הא לן והא להו
[בילד – נישט אפגעהיט]
סוג כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
בני ברק'ער בורר הגאון ר' מענדל שפרן שליט"א האלט אז מען מעג און מ'דארף גיין אין פאליציי.

יוסף90 » 9/3/2011 23:55

ער איז ביי מיר דער זעלבער גאון סיי ווי זוי


אלעס רעדט מען נאר לשיטתכם.

אויששש » 10/3/2011 00:11

אוי וויי, יוסל'ע הגולם
דיין ענטפער איז בכלל נישט אזוי געלונגען, אז דו האסט דערפאר ארויסגעגעבן ווער איז דער 'סוג'...

נעקסטיים ווער נישט ווילד, און שפרינג נישט אויף אן טראכטן:
ברענג נישט קיין בריוו פון רב שאפראן אין די צייט וואס ענקערע גנבים חברים לאיש משחית פאלגן נישט זיין פסק
און טויש די ריכטיגע ניק ווען דו ברויכסט פארענטפערן דיין טעות

סוג » 10/3/2011 00:46

יוס'ל


ביי מייר איז ר' מענדל אויך דער זעלבער גאון, וואס ערזאל נאר שרייבן.


זאלסט ניא וויסן יוס'ל, אז פון דעם פסק וואס איך האב געברענגט קען ער אויך צוריק ציען פונקט ווי אזוי ער האט געשריבן


תוקן על ידי סוג ב- 10/03/2011 00:45:00

קוק_ווינקל » 10/3/2011 01:12

יוסףמאיר כתב:
איך פארשטיי ענק באמת נישט 70 תגובות אין קיינער קען נישט קיין הלכה
איינער וואס איז רגיל להכות הבריות איז א בפירושער ש"ך איז א מצוה אים איינזעצן
אפילו אויב ער איז נישט רגיל נאר ער האט דיך געשלאגען מעגסטו רופען פאליציי אזוי שטייט אין רמ"א
     
      סאטמער100 משיב:     
     
וואס איך האב ארויס איז אז מקען ווייטער אנגיין מיט די פעדראלע קלאגע קעגן יוסל וואלדמאן דער מסור דמתה ווייל ער האט געסטראשעט 3 אידן פון קרית יואל אויב זיי עפענען אין די זעלבע ליין ווי ער גייט ער זיי טרעפען אין תפיסה למעשה האבן די דיינים אפגעהאלטן די קעיס וואס איז שוין 6 חדישים אויף האלד ווייל זיי האבן נאכנישט מברר געווען צו מען מעג

אבער אונזערע הייד פארק דיינים האבן געפאסקענט אז א מסור מעג מען זיכער איינזעצען
און אזוי ווי איך בין נאנט פארבינדען מיט איינע פון די קלעגער און איך בין געווען דערביי ביי די ערשטע פעדערל ריפארט וועל איך פרובירן פארצולייגן פאר די קלעגערס די היתר

ישר כוח יוסף מאיר דו האסט באוויזן וואס גרויסע ריזן האבן נישט

אפשר קען מיך איינער העלפן פארשטיין די 2 צדדים
בלאט: 1 2