היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ביטערע מחלוקה: סאטמאר מהר"א VS. בעלזא ירושלים!

ביטערע מחלוקה: סאטמאר מהר"א VS. בעלזא ירושלים!

103 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2867352
בלאט: 1 2 3

חיי_שעה » 14/1/2011 19:39

א שרעקליכער פייער האט אויסגעבראכן די לעצטע וואך צווישן ר' אהרן מיטן שוואגער דער בעלזער. ווי יעדער ווייסט האט ר' אהרן מיט צען יאר צוריק זיך אריבערגעכאפט מיט א פליגער קיין ארץ ישראל אויף קרית וויזניץ זיך צו באטייליגן ביי א שבע ברכות פון זיין שוואגער, כדי זיך צו טרעפן מיטן בעלזער. עס האט יעדער פארשטאנען אז דאס אריבערכאפן צו שבע ברכות פון א שוואגער איז נישט קיין פערצופאל, זיינע שוואגערס מאכן חתונה יעדן מאנטאג און דאנערשטאג און ער פארט קיינמאל נישט. נאר ר' אהרן האט בשלאסן דעמאלס אויב דער טאטע וויל נישט מיך פאר רב הצעיר וועל איך שלום מאכן מיט זיינע שונאים. ער איז אריבערגעפלויגן קיין קרית וויזניץ און זיך געמאכט שיין די פיאות פאר די היסטארישע פיקטשער, און אינמיטן שבע ברכות ווען אלע פאטאגראפירערס זענען שוין געווען אויסגעשפיצט מיט די כלים קעגן איבער דעם אויבנאן, האט זיך ר' אהרן אויפגעשטעלט און זיך איבערגעבויגן צום שוואגער, און געקוועטשט די האנט, ווי איינער זאגט נאדיר מנה אחת אפים, אין זיבעטן ריפ, פאר אלע פרומע רשעים, פאר זיין טאטן און אלע זיינע שונאים.
 
די מידיע האט שיין באריכט דעם בילד, אבער דארט איז געבליבן שטיין. פארוואס? ווייל דער בעלזער האט געכאפט אז ר' אהרן וויל טאקע דערמיט שטעכן די סאטמארע, אבער דער בעלזער איז נישט אינטערסירט אין דעם, ער וויל באקומען א שיין פנים איבער די וועלט און ער וויל שלום מאכן מיט זיינע שונאים, אבער ער וויל דוקא אז די עכטע סאטמארע זאלן מיט אים שלום מאכן, ער האט ר' אהרן געלאזט אהיימפארן ווי א לוזער און ער האט זיך בכלל נישט פון אים וויסענדיג געמאכט.
 
ר' אהרן האט אנגעהויבן שיקן שליחים צו אים, ער האט זיך אפילו מזכיר געווען ביום חופתו פון זיין זון, בבית המנוח ר' חיים לאקס, אבער דער בעלזער האט זיך פון אים אונטערגעלאכט וואס פאר א לוזער ער אז ער לויפט מיך נאך. ר' אהרן האט זיך נאך אויפגעטוהן פאר ר' חיים יושע באב"ד ביי די חתונה איך האב גערעדט היינט מיט דיין רבי'ן.
 
ר' אהרן האט געשיקט שליחים צום טיש פון בעלזער דעליווערן משלוח מנות אז יעדער זאל זעהן, אבער דער בעלזער שמייכעלט זיך אונטער פון דעם שוואגער דער בעל גאוה וואס לאזט זיך אראפ צו אים, ווייל אפשר וועלן די בעלזא שטיצן אים און נישט זיין ברודער.
 
יעצט האט ר' אהרן באשלאסן אז ביי זיין שווער'ס לויה וועט ער האבן א גוטע געלעגנהייט אפיציעל שלום מאכן מיטן שוואגער, זיינע שליחים האבן זיך פארבינדן מיט די בעלזע באהערדע און אויסגעארבעט א פארמאלע מיטונג צווישן די קינדער פון ר' משה'לע וואו מען וועט זיך צוזאמזעצן תיכף נאך יציאת נשמה און מען וועט אויסארבעטן אלע פרטים פון די לויה ביז די ממלא מקום אישו, און די פאטאגראפירער וועלן האבן די זכיה צו כאפן בילדער ווי ר' אהרן מיטן בעלזער שמועסן פריוואט. דערנאך וועלן זיי כאפן שפאציר און ביידע וועלן זיך פארקנייטשן דעם שטערן, און ר' אהרן וועט ווייזן מיט די הענט ביז דער פאטאגראפירער וועט ווייזן אז אלס איז פיקטשער רעדי, און דערנאך וועלן די בליצן זיך אנהייבן, און די שונאים וועלן פלאצן.
 
אבער דער שוואגער איז דאך פארט א קוריאזער וואס מען קען נישט אויסרעכענען, ער האט געענטפערט פאר די מתווכי השלום, אז ער גייט נישט שלום מאכן אין קרית וויזניץ נאר אין קרית בעלזא, און אויב אהרן וויל קען ער קומען אהער און איך וועל אים דא אויפנעמען.
 
די שליחים פון ר' אהרן האבן מוראדיג באליידיגט פון דעם פראסק, זיי האבן באשלאסן אז מען גייט ארויסקומען אין די עפענטליכקייט מיט א אטאקע אז דער בעלזער איז ציוניסטיש געשטימט, זיי האבן איינגעשפאנט די קול סאטמאר רעדנער'ס און די היידפארק שרייבערס אראפצורייסן בעלזא מיט זיינע בויכדרייענישן, למען ישמעו, זאל ער וויסן אז ווער עס טשעפעט דעם רבי'ן שפילט זיך מיט פייער.
 
והנה, זיי האבן אנדעקט אמעריקע אז דער בעלזער איז ציוניסטיש!

תוקן על ידי חיי_שעה ב- 14/01/2011 19:53:19

theחדשות » 14/1/2011 20:06

חיי_שעה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
א שרעקליכער פייער האט אויסגעבראכן די לעצטע וואך צווישן ר' אהרן מיטן שוואגער דער בעלזער. ווי יעדער ווייסט האט ר' אהרן מיט צען יאר צוריק זיך אריבערגעכאפט מיט א פליגער קיין ארץ ישראל אויף קרית וויזניץ זיך צו באטייליגן ביי א שבע ברכות פון זיין שוואגער, כדי זיך צו טרעפן מיטן בעלזער. עס האט יעדער פארשטאנען אז דאס אריבערכאפן צו שבע ברכות פון א שוואגער איז נישט קיין פערצופאל, זיינע שוואגערס מאכן חתונה יעדן מאנטאג און דאנערשטאג און ער פארט קיינמאל נישט. נאר ר' אהרן האט בשלאסן דעמאלס אויב דער טאטע וויל נישט מיך פאר רב הצעיר וועל איך שלום מאכן מיט זיינע שונאים. ער איז אריבערגעפלויגן קיין קרית וויזניץ און זיך געמאכט שיין די פיאות פאר די היסטארישע פיקטשער, און אינמיטן שבע ברכות ווען אלע פאטאגראפירערס זענען שוין געווען אויסגעשפיצט מיט די כלים קעגן איבער דעם אויבנאן, האט זיך ר' אהרן אויפגעשטעלט און זיך איבערגעבויגן צום שוואגער, און געקוועטשט די האנט, ווי איינער זאגט נאדיר מנה אחת אפים, אין זיבעטן ריפ, פאר אלע פרומע רשעים, פאר זיין טאטן און אלע זיינע שונאים.

סתם א שקרן במילתא דעביד לגלוי, יעדער האט געזעהן דאס בילד, דער בעלזער האט זיך געבויגן צו ר' אהרן און נישט פארקערט. איך הנאה אז דו האסט דאס געשריבן, אזוי זאל יעדער זעהן ווי אמת טאקע דיינע באריכטן זענען.

 
די מידיע האט שיין באריכט דעם בילד, אבער דארט איז געבליבן שטיין. פארוואס? ווייל דער בעלזער האט געכאפט אז ר' אהרן וויל טאקע דערמיט שטעכן די סאטמארע, אבער דער בעלזער איז נישט אינטערסירט אין דעם, ער וויל באקומען א שיין פנים איבער די וועלט און ער וויל שלום מאכן מיט זיינע שונאים, אבער ער וויל דוקא אז די עכטע סאטמארע זאלן מיט אים שלום מאכן, ער האט ר' אהרן געלאזט אהיימפארן ווי א לוזער און ער האט זיך בכלל נישט פון אים וויסענדיג געמאכט.
 
פארדעם טאקע האט זיך צוטאנצן מיט אב"ד סאטמאר ב"פ, ווייל "ער" פארטרעט עכטע סאטמאר, במילא האט זיך דער בעלזער גע'חנפ'ט צו אים. גוט צו וויסן.

!

תוקן על ידי חיי_שעה ב- 14/01/2011 19:53:19


שארטקאט » 14/1/2011 20:19

לייגטס ארויף דעם בילד לאמיר זעהן ווער בייגט זיך אויף וועם,

SatmarBum » 14/1/2011 21:43

[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________



תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 17/01/2011 22:16:10

SatmarBum » 14/1/2011 21:47

http://www.zingmit.com/2011/01/belzer-rebbe-speaking-at-yom-hatzolah.html



http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=23457


[בילד – נישט אפגעהיט]  
"יהודי אמריקה חיים בסכנה" • ההוכחה של הרבי מבעלזא
לאחר 'תהילים' לרפואת האדמו"ר מויז'ניץ, חגגו חסידי בעלזא את 'יום ההצלה' • "שלום חם הביא להתבוללות ושואה", אמר האדמו"ר • תמליל השיחה • ויש גם וידיאו
יקי אדמקר ומשה ויסברג, בחדרי חרדים 16:10 13/01/2011
[בילד – נישט אפגעהיט]
האדמו"ר מבעלזא נושא דברים ב'יום ההצלה'. צילום: בחדרי חרדים  

_________________

שארטקאט » 14/1/2011 22:00

פון דעם בילד זעהט אויס אז ביידע בייגן זיך די זעלבע, אבער די פיאות האט ר' אהרן געמאכט זייער שיין,

מאנרא_בוי » 14/1/2011 22:06

חיי שעה, העיקר שכחת! טאקע די זעלבע מסיבה וואו דער בעלזער האט זיך צופידעלט מיט זיין ציוניזים, איז געווען ברייט געדעקט אין בלאט די פאריגע וואך אז עס גייט פארקומען, מיטן חשבון אז דער בעלזער וועט ווערן משוחד פאר קאווערידזש אין דער בלאט. אבער די וואך, נאך וואס דער בעלזער האט אפגעווארפן אהרן אז ער וויל זיך מיט אים נישט טרעפן, האבן זיי קיין ווארט מער נישט געשריבן דערוועגן.

שארטקאט » 14/1/2011 22:24

דער בעלזער האט נישט קיין פראבלעם זיך טרעפן מיט ר' אהרן, ער וויל ער זאל קומען פינקט ווי ר' יחזקאל ראטה איז געקומען, אבער נישט זיי זאלן זיך טרעפן ביים שווערס מיטה און זאל הייסן זיי האבן זיך געטראפן דארט, נאר אויב די ווילסט קום אריבער צו מיר,

מאנרא_בוי » 14/1/2011 22:27

חדשות, איך ווייס נישט צי דו בוסט נאריש צי דו מאכסט זיך נאריש. מיינסט אז דער בעלזער איז א פערד? מיינסט ער ווייסט נישט אז בעריש מייזליש נישט נאר וואס ער פארטרעט נישט סאטמאר, ער פארטרעט אויך נישט זיין אייגענע שוהל אין בארא פארק. נאר וואס דען, בעריש איז דארט געווען טאנצט מען מיט בעריש, און אז עס אים געלונגען דיך איינצורעדן אז אזוי ארום מאכט ער שלום מיט די שונאים איז אים דאס נאך א פלאס, דעציט.

rebyankel » 14/1/2011 22:33

נערישער בעקער, כ'האב נישט געוויסט אז די היינטיגע פסק וועט ענק אזוי צוטרעטן, כ'וועל פשוט ברענגן נאך א דוגמא פון דיין חי שעה ספינעריי ר' אהרן איז דעמאלטס געווען אין א''י פאר א צווייטע סיבה, א סיבה וואס קען דיר אפשר אויך מצער זיין

לאעליכם » 15/1/2011 22:07

א הערט אויס אויף "קול סאטמאר" 212-444-9899. נומער 2-2-0
פון די מעין מעניו, שארפע דברי מחאה אקעגן די דברי בלע וציונות
וואס האדמו"ר מבעלזא ירושלים האט געלאזט הערן במשך די וואך

אשריכם פארן ארויסזאגן דעם אמת'ן דעת תורה אן קיין שום מורא! לכו בכוחכם זה!!

דזשיגאן » 16/1/2011 03:03

rebyankel כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
נערישער בעקער, כ'האב נישט געוויסט אז די היינטיגע פסק וועט ענק אזוי צוטרעטן, כ'וועל פשוט ברענגן נאך א דוגמא פון דיין חי שעה ספינעריי ר' אהרן איז דעמאלטס געווען אין א''י פאר א צווייטע סיבה, א סיבה וואס קען דיר אפשר אויך מצער זיין

 
זאג נאר דו איש אמת וועלכער דערהייבט נישט קיין געבעקסן, וועלכע פון די אויבנדערמאנטע פאקטן איז "געבאקן"?
 
• אז דעם דזשיגאן עם הארץ זיכט שוין שלום צו מאכן מיטן שוואגער דער בעלזער די לעצטע צען יאר?
 
• אז דער דזשיגאן עם הארץ האט געגעבן די הענט מיט שיין געמאכטע פאות פאר זיין שוואגער דער חסידישער רבי דער ציוני (כלשון "קול סאטמאר")?
 
• אז דער דזשיגאן עם הארץ האט זיך מזכיר געווען ביום החופה פון זיינס א קינד ביי זיין שוואגער וועלכער האט פוער פה געווען קעגן מרן רביה"ק בעל ויואל משה זיעואכי"א?
 
• אז דער דזשיגאן עם הארץ שיקט משלוח מנות די לעצטע פאר יאר פאר זיין שוואגער פון ירושלים, א ביליגער אקט פון חנופה לרשעים?
 
• אז דער בלאט האט די פארגאנגענע וואך ברייט באריכטעט דעם יום הצלה פון א געוויסן "חסידיש אגודיסטישער קרייז" (כלשון "קול סאטמאר")?
 
• אז דער דזשיגאן עם הארץ האט געוואלט זיך טרעפן מיט זיין שוואגער דער בעלזער אין א פאפאראצי' ביים בעט פונעם וויזניצער שווער?
 
• אז קול סאטמאר איז שארף ארויסגעקומען קעגן דעם בעלזער נאך וואס ער האט געענטפערט אז ער איז זיך נישט אינטערעסירט צו טרעפן מיט דעם דזשיגאן עם הארץ אין קרית וויזניץ נאר אין קרית בעלזא?
 
הכר נא למי החותמת ולמי הפסולים, ווער באקט און ווער שרייט אגאנצן טאג אז יענער באקט.
 
נ.ב. איך בין דיר נישט חושד פאר קיין איין רגע אז די עכטע סיבה פארוואס דו ווילסט מיר נישט זאגן וואס "נאך" דער דזשיגאן עם הארץ האט געטון אין ארץ ישראל יענעם חודש אלול, איז ווייל דו ווילסט אונז נישט מצער זיין. דיין היסטאריע צייגט אז מצער זיין אנדערע איז פון דיינע טאלאנטן. טא ביטע פארצייל אונז וואס "נאך" ר' אהרן האט דעמאלס געזיכט אין ארץ ישראל.

SatmarHQ » 16/1/2011 09:01

עס איז א פוסטע ליצנות אז דער זעלבער וואס וויינט שטענדיג מיט קראקעדיל טרערן אז מען מאכט ל"ע שלום מיטן טאטן'ס שונאים, איז יעצט אויסן שלום צו מאכן מיט זיין טאטן'ס ביטערער שונא, און דער אויסגעשפראכענער שונא פאר סאטמאר בכלל און פאר רביה"ק זי"ע בפרט. דאס איז דער אידישער אפטייטש פון היפאקראטיע!
 
(עס איז אינטערעסאנט צו אנצומערקן אז ווען דער עם הארץ איז געלאפן קיין נתני' זיך צו לאזן פיקטשערן מיט קלויזענבורגער, האבן אים מאנכע נאך פארענטפערט אז נאך אלע מעשיות איז ער דאך שוין דער קלויזענבורגער נאר א זון פון זיין טאטן, און עס איז נישט קיין מצוה אנצוהאלטן מיט אים א מלחמה על לא דבר וועגן זיין טאטנס חטאים. אבער דא איז דאך דער בעלזער דער זעלבער וואס האט גערעדט אויף רביה"ק זי"ע, און מיט אים האט דער רבי דער ברך משה זי"ע געפירט די מלחמה, און טראץ די אלע זאכן וויל דער עם הארץ מיט אים שלום מאכן. אוי לאותה בושה! וואס דער גראביאן טוט נישט פאר אביסל אטענטשאן און פובליסיטי.)

תוקן על ידי SatmarHQ ב- 16/01/2011 09:12:02

rebyankel » 17/1/2011 00:36

זאל דער אשכול נאר דינער פאר א סעמפל מיט וויפיל ספינעריי ענק שפייזען זיך טעגליך 
כ'פלאן מיך נישט צו פארהערן, כ'האף נאר איין מאל צו ענטפרן (ביז מ'וועט אויסמעקן מיין תגובה), אין זאל יעדער זעהן וויפיל ספינעריי מ'דארף ענק פיטערן טעגליך


• אז דעם דזשיגאן עם הארץ זיכט שוין שלום צו מאכן מיטן שוואגער דער בעלזער די לעצטע צען יאר? 
יא, שקר ווי אלע ענקערע ספינעריי
כ'געדענק נאך ווי ענק האבען זיך געשוואירן ביי די גרויסע נסיעה אין ירושלים אז ער גייט זיך טרעפן מיט זיין שוואגער אין למעשה האט זיך עס אויסגעלאזט ווי אלע ענקערע ספינעריי

 
• אז דער דזשיגאן עם הארץ האט געגעבן די הענט מיט שיין געמאכטע פאות פאר זיין שוואגער דער חסידישער רבי דער ציוני (כלשון "קול סאטמאר")? 
דא בין איך שטום, כ'מוז טאקע מודה זיין אז ער זיך געמאכט שיין די פיאות ווייל ער האט געוויסט אז ער גייט טרעפן זיין שוואגער...
אין איבער דאס געבן די האנט, דארפסטו זיין היבש קליינקעפיק, 
לשיטתך וואס וואלט ער געדארפט טוהן, צירוק ווייזען די הענט אין זאגען שוואגער כ'געב דיר נישט?

 
• אז דער דזשיגאן עם הארץ האט זיך מזכיר געווען ביום החופה פון זיינס א קינד ביי זיין שוואגער וועלכער האט פוער פה געווען קעגן מרן רביה"ק בעל ויואל משה זיעואכי"א? 
דאס קען איך שוין נישט לייקענען ווייל די האסט עס בפירוש געזעהן אויף היידפארק אין דאס איז ביי ענק תורת משה, נאכדערצו אז די הענגסט עס אן אין ר' חיים לאקס ז''ל וואס לעבט שוין נישט אין גיי פרעג.... כדרככם
 
• אז דער דזשיגאן עם הארץ שיקט משלוח מנות די לעצטע פאר יאר פאר זיין שוואגער פון ירושלים, א ביליגער אקט פון חנופה לרשעים?
 שרעקליך צירוקגעשיקט משלוח מנות פאר א שוואגער
אזא פנים האט עס ווען קנאות איז ביי ענק א 'מיטל' נישט קיין ציהל 
 
• אז דער בלאט האט די פארגאנגענע וואך ברייט באריכטעט דעם יום הצלה פון א געוויסן "חסידיש אגודיסטישער קרייז" (כלשון "קול סאטמאר")? 
ווער האט געמאסטען ווי א גרויסע ציוני מ'דארף זיין אז דער בלאט זאל נישט מעגן באריכטן?
ווייל כ'זעה אז וויזניץ, ערלוי, סערעט וויזניץ איז באשריבן געהעריג אפי' אין דער איד
שוין אפגערעדט אז דער בלאט באלאנגט נישט אין פארטרעט נישט סאטמאר
 
• אז דער דזשיגאן עם הארץ האט געוואלט זיך טרעפן מיט זיין שוואגער דער בעלזער אין א פאפאראצי' ביים בעט פונעם וויזניצער שווער? 
נאכמאל א היידפארק תורת משה אין ס'איז אומאפרעגבאר
 
• אז קול סאטמאר איז שארף ארויסגעקומען קעגן דעם בעלזער נאך וואס ער האט געענטפערט אז ער איז זיך נישט אינטערעסירט צו טרעפן מיט דעם דזשיגאן עם הארץ אין קרית וויזניץ נאר אין קרית בעלזא? 
  זעה נאר וואס פאר א אמונה שלימה ענק האבען אין תורת היידפארק

הכר נא למי החותמת ולמי הפסולים, ווער באקט און ווער שרייט אגאנצן טאג אז יענער באקט.
 יעצט זאגסטו איין מאל גיט
----------------
די ברענסט אבער נישט אראפ אלע ספינעריי כ'וועל דיר העלפן

 ווי יעדער ווייסט האט ר' אהרן מיט צען יאר צוריק זיך אריבערגעכאפט מיט א פליגער קיין ארץ ישראל אויף קרית וויזניץ זיך צו באטייליגן ביי א שבע ברכות פון זיין שוואגער, כדי זיך צו טרעפן מיטן בעלזער.
ספינעריי במילתא דעבדי לגלי'

און אינמיטן שבע ברכות ווען אלע פאטאגראפירערס זענען שוין געווען אויסגעשפיצט מיט די כלים קעגן איבער דעם אויבנאן, האט זיך ר' אהרן אויפגעשטעלט און זיך איבערגעבויגן צום שוואגער, און געקוועטשט די האנט, 
 ווידער א ספינעריי במילתא דעבידא לגלי'
כ'פראביר צו טרעפן א ווידיא פון יענעם ש''ב אדרבה אויב איינער טרעפט זאל ער ביטע ארויפלייגן

די מידיע האט שיין באריכט דעם בילד, אבער דארט איז געבליבן שטיין. פארוואס? ווייל דער בעלזער האט געכאפט אז ר' אהרן וויל טאקע דערמיט שטעכן די סאטמארע, אבער דער בעלזער איז נישט אינטערסירט אין דעם, ער וויל באקומען א שיין פנים איבער די וועלט און ער וויל שלום מאכן מיט זיינע שונאים, אבער ער וויל דוקא אז די עכטע סאטמארע זאלן מיט אים שלום מאכן, 
גיי טענה מיט דעם שקרן וויפיל דער בעלזער לייגט דרוק שלום צו מאכען, אין די אנטווארט איז אז ער זאל איבערבעטן וועם ער האט בארעדט
אבער גיי טענה מיט אזא ספינער

 
ר' אהרן האט זיך נאך אויפגעטוהן פאר ר' חיים יושע באב"ד ביי די חתונה איך האב גערעדט היינט מיט דיין רבי'ן. 
ווידער ספינעריי במילתא דעבדי' לגלי'
 
ר' אהרן האט געשיקט שליחים צום טיש פון בעלזער דעליווערן משלוח מנות אז יעדער זאל זעהן, אבער דער בעלזער שמייכעלט זיך אונטער פון דעם שוואגער דער בעל גאוה וואס לאזט זיך אראפ צו אים, ווייל אפשר וועלן די בעלזא שטיצן אים און נישט זיין ברודער. 
די ווייסט אפשר פארוואס די בעלזא גבאים האבען פארלאנגט אז מ'זאל איבערגעבן די משו''מ דוקא ביים טיש ברבים?
מן הסתם ווייל ער וויל שלום מאכען מיט ר' זלמן לייב....

כהנה וכהנה, ענק זענען נעבעך אזוי אנגעוויזן אויף די חי שעה ספינעריי

די איינציגסטע וואס האט געהאט די חוצפה זיך צו לעקן אין שלום מאכען מיט שונאים
ניין נישט קיין פעטער'ס שונאים, נישט ווען דער שונא איז א קרוב,  
נאר דעם אייגענעם טאטען'ס שונאים וואס האבען אים געטרינקן די בלוט בחיוו
דאס איז דער זשיגאן האמיתי והמקורי 


 
 

theחדשות » 17/1/2011 02:27

איך וויל פארשטיין די גאנצע בהלה אנטקעגן בעלזא.

ער האט דאך געהאט א אהבה מוסתרת צו סאטמאר וועלכע קומט נאר יעצט ארויס.

דזשיגאן » 17/1/2011 04:44

rebyankel כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
זאל דער אשכול נאר דינער פאר א סעמפל מיט וויפיל ספינעריי ענק שפייזען זיך טעגליך 
כ'פלאן מיך נישט צו פארהערן, כ'האף נאר איין מאל צו ענטפרן (ביז מ'וועט אויסמעקן מיין תגובה), אין זאל יעדער זעהן וויפיל ספינעריי מ'דארף ענק פיטערן טעגליך


• אז דעם דזשיגאן עם הארץ זיכט שוין שלום צו מאכן מיטן שוואגער דער בעלזער די לעצטע צען יאר? 
יא, שקר ווי אלע ענקערע ספינעריי
כ'געדענק נאך ווי ענק האבען זיך געשוואירן ביי די גרויסע נסיעה אין ירושלים אז ער גייט זיך טרעפן מיט זיין שוואגער אין למעשה האט זיך עס אויסגעלאזט ווי אלע ענקערע ספינעריי
 
 
ווער האט זיך געשוואוירן? אפשר מתתי' דייטש האט אזוי געוואלט. אבער פאקטיש האט דער בעלזער זיך נישט געוואלט טרעפן מיט דיין דזשיגאן עם הארץ, ווי שוין פריער געשריבן, אז ער האט געזאגט ער וויל שלום מאכן מיט עכט סאטמאר.

• אז דער דזשיגאן עם הארץ האט געגעבן די הענט מיט שיין געמאכטע פאות פאר זיין שוואגער דער חסידישער רבי דער ציוני (כלשון "קול סאטמאר")? 
דא בין איך שטום, כ'מוז טאקע מודה זיין אז ער זיך געמאכט שיין די פיאות ווייל ער האט געוויסט אז ער גייט טרעפן זיין שוואגער...
אין איבער דאס געבן די האנט, דארפסטו זיין היבש קליינקעפיק, 
לשיטתך וואס וואלט ער געדארפט טוהן, צירוק ווייזען די הענט אין זאגען שוואגער כ'געב דיר נישט?
 

אדרבה, ניתי ספר ונחזי, ברענג א ווידאו לאז יעדן זען ווער עס שטעלט זיך אויף געבן די הענט.
 
• אז דער דזשיגאן עם הארץ האט זיך מזכיר געווען ביום החופה פון זיינס א קינד ביי זיין שוואגער וועלכער האט פוער פה געווען קעגן מרן רביה"ק בעל ויואל משה זיעואכי"א? 
דאס קען איך שוין נישט לייקענען ווייל די האסט עס בפירוש געזעהן אויף היידפארק אין דאס איז ביי ענק תורת משה, נאכדערצו אז די הענגסט עס אן אין ר' חיים לאקס ז''ל וואס לעבט שוין נישט אין גיי פרעג.... כדרככם 

אז ר' מאיר בראנסדארפער קען דיר זאגן מעולם העליון אז ער האט געגעבן דעם היתר פאר די אהרונים צו גיין אין קאורט, פאארואס זאל נישט חיים לאקס קענען פארציילן אז דער דזשיגאן עם הארץ האט גערופן קיין בעלזא ביום החופה?

אגב, דו לייקענסט אפשר בכלל דעם פאקט אז דער דזשיגאן האט פארברענגט ביום החופה ביי חיים לאקס אין שטוב, אדער אויף אזוי ווייט גייסטו נישט מיט דיינע לגיונות? 
 
• אז דער דזשיגאן עם הארץ שיקט משלוח מנות די לעצטע פאר יאר פאר זיין שוואגער פון ירושלים, א ביליגער אקט פון חנופה לרשעים?
 שרעקליך צירוקגעשיקט משלוח מנות פאר א שוואגער
אזא פנים האט עס ווען קנאות איז ביי ענק א 'מיטל' נישט קיין ציהל  
 
צוואנציג יאר האט דער שוואגער פון ירושלים נישט געשיקט קיין משלוח מנות, און פלוצלינג שיקט מען צוריק. והוא לפלא.

• אז דער בלאט האט די פארגאנגענע וואך ברייט באריכטעט דעם יום הצלה פון א געוויסן "חסידיש אגודיסטישער קרייז" (כלשון "קול סאטמאר")? 
ווער האט געמאסטען ווי א גרויסע ציוני מ'דארף זיין אז דער בלאט זאל נישט מעגן באריכטן?
ווייל כ'זעה אז וויזניץ, ערלוי, סערעט וויזניץ איז באשריבן געהעריג אפי' אין דער איד
שוין אפגערעדט אז דער בלאט באלאנגט נישט אין פארטרעט נישט סאטמאר 


אפגערעדט פון דעם אז דער בלאט פארטרעט נישט סאטמאר, פארטרעט זי אבער יא דעם דזשיגאן עם הארץ ר' אהרן טייטלבוים, און ביז פאר פינעף וואכן צוריק האט מען פאקטיש נישט געדעקט בעלזא. אלא מאי האט דא עפעס פאסירט אונטער די קוליסען פארוואס מ'האט אים יעצט יא אזוי ברייט געדעקט.
 
• אז דער דזשיגאן עם הארץ האט געוואלט זיך טרעפן מיט זיין שוואגער דער בעלזער אין א פאפאראצי' ביים בעט פונעם וויזניצער שווער? 
נאכמאל א היידפארק תורת משה אין ס'איז אומאפרעגבאר 
 
קענסט עס יא אפפרעגן, אבער סתם שרייען ווי א קליין קינד ס'נישט אמת הייסט נישט אפגעפרעגט. סארי.

• אז קול סאטמאר איז שארף ארויסגעקומען קעגן דעם בעלזער נאך וואס ער האט געענטפערט אז ער איז זיך נישט אינטערעסירט צו טרעפן מיט דעם דזשיגאן עם הארץ אין קרית וויזניץ נאר אין קרית בעלזא? 
  זעה נאר וואס פאר א אמונה שלימה ענק האבען אין תורת היידפארק

מ'שטיינס געזאגט אז קול סאטמאר רעדט בכלל נישט דערוועגן?

הכר נא למי החותמת ולמי הפסולים, ווער באקט און ווער שרייט אגאנצן טאג אז יענער באקט.
 יעצט זאגסטו איין מאל גיט
----------------
די ברענסט אבער נישט אראפ אלע ספינעריי כ'וועל דיר העלפן

 ווי יעדער ווייסט האט ר' אהרן מיט צען יאר צוריק זיך אריבערגעכאפט מיט א פליגער קיין ארץ ישראל אויף קרית וויזניץ זיך צו באטייליגן ביי א שבע ברכות פון זיין שוואגער, כדי זיך צו טרעפן מיטן בעלזער.
ספינעריי במילתא דעבדי לגלי'

נו, מיר ווארטן נאך מיט שפאנונג זאלסט אונז זאגן די אנדערע סיבה פארוואס ער איז דעמאלס געפארן קיין ארץ ישראל.

און אינמיטן שבע ברכות ווען אלע פאטאגראפירערס זענען שוין געווען אויסגעשפיצט מיט די כלים קעגן איבער דעם אויבנאן, האט זיך ר' אהרן אויפגעשטעלט און זיך איבערגעבויגן צום שוואגער, און געקוועטשט די האנט, 
 ווידער א ספינעריי במילתא דעבידא לגלי'
כ'פראביר צו טרעפן א ווידיא פון יענעם ש''ב אדרבה אויב איינער טרעפט זאל ער ביטע ארויפלייגן

גם אני מצטרף לקריאה הנ"ל.

די מידיע האט שיין באריכט דעם בילד, אבער דארט איז געבליבן שטיין. פארוואס? ווייל דער בעלזער האט געכאפט אז ר' אהרן וויל טאקע דערמיט שטעכן די סאטמארע, אבער דער בעלזער איז נישט אינטערסירט אין דעם, ער וויל באקומען א שיין פנים איבער די וועלט און ער וויל שלום מאכן מיט זיינע שונאים, אבער ער וויל דוקא אז די עכטע סאטמארע זאלן מיט אים שלום מאכן, 
גיי טענה מיט דעם שקרן וויפיל דער בעלזער לייגט דרוק שלום צו מאכען, אין די אנטווארט איז אז ער זאל איבערבעטן וועם ער האט בארעדט
אבער גיי טענה מיט אזא ספינער
 

וואו פונקטליך לייגט ער דרוק? פארצייל אונז די סודות.
 
ר' אהרן האט זיך נאך אויפגעטוהן פאר ר' חיים יושע באב"ד ביי די חתונה איך האב גערעדט היינט מיט דיין רבי'ן. 
ווידער ספינעריי במילתא דעבדי' לגלי' 
 
ר' חיים יושע לעבט דאך נאך יא, הייב אויף א טעלעפאן צו אים און פרעג.

ר' אהרן האט געשיקט שליחים צום טיש פון בעלזער דעליווערן משלוח מנות אז יעדער זאל זעהן, אבער דער בעלזער שמייכעלט זיך אונטער פון דעם שוואגער דער בעל גאוה וואס לאזט זיך אראפ צו אים, ווייל אפשר וועלן די בעלזא שטיצן אים און נישט זיין ברודער. 
די ווייסט אפשר פארוואס די בעלזא גבאים האבען פארלאנגט אז מ'זאל איבערגעבן די משו''מ דוקא ביים טיש ברבים?
מן הסתם ווייל ער וויל שלום מאכען מיט ר' זלמן לייב....

מתתי' דייטש האט פארלאנגט. שמעון וואלף קליין האט פון די גאנצע משלוח מנות אקציע נישט געוואוסט ביז אינמיטן דעם טיש פון דעם בעלזער

כהנה וכהנה, ענק זענען נעבעך אזוי אנגעוויזן אויף די חי שעה ספינעריי

די איינציגסטע וואס האט געהאט די חוצפה זיך צו לעקן אין שלום מאכען מיט שונאים
ניין נישט קיין פעטער'ס שונאים, נישט ווען דער שונא איז א קרוב,  
נאר דעם אייגענעם טאטען'ס שונאים וואס האבען אים געטרינקן די בלוט בחיוו
דאס איז דער זשיגאן האמיתי והמקורי  


אמת! ר' אהרן טייטלבוים לויפט נאך דעם בעלזער טאג און נאכט און פרובירט אפשר דאך וועט ער מיט אים שלום מאכן.  
 

דזשיגאן » 17/1/2011 04:46

rebyankel כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
זאל דער אשכול נאר דינער פאר א סעמפל מיט וויפיל ספינעריי ענק שפייזען זיך טעגליך 
כ'פלאן מיך נישט צו פארהערן, כ'האף נאר איין מאל צו ענטפרן (ביז מ'וועט אויסמעקן מיין תגובה), אין זאל יעדער זעהן וויפיל ספינעריי מ'דארף ענק פיטערן טעגליך 


  
 

 
איך אין דיין פלאץ וואלט מיך נישט געלאזט פארהערן איבער אזא האקעלע נושא אפילו איינמאל אויך נישט.

פריינדליך » 17/1/2011 06:57

דזשיגאן. וואס זאל ער טוען אז ער האט נישט געוואוסט מיט וואספארא שוטה און ספינער ער האט דא צו טוען. און דרך אגב דיין טיפשות זעהט מען שוין אויף דיין ניק. דו נוצט דעם נאמען פונעם רבי מובהק פון דיין רבין דעם ע"ה. און דו לייגסט עס ארויף אויף זיין קעגנער. די זעלבע מיטן נאמען ע"ה. דיין רבי טראגט שוין דעם טיטל צענדליגער יארן. און מיטאמאל ביי די 60 ווערט ער א ת"ח און דער וואס איז אייביג געזיצן און געלערנט ווערט אן ע"ה(...)און נאכדעם וואונדער זיך פארוואס מען לאכט פון ענק.

פריש » 17/1/2011 20:01

דער בעלזער ווייסט שוין איינמאל וואספארא שוטה און ספינער זיין מאנרא שוואגער איז. דעריבער וויל ער מיט אים נישט שלום מאכן, ווייל ער ווייסט אז דאס איז דער סוף פון זיין שלום פלאן מיט סאטמאר. (קאלטע צי הייסע שלום, נישט קיין חילוק...)

אויטענטיש » 17/1/2011 20:12

אן אריינגיין אין די קעגנזייטיגע 'ספינער' באשולדיגונגען, איז די זאך גאנץ פשוט.
דער בעלזער וויל זיך איבערבעטן מיט סאטמאר ווייל ער וויל עס זאל אראפגענומען ווערן דער פלעק וואס איז ארויפגעלייגט געווארן אויף אים מיט דרייסיג יאר צוריק. צו דעם פעלט אויס אז סאטמאר - לכה"פ איינס - זאל באוויליגן איינצוגיין אויף דעם 'דיעל' און אראפנעמען דעם בעלזער פין די שווארצע ליסטע.
דער פראבלעם איז נאר אז כל זמן 'סאטמאר' טוט דאס צוליב זייטיגע פאליטישע חשבונות האט ער גארנישט אויפגעטוהן ווייל ער בלייבט ווייטער אפגעפרעגט ביים קנאי'שן קרייז. יעצט, אלמלי עס וואלט נאר געווען איין סאטמאר דאן וואלט נישט געווען קיין גרויסע נפק"מ ווייל סוף כל סוף מאכט ער דאך שלום מיט סאטמאר און עס בלייבט אים מער נישט איבער מיט וועם צו זיין צוקריגט, אבער עכשיו שלא זכינו און עס זענען דא צוויי סאטמארס און דער איינער וואס וויל שלום מאכן טוט דאס נאר פאר ענגע אייגענע אנזעהבארע איטערעסן, און ביים צווייטן בלייבט ער ווייטער חזיר טריף מה הועילו חכמים בתקנתם? ובפרט ווען חסידי מהרז"ל הייסן א מער אויסגעשפראכענער קנאי'ש געשטימטער ציבור [די ביי וועם ער איז אממייסטנס אפפגעפרעגט] געווינט ער גארנישט פין געם גאנצן שלום חוץ א שוואגער וואס וועט אים וואונטשן מזל טוב ביי שמחות... נו שוין, ער האט זיך גאנץ גוט א עצה געגעבן ביז היינט אן דעם.

וואלןסח » 17/1/2011 21:49

האסט א שטיקעלע טעות

ווייל שלום מיט בעלזא מיינט נישט זיך טרעפן מיט סאטמארע רבי (יהי' מי שהוא)

שלום מיט בעלזא מיינט איבערבעטן רביה"ק בעל דברי יואל ברבים, און איך מיין אז מיט אזא אקט וועלן אים די זאליס אויך אקצעפטירן (חוץ אויב ס'וועט זיין זייטיגע פאליטישע אינטערעסן)

 

דער פראבלעם איז נאר אז ס'פאסט אים נישט צו זאגן טעיתי, ער וויל יעדער זאל פארגעסן וואס ס'איז געווען, און כאילו בעלזא איז היינט געבוירן געווארן, און איך ווער גוט מיט סאטמאר.

נו דאס ארבעט נישט, לפי ידיעתי אפילו ביי די ארונים אויך נישט

 

דערווייל קוקט אויס ער וועט אראפגיין אין קבר מיטן פלעק

 

ימים ידברו

_________________

געלעכטער » 17/1/2011 22:12

וואלן, קען זיין אז אזוי ווילסטו. אבער דערווייל חלש'ט נאך דיין רבי צו שלום מאכן מיטן שוואגער, אפשר טאקע ווייל ער וויל אים מחזיר בתשובה זיין ער זאל איבערבעטן דעם רבי'ן ז"ל...

לאעליכם » 17/1/2011 22:16

ער האט שוין גע'חלש'ט?? גרייט אן א טעפל וואסער!

געלעכטער » 17/1/2011 22:22

ניין די אינטערווינעס אזוי ווי ראש השנה, ער זאל קענען ווייזן פארן בעלזער שוואגער וויפיל צרות ישראל עס ליגט אויף זיין קאפ.

געלעכטער » 17/1/2011 22:23

BelzNies: Satmar Rebbe planed to visit Viznitz Shver in Hospital & make Shulim with Rabeiny M'Belz but was Canceld.

rebyankel » 17/1/2011 22:47

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
BelzNies: Satmar Rebbe planed to visit Viznitz Shver in Hospital & make Shulim with Rabeiny M'Belz but was Canceld.


דער ספינער האט פארגעסן - מן הסתם בטעות... די לעצטע פאר ווערטער פין די מעסעזש
ווייל די גאנצע מעסעזש איז געבויט אויף ענקער ספין

Satmar Rebbe planed to visit Viznitz Shver in Hospital & make Shulim with Rabeiny M'Belz but was Canceld. Read Details: http://bit.ly/fXEnsD

געלעכטער » 17/1/2011 22:51

אה, די בעלזער זענען שוין אויך געווארן ספינער ב"ה. איך האב מיך געווינדערט ווי לאנג ס'וועט נעמען זאלסט קומען צו די מסקנא...

אויטענטיש » 17/1/2011 22:59

וואלן. ביסט גערעכט אז ריכטיג שלום הייסט איבערבעטן מרן מסאטמאר ז"ל, וכל קדושיו עמו און דאס האט דער בעלזער בכלל נישט בדיעה זו טאן. אבער מיר לעבן היינט אין זייער א אויבנאויף וועלט, און לויט די היינטיגע סטאנדארטן איז פאטא אפ מיט א סאטמארער רבי גענוג פאר אים צו דערקלערן שלום.
חוץ מזה: שלום איז איין זאך, און דעם בעלזער'ס פארדארבנקייט איז א צווייטע זאך, אפילו לו יהא ער וואלט קיינמאל נישט גערעדט אויפן רבי'ן איז ער נאך אלס א סכנה פאר ערליכע יודן און מדארף פין אים שטיין ווייט. עס איז לא יאומן כי יסופר וואס עס קומט פאר ביי אים אין די קהילה, וואס פין בעלז ביז מזרחי טרעפט מען עס נישט אין ערגעץ אינצווישן ואכמ"ל.

וואלןסח » 18/1/2011 01:19

איך לאך פון די מעסעדזש, ס'איז ניטאמאל ווערט די טירחא צו גיין נאכקוקן צו דאס איז אפילו א אפיציעלע גרופע צו נישט

קודם זאל ער שרייבן פונקטליך ווען די רבי וואלט געדארפט פארן

*

אויטענטיש

בדרך הטבע גייט זיך די רבי נישט טרעפן מיט אים חוץ אויב ס'וועט אויסגעפאלן א ניחום אבלים און א"י און ער וועט אנקומען דארט

און סתם זיך פיקטשערן האט ער שוין א פיקטשער פו 10 יאר צוריק און דאס ברענגט גארנישט

ואגב, די אנדערע סיבה וואס דו שרייבסט מען דארף שטיין ווייט פון זיי, דאס איז אמת, אבער איך זע נישט וואס א שלום גייט ברענגן קרבות

נאך א שלום גייען זיי סך הכל האבן אזא דין ווי ויזניץ און גור וואס על אף מען גייט זיי באזוכן לערנט זיך קיינער נישט אפ פון זיי

_________________

SatmarBum » 18/1/2011 09:16

די בעלזער האט נעכטען שלום געמאכט מיט די ראש ישיבה פון בעלזא מכניווקא
אז ער מאכט שלום מיט מכניווקא קען ער זיכער מאכן שלום מיט סאטמאר...

בילדער און ווידיא פון די שלום:


http://www.bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2867760&forum_id=771



http://www.rebbeclips.com/2011/01/historic-visit-ryitzchok-raron-braish.html






תוקן על ידי SatmarBum ב- 18/01/2011 09:21:05

חיי_שעה » 18/1/2011 17:29

אפדעיט: זונטאג איז פארגעקומען א שטורעמישע אסיפה ביי מאיר הירש אין שטוב, וואו עס זענען ארויפגעקומען צו אים א גאנצע דעלעגעציע פון בעלזא פארשטייער אין אמעריקע.
 
די פארשטייער האבן געפערליך פארגעהאלטן מאיר'ן היתכן מ'אטאקירט זייער רבי'ן אויף אזא ביליגן און מיאוס'ן אופן. זיי האבן געטענהט אז ווען די גאנצע וועלט האט געשטינקען מיט די מאסקאווי פלייש וואס איז געשחטן געווארן אין קרית יואל, האט זיך בעלזא ארויסגעשטעלט לטובת די אהרונים און זענען געגאנגען שחט'ן קיין קרית יואל, און דא פאטשט מען זיי אין פנים אויף אזא געפערליכן פארנעם.
 
מאיר האט זיך אנגעהויבן פארענטפערן מיט א גאנצע כראנאלאגישן באריכט, וואס ווי באקאנט האט דאך מאיר הירש פון קיינעם נישט מורא, האט ער זיי פארציילט דעם גאנצן אמת פון הונטער די קוליסן.
 
ער האט זיי פארציילט אז אין די לעצטע צייטן פרובירט מען זייער אסאך גרויס צו מאכן דעם בעלזער אין דער בלאט, און בכלל אין סאטמאר איז זייער נאנט די באציאונגען מיט בעלזא, בפרט נאך דעם וואס בעלזא פלייש יאטקע נעמט פון מהודרת בית השחיטה.
 
אבער די עקסטרעמע, וואס פארטרעטן קיינעם נישט בלויז אפאר אפגעריסענע וואס באלאנגען עכט צו בני יואל זיי זענען נאר בטעות פארבליבן, האבן זיך גענומען האקן ווייל זיי האבן פיינט דעם בלאט סייווי און זיי שרייען כסדר אז דער בלאט פארטרעט נישט סאטמאר. ער האט זיי געזאגט אז דער גרין לייט צו באשמיצן בעלזא אפיציעל אויף קול סאטמאר איז נאר געקומען נאכדעם וואס בעלזא רב האט מבזה געווען דעם שוואגער אז ער מוז קומען אויף קרית בעלזא צו שלום מאכן, און דער פארעווע שלום, אדער בלשונם שלום קל איז נישט אקטעפצירבאר אין בעלזא.
 
ער האט זיי געזאגט זאגט פישער האט באשלאסן אז דאס איז א שרעקליכע פגיעה און רבי'ן און דאס פרירט איין דעם גאנצן שלום פראצעס אויף דערווייל.

המהדרין » 18/1/2011 22:13

הודעה פון קונצען
בקשת מחילה, מרבה"ק מסאטמאר? מבעלזא??

 

בקשת מחילה, מרבה"ק מסאטמאר? מבעלזא??

ווער דארף איבר בעטען וועם??

 

לשיטתי:

 מהר"א דסאטמאר, צריך להשתטח ולבקש סליחה ומחילה מאת הבעל דברי יואל זצ"ל, - חז"ל "אשתו כגופו" (בכורות - ל"ה, אשתו כגופו דמי, מנחות - צ"ג, אשתו דכגופיה דמי'), בענין רדיפת הרעבעצין, ראה לינק

http://www.youtube.com/watch?v=t3niFU1obRw

http://www.youtube.com/watch?v=zD6e1J8u6CU

http://www.youtube.com/watch?v=ppQMw3amEys

מהרז"ל דסאטמאר, צריך לבקש סליחה (בשם אביו, ובשם קהילתו) מבעלזא על המחלוקת והשנאת חינם שלא היה מוצדק, בפרט לאחר הפסק המצורף מבית דינו ובה פוסקים "שלבעלזא היה את כל הזכיות ורעכטן לפתוח ב"ד משלהם",ולהיפרד מב"ד עדה החרדית ולא היה צריכין להתחשב בב"ד העדה החרדית. 

[בילד – נישט אפגעהיט] 

_________________


_________________

אויטענטיש » 18/1/2011 23:13

דעם בעלזערס פראבלעם איז נישט דאס וואס ער האט געעפענט א אייגענע בית דין (טראץ דעם וואס די מערכה איז געווען קאנצעטרירט אויף דעם) די פראבלעם מיט אים איז דאס וואס ער איז, און דאס וואס ער שטעלט פאר מיט זיך.

קונצען » 19/1/2011 00:11

אויטענטיש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דעם בעלזערס פראבלעם איז נישט דאס וואס ער האט געעפענט א אייגענע בית דין (טראץ דעם וואס די מערכה איז געווען קאנצעטרירט אויף דעם) די פראבלעם מיט אים איז דאס וואס ער איז, און דאס וואס ער שטעלט פאר מיט זיך.



ווי למשל וואס?
האט ער דאן גערעדט אזעלעכע הייליגע דיבורים ווי דעם ברך משה" און פורים אויף א.ל. מאמע?
האט ער דאן געזאגט (אדער דאס גלייכנס) אויף אן עדה קדושה ובראשם זקני וחסידי בעלזא (וואס אסאך פון זיי זענען געווען עלטער און גרעסער פון אים, בתורה, בחכמה, וביראת שמים, ובחסידות) בשם "נאלגען"? (דברי "הברך משה")

האט ער דאן זיך ערלויבט צו זאגן אויף כ"ק הגהקוה"ט רבן של כל בני הגולה מרן ר' אהרן מבעלזא זצ"ל,
1) אהרן עשה את העגל.
2) אז ער איז אזוי ווי דו רבנים ביי כת שבתי צבי
3) און נאך.
ע"כ דברי הבעל דברי יואל.............................

???????????????????????????????
וואס פארדרייסטי א קאפ. אויב שטינקט ערגעץ איז דאס ביי ענק, (איך וויס אז דו וועסט אופקימען מיט דיינע סאטמערע ליגיונות, ווי צבש. אז כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט גערעדט אויף חתם סופר ח"ו, און נאך, דאס קענט עטץ זייער גוט, אנשטאט צו ענטפערין אויף דו אובערדערמאנטע ווערטער פון ענקער רביס).

_________________



תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 06/02/2011 15:11:24

אויטענטיש » 19/1/2011 00:32

זיי נישט ברוגז מיין טייערער קונצען מאכער, אבער איך בין בכלל נישט אויסן דיר מסביר צו זיין אפילו א א נקודה קטנה מתורתו של מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע, סוף כל סוף שרייבט דאך דער בילגורייער רב אין  א בריוו בשם דעם ברודער הרה"ק מהר"א מבעלזא אז דער סאטמארער רב האט א ריכטיגער 'דעת תורה', און דעת תורה איז עפעס וואס איז צו הויך פאר אזא אומסטאבילן פארשוין ווי דיר. דעריבער, טאמער ווילסטו ווייטער ממשיך זיין דעם דיון איבער דיין רבי'ס פסלנות אדרבה ואדרבה, אבער לייג נישט אריין אונזער רבי'ן אין דיין טרייפן פיסקל.

חיי_שעה » 19/1/2011 01:21

דער אמת ציפט אים אין פנים!
 
נשלח ב-22:46     16/1/2011FiveBoro  
ללא נושא

ביסטו טאקע דער וואס האט אמאל געשריבן "איך האב נאך קיין איין ליגנט נישט געשריבן"? אדער איז דאס געווען דיין ארבעטער.

וויסן זאלסטו: יש מנהיג לבירה! אויף יעדן שקר וואס דו שרייבסט מיט דיין פרעכהייט, וועסטו אפגיבן דין וחשבון. יאפ מיין טייערע פריינד.

נישט אז עס באדערט איינעם דיין קינדערישער ספין איבער בעלזא, אבער דיין גלייכגילטיקייט מיטן פאבריצירן לגיונות איז עפעס צום באוואונדערן.

כרטיס אישי

פישמאן » 19/1/2011 07:24

די דברי דופי וואס דער בעלזער רעד איז סתם שטותים אבער מיט ציוניזם האט עס נישט קיין סאך, מען דארף וויסן וואס דער אמת איז מה חרי האף הגדול הזה, וואס האבן די בעלזער זיך אזוי פארזינדיגט אז די ארונים רייסן אים אזוי שארף אראפ, בויך ווייטאג פון בעלזער איז א ווילדער אנגריף אויף איינעם וואס מ'האט געשריבן הגה"ק מבעלזא אין דער בלאט א וואך פריער,

דער אמת איז אז עס איז בעסער ווען זיי מאכן יא שלום, ר' אהרן קען זיך אסאך לערנען פון זיין שוואגער, ער מעג זיך לערנען וויאזוי צו מאכן ערנסטע ישיבות און נאך אלס זיין גרויסע פאטריאטן פאר די פארטיי, די בעלזע האבן אריינגעלייגט כחות צו בויען א שטארקער חינוך נעץ, און די בחורים זענען מורא'דיגע חסידים, ר' אהרן מיינט אז נאר מיט פירן א בעבישע מיליטאנטישע ישיבה וואס זאל ווארפן פאשקעווילן אויף סידור קידושין שרייבן גראפיטי אויף רבנים ווי די שחורים, נאכשרייען פרויען אויף די גאסן, זינגן אויף קברי ישראל, שלאגן אויפן ציון, אינטערצינדן קימפעטורן היים, שיסן פענסטער שניידן רעדער שיקן בחורים ארויסגראבן סעפטיק אפשפארן בתי מדרשים, וכדו', דאס וועט אים בויען, למעשה דאס לייגט אים אין דער ערד,
ער מאכט די ישיבה על קברו, שם תהא קבורתכם, זיין קבר,
זיין שוואגער וואלט אים געלערענט וויאזוי מען קוקט אויס אז מען מאכט אייגענע שחיטה און מאיז מלגלג אויף די פריערדיגע,

שארטקאט » 21/1/2011 02:14

אלס נקמה פאר די באשמיצן פון די ארונים קעגן בעלז, האט דער בעלזער נישט געשיקט זיינע דיינים ר' שלמה גראס מיט ר' אשר עקשטיין צו ר' אהרן'ס חתונה אזוי ווי ביי די פריערדיגע שמחות,
לויט ווי מען געט איבער פון בעלז האט ר' אהרן שוין נישט גערופן זיך מזכיר זיין ביום החופה פון זיין אייניקל ביים שוואגער דער בעלזער,

חיי_שעה » 24/1/2011 04:53

אפדעיט: די וואך האט געדארפט אריינגיין אין בלאט א ווילדע עדיטאריעל פון אחד הרבנים אראפצורייסן דעם בעלזער אויף זיינע דברי ציונות. למעשה האט אבער מאיר הירש איבערגענומען די לייצעס, און זיכער געמאכט אז דעם ארטיקל איז מען מבער. און צוגאב האט ער אויך ערלעדיגט אז דער בלאט האט די וואך נאכאמאל געשריבן כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א, אין דעם באריכט פון די פטירה פון הגה"צ ר' יצחק דוד פריעדמאן זצ"ל.

סטראבערי » 24/1/2011 05:03

למכה מצרים בבכוריהם #6515612564

_________________


SatmarBum » 31/1/2011 02:02

חיי_שעה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
א שרעקליכער פייער האט אויסגעבראכן די לעצטע וואך צווישן ר' אהרן מיטן שוואגער דער בעלזער.
 
יעצט האט ר' אהרן באשלאסן אז ביי זיין שווער'ס לויה וועט ער האבן א גוטע געלעגנהייט אפיציעל שלום מאכן מיטן שוואגער, זיינע שליחים האבן זיך פארבינדן מיט די בעלזע באהערדע און אויסגעארבעט א פארמאלע מיטונג צווישן די קינדער פון ר' משה'לע וואו מען וועט זיך צוזאמזעצן תיכף נאך יציאת נשמה און מען וועט אויסארבעטן אלע פרטים פון די לויה ביז די ממלא מקום אישו, און די פאטאגראפירער וועלן האבן די זכיה צו כאפן בילדער ווי ר' אהרן מיטן בעלזער שמועסן פריוואט. דערנאך וועלן זיי כאפן שפאציר און ביידע וועלן זיך פארקנייטשן דעם שטערן, און ר' אהרן וועט ווייזן מיט די הענט ביז דער פאטאגראפירער וועט ווייזן אז אלס איז פיקטשער רעדי, און דערנאך וועלן די בליצן זיך אנהייבן, און די שונאים וועלן פלאצן.
 
אבער דער שוואגער איז דאך פארט א קוריאזער וואס מען קען נישט אויסרעכענען, ער האט געענטפערט פאר די מתווכי השלום, אז ער גייט נישט שלום מאכן אין קרית וויזניץ נאר אין קרית בעלזא, און אויב אהרן וויל קען ער קומען אהער און איך וועל אים דא אויפנעמען. 




עס איז דא שמועת אז רא"ט פארט מארגען קיין ארץ ישראל באזוכען די שווער
וועט די שלום פלענער צירוק ווערען.....?

פישמאן » 4/2/2011 21:32

וועט דער שלום גיין פאראויס מיט די נסיעה קיין ארץ ישראל ? און אויב שוין יא שלום און שוין יא א טריפ, אפשר מאכט מען א סטאפ אין מצרים, און מ'מאכט דארט אויך עפעס שלום?

דזשיגאן » 4/2/2011 23:13

אויב גייט ער קיין בעלזא אויף א שלום דארף ער שוין נישט גיין קיין מצרים, ס'וועט זיין א ריכטיגע למכה מצרים בבכוריהם ביי אים אין הויף.

שימעלע » 6/2/2011 08:34

רבינו שליט"א וועט נישט זיך טרעפן מיט בעלז. קאנפירמד

שארטקאט » 6/2/2011 17:31

פארוואס טאקע נישט? פארוואס צום קלויזענבורגער איז ער געפארן ביז נתניה און קיין בעלז קען ער נישט פארן ביז ירושלים? איז נאכנישט צייט שלום צו מאכן מיט די גאנצע וועלט?

פריינדליך » 6/2/2011 17:54

שארטקאט. איך ווייס נישט אויף וואספארא מחלה דו ליידסט אז נאכן ענטפערן 10 מאל פרעגסטו איבער די זעלבע קשיא נאכאמאל. איך האף אז יעצט וועסטו עס ארייננעמען אין קאפ:דער היינטיגער בעלזע רבי האט זיך זייער מיאוס אויסגעדרוקט קעגן סאטמאר בכלל און רביה"ק דעל דבר"י זי"ע בפרט. פארדעם ווילאנג ער בעט נישט איבער דעם רבין זי"ע קען קיין שלום נישט זיין. משא"כ דער קלויזענבורגער איז זיין טאטע געווען דער וואס האט גערעדט קעגן רביה"ק. פון אים האסטו נאכנישט געהערט. די זעלבע זאך אויב אהרן מרדכי רוקח וועט זיך נישט אזוי צופירן דאס מויל ווי זיין טאטן. וועט מען קענען רעדן מיט אים. נאך א חילוק: דער קלויזענבורגער איז געווען א רבי מדור הקודם איז נישט "אזא" חוצפה אז ער האט גערעדט קעגן רבין. משא"כ דער בעלזער איז א יונגער מחוצף (וואס האט ניטאמאל זיך אנגענומען פאר זיין טאטן. נאר פאר זיין פעטער) מילא אז ער רעדט קעגן רבין איז ער גרויסער עזות פנים. פארשטאנען?

שארטקאט » 6/2/2011 18:16

בכלל נישט פארשטאנען

דער מחלוקה מיט ציונות וואס סאטמאר האט געפירט איז בכלל נישט קיין פערזענליכע מערכה, עס איז א מלחמה פאר כבוד שמים, די מחלוקה מיט קלויזענבורג איז נישט ווייל ער האט זיך אויסעגדריקט אזוי אדער אזוי אויפן רבי'ן, נאר ווייל ער האט גערעדט ציונות און אפיקורסת און גענומען א חלק אין די מדינה רח"ל, די זעלבע מיט די מחלוקה פון בעלז איז נישט געווען ווייל ער האט גערעדט קעגן סאטמאר, נאר ווייל ער האט געוואלט צוברעכן די חומות ירושלים מיט איינפירן זאכן וואס איז אלע יארן געווען אסור ווי חזיר אין ירושלים, און דער בית דין הגדול האט זיך ארויסגעשטעלט, און הערשט לאנג דערנאך האט ער חוזק געמאכט פון די שיטה פון סאטמאר און פון די אונגארישע גדולים מתלמידי חתם סופר זי"ע,

געב מיר צו פארשטיין צו דער היינטיגער קלויזנבורגער איז איין ברעקל ווייניגער ציוני ווי זיין פאטער? פארוואס ווייל ער פארט אויף א פערד און וואגן צו די חופה פון זיין זון, אדער ווייל ער קומט באזוכן די מאסקאווי בית השחיטה און טוט זיך אן מיטן ווייסן חאלאטער אינאיינעם מיט ר' אהרן פאר די שיינע פיקטשערס?

וואס איז ער ווייניגער ציוניסט ווי דער בעלזער? לידועתך איז קלויזענבורג סאך מער ציוניסטיש, און זיי האבן פראגראמען פון די רעגירונג אזוי ווי די מזרחי, זייערע מוסדות זענען ממלכתי דתי, נישט חינוך עצמאי,

ביי דיין רבין איז ציונת בכלל נישט קיין אידישקייט נאר א מחלוקה פון זיך שארף אויסדריקן קעגן סאטמאר,

theחדשות » 6/2/2011 23:57

שרעקליך. מ'דארף שנעל אויסטרעפן פארוואס עס איז גארנישט געווארן פון דעם. אפשר ווייל ער איז געווען באהאלטן אין זיין בונקער?

_________________


פישמאן » 7/2/2011 08:05

לכאורה וויל דער בעלזער זיך נישט טרעפן מיט דעם אפגעריסענער,

פריינדליך » 7/2/2011 16:17

שארטקאט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
בכלל נישט פארשטאנען

דער מחלוקה מיט ציונות וואס סאטמאר האט געפירט איז בכלל נישט קיין פערזענליכע מערכה, עס איז א מלחמה פאר כבוד שמים, די מחלוקה מיט קלויזענבורג איז נישט ווייל ער האט זיך אויסעגדריקט אזוי אדער אזוי אויפן רבי'ן, נאר ווייל ער האט גערעדט ציונות און אפיקורסת און גענומען א חלק אין די מדינה רח"ל, די זעלבע מיט די מחלוקה פון בעלז איז נישט געווען ווייל ער האט גערעדט קעגן סאטמאר, נאר ווייל ער האט געוואלט צוברעכן די חומות ירושלים מיט איינפירן זאכן וואס איז אלע יארן געווען אסור ווי חזיר אין ירושלים, און דער בית דין הגדול האט זיך ארויסגעשטעלט, און הערשט לאנג דערנאך האט ער חוזק געמאכט פון די שיטה פון סאטמאר און פון די אונגארישע גדולים מתלמידי חתם סופר זי"ע,

געב מיר צו פארשטיין צו דער היינטיגער קלויזנבורגער איז איין ברעקל ווייניגער ציוני ווי זיין פאטער? פארוואס ווייל ער פארט אויף א פערד און וואגן צו די חופה פון זיין זון, אדער ווייל ער קומט באזוכן די מאסקאווי בית השחיטה און טוט זיך אן מיטן ווייסן חאלאטער אינאיינעם מיט ר' אהרן פאר די שיינע פיקטשערס?

וואס איז ער ווייניגער ציוניסט ווי דער בעלזער? לידועתך איז קלויזענבורג סאך מער ציוניסטיש, און זיי האבן פראגראמען פון די רעגירונג אזוי ווי די מזרחי, זייערע מוסדות זענען ממלכתי דתי, נישט חינוך עצמאי,

ביי דיין רבין איז ציונת בכלל נישט קיין אידישקייט נאר א מחלוקה פון זיך שארף אויסדריקן קעגן סאטמאר,
נישט אמת! לאמיר דיר פרעגן. האבן רבינו הקדוש בב"מ נישט געהאט קיין פראבלעם מיט 
וויזניץ און אנדערע ציוניסטישע רביס???


נאר בעלז איז געווען אן אויסנאם. ווייל דער בעלזער האט זיך צושמירט דאס מויל קעגן רבינו בעל דבר"י און אנדערע פריערדיגע גדולים
 קען מען נישט "גיין" צו אים ווילאנג ער בעט נישט איבער ברבים (אלס די שיטה ווועלן מיר אייביג זיין צוקריגט. אבער לגבי רעדן מיט אים קען מען נישט ווילאנג ער בעט נישט איבער)

משא"כ דער קלויזענבורגער איז טאקע א ציוני. און פארדעם גיי איך נישט שיקן מיינע קינדער אין זיינע מוסדות. אבער רעדן צו אים איז קיין פראבלעם
בלאט: 1 2 3