היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ביטערע מחלוקה: סאטמאר מהר"א VS. בעלזא ירושלים!

ביטערע מחלוקה: סאטמאר מהר"א VS. בעלזא ירושלים!

103 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2867352
בלאט: 1 2 3

שארטקאט » 9/2/2011 17:40

ניין דער אויסנאם פון בעלזא איז געווען ווייל זיי האבן זיך ארויסגעשטעלט מיט חוצפה אפצולאכן פון די גאנצע שיטה, ער האט אפען אפגעלאכט פון חרם וואס איז געווען אין ירושלים הינדערט יאר ווי לערנען פרעמדע לשונות וכדו', ער האט מיט ליצנות געוואלט צוברעכן דעם חומת ירושלים, די זעלבע מיט קלויזנבארג ער איז זיך געגאנגען טרעפן מיט בן גריון ימ"ש וואס קיין איין מנהיג האט נישט געטוהן, דאס איז געווען א פירצה בחומת הדת,
משא"כ וויזניץ גור וכו', זיי האבן נישט געקענט עומד בנסיון זיין און משתתף געווען אין בחירות געלקח'ט געלט פון רעגירונג און אפילו אריינגעשטעלט מענטשן אין כנסת, אבער זיי האבן זיך נישט ארויסגעשטעלט קעגן די קנאים, נישט אפגעלאכט פון זיי און נישט געפירט מלחמות מיט זיי,


תוקן על ידי שארטקאט ב- 09/02/2011 18:19:12

שארטקאט » 10/2/2011 01:52

יעדער האט געפרעגט פארוואס ר' אהרן איז אנטלאפן פון ארץ ישראל נאך א פאר שעה, און נישט געבליבן צו די וויזניצע חתונה, אבער ווי עס קוקט אויס האט ער נישט דערהויבן דעם פאקט אז דער בעלזער באקומט סידור קידושין, טראץ וואס דער בעלזער איז פינקט אזא שוואגער ווי אים, און ער קומט צו פארן פון אזא ווייטע נסיעה פון כמעט א האלבע וועלט, האט ער באשלאסן בעסער אהיימלויפן און גיין שפאצירן אין סיגעיט גאסן מיט די בחורים,

פישמאן » 14/2/2011 05:56

די ארונישע פארום כל העולם כלו, האט געעפענט אשכול צו באריכטן די באזוך פון בעלזא מאכנאווקע רבי אין אמעריקע, דאס איז לכאורה נקמה פאר די בעלזאר וואס האבן זיך אויסגעדרייט דעם ריקן פאר ר' אהרן און נישט געוואלט קיין שלום מיט אים, נאר אויב ער קומט אריבער קיין קרית בעלזא,

חיי_שעה » 13/3/2011 20:59

היפאקראטיע בתפארתו? נע, דאס איז צו שוואך געזאגט אויף וואס ס'קומט יעצט פאר צווישן די הויפן אהרונים - בעלזא ירושלים.
 
דענקט נאך איינער ווי אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט איז דער בעלזער געווען א ציוני און א אגודיסט און וואס נישט?! היינט צופרי האט זיך דאס אלעס געטוישט צום גוטן.
 
די אהרונים וועלכע זענען אויסגעהונגערט פאר פובליסטי, און די דעפרעשאן זייערע גייט גאר הויעך אינאיינעם מיט זייער רבי'נס, האבן היינט אינדערפרי ענטפאנגן א גאנצע בעלזא דעלעגאציע אין זייער שלאכט הויז אין קרית יואל - מאנרא.
 
וועט איר אוודאי פרעגן וואו איז די שכל פון די בעלזא, פארוואס גייען זיי נאך אפילו צו די אהרונים נאך וואס מ'האט אזוי מיאוס אראפגעריסן זייער רבי'ן אויף די אהרונישע האטליין. דער תירוץ דערצו איז זייער פשוט, די בעלזא ווייסן גאנץ גוט ווי אמת'דיג די אהרונים האבן דאס דעמאלס געמיינט, זיי האבן געוואוסט אז די אהרונים האבן א קנאפער פראבלעם מיט זייער ציונות. די אהרונים האבן געהאט א פראבלעם אז דער בעלזער האט זיך נישט געוואלט טרעפן מיט זייער דזשיגאן עם הארץ, און אט דאס האט זיי אזוי ארויסגענומען פון די כלים און אנגעהויבן שיטן פעך און שוועבל אין ריכטונג פון בעלזא.
 
דער גרעסטער וויץ איז נאך ווי פרייליך די אהרונים זענען מיט דעם באזוך, דער אפיציעלער טוויטער גרופע שיקט בילדער ווי דער בעלזער דיין מיט א קבוצה בעלזער יונגעלייט געפונען זיך אינעם שלאכט הויז, און דערנאך ביי א באזוך ביים דזשיגאן עם הארץ, וואס האט פלוצים פארגעסן אז דער בעלזער האט נישט לאנג צוריק גערעדט כפירה ממש ביי א מסיבה פאר זיינע חסידים.
 
די שמחה אז דער חזיר כשר'ט א כשר חזיר פיסל, דהיינו בעלזא איז מסכים מיט וואס דער דזשיגאן עם הארץ זאגט אז זיי בית השחיטה איז דאס שענסטע און ס'בעסטע, קומט נאך וואס מ'מאכט שלום מיט די שונאים פון טאטן, וואס ווי באקאנט האבן רבינו בעל ברך משה זצ"ל און הגאון הגדול בעל מנחת יצחק זצ"ל גאב"ד ירושלים, גע'אסר'ט די בעלזא שחיטה. יעצט קומט דער זוהן, און כשם שמכבדו מבחייו מכבדו במותו, פונקט ווי מ'האט דעם טאטן געפייניגט בחייו און גערופן אין קאורט, פארגעסט מען נישט לאחר מותו צו טאנצן הכל יודיך מיט די אידן קעגן וועם ער האט לוחם געווען מיט בלוט און מסירת נפש.
 
וואס אביסל דעפרעסיע טוט נישט מיט די אהרונים און זייער דזשיגאנער עם הארץ?! אפילו שלום מיט די שונאים, וואס מ'האט ביז היינט בלויז געלאזט דעם אינגערן ברודער טון.

פריינדליך » 13/3/2011 21:16

פישמאן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די ארונישע פארום כל העולם כלו, האט געעפענט אשכול צו באריכטן די באזוך פון בעלזא מאכנאווקע רבי אין אמעריקע, דאס איז לכאורה נקמה פאר די בעלזאר וואס האבן זיך אויסגעדרייט דעם ריקן פאר ר' אהרן און נישט געוואלט קיין שלום מיט אים, נאר אויב ער קומט אריבער קיין קרית בעלזא,
דער ניק 2בעלזא2 איז א אהרוני? איך האב אייביג געוואוסט אז ער איז א בעלזער וואס שרייבט כמעט קיינמאל נישט פון סאטמאר. ספינס האט אויך א שיעור

SatmarBum » 15/3/2011 05:59

Haguen Usher Ekstien Domtz Belz BP w/2 Roshy Kolelim &30 ... on Twitpic


SatmarText: Haguen Usher Ekstien Domtz Belz BP w/2 Roshy Kolelim &30 Yingelat of Belz Kolel came 2KY BiesShchita &visited by Rabbiny

_________________

SatmarBum » 16/3/2011 06:29

http://www.bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=2883110&forum_id=771
 
אברכי כולל בעלזא בב"פ ערכו סיור במשחטה בקרית יואל
קרית יואל; דייני ואברכי כולל יו"ד בעלזא בבורו פארק ערכו סיור במשחטה בקרית יואל וכעת נערך ביקור מיוחד של אברכי הכולל ביחד עם הדיינים אצל האדמו"ר מסאטמאר.

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

פישער_גאבע » 16/3/2011 07:46

נעבעך, אז ביי די סאטמארער אידן ווערט מען אויסגעשפיגן, גייט מען זיכן חיזוק ביי בעלזא, די זעלבע וועם מ'האט אין די נישט ווייטע פארגאנגעהייט אזוי מיאוס אראפגעריסן.

SatmarBum » 21/3/2011 21:20


http://www.bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2884228


ראשוני: משלוח מנות מהאדמו״ר מסאטמר לאדמו״ר מבעלזא
בדקות האחרונות הגיע משלחת מבית האדמו״ר מסאטמר מהר״א עם משלוח מנות, לטיש אצל מרן האדמו״ר מבעלזא בגרויסע שטויב.

_________________

שארטקאט » 17/1/2012 02:56

נו וואס טוט מען אז דער שווער האלט נישט ביים גיין? זאל מען זיך נישט פיקטשערן מיטן שוואגער? וואס וועט מען מאכן העדליינס וואס וועט זיין פאר זיין טעיסט?
זאגט ער דעם דעפרעסטן שוואגער "נאמנים עלי דבריו" ער דארף נישט ברבים מפייס זיין אדער שרייבן בכתב א חזרה, מקען מאכן א שארטקאט צום באזוך דער עיקר איז "בא יבא ברנה"

טאטעלע » 17/1/2012 03:28

לאעליכם כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
א הערט אויס אויף "קול סאטמאר" 212-444-9899. נומער 2-2-0
פון די מעין מעניו, שארפע דברי מחאה אקעגן די דברי בלע וציונות
וואס האדמו"ר מבעלזא ירושלים האט געלאזט הערן במשך די וואך

אשריכם פארן ארויסזאגן דעם אמת'ן דעת תורה אן קיין שום מורא! לכו בכוחכם זה!!

 
וואס איז יעצט?

פישמאן » 17/1/2012 05:49

  פאריאר חודש שבט ווען ר' אהרן האט געוויילט אין סיגעט רומעניע איז דער מצב ביים וויזניצער רבין געווען זייער אנגעצויגן, האט זיך ר' אהרן אריבערגעכאפט קיין ארץ ישראל אולי וועט ער נאך קענען אויסארבעטן מיטן שוואגער עפעס פאר זייער שווער געזעגנט זיך,
יעצט פארט ער צו א חתונה פון ר' ישראל'ס אייניקל מייזליש, ווי דער בעלזער מיט ר' אהרן וועלן טאנצן האנט ביי האנט און די ארונים וועלן זיין העפי, אז דער רבי איז גוט מיט אלע גדולים הדור, און אלע פאטאגראפירער וועלן כאפן רעכטס און לינקס,
למעשה קומט דער בעלזער ארויס א געווינער אלס א מעביר על מידותיו, טראץ 30 יאר פון רדיפות האט ער מפייס געווען רביה"ק מסאטמאר זי"ע, און ר' אהרן זעהט נעבעך אויס ווי א נארעלע וואס לויפט יעדן נאך ווי ער קען כאפן א העדליין מיט א פיקטשער

לאנצוט » 17/1/2012 06:09

אם השלום היה כ"כ בניקל ולמה שלח הבעלזער עשרה שליחים לבקש מחילה מאת הרה"ק מסאטמאר זי"ע?

תיובתא דפישמאן תיובתא.

דזשיגאן » 17/1/2012 06:16

לאנצוט פיר אויס, אלא מאי האט ער מיט דעם מעמד פיוס נישט געצילט די אהרונים אדער ר' אהרן, וואס זיי ווייסט ער קען ער האבן אן א בקשת מחילה, נאר ער האט געצילט און אפעלירט צו סאטמארע אידן ביי וועם ער איז טרייף.

פריינדליך » 17/1/2012 06:32

דזשיגאן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לאנצוט פיר אויס, אלא מאי האט ער מיט דעם מעמד פיוס נישט געצילט די אהרונים אדער ר' אהרן, וואס זיי ווייסט ער קען ער האבן אן א בקשת מחילה, נאר ער האט געצילט און אפעלירט צו סאטמארע אידן ביי וועם ער איז טרייף.
אויב "זיי קען ער האבן אן בקשת מחילה" וואו זענען זיי געווען די לעצטע 30 יאר? אדער ווייניגסטנס די לעצטע 10 יאר זייט זיי זענען "געווארן מער משוגע"? סטאפ צו רעדן ווי א קטן. ווען מהר"א דארף ווען נישט די תנאים מאכט ער ווען שלום מיטן שוואגער יארן צוריק. דערווייל זעסטו אויס ווי דער משוגענער דא און מהר"א מיטן בעלזער ווי די דזשענטללייט

דזשיגאן » 17/1/2012 07:46

די לעצטע פאר יאר האבן זיי זיך געגעבן די האנט, געשיקט משלוח מנות און לויט געוויסע ווערסיעס גערעדט אויפן טעלעפאן. יעצט זאג דו מיר אויב פאר די אהרונים אדער ר' אהרן האט מען נאך אלץ געדארפט גיין צום ציון

אישור » 17/1/2012 08:05

דשיגאן וואס מאכסטעך נאריש

פארוואס דען האט עס דער בעלזער יעצט געטוהן??

מהר"א האט זיך מיט אים נישט געוואלט טרעפן ביז היינט אפילו ער האט אחס געשיקט שלוחים זיך בעטן

און יעצט וועט ער יא וועלן

און נאר פארדעם האט עס דער בעלזער געטוהן

ווייל מהר"א האט אים שוין עטליכע יאר צוריק אראפגעלייגט דעם תנאי כידוע מאז

געלעכטער » 17/1/2012 08:14

אישור, אפשר האט ער געמיינט מיט דעם גיין צום ציון צו שיקן א מעסעדזש פאר די זאליס, וואס זענען לכו"ע די עקסטרעמע סאטמאר, אז ער ברעכט זיך?

לאנצוט » 17/1/2012 19:16

געלעכטער.
איך בין מסכים מיט דיר דאס מאל. 100%.

חמץ_גמור » 17/1/2012 22:45

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
געלעכטער.
איך בין מסכים מיט דיר דאס מאל. 100%.

לויט די עקספיריענס מיט איהם איז עס 100% נאר לפנים.

לאנצוט » 17/1/2012 23:15

דו מיינסט אפשר "לפנים משורת הדין"?

שימעלע » 16/2/2012 00:32

חיי שעה האט יא געוואוסט וואס ער רעדט, דער בעלזער האט זיך געהאלטן ביי זיינס, אויב די ווילסט מאכן העדליינס אז די האסט שלום געמאכט מיט בעלז, מוז דאס זיין ביי מיר אינדערהיים, ר' אהרן האט געמיינט אז דער בעלזער וועט זיך ברעכן און מסכים זיין זיך טרעפן ביי מייזליש חתונה אדער וויזניץ שבע ברכות, אבער דער בעלזער זאגט אז די ביסט אזא ביליגער אינגאטש וועסטו דיך דאך עניוועס זיך בייגן פאר מיר, קום זשע זיי מוחל צו פארן צו מיר.

לאנצוט » 16/2/2012 00:36

אז דער בעלזער איז גרייט צו שיקן 10 פון זיינע שענסטע דיינים פאר דעם. און מגלה זיין פאר די גאנצע וועלט אז "חטאתי, עוותי און פשעתי", מעג דער שוואגער זיין א מענטש און פאר קיין טעלזסטאן.

שימעלע » 16/2/2012 00:39

יא יא, דער בעלזער דארף נאכלויפן און בעטן מחילה ווייל ער איז באמת א שפל ונבזה און האט מבזה געווען א קדוש עליון, אבער וואס האט ר' אהרן נאכצולויפן דעם מטורף?
וויל ער זיך טרעפן ביי א שמחה מהיכי תיתי, אבער נאכלויפן ביז טלסטון איז א שפלות וואס פאסט פאר א קליין רבלע וואס זוכט א פיקטשער, נישט איינער וואס האלט זיך רכשכבה"ג,

פישמאן » 16/2/2012 00:46

איך פארשטיי נישט וואס איז דער חידוש,

ר' אהרן איז מיט עטליכע יאר צוריק געפארן ביז נתני' זיך פאטאגראפירן מיט קלויזענבורגער,

ר' אהרן איז שוין געפארן מיט 12 יאר צוריק ביז ארץ ישראל זיך פאטאגראפירן מיטן בעלזער ביי וויניץ שבע ברכות.

ר' אהרן איז גרייט צו פארן טויזענטער מייל פאר א פיקטשער ספעציעל אויב סקען ברענגן סעזאנציע נייעס,

לאנצוט » 16/2/2012 00:54

שימעלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
יא יא, דער בעלזער דארף נאכלויפן און בעטן מחילה ווייל ער איז באמת א שפל ונבזה און האט מבזה געווען א קדוש עליון, אבער וואס האט ר' אהרן נאכצולויפן דעם מטורף?
וויל ער זיך טרעפן ביי א שמחה מהיכי תיתי, אבער נאכלויפן ביז טלסטון איז א שפלות וואס פאסט פאר א קליין רבלע וואס זוכט א פיקטשער, נישט איינער וואס האלט זיך רכשכבה"ג,


עס איז געווען א תנאי כפול. דער רבי האט געזאגט פאר'ן גבאי פונעם בעלזער נאך אין תשס"ד, נאר דעמאלט ווען דער בעלזער רבי וועט שיקן א מנין צום ציון, וועל איך זיך קענען טרעפן מיט אים. אן דעם נישט.

פון תשס"ד ביז תשע"ב איז 8 יאר. אין די 8 יאר האט דער בעלזער פראבירט אלע אופנים צו טוישן די קאנדישאנס, אבער סאטמאר רבי האט זיך געהאלטן זייער פעסט.

תשע"ב האט זיך בעלז ענדליך געבראכן און געשיקט א מנין צום ציון און מפייס געווען כדת וכדין.
יעצט דארף סאטמאר רבי איינהאלטן זיין צוזאג.

מיר איז פיל אינטרעסאנטער אז די בעלזער האבן זיך געבראכן און דער וויזיט איז נישט אין "קרית בעלזא" אין ירושלים, נאר אין עפעס א שטעטל.

דאס איז דער גרעסטער חידוש.

שימעלע » 16/2/2012 01:02

זייט מוחל ענפער מיר א תירץ

פארוואס לויפט ר' אהרן אים נאך, זייער גוט אז ער האט מפייס געווען דעם פעטער ז"ל מעג ער אים שוין טרעפן און ער מוז שוין באקויטירן, אבער אויב ער פארט נישט קיין ירושלים צו קיינעם, פארוואס צום בעלזער מוז ער פארן?

אויב דער בעלזער פייגערט זיך צו טרעפן, זאל ער אים נאכלויפן קיין בני ברק, עס איז א מוראדיגע השפלה פון איינעם וואס רופט זיך א גרויסער רבי, נאכצולויפן ביז יענעם אין מעון נופש,

לאנצוט » 16/2/2012 01:09

ער פארט נישט קיין ירושלים לויט מיין אינפארמאציע.
עס איז דער מנהג איבעראל מאז ומתמיד אז דער גאסט גייט קודם.

ממילא פארט מען ערגעץ אינדערצווישן און מ'טרעפט זיך צונויף.

וואס נאך פארשטייסטו נישט מיין קינד.

שימעלע » 16/2/2012 01:18



ר' אהרן איז דען א גאסט אין ירושלים?
ער גייט דען באזוכן איין איינציגער איד פון ירושלים אויסער דעם אנגעפאשעטער לץ,
ר' אהרן האט א מחותן דושינסקי וואס וואוינט אין ירושלים, האט אים ר' אהרן אנגערופן ער זאל זיך זיכן א דירה'לע אויפן וועג ער זאל קענען גיין באזוכן?

זיין תאוה פאר עטענשאן טרייבט אים נעבעך שרעקליך אז ער איז זיך מבזה עד לעפר, אבי מזאל רעדן פון אים,

בדרך אגב, ווען די פרעגסט וואס נאך איך פארשטיי נישט דיין קינד (בעסער געזאגט דיין בעבי) וויל איך דיר זאגן אז איך פארשטיי גארנישט וואס ער טוט, אבער איך וויל נישט פארשטיין ווייל ער איז דאך נעבעך אן אפגעריסענער שוטה, אויף וואס איך וואונדער מיך נאר, איז אויף זיינע חסידים וואס פרייען זיך מיט די נייעס, עס איז פאר זיי די גרעסטע בזיון,

לאנצוט » 16/2/2012 01:27

ער פארט נישט קיין ירושלים, און איך פארשטיי נישט פארוואס דו ביסט עפעס צערודערט פון דעם באזוך.
איך גלייב אז אויב דארף ער באזיך בלויז פאר אטענשאן וואלט ער עס רואיג געקענט גיין באזוכן אן דעם וואס דער בעלזער זאל שיקן א מנין צום ציון.

א קיצור, איך זעה נישט דא קיין סיבה צו זיין עקסייטעד אדער צעבראכן. ער איז געגאנגען באזוכן זיין שוואגער. דאס אלעס וואס איך זעה.

איך זעה אויך אז פאר עפעס א מיסטעריעזע סיבה איז שיעמלע צוטראגן. השי"ת זאל העלפן זאלסט עס איבערגעקומען בקרוב ובנקל.

סענעטאר » 16/2/2012 01:38

דו זעסט נישט קיין סיבה, אבער ר' אהרן האט זעט אויס יא געזען א סיבה. אנדערש האט נישט קיין פשט די גאנצע דרשה אין ישיבה די וואך בעפאר די נסיעה.

לאנצוט » 16/2/2012 01:52

אין מיינע אויגן איז די דרשה געווען צו באפעסטיגן און אראפשטעלן זייער קלאר אז ער איז ביי דעם מיינונג וואס שמואל שלמה טעלער האט געזאגט אז דער רבי האט אים געבעטן ער זאל זאגן פאר די בחורים.

אבער א סיבה צו זיין אויפגעבראכט אדער היסטעריש איז אינגאנצן נישטא.

די דרשה איז געווען א הבהרה אז התבדלות מרשעים מיינט אז מיר טוען נישט וואס זיי טוען, און ביי אונז איז אסור וואס ביי זיי איז מותר, און מיר פרעדיגן ווייטער דעם זעלבן דרך, דאס ווערט פראקטיצירט מיט מעשים, מיט דיבורים און מיט חינוך פאר די קינדער.

ודי בזה.

שימעלע » 16/2/2012 01:57

ניין שעפעלע, לא די בזה!!

נאכנישט גענוג, דיין רבי געט אונז אינטערטעמענט מיר האלטן זיך אונטער אויף זיין חשבון, ווי וואנט מאור.

מיר האפן אלע אז ער וועט ווייטער זאגן די זיסע דרשות, און ווייטער מאכן סענזאציעס, און אודאי וועלן מיר פלאצן,

לאנצוט » 16/2/2012 02:05

שיעמעלע טייערער.

זיי אויפריכטיג.
ער האט אין די לעצטע 10 יאר נישט פארלוירן קיין איין חסיד. און ער דארף זיך נישט קיין סאך קימערען פון שיעמעלע מהיידפארק הבירה האלט.

אויב ער גיט אינטערטעינטמענט, טוט ער עס פאר "זיינע חסידים". איך בין איבערצייגט אז ער טוט וואס אים שמעקט, און ביז דערווייל האט ער געמאכט זייער גוטע באשלוסן, פאליטיש און מאראליש, און נישט אומזיסט האט ער איבערגעקלוגט משה גבאי און אלע זיינע שונאים טויזענט מאל.

דו קענסט זיך איבערצייגן יעצט ביי בעלזא.
משה גבאי האט געשריבן אין דער איד וועגן בעלזא פאזיטיוו און געכאפט גוטע שלעק פון די דיינים און פון הרח"צ טייטלבוים. זיין טאטע כ"ק אדמו"ר מהרז"ל האלט אז משה גבאי האט יא גוט געשריבן און באפוילן אראפצורייסן אלע פלאקאטן פון ראדני.

אבער זאגן קיין ווארט קען ער נישט, ווייל ער איז נישט באלעבאס, נישט ער און נישט דער גבאי משה פריעדמאן. באלעבאס זענען די סיקריקים.

פישמאן » 16/2/2012 02:27

גראדע האלט איך זיך אויך אונטער מיט דעם נארעלע, ער איז קיוט,

וויפיל פון זיינע חסידים האבן אינטערטעימענט פון דרשות און מעשות, ווענט זיך אין די איי קיו פון זיי, די קליגערע שעמען זיך און די נערישע פרייען זיך,

גראדע האלט איך אז משה גבאי האט אים טויזענט מאל איבערגעקליגט, ווייל אז סאטמאר רבי וואס האלט זיך נאך סאך מער און גרעסער ווי די פריערדיגע סאטמאר רביס, פארט אויף ארץ ישראל און האט נישט קיין דריסת הרגל אין ירושלים עיר הקודש, דער הויפט שטאט פון קנאות, ער לויפט ארום זיך פאטאגראפירן מיט איין ציוני נאכן פון נתני' ביז טעלזסטאן, אלעס נאר צו ווייזן פאר משה גבאי, אז ער טוט וואס ער וויל, איז ער לכאורה דער לוזער,

א בחינה ווי זיין רביצין האט געזאגט פאר משה גבאי חול המועד פסח תשנ"ט נאך דעם גוטן מועד דרשה פון שלמה שמש, אתה נצחת!


לאנצוט » 16/2/2012 02:35

פישמאן,
אפשר בין איך א חלה דעקל ווייל איך האב שוועריגקייטן מיט די הבנה.
אפשר האט ער מער נישט קיין דריסת הרגל אין קרית יואל ווייל ער איז יעצט אין בני ברק.

איך מוז דיך גראטולירן פאר דיין געשמאקע תגובות.

אפשר שפילסטו אהרוני?

פישמאן » 16/2/2012 06:40

גראטאלירן זאלסטו דיין קלוגער רבי פארן אונז אונטערהאלטן ל' יום קודם הפורים,

ער איז שוין אין די צוויי טעג אין ארץ ישראל געווען אין עטליכע שטעט, סביון, בני ברק, פתח תקוה, טלזסטון, און ער פארט קיין מירון צפת טבריה, אבער קיין ירושלים האט ער נישט אין תוכנית צו פארן, דאס מיינט אז ער געפינט זיך נישט דאס פלאץ דארט,

און טאקע פארדעם לאכן פון אים אלע סאטמארע אידן וואס האבן אים אויסגעשפיגן.

לאנצוט » 16/2/2012 18:58

האסט פארגעסן אויסצורעכנען לוד.

אויך לייג צו מירון, צפת און טבריה, וואו ער גייט אי"ה זאזוכן קומענדיגע וואך.

געלעכטער » 16/2/2012 19:32

קענסט צולייגן וויפיל שטעט דו ווילסט, ירושלים איז נישט אויף די ליסטע!

לאנצוט » 16/2/2012 19:34

יאפס.
איך בין מודה צו אייך.
עס מוז זיין אז עס מוז זיין אז ער זייער האט מורא צו פארן קיין ירושלים. איך קען נישט זעהן קיין אנדערע סיבה.

אגב הער איך אז ער האט דערווייל זייער מורא צו פארן קיין מירון.
יעצט ווארט מען ביז מ'וועט קענען ברענגען א ריזיגע ארמיי אויף זונטאג, דעמאלט וועט די פחד אפשר אוועקגיין און ער וועט קענען פארן.

געלעכטער » 16/2/2012 19:37

בוסט קע"ה א געלונגענער לץ, דער פאקט אבער אז אזויפיל שטעט אין ארץ ישראל ליגן אויף זיין לו"ז, בשעת ווען ירושלים איז בכלל נישט אין פלאן, זאגט אסאך.

לאנצוט » 16/2/2012 21:01

מה זה לו"ז?

אויב ער דארף גיין קיין ירושלים וויכטיג וועט ער גיין. ער שפירט נישט פאר וויכטיג. אזוי טרכט איך.

איך טראכט נאר, אויב עס זאל עפעס פאסירן מיט הרב אלישיב (ער זאל אוודאי האבן א רפואה שלימה) גלייב איך אז ער וועט אפמאכן אז ס'איז וויכטיג און וועט טוישן דעם פלאן.

אויב איינער געפינט נישט פאר וויכטיג צו "וועיסטן" א טאג אין ירושלים, מיינט אז ער האט נישט דריסת הרגל.
אפשר יא, אבער איך בין דאך א דעקל בלע"ז, ממילא גייט עס נישט אריין אין מיין קאפ.

זאג נאר אין דיינס יא?

געלעכטער » 16/2/2012 21:29

ליין גוט איבער וואס דו שרייבסט. סתם אזוי וועיסטן א טאג אין ירושלים איז אומוויכטיג. אפשר טאמער אלישיב וועט שטארבן וועט ער גיין צו די לוי'. ‎​
 
דאס טייטש אזוי, באמת האט דער איד נישט קיין קהלה אדער מוסד אין ירושלים גרעסער פון סטראפקוב. דעריבער איז גיין קיין ירושלים קוקן אפאר נורסערי קינדער סתם פארפאטשקעט א טאג. אבער טאמער אלישיב וועט שטארבן, וועט מען גיין צו די לוי' ווייל ס'וועט זיין א סענזאציע, ס'וועט זיין בילדער, דעמאלטס לוינט זיך יא צו וועיסטן דעם טאג.

לאנצוט » 16/2/2012 22:09

געלעכטער.

שפרינג נישט. האסט בסך הכל נישט פארשטאנען וואס איך זאג. ווער נישט עקסיידעט ווי מ'זאגט אין אנגליא.

אין זיין סקעדזושול איז נישט צו גיין קיין ירושלים ביי דעם באזוך. פארוואס. ווייל אזוי האט ער באשלאסן.
חוץ אויב עפעס אויסערארדענטליך וועט פאסירן.

איך טראכט אז אויב ס'וועט זיין א לויה פון א וועלט בארימטן גאון ער אפשר יא גיין, אפשר נישט. איך האב סתם געשאסן א משל. און ביי דיר איז עס שוין גענוג פאר פולווער.

אישור » 16/2/2012 22:23

ווייטער זעה איך ווי מען בויעט קושיות אויף דברים פשוטים ביותר



מהר"א איז געווען אין ירושלים א צייט צוריק

יעצט איז ער געקומען קיין בני ברק



צו גיין אויף ירושלים מיינט פאר אים נאך א שיינע פאר טאג זיך אויפהאלטן

און עס איז א באזונדערע נסיעה


אז ער קומט אהין דארף ער באזוכן מוסדות על טהרת הקודש

ער דארף באזוכן רביס און רבנים אין די צענדליגער

א פרשה פון א טאג אדער צוויי

ער דארף אויפטרעטן אין די מוסדות/ישיבה און לכה "פ אויפטרעטן אין בהימ "ד

עס איז א פרשה גדולה בפני עצמו

לאנצוט » 16/2/2012 22:52

אישור.

וואס ארט דיר, ער האט נישט קיין דריסת הרגל.

ס'איז בערף אזוי ווי ר' מענדל שווימער איז מעיאר אין קרית יואל.
מוזט נישט אלעס זעהן מיט די אויגן. ס'איז העכערע זאכן.

געלעכטער » 17/2/2012 01:50

אונז זעמיר אויף איין פעידזש. פארוואס גייט נישט ר' אהרן אויף ירושלים זאגסטו?! ווייל ער האט אזוי באשלאסן. בין איך מסביר פארוואס ס'איז אים אזוי גרינג צו פאסן אזא באשלוס, ווייל ווען ס'נישטא קיין מוסדות און נישט קיין קהלה, קיין גרויס כבוד קען מען דאך סתם אזוי נישט האבן פון די פרומע ירושלימע, באשליסט מען נישט צו גיין.

לאנצוט » 17/2/2012 02:27

ביסט גערעכט. ער איז אויסגעשפילט אין ירושלים.
אבער גרייט זיך שנעל צו א תירוץ אז ווען ער וועט אי"ה פארן תשע"ג וועט ער פארן צי דושינסקיא'ס מוסדות.

געלעכטער, איך פרעג דיך זייער אפען, דו זעהסט נישט אז דו רעדסט הוילע שטותים וואס פאסט פאר כיתה מכינה לישיבה קטנה. קודם האט ער נישט קיין דריסת הרגל, נאכדעם איז עס ווייל ער האט נישט פאר וועמען צו פארן.

דו טראכסט אוודאי אז איך וועל דיר ענטפערן אז אפשר פארט נישט כ"ק אדמו"ר מהרז"ל ווייל ער האט מורא אז ער וועט נישט קענען עפענען דאס מויל?

ניין. כ"ק אדמו"ר מהרז"ל וועט נאך פארן. כ"ק אדמו"ר מהר"א וועט אויך אי"ה פארן קיין ירושלים.
תשע"ב האט ער באשלאסן אז די נסיעה איז אויסשליסליך בני ברק.

ודי בזה.

שימעלע » 19/2/2012 04:52

דער בעלזער האט געפרעגט דעם נארעלע, וויאזוי שפירסטו דיך אין ארץ ישראל?
דיין נארעלע ענפערט כדרכו, איך בין נישט דאס ערשטע מאל דא אין ארץ ישראל, דער בהמה האט ניטאמאל געכאפט ווי דער בעלזער האט אים צונאר געמאכט און ער האט נאך אריינגעשפילט מיט ענפערן אז ער איז שוין דא עטליכע מאל,

לאנצוט לאמיך דיר פרעגן די זעלבע שאלה איז דאס די ערשטע מאל דיין רבי פארט קיין ארץ ישראל?

ער איז שוין געווען זינט ער רופט זיך רבי זעקס אדער זיבן מאל, שוין געפארן צו בר מצוה'ס אויף בני ברק חתונה'ס אויף בני ברק, ביקור חולים צום שווער קיין בני ברק, אבער יעדס מאל האט ער זיך אריבערגעכאפט קיין ירושלים, אמאל האט געריסן קריעה אויפן ברעסלאווער דאך אמאל געזינגן גלות גלות מיט מתתי' דייטש אויף הר הצופים, אמאל האט ער געגאסן ביטאן אויף ר' עמרם בלוי'ס בלוט, אמאל איז ער ארומגעפארן מיט דער יאפאנער דראג סוחר, בנציון מיללער, אבער עכ"פ קיינמאל האט ער נישט אויסגעלאזט קומען קיין ירושלים אפילו בלויז באזוכן דעם גאב"ד ירושלים,

דאס מאל האט ער לכתחילה געמאכט אז קיין ירושלים האט ער נישט קיין צייט, צו פיקטשערן מיט קרליץ אריינלייגן אפאר דאלער אין זיין פישקע דאס האט ער צייט, אבער מבקר חולה זיין דעם גאב"ד האט ער נישט קיין צייט,

וואסזשע » 19/2/2012 05:00

לאנצוט!! כ'וויל באמת פארשטיין, א רבי וואס פארופט זיך "סאטמאר רבי" זאל נישט אריבערקומען באזוכן
די ירושלי'מער רב זאל זיין געזונט, בפרט נאך וואס ער איז געווען אין שפיטאל??

כ'וועל מוזן בע"כ צוקומען צו די מסקנא וואס די גאב"ד האט געזאגט: "ער האט פון וואס מורא צו האבן".

בלאט: 1 2 3