היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » עם הארץ פראקלאמירט: בתוך עמ"י אנוכי יושבת..

עם הארץ פראקלאמירט: בתוך עמ"י אנוכי יושבת..

98 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2866970
בלאט: 1 2

סענעטאר » 13/1/2011 21:21

אין א פרישן פראפעגאנדע פרואוו האט דער עם הארץ די היינטיגע וואך געגעבן א אונטערוויו פאר זיין ידיד נאמן, דער משכיל יצחק פראנקפורטער, וועלכער איז געדרוקט געווארן אין זיין נארוואס ארויסגעגעבנע "עמי" אויסגאבע. א אונטערוויו מיטן עם הארץ איז דאך שוין היינט נישט קיין שום חידוש, האט מען למען המצב צוגעשטעלט אפאר פירער פון די או. יו. ארגענעזאציע, כדי צו מאכן דעם ארטיקל אטראקטיוו, נעמליך דער סאטמארער רבי פון קרית יואל (אוי אוי ווי דאס טוט וויי...) טרעפט זיך מיט די פירער פון די או. יו. צו דיסקוסירן "כשרות" אויף וואס דער עם הארץ איז מכלומרשט דער גרעסטער און בעסטער מבין.
 
דער זעלבער שרייבער האט שוין ביי א צאל פריערדיגע געלעגנהייטן 'זוכה' געווען אריינצוגיין אל הקודש פנימה פון דעם דזישגאן עם הארץ, הערן פון זיינע פערל רייד און איר ברענגן צום המון עם וואס לעכצן נאך א גוט ווארט פונעם עם הארץ און ווארטן מיט שפאנונג צו הערן פון זיין פקחות. דער קלימאקס איז געווען דער אונטערוויו וואס דער עם הארץ האט געשאנקן פאר יצחק פראנקפורטער נאך זייענדיג א שרייבער אין די "משפחה" מאגאזין, איידער ער האט זיך צוקריגט מיט די ארטיגע רעדעאקציע, און ער האט געעפענט א נייע מאגאזין מיטן נאמען "עמי".
 
עס איז נאר אינטערעסאנט צו באמערקן אז דער זעלבער שרייבער וואס האט דאסמאל געהאט די זכי' צו רעדן צום עם הארץ, האט לעצטענס געשריבן א גאנצן מאמר מיט א געפערליכן סילוף אויף תולדות רביה"ק מסאטמאר זי"ע, ווי כאילו דער רבי איז געווען א חתן צו א געוויסע רבי אין אונגארן איידער ער האט חתונה געהאט בזיווג שני צו הרבנית הצדיקת אלטא פיגא ע"ה, נאר אויפן פארלאנג פון די טעכטער האט ער אפגעלאזט דעם שידוך.
 
בכלל איז דער גאנצער עמי אויסגאבע געגרינדעט געווארן צו פארשפרייטן השכלה ביים היימישן ציבור. דער יצחק פראנקפורטער איז א אויסגערופענער משכיל, און האט שוין אפגעפירט היימישע אינגעלייט פון דרך המסורה, דורכן זיי אויפקלערן מיט דברי כפירה ה"י. יצחק האט גענומען אלס ספאנסאר פאר די אויסגאבע א אינגערמאן מ. ל. וואס האט אמאל געוואוינט אין וויליאמסבורג, און איז אויפגעקלערט געווארן דורך יצחק, און זיך אריבערגעצויגן קיין מאנהעטען אפלאזענדיג זיין חסידישן לבוש און מסורה.
 
דעריבער איז דאס גאר א פאסיגער שידוך צווישן דעם דזישגאן עם הארץ ר' אהרן טייטלבוים מיט דעם משכיל יצחק פראנקפורטער. און נישט פארגעסן די הייליגע "או. יו." ארגענעזאציע.

משהלע » 13/1/2011 21:28

פלוץ יפלצין, נאך אזוי שיין ווי די מישפאכא!!!!

סענעטאר » 13/1/2011 21:34

א כבוד אין עהערע טאקע פאר א "סאטמארער רבי" אז ער דארף זיך נעבעך לאזן באשרייבן, פאר פראפעגאנדע ציהלן, אין זייערע מאגאזינען.

ספרינטער » 13/1/2011 21:34

האט ער דערציילט עפעס פרישע מופתים וואס ער האט באוויזען דאס יאר?

משהלע » 13/1/2011 21:43

סענעטאר כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
א כבוד אין עהערע טאקע פאר א "סאטמארער רבי" אז ער דארף זיך נעבעך לאזן באשרייבן, פאר פראפעגאנדע ציהלן, אין זייערע מאגאזינען.

אז דער דברי יואל האט זיך געלאזט באשרייבן אין ידיעות אחרונות, און אין פנים אל פנים, דער ברך משה האט זיך געלאזט באשרייבן אין מישפאכא, מעג זיך כ''ק רבינו שליט''א אויך לאזן באשרייבן, ער איז דאך סוף כל סוף זייער ממלא מקום.

אומזיסט » 13/1/2011 22:18

אגב איז דער משכיל פראנקפורטער אן איידעם ביי לייבי פריעדמאן, דער סאטמארער סגן ראה"ק.

ער וואלט זיכער ענדערש געפאמפט דעם רבי'ן זאל זיין געזונט, ווען ער קאאפערירט ווען.

סאו מען קען אים נישט בלעימען פארן זוכן "סקופס" ביי ר' אהרן.

חזקה » 13/1/2011 23:44

הא הא הא! א יעדעס מאל וואס א וועלט-בארימטער אויסגאבע זוכט אויס א גוטער נושא, צו באהאנדלן אז זייער מאגעזין זאל זיך פארקויפן אין די טויזענטער, און ווען זיי נעמען צווישן די פילצאליגע רבנים מהר"א מסאטמאר, רופט עס באלד ארויס אויפברויז ביי זיינע שונאים, איי איז דאס א נחת... יו האב איך איצט א שמייכל אויף מיין געזוכט בשעת איך שרייב אז איך האב א שמייכל...

עס וועט אייך גארנישט העלפן, מהרז"ל האט זיך פלאצירט  אויף בעדפארד, אבער חוץ פון דעם קענסטו מיר נישט אנצייגען אויף איין זאך אז ער זאל האבן משפיע געווען פאר כלל ישראל, און כלל ישראל זאל ריכטיג געניסן פון זיינע אויפטוהן... אזש עס זאל זיין אינטערסאנט פאר א וועלט-בארימטע אויסגאבע איר צו ברענגען אלס דער קאווער-סטארי.

רבותי! איר קענט שטויסן און באכענען, ארויף אראפ, אהער און אהין...און ווי נישט...אויף אלע אויפנים, און אלע סארטן וועגען...אבער דאס אז מהר"א האט צום פארקויפן מיינט גאר אסאך פאר אזוינע אויסגאבעס.

outspoken » 13/1/2011 23:56

מהר''א איז א איש המעש (יא גוט נישט גוט) איז דא אסאך צו שרייבען, פון מהרז''ל איז נישט דא וואס צו שרייבען (אפשר איז דאס א גוטע זאך)

טאטעלע » 14/1/2011 00:13

outspoken כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מהר''א איז א איש המעש (יא גוט נישט גוט) איז דא אסאך צו שרייבען, פון מהרז''ל איז נישט דא וואס צו שרייבען (אפשר איז דאס א גוטע זאך)

 
נישט גוט ארויסגעברענגט. דער אהרוני פאמפט פאר די גאס אז ער איז א אזוי גערופענער איש המעש, און דער סאטמארער רבי פון וויליאמסבורג נישט, פינטל.
 
אדרבה, זאג דו מיר, ווען ר' אהרן טייטלבוים שטעלט ווען אהער פארן ציבור אזא פראכטפולער זאל ווי פרדס פיגא, וואלטן מיר געהאט צו הערן און צו געדענקן פאר א גאנץ לעבן דערפון, יא? וואס טוט זיך אבער אז דער אונטערנעמער דערפון איז געווען דער סאטמארער רבי פון וויליאמסבורג, איז קוים וואס מ'הערט דערוועגן, און דאס ביסל וואס מ'הערט שוין יא איז אז אליעזר קעסטנבוים האט דאס מנדב געווען, אבער דאס אז דער רבי האט דערפאר געשוויצט און געשנארט און פאקטיש געברענגט לידי מעשה, דאס רעדט שוין קיינער נישט.

טאטעלע » 14/1/2011 00:18

חזקה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
רבותי! איר קענט שטויסן און באכענען, ארויף אראפ, אהער און אהין...און ווי נישט...אויף אלע אויפנים, און אלע סארטן וועגען...אבער דאס אז מהר"א האט צום פארקויפן מיינט גאר אסאך פאר אזוינע אויסגאבעס.

 
אמת, מיר שטויסן און באכענען אויף דעם וואס מהר"א האט צו "באצאלן" פאר די אלע אויסגאבעס אז זיי זאלן אים באשרייבן, גארנישט מער. פון אונזער זייט זאל ער ארומגיין צו יעדן צייטונג אויף די וועלט און זען אז זיי זאלן האבן א אונטערוויו צו א קאווער סטארי פון "סאטמארער רבי פון קרית יואל", אזוי ארום מאכט ער פרייע אנאנסירונגען פאר די זאליס אז ס'דא "נאך" א סאטמאר, א זאך וואס דער ר' אהרן זעלבסט וויל נישט אנערקענען.

תוקן על ידי טאטעלע ב- 14/01/2011 00:21:06

טאטעלע » 14/1/2011 00:27

משהלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אז דער דברי יואל האט זיך געלאזט באשרייבן אין ידיעות אחרונות, און אין פנים אל פנים, דער ברך משה האט זיך געלאזט באשרייבן אין מישפאכא, מעג זיך כ''ק רבינו שליט''א אויך לאזן באשרייבן, ער איז דאך סוף כל סוף זייער ממלא מקום.

 
דער חילוק איז נאר אז ביים רבין ז"ל זענען אים די צייטונג שרייבער נאכגעלאפן און פרובירט פון אים ארויסצורוקן א ווארט, און ווען ער האט שוין יא גערעדט מיט זיי האט ער דאס גענוצט צו פארשפרייטן זיין מלחמה קעגן ציונות. דער עם הארץ און שטריק אבער, לויפט נאך די צייטונג שרייבער זיי זאלן פון אים שרייבן א ווארט, און ווען ער רעדט מיט זיי פרובירט ער זיך אגאנצן צייט אהערצושטעלן כאילו ער איז נישט דער גרויסער עקסטרעמיסט, ער פארשטייט דעם דור, ער פארשטייט די אנדערע זייט מטבע אויך. א שטייגער ווי די וואך וואס ער האט זיך פאטאגריפירט מיט או. יו. פירער אויפן דעקל, כדי זיך צו געפעלען פאר די פרעמדע און מאדערנע גאס.

חזקה » 14/1/2011 00:27

רבותי! איר ווילט הערן א אינטערסאנטע זאך???....איין מינוט, לאז מיר געבן א טיפער אטעם......!

פון מהרז"ל הערט מען נישט קיין פיפס ווען ער ברענגט זאכענעס לידי מעשה...אבער אינטערסאנט איז....ווען הערט מען יא פון אים??? ווען הערט מען אז "עכט" שטילערהייט שוויצט ער פון בעדפארד?... ווען א געוויסע פובליקאציע ווייסט איבער זאכן וואס מהר"א פאלט ביי....און פירט עס אויס...און טוט עס באשרייבן. כ'מיין נישט צו זאגען ווען עס קומט א נדבן און זאגט ער גייט מנדב זיין און טוהן...אבער ווען עס קומט למעשה...דארף איינער קומען עס ברענגען לידי מעשה... מען רעדט דא פון זאכן וואס מען ווייסט שוין, עמ"י קומט נישט דא דערציילן נייע זאכן, דאס וואס מיר ווייסן שוין חזר'ט ער איבער און דערשנאפט נאך אינפארמאציע איבער ווייטערדיגע חידושים וואס רבן של ישראל גייט משפיע זיין.

רבותי! טאטעלע האסט גארנישט געטוה אנדערש ווי איך האב געזאגט...אלע צוזאמען...א באכע אהער, א ציפ אהין....פארשידענע גרימאסן אויפאמאל....א קרעכטץ און א זיפטץ....ווילדע געשרייען און שטארקע עסענישן....


פון בעדפארד קיין סאטמאר....

טאטעלע » 14/1/2011 00:31

חזקה, חוץ פארמערן פינטלעך אין דיין תגובה פארשטיי איך נישט וואס דו האסט געזאגט. וואו זעסטו יעצט, שוין נאך וואס עמי האט באשריבן דעם הייליגן עם הארץ פון מאנרא אז דעם וויליאמסבורג סאטמארער רבי'ס מעשים ווערן מפורסם?

חזקה » 14/1/2011 01:10

מהרז"ל'ס מעשים זענען שוין נישט די ערשטע, און נישט די צווייטע מאל מפורסם געווארן, איין מאל אינעם "משפחה" מאגאזין, און אזוי ווייטער ביי אלע אנדערע גלעגענהייטן ווען עס איז גערעדט און געשריבן געווארן איבער די היסטארישע אויפטוהן איבער די חתונה תקנות, דאן ווערט מפורסם מהרז"ל'ס אויפטוהן.

ווייל די גאנצע "פרדס פיגא" וואס איז געקומען לידי מעשה איז א בלויזער תוצאה פון זיין ברודער מהר"א'ס היסטארישע אינטערנעמונג, וואס ער האט עס נישט נאר געברענגט לידי מעשה, נאר עס איז אויך זיין געדאנק, און צו דעם אויך אויפגעטוהן אז זיין ברודער זאל אים נאכטוהן און ברענגען לידי מעשה.

דעריבער א יעדעס מאל וואס עס ווערט דערמאנט און מפורסם, נישט קיין חילוק אויף סיי וועלכע פארמאט "חתונה תקנות" רעדט מען אויך פון פרדס פיגא, וואס דאס איז רבי אהרן'ס פירות!!!

איצט, קיפ אן באכענונג...

הנגיד_רבי » 14/1/2011 01:36

ווייסט איינער פארוואס די AMI איז נישט געווען צום האבן 2 וואכן צוריק, נאכן עס דעליווערן?
(איך וויל נישט שרייבן ניול פה, סא לאז איך עס פאר ענק אויסצופיגערן)

צו זעהן די ציהל פון די אמי אויסגאבע, קוקט וויאזוי איר הויפט פינאנצירער קוקט לעצנס אויס, א שרעק!
זיי האבן א סקערי ציהל מיט'ן אויסגאבע כידוע ליודעי דבר.

הנגיד_רבי » 14/1/2011 01:38

מ'האט עס נאכ'ן דעליווערן צוריק אויפגעפיקט און עס איבערגעדריקט נאכ'ן צענזורין

theחדשות » 14/1/2011 02:13

הנגיד_רבי כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מ'האט עס נאכ'ן דעליווערן צוריק אויפגעפיקט און עס איבערגעדריקט נאכ'ן צענזורין


לא דובים ולא יער.

דו פארמישט זיך מיט די בליץ...

יעדע מאגאזין וואס קומט ארויס, אנהייב נאך די ערשטע וואך וואס עס קומט ארויס בלייבט עס שטיין פאר צוויי וואכן צו הערן וואס די עולם האלט אז מען דארף עס פארבעסערן.

און חוץ פון דעם, האלט איך אז "הרב" (אזוי ווי די איד האט אים באטיטלט) יצחק פראנקפוטער האט געטוהן דאס בעסטע PR שריט פאר זיין נייע צייטונג, ער האט באקומען אומזיסטע פאבליסעטי, וואס אנדערע וואלטן געדארפט צאלן שווערע געלטער, האט ער געטוהן מיט איין ארטיקל.

ער האט געמאכט א פשוטע חשבון: שעה טובה האט געוואלט בויען זייער ענגלידע צייטונג, האבן זיי געהאט א נערישע אינטערוואו מיט משה גבאי, און די סוף איז געווען אז זיי האבן עס געמיזט פארמאכן.

משפחה האט אינטערוואוט דעם רבי'ן, האבן זיי זיך געבויעט דאפעלט.

ווייל די גאס ווייסט די אמת, זיי ווילן נישט הערן די קרעפ פון הגז"ל סאטמארע רבי, זיי ווילן וויסן וואס די סאטמארע רבי האט צוזאגן. חוץ פארשטייט זיך די מחללי שבתות אין בארא פארק

איך פארשטיי אז עס באדערט ענק אז די או יו האלט אז עס איז די בעסטע שחיטה אין אמעריקא, משום כמה סיבות:

ביי די צומת הגידין און שפעטער ביי די מאסקאווי פרשיות האבן ענק געשריגן אז די או יו נעמט אראפ זייער הכשר, און פלוצלינג זאגן זיי אז עס איז דאס בעסטע וואס עס איז שייך.

די או יו איז די גרעסטע אומפארטייאישע כשרות ארגענעזאציע, עס האט נישט קיין שום ציל צו בויען אדער חרוב מאכן אהרן טייטלבוים, און זיי זאגן אז עס איז דאס בעסטע, באדערט עס ענק.

און קומט נישט אטאקירן די או יו, ווייל איך האב פאר ענק נייעס, איינער האט מיר יעצט געשיקט אין אישי דאקומענטן אז די "הייליגע" התאחדות האט פארקויפט די פארלעפענע פסח אויל אינטער זייער השגחה, ווען צו זייערע משגיח שרייבן זיי אז עס איז כשר נאר לויט די או יו פי. דאס מיינט אז התאחדות האט זיך פארלאזט אז די או יו האט מבטל געווען חמץ בעין, און עס פארקויפט אינטער די הייליגע השגחה פון התאחדות, במילא אויב איצא גליק קען זיך פארלאזן אויף התאחדות אום פסח,איז די או יו נישט גענוג באגלייבט? ווען יעדער ווייסט ווי שטארק מ'איז מחמיר פסח. במילא פאר די האקסט אויף די או יו. טראכט אריין ווייל עס גייט קומן דאקומענטן אויף דעם


זעליג_כהן » 14/1/2011 19:41

מארק מיי וארדס, אהרן טייטלבוים גייט נאך מאכן א גרויסע הדלקה און מיט פארגלייזטע אויגן הייסן יעדן אריינווארפן די משכיל'שע "עמי" אויסגאבע!
*
און ניין איך בין נישט משוגע, און איך זאג עס נישט, נישט אויף משפחה און נישט אויף די אנדערע, אפילו זיי האבן אויך געגיבן אינטערויוס פאר אהרנ'ן.

theחדשות » 14/1/2011 19:52

זעליג_כהן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מארק מיי וארדס, אהרן טייטלבוים גייט נאך מאכן א גרויסע הדלקה און מיט פארגלייזטע אויגן הייסן יעדן אריינווארפן די משכיל'שע "עמי" אויסגאבע!
איך וועל אסאך מער הנאה האבן אז דו וועסט איינלייגן געלט דערויף, לאמיר מאכן א דעד ליין ביז ווען ער גייט עס האבן געזאגט. דו ווייסט דאך וואס דו רעדסט, דו האסט דאך אן אינסייד מענטש (יודעלע וויינטשטאק). גוט?


און ניין איך בין נישט משוגע,
ווער האט געזאגט אז יא? אויפן גנב'ס קאפ ברענט דאס היטל?
און איך זאג עס נישט, נישט אויף משפחה און נישט אויף די אנדערע, אפילו זיי האבן אויך געגיבן אינטערויוס פאר אהרנ'ן.

שארטקאט » 14/1/2011 20:27

פראנקפורטער איז בכלל נישט קיין סטאבילער מענטש און פון פאך אויס בכלל נישט קיין זורנאליסט, זיין ווייב האט געהאט א פאזיציע אין משפחה, און אזוי ווי ער האט נישט געהאט קיין פרנסה האט זי אים אריינגעברענגט אין די ליין, ער איז געווארן א גאנצער מוצא מבין און געשריבן מיינונגען אין משפחה,  די ארונים האבן געזעהן אז ער איז א בהמה וואס מקען אים טראגן אויף א רייד, און ער וועט זיי געבן פרייע פי אר, האבן זיי אים געלעקט, און געברענגט צו אהרן יעדע הילולא וחינגא, משה אהרן האפמאן האט אים געברנעגט צו די שריפה ל"ג בעומר און געהאט די זכיה צו גיסן חי רוטל, און אפילו ארויפגעשטעלט אויפן סטעידש בשעת די קבלת פנים דרשה וואס ר' אהרן האלט געמישט געוויין מיט שמחה טרערן ביי יעדע קבלת פנים,
נאכדעם וואס משפחה האט דערזעהן וואס א שאדן דער חולה מאכט זיי, האבן זיין אים פארשיקט פון דארט, און ער האט געכאפט א יונגערמאן וואס אינוועסט געלט ער זאל עפנען אייגענע מאגאזין,

theחדשות » 14/1/2011 20:57



די הנהלה האט שוין איינמאל געמעקט דיין תגובה אין דעם זעלבן גאטונג וואו דו באשמיצט פריוואטע מענטשן. נאך איינמאל דאס וועט פאסירן וועט מען דיר חוסם זיין אן א ווארענונג.





תוקן על ידי המהדרין ב- 14/01/2011 21:27:03

theחדשות » 14/1/2011 21:26

סענעטאר כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

 
בכלל איז דער גאנצער עמי אויסגאבע געגרינדעט געווארן צו פארשפרייטן השכלה ביים היימישן ציבור. דער יצחק פראנקפורטער איז א אויסגערופענער משכיל, און האט שוין אפגעפירט היימישע אינגעלייט פון דרך המסורה, דורכן זיי אויפקלערן מיט דברי כפירה ה"י. יצחק האט גענומען אלס ספאנסאר פאר די אויסגאבע א אינגערמאן מ. ל. וואס האט אמאל געוואוינט אין וויליאמסבורג, און איז אויפגעקלערט געווארן דורך יצחק, און זיך אריבערגעצויגן קיין מאנהעטען אפלאזענדיג זיין חסידישן לבוש און מסורה.
 
ד.


דא האסטו עס. אריבערגעמאפט קיין מענהעטן, אויסגעטוהן דאס חסידישע לבוש וכו'

סאו מעק אפ יאר מיינד. און זיי דיר נישט סותר מיט סענעטאר , שמועס אפ מיט אים וואס מ'טענה'ט.

שארטקאט » 14/1/2011 22:05

איך בין נישט קיין סענעטאר, און עס אינטערסירט מיך בכלל נישט ווי דער איד וואוינט און וואס א לבוש ער האט, און עס איז בכלל נישט נוגע ווי דער איד וואוינט, סך הכל האב איך געשריבן אז א אינגערמאן האט אינוועסטירט געלט אין דעם צייטונג, איך האב נישט געזגט ער וואוינט נישט אין מאנהעטן, איך האב נישט געזאגט אז ער וואוינט נישט אין לאנג איילענד אדער און איטאליע, איך בסך הכל געשריבן אז א אינגערמאן האט אינוועסטירט,

סענעטאר » 16/1/2011 05:01

שארטקאט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פראנקפורטער איז בכלל נישט קיין סטאבילער מענטש און פון פאך אויס בכלל נישט קיין זורנאליסט, זיין ווייב האט געהאט א פאזיציע אין משפחה, און אזוי ווי ער האט נישט געהאט קיין פרנסה האט זי אים אריינגעברענגט אין די ליין, ער איז געווארן א גאנצער מוצא מבין און געשריבן מיינונגען אין משפחה,  די ארונים האבן געזעהן אז ער איז א בהמה וואס מקען אים טראגן אויף א רייד, און ער וועט זיי געבן פרייע פי אר, האבן זיי אים געלעקט, און געברענגט צו אהרן יעדע הילולא וחינגא, משה אהרן האפמאן האט אים געברנעגט צו די שריפה ל"ג בעומר און געהאט די זכיה צו גיסן חי רוטל, און אפילו ארויפגעשטעלט אויפן סטעידש בשעת די קבלת פנים דרשה וואס ר' אהרן האלט געמישט געוויין מיט שמחה טרערן ביי יעדע קבלת פנים,
נאכדעם וואס משפחה האט דערזעהן וואס א שאדן דער חולה מאכט זיי, האבן זיין אים פארשיקט פון דארט, און ער האט געכאפט א יונגערמאן וואס אינוועסט געלט ער זאל עפנען אייגענע מאגאזין,

 
משה אהרן האפמאן איז זיין קאנעקשאן מענטש ביי דעם עם הארץ. פראנקפורטער ציטירט אין זיין ארטיקל א אימעיל וואס ער האט באקומען פון משה אהרן מלא רגש פון דעם באזוך. אזוי אויך איז אינטערעסאנט צו זען וואס א שטארקע קשר דער עם הארץ באקומט צו די צייטונג שרייבער וואס רעדן פון אים. יצחק פראנקורטער שרייבט אין זיין ארטיקל אז ער האט אנגעטראגן פאר דעם או. יו. רב א באזוך ביי דעם עם הארץ, און ער האט גלייך אנגערופן חיים שלמה פישער וועלכער האט אים געגעבן א דאטום ווען ער וועט קענען קומען צום רבי'ן.
 
אזוי אויך איז צום גלייבן אז די קומענדיגע וואך וועט פראנקפורטער דארפן שרייבן א אנטשולדיגונג'ס עדיטאריעל, אזוי ווי ער האט געטון אין די מערהייט פון די עמי אויסגאבעס וועלכע זענען ערשינען ביז היינט, ווייל ער שרייבט דארט אז ער האט געטראפן אין דעם בית השחיטה "מערערע שוחטים און א בודק סכינים", וואס דאס איז א סתירה מיט די ווערטער פונעם עם הארץ ביי די באקאנטע בית יוסף דרשה אז עס זענען דא אין זיין בית השחיטה 2 בודקי סכינים, און פראנקפורטער וועט זיך דארפן פארענטפערן דערויף.
 
(דער אמת איז אז, דער עם הארץ האט אריינגעשטעלט אין זיין בית השחיטה 2 בודקי סכינים הערשט נאך די מערכה וואס ר' הלל וויינבערגער פון די התאחדות האט מיט אים געפירט דערוועגן, און דאס איז פארגעקומען שוין נאך דעם פראנקפורטער באזוך וואס איז געווען אין חודש פעבוראר פאריאר)

rebyankel » 16/1/2011 05:14

געדענקט איינער די PR פון די זאליס אין די מאגעזינען ביי פרדס פיגא? קען איינער ברענגן די בילד ווי משה גבאי פיקטשערט זיך דארט מיטן בני ברק'ן מעיאר? הא לן והא .....

תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 17/01/2011 22:01:45

קעציל » 16/1/2011 05:36



תוקן על ידי קעציל ב- 16/01/2011 05:57:36

סענעטאר » 16/1/2011 05:42

rebyankel כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
געדענקט איינער די PR פון די זאליס אין די מאגעזינען ביי פרדס פיגא? קען איינער ברענגן די בילד ווי משה גבאי פיקטשערט זיך דארט מיטן בני ברק'ן מעיאר? הא לן והא .....
 

זאג עס איבער, איך האב עס ליב צו הערן. ר' אהרן האט זיך אונטערוויו'ט מצד די אהרונים און משה גבאי פון צד הזאלונים... נעבעך. דאס הייסט נישט הא לן והא להו, דאס הייסט הקנאה והתאוה והכבוד מוציאין את האדם, דער עם הארץ וועט טון דאס ביליגסטע וואס נאר שייך פאר אביסעלע פי.אר. - פון זיך לעקן צום בעלזער, ביזן זיך אונטערוויוען פאר צייטונגען, און זאגן אזאכע דזשאקס ווי יאנקל מיללער, אז דאס וואס ער גייט מיטן שטריימעל זונטאג איז נישט ווייל ער איז אזוי ווי דער אמשינאווער רבי פון ארץ ישראל, נאר ווייל ער מאכט א שמחה פאר א אייניקל - ער האט דאך נישט געשיקט חיים שלמה פישער זיך אונטערוויוען, ער האט זיך זעלבסט אינטערוויו'ט.
 
איך פארשטיי דו ווילסט פארדרייען דעם שמועס, אבער עס איז פאר דיין תועלת דו זאלסט מעורר זיין דיינע פירער אז עס איז משמע פון יצחק פראנקפורטער אז פאריאר פעבוראר איז נאר געווען "איין" בודק סכינים אין מאנרא שלאכט-הויז. זע ער זאל האבן א הבהרה נעקסטע וואך.

תוקן על ידי סענעטאר ב- 16/01/2011 05:50:20




תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 17/01/2011 22:02:30

מלך_מלכים » 17/1/2011 19:48

ווען איך האב ווען אן אויסגאבע וואלט איך ווען אויכעט גענומען דער ר' אהרענען פאר אינטערויוס, ווייל ער איז א מענטש וואס מאכט העדליינס יעדען מאנטיג אין דאנערשטיג, איך וואלט נאר גערעדט וועגן אנדערע טאפיקס,

איך וואלט אינטערויוט וועגן

פערלשטיין נישט באגראבן ווייל זיין פאטער האט עפעס א סוכסוך מיט אים, אין וועלכען בית יוסף ער האט געלערנט די הלכה?

די 50 דאלאר לבדיל בין הטהור ובין הטמא (אינטערן פלויט בלא"ז) קאמפיין, א בפירישע רמ"א מסתמא, איי געס אז איינער איז נישט קיין חסיד פון אים איז ער טמא, נישט אזוי.

די פנקס, ממזרים, קאמפיין.

זיין עקסקלוסיוו קארט רייטס, נאר עך מעג גיין אין קארט, א צווייטער איז א מירים יד, א בפירישער בלאט,


טייערע צייטונג שרייבער זייט נישט קיין נערנים, דאס זענען די טאפיקס וואס וועט ענק ברענגען קאסטעמערס, דאס אז דער באטערער איז א מאכיל נבילות אין שוין אלט פערציג יאר, אין עס איז שוין אויסגעדראשן.


תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 17/01/2011 19:49:31

אויטענטיש » 17/1/2011 19:55

חחח...הצחקת אותי.
אגב: השם שלם (מלך מלכים) לא מתאים... נא לתקן, וד"ל.

theחדשות » 18/1/2011 01:20

מלך_מלכים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווען איך האב ווען אן אויסגאבע וואלט איך ווען אויכעט גענומען דער ר' אהרענען פאר אינטערויוס, ווייל ער איז א מענטש וואס מאכט העדליינס יעדען מאנטיג אין דאנערשטיג, איך וואלט נאר גערעדט וועגן אנדערע טאפיקס, איך וואלט אינטערויוט וועגן פערלשטיין נישט באגראבן ווייל זיין פאטער האט עפעס א סוכסוך מיט אים, אין וועלכען בית יוסף ער האט געלערנט די הלכה?די 50 דאלאר לבדיל בין הטהור ובין הטמא (אינטערן פלויט בלא"ז) קאמפיין, א בפירישע רמ"א מסתמא, איי געס אז איינער איז נישט קיין חסיד פון אים איז ער טמא, נישט אזוי.די פנקס, ממזרים, קאמפיין.זיין עקסקלוסיוו קארט רייטס, נאר עך מעג גיין אין קארט, א צווייטער איז א מירים יד, א בפירישער בלאט,טייערע צייטונג שרייבער זייט נישט קיין נערנים, דאס זענען די טאפיקס וואס וועט ענק ברענגען קאסטעמערס, דאס אז דער באטערער איז א מאכיל נבילות אין שוין אלט פערציג יאר, אין עס איז שוין אויסגעדראשן.

תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 17/01/2011 19:49:31




משה גבאי האט געמיינט די זעלבע, ווען ער האט געגעבן זיין אינטערוואו צו שעה טובה, וואז קען מער טוהן אז די תוצאות רעדן פאר זיך אליינס, שעה טובה האט זיך פארמאכט, משפחה און יעצט עמי האט זיך געדאפעלט און געדריפעלט

קעציל » 21/1/2011 04:50

דער דזשיגאן עם הארץ לעקט אין לאכט צו איינעם זיינס גלייכן
[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי קעציל ב- 21/01/2011 04:51:26




תוקן על ידי קעציל ב- 21/01/2011 04:52:03

משהלע » 21/1/2011 05:01

הקיצור, טו מעיק א לונג סטארי שארט, דע זאליס פייגערן פאר קנאה, כא כא כא....

דזשיגאן » 21/1/2011 05:39

משהלע, זאג. דו האלטסט באמת אז אויב ר' זלמן לייב זאל אפפערן פאר א צייטונג שרייבער אז ער איז גרייט מיט אים אפצוהאלטן א אינטערוויו וועט ער דאס נישט באקומען? איך זע נישט וואס ס'דא צו פייגערן פאר קנאה. אויב עפעס קען מען נאר פייגערן פאר געלעכטער ווי די אהרונים לאזן אזא יצחק פראנקפורטער מאכן דאס גענאר פון זייער גאנצע ממלכת מעלאנע.

טאטעלע » 26/12/2011 09:26

אכן נודע הדבר. ביז היינט האט מען געמיינט אז עמי איז בלויז אהרוניש געשטימט, יעצט ווערט מען גאר געוואויר אז ער איז גראב און אפן אהרוניש באצאלט!
 
אין עמי לויפט שוין א לענגערע צייט א סעריע ארטיקלן פון ר' הערץ פרענקל וואו ער פארציילט סאטמארע היסטאריע. די וואך היות מ'האט אים מכבד געווען אלס אורח הכבוד ביים כינוס השנתי אין ניו יארק סטעיט ארמארי, האט דער עמי געבעטן אז זיי ווילן דעקן דעם כ"א כסליו מעמד. דערווייל איז יצחק פראנקפורטער געגאנגן און אויסגעדרייט דעם גאנצן ארטיקל אויף א אהרונישע ליניע, באגלייט מיט ריזיגע בילדער פון זייער כ"א כסליו.
 
ווען מ'האט פארגעהאלטן יצחק, וואס זיין ידידות מיטן דזשיגאן עם הארץ קענען איר ליינען אויף די בלעטער פון דעם אשכול, היתכן ער נעמט אפיציעל א שטעלונג און מאכט ליצנות פון איין פראקציע, האט ער געענטפערט אז ער האט באמת זייער נישט געוואלט דאס טון, אבער די אהרונים האבן אים געסטראשעט אז זיי וועלן אים אויפהערן צאלן געהאלט!
 
איר הערט גוט, דער כופר יצחק פראנקפורטער, וואס ער מיט זיין פרוי זענען געפלויגן פון משפחה מאגאזין צוליב דעם ריס מיט די דארטיגע רעדעקאציע, זיצט היינט ביי דזשיגאן אויף וועידזשעס ער זאל באשרייבן יעדע וואך מעשי תקפו וגבורתו פון דזשיגאן.
 
לדעתי איז דער עמי פונקט ווי דער בלאט, עס וועט ארויסגעגעבן דורך א כופר און פינאנצירט פון די אהרונים, און אנ"ש דארפן זיך אפהאלטן פון אריינעמען דעם מאגאזין, וואס מ'קען רוהיג אנרופן א ענגלישער בלאט, צו זיי אין שטוב.

אבראהאם » 26/12/2011 17:40

איך האלט עטץ זאלט'ס ווארפן אויף אים פאשקעווילן מחלליה מות יומת מען דארף אים הרג'ענען אלעס ווייל ער דערקענט נישט אין דעם עם הארץ מלוכה
א מין חוצפה ער איז א געהעריגער כופר ווייל ער גלייבט נישט אין ר' זלמן


תוקן על ידי אבראהאם ב- 26/12/2011 17:49:23

סעלפאן » 26/12/2011 18:36

מיר זענען נישט ארונים, די ארונים וואלטן עס טאקע געטאן.

סעלפאן » 26/12/2011 18:38

מיר זענען נישט ארונים, די ארונים וואלטן עס טאקע געטאן.

SatmarBum » 10/1/2012 10:40


pages 84-87-Ami-issue50.RabbiFrankel * id="doc_89574" name="doc_89574" type="application/x-shockwave-flash" data="http://d1.scribdassets.com/ScribdViewer.swf" style="outline:none;" height="600" width="100%"> <*

תוקן על ידי SatmarBum ב- 10/01/2012 10:40:37

SatmarBum » 10/1/2012 10:48


http://www.scribd.com/doc/76612406/pages-84-87-Ami-issue50-RabbiFrankel


http://theantitzemach.blogspot.com/2011/12/is-rabbi-hertz-frankel-propagandist-for.html


Principaled Lies?

No, this is not a personal attack against Rabbi Hertz Frankel. It is what you might call simple question that comes to mind when you read his weekly article in Amimagazine. It may have reached the climax - or low point - depending on how you look at it, this week, with the bombastic headline you see here. In honor of 21 Kislev we were all told that we all owe a great deal of gratitude, and we're forever indebted to the Satmar Rov. That were it not for him we'd all still look like we did in the 40s, the 1940s, that is, and we'd eat Hershey's chocolate and Entenmann's cakes. Our wives would not wear sheitlech, even our Roshei Yeshiva's wives, and our daughters would go to mixed beaches. Shtreimlach? מאן דכר שמיה. Children speaking Yiddish? fugedaboudit!!! We had RaSHBI in our midst and we never even knew it. So you might say that after seeing that article I had seen enough! I just wonder why RHF didn't send his own kids to that euphoria if he loved it so... Is this his opinion since when he worked there, אין בית רחל, or has this been happening to him only lately; this idea that it's all Satmar, and always has been/will be. I've read the series that RHF writes since its inception. Not every week, but often, as often as I see it, which is often. I try and buy the magazine every week when I do the grocery shopping. Until this week the series didn't garner any negative responses, at least we didn't get to see any. [Now, in this week's issue, one week after the issue discussed here, Ami went ahead and printed a letter to the editor which took RHF to task for printing what they saw as untruths. So it seems like I'm not the only one who sees the series what it's really for.

Question 2 is where does the editorial board - notably the published, Reb Yitzchok Frankfurter - stand with all the Satmar pushing that goes on EVERY, SINGLE, WEEK. No, I do not expect to see a PR piece from Lubavitch every week, and I would be surprised to see an Agudah/Torah U'mesorah/Chinuch Atzmai piece every week, Avi Shafran not withstanding. So why is Satmar allowed to have one that is repackaged as memoirs? At first glance it would seem that the reason is RYF's allegiance to Satmar, which is fine. His family is very close to the Rov there. I have no issues with it. I'm not here to call him out and to "expose" anything. That's not what I do here. But then we need to remove the mask. If all RHF has to say about his tenure in BR of Williamsburg is that the SR was the Savior to Yiddishkeit post-WW2, then don't make it about being principal. Then, if that wasn't enough, Frankfurter starts being all diplomatic and makes sure to plug both Satmars. As if. C'mon, don't insult our intelligence, brother! If you want your magazine to be a cut above don't talk down to us. Otherwise you're no better than the others, and we know that if that were the case there'd be no need forAmi in the first place, right?

דזשיגאן » 10/1/2012 19:20

דער עמי איז פריש ארויפגעקומען אויף די ארענע, נאך וואס דער צעדרייטער יצחק פראנקפורטער וואס לויפט נאך יעדע קאנטרעווערסיע, און איז פונקט גוט צו זיין א מחותן מיטן כלב אהרן, האט די פאריגע וואך מכלומרשט אפגעהאלטן א אונטערוויו מיט די א.ג. מקורבים פון כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א און כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, וואו זיי האבן שארף ארונטערגעריסן די קנאים. ‎​
 
למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער איינציגסטער וואס האט גערעדט צו יצחק פראנקפורטער איז דער אפגעפרעגטער שמואל חיים פאפענהיים וואס סיי די עדה החרדית און סיי תולדות אהרן האבן זיך שוין מערערע מאל אפגעשאקעלט פון אים און פון זיינע טריפה'נע מיינונגען, וכאן מצא מין את מינו, יצחק פראנקפורטער מיט פאפענהיים. ‎​
 
די עדה החרדית איז אבער שרעקליך אויפגעברויזט אויף דעם פראנקפורטער, און ווילן ארויסקומען מיט א שטארקע מערכה קעגן אים.

לאנצוט » 10/1/2012 20:12

און דאס וואס די ציוניסטישע משפחה מאגאזין האט א יאר צוריק אריינגעלייגט א באשרייבונג פון צד רז"ל איז יא מותר.

צי דעם פערזענליכע באשרייבונג אין די משפחה דורך יוסי אליטוב בביתו וחדרו הקדושה פונעם בעל ברך משה אין תשס"ה איז יא מותר געווען?

וויאזוי האט מען דאס ציגעלאזט. אתמהה !

דזשיגאן » 10/1/2012 20:42

וואס האסטו יעצט געענטפערט אויף דעם וואס איך האב געשריבן אז ער האט מיאוס אראפגעריסן די קנאים, מכלומרשט בשם העדה און תולדות אהרן?

לאנצוט » 10/1/2012 20:45

דאס וואס די עמי האט באשריבן סאטמאר איז דער קעפל.
די הערה איז אויף דעם קעפל בכלליות

עםהארץל » 10/1/2012 22:36

פיינעלי

דו זעסט נישט קיין חילוק צווישן א אינטערוויא מיט משה גבאי און א אינטערוויא מיט דזשיגאן עם הארץ

לאנצוט » 10/1/2012 22:38

אויב איז דער מאגאזין טריפה, וויאזוי האט  מען אים אריינגעלאזט צום ברך משה בחדרו הקדוש פאר א אינטערוויו.

ווייל דער רבי איז שוין נישט אזוי געזונט, איז ער הפקר?

עםהארץל » 10/1/2012 22:40

דער מאגאזין איז דארט געווען? ער האט געהאט א אינטערוויא מיט א גבאי

משא"כ דזשיגאן עם הארץ איז געזיצן אויף א אינטערוויא מיט זיי ביי זיך אינדערהיים

לאנצוט » 10/1/2012 22:42

דער מאגאזין שרייבער איז געווען ביים ברך משה אין צימער, בשעת דער ברך משה איז דארט געווען און האט דארט געכאפט בילדער.

איז מיין קשיא צו דיר:
ווייל דער ברך משה איז שוין ליידער נישט געזונט געווען, איז ער געווארן הפקר?

עםהארץל » 10/1/2012 23:47

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דער מאגאזין שרייבער איז געווען ביים ברך משה אין צימער, בשעת דער ברך משה איז דארט געווען און האט דארט געכאפט בילדער.

איז מיין קשיא צו דיר:
ווייל דער ברך משה איז שוין ליידער נישט געזונט געווען, איז ער געווארן הפקר?


שקר ווי דער בלאט

לאנצוט » 11/1/2012 00:02

דאס האב איך געוואוסט. ווייל קיין רעכטפארטיגע ענטפער איז ליידער נישטא.

די קשיא עגבערט נאך מער:
אויב דער גבאי האט געטאן א פארברעך מיטן אריינלאזן א ציוניסטישע מאגאזין ביים ברך משה, הגם לכבוש את המלכה עמי בבית, ווען דער ברך משה איז ליידער געווען שטארק נישט געזונט, ומלך אסיר ברהטים כידוע.

שטעלט זיך די פראגע:
וואו זענען געווען די ביד"צ וועלכע האבן דאך  יא געקענט מוחה זיין?
וואו איז געווען כ"ק אדמו"ר מהרז"ל שליט"א וועלכער האט דאך דארט געוואוינט.

אגב, אויף די בילדער אינעם מאגאזין (שקר) זעט מען דארט אדמו"ר מסיגעט ב"פ בשעת דער פאטאגראפיסט האט געכאפט בילדער ביים ברך משה.

יעצט ביסטו מכובד צו שרייבן נאכאמאל שקר.



(במאמר המוסגר: נישט פארגעסן - איך בין א דעקעלע).

סענעטאר » 11/1/2012 00:40


די קשיא עגבערט נאך מער:
דער גבאי האט געטאן א פארברעך מיטן אריינלאזן א ציוניסטישע מאגאזין משפחה ביים כלב אהרן, און דערנאך עמי, הגם לכבוש את המלכה עמי בבית, ווען דער כלב אהרן איז ליידער שטארק נישט געזונט, ומלך אסיר ברהטים כידוע. פארוואס שווייגן די אהרונים?


בלאט: 1 2