ביד"צ קעגן ר' דוד שווימער, וועמען גלייבט מען?
58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2866037
עס קערט זיך איבער אין ירושלים עיה"ק איבער א פלייש געשעפט"הידורים" וועלכע האט אנגעבליך פארקויפט "טריפה" פלייש, אין ערגסטן פאל, אדער פארקויפט "בשר סתם" אונטער'ן נאמען פון די עדה.
דער רב המכשיר אונטער די עדה, הרב דוד שווימער האט געלאזט וויסן אז דאס געשעפט איז טריפה, און מ'טאר דארט נישט קויפן.
ביד"צ האט ארויסגעגעבן א שארפען בריוו צו הרב שווימער אז ער זאל זאפארט צוריקציען, אז ער האט נישט געזאגט אז ס'איז טריפה. דערווייל ציט ער נישט צוריק.
[בילד – נישט אפגעהיט]
(לחץ על המסמך לצפייה בגודל מלא)
ס'קוקט אויס אז די בריוו איז נישט אמת.
בכלל די בריוו מאכט נישט קיין סענטס, זיי זאגען אז אויב ס'נישט אמת זאל ער עס שרייבען בכתב, אויב ער שרייבט נישט וועט מען אים ווארפען, און וואס איז אויב ס'יא אמת?
דער פלאקער גייט נאר ווערן גרעסער, ווייל הרב שווימער ברעכט זיך נישט און לאזט זיך נישט טעראריזירן.
מיר וועלן זעהן צי ער וועט פליען פון ביד"צ צי נישט.
די בריוו קוקט אויס שקר.
ובפרט ווי זיי ריפען ר' משה בראנסדורפער מיט גאר א שוואכן טיטל.
און אזוי אויך ווי זיי ספעלען זיין נאמען אנדערש איינס פון אנדערן.
ועל כולם עס האט נישט קיין שום חתימה פון קיין מענטש, נאר א זיגל.
הרה"ג רבי דוד שוימער שליט"א.........חזק ואמץ ולא תגירו מפני איש!
לאזט אייך נישט טעראריזירען פון פאפענהיים וכת דילי'.
ווער עס האט געזען די נייע אפיסעס פון די עדה, מיליאנען דולארען אויסגעגעבען אויף איינריכטונגען זיי זענען היינט אין א מצב וואס יעדע פעני און דאלאר מוז מען פארדינען, קיין חילוק צו עס איז 100 פערצענט אדער ניינציג פערצענט כשר וכו'.
דער עיקר די הכנסה מוז מען אנהאלטען כי צו קענען צאלען די שווערע טויזענטער ממילא איז קיין וואונדער אז מען לאזט נישט צו קיין קריטיק.
זיי האלטען היינט דארטען וואוי אונזער סי אר סי האלט! די באן מוז פארען ווייטער אן קיין שום עיכובים! אחת דתו אויב איינער פון אינווייניג בארעדט דעם אפיס!!!!!!!!!
עטס מאכט דא א גרויסע געמויזעכטס.
1. די העדה החרדית האט היינט צו טאג, צוויי שחיטה פלענטס - 1 'גלאט עוף' 2 'הידורים.
2. הרב דוד שוימר איז נישט 'דער בעל המכשיר' - ר' דוד שוימר איז איינער פון די מוצי"ם וואס ארבעטן ביי דעם 'גלאט עוף' פלענט - און איז אויכעט - א שוואגער פון א.צ. - איינער פון די בעלי בתים פון גלאט עוף.
3. ביז פאר איאהר צוריק בערך, איז גלאט עוף געוועהן די איינציגע קאמפאני, מיטן הכשר פון די העדה החרדית - במציאות זענען זיי געוועהן א מאנאפאל.
4. הידורים האט נישט קיין 'געשעפט' וואס זיי פארקויפן דארט פלייש.
5. א ריזן סטאר מיט נאמען 'אושר עד' - וואס דער בעל הבית א גערער חסיד א.מ.מ., האט דארט א דעסק וואס פארקופט פלייש פון די 'הידורים' שחיטה.
6. ביי די העדה החרדית שחיטה איז איינגעפירט, אז מען לייגט פלומבעס (חותם), אויף די פלייש, און ביי די געשעפטן וואס קויפן גרויסע שטיקער פרישע פלייש - און פארקויפן דאס פאר די קאסטומערס צושניטענרהייט, זענען דא געשעפטן וואס האבן א משגיח תמידי, און עס זענען דא וואס האבן נישט קיין משגיח, און ווער עס קויפט דארט פארלאזט זיך אויף בעל הבית פונעם געשעפט.
7. די העדה החרדית שרייבט האלטס אויף זייערע מודעות, אז פלייש פון די העדה החרדית דארף צו האבן א פלומבע - און פלייש וואס האט נישט קיין פלאמבע, זענען זיי נישט אחראי אויף די כשרות פון דעם.
8. ר' משה בראנדסדורפער, האט געטרייט נאך בחיים חיותו פון זיין גרויסן טאטן הגאון ר' מאיר זצ"ל, זיך אריין צו שטיפן ביים 'ועד השחיטה' פון די העדה החרדית - נישט מיט ערפלאג.
9. גלאט עוף ווען זיי זענען געוועהן די איינציגע אין מארקעט, האבן זיי ממש 'געשחט'ן' דעם עוילם מיט זייערע אויכע פרייזן, למשל א שטיקל טשיקן 1 פונט האט געקאסט פארן קאסטומער בי די 4 $
10. פאר צוויי יאהר צוריק בערך, האט גלאט עוף געבויעט א נייע פלענט, און האבן דארט אריין געבראקט ביי די 13 מיליאן דולר.
11. ווען פאראיהר צוריק האט די העדה החרדית געגעבן פאר א קאמפעטישן מיטן נאמען 'הידורים' א הכשר, איז דאס געוועהן וויא א וואלקן בראך פאר גלאט עוף, דו העדה"ח האט קיין ברירה נישט געהאט - ווייל די ווייגעשרייען קעגן די רוצחישע פרייזן פון גלאט עוף - האט מען שוין נישט געקענט דערשטיקן.
12. די פרייזן זענען טאקע שטאר געפאלן די לעצטע יאהר, מען קען היינט באקומען טשיקן פון הידורים פאר 2.60 $ א פונט.
אזוי וויא אויבן דערמאנט, ביי די 'אושר עד' סטאר האט מען פארקויפט בשר בקר פון די 'הידורים' שחיטה, ביי דעם געשעפט איז נישט געוועהן קיין משגיח פון די העדה"ח, עס איז געוועהן דארט א סיין, אז די פלייש איז פון די הידורים שחיטה העדה"ח, ווער עס איז מקפיד אויף א משגיח תמידי האט נישט געקויפט - און ווער עס האט זיך פארלאזט אויפן גערער בעל הבית, האט יא געקויפט.
ר' משה בראנדסדורפער וואס האט נישט מצליח געוועהן זיך אריין צושטופן אין וועד השחיטה, האט ארויס געגעבן א קלאנג - אז מען פארקויפט אין 'אושר עד' טריפה פלייש, און האט געברענגט 'כיהודה ועוד לקרא' אז אזוי האט ער געהרט פון ר' דוד שווימער (האלט קאפ א שוואגער פון איינעם פון די בעלי בתים פון גלאט עוף)
ר' משה האט געלאזט הערן אז ווער עס האט דארט געקויפט פלייש דארף כשר'ן די כלים, יוסף לייב יאקאב האט דאס ארויף געבערנגט אויף דעם 'קו הציבור' האט-ליין, (יוסף לייב האט שפעטער געלייגט א התנצלות אין דעם גליון העדה - ע"פ הוראתו פונעם גאב"ד מיטן בית דין שליט"א) - און עס איז געווארן ששון ושמחה.
דער גאב"ד ר' יצחק טוביה ווייס שליט"א האט צום הערשט געשריבן זייער א שארפן בריוו קעגן די מלעיזים - ומוציאים שם רע, און ווען דער פייער האט זיך נישט געלאשן, האט דער גאנצער בית דין ארויס געגעבן נאך א בריוו, אבער וויא געזאגט, ר' משה בראנדסדורפער - מיט ר' דוד שוימר האבן נישט געוואלט צוריק ציען פון דעם קלאנג וואס זיי האבן ארויס געגעבן.
ר' דוד שוימר האלס איינער וואס באקומט זיין געהאלט פונעם ועד השחיטה - אלס בודק אינעם גלאט עוף פלענט, האט באקומען א אזהרה פונעם ועד השחיטה, אז טאמער וועט ער נישט צוריק ציען פונעם קלאנג וואס ער איז געוועהן א שותף און דעם - זעהען זיי אין דעם א חתירה אינטערן סמכות פונעם רב ר' יצחק טוביה - מיטן בית דין שליט"א - און זיי וועלן נישט קענען אים ממשיך זיין צו האלטן אלס א בודק אינעם ועד השחיטה - און זיי ועלן אים מיזן אויפערן צו צאלן זיין געאהלט.
די בריוו וואס עס ווערט דא געברענגט, איז 100% קראנט
גערעכטער שרייבט:
עטס מאכט דא א גרויסע געמויזעכטס.
1. די העדה החרדית האט היינט צו טאג, צוויי שחיטה פלענטס - 1 'גלאט עוף' 2 'הידורים.
נאר לעצטענס. אמאל איז געווען נאר גלאט עוף. רבי מאיר האט נישט געלאזט הידורים. ווייל דער באלעבאס איז א פרייער.
2. הרב דוד שוימר איז נישט 'דער בעל המכשיר' - ר' דוד שוימר איז איינער פון די מוצי"ם וואס ארבעטן ביי דעם 'גלאט עוף' פלענט - און איז אויכעט - א שוואגער פון א.צ. - איינער פון די בעלי בתים פון גלאט עוף.
הרב שווימער "ארבעט נישט" אינעם פלעט. נאר איז יא דער רב המכשיר.
3. ביז פאר איאהר צוריק בערך, איז גלאט עוף געוועהן די איינציגע קאמפאני, מיטן הכשר פון די העדה החרדית - במציאות זענען זיי געוועהן א מאנאפאל.
ווייל גלאט עוף איז א שותמ"צ און א ערליכער איד.
4. הידורים האט נישט קיין 'געשעפט' וואס זיי פארקויפן דארט פלייש.
במילא. זיי האבן דאך אבער "פארשאפט" בשר בהמה נאכדעם וואס ביד"צ האט נישט גע'שכטן א לאנגע צייט. איז דאך דאס א "רויטע ליכט"
5. א ריזן סטאר מיט נאמען 'אושר עד' - וואס דער בעל הבית א גערער חסיד א.מ.מ., האט דארט א דעסק וואס פארקופט פלייש פון די 'הידורים' שחיטה.
אושר עד איז נעמט פון הידורים. נישט ער האט געטאן דעם שייגעץ שטיק (אויב ס'איז געטאן געווארן.
6. ביי די העדה החרדית שחיטה איז איינגעפירט, אז מען לייגט פלומבעס (חותם), אויף די פלייש, און ביי די געשעפטן וואס קויפן גרויסע שטיקער פרישע פלייש - און פארקויפן דאס פאר די קאסטומערס צושניטענרהייט, זענען דא געשעפטן וואס האבן א משגיח תמידי, און עס זענען דא וואס האבן נישט קיין משגיח, און ווער עס קויפט דארט פארלאזט זיך אויף בעל הבית פונעם געשעפט.
דאס איז ליידער א גרויסע פראבלעם. און פינקעל הידוע האט דאס אויסגענוצט. אמת?
7. די העדה החרדית שרייבט האלטס אויף זייערע מודעות, אז פלייש פון די העדה החרדית דארף צו האבן א פלומבע - און פלייש וואס האט נישט קיין פלאמבע, זענען זיי נישט אחראי אויף די כשרות פון דעם.
קען מען דאך פארקויפן טריפה פלייש אונטער זייער שלייער.
8. ר' משה בראנדסדורפער, האט געטרייט נאך בחיים חיותו פון זיין גרויסן טאטן הגאון ר' מאיר זצ"ל, זיך אריין צו שטיפן ביים 'ועד השחיטה' פון די העדה החרדית - נישט מיט ערפלאג.
ווייל דער מושחת יוסף מאיר מארק איז א גרעסערער טעראריסט. ובכן... ר' משה האט מער ערפארונג פון יעדן, ווייל ער איז ארומגעפארן מיט זיין גרויסן טאטן איבעראל.
9. גלאט עוף ווען זיי זענען געוועהן די איינציגע אין מארקעט, האבן זיי ממש 'געשחט'ן' דעם עוילם מיט זייערע אויכע פרייזן, למשל א שטיקל טשיקן 1 פונט האט געקאסט פארן קאסטומער בי די 4 $
אוקיי. אין וואל-מארט און שאפרייט איז דא נאך ביליגער...
10. פאר צוויי יאהר צוריק בערך, האט גלאט עוף געבויעט א נייע פלענט, און האבן דארט אריין געבראקט ביי די 13 מיליאן דולר.
ממילא. האבן זיי שוין א חזקת כשרות???
11. ווען פאראיהר צוריק האט די העדה החרדית געגעבן פאר א קאמפעטישן מיטן נאמען 'הידורים' א הכשר, איז דאס געוועהן וויא א וואלקן בראך פאר גלאט עוף, דו העדה"ח האט קיין ברירה נישט געהאט - ווייל די ווייגעשרייען קעגן די רוצחישע פרייזן פון גלאט עוף - האט מען שוין נישט געקענט דערשטיקן.
וואו קומט דא אהער פרייזן ביליג אדער טייער. מ'רעד דאך פון א מכשול, פון א מעגליכן משה פינקעל #2.
12. די פרייזן זענען טאקע שטאר געפאלן די לעצטע יאהר, מען קען היינט באקומען טשיקן פון הידורים פאר 2.60 $ א פונט.
וואו קומט דא אהער פרייזן ביליג אדער טייער. מ'רעד דאך פון א מכשול, פון א מעגליכן משה פינקעל #2.
אזוי וויא אויבן דערמאנט, ביי די 'אושר עד' סטאר האט מען פארקויפט בשר בקר פון די 'הידורים' שחיטה, ביי דעם געשעפט איז נישט געוועהן קיין משגיח פון די העדה"ח, עס איז געוועהן דארט א סיין, אז די פלייש איז פון די הידורים שחיטה העדה"ח, ווער עס איז מקפיד אויף א משגיח תמידי האט נישט געקויפט - און ווער עס האט זיך פארלאזט אויפן גערער בעל הבית, האט יא געקויפט.
משה פינקעל #2.
ר' משה בראנדסדורפער וואס האט נישט מצליח געוועהן זיך אריין צושטופן אין וועד השחיטה, האט ארויס געגעבן א קלאנג - אז מען פארקויפט אין 'אושר עד' טריפה פלייש, און האט געברענגט 'כיהודה ועוד לקרא' אז אזוי האט ער געהרט פון ר' דוד שווימער (האלט קאפ א שוואגער פון איינעם פון די בעלי בתים פון גלאט עוף)
הרב שווימער איז ירא וחרד לדבר ה'. און ער שרייט געוואלד אז דאס פלייש איז נישט פון די עדה, ווייל די עדה האט נישט גע'שחט'ן יענע וואכן. א איד וואס האט א נאמנות אלס א ערליכער איד, קענסטו נישט מוציא לעז זיין, אז ער האט א נגיעה פון א שוואגער. דער גאב"ד האט אויך א נגיעה.. ווייל ס'איז זיין "כשרות קאמפאני" אין געפאר...
ר' משה האט געלאזט הערן אז ווער עס האט דארט געקויפט פלייש דארף כשר'ן די כלים, יוסף לייב יאקאב האט דאס ארויף געבערנגט אויף דעם 'קו הציבור' האט-ליין, (יוסף לייב האט שפעטער געלייגט א התנצלות אין דעם גליון העדה - ע"פ הוראתו פונעם גאב"ד מיטן בית דין שליט"א) - און עס איז געווארן ששון ושמחה.
ווייל מ'האט געפרעגט א שאלה פון הרב בראנדורפור און ער האט געפרעגט הרב שווימער'ן און די פסק איז געווען אז ס'טויג נישט.
דער גאב"ד ר' יצחק טוביה ווייס שליט"א האט צום הערשט געשריבן זייער א שארפן בריוו קעגן די מלעיזים - ומוציאים שם רע, און ווען דער פייער האט זיך נישט געלאשן, האט דער גאנצער בית דין ארויס געגעבן נאך א בריוו, אבער וויא געזאגט, ר' משה בראנדסדורפער - מיט ר' דוד שוימר האבן נישט געוואלט צוריק ציען פון דעם קלאנג וואס זיי האבן ארויס געגעבן.
אפשר זענען זיי נוגעים בדבר, ביז ווילאנג מ'צייגט נישט איבער וואס דא איז פארגעקומען. עס איז דאך ערנסטע שאלות פון טריפה רח"ל
ר' דוד שוימר האלס איינער וואס באקומט זיין געהאלט פונעם ועד השחיטה - אלס בודק אינעם גלאט עוף פלענט, האט באקומען א אזהרה פונעם ועד השחיטה, אז טאמער וועט ער נישט צוריק ציען פונעם קלאנג וואס ער איז געוועהן א שותף און דעם - זעהען זיי אין דעם א חתירה אינטערן סמכות פונעם רב ר' יצחק טוביה - מיטן בית דין שליט"א - און זיי וועלן נישט קענען אים ממשיך זיין צו האלטן אלס א בודק אינעם ועד השחיטה - און זיי ועלן אים מיזן אויפערן צו צאלן זיין געאהלט.
זיי וועלן אים אויך שיסן צום טויט אויב זיי קענען... מיט טעראר גלייב איך נישט אז די ביד"צ וועט געווינען. דאס איז נישט קיין דרך.
די בריוו וואס עס ווערט דא געברענגט, איז 100% קראנט
א דאנק.
כ'ווייס נישט ווער סאיז גערעכט אבער די וועג וויאזוי דער ניק 'גערעכט' רעדט אויף הרה''ג ר' משה בראסדארפער ווייזט גלייך וואס זיין מטרה איז דא, ער איז לכאורה א תולדות אהרןער ניק, אין זייזענען נאך אנגעגעגסן אויף זיין פאטער הגה''צ ר' מאיר ז''ל ווייל ער איז אריבער צו תולדות אברהם יצחק אין דארט געדינט אלס רב הקהילה.
קען איינער ברענגן די גאנצע השתלשלות טרוקענערהייט פין אנהייב פאר מ'טעהנט זיך איבער די צדדית'דיגע פונקטן?
תוקן על ידי ויואמ_אמת ב- 11/01/2011 19:19:40
גוט זאגער
ר' מאיר האט נישט געלאזט נאך א שחיטה - פינטל - נישט פרייער - און נישט מאיר - דו סיבה ווייסן די יודעי חן.
הרב שוימר איז נישט דער רב המכשיר, עס ארבעטן אין גלאט עוף פלענט 5-6 מוצי"ם - ביניהם הרב שוימר.
בד"צ האט טאקע נישט געשחט'ן אפאהר וואכן קיין פלייש, זיי האבן פארקויפט פלייש וואס עס איז געווארן אויפגאלזט פון פריזער.
נישט אושר עד האט געטוהן די שייגעץ שטיק - נאר 'הידורים' האט דאס געטוהן - מיט די גוטהייסונג פונעם רב ר' יצחק טוביה - מיטן גאנצן בית דין - דו ביזט אויפן קאפ געפאלן???
און דער בית דין הגדול של העדה החרדית בירושלים - גייט ארויס א מלחמה זיך אנצינעמען פאר פינקל #2 דו ביזט אויפן קאפ געפאלן???
יא - עס איז דא א פליינער שמוץ קאמפיין פון איין קאמפאני קעגן א צווייטע.
הרב שוימער איז הירא וחרד......ער שרייט געוואלד........ר' יצחק טוביה - איז א גאסן יונג, ר' משה שטרנבוך איז אויסווארף, ר' יעקב בלויא איז א פוסטער ליידיגייער, ר' אברהם יצחק אולמאן איז א אינטערוועלטניק, א.א.וו. זיי האבן אלע סטאקס ביי דע 'הידורים' קאמפאני - דו ביזט אויפן קאפ געפאלן???
אינטערסאנט - אלע זענען נוגעים בדבר - אלע זענען אינטער געקויפט - אלע זענען מושחתים - נאר ר' דוד שווימר מיינט בלתי לה' לבדו? דו ביזט אויפן קאפ געפאלן???
קאפ געפאלן אדער טריפה געפאלן?
האט מען מברר געווען פון וואנעט ער האט גענומען דאס פלייש אדער נישט?
יענער זאגט אז ער האט אויפגעלאזט פלייש פון פריזער פון עטליכע וואכן צוריק.
קיין פלאמבע האט מען נישט. און די פלייש קוקט אויס פריש ווי יעצט געשחט'ן. נאכן זיין אין פריזער עטליכע וואכן... א שיינע מעשה !
נאר א נאאיווער מענטש קען דאס גלייבן.
צי ס'איז פינקעל #2 צי נישט ווייס מען נישט. אבער ביד"צ פלייש איז עס הפנים זיכער נישט.
הלואי ווען מיר זענען געפאלן אויפן קאפ.
קאפ געפאלן אדער טריפה געפאלן?
[בילד – נישט אפגעהיט][
תוקן על ידי גערעכט ב- 11/01/2011 20:27:27
תוקן על ידי גערעכט ב- 11/01/2011 20:29:57
קאפ געפאלן אדער טריפה געפאלן?
[בילד – נישט אפגעהיט]
_________________
די אלע בריוו'ן זענען ZERO !
אז עס פעלט אין הסברה איז א סימן אז עס פעלט אין הבנה.
היתכן אז הידורים האט געהאט פרישע בהמה פלייש נאך עטליכע וואכן נישט שחט'ן.
זאג מיר נישט "שטערנבוך, ראזענבערגער אדער גאב"ד".
ביטע זאג מיר וואס איך פרעג:
וויאזוי האט מען פרישע פלייש נאך עטליכע וואכן נישט שחט'ן.
איך האב אויך א פריזער, און מיין בוטשער/יאטקע האט אויך... פריש איז עס ניקס!
יא נאכמאל, קאפ געפאלן אדער טריפה געפאלן !
| גוטזאגער כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | די אלע בריוו'ן זענען ZERO ! אז עס פעלט אין הסברה איז א סימן אז עס פעלט אין הבנה.
היתכן אז הידורים האט געהאט פרישע בהמה פלייש נאך עטליכע וואכן נישט שחט'ן. זאג מיר נישט "שטערנבוך, ראזענבערגער אדער גאב"ד".
ביטע זאג מיר וואס איך פרעג: וויאזוי האט מען פרישע פלייש נאך עטליכע וואכן נישט שחט'ן. איך האב אויך א פריזער, און מיין בוטשער/יאטקע האט אויך... פריש איז עס ניקס!
יא נאכמאל, קאפ געפאלן אדער טריפה געפאלן ! |
|
י
א אלעס איז זערא 0 - נאר מיסטער גוטזאגער פון הייד פארק - איז תורה מסיני
יראה הקהל וישפוט - קומען דער בית דין הגדול שבירושלים - אשר כל העולם נשואות להם, און שרייבן אז דער וואס פארשפרייט די שקרים איז עתיד ליתן את הדין.
מאידך גיסא קומט אקליין מחוצף אגרויסער ZERO און שרייט ZERO - זאגט מיר ווער איז דער 0
_________________
גערעכטער.
איך בין א שמוציגער יונג, א שייגעץ בן שייגעץ, בן בנו לאותו שייגעץ הגדול והנורא.
שוין צופרידן ?
יעצט פרעגט דער געמיינער שייגעץ טמא גוטזאגער אזא קשיא: (וקבל את האמת מהשייגעץ, פוי)
וויאזוי האט "הידורים" געקענט האבן "פרישע פלייש" נאך עטליכע וואכן נישט שחט'ן.
איך האב אויך א פריזער, און מיין בוטשער/יאטקע האט אויך א פריזער... אבער פריש איז עס ניקס!
יא נאכמאל, קאפ געפאלן אדער טריפה געפאלן ?!
אגב דער בריוו וואס ביד"ץ האט ארויסגעגעבן איז איין חטיבה פון ליצנות:
[בילד – נישט אפגעהיט]
ווער רעדט דא צי די ביד"ץ פלייש איז כשר געזאלצן און געש'טחן ונבדק כהלכה.
מ'רעדט צו די"פלייש וואס הידורים" זאגט אז ער האט ארויסגענומען "פון פריזער", צי דאס איז די פלייש וואס ביד"ץ האט גע'שחט'ן.
וואס מאכט מען דא קאלביג די מענטשן. מ'איז נישט מערער אויף די ביד"ץ שחיטה.
מ'איז מערער אויף די "נאמנות" פון הידורים, אז ער האט געגעבן "פרישע פלייש" ווען ביד"ץ האט עטליכע וואכן נישט גע'שחט'ן.
גערעכטער, פארריי נישט נושא. איך האק נישט אויפן ביד"ץ, און דו האק נישט אין טשייניק, נאר ענטפער וואס מ'פרעגט.
ליידער ליידער שטינקט עס פון קאפ.
און לייען גוט נאכמאל, קאפ געפאלן אדער טריפה געפאלן ?!
מען זעהט אז דו מאכסט דא אגרויסן סאלאט, דו ווילסט דיינע קעלבעלעך פארקויפן א לאקש, קיין ווארט שטומט נישט מיטן צווייטן.
בכל אופן ביזטו א מחוצף - דו קענסט זיך זיצן דארט אין וויליאמסבורג - אדער ערגעץ אנדערש וויא, אין פרעסן א דאנאט - אלעס איז דאך ביי אונז אין אמריקע "כשר - פארווע - מזונות", און שרייבן דו ערגסטע חוצפה ווערטער אויפן בית דין הגדול שבירושלים.
שעם זיך
_________________
איך שעם זיך זייער זייער שטארק. און מיין דאנאט האב אויך שוין אויפגעגעסן אויך.
יעצט ענטפער מיר איינמאל א "כמו נארמאלן" תירוץ.
וויאזוי האט "הידורים" געקענט האבן "פרישע פלייש" נאך עטליכע וואכן נישט שחט'ן.
און מיט וואס איז דאס אנדערש פון "משה פינקעל"???
גערעכט. איך זעה עפעס אז ביסט שטיל ווי א פיש.
איך האב געמאכט אביסל מער ריסטוירטש, איך ווער איך דא געוואויר נאך א געפערליך "סאלאט" וואס מ'מאכט דא, אפשר קענסטו מיר העלפן מיט דעם סאלאט.
הידורים פארקויפט "נאר" בשר עוף.
אושר -עד פארקויפט בהמה פלייש.
יעצט, דער פראבלעם איז דא מיט בשר בקר (רינדערן פלייש), סטעיק בלע"ז.
אלזא, אפשר קען מען דא פארשטיין,
1) מיט וואס איז די סקאנדאל ווינציגער ביי דעם מאכיל נבילות משה פינקעל?
2) פארוואס דארף הרב דוד שווימער צוריקציען פון זיין פסק ?
3) וויאזוי האבן זיי פארקויפט "פרישע פלייש" נאך עטליכע וואכן נישט שחט'ן?
ביטע ענטפער, אבער נאר צום ענין.
דעק אויף דיינע אמת'ע אינטערעסן אינעם ענין
| גוטזאגער כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | גערעכט. איך זעה עפעס אז ביסט שטיל ווי א פיש.
איך האב געמאכט אביסל מער ריסטוירטש, איך ווער איך דא געוואויר נאך א געפערליך "סאלאט" וואס מ'מאכט דא, אפשר קענסטו מיר העלפן מיט דעם סאלאט.
הידורים פארקויפט "נאר" בשר עוף. אושר -עד פארקויפט בהמה פלייש.
יעצט, דער פראבלעם איז דא מיט בשר בקר (רינדערן פלייש), סטעיק בלע"ז.
אלזא, אפשר קען מען דא פארשטיין,
1) מיט וואס איז די סקאנדאל ווינציגער ביי דעם מאכיל נבילות משה פינקעל? 2) פארוואס דארף הרב דוד שווימער צוריקציען פון זיין פסק ? 3) וויאזוי האבן זיי פארקויפט "פרישע פלייש" נאך עטליכע וואכן נישט שחט'ן?
ביטע ענטפער, אבער נאר צום ענין. |
|
גוטזאגער
איך האב למעשה דיר נישט געוואלט ענפערן, ווייל דו ביזט ככלב השב אל קיאו, מיטן האפענונג אז דער עוילם וועט גלייבן דעם גאב"ד פון הייד פארק - מער וויא דעם גאב"ד העדה החרדית.
למעשה ביזטו נישט ווערד קיין תגובה, וועגן די אויבנדערמאנטע סיבה, אבער כדאי דער עולם ליינער זאל זעהן וויא ווייט דו מיינסט נאר דעם אמת - און דו מיינסט אז עוילם איז גוילעם - און דו קענסט אים פארדרייען דעם קאפ, וועל איך דא ברענגען אפאהר שטריכן - און מער קיין ווארט בל"נ.
דו ווילסט זיך ארויס שטעלן אלס גרויסער 'ידען' - וואס ווייסט אלעס, דו שרייבסט - שיסט רעכטס און לינקס, און אפילו אזא קלייניגקייט - ווייסטו נישט
דאס שרייבסטו
"הידורים פארקויפט "נאר" בשר עוף" אלע אין ארץ ישראל ווייסן אז הידורים האט סיי בקר - און סיי עופות - אוקיי, לאמיר זאגן אז עס פעלט דיר אביסל אין ידיעה - און דו האסט געמיינט - האסט געטראכט - האסט פארשטאנען - מען דיר געזאגט, אז הידורים האט נאר עופות, וואלסטו געאהט אביסל נארמאלקייט - ווען דו וואלסט נאר איינמאהל געליינט דעם צעטל פון דעם גאב"ד - אדער פונעם בית דין, וואלסטו געזהען בפירוש - אז הידורים פארקויפט אויך בהמה פלייש טוה אויס דיינע גלעזער - און זעה אינעם מודעה.
(אנטשולדיגט איך האב פארגעסן - אז וואס בית דין - מיטן גאב"ד שרייבן, איז בלויזע בלאף און געלד גייציגקייט.)
דו פרעגסט 1) מיט וואס איז די סקאנדאל ווינציגער ביי דעם מאכיל נבילות משה פינקעל?
ווייל דער בית דין פון די העדה החרדית מיטן גאב"ד בראשם האבן מברר געוועהן דעם עניין לעומק, און זענען געקומען צו די מסקנה - אז עס איז עלילה שפילה און בנין פון בלויזע שקרים קעגן הידורים.
דו פרעגסט 2) פארוואס דארף הרב דוד שווימער צוריקציען פון זיין פסק ?
ווייל דער בית דין פון די העדה החרדית מיטן גאב"ד בראשם האבן מברר געוועהן דעם עניין לעומק, און זענען געקומען צו די מסקנה - אז עס איז עלילה שפילה און א בנין פון בלויזע שקרים קעגן הידורים, און ר' דוד קען נישט ממשיך זיין צו זיין א משרת בקודש - אויב ער ווארפט זיך נישט אונטער, אונטערן סמכות פונעם בית דין מיטן גאב"ד בראשם, צו שמעקט אים אדער נישט.
דו פרעגסט 3) וויאזוי האבן זיי פארקויפט "פרישע פלייש" נאך עטליכע וואכן נישט שחט'ן?
וויל "במקום שאין עקירה אין הנחה" - זיי האבן נישט פארקויפט קיין פרישע פלייש - נאר אויפגעלאזטע פלייש - און דאס וואס דו קייסט איבער נאכאמאהל און נאכאמאהל - ווערט דאס נאכנישט א פאקט, דער בית דין פון די העדה החרדית מיטן גאב"ד בראשם האבן מברר געוועהן דעם עניין לעומק, און זענען געקומען צו די מסקנה - אז עס איז עלילה שפילה און א בנין פון בלויזע שקרים קעגן הידורים.
איך בין זיכער אז דו וועסט אפילו נישט קוקן וואס איך שרייב - פונקט וויא דו האסט נישט געזעהן דעם מודעה פון דעם רב און פונעם בית דין. - און דו וועסט זיכער ממשיך זיין מיט דיין חוצפה - בכל אופן שרייב איך אז די ליינערס דא זאלן זעהן וויא ווייט נאריש דו ביזט - און כאטשיג עס שטייט "מילתא דעבידא לאגלוייא לא משקרא אינשי" - גייסטו האן ווייטער מיט דיינע שקרים - יראה הקהל וישפוט - און זעהן וויא ווייט דו ביזט פון צו זיין אמענטש, און וויא מען קען דיר נישט גלייבן.
(איך פארשטיי נישט בכלל - וויא דו אלע משתתפים דא אינעם פארום, גייען נישט ארויס מיט אקול צעקה קעגן דעם געמיינעם חוצפ'ניאק)
האסט מיך אפשר אפגעוואנדן צי הידורים פארקויפט יא אדער נישט בשר בהמה. מסכים.
דאס נעמט אוועק נישט תרתי לריעותא וואס הרב שווימער שרייט, און דו ביסט טויב שטוב און בלינד, פינקט ווי די טוסט מיט דיינע ניקים אין בח"ח. וד"ל.
ריעותא 1) די פלייש האט נישט געהאט קיין פלאמבע. (א געוואלדיגע פארלעצונג פון כשרות).
ריעותא 2) די פלייש איז שוין עטליכע וואכן אלט, און קומט לכאורה פון פריזער. וויאזוי קוקט עס איז פריש, ווי עס וואלט גע'שח'טן געווארן לעצטנס?
פלייש פון פריזער, קוקט נישט אויס פריש. און אויב יא, זאג עס ביטע פאר משה פינקעל, ער וויל אויך וויסן.
מיר רעדן דא פון פאקטן, און ברענג נישט אריין דיינע עמאושענס פון גאב"ד/ראב"ד וכו' וכו'. ביד"צ / ועד הכשרות / נאמנות / וכו' וכו'
האסט א תירוץ אויף די הארבע פראגעס שוין צום צענטן מאל?
מר גערכעט
בכל הכבוד צו בי"ד בריוו,
בי"ד שרייבט נאר אז אלע עדה פלייש איז כשר וישר
זיי שרייעבן זייער א געקינצעלטע בריוו, זיי שרייבען אז די שחיטה פון עדה איז 100% אויסגעהאלטן
און מען טאר נישט רעדן דערויף, אלעס איז פיין יעדער איז מסכים דערמיט, און ח"ו פוגע צו זיין בכבודם
און יעדער האלט טאקע אזוי, און קיינער איז נישט מערער דערויף, זייער השגחה הייסט זייער גוט
אבער! גוטזגער פרעגט זייער גוט! און מיר איז אויך שווער די קשיא,
און כמעט פאר יעדען דא איז שווער די זעלבע קשיא!!!
פון ווי האבן זיי געהאט פרישע פלייש צו פארקויפן נאכדעם וואס די עדה האט וואכען לאנג נישט געשאכטן???
אז עס קומט פון פריזער איז זייער א שוואכע תירוץ!
אדרבה! זאל מען אויסגעבן זיינע אינוויסעס און ווייזען אז ער האט זיך וואכען פארדעם אנגע'סטאקט מיט פלייש!
עס איז נישט מסתבר, און עס גלייבט זיך עפעס נישט, אז ער האט געהאלטן געניג פלייש און פריזער על לא דבר
און עס איז א זאך וואס מען קען זייער גרינג נאכגיין און באשטעטיגען! מען קען נאכגיין זיינע ארדערס, וכדומה
פון שרייען און חוזק מאכען פון די וואס פרעגן קשוית, ווערט מען נישט קיין העלד, און עס מאכט נישט אויסזען גערעכט
האסט שוין באלד אזא פנים ווי דער אירקער פראפאגאנדע מיניסטער, ענטפער וואס מען פרעגט, אדער טראג זיך אפ
תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 12/01/2011 21:51:52
השר מקוצי - השלום והברכה
פאר דעם געמיינעם 'גוטזאגער' ענפער איך נישט מער, וויא אויבן דערמאנט.
דער געמיינער 'גוטזאגער' עפנט דעם אשכול מיט דעם:
עס קערט זיך איבער אין ירושלים עיה"ק איבער א פלייש געשעפט"הידורים" וועלכע האט אנגעבליך פארקויפט "טריפה" פלייש, אין ערגסטן פאל, אדער פארקויפט "בשר סתם" אונטער'ן נאמען פון די עדה
דער געמיינער יונג איז מוציא לעז קעגן א קאמפאני 'הידורים' - וואס טראגט דעם הכשר פון די העדה החרדית, אויב עס איז דא שאלות אויף דעם ספעציפשן געשעפט "אושר עד" - וואס אין דעם געשעפט האט מען פארקויפט 'די שאלה'דיגע פלייש' - האט דאס גארנישט צו טוהן מיט די 'הידורים' קאמפאני - פינטל.
דאס זיך עקשן'ען פונעם 'גוטזאגער' - אז די פאקטן זאלן זיין לויט 'זיין' געשמאק - אומר דרשינו.
דער בית דין שרייט חי וקיים - די 'הידורים' קאמפאני איז כשר וישר, בית דין שרייבט - אזוי וויא זיי האבן אלעמאהל געשריבן - אז פלייש - וויא עופות דארף צו האבן א 'פלאמבע' - פון דא ביז צו נעמען א קאמפאטישנס קאמפאני - אין זיכן זיי באגראבן על לא עוולו בכפם - איז א שאנדע.
צום אויספיר נאכאמהאל - דער געשעפט וואס האט פארקויפט די פלייש - הייסט 'אושר עד' - אושר עד האט פארקויפט פלייש (לפי דברי אושר עד) פון די הידורים קאמפאני, וואס האט פלייש נאר פון די העדה החרדית, איז ממה נפשך - אויב אושר עד האט אריין געגאנבעט נישט כשרע פלייש - וואס האט דאס צו 'הידורים'? - האט אושר עד פארקויפט טאקע הידורים פלייש - איז דאך אלעס כשר וישר.
די זאך ווערט נאך מער קאמפלעצירט
פארוואס פארלאנגט מען נישט פון אושר-עד א הסבר וועמענס פלייש ער האט פארקויפט??
און פארוואס דארף דוד שווימער צוריקציען אויב "מעגליך" האט דא איינער פארקויפט נישט עדה פלייש אינטער די עדה נאמען??
לויט ווי אזוי איך פארשטיי, דארף די עדה זיין די וואס זאלן וועלן אז מען זאל אינוועסטעגעטין אושר-עד
וועמענ'ס פלייש ער האט פארקויפט! ווייל אושר-עד האט דאך מעגליך געניצט די עדה'ס נאמען אויף פלייש וואס
די עדה האט נישט געשאכטן?! לויט די פארדאכטען אז ער האט געהאט פרישע פלייש, און די זעלבע צייט וואס די עדה
האט די פלייש נישט געשאכטן,?
און איך שרייב נאכאמאל, אז איך צווייפיל ח"ו נישט קיין מינוט אין די עדה'ס אויפריכטעקייט
זיי זענענן אויסגעריפענע תלמידי חכמים און ארקענטע ערליכע רבנים, און אזוי אויך נישט און
אושר-עד אויפריכטעקייט עס איז קיינמאל נישט אויפגעוויזן אז עפעס שלעכט איז באמת פארגעקימען
אבער זכות הציבור לדעת!
וואס וויל דוד שווימער, און וואס איז זיין מיינוג?
האט מען דא פארקויפט אנדערע כשר'ע פלייש אינטער די עדה' נאמען?
פון ווי קויפט אושר-עד אלע זיינע פליישען?
הוי דן את כל האדם לכף זכות, און "הידורם" מיט "אושר-עד" האבן א חזקת כשרות ווי לאנג עס וועט נישט אנדערש אויפגעוויזן
אבער אויב עס גייט שארפע בריוון אהין און צוריק, פארלאנג זיך די מינעמאלע ערקלערונג וואס דא איז באמת פארגעקימען, כדי דער עולם זאל נישט פארלירען די טראסט און די השגחה
תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 12/01/2011 23:08:30
השר מקוצי
די זאך ווערט נאך מער קאמפלעצירט
פארוואס פארלאנגט מען נישט פון אושר-עד א הסבר וועמענס פלייש ער האט פארקויפט??
מען האט יא פארלאנגט, און ער האט געגעבן א הסבר מניח את הדעת, און האט אויף געוויזן אז אלעס איז ריכטיג
און פארוואס דארף דוד שווימער צוריקציען אויב "מעגליך" האט דא איינער פארקויפט נישט עדה פלייש אינטער די עדה נאמען??
ר' דוד שווימער האט באשמוצט 'הידורים' – אינדערצייט וואס נישט הידורים איז בכלל אויפן דראנג – ר' דוד שווימער אלס שוואגער פון איינעם פון די בעלי בתים פון גלאט עוף, האט געהאט א אינטערסע צו באשמוצן הידורים אלס קאמפאטישן צו גלאט עוף.
לויט ווי אזוי איך פארשטיי, דארף די עדה זיין די וואס זאלן וועלן אז מען זאל אינוועסטעגעטין אושר-עד
וועמענ'ס פלייש ער האט פארקויפט! ווייל אושר-עד האט דאך מעגליך געניצט די עדה'ס נאמען אויף פלייש וואס
די עדה האט נישט געשאכטן?! לויט די פארדאכטען אז ער האט געהאט פרישע פלייש, און די זעלבע צייט וואס די עדה
האט די פלייש נישט געשאכטן,?
אזוי וויא אויבן דערמאנט: אושר עד וויא נאר עס האט זיך דערוועקט דער נושא, האט אנגעוויזן אז אלעס וואס ער האט געמאכט איז געוועהן כשר וישר, - און דער בית דין האט אנגענומען וואס אושר עד האט זיי אויפגעוויזן מיט דאקאמענטן – דאטום'ס א.א.וו.
און איך שרייב נאכאמאל, אז איך צווייפיל ח"ו נישט קיין מינוט אין די עדה'ס אויפריכטעקייט
זיי זענענן אויסגעריפענע תלמידי חכמים און ארקענטע ערליכע רבנים, און אזוי אויך נישט און
אושר-עד אויפריכטעקייט עס איז קיינמאל נישט אויפגעוויזן אז עפעס שלעכט איז באמת פארגעקימען
אבער זכות הציבור לדעת!
וואס וויל דוד שווימער, און וואס איז זיין מיינוג?
ר' דוד שווימער אלס שוואגער פון איינעם פון די בעלי בתים פון גלאט עוף, האט געהאט א אינטערסע צו באשמוצן הידורים אלס קאמפאטישן צו גלאט עוף.
האט מען דא פארקויפט אנדערע כשר'ע פלייש אינטער די עדה' נאמען?
לויט וויא עס איז נתברר געווארן ביים בית דין מעל לכל ספק – אז נישט.
פון ווי קויפט אושר-עד אלע זיינע פליישען?
אושר עד איז א ריזן טשעין סטאר (Sf 70,000 (, עס זענען דא דארטן דעסקס פון אלע מיני הכשרים, מיט א אפטיילונג צווישן יעדן הכשר און הכשר, ביי יעדן הכשר שטייען אנדערע פארקויפערס.
הוי דן את כל האדם לכף זכות, און "הידורם" מיט "אושר-עד" האבן א חזקת כשרות ווי לאנג עס וועט נישט אנדערש אויפגעוויזן
אבער אויב עס גייט שארפע בריוון אהין און צוריק, פארלאנג זיך די מינעמאלע ערקלערונג וואס דא איז באמת פארגעקימען, כדי דער עולם זאל נישט פארלירען די טראסט און די השגחה.
האסטו געזעהן א בריוו אנטקעגן די בריוון פון די ועד השחיטה – בית דין – אדער דער גאב"ד? עפעס אונטער גאחתמעט אופעציאל פון איינעם?צו דאונלאודן דעם בריוו פון רבי דוד שווימער צו בית דין
[בילד – נישט אפגעהיט]file:///C:/DOCUME%7E1/User/LOCALS%7E1/Temp/moz-screenshot.png" alt="" />
[בילד – נישט אפגעהיט]file:///C:/DOCUME%7E1/User/LOCALS%7E1/Temp/moz-screenshot-1.png" alt="" />
תוקן על ידי קומפוט ב- 13/01/2011 14:43:57
תוקן על ידי קומפוט ב- 13/01/2011 14:44:37
אוי גיט ער ארויס שרעקליכע סודות. דער ר' דוד שווימער פארציילט געפערליכע זאכן וואס עס טוט זיך ביי "הידורים", וואס ווערט אנגעפירט דורך א פרייען יונג, אליעזר ווייס.
שומו שמים !
און מיר מוזן שווייגען ווייל עס געפעלט נישט פאר חיים הירשאלי'ס שלאק שאמעס יצחק ווייס (אפשר א קרוב מיט דעם חילוני אליעזר וויס)
דער בריוו שרייט געוואלד, איבער די געפערליכע מיסברויכן וואס טארט טוט זיך אפ אין ירושלים עה"ק, אונטער'ן זיגל פון די ביד"צ...
אוי כ'האב גערעדט יעצט אויפ'ן ביד"צ.. איך טוה שוין תשובה.
Schwimmer Letter to Bed Din * id="doc_513300082247599" name="doc_513300082247599" height="600" width="100%" type="application/x-shockwave-flash" data="http://d1.scribdassets.com/ScribdViewer.swf" style="outline:none;" >
<*
| גוטזאגער כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | אוי גיט ער ארויס שרעקליכע סודות. דער ר' דוד שווימער פארציילט געפערליכע זאכן וואס עס טוט זיך ביי "הידורים", וואס ווערט אנגעפירט דורך א פרייען יונג, אליעזר ווייס.
שומו שמים !
און מיר מוזן שווייגען ווייל עס געפעלט נישט פאר חיים הירשאלי'ס שלאק שאמעס יצחק ווייס (אפשר א קרוב מיט דעם חילוני אליעזר וויס)
דער בריוו שרייט געוואלד, איבער די געפערליכע מיסברויכן וואס טארט טוט זיך אפ אין ירושלים עה"ק, אונטער'ן זיגל פון די ביד"צ...
אוי כ'האב גערעדט יעצט אויפ'ן ביד"צ.. איך טוה שוין תשובה. |
|
חחח - אלעזר ווייס - איז א ליטווישער אינגערמאן, ווייט פון א חילוני - ווייז ווייטער דיינע ידיעות עצומות
ר' דוד שווימער שרייבט אז דער "שליט" אין הידורים איז נישט קיין שותומ"צ.
אפשר ביי דיר זענען פרייע שקצים כשר.
איבער דעם פולמוס פון די עדה מיט הרב שווימער וואלט איך מער געטראסט די עדה, דער הרב שווימער קימט מיר פאר צי זיין אן עקסטרעימיסט,דגמות דער קאשוי'ער שטייגער דאהי און אמעריקא.
און פאר חסידי מהר"א דאהי וואס פאטיידיגען הרב שווימער אזוי בלינדערהייט ווייל ס'שטימט מיט זייער פאליטיק, וויל איך נאר דערמאנען אז דער הרב שווימער האט עטליכע יאר צירוק נאכן באזוכען די בית השחיטה און ק"י געהאלטן א גאנצע דרשה איבער די פראבלעימן וואס טיט זיך דארט אפ
וואס איך איז יא ווערט צי באמערקן איז די דברי זולזול וואס דער היפאקריט אין צבוע "גערעכט" האט דא געשריבן ברמז אנקעגן ר"מ בראנדסדארפער זצ"ל וואס אים קימט א ריזן חלק פון די קרעדיט פארוואס די עדה'ס הכשר אויף בשר האט געהאט אזא גיטן נאמען.
וויפיל מאל האט מען שוין דא אונעם פורום מיטעגהאלטן ווי ער פארטיידיגט זיין קרייז מיט כל מיני תירוצים צי כשר'ן אלעס וואס דארט גייט פאר, אבער ביי ר' מאיר דארט טרעפט ער נישט קיין לימוד זכות אז ער איז געווען א מחמיר אדער כדומה, נאר אז סאיז מכוח זיין פריוואטע אינטרעסן, אן עקל א גרויל ווי זיי האלטן.
תוקן על ידי מאטקע ב- 13/01/2011 19:17:02
תוקן על ידי מאטקע ב- 13/01/2011 19:18:32
דער בעל הבית הייסט דודי עזרא - ער איז נישט קיין שומתומ"צ
וועגן דעם האט ער אריינגענומען א פרומער ליטווישער אינגערמאן - וואס הייסט אלעזר ווייס - וואס ער פירט אהן די קאמפאני.
דיינע ידיעות זענען געוואלדיג - קענסט ניט אמאהל א צעטל אפליינען, דיינע אלע 'ידיעות' - האבן דעם זעלבן פנים
| מאטקע כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | וואס איך איז יא ווערט צי באמערקן איז די דברי זולזול וואס דער היפאקריט אין צבוע "גערעכט" האט דא געשריבן ברמז אנקעגן ר"מ בראנדסדארפער זצ"ל וואס אים קימט א ריזן חלק פון די קרעדיט פארוואס די עדה'ס הכשר אויף בשר האט געהאט אזא גיטן נאמען.
וויפיל מאל האט מען שוין דא אונעם פורום מיטעגהאלטן ווי ער פארטיידיגט זיין קרייז מיט כל מיני תירוצים צי כשר'ן אלעס וואס דארט גייט פאר, אבער ביי ר' מאיר דארט טרעפט ער נישט קיין לימוד זכות אז ער איז געווען א מחמיר אדער כדומה, נאר אז סאיז מכוח זיין פריוואטע אינטרעסן, אן עקל א גרויל ווי זיי האלטן.
תוקן על ידי מאטקע ב- 13/01/2011 19:17:02
|
|
מאטקעלע - קענסט מיר אנווייזן אוואו איך האב געשריבן מיט זלזול א נקעגן ר' מאיר זצ"ל? - ח"ו
| גערעכט כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] |
ר' מאיר האט נישט געלאזט נאך א שחיטה - פינטל - נישט פרייער - און נישט מאיר - דו סיבה ווייסן די יודעי חן.
|
|
האסטי
_________________
| מאטקע כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] |
ר' מאיר האט נישט געלאזט נאך א שחיטה - פינטל - נישט פרייער - און נישט מאיר - דו סיבה ווייסן די יודעי חן.
האסטי
_________________
|
|
חס ושלום - עס איז בפירוש נישט געווען מיין כוונה - עס האט זיך מיר אויס געשטעלט וויא א חרוז - אבער חס ושלום - נעם מיין היסטארי - איך שרייב נישט איינמאהל וועגן ר' מאיר'ן זצ"ל - שטענדיג איז דאס מיט'ן פילסטן רעספעקט
איז דא א בילד פון דומ"ץ ר' דוד שווימער?
דאס ערשטע מאל וואס איך הער דעם נאמען
ווי עס קוקט מיר אויס - ובפרט פונעם בריוו - איז דער ר' דוד שווימער סתם א נחום ראזעענבערג סטייל.
סתם א צוהיצטער וואס וויל מען זאל הערן פון אים.
איך ווייס נישט ווער עס איז גערעכט אין דעם פרשה, אבער צוויי קליינע נקודות וויל איך זאגן. איינס, עס איז שווער צו גלייבן אז מען זאל שרייבן אזא סארט בריוו פאר בי"ד ווען עס איז פלעין היציגקייט און פאנטאזיעס, נישט אז עס קען נישט זיין, אבער עס לייגט זיך נישט אויפן שכל.
כאטש נחום רז"ב שר"י פארציילט אויך מעשיות וואס עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז ער טראכט עס אויס און דאך איז דאס דער מציאות אז 98 און אהאלב פראצענט פון וואס ער פארצייילט איז שקרים.
אבער טאקע נחום יוכיח, ווייל ער האט געמאכט א האט ליין און שיסט דארט זיינע שקרים, און ר' דוד שווימער האט עס געשריבן אין א בריוו פאר בי"ד, נישט אויף קיין האטליין וכדו'.
צווייטענס, איז עס א עוון בל יכופר צו פארגלייכן ר' דוד צו דעם נחש הידוע, כאטש איך האב נישט קיין שייכות פערזענליך מיט אים, ווייס איך אבער אז מען רעדט פון א איד וואס ש"ס און רוב שו"ע (אפשר גאנץ, אבער חו"מ ווייס איך נישט פאר זיכער) זענען ביי אים כמונח בקופסא, ער איז א גרויסער מתמיד, און א שטארק אנגענומענער מו"ץ.
אלזא קלויב איך צו שטיין אין די זייט.
1) דאס אז ער שרייבט עס אין א בריוו פאר די גאס, מיט דעם איז ער שוין נישט גערעכט, אז ער האט א טענה זאל ער גיין צו בי"ד.
2) פארגעס נישט נחום ראזענבערג פלעגט אויך אמאל נאר שרייבן בריוון.
3) פון איין זייט שטייען די רבני העדה החרדית ובראשם הגאב"ד וראב"ד רבי יעקב בלויא וכו', און פון די אנדערע זיייט שטייט נאר איינער ר' דוד שווימער און שרייבט מיאוסע בריוון, דאס מיינט..?
און נאך דערצו אז ער איז א נוגע בדבר ווייל ער איז א שוואגער מיט איינעם פון די בעלי בתים פון ''גלאט עוף'' בנוסף לזה שרייבט ער אין זיין בריוו אז די הנהלת וועד השחיטה פירט זיך מיט פחד ומורא אקעגן די רבנים אויב דאס איז אמת ווי איז ער געווען ביז יעצט עס איז דאך נישט קיין נייע זאך , אלא מאי ער איז א נוגע בדבר וועגן אייגענע אינטערעסן איז ער שוין נישט נאמן .
הרב הצדיק אברהם חיים חשין שליט"א
ר' אברהם חיים חשין - מקהילת אהל שרה לא ללמד על עצמו יצא, אלא ללמד על הכלל כולו יצא.
[בילד – נישט אפגעהיט]
האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק האט געהייסען מזאל נישט עסען די פלייש
בהנהלת 'העדה' ראו כי כלתה עליהם הרעה, והציעו לרב שוימר הצעה שקשה לסרב לה. "תשמש כמשגיח הראשי של משחטת הידורים, ותקן את הליקויים", אמרו לו.
ב'עדה' עשו חשבון קר: אם הרב שוימר יילך לשמש כמשגיח הראשי במשחטה, הטענות שטען כנגד הבשר הנשחט במשחטה יוזמו מאליהן.
יצוין, כי עד היום עבד הרב שוימר כרב המשחטה במפעל המתחרה 'גלאט עוף'.
אלא שהרב שוימר השיב תשובה שלילית להצעה המפתה, וב'עדה' החליטו על פיטוריו המהירים, ויצאו למסע מתקפה כנגד המשגיח לשעבר.
הבוקר (א') טוענים גורמים ב'עדה החרדית', כי הרב שוימר, גיסו של בעל משחטה מתחרה (גלאט עוף), החליט לצאת כנגד המשחטה שהולכת ותופסת מקום של כבוד, בעקבות שיקולים כלכליים, זאת לאחר שחברת הידורים נגסה באופן משמעותי ברווחיה של המשחטה המתחרה.
ביום שלישי האחרון התקיים דיון בבית הדין של העדה החרדית ובהחלטת בית הדין לאחר חקירת חלק מעובדי המשחטה של הידורים נכתב:
1. בית הדין שמע טענות ומענות נגד המשחטות ולא מצאו כלל מיחוש בזה . והכל כשר ומהודר בכל החומרות והמנהגים כדת וכהלכה, וכל הטענות הוכחשו בפניו של שווימר זה לאחר המכתב שהוא כתב.
2. אם הרב שוימר אינו מקבל את הפסק של הבד"צ אין לו להמשיך להיות רב מטעמם במשחטת גלאט עוף.
בעקבות הפרשייה המסעירה, קרא האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק בבית מדרשו להפסיק ולאכול את הכשר 'העדה החרדית', זאת עד לבירור הפרשייה.
גם בחוגים הקיצוניים יותר, החליטו לנצל את המומנטום ולקרוא להפסיק לאכול את ההכשר. במכתב שהוציא אחד מרבני 'אוהל שרה' - הרב אברהם חיים חשין, הוא קורא להפסיק ולאכול את ההכשר לאחר הליקויים החמורים שהתגלו בשבוע האחרון. הוא לא חושך את שבטו משיתוף הפעולה של העדה החרדית עם גומרים ציוניים, ותוהה במכתבו כיצד אפשר לאכול מהכשר המשתף פעולה עם גורמים ציוניים.
| [בילד – נישט אפגעהיט] | | | 'אפקט שוימר' • האדמו"ר מתוא"י: "להפסיק לאכול 'העדה' • המסמכים | | הרב דוד שוימר, מבכירי המשגיחים ב'עדה', הביא לטלטלה חסרת תקדים בגוף הכשרות הגדול ביותר במגזר החרדי • במכתב שני בסדרה ששלח להנהלה הוא חושף את הנהלים הבעיתיים • ב'תולדות אברהם יצחק' ו'באוהל שרה' קוראים להפסיק לאכול 'העדה החרדית' • הפרטים והמסמכים | | יקי אדמקר וחיים שפירא, בחדרי חרדים 12:48 16/01/2011 | [בילד – נישט אפגעהיט] | | האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק | | | | | [בילד – נישט אפגעהיט] | [בילד – נישט אפגעהיט] | [בילד – נישט אפגעהיט] | [בילד – נישט אפגעהיט] | [בילד – נישט אפגעהיט] | [בילד – נישט אפגעהיט] | | [בילד – נישט אפגעהיט]38 | | |
| [בילד – נישט אפגעהיט] |
| [בילד – נישט אפגעהיט] |
|
| | הסערה הפוקדת את גוף הכשרות הגדול ביותר במגזר החרדי – ה'עדה החרדית', ממשיכה בייתר שאת.
קצת היסטוריה: לפני מספר שבועות חשף אחד מרבני המשחטות של הבד"ץ, הרב דוד שווימר, כי בשר שנמכר באחת מהרשתות הגדולות של הציבור החרדי בירושלים, והוצג כבשר טרי, אינו כזה, ושחיטות בפועל לא התבצעו במשחטת 'הידורים' בחודשיים שקדמו למכירת ה'בשר הטרי'.
לדברי הרב שוימר, הבשר שהוצג כמי שנשחט במשחטת 'הידורים', לא נשחט שם, ובמכתב שפרסם הורה לקהל הרוכשים להגעיל את הסירים בהם בישלו את הבשר.
ב'עדה החרדית' נכנסו ללחץ אטומי. היציאה הפומבית כנגד ההכשר על ידי אחד מבכירי המשגיחים, היא תופעה חדשה, ובהנהלה חששו ככל הנראה כי בעקבות 'התעוזה' של הרב שוימר יקומו משגיחים נוספים, ויערערו על החלטות ההנהלה.
במכתב שנחשף לראשונה באתר 'בחדרי חרדים', כתבו הנהלת 'העדה החרדית' לרב שוימר כי באם לא יתנצל על דבריו החמורים, יפסיק לקבל משכורת מההכשר. אלא שהרב שוימר לא נרתע, והוציא מכתב נוסף בו הוא מגולל טענות חמורות כנגד הנהלת העדה החרדית וקשריה עם בעלי מפעל 'הידורים'.
במכתב הנחשף לראשונה באתר 'בחדרי חרדים' פורש הרב שוימר את נוהלי העבודה במפעל, ומספר על העריצות של מנהל המותג של ההכשר, ועל העובדה שהוא דוחק במשגיחים להכשיר כמה שיותר עופות מה שלא מאפשר בדיקה נאותה של העופות. | | ההצעה: תנהל את מערך הכשרות במפעל הבעייתי | | בהנהלת 'העדה' ראו כי כלתה עליהם הרעה, והציעו לרב שוימר הצעה שקשה לסרב לה. "תשמש כמשגיח הראשי של משחטת הידורים, ותקן את הליקויים", אמרו לו.
ב'עדה' עשו חשבון קר: אם הרב שוימר יילך לשמש כמשגיח הראשי במשחטה, הטענות שטען כנגד הבשר הנשחט במשחטה יוזמו מאליהן.
יצוין, כי עד היום עבד הרב שוימר כרב המשחטה במפעל המתחרה 'גלאט עוף'.
אלא שהרב שוימר השיב תשובה שלילית להצעה המפתה, וב'עדה' החליטו על פיטוריו המהירים, ויצאו למסע מתקפה כנגד המשגיח לשעבר.
הבוקר (א') טוענים גורמים ב'עדה החרדית', כי הרב שוימר, גיסו של בעל משחטה מתחרה (גלאט עוף), החליט לצאת כנגד המשחטה שהולכת ותופסת מקום של כבוד, בעקבות שיקולים כלכליים, זאת לאחר שחברת הידורים נגסה באופן משמעותי ברווחיה של המשחטה המתחרה.
ביום שלישי האחרון התקיים דיון בבית הדין של העדה החרדית ובהחלטת בית הדין לאחר חקירת חלק מעובדי המשחטה של הידורים נכתב: 1. בית הדין שמע טענות ומענות נגד המשחטות ולא מצאו כלל מיחוש בזה . והכל כשר ומהודר בכל החומרות והמנהגים כדת וכהלכה, וכל הטענות הוכחשו בפניו של שווימר זה לאחר המכתב שהוא כתב.
2. אם הרב שוימר אינו מקבל את הפסק של הבד"צ אין לו להמשיך להיות רב מטעמם במשחטת גלאט עוף.
בעקבות הפרשייה המסעירה, קרא האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק בבית מדרשו להפסיק ולאכול את הכשר 'העדה החרדית', זאת עד לבירור הפרשייה.
גם בחוגים הקיצוניים יותר, החליטו לנצל את המומנטום ולקרוא להפסיק לאכול את ההכשר. במכתב שהוציא אחד מרבני 'אוהל שרה' - הרב אברהם חיים חשין, הוא קורא להפסיק ולאכול את ההכשר לאחר הליקויים החמורים שהתגלו בשבוע האחרון. הוא לא חושך את שבטו משיתוף הפעולה של העדה החרדית עם גומרים ציוניים, ותוהה במכתבו כיצד אפשר לאכול מהכשר המשתף פעולה עם גורמים ציוניים. |
| | [בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט] |
| | [בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
| | yaki@bhol.co.il | |
אן זיך אריינצומישן אין די ווייטאגליכע פארנעפלטע מחלוקה, איז כדאי קלארצושטעלן פארן ציבור:
די "ועד הכשרות" שע"י העדה החרדית, מיט די "ועד השחיטה", זענען צוויי באזונדערע זאכן, ולך אכול בשמחה את...
עס איז צום שטוינען ווי אזוי א אזא ריזיגע ביזנעס ווי די וועד הכשרות פון די עדה, זאל אזוי שלעכט האנדלען מיט זייער PR אפגעזען ווער עס איז גערעכט {און לכאורה איז די עה גערעכט} האט די עדה זיך אליינס געשאסן און די פיס, מיטען אזוי שלעכט באהאנדלען די גאנצע מחלוקה, אפילו נניח אז די גאר ערליכע אידן וועלן זיך ווייטער האלטן נאר מיט די עדה, האבן זיי אבער פארלוירען א געוואלד פון די די אלגעמיינע דעת הקהל,
לכאורה איז די מחלוקה נאך ווייט פאראיבער, און עס איז נאך נישט מעגליך אפצושאצען די שאדען, עס איז באמת א שאד,
איך האב מיך נאך געפרעגט ביי די וועד השחיטה פון די עדה החרדית און דאס איז וואס זיי זאגן.
דער ר' דוד שווימער איז א שוואגער מיטן בעל הבית פון גלאט עוף, וואס ביז דעם פארגאנגענעם ראש חודש אלול, פלעגט די עדה החרדית שחטן נאר ביי "גלאט עוף", נאר אזוי ווי גלאט עוף פלעגט זיין שרעקליך טייער, און צו קויפען א פעקל פלייש בהכשר העדה האט געקאסט ממש דאפעלט ווי די אנדערע פליישן, גלאט עוף פלעגט שרייען אז קענען נישט אנדערש ווייל זיי דערלייגען איצט אויך געלט...
האט די עדה געזאגט נאו פראבלעם זיי גייען נעמען ביי נאך א בית השחיטה, און זיי האבן אנגעהויבען צו נעמען ביי די בית השחיטה "הידורים", און די פרייזן זענען שוין אראפ מיט 30 פארצענט...!
איצט האבן זיי גענומען די שוואגער ר' דוד שוויימער און שרייבט בריוון, און האפן אז אזוי זאל די עדה צוריק אנהייבען צו שחטן נאר ביי גלאט עוף.
און ברוך הבא... אויך דער צודרייטער חעשין האט שוין א בריוו, איצט קומט די נייעס אז ציממערמאן פון ווילי שרייבט שוין אויך א בריוו...
וואס איז די כוונה פון תולדות אברהם יצחק רבי'ן שליט"א מיט זיין הוראה נישט צו עסן ביזדערווייל קיין 'עדה' פלייש? צוליב הגאון ר' משה בראנסדארפער שליט"א?
תוקן על ידי לאעליכם ב- 17/01/2011 04:21:55
לכבוד די אלע שמות הנרדפים (וגם אני הקטן בתוכם) ני'
וויסען זאלט איר אז דער הרב דוד שווימער שליט"א וואס איז א מו"ץ ביי די עדה שוין אסאך יארען איז זייער זעלבסטשטענדיג מיט אייגענע הכנסות אשר על כן האט ער קיין חשבון נישט מיט רעכענען אז ער וועט פארלירען הכנסות אדער שכירות פון די עדה.
נניח אז ער איז א נוגע בדבר דורך זייענדיג א שוואגער מיט די בעה"ב פון די אנדערע שחיטה אבער לאמיר אייך פרעגען א שאלה.
די עדה איז היינט צו טאג א מולטי מיליאן דולר אפערעישען, אנדערש ווי אין די פריערדיגע יארען ווען זייער גאנצער ציל איז געווען צושטעלען פאר די הייפעלע אידען אשר לא כרעו לבעל א ביסעל כשר עסען. בזמנו פון הר"ר אברהם ראט ז"ל און מנחת יצחק זצ"ל, און די פריערדיגע צדיקים האבען זיי נאר געהאלטען פאר די אויגען איין זאך!
עס זאל זיין כשר בתכלית ההידור בלי שום פקפוק וחשש.
היינט אז עס שטייט אין קאן שווערע צענדליגע מילאנען דולארען, וואס דער גאנצער וועד הכשרות איז א מאשין אויף צו מאכן געלט פאר די פאר ארומיגע מענשען, קענען זיי זיך נישט ערלויבען אויף קיין מאכל קיין שום מין קטרוג אדער ערעור אזוי ווי ביי די או.יו.!!!!!
דער גלאנץ פון די ארגאניזאציע מוז ווייטער שיינען און זיין אויסגעפוטצט און ווער עס איז מערער אדער קורא תגר אויף זיי, איז אחת דתו!
דאס וואס ער ראב"ד הר"ר יצחק טובי' ווייס מיט די אנדערע מו"ץ שרייבען אונטער די שרייעדיגע קול קורא'ס קומט אויך נאר פון א נגיעה פון הכנסות פונקט ווי הר"ר דוד שווימער אבער מיט איין זייער גרויסען חילוק.
ר' דוד איז נישט-נישט-נישט אנגעוויזען אויף קיין איין פיאסטער פון די עדה'ס שכירות פאר אים משא"כ הר"ר יצחק טובי, און אלע אנדערע בלי יוצא מהכלל זענען מחוסר לחם אן די עדה'ס שכירות.
איצטער זאגט מיר ווער איז מער נוגע בדבר???????????????
עס דארף קומען א אינדעפעדענט רב, וואס איז באמת נישט אנגעוויזען אויף די עדה און ער זאל דערגיין דעם אמת.
ביז דער ווייל איז די עדה'ס קול קורא'ס ווערט כקליפת השום !!!!!!!!!
כ'ווייס נישט פארוואס האסטו אזוי קאטעגאריש ארויסשפאצירט אקעגן די מהודרד'ידגע "העדה הכשר", פאקטיש איז עס טויזענט מאל מער מהודר און מער חומרא'דיג ווי אלע כלומר'שטע 'מהודרדיגע' הכשרים מיט וואס מיר עסן זיך אן דא אין אמעריקע.
שרייבסט בתוה"ד "זיי קענען נישט ערלויבן אויף קיין שום מאכל קיין שום קטרוג אדער ערעור", פאקטיש איז עס ווייט פון אמת, די "עדה" האט נישט קיין שום פראבלעם אראפצונעמען הכשרים אינמיטן א גרינעם דינסטאג, ווען זיי זעהן אז דער בעה"ב מאכט קונצן וכדו'. וואס עס איז פארגעגאנגען איצטערט, ווייס איך נישט, אבער פון דא ביז צוגלייכן די "עדה" ביז אי.יו. איז פאלג מיך א גאנג!
_________________