נאכמאל הגאון הגדול רבי יעקב בלויא שליט"א איז די בעל מכשיר פון די עדה.
ביי מיר איז ער פון די איינציגסטע באגלייבסטע מענטשן אין דור.
דאס זעלבע זאגט די גאנצע בי"ד העדה החרדית.
דערקעגן שטייט איין מענטש וואס איז א קלארע נוגע בדבר ער איז א שוואגער מיט גלאט עוף, און נאך איין מענטש חעשין..., יא אויך נחום ראבענבערג איז ביזי דערמיט אויף די האטליין...
ווען איך וועל זעהן אז א נארמלער רב אדער מורה הוראה זאל געבן א בריוו איז די זאך אנדערש, אבער דערווייל ברויך מען זיין בלינד אדער סתם א שונא פאר די עדה צו זאגן אז שווימער איז גערעכט.
אבער פארוואס ברענגט קיינער נישט ארויס דעם פאקט אז לאמיר זאגן אז אלעס וואס הר''ר דוד שווימער שליט''א שרייבט אקעגן די מנהלים פון וועד השחיטה איז אמת אויב אזוי ווי איז ער געווען ביז יעצט פארוואס האט ער זיך נאר יעצט דערמאנט צו שרייען אויף דעם עס איז דאך נישט קיין נייע זאך די אלע פאקטן וואס ער שרייבט אלא מאי מיגי דשתיק ביז יעצט הדבר אומר דרשני מיט א גרויסע פראגע צייכן .
זענט עטס בלינד?
יעצט איז דאך פארגעקומען די פרשה מיט די פלייש וואס קומט מכלומרשט פון פריזער.
אין מיינע אויגן איז די עדה'ס רעפוטאציע שטארק געפאלן. און זייער נאמנות האט געכאפט א ערנסטע טראסק.
מיט זייער ווילדע אטאקע קעגן שווימער'ן האבן זיי געוויזן אז זיי זענען "דעפרעסט" איבער די פרשה, און אנשטאט עס צו הענדלען בכובד ראש, ארבעטן זיי ווי עכטע טעראריסטן.
בכלל, שרייט דאך הרב שווימער אינעם בריוו געפערליכע מכשולות וואס דארט קומט פאר. האט מען עס מברר געווען אז ס'איז נישט אמת?
האט עמיצער (א דרויסנדיגער) געמאכט א חקירה ודרישה?
עס זאגט זייער פיל.
לויט ווי איך הער פון א אינערליכע קוואל, איז נעכטן פארגעקומען א זיצונג אין בד"ץ, וואו עס איז באשלאסן געווארן אז אין ליכט פון די טענות גייט מען איינשטעלן א נייע סיסטעם צו פארזיכערן אז די שוחטים ווערן נישט באצווינגען דורך די בעה"ב, אז די שוחטים גייען מהיום והלאה שחט'ן יעדע וואך אין א צווייטע פלענט, איין וואך ביי גלאט-עוף און איין וואך ביי הידורים, וחוזר חלילה.
אויב איז דאס ריכטיג קוק איך דאס אן ווי זייער א גוטע סעלושן.
פייו, פארוואס עפעס, די גאנצע מעשה איז דאך שקר, הרב שווימער איז דאך גארנישט מער פון נחש ר' שר"י.
שטותים אין א זייט. איך האב נישט צופיל געדולד זיך צו טענה'ן, אבער איך זעה אז אנדערע האבן שוין אויך דא אזוי געשריבן.
ר' דוד שווימער איז א ערנסטע אנגעזעענע רב, נישט קיין פאשקעווילן שרייבער, און ער איז לפחות ווערט אזוי פיל אז איך זאל נישט האקן אויף אים צוליב דעם שרעקליכן חטא פון ארויסקומען קעגן די עדה.
דאס זאגן און שרייען אז עס קען נישט זיין איז שטותים און הבלים, פונקט ווי ביי יעדעם איינעם קען זיך מאכן פראבלעמען קען זיך עס מאכן ביי די עדה אויך. און פערזענליך גלייב איך אז יש דברים בגו, און פיל קלוגער וואלטן זיי געטאן ווען זיי לערנען זיך פון אדמו"ר מהר"א מסאטמאר ביי די קאטשקע פרשה, ווען מען האט אפיציעל געזאגט, יא, איך האב געמאכט א מיסטעיק.
און דאס איז אויך קלאר אז די עדה איז פאקטיש געווארן א מאסיווע הכשר ביזנעס, און בדרך כלל ביי אזעלכע זאכן מאכן זיך טאקע אלץ אפאר גברי אלימי וועלכע באקומען זיך אריין אין אייפלוסרייכע פאזיציעס אין דעם קאמפאני און טוען כאדם העושה בתוך שלו. ממילא איז זייער מעגליך אז עס פאסירט טאקע אזעלכע זאכן.
אויף התאחדות וואלט איר דאס געגלייבט? וואס הייסט די הייליגע הכשר פון התאחדות, די בעסטע אין די וועלט (נאך די עדה פארשטייט זיך), אבער אויף זיי גלייבט מען עס. ממילא גלייב איך אז עס קען זיין אמת ביי די עדה אויך.
די מעשה מאכט נישט קיין טראפ סענטס, ר' יונה איז גערעכט, די אלע טענות וואס הרב שווימער שריבט אין זיין בריוו, שרייט דאך נחום ראזענבערג אויף אלע בתי שחיטות, מה כל הרעש? וואס האט יעצט פאסירט? בכלל, ער שרייבט אז מען זאל עס נישט מפרסם זיין, אין ער איז עס מפרסם, וואס גייט דא פאר? איך גלייב נישט אז עדה האט עס מפרסם געוועהן, עדה וואלט דאך נאטירליך געוועהן דער ערשטער גונז צו זיין אזא בריוו, אלעמאל, אין יעדן דור זענען דא מענטשן וואס טרעפן פראבלעמען איבעראל, ווי למשל קאשוי, לויפער, וכד', דאס איז דער מציאות, אז מען זוכט טרעפט מען.
איך וויל מדגיש זיין אז עס מיינט בהחלט נישט אז די סארט מענטשן זענען עפעס שלעכטע מענטשן אדער וואס, קאשויער רב איז געוועהן א יוד א צדיק, נאר וואס דען, עס איז אזא סארט OCD וואס די מענטשן האבן, זיי זענען פערענויד אז עס זענען דא חששות אין פראבלעמען, עס מיינט בהחלט נישט אז עס איז דא א פראבלעם, ווען פרעזידענט בוש האט געזאגט אז 911 איז געמאכט געווארן דורעך על קידא זענען אויך דא מיליאנען מענטשן וואס שרייען אז מען קען אים נישט גלייבן, ער זאגט ליגנט, באמת האט דער אמעריקאנער גאווערמענט עס געמאכט, דאס זעלביגע איז דא, איינער זאגט אז עס איז דא פראבלעמען, גרויסע צדיקים פון דור זאגן אז נישט, קעסט קאספירירן וויפיל דו ווילסט אז עדה באהאלט זאכן, למעשה בלייבט עס א פוסטע קאנספיראציע, גארנישט מער.
שחיטת בד"ץ
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2868701&forum_id=16386
ווילסט וויסען פארוואס מען גלייבט, און מיט גרויס רעכט, הר"ר דוד שווימער שליט"א, גיב א קוק אין דעם בילד.
דער טשאקעווער איז טאקע נאר אין וועד הכשרות און נישט אין וועד השחיטה אבער ווי קומט ער זיך מתכבד צו זיין מיט גיין צו א חתונה פון דעם רב ראשע יונה מעצגער!
אויב איז יונה מעצגער זיין התחברות, פאר וואס מעג מען נישט עסען יונה מעצגער השגחה פונקט ווי דעם טשאקווער'ס עדה חרדית?
מארגען גייט דער טשאקעווער הענגען ווילדע פאשקווילען אין די ירושלים'ער גאסען אנטקעגען די טריפה'נע מדינה דארט ווי א נאכט פריער טאנצט ער אויף זייער שמחות!
איצטער פארשטייסטו שוין פארוואס הרב שווימער'ס ערעור און קטרוג איז צום גלייבען מער ווי די עדה'ס בעוה"ר און צו אונזער חרפות און בושות!
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 19/01/2011 22:31:10
שעם זיך אדםאמיתי!! מיטען זיך צוזלאזן אזוי, און שרייבען אויף אידן ת"ח כאחד הריקים
פרעזענליכע אטאקעס קען תלמידי חכמים האט א שיעור, עס איז דא א מארגענדיגע טאג אויך,
תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 19/01/2011 18:46:24